זונטאג פעברואר 18, 2024 5:15 pm#550142
Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן
זונטאג אווענט פרשת תצוה א גוטען אווענט,
היינט איז געווען א קאלטע און ווינטיגע טאג מיט זוניגע הימלען.
די וואך זעהט אויס שטיל און קיהל ביז דאנערשטאג נאכמיטאג. וואלקענעס וועלן אריינקומען דאנערשטאג נאכמיטאג מיט רעגן אין שטאט, און שניי געמיש מיט רעגן פאר אפסטעיט דאנערשטאג נאכט.
די שטורם וועט זיך אווועקרוקן ביי פרייטאג נאכמיטאג מיט קעלטערע לופט אונטער די שטורם איז דא א קליינע טשענס אז עס וועט זיך ענדיגן ווי שניי אדער אייז ביי די ענדע אפילו אין שטאט.
פרייטאג תצוה ביז זונטאג כי תשא בלייבט קאלט מיט טעמפרעטורס ארום 40 בייטאג און אין די העכערע 20'ערס ביינאכט.
נ.ב. די דאנערשטאג שטורם איז נאך 4 טעג אוועק און זאכן קען זיך נאך טוישן.
🌇נאו יארק סיטי
היינט נאכט-🌛💨32
מאנטאג-🌤️40
נאכט- 🌛💨28
דינסטאג -🌤️38
מיטוואך-🌤️42
דאנערשטאג -🌤️>☁️45
פרייטאג -☔️💨48
שבת-🌤️42
זונטאג-🌤️42
________
🏡 מאנסי און קרית יואל
היינט נאכט-🌛💨22-27
מאנטאג-🌤️35-38
נאכט- 🌛💨16-22
דינסטאג -🌤️35
מיטוואך-🌤️42
דאנערשטאג -🌤️>☁️42
פרייטאג -☔️💨44
שבת-🌤️37
זונטאג-🌤️37
__________________
🏡לעיקוואוד-טאמס ריווער-דזעקסאן
היינט נאכט-🌛💨26
מאנטאג-🌤️42
נאכט- 🌛💨26
דינסטאג -🌤️39
מיטוואך-🌤️43
דאנערשטאג -🌤️>☁️48
פרייטאג -☔️💨52
שבת-🌤️42
זונטאג-🌤️44
___________________
⛰קעטסקילס
היינט נאכט-🌛💨17🥶5
מאנטאג-🌤️32
נאכט- 🌛💨12
דינסטאג -🌤️34
מיטוואך-🌤️40
דאנערשטאג -🌨️?🌧️40
פרייטאג -❄️?☔️💨40
שבת-🌤️33
זונטאג-🌤️35
——————————-
?=ווייניגער ווי א 50% טשענס פון רעגן/שניי
??=שוואכע טשענסעס פאר רעגן/שניי
(ריעל פול מיט די ווינט🥶)
😶🌫️-פארנעפעלט (foggy )
א גוטן אווענט.
👈🏻 דעס אז איך נעם די כח צו שרייבן כסדר, איז ווייל מיינע וואטסעפפ און טעלעגראם טשענעלס ווערן גרעסער און אז מען לייענט עס אויף אייוועלט.
דעריבער אויב איהר ווילט ווייזן הכרת הטוב, ביטע לאזט וויסן פאר מענטשן וואס באנוצן זיך מיט וואטסאפפ סיי ווי סיי וועגן מיינע טשענעלס. די מער לייענערס איך האב, די מער פיהל איך לוינט זיך צו מוטשענען און שרייבן.
*אויב איהר לייינט דאס אויף "אייוועלט" ביטע פארשטייט אז איך האב נישט קיין שום וועג צו וויסן וויפיל לייענערס איך האב אויסער אויב איך זעה א לייק, דעריבער, נאכ'ן לייענען ביטע געטס מיר א לייק 👍🏻 (עס נעמט איין סעקונדע) און איך באקום די כח ווייטער אנצוגיין און שרייבן די וועטער.
א יישר כח,
-וועטערבאריכט