פארומס › יסודות פון אמונה 1 כוזרי

יסודות פון אמונה 1 כוזרי

363 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8327
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג מערץ 16, 2015 4:37 pm#259003
איך פרעג צו דיין לאגיק וואלט אנגענומען אזא מעשה?
מאנטאג מערץ 16, 2015 4:44 pm#259006
פארגעס פון מיין לאגיק, הקטנ'ס לאגיק וואלט דאס געדארפט אננעמען.
מאנטאג מערץ 16, 2015 4:54 pm#259010
נישט אמת, מענטשן נעמען נישט אן אז עס איז געשען מיט זיי זאכן אפילו אויב עס מאכט נישט אויס אין מציאות,
מוצ"ש יאנואר 02, 2016 9:30 pm#315686
נישט ערלויבט לויט תקנת המקום.
זונטאג יאנואר 03, 2016 2:23 pm#315793
מורנו ר' ATUB @chusid ATUB די בריוו איז אינטרעסאנט צו אויסשמועסן און דעבאטירן אבער עס איז אסאך אויף איין מאל, אולי בטובך צו ברענגען איין נקודה ביי נקודה און מען וועט אויסשמועסן בדיבוק חברים.
דאנערשטאג יולי 11, 2019 1:11 am#432999
The rambam says that the first 2 commandments we did hear and that's the only reason why we believe in god
דאנערשטאג יולי 11, 2019 3:39 am#433002
מצפצף האט געשריבן:מען קען עס יא אפרעגן, אזוי ווי איך האב שוין פריער געשריבן.
עס שטייט אין  דברים ד, יב. וַיְדַבֵּר ה' אֲלֵיכֶם, מִתּוֹךְ הָאֵשׁ:  קוֹל דְּבָרִים אַתֶּם שֹׁמְעִים. זאגט די רמב"ם אז פארוואס שטייט קול דברים און נישט פלעין דברים? ווייל די יודן האבן נישט געהערט קיין ווערטער זיי האבן נאר געהערט א קול, און משה רבינו האט זיי געזאגט וואס די קול האט געזאגט.

אויב אזוי קען איינער קומען זאגן אז עס איז טאקע געווען א מתן תורה, אבער וואס איז שוין געווען דארט? מען האט געהערט א קול? נו, יעדע כישוף מאכער קען טון אזא זאך.

וועגן דעם איז נישט ווערט צו חוקר זיין נאר גיין מיט אמונה פשוטquoteThe rambam says that the first 2 commandments we did hear and that's the only reason why we believe in god


ווי איז די רמב"ם?
דאנערשטאג יולי 11, 2019 9:27 am#433006
מו"נ ח"ב פל"ג. דאכצעך ער זאגט עס נאר אויף די לעצטע אכט דברות, ווארום אנכי ולא יהי' לך מפי הגבורה שמענום. וממילא אזל טענות @מצפצף, ווייל צוויי דברות האבן זיי שוין געהערט קלאר, אלזא קיין כישוף איז דאס נישט, און אויף זייערע אייגענע בקשה האבן זיי דאס איבריגע געהערט בלויז פון משה.
דאנערשטאג יולי 11, 2019 9:30 am#433007
ריכטיג האט געשריבן:מו"נ ח"ב פל"ג. דאכצעך ער זאגט עס נאר אויף די לעצטע אכט דברות, ווארום אנכי ולא יהי' לך מפי הגבורה שמענום.

נו, דאס שטייט דאך אין חומש
דאנערשטאג יולי 11, 2019 9:32 am#433009
הקטן האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:מו"נ ח"ב פל"ג. דאכצעך ער זאגט עס נאר אויף די לעצטע אכט דברות, ווארום אנכי ולא יהי' לך מפי הגבורה שמענום.

נו, דאס שטייט דאך אין חומש

פון חומש אליין וואלט נאך משמע געווען אז זיי האבן געהערט אלע צען, און נאר נאכדעם האבן זיי געבעטן צו הערן פון משה.
דינסטאג יולי 16, 2019 11:23 pm#433261
ער דערמאנט אפאר פון די הערות ערווענט אין די אשכול.

m http://dovbear.blogspot.com/2006/02/dem ... -mass.html m
מיטוואך יולי 17, 2019 12:03 am#433264
איך האב געהאלטן פונקט אזוי, ביז ער שרייבט אז research ווייזט אז אשכנזישע קומען פון בלויז 4 פרויען.
Coincidence?
איך ווייס נישט אויב דאס פרעגט אפ זיין טעאריע אדער מאכט עס שטערקער.
דאנערשטאג יולי 18, 2019 1:01 am#433310
בת קול האט געשריבן:איך האב געהאלטן פונקט אזוי, ביז ער שרייבט אז research ווייזט אז אשכנזישע קומען פון בלויז 4 פרויען.
Coincidence?
איך ווייס נישט אויב דאס פרעגט אפ זיין טעאריע אדער מאכט עס שטערקער.

איך פארשטיי נישט אייער תגובה.
איר האט געהאלטן פונקט וואס?

איך ווייס בכלל נישט וואס ער וויל מיט די פיר פרויען, ובכן? לאמיר זאגן אז יהדות אשכנז האט זיך אנגעהויבן מיט פיר משפחות וואס האבן זיך געצויגן קיין דייטשלאנד, איז וואס? וואס צייגט דאס איבער יהדות ספרד-ארצות הערב-ארצות המגרב-תימן?? כלל ישראל בכללם שטאמען דאך זיכער פון מער. (זיינע אנדערע "ארגומענטן" זענען אויך פיין נער'יש, אבער שוין).