פארומס › קאווע שטיבל • בילדער וואס זענען העכער פון אותיות - טעגליך

קאווע שטיבל • בילדער וואס זענען העכער פון אותיות - טעגליך

1,041 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8153
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג יאנואר 20, 2015 5:15 pm#249063
עס האט זיך שוין יעדער אנגעקלאפט אין א בילד וואס רעדט דירעקט צו זיין נפש, אויסלאזענדיג די פארמיטלער פון אותיות, ווערטער און זאצן - זיי גיבן נישט צו, אויב עפעס זענען זיי נאר מגביל.

איך האף בע"ה ארויפצולייגן טעגליך א בילד פון דעם סארט, כל המוסיף מוסיפין לו - אבער ביטע נישט נידערן דעם סטאנדארט, יש"כ.

---

דאס איז א בילד פונעם ליובאוויטשער רבי ז"ל אין שנת תשל"ד, ווי ער גייט דורך פאר א שורה 'מצוה טאנקן' פארענט פון 770, אין די ערשטע תקופה פון די פעילויות.

בילד

---

דער דריי יאהריגער JFK Jr סאלוטירט זיין טאטע'ס ארון.

בילד
מיטוואך יאנואר 21, 2015 8:14 pm#249310
שקיעת החמה אויף מארס.

[א פערזענדליכע נאטיץ: דאס איז איינע פון די טיעפסטע בילדער וואס כ'האב אמאל געזעהן.]

בילד
מיטוואך יאנואר 21, 2015 9:59 pm#249331
ונבנתה העיר האט געשריבן:
דער דריי יאהריגער JFK Jr סאלוטירט זיין טאטע'ס ארון

אז מ'רעדט שוין
מיטוואך יאנואר 21, 2015 10:05 pm#249333
ונבנתה העיר האט געשריבן:שקיעת החמה אויף מארס.

[א פערזענדליכע נאטיץ: דאס איז איינע פון די טיעפסטע בילדער וואס כ'האב אמאל געזעהן.]

בילד

עמוק עמוק.
מיטוואך יאנואר 21, 2015 10:19 pm#249338
וואס תורה טוהט אויף!

בעלמא הדין, ווען די זון פארגייט אין א פלאם, יאגן זיך אידן צו מנחה, מען איז מקבל שבת, מען גרייט אן חנוכה ליכט, מען דערמאנט זיך אין רבינו תם'ס צוויי שקיעה'ס.

אבער דארט...

אורו מירוז! ליידיג און פוסט. קיין תורה. קיין עבודה. קען די זון אויפגיין, קען די זון פארגיין, אלעס בלייבט פוסט און לער. קיין תוכן.

און עס דערקענט זיך אויף די זון'ס בלאסע געזיכט. אזל סומקא ואתא חיוורא.
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 1:03 am#249379
ונבנתה, קענסט אפשר מסביר זיין וואס דו מיינסט מיט דער טיפקייט?
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 1:08 am#249383
איך מיין עס אין א 'thought provoking' קאנטעקסט.

וואס עס איז מעורר ביי מיר וועל איך אפשר אמאל שרייבן אין אן אייגענעם אשכול, עס איז מיר אבער געווען אינטערעסאנט ווי ביי מיר ברענגט עס פונקט פארקערט מחשבות ווי פאר פישלע - מי יתן לי אבר כיונה.
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 3:19 am#249396
א בילד וואס איז העכער פון אלעס, זייער הויך....
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 11:08 pm#249637
אן אליאירטער סאלדאט ווס. היינריך היממלער ימ"ש.

בילד
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 11:39 pm#249642
וואס איז דער קאנטעקסט פון דעם בילד?
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 11:40 pm#249644
בילד
The cosmos in harmony

בילד
דער אפיס פון פון דעם אומשטערבליכן פיזיקער גענוי ווי ער האט עס איבערגעלאזט צום לעצטן מאל, בילד גענומען עטליכע שעה נאך זיין טויט.
דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 11:41 pm#249645
יאיר האט געשריבן:וואס איז דער קאנטעקסט פון דעם בילד?

m http://en.wikipedia.org/wiki/Horace_Greasley m
פרייטאג יאנואר 23, 2015 12:57 am#249665
יש"כ אלע, ובפרט פאר ונבנתה פארן גיין פתיחה...
א רייכע אשכול!
:like :like :like לייק לייק לייק
זונטאג יאנואר 25, 2015 7:27 pm#250065
לְכוּ מַלְאָכִים קַלִּים אֶל גּוֹי מְמֻשָּׁךְ וּמוֹרָ"ט אֶל עַם נוֹרָא מִן הוּא וָהָלְאָה גּוֹי קַו קָו וּמְבוּסָה אֲשֶׁר בָּזְאוּ נְהָרִים אַרְצוֹ - לכבוד די 70'סטע יאהרטאג פון די באפרייאונג פון אוישוויץ.

אינעווייניג אין אן אוישוויצער גאז קאמער.

בילד
זונטאג יאנואר 25, 2015 7:30 pm#250066
דאס האבן די אידן נעבעך געקראצט ביים טרייען צו לעבן??
זונטאג יאנואר 25, 2015 7:44 pm#250069
ראשעקאל האט געשריבן:דאס האבן די אידן נעבעך געקראצט ביים טרייען צו לעבן??

יא!
איך האב אסאך געטראכט ווען איך בין געשטאנען קעגן דעם וואנט... סדא וואס... העכער פון אותיות פשוטו כמשמעו...
מאנטאג יאנואר 26, 2015 7:22 pm#250254
כִּי נַעַר יִשְׂרָאֵל וָאֹהֲבֵהוּ

בילד
בילד
דינסטאג יאנואר 27, 2015 7:23 pm#250512
בילד
דינסטאג יאנואר 27, 2015 8:18 pm#250523
WOW איך האב נישט געוויסט אז אהבה גייט נאך אן ביי די 95 אויך :roll: :דמיונות:
מיטוואך יאנואר 28, 2015 12:17 am#250573
דער בילד פון דער אמשינובער איז טאקע העכער פון ווערטער אבער רוב אנדערע איז אזוי נידריג סך סך נידריגער פון ווערטער
מיטוואך יאנואר 28, 2015 12:26 am#250577
ונבנתה העיר האט געשריבן:בילד

אונטער די בילד דארף שטיין "ירח בן יומו מיט זיין אשת חיל פרה בת שלשה"
פון ווי האסטו געקריגן מיין בילד?
מיטוואך יאנואר 28, 2015 7:26 pm#250703
ורחמיו על כל מעשיו כתיב - ר' אליהו לאפיאן ז"ל.

בילד
דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 12:58 am#250746
5215715b-50c8-4fa6-ae7e-0396c2c2b00d1561304825.png
5215715b-50c8-4fa6-ae7e-0396c2c2b00d1561304825.png (164.61 KiB) געזען געווארן 5224 מאל

א פיר יעריג קינד ביים באפרייאונג פין בוכענוואלד
דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 1:11 am#250749
איך האב.אמאל געזען א בילד א 'די צייטונג' ווי מאמעס מיט קינדער טרעטן אראפ פין א באן אין אוישוויץ, אין בשעת ווען אויף די מאמעס פנים'ער ליגט אויסגעשפרייט א זארגפולע דערשראקענע מינע, אין די קינדער נישט וויסעמדיג וואס ווארט זיי לויפן פרייליכירהייט אראפ, טויזענטער ווערטער וואס איך האב שוין געליינט וועגן דעם שואה האט מיר נישט געברענגט אזויפיל טרערן ווי די בילד,
איך האב נישט געקענט טרעפן ממש יענע בילד האב.איך געלייגט ענליכע

ChildrenBirkenau-767661442.GIF
ChildrenBirkenau-767661442.GIF (66.24 KiB) געזען געווארן 5212 מאל

hc.jpg955906095.jpeg
hc.jpg955906095.jpeg (14 KiB) געזען געווארן 5212 מאל
דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 1:21 am#250750
דאס מיינט איר?
דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 6:25 pm#250864
תן דעתך שלא תחריב את עולמי - א נעיטיוו-אמעריקען באטראכטנדיג דעם נארוואס פארענדיגטן טראנס-קאנטינענטאל רעיל-ראוד אשר בנו בני האדם - נעוואדא 1868.

זונטאג פעברואר 1, 2015 6:30 pm#251141
כמה לא חלי ולא מרגיש - לונדון 1960s.

מאנטאג פעברואר 2, 2015 6:31 pm#251386
אֵיפֹה הָיִיתָ בְּיָסְדִי אָרֶץ - דער אטאם-באמבע אויפרייס איבער נאגאסאקי, יאפאן, 1945.

מאנטאג פעברואר 2, 2015 9:09 pm#251420
ונבנתה, דיינע בילדער זענען רירענד, אבער די עיקר וואס נעמט מיר איבער זענען דיינע captions.
מאנטאג פעברואר 2, 2015 11:07 pm#251440
ונבנתה העיר
אֵיפֹה הָיִיתָ בְּיָסְדִי אָרֶץ - דער אטאם-באמבע אויפרייס איבער נאגאסאקי, יאפאן, 1945.


אויף דעם בילד וואלט איך געטוישט דיין נאמען פון 'ונבנתה העיר' אויף 'וחרבה העיר'
דינסטאג פעברואר 3, 2015 12:51 am#251466
שלמה זאגסט א פונקט, אבער מתוך חורבנה זענען פארליבן מיוסד אסאך אנדערע שטעט, און דאס איז געווען בבחי' סתירת זקנים בנין.
דינסטאג פעברואר 3, 2015 6:58 pm#251627
יואב יכול להשתמש בזה
ונבנתה העיר
דינסטאג פעברואר 3, 2015 9:03 pm#251642
וואס ווייזט ער דארט?
איך גלייב נישט אז ער איז מוחה אויף מאכן בילדער.
מיטוואך פעברואר 4, 2015 6:23 pm#251771
ונותרתי אני לבדי - א רוסשיער וועטעראן פון די צווייטע וועלט קריג, ביים יאהרליכן צוזאמענקום, נאר היי-יאהר איז ער דער איינציגער פון זיין בריגאדע וואס דרייעט זיך נאך מיט די לעבעדיגע [שוין אויך מיטן רעצל ביי די האנט...].

דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 6:26 pm#251958
The time has come.

דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 9:20 pm#252001
ונבנתה העיר:
יעדן טאג באלעק איך זיך די פינגער פון די בילד און פון די קעפל, אבער היינט הייב איך נישט אן צו פארשטיין, קענסטו מיר אפשר מסביר זיין (מיט אותיות 😃 )
דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 10:49 pm#252041
שווער מסביר צו זיין, און מען קען עס אפלערנען מכמה צדדים.

מיין דמיון גייט בעיקר אויפן מהלך ווי דער אלטער, אפגעארבעטער מאן, וועלכער האט שוין אלס געזעהן, דרייעט זיך אויס און ווערט אט פארשוואונדען אינעם נעפל-באדעקטן עתיד.

אין געוויסע מינוטן דערמאנט עס מיר אין עלוויס' מיין וועג.
דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 11:30 pm#252052
אפשר איז פשט אז דער אלטער מאן איז דער איינציגער וואס האט נישט מורא צו קומען פנים אל פנים מיט א נעפל?
זונטאג פעברואר 8, 2015 6:17 pm#252375
בבואה אית להו - אדאלף היטלער ימ"ש ביים זיך איינ'חזר'ן א דרשה פארענט פון א שפיגל - 1925.

מאנטאג פעברואר 9, 2015 6:22 pm#252674
NASA סייענטיסטן אין די 1960s.

מאנטאג פעברואר 9, 2015 7:00 pm#252685
ונבנתה העיר
NASA סייענטיסטן אין די 1960s.


זעהט מיר אויס צו זיין סתם א גימיק פאר די קעמארע (אדער פאר עפעס א פרעזענטאציע). איך גלייב נישט אז זיי פלעגן אזוי האנדלען יעדער טאג מיט א לייטער ביים בלעקבאורד..
אויך גלייב איך נישט אז סייענטיסטען האבען באמת אזא שיינע שריפט..
מאנטאג פעברואר 9, 2015 7:02 pm#252686
.
מאנטאג פעברואר 9, 2015 7:17 pm#252687
קוק נאך בילדער אין דער סעריע


מאנטאג פעברואר 9, 2015 7:43 pm#252690
למען הפונקטליכקייט זיי זענען העכער נאר "טייל אותיות", אפילו דער אויפן לייטער.
😛
דינסטאג פעברואר 10, 2015 1:50 am#252770
אויפן צווייטן בילד וואס @לעיקוואד האט ארויפגעלייגט איז דער וואס שטייט אויפן מיטעלסטע לייטער איז דעס (מורי ורבי) ר׳ קארל סעיגן ז״ל ? ס׳קוקט אזוי אויס
דינסטאג פעברואר 10, 2015 6:15 pm#252903
וְהָיוּ עֵינַי וְלִבִּי שָׁם כָּל הַיָּמִים - שחרור כותל המערבי 1967.

דינסטאג פעברואר 10, 2015 7:47 pm#252913
גאט שמייכלט

מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:01 am#252992
טאלסטוי אויף די וועגן פון מאסקווע צו זיין געבורטס שטאט יאזנאיע פאליאנא.
B9fI4sTIQAAorLW.jpg
מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:12 am#252994
עטל און דזשוליעס ראזענבערג.
📎 541b000000000000.jpg