Under maintenance
הויפט זייט » דיני מיתה עפ"י תורה

דיני מיתה עפ"י תורה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
96 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8234
מאנטאג פעברואר 09, 2015 4:23 pm#252639
יאיר האט געשריבן:אויב דו גלייבסט נישט אין מאראל, נאר בסך הכל האסטו א פראבלעם אז ס'איז דא עפעס א טעקסט לא תרצח וואס איז דיר מחייב, וואס איז דער פראבלעם מיט האבן א תאוה פאר רציחה?

ווייל זיי האבן א תאוה צי וואס דער טעקסט שטעלט אראפ אלץ מיאוס און שלעכט,
(איך האב יא א פראבלעם מיט מאראל נאר ווען גאט הייסט מיר גיין קעגן דעם בין איך מיר מתגבר אויף מיינע תאות )
מאנטאג פעברואר 09, 2015 7:56 pm#252684
איך קען אפלערנען דיין מהלך אויף צוויי אופנים:
א) אין אלגעמיין פיר איך מיך לויט מאראל און איך ערווארט אז יעדער זאל זיך פירן מאראליש. אבער ווען גאט הייסט מיר גיין קעגן מאראל דאן פאלג איך אים ווייל איך האב נישט קיין ברירה (מחמת יראת העונש אדער מחמת אהבת אלהים וכדו').
ב) איך בין א פולשטענדיגער מאראלישער מענטש. געווענליך שאץ איך אפ מיט מיין אייגענע שכל וואס איז מאראליש צו טון, אבער ווען גאט הייסט מיר גיין קעגן מיין שכל, דאן בין איך זיכער אז פאלגן זיין באפעל איז דער מאראלישסטער זאך צו טון. אדער ווייל פאלגן גאט איז די העכסטע דרגא אין מאראל, אדער ווייל איך האב טראסט אין דעם שופט כל הארץ אז צוליב א באהאלטענע סיבה איז עס יא מאראליש.
מאנטאג פעברואר 09, 2015 10:01 pm#252711
איך ארבעט אויף צוויי שטאפלן, א) אז דער איינציגער זאך צי וואס איך בין 100% משועבד איז גאטס ווארט אפגעזען צי עס שטימט מיט מיינע מאראלן, איך בין א גאטס פארכטיגער מענטש לאו דוקא א מאראלישע מענטש אדער יעדע אנדערע קולטורס מענטש,
ב) היות למעשה זעה איך איין אז מאראל איז א ריכטיגע אידיאל פרוביר איך צי זעהן וויאזוי דער תורה שטימט דערמיט אין דא קען מען באהאנדלען דיינע צווי אפציעס, אבער מיין עיקר נקודה איז געווען אז איך בין געבינדען צי גאט'ס ווארט בכל אופן אין דאס איז דער איינציסטער מחייב, ממילא אויף א פאל ווי עס זעט אויס אז תורה מיט מאראל זענען זיך סותר איז נישט דא קיין סיבה צו טראכטן אז מען דארף טוישן די תורה, אין עס דארף נישט שטערן אזא זאך ווייל די אבסולוט אמת'ע ריכטיגע זאך צי טון איז נאר פאלגן גאטס ווארט,

אין באמת דיינע צוויי אפציעס זענען אויך געבויעט אויפן יסוד וואס איז לדעתי א טעות, אז מען איז מחיוב צום מאראל ממילא ווען גאטס באפעל איז זיך סותר דערמיט דארף מען טרעפן א הגיון צי שניידן, אבער לענ''ד איז די איינציגסטע זאך צי וואס איך בין מחיוב איז גאטס ווארט אין דאס איז דארף איך טון ווייל עס איז 'ריכטיג', גאט איז דער איינציגער מאן דאמר אויף וואס איז 'ריכטיג' צו טון, (נאר אמאל קען דאס זיין קעגן דעם מענטשליכע מצפון ווי למשל צי הרגנ'ן א מענטש אדער מחלל שבת זיין ע'' הנביא דא ווייס איך אז די 'ריכטיגע' זאך צי טון איז נישט צוציהערן צו מיין מצפון)
(יודעני אז איך געב מיר זייער אומקלאר ארויס אבל דאס בין איך בכח)
מאנטאג פעברואר 09, 2015 10:21 pm#252715
איך פרוביר צו פארשטיין דעם ערשטן שטאפל, וואס איז טאקע די סיבה פארוואס דו ביסט א גאטס פארכטיגער מענטש, און אין דעם זענען געוואנדן מיינע צוויי אפציעס. א דריטע אפציע קען זיין אז דו טוסט אזוי פשוט פון געוואוינהייט. אבער היות איך קען דיר אלס א קלוגער מענטש שטעל איך מיך פאר אז דו האסט עפעס א טיפערע סיבה.
מאנטאג פעברואר 09, 2015 11:15 pm#252717
א וויכטיגע שאלה, לאמיר פרובירן צי ענטפערן, ע''פ הגיון ומחשבה האלט איך אז דער מענטש האט א העכערע ציל ווי ער דארף אנקימען וואס דאס איז די בעסטע זאך צי וואס א מענטש קען אנקימען, אין די ערגסטע זאך פאר א מענטש איז נישט אנציקימען דארט, אין דיר ציל.איז נענטער צי ווערן אין זיך מדבק זיין אן גאט ב''ה וואס זיין ווינדערליכע חכמה זעט זיך אן פין זיין באשאף, אין ער האט פארגעשטעלט דעם וועג אנציקימען דערצו אין זיי תורה, דערפאר האלט איך אז די ריכטיגע זאך צי טון איז פאלגן וואס שטייט אין די תורה, דאס איז פארוואס 'איך וויל' מיר משעבד זיין דערצו,
חוץ מזה האט אויך גאט באפוילן צי פאלגן די תורה, ממילא נישט פאלגן וועט זיין קעגן זיין ווילן, אין אלץ יראת העונש אין מיין ליבשאפט צי אים וועל איך נישט גיין קעגן זיין ווילן,
(אויב איז דא א לאך אין מיינע וערטער פליז קלאר מיר אויס, והרמב''ם כתב 'אלא עושה האמת מפני שהוא אמת' ומעולם לא זכיתי להבין בדיוק כונתו)

ממילא ווען איינער פרעגט מיר וואס איז דער מחייב אויף מיין וועג אין לעבן? וועל איך ענטפערן גאטס ווילן אין מיין שלימות ע''פ גאטס אינסטרוקציעס, אויב אזוי פארוואס זאל איך נאך קיקן אויף וואס דער 'מאראל' איז מחייב?
דינסטאג פעברואר 10, 2015 12:03 am#252723
Spirituality evolves, face it.
דינסטאג פעברואר 10, 2015 12:05 am#252725
איך פארשטיי נישט קיין רמזים זיי מסביר,
דינסטאג פעברואר 10, 2015 12:18 am#252730
לאמיר אננעמען אז גאט האט יא געוואלט געבן א תורה לויט די אנגענומענע מאראלישע סטאנדארטן פון דעם טאג פון קבלת התורה עד היום הזה, וואלט דאס געווען מעגליך?
דינסטאג פעברואר 10, 2015 12:30 am#252736
איך כאפ נישט ווי די צילסט, צי עס איז מעגליך גאט זאל זאגן פאלגט אייער מאראל? אוודאי איז עס טעארעטיש מעגליך (נאר קענסט דיר פארשטעלן וואס פארא צורה אזא רעליגיע וואלט געטראגן)

עס איז אבער אויך מעגליך ער זאל געבן א אנדערע סארט תורה,
דינסטאג פעברואר 10, 2015 12:33 am#252738
איך מיין צו פרעגן ווי פאלגענד; איז שייך אראפצושטעלן דינים בין אדם לחבירו און ס'זאל בלייבן מאראליש אויסגעהאלטן גאנצע דריי טויזענט יאר אנע מאדיפיקאציע.
דינסטאג פעברואר 10, 2015 12:41 am#252743
מעכעלע, איך מיין אז דו זאגסט מיין צווייטע אפציע, אז זיך מקשר זיין מיט גאט און טון זיין רצון איז ביי דיר די העכסטע און דערהויבנסטע זאך, ממילא ווערט דאס די שפיץ פון מאראל. דאס איז עכ"פ וואס דער רמב"ם מיינט מיט האמת מפני שהוא אמת.
דינסטאג פעברואר 10, 2015 12:52 am#252749
מאטי האט געשריבן:איך מיין צו פרעגן ווי פאלגענד; איז שייך אראפצושטעלן דינים בין אדם לחבירו און ס'זאל בלייבן מאראליש אויסגעהאלטן גאנצע דריי טויזענט יאר אנע מאדיפיקאציע.

פין וועלכע דינים בין אדם לחבירו רעדסטו?
דינסטאג פעברואר 10, 2015 12:53 am#252750
יאיר פארוואס ביסטו 'סטאק ' מיט די ווארט 'מאראל'? פארוואס דארף מען אויספירען אז דאס.איז.דער שפיץ מאראל?
דינסטאג פעברואר 10, 2015 4:17 pm#252874
לאמיך פרובירן אריינצוקומען אינעם שמועס קורצליך:

גראדמעכעלע האט זייער עפעקטיוו ארויסגעברענגט דעם מהות פון רעליגיע, וואס איז בסך הכל א הכנעה צו גאט. פראפעסאר ישעיהו ליבוביץ ז"ל האט דאס ארויסגעברענגט ווי פאלגנד: דער זארג פאר'ן מענטש אין דער תורה שטעלט זיך נישט אפ ביי "ואהבת לרעך כמוך", נאר ביי "ואהבת לרעך כמוך אני ה'". דער פאקטאר וואס איז קובע די עטיק אין דער תורה איז נישט דער מענטש, נאר גאט. מיט דעם טיילט זיך רעליגיע אפ פון הומאניזם, וויבאלד הומאניזם קאנצענטרירט זיך ארום דעם מענטש, בשעת רעליגיע (על כל פנים די תורה) דרייט זיך ארום גאט. ישעיהו ליבוביץ ווייזט אן אז דאס איז א הויפט מעסעדזש אין דער מעשה פון דער עקידה, וואס קומט דעמאנסטרירן אז גאט, און נישט דער מענטש, שטייט אינעם צענטער פון איר השקפה. גאט האט נישט געוואלט מ'זאל ברענגען יצחק אלס קרבן, אבער ווי מ'זאגט אויף ענגליש: he made his point (אויפרעגנדיג דערמיט אלע הומאניסטן פון אלע שפעטערע דורות).

לעבנדיג אין א תקופה וואו הומאניזם איז די נייע רעליגיע פונעם מענטש, געבן מיר זיך שווערליך אן עצה מיט דער טעא-צענטרישער רעליגיעזיטעט, אבער די איראניע פון הומאניזם איז אז זי האט נישט געהעריג אויף וואס זיך צו האלטן פון א פילאזאפישן שטאנדפונקט (ס'איז נישט מעגליך צו ערקלערן לאגיש פארוואס מ'זאל נישט טארן עובר זיין אויף די יסודות פון עטיק), און דא פאלט מען אריין אינעם לאך פון "מאראל רעלאטיוויזם" וואס פלאגט אונזערע לעצטע דורות. וויבאלד הומאניזם האט נישט מער א וויסנשאפטליכע באזע ווי טעא-צענטריזם, קומט אויס אז ס'איז נישט שווער צו פארדרייען די יסודות פון "דער נייער רעליגיע" פונקט ווי מ'קען פארדרייען די יסודות פון אלטע רעליגיעס. דאס אז מיר לעבן יעצט אין א תקופה וואו הומאניזם שטעלט זיך אויס צו זיין גוט, הייסט נאכנישט אז ס'איז געשיצט פון סכנות. פאקטיש האט די נאצישע רעליגיע זיך באזירט אויף א פארקרומטן הומאניזם, דורכ'ן "רעפארמירן" דעם אלטן הומאניזם אין ליכט פון נייע געפינסן, און אזוי האט זיך געשאפן די שרעקליכסטע פארעם פון רעליגיע אין דער וועלטליכער געשיכטע. די מעשה פון דער עקידה, ווי ישעיהו ליבוביץ ווייזט אן, איז געצילט צו פארהיטן דעם מענטש פון זיך אליין. דאס אריינשטעלן גאט אין צענטער פון זיין עטיק דארף אים אנגעבליך אריינצווינגען אין א ראם, וואס ער איז נישט בכח צו טוישן און פארדרייען לויט ווי ס'שמעקט אים.

האט די תורה מצליח געווען צו דערגרייכן איר כוונה? קיין שום אידעאלאגיע אין דער וועלט קען בדרך כלל נישט מצליח זיין הונדערט פראצענט (דאס איז נאר די וויזיע אויף לעתיד לבוא), וויבאלד די מענטשליכע טבע שפילט דא א גרויסע ראלע, אבער ס'איז שווער מסופק צו זיין אין דעם אז די תורה האט מצליח געווען מיט אירע צילן אומפארגלייכליך מער ווי סיי וועלכע אידעאלאגיע, סיי ווען מ'רעדט פון דער השפעה וואס זי האט געלאזט אויף דער מענטשהייט (ברענגענדיג דעם גרעסטן טייל פון דער מענטשהייט אונטער איר השפעה), און סיי ווען מ'רעדט פון אוועקשטעלן א רעלאטיוו געזונטע סטרוקטור פאר'ן מענטש. לאמיר נישט פארגעסן אז אפילו הומאניזם איז אן אייניקל פון דער תורה אין א מאדערנער כלי. ס'זענען שטענדיג געווען און ס'וועט שטענדיג זיין מענטשן וואס וועלן אויסניצן רעליגיע צום שלעכטן, אבער באטראכטנדיג די דערגרייכונגען פון דער תורה, קען מען דערקענען דערין די האנט פון גאט אין געשיכטע (אפגעזען וויאזוי מ'פארשטייט די ביבל-קריטיק).

*

אלזא, ביז אהער בין איך מסכים מיט גראדמעכעלע. מיין מחלוקת מיט אים איז נאר איבער דער באציאונג וואס מאראל האט מיט דער תורה. ס'איז אמת אז "אני ה'" מוז שטיין אין צענטער פון דער רעליגיעזער השקפה, אבער אין דער זעלבער צייט איז קלאר אז די תורה האט אפעלירט צו אונזערע אינסטינקטיווע מאראלישע געפילן (שענקענדיג א פאסיגן ראם וויאזוי דאס דורכצופירן), און דאס אליין קען מען איבערווייזן פון דער תורה גופא. איך האלט אז די תורה האט אן אינטערעסאנטן מהלך וויאזוי צוצוגיין צו דער פראבלעם, ווי כ'האב עס פריער ערקלערט, אבער איך האב ווייטער נישט קיין צייט אריינצוגיין אין פרטים.

לאמיך נאר קלארמאכן אין קורצן, אז כ'האב נישט געמיינט צו זאגן אז די סנהדרין האבן געהאט א פרייע האנט צו טוישן מצוות אין דער תורה, נאר אז זיי האבן געקענט עלימינירן פראבלעמטישע פראצעדורן וואס זענען אין דער תורה אריינגעלייגט געווארן מתחילה ווי א "פשרה צום מענטשליכן יצר" פון יענער צייט (דברה תורה כנגד יצר-הרע). דוגמאות פון אזעלכע זאכן איז די פרשה פונעם גואל-הדם, וואו די תורה האט אריינגעשטעלט א האלבע לעזונג (ערי מקלט) מיט דער האפענונג אז דער מנהג זאל זיך גענצליך אויסרייסן מיט דער צייט. נאך א ביישפיל איז עבדות, וואס די תורה האט שטארק מאדיפיצירט לויט די באגריפן פון יענער צייט, האפנדיג אז דאס זאל זיך עווענטועל ענדיגן. די סנהדרין וואלטן אוודאי נישט אנולירט פסוקים אין דער תורה, נאר געטראפן די פאסיגע מיטלען וויאזוי זיך אן עצה צו געבן דערמיט. די תורה האט צוגעשטעלט א שפע פון אזעלכע מיטלען, און נישט אומזיסט האט די סנהדרין געדארפט האבן "די מעגליכקייט" צו קענען מטהר זיין א שרץ בק"ן טעמים.

ווען ס'קומט צו מיתת בית-דין איז עס נאך דאס גרינגסטע, וויבאלד די תורה ערקלערט נאר זעלטן וועלכע מיתה צו געבן, און דער לימוד פון "ברור לך מיתה יפה" קען זיכער מחייב זיין אז מיט דער פארשריט פון טעכנאלאגיע זאל מען ניצן דעם גרינגסטן מיטל. ווידער דארט וואו ס'איז יא ארויסגעשריבן אין פסוק סקילה אדער שריפה, בין איך זיכער אז א געניטער שופט קען טרעפן א מהלך וויאזוי צו "דראפן די טשארדזשעס" פון סקילה, און נאך אלץ איבערלאזן באשולדיגונגען וואס זאלן ערלויבן א לייכטערע מיתה. אפילו ווען ס'איז נישטא קיין סנהדרין איז פאראן גענוג פלאץ זיך צו שפילן מיט דער הלכה'דיגער סיסטעם, ווי די רבנים טוען עס למשל ביי היתר עגונות (ווייל חז"ל האבן דארט אוועקגעשטעלט דעם פרינציפ פון "אקילו רבנן בגטין", אינגאצן צוליב ואהבת לרעך כמוך). אין פאל פון די סנהדרין, וועלכע האבן זיכער געהאט ברייטערע אויטאריטעט ווי סתם רבנים, מוז דאך אויסקומען אז זייערע מעגליכקייטן אין דעם פעלד זענען געווען גאר ווייטע און ברייטע.

ווען דער רמב"ם באהאנדלט די טעמע, באציט ער זיך נישט צו דער פראגע פון עטיק, נאר צו אנדערע פראגעס וואס די סנהדרין האבן געדארפט קענען אקאמאדירן, כדי עס צוצופאסן "צו דער אריגינעלער כוונה" פונעם פסוק, נעמענדיג אין באטראכט אז די תורה איז א חינוך-סיסטעם וואס דארף קענען ערציען די מענטשהייט צוביסלעך אין א לאנגער פארצויגענער פראצעדור. (איך זאג עס פון זיכרון, איך וועל דיר דארפן אויפזוכן דעם מראה-מקום.) מ'קען אבער טרעפן קלארע סימנים אין די מקורות אז דאס זעלבע איז שייך ווען ס'קומט צו עטיק. אגב, די דיכאטאמיע פון משנה-תורה קעגן ספר ויקרא קען דא אויך שפילן א ראלע, ווען מ'באטראכט דעם וואונדערליכן טעקסט וואס משה רבינו האט גענוצט ביים פארלייגן א פארמולע צו די עיקר פרינציפן פון דער תורה. דאס איז אבער א שמועס פאר זיך.

בקיצור, איך פערזענליך בין שטארק נתפעל פון דער געטליכקייט פון אונזער תורה, אבער הויפטזעכליך צוליב דעם וואס איך זע דערין די בעסטע אפשפיגלונג פון דעם נביא'ישן אינסטינקט וואס מיר אלע האבן: "ואהבת לרעך כמוך".
דינסטאג פעברואר 10, 2015 8:50 pm#252915
גראדעמעכעלע האט געשריבן:יאיר פארוואס ביסטו 'סטאק ' מיט די ווארט 'מאראל'? פארוואס דארף מען אויספירען אז דאס.איז.דער שפיץ מאראל?

איך בין נישט סטאק מיט גארנישט. איך פרוביר צו איבערטייטשן דיינע ווערטער אויף דער פילאזאפישער שפראך. אדרבה, אפשר קענסטו מיר ארויסהעלפן. זאג דו מיר פארוואס דו ווילסט נישט אויספירן אז דאס האט מיט מאראל.
דינסטאג פעברואר 10, 2015 8:54 pm#252916
עס איז נישט אז איך וויל נישט, איך זעה נאר נישט די צורך דערצו,
דינסטאג פעברואר 10, 2015 8:56 pm#252917
ווייל אן מאראל, אדער ערכים, איז נישטא אזא זאך ווי א "העכערע ציל".
דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:29 pm#252949
אקעי, כ'האב נישט געכאפט וואס די מיינסט מיט 'מאראל',
מיטוואך פעברואר 11, 2015 1:01 am#252972
הערליך געשריבן @פלאוויוס,
איך קען בעקרון מסכים זיין מיט דיר אין עס איז אזוי מסתבר, אז עס איז פארהאן מצות אין די תורה וואס די תורה וויל עס נישט בעצם אין א טייל וואס בעצם וויל די תורה עס נישט, אין די בעסטע דוגמה דערצו איז דו פרשה פון גואל הדם ווי די האסט דערמאנט, וואס אין דו תורה אליין זעט מען אז עס איז נישט בארעכטיגט אז דער רוצח בשוגג זאל שטארבן אין דערפאר איז דא א מצוה פין תכין לך הדרך אין אז ת''ח זאלן אים באגלייטן (רק כשבעט בדין תורה שציותו לישב בעיר מקלט להיתכפר אז הדין שונה והותר דמו באמת), איו אזוי לגבי עבדים אין לכאורה לגבי מלחמת הרשות, אין ביי אזעלכע פעלער איז פשט אז די תורה האט קיינמאל נישט בארעכטיגט די מעשים אלץ 100% מאראליש אין מצוה געווען עס צי טון, נאר געגעבן די וועג וויאזוי זיך צי פירען אין די פעלער,

אבער די שאלה איז ווי ווייט קען מען דאס נעמען, אין דא האלט איך אז למשל לענין מחיית זכר עמלק וואס איז לכאורה גאר אומפארשטענדליך לויט אינזערע מאראלישע סטאנדארטן, אבער היות גאט האט געהייסן דאס טון איז נישטא קיין וועג ארויס אין מען דארף נישט וועלן זיכן א וועג ארויס כמ''ש לעיל, אין אזוי אויך לענין אנדערע ציווים ווי די תורה באפעלט עפעס וואס איז קעגן אונזער פארשטאנד ווי מלחמת מצוה אין קרבנות פאר די וואס האבן א געפיל צי די בע''ח,

יעצט לעניינינו לגבי מיתות בי''ד, לפי ווי איך פארשטיי דער מהלך פון תורה שבע''פ לויט ווי דער רמב''ם שטעלט עס אוועק אונעם הקדמה לפירוש המשנה ועוד, איז פשט אז ווען גאט האט געזאגט פאר משה צו שרייבן מות יומת דמיהם בם, האט ער אים געזאגט דאס מיינט הרגנ'ן דורך סקילה, דהיינו אז די רצון המצווה איז געווען אז מען זאל סוקל זיין, ממילא האלט איך אז מען קען דאס נישט טוישן,
דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 3:02 am#253129
דרך אגב, איינער קען מסביר זיין די מיתה פון בן נח נהרג על שוה פרוטה ?
זונטאג פעברואר 15, 2015 6:30 pm#253815
אין אמת'ן אריין האב איך זיך געשעמט מתייחס זיין צו די גאנצע סומאטוכע וועגן די אויבן דערמאנטע שאלה, נאר אחרי רואי ווי אזוי פיל האבן נישט געקענט ענטפערן דא צו דער זאך אז יסכר פי דוברי שקר, און די שואלים מיינען דא אינגאנצן נישט שלעכט נאר עס פעלט זי פשוט כמה ידיעות און מסתם מחמת זייער חינוך איז זיי שווער כמה ענינים און איך זעה ווי די שאלה ווערט אויפגעברענג ווידער און ווידער וועל איך דא אביסל מאריך זיין צו מסביר זיין דעם גאנצן ענין און איך האף אז מיט דעם וועט זיך איינשטילן די מאדנע שאלה מה בין תורתינו לבין הרוצחים isis.

א. אלס הקדמה דארף מען פארשטיין אז תורתינו הק' האט זיך קיינמאל נישט פארגעשטעלט אלס א רעליגיע פון רחמים און ליבע כשאר האמונות, נאר אלס תורת האמת והיושר ולכן אם אכן היה אמת ויושר לרצוח חפים מפשע באופן אכזרי היתה תורתינו מתירה ומצוה על זאת אבער דאס איז נאר אין טעאריע וייל אין מציאות איז אונזער רעליגיע ווייט ווייט פון דעם.

ב. עס איז באוואוסט די מעשה פון דער לייב וואס האט אויסגעלערנט זיינע יונגע קינדער אז זיי קענען רוהיג גיין פאנגען חיות עאין וואלד ווייל זיי זענען די שטערקסטע חיות אין וואלד און דארפן פאר קיינעם נישט מורא האבן אבער גלייך נאכן ארויס גיין פון אונטער די מאמע לייבעכעס שויס זענען זיי צוריק געקומען מיט איין בהלה אז זיי האבן יא מורא ווייל זיי האבן דעזעהן א בילד פון א מענטש וואס צורייסט מיט זיינע הענט א לייב (שמשון הגיבור) האט דער טאטע לייב זיי געענטפערט אז זיי האבן פארט נישט וואס צו מורא האבן ווייל טאקע דאס אז מען האט פון דעם א בילד געמאכט איז א סימן אס עס איז אויסער געווענטליך ווייל בדרך כלל איז קיינער שטארקער פון זיי. (ואולי כהיום שעושים תמונות מכל דבר ומכל רגע, נסתרה ראיתו או אולי אכן משונה הדבר לראות אדמורים לומדים והוא דבר שאינו רגיל).
לענינינו, צו וויסן וואס אונזער תורה האלט וועגן הרג'ענען קען מען נישט ברענגען א ראיה פון אויסער געווענליכע פעלער נאר מען דארף קוקן ווי איז די הוראה בדרך כלל און נאר פון דארט קען מען וויסן את המעשה אשר יעשון.

ג. מען האט שוין פריער ערווענט אז כאטש וואס אין פרשת משפטים אדער קדושים ווערט זייער אסאך מאל דערמאנט מות יומת, עכ"ז זענען הלכות הריגה זיער זעלטן מקוים געווארן ביי כלל ישראל און מען האט כמעט נישט גע'הרג'עט א מענטש, ווייל עס פאדערן זיך זייער אסאך זאכן זאלן שטימען אז מען זאל איינעם הגר'ענען ווי 2 עדים נישט קרובים אן נגיעות כלל וואס זייערע ווערטער שטימען אויף 100 פראצענט און האבן קלאר געזעהן כמכחול בשפופורת און האבן פארדעם מתרה געווען מיט די פונקטליכע לא תעשה און די שטראף אויף דעם, מיט אלע חקירות און דרישות וכדו' וכו' מען האט מחזיר געווען לזכות און נישט לחובה, ווי עס ווערט געברענגט אין גמ' רבי שמעון בן שטח ראה איש רודף אחר רעהו, ובידו סכין שלופה. האיש הבורח, נס לתוך מערה, והרודף נכנס אחריו. לאחר רגעים אחדים, יצא הרודף ובידו הסכין מגאלת בדם. נכנס רבי שמעון בן שטח למערה, וראה כי האדם שברח אליה, שוכב שם הרוג. פנה רבי שמעון לרוצח ואמר לו: רשע! מי הרג את האיש הזה? או אני או אתה, ואם אני לא הרגתי, אז אתה בודאי הרגת וחיב אתה מיתה. אבל מה אעשה שאין דמך מסור בידי, שהרי התורה אמרה "על פי שנים עדים יומת המת", ומאחר שאין כאן עדים, אי אפשר להרגך על פי הדין, עד כאן הוא מה שהיה הדין על דרך כלל וזהו דין התורה על דרך כלל.

ד. די תורה האט אונז מחייב געווען און געגעבן ד' מיני מיתות וכל הנהרג צריך ליהרג באחת מהן, און די חכמים קענען נישט טוישן די ד' מיתות בי"ד און די גאנצע דיון אין גמ' איז נאר וויאזוי צו הרג'ענען בדרך כבוד און באופן הקל ביותר אין די דרך פון מיתה אבער וודאי נישט צו טוישן די אופן פון די מיתה, נאר ווי געבן יין קודם המיתה ולדבר על לבו שבמיתתו יתכפר עוונו און מאכן מיט די ווייניגסטע יסורים די מין מיתה וואס אותו אדם איז מחויב.

ה. כשדנים על פרטים שהם יוצאים מן הכלל צריך לדעת שלעולם אי אפשר להקיף כל הפרטים ולכן אם הוכח בהרבה דגמאות מדוע משונים הם, אפשר לדון מהם על הכלל כולו שבכל מקום שתמצא יוצא מן הכלל דלעיל שיש עליו הסבר מדוע משונה הוא ובזה החלי.

ו. כל מקום שתמצא אז מען האט גע'הרג'עט נישט לויט די פריער דעמאנטע פארשריפטן איז עס נאר געווען א הוראת שעה מיט ריכטגע הסבר מדוע און עס איז ווי שמשון מיט די לייב אז דאס איז טאקע די ראיה אז אין זאת דרכינו על דרך כלל.

ז. די ערשטע מאל וואס כלל ישראל איז מחויב געווארן מיט א קאלעקטיווע שחיטה איז געווען ביי מלחמת עמלק ולהבין זאת מה חטאו יונקי שדים בהמות וחיות, נאר אויף דעם לויטעט טאקע די באוואוסטע ווארט "וועסטו מיר פאלגן וועסטו מיר נישט פארשטיין, וועסטו מיר נישט פארלגן וועסטו מיר פארשטיין אבער עס וועט שוין זיין צו שפעט" דהיינו כלל ישראל איז געווארן אנגעזאגט מלחמה לה' בעמלק מדור דור און ביי שאול המלך איז דאס געקומען צו מקיים זיין בפועל ממש אבער ער איז געווארן איבער גענומען (פשיטא שאינו לפי השגתינו אבל אין מקרא יוצא מידי פשוטו) מיט מה יפית רחמנות געפילן וואס אויף דעם האט השי"ת געזאגט וכי אתה רחמני יותר ממני וואס ביי מיר שטייט ורחמיו על כל מעשיו און השי"ת האט אפילו נישט געלאזט די מלאכים זאגן שירה ווען מעשי ידיו טובעים בים און לסוף איז טאקע איגלאי מילתא אז עס איז ארויס געקומען פון זיי המן און מלכות גרמניא (עיין הגהות הב"ח מגילה דף ו'.) וואס כלל ישראל האט געליטן פון זיי לדורותיהם און בפרט בחורבן האחרון, ווייל עס איז ביי זיי קיין גוטס נישט פארהאנען ווי די היסטאריע האט געוויזן און פארדעם האבן זיי געדארפט אינגאנצן פארמעקט ווערן אוון ווי מען האט שוין דא נאכגעברענט אז אויב אזוי פיל עפל זענען פאדארבן דארף מען פארניכטן די גאנצע פעלד (מיט די ווארט קען מען זיך אפשר דינגען אבער ווען הש"ת זאגט דאס און באפוילט אונז איז זיכער אזוי).

ח. די צווייטע מאל וואס מען האט גע'הרג'עט אין איין טאג אסאך איז געווען ביי חטא העגל ווען משה רבינו האט געהייסן פאר שבט לוי צו הרג'נען אלע עובדי העגל און אפילו דעמאלטס איז נאר גע'הרג'עט געווארן 3000 מענטשן וואס איז א צענטל פון א פראצענט פון כלל ישראל (600 טויזענט מענער צווישן 20-60 פלאס נשים ואנשים למטה מעשרים ולמעלה משישים מגיע לחשבון של 3 מיליאן אנשים ותבוא למספר זה) און עס איז געווען א הוראת שעה שלא יחר חרון ה' בישראל שיעשו דין למטה ושבט לוי הכירו במי שחטא בעגל כמובא שהשקן משה כסוטה והרגו רק אלו שהיו באמת חייבים רק שבדין תורה הרגילה לא היה אפשר לחייבן ועתה מחמת ההוראת שעה הרגו באופן זה לשיטה אחת, ולשיטה שניה אכן התרו שבט לוי בכל הנהרגים קודם שחטאו והיה משפטן כדין עובדי ע"ז או כדין אנשי עיר הנדחת עין רמב"ן פרשת כי תשא שמות ל"ב כ"ז ד"ה שימו איש חרבו על ירכו.

ט. די דריטע מאל וואס מען איז מחויב געווארן מיט א קאלעקטיווע שחיטה איז בכניסתן לארץ וואס השי"ת האט באפוילן לא תחיה כל נשמה פון די ז' אומות, וכאן אכן צריך לבאר שמצוה זו היתה קשה מאוד על ישראל ואכן לא קיימו אותה בכל השלמות ולסוף התקיימה נבואת השי"ת פן יחטיאו אותך לי וכל אלילי עם ישראל באו ממקור הכנענים שהורישו אותם לישראל ועם כל זה האט יהושע זיי געשיקט פארדעם א בריוו אז זיי זאלן פארלאזן ארץ ישראל פון גוטן ווילן און בלייבן לעבן און באקומען כל טוב כמו שעשה הגרגשי ופינה כליו וקיבל את ארץ איטליה לשכר על מעשיו (להלומדים עיין מתי נתהוה ארץ איטליה אם רק בנישואי שלמה עם בת פרעה או רק חלק ממנה נתהוה אז) און אזוי אויך האלטן אסאך ראשונים אז מען האט געמעגט מקבל זיין גרים פון זיי אבער ווער עס איז געבליבן אין ארץ ישראל האט אויס גערופן מיט דעם א מלחמה מיט כלל ישראל אבער דאס וואס השי"ת האט געהייסן לא תחיה כל נשמה איז נישט געווען א מעשה כיבוש גרידא נאר מחיקת הרע ווי מען ווייסט שוין היינט דורך ארכיאלאגישע גראבונגען אז אין ערגעץ אין די וועלט האט מען נישט געטראפן אזוי פיל פסלי תועבה ווי אין ארץ כנען אפילו די רומאים זענען געווארן געשאַקט ווען זיי האבן דאס געזעהן ווי למשל דער עיקר געטשקע ביי די כנענים איז געווען בצורת עריץ רשע אכזר שפיתה נשים ותפש בכח את כסא אביו והרג אחיו ואחיותיו בניו ובתו, און אלע זייערע פסלים פון געטשקעס איז במסיבת בשרים נלוזות ופרועות ובמעשי טבח בבני אדם וחלק חשוב ומיוחד בפולחנם היו הקדֵשים והקדֵשות וכן נמצאו הרבה שאריות עצמות ילדים וילדות וערמות אפר ארום זייערע מזבחות און די אלע הקרבות ילדים פולחני זנות און דינען נחשים און אלילים רעים האט זיי געמאכט פון די גרועים שבאומות און כדי שלא ילמדו ישראל ממעשיהם און כעונש על חטאותיהם נצטוו ישראל לא תחיה כל נשמה און טאקע למעשה איז דאס געווען זייער שווער פאר כלל ישראל צו מקים זיין און כדלעיל האט כלל ישראל צום סוף פארשטאנען אויף זייער א ביטערע וועג טעם מצוה זו.

י. עיר הנידחת, כאטש עס ווערט געברענגט אז עס איז קיינמאל נישט פארגעקומען און עס איז אויך מחויב מיט אלע חקירות און דרישות מ"מ אם ימצא שאמת נכון הדבר אזי אין לכל העיר תקנה כי כמו שפסק הרמב"ם הלכות דעות פרק שישי הלכה א' "דֶרֶךְ בְּרִיָּתוֹ שֶׁל אָדָם לִהְיוֹת נִמְשָׁךְ בְּדֵעוֹתָיו וּבְמַעֲשָׂיו אַחַר רֵעָיו וַחֲבֵרָיו וְנוֹהֵג כְּמִנְהַג אַנְשֵׁי מְדִינָתוֹ. לְפִיכָךְ צָרִיךְ אָדָם לִהִתִחַבֵּר לַצַּדִּיקִים וִלֵישֵׁב אֵצֵל הַחֲכָמִים תָּמִיד כִּדֵי שֵׁיִּלִמֹד מִמַּעֲשֵׂיהֵם. וִיִתִרַחֵק מִן הָרִשָׁעִים הַהוֹלְכִים בַּחשֶׁךְ כְּדֵי שֶׁלֹּא יִלְמֹד מִמַּעֲשֵׂיהֶם. הוּא שֶׁשְּׁלֹמֹה אוֹמֵר (משלי יג-כ) 'הוֹלֵךְ אֶת חֲכָמִים יֶחְכָּם וְרֹעֶה כְסִילִים יֵרוֹעַ'. וְאוֹמֵר אַשְׁרֵי הָאִישׁ וְגוֹ'. וְכֵן אִם הָיָה בִּמְדִינָה שֶׁמִּנְהֲגוֹתֶיהָ רָעִים וְאֵין אֲנָשֶׁיהָ הוֹלְכִים בְּדֶרֶךְ יְשָׁרָה יֵלֵךְ לְמָקוֹם שֶׁאֲנָשֶׁיהָ צַדִּיקִים וְנוֹהֲגִים בְּדֶרֶךְ טוֹבִים. וְאִם הָיוּ כָּל הַמְּדִינוֹת שֶׁהוּא יוֹדְעָם וְשׁוֹמֵעַ שְׁמוּעָתָן נוֹהֲגִים בְּדֶרֶךְ לֹא טוֹבָה כְּמוֹ זְמַנֵּנוּ. אוֹ שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לָלֶכֶת לִמְדִינָה שֶׁמִּנְהֲגוֹתֶיהָ טוֹבִים מִפְּנֵי הַגְּיָסוֹת אוֹ מִפְּנֵי הַחלִי יֵשֵׁב לְבַדּוֹ יְחִידִי כָּעִנְיָן שֶׁנֶּאֱמַר (איכה ג-כח) 'יֵשֵׁב בָּדָד וְיִדֹּם'. וְאִם הָיוּ רָעִים וְחַטָּאִים שֶׁאֵין מְנִיחִים אוֹתוֹ לֵישֵׁב בַּמְּדִינָה אֶלָּא אִם כֵּן נִתְעָרֵב עִמָּהֶן וְנוֹהֵג בְּמִנְהָגָם הָרַע יֵצֵא לַמְּעָרוֹת וְלַחֲוָחִים וְלַמִּדְבָּרוֹת. וְאַל יַנְהִיג עַצְמוֹ בְּדֶרֶךְ חַטָּאִים כָּעִנְיָן שֶׁנֶּאֱמַר (ירמיה ט-א) 'מִי יִתְּנֵנִי בַמִּדְבָּר מְלוֹן אֹרְחִים': ולכן היו על פי דין צריכים להרוג כל העיר הנדחת ואסור אפילו ליהנות משללה (איך נוהגים רוצחי isis בדין זה?) והוא כמו שהרופאים יחתכו כל אבר אם נתפשט בו מחלה ח"ו.

יא. למגדר מילתא האבן די חכמים געקענט אמאל הרג'נען נישט לויט די געווענטליכע פארשריפטן ווי עס ווערט געברענגט רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן שָׁטַח לָקַח שְׁמוֹנִים בַּחוּרִים בַּעֲלֵי קוֹמָה, וְלָקַח אוֹתָם עִמּוֹ אֶל הַמְּעָרָה שֶׁהָיוּ בָּהּ שְׁמוֹנִים מְכַשֵּׁפוֹת, וְכָל אֶחָד מֵהַבַּחוּרִים לָקַח מְכַשֵּׁפָה אַחַת בְּיָדוֹ, וְהֵבִיאוּ אוֹתָן לִפְנֵי בֵּית הַדִּין, וְתָלוּ אֶת כֻּלָּן עַל עֵץ בְּיוֹם אֶחָד. וְהִנֵּה עַל אַף שֶׁמִּן הַדִּין אִשָּׁה אֵינָהּ נִתְלֵית [כְּמוֹ שֶׁאָמְרוּ בְּמַסֶּכֶת סַנְהֶדְרִין (דַּף כה:)], מִכָּל מָקוֹם מֵאַחַר שֶׁרָאָה שֶׁהַשָּׁעָה צְרִיכָה לְכַךְ, מִפְּנֵי שֶׁהָעָם הָיָה פָּרוּץ בְּאִסּוּר זֶה, וְהָיָה צֹרֶךְ לִפְעֹל בְּאֹפֶן כָּזֶה לְמַעַן יִרְאוּ וְיִירָאוּ, בְּמִקְרֶה כָּזֶה, הָאֱמֶת גּוֹבֶרֶת עַל הַדִּין, מִשּׁוּם שֶׁיֵּשׁ צֹרֶךְ לַעֲשׂוֹת סְיָיג וְלִמְנֹעַ אֶת הַפִּרְצָה שֶׁנִּפְרְצָה בְּיִשְׂרָאֵל. וְעַל כְּגוֹן זֶה אָמַר דָּוִד הַמֶּלֶךְ בִּתְהִלִּים: "עֵת לַעֲשׂוֹת לה' הֵפֵרוּ תוֹרָתֶךָ", שֶׁכַּאֲשֶׁר צָרִיךְ לַעֲשׂוֹת לְמַעַן כְּבוֹד שָׁמַיִם כְּדֵי שֶׁתֵּצֵא הָאֱמֶת לָאוֹר, יְכוֹלִים חֲכָמִים לְהָפֵר אֶת דִּינֵי הַתּוֹרָה לְשֵׁם כָּךְ. דער זעלבער רבי שמעון בן שטח וואס האט נישט געקענט הרג'ענען א רוצח כיון שהוא היה עד אחד, דער זעלבער האט טאקע דא גע'הרג'עט ביי בי"ד אבער מיט א הארבערע מיתה למען ישמעו ויראו מפני שהיה העם פרוץ בחטא זה.

יב. מכל הנ"ל תראה מה בין תורתינו הק' לבין isis שכל אמונתם בנויה על רציחה וכל מוסלמינער איז מחויב צו הרג'ענען יעדן כופר בכל מיתה שאפשר אןן יעדע רציחה איז מיט סאדיסטישקייט און הנאה ולכן איז די צושטעל צו isis זייער זייער נאריש (איך רעד חלילה נישט פון די מענטשן נאר פון די געדאנק).

יג. ואי תפילה לא-לוקי מרום שיתקבלו דברי לרחמים ולרצון והכל על מקומו יבוא בשלום ואם ישארו איזה שאלות האף איך אז השי"ת זאל מיר געבן גענוג צייט אלעס צו מסביר זיין.

בענין תורה שבע"פ האב איף שוין דא מסביר געווען בטוב טעם ודעת לדעתי.
זונטאג פעברואר 15, 2015 10:13 pm#253888
ATUB @געוואלדיג ATUB

אויב וואלט איר ווען דורכגעליינט די פיהר בלעטער וויכוחים ביז אהער וואלט איז זיכער נישט געשריבן מיט אזא תמימות אז...
אחרי רואי ווי אזוי פיל האבן נישט געקענט ענטפערן דא צו דער זאך אז יסכר פי דוברי שקר, און די שואלים מיינען דא אינגאנצן נישט שלעכט נאר עס פעלט זי פשוט כמה ידיעות און מסתם מחמת זייער חינוך איז זיי שווער כמה ענינים


כמעט יעדע פרט ופרט פון אייער מגילה האט מען שוין אויסגעדראשן און דורכגעארקערט ביזן גרונד. דאס איבריגע, אויב ס'איז נאך געבליבן, איז נישט באמת נוגע צום עניין. קיינער האט דא נישט געפרעגט קיין הסברים "פארוואס" די תורה האט באפוילן די אלע הריגות. די קשיא איז בעיקר געפרעגט "וואס דארף זיין די השקפה פון א ייד א שומר מצוות התורה אויף די רציחות פון די היינטיגע ראדיקאלע איסלאמער וואס זיי פירן אן על פי ציווי תורתם (שבכתב, אדער שבע"פ) אין קעגנזאץ צו אונזערע מצוות פון הריגות למיניהם"

קענסטו ענטפרן די שאלה זענט איר more than welcome. אז נישט, מעגט איר ממילא שרייבן וואס אייער הארץ באגערט. נאר להערה בעלמא...
מאנטאג פעברואר 16, 2015 12:20 am#253921
קוקט אהער, מ'קען רעדן אין דעם ענין פון אזויפיל פערספעקטיוון, אזוי אז ס'איז שטענדיג אינטערעסאנט צו הערן פון נאך מענטשן. ATUB @געוואלדיג ATUB האט געמאכט א געוואלדיגע ארבעט, מ'זעט דאך אז ער האט נישט געשריבן בלויז ווייל ער האט געהאט א פרייע מינוט, ער האט אריינגעלייגט דערין קאפ און הארץ, און ס'קומט אים דערפאר אנערקענונג. זיין שפראך וואס איז געמישט פון אידיש און לשון-קודש האט א פאלקסטימליכן רבני'שן שמעק, און דערצו האט ער אפגעשריבן א לאנגס און א ברייטס, ארגאניזירט די געדאנקען לויט אותיות. פון מיין זייט וואלט איך אים געשאנקען אפילו צוויי לייקס.
מאנטאג פעברואר 16, 2015 6:24 pm#254092
יישר כח ATUB @פלאוויוס ATUB פאר דיין חיזוק איך האב טאקע נישט קיין סאך צייט און איך האב אסאך צייט אוועק געגעבן פאר די תגובה.

כעלעם'ער מגיד.

די שאלה איז געווען דאס

chusid האט געשריבן:יעצט ווען דער עולם איז אויף מיט די חידושים פון אייסיס פון מיתות משונות, איז מיר בייגעפאלן די שאלה אז ביי אונז להבדיל אלף אלפי רבבות פעמים איז אויכט דא מיתות משונות. סקילה- שריפה- חנק... וואס איז די השקפה דערפון? וואס זאל איך מסביר זיין פאר א עם הארץ וואס העט מיר דאס פרעגן

דאס איז געווען די שאלה און אויף דעם איז מיין לאנגע ענטפער דוק ותשכח זיי זענען פאלנע רוצחים און אונז זענען רחמנים בני רחמנים.

און אויף דיין שאלה
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן: "וואס דארף זיין די השקפה פון א ייד א שומר מצוות התורה אויף די רציחות פון די היינטיגע ראדיקאלע איסלאמער וואס זיי פירן אן על פי ציווי תורתם (שבכתב, אדער שבע"פ) אין קעגנזאץ צו אונזערע מצוות פון הריגות למיניהם"


האב איך געלינקט צו מיין תגובה וועגן אונזער תורה שבע"פ

און איך וועל דיר עס מער מסביר זיין די ראשונים פרעגן וויאזוי קען די תורה זאגן אז אויף די שבע מצות בני נח איז אזהרתן זו היא מתתן? און די תירוף איז ווייל עס זענען מצות שהשכל מחייבתן כי כל בר דעת שאינו משוחד מתאוותיו יודה שיש בורא לעולם ושתורתינו הוא תורת אמת ולכן כל יושבי תבל הרוצחים שלא עפ"י תורתינו הם רוצחים שפלים ונבזים כי השכל מחייב שתורתינו אמת ושאר האמונות הם אמונות שוא ושקר עיין שם. ואנו אין לנו אמת אלא אחת ולא כהאומרים כל אחד והאמת שלו ולכן אין להם שום הצדקה על מעשיהם האכזריים.
מאנטאג פעברואר 16, 2015 9:57 pm#254148
געוואלדיג האט געשריבן: ולכן כל יושבי תבל הרוצחים שלא עפ"י תורתינו הם רוצחים שפלים ונבזים כי השכל מחייב שתורתינו אמת ושאר האמונות הם אמונות שוא ושקר.... ואנו אין לנו אמת אלא אחת ולא כהאומרים כל אחד והאמת שלו ולכן אין להם שום הצדקה על מעשיהם האכזריים.

דאס איז כמובן זייער גוט פאר אונז און פאר "כל בר דעת שאינו משוחד מתאוותיו". וואס איז אבער מיט די אלע וואס גלייבן נישט אז זיי דארפן טאלערירן דאס פארשטיינערן פון א ג' פארפאלק, אדער די האלאקאוסט פון א גאנצע פאלק אנשים נשים וטף בלויז פארן חטא פון זיין אור-אייניקלעך פון עפעס אן אור אלטע פאלק וואס האט אמאל געהאט א מלחמה מיט די בני ישראל? אדער גאר בטעות געבוירן געווארן אין א לאנד וואס די בני ישראל האט זיך פארשמעקט איר איינצונעמען און קיינעם נישט לאזן ביים לעבן?

און פון די אנדערע זייט, הונדרעטער מיליאנען מענטשן פון אן אנדערע גלויבן סיסטעם פארשטייען גאר אז מיר יידן און די קריסטן און די הינדו'ס זענען די וואס זענען "משוחד" נישט צו וועלן פארשטיין 'זייערע' מצוות און פארדעם האבן 'אונז' נישט קיין זכות קיום ח"ו. מיינט דאס אז אונז דארפן רעספעקטירן זייערע שחיטות און רציחות און מיתות משונות? (און רעד נישט צו מיר וועגן "רחמנות'דיגע הריגות" און "אכזריות'דיגע הריגות", ביי מיר, ווי ביי יעדע בר דעת איז די שענסטע רציחה אן אכזריות שאי אפשר לסובלו. חוץ מזה קען איך נישט זעהן די רחמנות אונטער "להעריבה ולהצמיאה ולהמיתה מיתת תחלואים". איר ווייסט אפשר וואס די ווערטער טייטשן?)

"משוחד" "אמת" "השכל מחייבתו" זענען סוביעקטיווע מושגים לגמרי. טאמער מיר פארשטיין אז "תורתינו הקדושה תורת אמת" פארשטיין מיר פונקט אזוי אז פאר אנדערע מענטשן זענען אנדערע זאכן דער פולקאמער אמת. יעצט אויב מיר קענען בארעכטיגן אונזערע מעשים כלפי יענעם, געבויעט בלויז אויף די הבנה אז "ביי אונז איז דאס דער אמת" איז די זעלבע ווען יענער טוט צו מיר דאס וואס 'זיין אמת' פארלאנגט פון אים דארף איך פארשטיין אז צו יענעם קען איך קיין שום טענה ותביעה האבן. איז דאס וואס אונזער בליק דארף זיין אויף די ראדיקאלע איסלאמישע רוצחים? כ'גלויב אז ס'איז דא עפעס מער פון דעם. וואס? דאס איז מיין שאלה


תורה היא ולימוד היא צריכה
מיטוואך פעברואר 18, 2015 6:46 pm#254522
געוואלדיג האט געשריבן:דאס אז ער האט מחליט געווען צו גלייבן א בעל החלומות גיבט נאך נישט קיין בארעכטיגקייט פאר זיין רציחה ווייל קודם דארף ער בארעכטיגן זיי אמונה. דו"ק ותשכח

m http://lmgtfy.com/?q=proof+for+islam m
מיטוואך פעברואר 18, 2015 7:37 pm#254540
איך האלט אז דער גאנצער שקלא וטריא איז נישט אקטועל לגבי אייסיס.

די דעבאטע וואלט געווען אין פלאץ ווען מען רעדט פון א געהעריגע צענטראלע רעגירונג וואס שטעלט ארויס א פונקטליך פארמולירטן געזעץ מיט פונקטליכע רעגולאציעס איבער נישט גלויביגע אונטער זייער קאנטראל.

אייסיס איז בסך הכל א רעאקציאנערישע גרופע, אן אויסמיש פון רעליגיעזע און עטנישע עקסטרעמיסטן, אינמיטן א קריג אין עטליכע לענדער מיט פארשידענע קורטערמיניגע צילן.

אין איראק האבן זיי געהרגט אויסלענדישע קריסטן, און אומגלויביגע. איראקער שאיטן, און סוניס פון אנדערע עטניסיטעטן. אין סיריע זענען זיי אין קריג מיט אראבישע שאיאטן, שיא אלאוויטן און קעגנערישע סוני רעבעלן. אין ליביע האבן זיי דערווייל געהרגט נאר קאָפטישע קריסטן.

ענדערש וואלט געווען א דעבאטע איבער רעליגיעזע געזעץ אין א לאנד מיט א שטארקע צענטראלע סטאבילע רעגירונג וואו עס ווערט רעגלמעסיג אויסגעפירט טויטשטראף באזירט אויף רעליגיעזע געזעץ, למשל איראן אדער סאודי אראביע.

מען קען האבן א שמועס אויב היינטיגע אייסיס און זייערע שחיטות אין קריג איז מער אדער ווייניגער מאראליש ווי א פונקטליך פורמולירטער רעליגיעזער געזעץ פאר אומגלויביגע, אבער עס איז נישט די זעלבע דעבאטע.
מיטוואך פעברואר 18, 2015 8:51 pm#254549
diff האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן: דוכט זיך אז גלייבן אינעם ראשית חכמה ווערסיע פון שכר ועונש איז נישט פון די י"ג עיקרים.

אתה כופר בקבלה?

כופר במה? שקבלה בראה את השמים והארץ? כופר אז קבלה עקזעסטירט? כופר אז קבלה איז א כול יכול? זיי דיך בעסער מסביר.

kliger האט געשריבן:איינע פון די י"ג עיקרים איז שכר ועונש, און גיהנם און נאך עונשים ווערן דערמאנט און חז"ל
איך רעד שוין נישט פון די פסוקי התורה פון די תוכחה אין נאך

שכר ועונש קען מיינען אסאך זאכן, אבער מוז זיכער נישט מיינען אז פאר חטא הידוע גייט מען הענגען אויף א שטריק. אין די צייטן ווען דער רמב"ם האט געשריבן וואס איז עווענטואל געווארן די י"ג עיקרים האבן די מושגים פונעם ראשית חכמה'ס גיהנום נאכנישט עקזעסטירט.
די תוכחה רעדט נישט וועגן עונשים אויף יענע וועלט, נאר וועגן עונשים בעלמא הדין. חז"ל רעדן אויך נישט וועגן דעם ראשית חכמה'ס גיהנום, און אפילו ווען יא, איז נישט יעדע אגדתא כפשוטו.
מיטוואך פעברואר 18, 2015 8:53 pm#254550
ישראל קאפקע האט געשריבן:איך האלט אז דער גאנצער שקלא וטריא איז נישט אקטועל לגבי אייסיס.

די דעבאטע וואלט געווען אין פלאץ ווען מען רעדט פון א געהעריגע צענטראלע רעגירונג וואס שטעלט ארויס א פונקטליך פארמולירטן געזעץ מיט פונקטליכע רעגולאציעס איבער נישט גלויביגע אונטער זייער קאנטראל.

אייסיס איז בסך הכל א רעאקציאנערישע גרופע, אן אויסמיש פון רעליגיעזע און עטנישע עקסטרעמיסטן, אינמיטן א קריג אין עטליכע לענדער מיט פארשידענע קורטערמיניגע צילן.

אין איראק האבן זיי געהרגט אויסלענדישע קריסטן, און אומגלויביגע. איראקער שאיטן, און סוניס פון אנדערע עטניסיטעטן. אין סיריע זענען זיי אין קריג מיט אראבישע שאיאטן, שיא אלאוויטן און קעגנערישע סוני רעבעלן. אין ליביע האבן זיי דערווייל געהרגט נאר קאָפטישע קריסטן.

ענדערש וואלט געווען א דעבאטע איבער רעליגיעזע געזעץ אין א לאנד מיט א שטארקע צענטראלע סטאבילע רעגירונג וואו עס ווערט רעגלמעסיג אויסגעפירט טויטשטראף באזירט אויף רעליגיעזע געזעץ, למשל איראן אדער סאודי אראביע.

מען קען האבן א שמועס אויב היינטיגע אייסיס און זייערע שחיטות אין קריג איז מער אדער ווייניגער מאראליש ווי א פונקטליך פורמולירטער רעליגיעזער געזעץ פאר אומגלויביגע, אבער עס איז נישט די זעלבע דעבאטע.

פון דא באקום איך אביסל אן אנדערען בליק אויף אייסיס, זיי זענען נישט אזוי אומבאלומפערט ווי די מערב וועלט מיינט.
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 2:54 am#254610
געפילטע פיש האט געשריבן:[
kliger האט געשריבן:איינע פון די י"ג עיקרים איז שכר ועונש, און גיהנם און נאך עונשים ווערן דערמאנט און חז"ל
איך רעד שוין נישט פון די פסוקי התורה פון די תוכחה אין נאך

שכר ועונש קען מיינען אסאך זאכן, אבער מוז זיכער נישט מיינען אז פאר חטא הידוע גייט מען הענגען אויף א שטריק. אין די צייטן ווען דער רמב"ם האט געשריבן וואס איז עווענטואל געווארן די י"ג עיקרים האבן די מושגים פונעם ראשית חכמה'ס גיהנום נאכנישט עקזעסטירט.
די תוכחה רעדט נישט וועגן עונשים אויף יענע וועלט, נאר וועגן עונשים בעלמא הדין. חז"ל רעדן אויך נישט וועגן דעם ראשית חכמה'ס גיהנום, און אפילו ווען יא, איז נישט יעדע אגדתא כפשוטו.


נו,זאל זיין בעלמא הדין, טרעפן מיר אבער עכ"פ שטארקע עונשים אין די פסוקים ווי למשל

וְהִפְקַדְתִּי עֲלֵיכֶם בֶּהָלָה אֶת-הַשַּׁחֶפֶת וְאֶת-הַקַּדַּחַת, מְכַלּוֹת עֵינַיִם, וּמְדִיבֹת נָפֶשׁ

וַאֲכַלְתֶּם בְּשַׂר בְּנֵיכֶם וּבְשַׂר בְּנֹתֵיכֶם תֹּאכֵלוּ
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 6:17 pm#254732
ר' שלמה אבן גבירול האט געשריבן:די פשוטע המון עם האבן א מסורה אז זייער קוראן איז די ריכטיגע, זיי דארפן נישט ארויסהאבן פונקטליך וואס די מעשה איז געווען מיט זייער נביא
מען האט זיי אויסגעלערנט 'אין אדם מוריש שקר לבניו', און אז 'איך בין א נאר און כ'גלייב'

יעצט איז די שאלה נאכמאל, "וואס אונז אונזער בליק, אויף די איסלאמישע שחיטות לשיטתם"

כפי הבנתי שאלתך הוא:
מה צריך להיות דעת האיש הישראלי המאמין בה' ובתורתו על קבוצת הברואים המאמינים בדת האיסלאם ורצחים אנשים נשים וטף באמרם שזהו מצוות דתם כיון שגם לפי תורתינו יש פעמים שצריכים להרוג אנשים
תשובה:
וויבאלד די שאלה איז וויאזוי אונז דארפן דאס אנקוקון, און ווי איך זעה גלייבט דא יעדער שתורתינו הק' אמת ואין עוד תורה מלבדה, אויב אזוי איז דאך זיכער אז אונזער בליק אויף זיי איז אז זיי זענען פאלנע רוצחים כי לפי תורתינו הוא כך, נישט קיין נ"מ פארוואס זיי האבן מחליט געווען צו גלייבן אין זייערע שטותים ווייסן אונז אז עס איז אלעס שוא ושקר ואין להם על מה שיסמוכו.
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 7:00 pm#254752
ATUB @געוואלדיג ATUB
די קשיא איז נישט איבער דער יידישער בליק, אויף די איסלשמישער רציחות,
די שאלה איז וואס דארף זיין דער ייד'ס בליק אויף זייערע רוצחים.

קענען מיר מיט רעכט זיי פיינט האבן? ("זיי", נישט זייערע "מעשים").
איז דא אן עהרליכע אויסגעהאלטענע סברא צו פארשטיין פארוואס אונז זענען בעסער פון זיי? (בעסער בכלליות, מיט די פליכטן וואס זענען אונז מחייב בניגוד צו די פליכטן וואס זענען לפי דעתם זיי מחייב. נישט וועמענס חיובים כלפי אחרים זענען ערגער פון דעם אנדערעם'ס)

דאס איז וואס די שואלים פראבירן צו פארשטיין.
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 9:03 pm#254786
כעלעמער, די שאלה איז נאר נוגע פאר די אידן וואס לעבן אין די אילוזיע אז עס איז פארהאן עפעס א מאראל און לאגיק צו וועלכן דער תורה דארף זיך צושטעלן. אויב די תורה האט א רעכט צו זיין אוממאראליש און אומלאגיש איז נישט שייך צו פרעגן אזוינע קשיות. מען קוקט אריין אין שולחן ערוך הלכות אייסיס און מען פסק'נט וואס דער דין איז.
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 10:36 pm#254818
רבונא דעלמא כולא. ווער רעדט דא פון פסק'נען. ווער רעדט פון מאראל און לאגיק. וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין אזא פשוט'ע שאלה, איך האלט שוין אינמיטן מסביר זיין דעם צוויי און צוואנציגסטן מאל. איך פרעג נישט צי וואס זיי טוען איז בארעכטיגט פאר אונז, אונז זעמיר דאך אונז און זיי זענען זיי. מיין שאלה איז צי מעגן אונז אומבארעכטיגן און פארפיינטן דאס וואס זיי האלטן זיך צו זייערע חוקים ומשפטים אויפן חשבון פון נפשות פון אזעלעכע וואס גלויבן נישט אין זייער תורה. און טאמער דער ענפער איז יא - זיי זענען פסול ווייל זיי האבן נישט קיין רעכט צו הרג'נען אומשולדיגע מענער פרויען און קינדער צוליב זייערס א גלויבן - איז די קשיא מה נשתנו אלו מאלו.

לאז מיך עס אראפלייגן אויף א מער א מגושם'דיגער פארמאט. אויב א רעפארטער אין א צייטונג אין אינדיע למשל זאל שרייבן אז די היינטיגע ראדיקאלע איסלאמישע הענקער זענען אן איבערשפיל פון די אמאליגע מלכות ישראל, וואלט איר געהאלטן אז דער איז אומאויפריכטיג, אדער וואלסטו פארשטאנען אז לפי השקפת עולמו וואס ווייסט קיין ברטנורא מיט קיין פשט'לעך איז ער הונדרעט פארצענט גערעכט?

גענוג פשוט?
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 10:47 pm#254821
גערעכט ס'בעסער ד' מיתות בי'ד ווי די הפקרות וואס האט געברענגט די שואה
מגיד האקט
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 10:51 pm#254822
ר' דיף,
מ'רעדט נישט דא נאר פון ד' מיתות בי"ד, בעיקר פון עפעס אנדערש. לייען פון אנפאנג.
פרייטאג פעברואר 20, 2015 2:07 pm#254938
יעצט פרעגסטו א אנדערע שאלה צו דער גוי זעהט א חילוק צווישן אונז און זיי,
אחן דער ענטפער איז אז וויבאלד עס זענען דא גענוג און נאך מוסלעמינער וואס טענה'ן אז isis איז נישט איסלאם, און ביי אונז אידן איז (כמעט) נישט דא ווער עס טענה'ט אזוי אויף די ד' מיתות בי"ד איז יענער רעפארטער לכאורה נישט אויפריכטיג אבער אויב וויל ער פארט טראכטן אזוי איז ער מעגליך נישט דווקא נישט אויפריכטיג
פרייטאג פעברואר 20, 2015 2:55 pm#254953
יאיר האט געשריבן:כעלעמער, די שאלה איז נאר נוגע פאר די אידן וואס לעבן אין די אילוזיע אז עס איז פארהאן עפעס א מאראל און לאגיק צו וועלכן דער תורה דארף זיך צושטעלן. אויב די תורה האט א רעכט צו זיין אוממאראליש און אומלאגיש איז נישט שייך צו פרעגן אזוינע קשיות. מען קוקט אריין אין שולחן ערוך הלכות אייסיס און מען פסק'נט וואס דער דין איז.


א איד ווייסט אז "לאגיג" אין "מאראל" און אנדערע געפילען זענען איינפאכע נבראים - אין גילטיגט אויך נאר דארט וואו דער פלאץ דערפין איז.
למשל אין דשאנגעל איז דא גאנץ אנדערע געזעצען.

דער גוי וואס האלט אז רעליגיע איז געמכט געווארן "דארך מענטשן פאר מענטשן" צי ער קען זעהן א חילוק צווישען אידען אין אייסיס? זיכער נישט!
אויב דער איד וויל קיקען מיט א גויאשער קאפ וועט ער אויך נישט זעהן דעם פשטן אמת.
פרייטאג פעברואר 20, 2015 3:03 pm#254956
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:מיין שאלה איז צי מעגן אונז אומבארעכטיגן און פארפיינטן דאס וואס זיי האלטן זיך צו זייערע חוקים ומשפטים אויפן חשבון פון נפשות פון אזעלעכע וואס גלויבן נישט אין זייער תורה. און טאמער דער ענפער איז יא - זיי זענען פסול ווייל זיי האבן נישט קיין רעכט צו הרג'נען אומשולדיגע מענער פרויען און קינדער צוליב זייערס א גלויבן - איז די קשיא מה נשתנו אלו מאלו.
גענוג פשוט?

האב זיי יא פיינט האב זיי נישט פיינט אבער הארגע זיי אלע אויס, שנעל. פארוואס? ווייל זיי הארגענען אימשילדיגע מענטשען.
וואו אזוי ווייסטו? ווייל די ווייסט דער אמת.

ווען אידן וועלן זיין על אדמתם אין די גוים וועלן ווילן מלחמה האלט ווייל די אידען האבן ד' מיתות ב"ד וועל איך פארשטיין פין וואו זייער טעות נעמט זיך.
וועל איך זיי לאזן? זיכער נישט!
פרייטאג פעברואר 20, 2015 5:26 pm#255006
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:רבונא דעלמא כולא. ווער רעדט דא פון פסק'נען. ווער רעדט פון מאראל און לאגיק. וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין אזא פשוט'ע שאלה, איך האלט שוין אינמיטן מסביר זיין דעם צוויי און צוואנציגסטן מאל. איך פרעג נישט צי וואס זיי טוען איז בארעכטיגט פאר אונז, אונז זעמיר דאך אונז און זיי זענען זיי. מיין שאלה איז צי מעגן אונז אומבארעכטיגן און פארפיינטן דאס וואס זיי האלטן זיך צו זייערע חוקים ומשפטים אויפן חשבון פון נפשות פון אזעלעכע וואס גלויבן נישט אין זייער תורה. און טאמער דער ענפער איז יא - זיי זענען פסול ווייל זיי האבן נישט קיין רעכט צו הרג'נען אומשולדיגע מענער פרויען און קינדער צוליב זייערס א גלויבן - איז די קשיא מה נשתנו אלו מאלו.

לאז מיך עס אראפלייגן אויף א מער א מגושם'דיגער פארמאט. אויב א רעפארטער אין א צייטונג אין אינדיע למשל זאל שרייבן אז די היינטיגע ראדיקאלע איסלאמישע הענקער זענען אן איבערשפיל פון די אמאליגע מלכות ישראל, וואלט איר געהאלטן אז דער איז אומאויפריכטיג, אדער וואלסטו פארשטאנען אז לפי השקפת עולמו וואס ווייסט קיין ברטנורא מיט קיין פשט'לעך איז ער הונדרעט פארצענט גערעכט?

גענוג פשוט?

די סיבה פארוואס מען קען נישט קעטשן די 22 מאל וואס דו האסט געשריבן דיין שאלה איז וויבאלד איר רעדט אנדערע שפראכן. דו רעדסט עפעס א מאדנע קאוד לענגוועיזש וואס לויטעט אז מיר דארפן קענען מסביר זיין אונזער פאזיציעס לאגיש און מאראליש, ממילא האסטו פיינע קשיות פון מה נשתנו אלו מאלו. אויב מיר נעמען אוועק די צוויי הנחות (אדער נבראים ווי הקטן רופט עס) בלייבסטו אן קשיות און אלעס ווערט הערליך פארענטפערט.
בקיצור, דו פארלאנגסט פון דעם פופנדאמענטאליסט ארויסצוקוקן פון זיין רעליגיע און זאגן א מיינונג אינדרויסן דערפון. פאר דעם פונדאמענטאליסט איז דאס בערך אזוי ווי דו זאלסט פרעגן: לו יצוייר אז טויט איז א מורא'דיגע גוטע זאך, וואלטן דען נישט די אייסיס געווען די מאראלישסטע מענטשן? ס'איז א היפאטעטישע שאלה אינדרויסן פון מציאות וואס מאכט נישט קיין שום נפקא מינא אין זיין מחשבה.
פרייטאג פעברואר 20, 2015 5:32 pm#255008
הקטן האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:כעלעמער, די שאלה איז נאר נוגע פאר די אידן וואס לעבן אין די אילוזיע אז עס איז פארהאן עפעס א מאראל און לאגיק צו וועלכן דער תורה דארף זיך צושטעלן. אויב די תורה האט א רעכט צו זיין אוממאראליש און אומלאגיש איז נישט שייך צו פרעגן אזוינע קשיות. מען קוקט אריין אין שולחן ערוך הלכות אייסיס און מען פסק'נט וואס דער דין איז.


א איד ווייסט אז "לאגיג" אין "מאראל" און אנדערע געפילען זענען איינפאכע נבראים - אין גילטיגט אויך נאר דארט וואו דער פלאץ דערפין איז.
למשל אין דשאנגעל איז דא גאנץ אנדערע געזעצען.

דער גוי וואס האלט אז רעליגיע איז געמכט געווארן "דארך מענטשן פאר מענטשן" צי ער קען זעהן א חילוק צווישען אידען אין אייסיס? זיכער נישט!
אויב דער איד וויל קיקען מיט א גויאשער קאפ וועט ער אויך נישט זעהן דעם פשטן אמת.

אין אנדערע ווערטער, לויט דיר איז אידישקייט (לכל הפחות אין געוויסע פעלער) אוממאראליש און אומלאגיש.
זונטאג פעברואר 22, 2015 12:05 pm#255143
יאיר האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:כעלעמער, די שאלה איז נאר נוגע פאר די אידן וואס לעבן אין די אילוזיע אז עס איז פארהאן עפעס א מאראל און לאגיק צו וועלכן דער תורה דארף זיך צושטעלן. אויב די תורה האט א רעכט צו זיין אוממאראליש און אומלאגיש איז נישט שייך צו פרעגן אזוינע קשיות. מען קוקט אריין אין שולחן ערוך הלכות אייסיס און מען פסק'נט וואס דער דין איז.


א איד ווייסט אז "לאגיג" אין "מאראל" און אנדערע געפילען זענען איינפאכע נבראים - אין גילטיגט אויך נאר דארט וואו דער פלאץ דערפין איז.
למשל אין דשאנגעל איז דא גאנץ אנדערע געזעצען.

דער גוי וואס האלט אז רעליגיע איז געמכט געווארן "דארך מענטשן פאר מענטשן" צי ער קען זעהן א חילוק צווישען אידען אין אייסיס? זיכער נישט!
אויב דער איד וויל קיקען מיט א גויאשער קאפ וועט ער אויך נישט זעהן דעם פשטן אמת.

אין אנדערע ווערטער, לויט דיר איז אידישקייט (לכל הפחות אין געוויסע פעלער) אוממאראליש און אומלאגיש.

פון א סעקילער קוק ווינקל - יא
פון א רעליגעזער קוק ווינקל - ניין

מאראל אין אויך לאגיג זענען רעלעטיווע באגריפן, געבויט אויף פריערדיגע הנחות.
אויב נעמסטו אן אידישקייט אלס א given - אן אחד האמת - איז ד' מיתות ב"ד מארליש און לאגיג פינקט וואו א טאטע געט א פעטשעל (אדער timeout) פאר זיין באליבט קינד.
אויב האלסטו אז דיין וועג פין לאגיג און מאראל איז העכער גאט האסטו נישט אידישקייט.

און איך פארשטיי אייסיס פאר קימען צים זעלבן מסקנה - אבער היות איך ווייס דער אמת גיי איך וואטען מען זאל זיי אלע אויסהארגענען (און דאס איז אויך לאגיג און מאראליש)
דינסטאג פעברואר 24, 2015 12:42 pm#255644
אויף עצכ''ח האט זיך געמאכט א שטיקל שמועס בנוגע תורה vs. מאראל,

(זיי צייכענען דארט אן צו א ספר אויף די נושא פון פרופ' משה הלברטל מהפכות פרשנות בהויתן אויב איינער קען מיר זאגן ווי מען קען עס געקימען / באשטעלן דא אין ברוקלין וועל איך זייער דאנקבאר זיין)
דינסטאג פעברואר 24, 2015 4:18 pm#255663
:Comedian George Carlin on the death penalty and its absurdity in today's society
m https://www.youtube.com/watch?v=qDO6HV6xTmI m
מיטוואך יולי 08, 2015 7:51 pm#288223
Re: דיני מיתה עפ"י תורה
כלבאשבוע האט געשריבן::Comedian George Carlin on the death penalty and its absurdity in today's society
https://www.youtube.com/watch?v=qDO6HV6xTmI

אזויפיל שטותים צו רעדן אין אפאר מינוט, דעס דארף מען קענען.
מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 5:08 pm#309134
דיני מיתה עפ"י תורה
מאטי האט געשריבן:דאס בעסטע תירוץ וואס איך קען דיר געבן איז; היינט צוטאגס טוט מען דאס שוין נישט, און מ'גייט דאס מער נישט טון, וויבאלד אונזערע מוחות זענען מער נישט מסוגל דאס צו טון בבחינת "אונס רחמנא פטרי." אויב השם וועט וועלן צוריק דרייען דעם זייגער צום אמאליגן ריאליטעט וועט ער מיט דעם אויך צוריקדרייען אונזער מצפון אז ס'זאל זיך נישט שפירן בארבאריש.


זאת התורה לא תהא מוחלפת?