Under maintenance
הויפט זייט » 12 טויט אין פאריז טעראר אטאקע

12 טויט אין פאריז טעראר אטאקע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8087
מיטוואך יאנואר 07, 2015 9:36 am#246555
12 טויט אין פאריז טעראר אטאקע
א שרעקליכע טעראר אטאקע אין פאריז האט איבערגעלאזט 12 טויטע אין די אפיסעס פון א הומאר צייטונג וואס האט געדריקט חוזק קארטונס פון מוכאמאד.
מיטוואך יאנואר 07, 2015 9:37 am#246556
די טעראריטסן
מיטוואך יאנואר 07, 2015 9:46 am#246559
די אטאקע איז געווען געצילק קעגען א satire magazine וואס רופט זיך Charlie Hebdo וואס האט שטייטזיך אפגעחוזקט פון מחמוד.
מיטוואך יאנואר 07, 2015 9:56 am#246560
איז דאס די צייטונג וואס זיי סטראשענען שוין אפאר יאר מיט אן אטאקע?
מיטוואך יאנואר 07, 2015 9:59 am#246561
יא
מיטוואך יאנואר 07, 2015 10:34 am#246565
פאליציי האט באשטעטיגט אז צווישן די אומגעברענגטע זענען, די עדיטער און טשיף קארטוניסט  סטיווען קארבאנעיר באקאנט מיטן צונאצען קארב און דזשעין קאבאט באקאנט אלס קאבו, ער איז באריכטעט געווען אלס די בעסט באצאלטע קארטוניסט אין די וועלט, וועטעראן פאר פארשידענע פראנצויזישע צייטונגען און מאגאזינען.
מיטוואך יאנואר 07, 2015 10:40 am#246567
כ'האף דאס וועט נישט פירן צום שליסונג פון דער דאזיגער צייטונג, נוסח "די אינטערוויא". כ'האף ס'איז נאך דא עפעס חברה דארט סתם אזוי.  #הייליגעאפפאל
מיטוואך יאנואר 07, 2015 10:41 am#246568
איינער האט שוין גענומען ריספאנסיביליטי?
מיטוואך יאנואר 07, 2015 10:53 am#246571
קארב האט לעצטנס פארטיידיגט די סעריע פון קאנטראווערסיעלע חוזק קארטאנס, אין 2012, דעפיקטינג נביא מוחאמעד, זאגענדיג, "מוכאמעד איז נישט הייליג ביי מיר. איך טוה נישט בלעימען מוסלעמענער פאר'ן נישט לאכן פון אונזער קארטאנס. ריך לעב אונטער פראנצויזישע געזעץ, נישט אונטער קוראנישן געזעץ."
מיטוואך יאנואר 07, 2015 11:52 am#246580
איך פארשטיי איז זי האט רעכט צו מאלן קאריקאטורן פון וועמען זי וויל, אבער פארוואס האט זי זיך געדארפט רייצן מיט די אראבער? מילא איר לעבן איז איר נישט וויכטיג אבער 11 אנדערע לעבנס זענען פארשניטן געווארן צוליב איר זיך נישט קענען צוריק האלטן פון מאלן איסלאמישע חוזק בילדער? זי איז א רוצח....
מיטוואך יאנואר 07, 2015 12:07 pm#246585
מאטי דו דרייסט זיך שוין צופיל לעבן קאפקא אזש אז צוביסלעך פארלירסטו דיין שכל הישר. מיט אזעלכע סברות של הבל קענסטו לייגן א גרויסע שלאס אויף די גאנצע מידיע אינדעסטרי ,עס איז כמעט נישט דא קיין צייטונג וואס זאל טעגליך נישט ערגעץ ווי איינעם וויי טוהן אבער די באטראפענע נעמען נישט קיין קלאטשניקאווס און שיסן רעכטס און לינקס.
מיטוואך יאנואר 07, 2015 12:31 pm#246595
איך אויך האט געשריבן:מאטי דו דרייסט זיך שוין צופיל לעבן קאפקא אזש אז צוביסלעך פארלירסטו דיין שכל הישר. מיט אזעלכע סברות של הבל קענסטו לייגן א גרויסע שלאס אויף די גאנצע מידיע אינדעסטרי ,עס איז כמעט נישט דא קיין צייטונג וואס זאל טעגליך נישט ערגעץ ווי איינעם וויי טוהן אבער די באטראפענע נעמען נישט קיין קלאטשניקאווס און שיסן רעכטס און לינקס.
אויסגעצייכנט, יעצט קוק איבער מיין תגובה און במקום "רעכט צו מאלן בילדער" לייג אריין. "רעכט צו גיין אויפן הר הבית" לאמיר זען ווי אזוי דאס וועט ארונטערגיין.
מיטוואך יאנואר 07, 2015 12:32 pm#246596
.
מיטוואך יאנואר 07, 2015 12:35 pm#246597
איך אויך האט געשריבן:מאטי דו דרייסט זיך שוין צופיל לעבן קאפקא אזש אז צוביסלעך פארלירסטו דיין שכל הישר. מיט אזעלכע סברות של הבל קענסטו לייגן א גרויסע שלאס אויף די גאנצע מידיע אינדעסטרי ,עס איז כמעט נישט דא קיין צייטונג וואס זאל טעגליך נישט ערגעץ ווי איינעם וויי טוהן אבער די באטראפענע נעמען נישט קיין קלאטשניקאווס און שיסן רעכטס און לינקס.

היינט צוטאג ווען איינער רייצט אויף אן אראבישע געמיינדע איז גארנישט אנדערש ווי איינער רייצט א הינט דיר אראפצונעמען דעם קאפ
מיטוואך יאנואר 07, 2015 12:48 pm#246601
קארב, דער עדיטער און טשיף קארטוניסט, וואס איז צווישען די קרבנות פון די היינטיגע אטאקע האט געזאגט און 2012;
"I'd rather die on my feet than live on my knees."
ניבא ולא ידע מה ניבא.
מיטוואך יאנואר 07, 2015 12:50 pm#246602
מאטי האט געשריבן:איך פארשטיי איז זי האט רעכט צו מאלן קאריקאטורן פון וועמען זי וויל, אבער פארוואס האט זי זיך געדארפט רייצן מיט די אראבער? מילא איר לעבן איז איר נישט וויכטיג אבער 11 אנדערע לעבנס זענען פארשניטן געווארן צוליב איר זיך נישט קענען צוריק האלטן פון מאלן איסלאמישע חוזק בילדער? זי איז א רוצח....

כ'מוז זאגן, ביסט א שטיקל ראסיסט. אראפצומאלן די מוסלעמענער ווי אזעלכע פראים וואס געוואלד איז זייער איינציגסטע מיטל פון פארטיידיגונג קעגן אן אומשעדליכע קאריקאטוריסט.
מיטוואך יאנואר 07, 2015 12:53 pm#246603
מאטי האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:מאטי דו דרייסט זיך שוין צופיל לעבן קאפקא אזש אז צוביסלעך פארלירסטו דיין שכל הישר. מיט אזעלכע סברות של הבל קענסטו לייגן א גרויסע שלאס אויף די גאנצע מידיע אינדעסטרי ,עס איז כמעט נישט דא קיין צייטונג וואס זאל טעגליך נישט ערגעץ ווי איינעם וויי טוהן אבער די באטראפענע נעמען נישט קיין קלאטשניקאווס און שיסן רעכטס און לינקס.
אויסגעצייכנט, יעצט קוק איבער מיין תגובה און במקום "רעכט צו מאלן בילדער" לייג אריין. "רעכט צו גיין אויפן הר הבית" לאמיר זען ווי אזוי דאס וועט ארונטערגיין.

ערשטענס ס' דא א גרויסען חילוק צווישן שרייבן ביי זיך אין דיינונגרום אין די אייגענע צייטונג, ווי זיך צו רייצן ביי יענעם, די הר הבית איז שוין לאנג א קאנטערווערשעל אישו די אראבערס האלטן אז ס' באלאנגט פאר זיי ממילה איז עס קיין פארגלייך
מיטוואך יאנואר 07, 2015 12:55 pm#246604
איך האב קיין "שום" מיטגעפיל מיט די פראנצויזישע אידן-פיינט. ווער ס'איז נאר אמאל געווען אויף די באדן פון אייראפע אין די איין-און-צוואנציגסטער סענטרי ווייסט וויאזוי דער המון עם האסט דעם איד על לא עוול בכפינו, אזש ס'קען זיך דאכטן אז ס'האט קיינמאל פאסירט קיין האלאקאוסט.

זאלן זיך נאך אפאר טעראריסטן אויפרייסן ביז די בהמות וועלן כאפן ווער זייער ריכטיגע פיינט איז.

פארשטייט זיך אז כ'האב יא מיטגעפיהל מיט די קרבנות און די פאמיליע פון די אטאקע, כ'רעד נישט וועגן זיי נאר וועגן די עקלדיגע בעסערע לינקע אייראפעישער וואס האלטן זיך נאך היינט אלס א בעסערע ראסע.
מיטוואך יאנואר 07, 2015 12:58 pm#246605
קאצקע ציקער האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:מאטי דו דרייסט זיך שוין צופיל לעבן קאפקא אזש אז צוביסלעך פארלירסטו דיין שכל הישר. מיט אזעלכע סברות של הבל קענסטו לייגן א גרויסע שלאס אויף די גאנצע מידיע אינדעסטרי ,עס איז כמעט נישט דא קיין צייטונג וואס זאל טעגליך נישט ערגעץ ווי איינעם וויי טוהן אבער די באטראפענע נעמען נישט קיין קלאטשניקאווס און שיסן רעכטס און לינקס.
אויסגעצייכנט, יעצט קוק איבער מיין תגובה און במקום "רעכט צו מאלן בילדער" לייג אריין. "רעכט צו גיין אויפן הר הבית" לאמיר זען ווי אזוי דאס וועט ארונטערגיין.

ערשטענס ס' דא א גרויסען חילוק צווישן שרייבן ביי זיך אין דיינונגרום אין די אייגענע צייטונג, ווי זיך צו רייצן ביי יענעם, די הר הבית איז שוין לאנג א קאנטערווערשעל אישו די אראבערס האלטן אז ס' באלאנגט פאר זיי ממילה איז עס קיין פארגלייך


אקעי.... איימ-סארי..
אטענשאן אלע וועלט אוינוואוינער. פון היינט און ווייטער איז דאס אפיציעל! אויב מאלט איר א חוזק בילד פון איסלאם רייצט איר אויף מיינע איסלאמישע הייליגע ברודער איבער די גאנצע וועלט, גענוי ווי איר קומט ווען אריין ביי מיר אין דיינונג-רום.

פייר אינאף?
מיטוואך יאנואר 07, 2015 12:58 pm#246606
גימפל, איך ווייסנישט פארוואס דער חרדישער איד זאל נישט אויכעט זיצן אין א ווילטשער אויב דאס דארף רעזעמבלען אומבאהאלפנקייט בבח' נישט אויף די אייגענע פיס.
מיטוואך יאנואר 07, 2015 12:58 pm#246607
איך אויך האט געשריבן:מאטי דו דרייסט זיך שוין צופיל לעבן קאפקא אזש אז צוביסלעך פארלירסטו דיין שכל הישר. מיט אזעלכע סברות של הבל קענסטו לייגן א גרויסע שלאס אויף די גאנצע מידיע אינדעסטרי ,עס איז כמעט נישט דא קיין צייטונג וואס זאל טעגליך נישט ערגעץ ווי איינעם וויי טוהן אבער די באטראפענע נעמען נישט קיין קלאטשניקאווס און שיסן רעכטס און לינקס.

האסטו טאקע נישט קיין צווייטע וועג פון ענטפערן איינעם מיט וועם דו ביזט אומאיינשטימיג, נאר מיט אויפברענגען מיין נאמען?

(ב.ד.וו. וואס איז דאס אז מיינע קעגנער קענט געט מיי נעים סטרעיט?)

פאר די רעקארד, איך בין נישט איינשטימיג מיט @מאטי'ס סטעיטמענט 'זי איז א רוצח'.
מיטוואך יאנואר 07, 2015 1:33 pm#246611
איך אויך נישט. און יהודה גליק איז אויך נישט קיין רוצח.
מיטוואך יאנואר 07, 2015 1:58 pm#246617
מאטי האט געשריבן:איך אויך נישט. און יהודה גליק איז אויך נישט קיין רוצח.

א זוך אויף קאווע שטיבל פאר די ווערטער "גליק" + "רוצח" האט איין רעזולטאט, "גליק" + "מערדער" האט דריי.

צוריק צו די נייעס, ביטע.
מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:12 pm#246620
בילד
מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:17 pm#246622
בילד