נהורא נפישאבכלל דארף מען צו וויסן אפי' אין סייענס אז ס'מיינט נישט אז אויב פאר א געוויסע בעל כשרון איז געלונגען אז פונקט די טעאריע וואס האט אויפגעבליצט אין זיין געדאנק און האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין ריכטיג (און גראדע אין די קעיס פון איינשטיין איז ער לאו דוקא אויפצוקומען מיט די טעאריע, נאר דער ערשטער דאס צו סיסטעמאזירן און צום סוף באשטעטיגן) אז ער איז א גרעסערער בעל כשרון ווי דער וואס האלט נאך אינמיטן אפרוימען די נישט ריכטיגע טעאריעס דורך עקספירימענטן און דוקא די ריכטיגע טעאריעס בלייבט עפעס צום לעצט.
סוף דבר איינשטיין קען זיין די גרעסטער סייענטיסט בכל הזמנים און פונדעסטוועגן לאו דוקא די שטערקסטע גאון אין סייענס.
אין אלגעמיין האסטו א פוינט, אבער אין איינשטיין'ס פאל איז דאס אנדערש וויבאלד ער האט אין איין יאר געמאכט שטוינענדע אנטדעקונגען אין עטליכע באזונדערע תחומים וואס האבן גענצליך געטוישט אונזער פארשטאנד אין פיזיקס. (ער איז יא געווען דער ערשטער אויפצוקומען מיט רעלאטיוויטעט, אנדערע האבן געהאט ענליכע, אומריכטיגע טעאריעס).
דער אמת איז אז דו שווערקייט צו מעסטן קלוגשאפט איז וויבאלד יעדנס קאפ לויפט אנדערש. אויב איינשטיין וואלט געווען א פרומער איד און געלערנט גמרא ווייס איך נישט צו ער וואלט געווען באטראכט אלס אזא געוואלדיגער גאון. זיין קאפ איז געווען ספעציעל געאייגנט פאר פיזיקס און מאטעמאטיק. און ווען ר' חיים בריסקער וואלט געווען א סייענטיסט... שוין, וואס דארף מען רעדן.