פארומס › הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק (לרפו"ש) זצ"ל

הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק (לרפו"ש) זצ"ל

148 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8222
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 12:02 am#251827
ס'קוקט אויס ווי ס'געבליבן למעשה אז "אין שום יאוש בעולם כלל"
דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 12:47 am#251839
מאטי
ס'קוקט אויס ווי ס'געבליבן למעשה אז "אין שום יאוש בעולם כלל"




EMARGENCY ALERT!! Please wake up!! we just got a critical phone call from hospital the situation with Muharush got very bad, Please PRAY NOW

יעצא ערשינען, ק/פ
דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 9:04 am#251861
אפדעיט: די נאכט איז געווען זייער א שווערע נאכט, בערך צוועלף אזייגער איז דער מצב געווארן גאר שווער און קריטיש. בחסדי ה' האט זיך דער מצב סטאביליזירט, אבער מוהרא"ש איז נאך אלץ אנגעוויזן אויף גרויס רחמי שמים.
בקשו רחמים מרובים בעד מורינו ר' אליעזר שלמה בן מלכה לרפואה שלימה בקרוב.
דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 4:00 pm#251921
Bd''h
דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 4:14 pm#251928
פארמעקט
דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 4:15 pm#251929
בד"ה
דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 4:20 pm#251933
נישט אמת. ער לעבט נאך ב"ה. מ'דארף אבער אסאך רחמים.
מורינו רבי אליעזר שלמה בן מלכה לרפו"ש.
דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 4:39 pm#251936
ברסלבער
נישט אמת. ער לעבט נאך ב"ה. מ'דארף אבער אסאך רחמים.
מורינו רבי אליעזר שלמה בן מלכה לרפו"ש.


ברוך השם! ער זאל זיין גזונט און שטארק און דערלעבען משיח׳ן.

זאל איך יעצט אויסמעקן מיין פריערדיגע תגובה? אקעי, כ׳וועל.
דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 4:58 pm#251942
Bdh
דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 5:09 pm#251945
איש את רעהו
Bdh

איז וואס איז געבליבן: ב"ה. אדער בד"ה...?
דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 5:11 pm#251946
לעבט ער אדער יא? לאמיר האפן אז ביידע איז אמת
דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 5:11 pm#251947
berlbalaguleh
איש את רעהו
Bdh

איז וואס איז געבליבן: ב"ה. אדער בד"ה...?

ס' געבליבן אז ס' איז א מעשוגענער וועלט, וואס יעדע ביסל נייעס כאפט מען ווי הייסע לאקשן
דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 5:14 pm#251949
ישמעאל הכהן
לעבט ער אדער יא? לאמיר האפן אז ביידע איז אמת

ביידע אמת ב"ה.
די מצב איז זייער קריטיש.
מורינו רבי אליעזר שלמה בן מלכה לרפו"ש.
דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 6:35 pm#251960
די מחלוקה גייט צו מען זאל איינפירען משיחיזעם.
דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 6:41 pm#251961
😂
איש את רעהו
די מחלוקה גייט צו מען זאל איינפירען משיחיזעם.
דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 9:00 pm#251992
זאהל ער האבען רפואות און ישועות און זיין געזונט און שטארק
דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 9:31 pm#252008
[ציטאט אראפגענומען]

ס'איז א אלגעמיינע שאלה וואס איך וואונדער זיך אייביג וויאזוי הייבט זיך אהן נישט געשטועגעשטויגענע רומערס
דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 9:49 pm#252013
ער לעבט פאר נאך 3 יאר פאר זיכער און נאכדעם העכסטענס וועלן אים די בערלאנדס אוועקלייגן
דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 10:13 pm#252023
וויאזוי קענען מיר וואס אונז פאלגן נישט זיין צואה און זענען נישט זייע תלמידים ממנה א ממלא מקום אתמהה?
דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 10:16 pm#252024
געוואלדיג
וויאזוי קענען מיר וואס אונז פאלגן נישט זיין צואה און זענען נישט זייע תלמידים ממנה א ממלא מקום אתמהה?

מ'טאר נישט פאלגן צואה
דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 10:52 pm#252043
וזרח השמש
די תלמיד ישיבת 'תפארת התורה' פארשפרייטען יעצט ביי די הייזער סי די'ס פון זייער פירער הר''י ראטה, זעהט אויס עס ענטוויקעלט זיך א נייע הנהגה
דאנערשטאג פעברואר 5, 2015 11:09 pm#252046
איש את רעהו
די תלמיד ישיבת 'תפארת התורה' פארשפרייטען יעצט ביי די הייזער סי די'ס פון זייער פירער הר''י ראטה, זעהט אויס עס ענטוויקעלט זיך א נייע הנהגה


דאס איז וואס הרב יואלי ראטה פלאנט שוין עטליכע יארן. ער האט עס שוין ארויסגעוויזן קלאר ווען די עלטערע חבורה ... שוין, לאמיר נישט רעדן.
פרייטאג פעברואר 6, 2015 12:27 am#252072
ישמעאל הכהן
געוואלדיג
וויאזוי קענען מיר וואס אונז פאלגן נישט זיין צואה און זענען נישט זייע תלמידים ממנה א ממלא מקום אתמהה?

מ'טאר נישט פאלגן צואה
למאי ולמה?
פרייטאג פעברואר 6, 2015 12:57 am#252078
ישמעאל הכהן
געוואלדיג
וויאזוי קענען מיר וואס אונז פאלגן נישט זיין צואה און זענען נישט זייע תלמידים ממנה א ממלא מקום אתמהה?

מ'טאר נישט פאלגן צואה


צוֹאֶה אדער צְוָאֶה?
פרייטאג פעברואר 6, 2015 2:31 am#252096
ברוך דין האמת!
פרייטאג פעברואר 6, 2015 10:48 am#252128
אנשי צבועים פעמפערן די מוחות אז מען זאל נישט שרייבן דברי שבח אויפן נפטר ווייל עס איז דא וואס קענען דאס נישט פארנעמען. אן עקל
פרייטאג פעברואר 6, 2015 12:34 pm#252151
בד"ה
לענ"ד פעלט קיינמאל נישט אויס א לינק פוןן קאווע שטיבל צו איי וועלט. נישט קיין חילוק וואס סזאל שטיין
פרייטאג פעברואר 6, 2015 3:28 pm#252180
I heard that by the leveiya his eidem broke a hand was it ?accidentally or he got mako's?
פרייטאג פעברואר 6, 2015 3:33 pm#252184
הרב מוהרא"ש ע"ה האט געשפריצט ליבשאפט צו יעדען איד און עס קלאגן אסאך נשברי לב וועם ער האט פערזענליך געהאלפן.
📎 IMG-20150206-WA0128.jpg
פרייטאג פעברואר 6, 2015 4:27 pm#252199
BAL TSHIVA
I heard that by the leveiya his eidem broke a hand was it ?accidentally or he got mako's?

משפחה האט געוואלט א לויה, אבער געוויסע חסידים האבן געשטערט
פרייטאג פעברואר 6, 2015 4:33 pm#252201
קאווע טרינקער
BAL TSHIVA
I heard that by the leveiya his eidem broke a hand was it ?accidentally or he got mako's?

משפחה האט געוואלט א לויה, אבער געוויסע חסידים האבן געשטערט

???
זונטאג פעברואר 8, 2015 2:20 am#252247
איך האב אויך געהערט אז ביי די לוי' איז געווען יו"ט אין דערוואכן. מען האט עפעס צוגעכאפט דעם ארון און געלאפן דערמיט גאנצע גאסן.

וועלכע איידעם האט צעבראכן דעם האנט, ער האט דריי איידעמער.
זונטאג פעברואר 8, 2015 3:05 am#252253
הדד בן בדד
איך האב אויך געהערט אז ביי די לוי' איז געווען יו"ט אין דערוואכן. מען האט עפעס צוגעכאפט דעם ארון און געלאפן דערמיט גאנצע גאסן.

וועלכע איידעם האט צעבראכן דעם האנט, ער האט דריי איידעמער.


עסטרייכער?

אפאר חיות האבען געכאפט, און ווען מען האט זיי פראבירט אפצוהאלטן האבען זיי אים צובראכן די האנט זיינע. פאליציי זענען געווארן פארמישט און מען האט צוריק געברענגט דעם ארון.
זונטאג פעברואר 8, 2015 3:08 am#252254
יישר כח. יא, ער האט אן איידעם ר' משה עסטרייכער (בן ר' אליעזר חיים)
זונטאג פעברואר 8, 2015 6:00 am#252256
הדד בן בדד
יישר כח. יא, ער האט אן איידעם ר' משה עסטרייכער (בן ר' אליעזר חיים)


אוואו זענען די זין??
זונטאג פעברואר 8, 2015 5:38 pm#252359
וואס הייסט אוואו?

(מן הסתם ביי די לוי')
זונטאג פעברואר 8, 2015 7:41 pm#252388
יעדער וואס קומט גייט געהאלפען ווערן. איך דארף א הויעך מצבה..
,
IMG-20150208-WA0052.jpg
מאנטאג פעברואר 9, 2015 1:11 am#252439
רבי נחמן פלעגט צו זאגן ווען מען איז אריינגעקומען צו אים פאר יחידות, זאג מיר וואס איך דו און די באשעפער ווייסען (מיינענדיג ער זאל זיך מתוודא זיין אויף די חטאים). איך הער אז מוהרא"ש פלעגט טוען די זעלבע..
מאנטאג פעברואר 9, 2015 1:11 am#252440
ווי זעהסטו ער זאגט צו?
מאנטאג פעברואר 9, 2015 1:20 am#252445
די הבטחה איז אויך פאר גרושים? אויב יא דארף מען אויסצאלן א טיקעט פאר אונזער גרוש ני"ו.
מאנטאג פעברואר 9, 2015 1:37 am#252454
מיינסט אז ווען יענער צדיק כגעדענק שוין נישט ווער האט פארשפראכן גאלדענע גליקן פאר דעם וואס רירט אן די קלאמקע פון זיין טיר האט מען נישט געלאכט פון אים? איך זאג אייך אז אין הונדערט יאר ארום וועט מענדל רייך אפרעכטן נסיעות קיין יבניאל וואו מאסן אידן וועלן געהאלפן ווערן על פי הבטחת איש האלקים מוהראש.
מאנטאג פעברואר 9, 2015 5:00 am#252472
[ציטאט אראפגענומען]


ווי קאן מען זעהן די גאנצע צוואה זיינע?
מאנטאג פעברואר 9, 2015 5:56 am#252473
@יאיר פ''וו דארפסטו אפלאכען פון גרויסע אידן, צדיקים ושרפי מעלה ?
ניין עס איז קיין פארגלייך ווען די תלמידי בעש''ט האבן געזאגט אזעלכע זאכן

@אנאנים האסט א פוינט
מאנטאג פעברואר 9, 2015 8:20 am#252478
איש את רעהו
@יאיר פ''וו דארפסטו אפלאכען פון גרויסע אידן, צדיקים ושרפי מעלה ?
ניין עס איז קיין פארגלייך ווען די תלמידי בעש''ט האבן געזאגט אזעלכע זאכן


@אנאנים האסט א פוינט


זיי מסביר פארוואס ס׳איז נישט קיין פארגלייך ? ווייל ס׳איז געוועהן צוויי הונדרעט יאהר צוריק ?? ווייל מנחם מנדל גץ האט פאַנטאַזירט מעשיות כדאי צו מאכן פּרנסה ?
טראכט אריין !!!
מאנטאג פעברואר 9, 2015 9:03 am#252480
כ׳האב דעם איד נישט געקענט אבער ס׳שמעקט פון העכערקייט אילוזיע.
מאנטאג פעברואר 9, 2015 9:31 am#252482
קינד_אן_קייט
כ׳האב דעם איד נישט געקענט אבער ס׳שמעקט פון העכערקייט אילוזיע.

ביי אונז אין חדר האט מען נישט געקענט די אלע פענסי פסיכאלאגישע טערמינען, מען פלעגט דאס פלעין רופען גאווה..
סתם להערה בעלמא, בלי קשר צו דער מענטש.
מאנטאג פעברואר 9, 2015 9:33 am#252483
אבער אז איר טרעפט א רב אדער רבי וואס טראכט מען וועט שרייבען אנדערש אויף זיין מצבה אדער איז מחנך זיינע תלמידים צו טראכטען אנדערש וועגן זיינע שונאים, וועט דאס זיין א חידוש. בסך הכל שרייבט ער אפען דאס וואס אלע טראכטען און שפילען דיפלאמאטיש און חתמ'נען בשם דער משמש לכבוד כ"ק אדמו"ר.
מאנטאג פעברואר 9, 2015 9:45 am#252489
לעיקוואד
וואס אלע טראכטען און שפילען דיפלאמאטיש און חתמ'נען בשם דער משמש לכבוד כ"ק אדמו"ר.

דער חלק פון פליען אין די הימלען און איבערמענטשליכע/העכערע כוחות לאזט מען נישט פאר׳ן משמש, דאס לאזן זיי אלע פאר זיך, און ע״פ רוב הערשט דערין נישט קיין שום דיפלאמאטיע, פארקערט.
מאנטאג פעברואר 9, 2015 9:47 am#252491
דער רב פון יבנאל ר' סיני מאיר פרנקל (זיין טאטע האט נישט גע'חלומ'ט ווי גוט די ראשי תיבות פון זיין נאמען וועט מצליח זיין..) זאגט ער איז מוחל פאר מהרא"ש און פראבירט מאכען א שלום לאחר מיתה.
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=79490">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=79490</a>
מאנטאג פעברואר 9, 2015 9:58 am#252493
אפשר איז דא א קטרוג אויף דעם פרענקל וואס מוהרא''ש האט געזוכט ממתיק צו זיין. מ'זעט דאס אסאך ביי צדיקים