Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » זיך נעמען דאס לעבן

זיך נעמען דאס לעבן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
37 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 62 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #8294
מאנטאג פעברואר 16, 2015 9:59 am#253963
זיך נעמען דאס לעבן
איך פרוביר מיר אויס'משל'ן אין מחשבה, לו יהא אז ס'איז טאקע נישטא דא קיין גאט, אזוי ווי די עטעאיסטן האלטן, איז דא א סיבה פארוואס איך זאל זיך נישט נעמען דאס לעבן?

צוושין ביליאנען ביליאנען יוניווערסן, איז בערצופאל איין יוניווערס געווארן אזוי אונזער יוניווערס, און פונקט האט זיך געמאכט, אז איין ערד-קוגל איז באשאפן געווארן א וועלט מיט בהמות חיות און מענטשן
בטעות אתה חי ובטעות אתה מת, אין אידיש, מיט א צופאל ביסטו געבוירן און מיט א צופאל גייסטו שטארבן. די וועלט האט נישט קיין שום מיינונג, קיין שום דעהער. קינדער? וואס קינדער ווען קינדער, וואס האבן זיי מיט דיר איינגעשטויסן? און וואס האסטו מיט דיר אליינס איינגעשטויסן? איין די טאג גייט די וועלט צוריק ווערן אויס, טא? פארוואס זאלסטו לעבן? פארוואס זאלסטו נזהר זיין אז די וועלט זאל ווייטער אנגיין, גרין שמין, די וועלט גייט סיי וואו סיי אונטערגיין, נו, וועט עס אינטערגיין מיט אפאר יאר פריער, הו קערס?

הנאה? אויף די וועלט? חא חא חא, וואס הנאה ווען הנאה, וואס וועלט ווען וועלט, וואס האסטו פון לעבן? סתם אפאר צוגעקלעבטע אטאם'ן? סתם א בארג פון צעלן צוגעקלעבט צוזאם אין פארום פון א בן אדם? צו וואס? וואס האסטו דערפון? וואספארא ווערד האט בכלל דאס לעבן?


(ב"ה אונז גלייבן אין גאט, אונז לעבן פאר גאט. איך האב מיר נאר פרובירט אויסצו'משל'ן ווען מען טראכט ח"ו פארקערט)
מאנטאג פעברואר 16, 2015 10:11 am#253966
טאקע דא מענשטעןוואס ווילן לעבען נאר ווילאנג זיי ענדזשויען עס.
מאנטאג פעברואר 16, 2015 10:29 am#253971
ר' שלמה, נישט אריינגייענדיג צו אן איני מאמין האט א מעגליכקייט צו לעבן מיט א ציל צו נישט, זענען די קאנסעקווענצן וואס דו לייגסט אראפ בכלל נישט מעלה ומוריד (אויבן אויף) מאמת צו זיין קיין שום צד.
מאנטאג פעברואר 16, 2015 10:44 am#253972
זעהט אויס אז הנאה איז שטערקער ווי דאס וואס דו ביסט מזלזל אין איר, און אז נישט ווער זאגט אז מ'נעמט זיך נישט דאס לעבן אויב האט מען נישט מורא פארן טויט (און וואס טוט זיך וועגן לעבן פאר די ווייב און קינדער וכדומה ביסטו אויך כולל און הנאה ? )
בד"וו, איך וועל פרעגן א צווייטע פראגע, פארוואס ווען איינער איז פארנומען צו עסן אדער צו רעדן פון עסן דעם באצייכענט מען אלס א בעל תאוה, משא"כ אז איינער דרייעט זיך אין ארט גאלעריס און קען זיך נישט גענוג זעטיגן זיינע אויגן, אדער אז איינער קען נישט גענוג זעטיגן זיינע אויערן פון מוזיקאלישע קלאנגן פון באך, אזא איינער ווערט נישט באצייכענט אלס א בעל תאוה, אדרבה, סוכ"ס גיט זיך יעדער נאך זיינע תאוות?
מאנטאג פעברואר 16, 2015 10:55 am#253974
נהורא נפישא האט געשריבן:בד"וו, איך וועל פרעגן א צווייטע פראגע, פארוואס ווען איינער איז פארנומען צו עסן אדער צו רעדן פון עסן דעם באצייכענט מען אלס א בעל תאוה, משא"כ אז איינער דרייעט זיך אין ארט גאלעריס און קען זיך נישט גענוג זעטיגן זיינע אויגן, אדער אז איינער קען נישט גענוג זעטיגן זיינע אויערן פון מוזיקאלישע קלאנגן פון באך, אזא איינער ווערט נישט באצייכענט אלס א בעל תאוה, אדרבה, סוכ"ס גיט זיך יעדער נאך זיינע תאוות?


און ווען איינער דינט גאט, ווייל ער וויל נהנה זיין מזיו שכינתו, איז סך הכל אויך א בעל תאוה, ער פשוט שכל אפירצוזוכן א תאוה וואס בלייבט עולמית

אבער ערנסט גערעדט, דוכט זיך אז בעל תאוה וועט מען אנרופן אויף מער ערדישע הנאות, וואו צב"ש אכילה ומשגל, און אנדערע הנאות וועט מען אנרופן סתם בלשון נהנה

צוריק צו ענין
מאנטאג פעברואר 16, 2015 11:01 am#253976
אה"נ, איך פרעג אויף אלע רוחניותדיגע הנאות פארוואס איז מען ווייניגער בעל תאווה פון זיך נאך געבן גשמיותדיגע הנאות ?
מאנטאג פעברואר 16, 2015 11:03 am#253977
ווען איינער דינט גאט מער וויפיל ער מחוייב ווייל ער האט הנאה, איז דאס נישט פונקט אזויווי איינער עסט מער וויפיל ער דארף צום לעבן ?
יא, איך פארשטיין איין חילוק אז דא איז ער מהנה א צווייטן (גאט) אבער סוכ"ס מהנה זיין גאט איז אויך א רוחניותדיגע הנאה ?
מאנטאג פעברואר 16, 2015 11:06 am#253979
נהורא נפישא האט געשריבן:אה"נ, איך פרעג אויף אלע רוחניותדיגע הנאות פארוואס איז מען ווייניגער בעל תאווה פון זיך נאך געבן גשמיותדיגע הנאות ?

בעניות דעתי, ווען איך גיי מיר זעצן לערנען א בלאט גמרא צו איך שטיי אויף א' סליחות און רייס מיר ארויס פון בעט צו דינען די באשעפער צו סתם אנדערע מצוות קומט מיר עס אן שווער, ערשט ווען איך בין שוין אריינגעטוען אינעם בלאט צו אינעם מצוה גייט עס מיטן שוואונג אבער אין אנהייב עס איך אייז משא"כ תאווה פון ערשטען ברעקל האט מען שוין הנאה .
מאנטאג פעברואר 16, 2015 11:08 am#253980
נישט ריכטיג. יעדע תאוה פאדערט א הכנה וואס קאסט כח און צומאל הארעוואניע.
(כאטש נישט אלץ אזוי שווער ווי א' סליחות פארטאגס..)
מאנטאג פעברואר 16, 2015 11:14 am#253982
שמעקעדיג האט געשריבן:נישט ריכטיג. יעדע תאוה פאדערט א הכנה וואס קאסט כח און צומאל הארעוואניע.


ווי אונזערע רבי'ס האבן אונז געלערנט אין זייער פירוש על משלי @יאיר



"רוב שכל'דיגע באשלוסן ווערן געמאכט צו סערווירן חי'שע אינסטינקטן. מענטשן פארברענגען חדשים און יארן מיט קאפ און מוח אלעס אבי צו האבן נאך אביסל כבוד אדער געלט. די גאנצע רצון פון סורווייוועל און רעפראדוקציע איז א חי'שער אינסטינקט, נישט עפעס א גאוני'שע מסקנא וואס מען קומט צו נאך דורכטראכטן די סוגיא לאורכה ולרוחבה. וכמו שאמר רבינו מאורינו הגר"ד הום זי"ע Reason is the slave of the passion."
מאנטאג פעברואר 16, 2015 11:19 am#253984
כ'מיין מען זאל אריבערפירן דעם הנאה שמועס אין אן עקסטערע אשכול, ס'איז א סוגיא בפני עצמו

אין חובת התלמידים שרייבט ער טאקע, אז די ציהל פון א פעלזן פעסטע חינוך, איז ער זאל האבן א 'תאוה' צו דינען דעם גאט, פונקט אזא תאוה וואו עסן אייזקריעם, אפילו לאמיר זאגן ס'קומט אים אן שווערע, ער דארף אריבערלויפן אין די היצן צום רעסטוראנט, פילט ער אבער נישט די שוועריקייט, ער כאפט אפילו נישט אז ס'קומט אים אן שווער. אזוי דארף מען אויפבויען א קינד, זאלן ליבן די תורה און מצוות, פשוט און פראסט ער זאל זיין פארליבט אין גאט ב"ה. עיי"ש ותמצא נחת
מאנטאג פעברואר 16, 2015 11:32 am#253990
א בעל תאווה אינעם חרדיש'ן זין פון ווארט מיינט, איינער וואס גיט זיך אפ מיט תאוות וואס ברענגט אים נישט אין ערגעץ אידישלעך. אבער אויב טוט ער א פעולה וואס ברענגט אים נענטער צו גאט און ס'איז פארהאן א זייטיגע הנאה, דאן רופט זיך דאס "תענוג דקדושה" און ס'גייט אריין אין כלל פון שכר מצוה מצוה.
מאנטאג פעברואר 16, 2015 11:38 am#253991
הייסט ס'דא א חילוק פון א מותר'דיגע תאווה אין א איסור'דיגע תאווה, כאטש מכח תאווה זענען זיי אייניג.
ס'אפשר נישט קיין יושר צו פארדרייען אבן גבירול'ס אשכול, וועל איך זיך שטעלן.
מאנטאג פעברואר 16, 2015 11:43 am#253996
די אשכול דערמאנט מיר וואס קאני ראטענבערג פלעגט זאגן אז ער האט זיך געוואלט אריינווארפן און וואסער נאר אויפן וועג צום וואסער האט ער געזעהן דריי שווארצע גוים און ער האט געציטערט אז זיי גייען אים הארגענען איז ער צוריק געלאפן.
מאנטאג פעברואר 16, 2015 11:54 am#254002
נהורא נפישא האט געשריבן:הייסט ס'דא א חילוק פון א מותר'דיגע תאווה אין א איסור'דיגע תאווה, כאטש מכח תאווה זענען זיי אייניג.
ס'אפשר נישט קיין יושר צו פארדרייען אבן גבירול'ס אשכול, וועל איך זיך שטעלן.

די ווארט איז נישט "מותר'דיג, אסור'דיג" נאר "תכלית'דיג אומ'תכלית'דיג
מאנטאג פעברואר 16, 2015 11:58 am#254004
עזריאל האט געשריבן:די אשכול דערמאנט מיר וואס קאני ראטענבערג פלעגט זאגן אז ער האט זיך געוואלט אריינווארפן און וואסער נאר אויפן וועג צום וואסער האט ער געזעהן דריי שווארצע גוים און ער האט געציטערט אז זיי גייען אים הארגענען איז ער צוריק געלאפן.


וועלכע חלק פון אשכול האט דיר דאס דערמאנט?
מאנטאג פעברואר 16, 2015 12:07 pm#254010
ATUB @ר' שלמה אבן גבירול ATUB , פארוואס זיך נעמען דאס לעבן? האט דען דער טויט מער משמעות ווי לעבן? אויב זעט מען נישט קיין משמעות אין גארנישט, לאזט מען עס אויפ'ן סטאטוס קווא... ווילאנג מ'לעבט איז געלעבט.
מאנטאג פעברואר 16, 2015 12:18 pm#254014
איך ווייס נישט אויב דאס איז געווען די כוונה פונעם פותח האשכול, אבער אבער מאנכע חכמים נוצן דאס אלץ א טענה אויפצואווייזן די לעכערליכקייט פון אטאעיזם. ואני הקטן לא זכיתי להבין, ווייל אטאעיזם איקוועלס נישטא א סיבה צו לעבן, שוין בעסער זיך צו נעמען דאס לעבן, אבער דער אטאעיסט טוט עס נישט, ממילא איז וואס? איז מוכרח אז ס'דא א באשעפער? זיי מסביר ביטע.


.
מאנטאג פעברואר 16, 2015 12:45 pm#254018
ס'זעט נישט אויס אז דאס איז געווען די כוונה פונעם פותח האשכול, אבער אויב זוכסטו צו פארשטיין פארוואס א קאנסעקווענטער סקעפטיציזם קען דערפירן צו מחשבות פון טויט, קענסטו אריינקוקן אין קוהלת. דאס לעבן איז באזירט אויף אפטימיזם, אבער אין א וועלט אן א גאט איז נישטא קיין מקום פאר אפטימיזם. דאכט זיך אז קאנט האט גענוצט דעם ארגומענט, נישט אויף איבערצואווייזן גאט פער סע, נאר אויף איבערצואווייזן אז מענטשן נעמען אן גאט, אפילו ווען זיי דערקלערן זיך ווי אטעאיסטן.
מאנטאג פעברואר 16, 2015 12:51 pm#254021
דאס איז מיין פוינט. איך זעה נישט ווי דאס ווילן צו לעבן איז באווייז אויף א גאט אדער אפילו באווייז אז מען גלייבט אין גאט. אויב עפעס איז עס באווייז אז מענטשן טראכטן נישט. אגב, איך ווער נישט איבערגענומען פון די פאקט אז קהלת אדער קאנט זאגן עס, אז ס'אמת איז עס אמת אן זיי אויך.


.
מאנטאג פעברואר 16, 2015 1:17 pm#254024
הוגה האט געשריבן:דאס איז מיין פוינט. איך זעה נישט ווי דאס ווילן צו לעבן איז באווייז אויף א גאט אדער אפילו באווייז אז מען גלייבט אין גאט. אויב עפעס איז עס באווייז אז מענטשן טראכטן נישט

סא, די ביסט אויך מודה אז אין זיין אינסטינקט אן טראכטן, פילט ער אז ס'איז דא א גאט. ס'איז נאר ווען ער טראכט, טראכט אז ס'איז נישט דא.
מאנטאג פעברואר 16, 2015 1:22 pm#254026
איך גיי בכלל נישט אריין אינעם דיסקוסיע צו גאט=לעבן און אטעאיזם=סואיסייד. איך זאג אז רובא דרובא מענטשן, סיי גלויביגער און סיי אנטי גלויביגער לעבן ביי דיפאולט און נישט מתוך שום רצון, אינסטינקט אדער הכרה.


.
מאנטאג פעברואר 16, 2015 1:30 pm#254027
אן אריינגיין אין דיקוסיע פון גאט=לעבן און אטעאיזם=סואיסייד. פארוואס ביי דיפאולט איז לעבן און נישט טויט? דאס איז אן אינסטינקט אינעם בן אדם וואס האט א דיפאולט ווידערווילן צו לעבן
מאנטאג פעברואר 16, 2015 1:32 pm#254028
גוט. וויאזוי קומסטו אן פון דעם ביז גלייבן אין גאט?
מאנטאג פעברואר 16, 2015 1:36 pm#254030
פלאוויוס בשינוי לשון מעט האט געשריבן: ווייל דאס לעבן איז באזירט אויף אפטימיזם, אבער אין א וועלט אן א גאט איז נישטא קיין מקום פאר אפטימיזם. דאכט זיך אז קאנט האט גענוצט דעם ארגומענט, נישט אויף איבערצואווייזן גאט פער סע, נאר אויף איבערצואווייזן אז די דיפאולט אינסטינקט פון מענטשן נעמען אן גאט, אפילו ווען במחשבה טוהן זיי זיך דערקלערן ווי אטעאיסטן.
דינסטאג פעברואר 17, 2015 9:39 pm#254359
הקטן האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:יא אבער there is no way back

פין וואו??

איך האב מיך באצויגען צו ר'שלמה'ס ווערטער
נייגעריק? איז שוין ענדערש זיך צו נעמען דאס לעבן. וואס לעבן איז ווייסטו שוין, יעצט דארפסטו אויך געוואר ווערן וואס מיינט טויט
האב איך געזאגט אז ס'לוינט זיך נישט צו געוואר ווערן ווייל נאכדעם קען ער שוין נישט ציריקציען he is dead!
מיטוואך פעברואר 18, 2015 2:50 am#254392
ר' שלמה אבן גבירול האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
ר' שלמה אבן גבירול האט געשריבן:2. מאמינים האבען זיך גענומען דאס לעבען בשיטה אין די מאסען כמה פעמים. נעמט למשל די אלע קולטס וואס האבען דאס געטוהן צוזאמען, אדער אפילו אידישע מיידלעך וואס האבען עס געטוהן צוזאמען אווס מורא נישט צו ווערען טמא דורך ראפיסטען,

לויט די מאמינים, איז דאך ווען די גוף ווערט אויס, דעמאלט איז די עיקר לעבן. איז נישט זיי נעמען זיך דאס לעבן, פונקט פארקערט, וואו לאנג די רעליגיע האט געהייסן מאכן די הכנות צום ריכטיגן לעבן, בלייבט מען נאך אויף די וועלט, אבער איינמאל רעליגיע זאגט, יעצט קום הנאה האבן פון דיין הארעוואניע וואס די האסט אריינגעלייגט, גייט מען אריבער צום ריכטיגן לעבן

איך פארשטיי נישט, סויסייד ווערט מער בארעכטיגט פארן גלויביגער וויבאלד ער גלייבט אין לעבן נאכן טויט, אבער אז דער אטעאיסט טוט עס ווייזט עס א חיסרון אין זיין (אום)גלויבן ווייל ס'איז גורם מענטשען זאלן נישט מחשיב זיין זייער לעבן. כאפסט?


איך האב דיר געלייקט, ווייל ס'איז א גוט'ס

אבער למעשה, צוריק צום פוינט, ווילאנג מען לעבט אויף די וועלט, האט דער גלויביגער א סיבה דערפאר, ער האט א סיבה און שטופ פארוואס ער וויל לעבן, ער גייט זיך נישט סתם אזוי נעמען דאס לעבן
משא"כ די אטעאיסט, האט מיר נאך קיינער נישט געזאגט, וואס האט ער פון זיין לעבן? איז דא א סיבה פארוואס ער זאל זיך נישט נעמען דאס לעבן?

ווייל שכל איז נישט די מכריע היחידי וואס מענטשן נוצן אויסצופירן באשלוסן. עיין ערך אפלטון וזיגמונד פרויד.
מיטוואך פעברואר 18, 2015 10:00 am#254400
טאמבל סאס האט געשריבן:וואס פארשטייסטו נישט? נישט יעדעמ'ס לעבן איז שיט. און טאקע צומאל ווייל ער האט נישט גענוג די שכל צו ווערן דעפרעסט פון דאס אליינס - דער מחשבה ווי מיינונגסלאז דאס לעבן איז.


אויב טראכט מען נישט האט מען שוין פריער אויסגעארבעט, יעצט רעדט איך נאר ווען מען טראכט טאקע אריין וואו מיינונגלאז די לעבן איז, איז דא א סיבה זיך נישט צו נעמען דאס לעבן?

טאמבל סאס האט געשריבן:אבער אפילו עמיצער קומט שוין יא צום הכרה אז טוב לאדם שלא נברא משנברא ועכשיו שנברא יתאבד במעשיו, טוט ער נאכאלס זיך צוריקהאלטן צוליב חברים, משפחה פרוי און קינדער וכו'.

בדרך אגב, שלא מן הענין, האט עמיצער שוין אמאל אינאכט גענומען? א פאני פאראדאקס, ווען א מענטש נעמט זיך דאס לעבן שרייט מען "סעלפיש" וואס איז לכאורה אן אחריות וואס ליגט אויף יעדער היומען ביאינג צו זיינע קרובים ומכירים, אימפּאוזד ביי נאטור. אבער רוב מאל שטאמען די סיבות פארוואס דער מאן דהו איז צוגעקומען צו אזא החלטה טאקע פון דעם וואס זיינע ארומיגע האבן מועל געווען אין זייער "נאטורליכע אחריות", ווילענדיג אדער אומווילענדיג פאר וואס אימערער סיבה.


ווען איך פלאנץ איין א זומען פון א בוים און די בוים געבוירט נאך א בוים, האט די בוים אן אחריות פאר די בוים וואס איז געבוירן פון איר זומען?

דער מענטש איז באשאפן געווארן בטעות, זיין קינד איז באשאפן געווארן בטעות, זיין ווייב בטעות, זיינע חברים בטעות, וואספארא אחריות איז פארהאנען פון די בארג צעלן, אויף די אנדערע בארג צעלן וואס איז בטעות ארויסגעקומען פון איר?
אונז רעדן דאך יעצט נאר ווען טראכט עכט אריין. איז דען דא אן אחריות פון איין בארג אטאם'ן בצורת אדם, אויף די אלע אנדערע בערג פון אטאם'ן בצורת אדם?
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 2:21 am#254608
אויב שוין יא אחריות פאר אנדערע, ווי איז דו אחריות פון אריינברענגן קונדער צי אזא וועלט וואס דו אליינס זעסט איין אז סנישט ווערט צי לעבען? האט דען דו אטיעסט נישט קיין קונדער.
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 6:19 pm#254736
האסט פארגעסן אלעס איז א טעות כולל דאס געבורט פון קינדער...
פרייטאג פעברואר 20, 2015 7:59 am#254884
פאר א נישט גלויביגער איז אפשר גרינגער ווען ער האט צרות זיך צו נעמען דאס לעבן, אבער סתם אזוי זעה איך נישט פארוואס ער זאל זיך וועלן נעמען דאס לעבן. ווען די גייסט צו א שיינע פארק זיכסטו נישט סתם אזוי אוועק צו גיין פון דארט, די זעלבע איז ביי אים, ער ענדשוידט אויף די וועלט, וואס עפעס זאל ער וועלן אוועק גיין?

און טאמער עס גייט אים יא שווער מיט עפעס אבער ער קוקט ארויף אויף עפעס, ער קוקט ארויס צו חתונה האבן מיט איינעם, צו ער האט א קליין קינד און ער וויל אים זעהן חתונה מאכן, אדער האבן א אייניקעל, אדער מיט זיין דשאב ער וויל ווערן גרעסער ווי ער איז יעצט, אדער וויל ער נאך קענען ארויס געבען א ביך וואס יעדער גייט אים ארויף קוקן, אא"וו, די עיקר עס קוקט אים אויס אז די לעבן גייט אים נאך ווערן בעסער ווי בעפאר, האט ער שוין א סיבה צו פייטן זיינע  שווערעקייטן און וועלן בלייבן לעבן.
זונטאג פעברואר 22, 2015 10:07 am#255128
ר' שלמה אבן גבירול האט געשריבן:ווען איך פלאנץ איין א זומען פון א בוים און די בוים געבוירט נאך א בוים, האט די בוים אן אחריות פאר די בוים וואס איז געבוירן פון איר זומען?
דער מענטש איז באשאפן געווארן בטעות, זיין קינד איז באשאפן געווארן בטעות, זיין ווייב בטעות, זיינע חברים בטעות, וואספארא אחריות איז פארהאנען פון די בארג צעלן, אויף די אנדערע בארג צעלן וואס איז בטעות ארויסגעקומען פון איר?
אונז רעדן דאך יעצט נאר ווען טראכט עכט אריין. איז דען דא אן אחריות פון איין בארג אטאם'ן בצורת אדם, אויף די אלע אנדערע בערג פון אטאם'ן בצורת אדם?


ווער זאגט אז די אחריות אויף די קינדער קומט מכח שכל און דו ברענגסט א ראיה פון דעם בוים, אפשר קומט עס פון דער נפש הבהמית קוק וועסטו זעהן בהמות און חיות היטן אויך זייערע קינדער אהן קיין שום חשבון, ס' א געפיהל וואס א טאטע האט פאר א אייגנס עצם מעצמו, הגם כ' האב נאכנישט אויסגעפיגרט פארוואס.
דינסטאג מערץ 17, 2015 6:45 pm#259340
צוליב די לעצטע פאר תירוצים, וואס פארענטפערט נישט מיין שאלה, וויל איך קלאר מאכן וואס מיין שאלה איז נישט
מיין שאלה איז נישט געווען, צו זיי נעמען זיך טאקע דאס לעבן?
מיין שאלה איז אויך נישט צו סתם אזוי אן אריינטראכטן, פארוואס זיי לעבן? (דאס האט ATUB @telegram ATUB זייער גוט אויסגעשמועסט)
מיין שאלה איז אויך נישט צו זיי נעמען קעיר פון די קינדער ווייל די געפיהל זאגט זיי - וואס ATUB @למדן ATUB האט ארויסגעברענט

מיין שאלה איז צו ווען מען טראכט באמת אריין, אלס אן עטאיסט,
איז דא א סיבה זיך נישט צו נעמען דאס לעבן?
איז דא א סיבה צו האבן קינדער?
איז בכלל דא א סיבה פארוואס צו טוהן עפעס? אויפבויען די וועלט?

----

בדרך אגב, אויף וואס ATUB @נולד מאוחר ATUB האט געשריבן - הגם ס'איז נישט מיין שאלה
נולד מאוחר האט געשריבן:אויב שוין יא אחריות פאר אנדערע, ווי איז דו אחריות פון אריינברענגן קונדער צי אזא וועלט וואס דו אליינס זעסט איין אז סנישט ווערט צי לעבען? האט דען דו אטיעסט נישט קיין קונדער.

ווי א יאר שפעטער פאלן די פראצענט קינדער ביי די אומה"ע
מיטוואך מערץ 18, 2015 5:02 pm#259604
קום אהער ר' שלמה, לאמיך דיך גוט אויפפאטשן, נישט דיך, נאר די זומען / אטאם / טעות.. מסכים? ס'איז דאך בלויז א טעות'דיגע זומעלע וואס דרייט זיך דא ארום....
מיטוואך מערץ 18, 2015 8:32 pm#259631
גוט ארויסגעברענגט דאס איז זייער מיינונג
מיטוואך מערץ 18, 2015 10:40 pm#259665
ר' שלמה אבן גבירול האט געשריבן:מיין שאלה איז צו ווען מען טראכט באמת אריין, אלס אן עטאיסט,
איז דא א סיבה זיך נישט צו נעמען דאס לעבן?
איז דא א סיבה צו האבן קינדער?
איז בכלל דא א סיבה פארוואס צו טוהן עפעס? אויפבויען די וועלט?


איז דא א סיבה פארוואס א אטעאיסט זאל נישט קייען פאפיטעס?
איז דא א סיבה פארוואס ער זאל נישט זינגען לכה דודי?
איז דא א סיבה פארוואס ער נישט אראפקטנ'ן פונעם גרענד קעניאן?

דו זאגסט דו פראבירסט צו טראכטן אלס אן אטעאיסט אבער פרעגסט מיט א אראגאנץ פון א גלויביגער כאילו דער גלויביגער ווייסט דער סיבה און נאר זיין סיבה קען זיין אמת, און אויב גלייבט איינער נישט אין זיין סיבה מוז ער זיך שוין פארענטפערן פארוואס נישט צו נעמען דאס לעבן. בעת אבער דער אטעאיסט ווייסט פון דיין סיבה און האט אריינגעטראכט דערין און האלט אז אויב עפעס וואלט דער גלויביגער געדארפט נעמען דאס לעבן.
מיטוואך מערץ 18, 2015 10:41 pm#259666
ר' שלמה אבן גבירול האט געשריבן:מיין שאלה איז צו ווען מען טראכט באמת אריין, אלס אן עטאיסט,
איז דא א סיבה זיך נישט צו נעמען דאס לעבן?
איז דא א סיבה צו האבן קינדער?
איז בכלל דא א סיבה פארוואס צו טוהן עפעס? אויפבויען די וועלט?


איז דא א סיבה פארוואס א קוה טוט זיך נישט אן א מעשה ר"ל? פארוואס זי קעלבערט זיך? געשלעכט זיך? ברויך מען זוכן א סיבה מער ווי אז דאס איז די נאטור? זי טוט אזוי ווייל אזוי טוט א קוה.
את"ל, א בר שכל איז אנדערש. א מענטש טוט אלעס מיט יישוב הדעת. די פירכא איז אין די קאשע. והא ראיה אז אטעטיסטן באגיין נישט זעלבסטמארד כאטש עפ"י שכל איז נישטא קיין הסבר דערפאר.
ואת"ל הא גופא קשיא. כלומר, דאס מענטשהייט באשטייט פון טעאיסטן און אטעאסיטן. טעאיסטן טיילן איין אלע מעשים אין מצוות און אין עבירות. טעאיסטן טוען מצוות, און האלטן זיך צוריק פון אן עבירה. טעאיסטן האבן קינדער און נעמען זיך נישט דאס לעבן, ווייל די ערשטע איז א מצוה און די לעצטע אן עבירה.
אויב יראת שמים וואלט געווען די איינע סיבה פון האבן קינדער און זיך נישט נעמען דאס לעבן, וואלט געדארפט זיין ענדליכע מאס יראת שמים ביי אנדערע מצות עשה'ס ולא תעשה'ס. ס'טייטש, וויפיל טעאיסטן נעמען זיך נישט דאס לעבן, אזויפיל טעאיסטן זענען נישט מז"ל. וויפיל טעאיסטן עס בויען אויף א בית נאמן, זענען אויך נושא ונותן באמונה.
דאס איז אבסורד, ווייל אויב אזוי תשובה למה לי? דאס עקזיסטענץ פון תשובה איז א באווייז אז זינד עקזיסטירט צווישן די לעבעדיגע וועלכע באגיין נישט זעלבסטמארד.
אלא מאי, ס'דא אנדערע מאטיוון צו לעבן און צו פריה'ן חוץ די געטליכן ציוי. און די אנדערע מאטיוון זענען אייניג ביי טעאיסטן און אטעאיסטן צוגלייך. במילא די שאלה דארף זיין נישט פארוואס דייקא אטעאיסטן לעבן און פארמערן זיך, נאר פארוואס דאס מענטשהייט בכלליות.
דאס אז די ענטפער איז נישט אויבערפלעכליך אין באוואוסטזיין, אפילו אויב מען קען דערגיין דער ענטפער נאך טיף אריינטראכטן, איז א באווייז אז מענטשן טוען די זאכן, נישט ווייל זיי האבן סיבה דערצו. אויב אזוי, מותר האדם מן הבהמה אין. סיי די בהמה און סיי דער מענטש טון זאכן וואס זענען אין זייער טבע, אן קיין פארוואס.
השתא דאתית להכי, דארף מען שוין נישט זוכן א שכלדיגע טעם. טבע איז גענוגנדן. א מענטש וויל לעבן און רעפראדוצירן ווייל דאס איז זיין נאטור, פונקט ווי בושה, שלוקעצן, און קראצן די פיס.

ביבער האקט