Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » געלעקסי S6

געלעקסי S6

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8366
זונטאג יוני 21, 2015 11:45 pm#284161
עס איז זיכער בעסער. די קאלירן אביסל מער עכט, און פיל שארפער. אבער דער מענטשליכער אויג זעהט כמעט נישט קיין נפק"מ צווישן די צוויי. העכער 1080p איז שוין כמעט אוממעגליך פארן אויג צו זעהן די אינדיווידואלע פיקסלס. ממילא איז פארן פשוט'ן באנוצער דער סקרין נישט אזויפיל בעסער ווי דער S5.
מאנטאג יוני 22, 2015 9:39 am#284197
פיינע קאווע האט געשריבן:רבותים. כאב די S6 עדזש שוין 3 וואכען. וועל איך זאגען מיינע קאמענטס
איז אזוי. דערווייל שטערט מיך נאכנישט די SD קארד. פשוט ווייל די פאון איז נאך ניי און סי נאכדא גענוג פלאץ אבער סיז א גרויסע פראבלעם.
די בעטערי איז נאך א גרעסערע פראבלעם. יא עס האלט לענגער. און אז מען ניצט זייער טשאדזשער איז די פאון געטשארדזשט זייער שנעל. מיט דעם אלעם וויל איך צוריקטוישען צו S5
די עדזש איז נאטיג מיט נאטינג. ממש עס געט גארנישט צו נאר אז סי פענסי. די סקרין איז נישט בעסער פון S5
אלזא ווער עס האט א S5 לוינט זיך נישט צו ספענדען א דאללאר פאר די S6

נישט נאר די עידזש געבט נישט צו נאר עס מאכט ערגער, ווען דו גייסט אין גאס און די זין שיינט נעמט עס צו די עידזש סקרין סייטס, עס פארלירט די סקרין.
פרייטאג יוני 26, 2015 2:24 pm#285382
אין מערערע ספיד און פערפארמענס טעסטס האט דער גאלעקסי S6 אלעמאל באזיגט אלע אירע קאמפעטישנ'ס (מיטן קליינעם אויסנאמען פון אנצינדן דעם קעמערע).

m http://www.tomsguide.com/us/fastest-sma ... -2881.html m
דינסטאג יולי 14, 2015 10:29 pm#289428
אין די לעצטע אפדעיט פון גאלאקסי האבן זיי מיר מזכה געווען מיט א נייע אומגעבעטענע פיעטשער. דהיינו נאך יעדע קאל. קומט ארויף א קליינע באלי וואס שווימט אויפן סקרין. אויב איך דריק דערויף זעהט מען די לעצטע 5-6 קאללער'ס. ווייסט איינער וויאזוי מען נעמט אוועק די פיעטשער?
פרייטאג יולי 17, 2015 12:54 pm#289881
Android phone maker Samsung is seeing a dip in sales. The Galaxy S6 phone has not sold as well as expected. The company shipped 7 million fewer phones in the second quarter of 2015 than it did in the first three months of the year.

The reasons behind the drop are things that could actually be considered good news. The company underestimated the demand of the Galaxy Edge phones. Consumers who couldn't get the Edge were content to wait until they could to upgrade and many users of older Galaxy phones seem to like them well enough to stick with them for a bit longer. Some had concerns about the lack of an SD card and removable battery in the S6. Some users, like me, find that their old Galaxy (I have a GS4) still works perfectly fine and there aren't any features so appealing on these new models that I'm willing to spend a few hundred bucks to get one.
מיטוואך יאנואר 13, 2016 9:33 am#317274
שוין דא רומערס אויפן קומענדיגן גאלעקסי S7 און S7 Edge. עס איז ערווארטעט אויף קומענדיגן פעברואר.

פרטים זענען נישט באקאנט, דערווייל רעדט מען פון צוריקברענגען דעם עס.די. קארטל, א גרעסערע בעטערי, און מעגליך א פארבעסערטע קעמערע.

m http://www.androidcentral.com/samsung-g ... -batteries m
מיטוואך יאנואר 13, 2016 11:42 am#317283
שמעקעדיג האט געשריבן:אין מערערע ספיד און פערפארמענס טעסטס האט דער גאלעקסי S6 אלעמאל באזיגט אלע אירע קאמפעטישנ'ס (מיטן קליינעם אויסנאמען פון אנצינדן דעם קעמערע).

http://www.tomsguide.com/us/fastest-sma ... -2881.html


פונקט קאפויער, עפל איז די נומער איינס פון אלע קאמפעטישענס, מיטן קליינעם אויסנאם פון אנצינדען דעם קעמערע און גיקבענטש. קוק די באטעם ליין הינטען. דאס מאכט דעם אייפאן אלס די שנעלסטע און מאכטפולסטע סמארפאון אין דער וועלט.
דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 8:16 am#319305
צוביסלעך ליעקט ארויס מער אינפארמאציע איבער דעם S7.

עס וועט ערשיינען אין אמעריקע אום מערץ 11. דער סקרין וועט וואקסן א צענטל פון אן אינטש. 5.2 ארויף פון 5.1. די S7 Edge וועט זיין 5.5 אינטשעס.

די S7 וועט האבן ארום 20% בעסערע בעטערי לייף, און די עדזש ארום 40% בעסער. עס וועט ווארשיינליך האבן 4 ג"ב מעמארי, ארויף פון 3 אין דעם S6.

נאך די שארפע קריטיק אויפן S6 פארן אוועקנעמען אזויפיל גוטע פונקציעס פונעם עס.5, וועט דער נייער S7 צוריק באקומען די פאלגענדע מעלות, עס וועט זיין וואסער און שטויב רעזיסטענט, און וועט צוריק האבן אן SD card סלאט ביז 200 ג"ב.

אינאיינעם מיט די לענגערע בעטערי לייף, און שנעלע טשארדזשער, וועט עס זיין פיל מער צוגענגליך צו די אלטע סעמסאנג באנוצער.

מיט די קעמערע נעמט סעמסאנג א געמבל. עס וועט האבן ווייניגער מעגאפיקסל, 12 אנשטאט 16. אבער עס וועט זיין שנעלער, פיל קלארער אין טונקעלע ענווייראנמענטס. עפל'ס אייפאון האט אויך בלויז 12 מ"פ און איז פון די קלארסטע קעמערעס צווישן סמארטפאונ'ס.
דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 11:08 am#319308
מתי יבוא לידי ואקננו כחמור
דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 9:46 pm#319411
Re: געלעקסי 6S
H

Sent from my SM-G900V using Tapatalk
דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:13 am#335925
מיין screen rotate האט אויפגעהערט ארבעטן :x
דאנערשטאג יוני 02, 2016 9:33 am#335955
Re: געלעקסי 6S
מאך זיכער אז auto rotate איז אנגעצינדען בילד

Sent from my SM-G920P using Tapatalk
דאנערשטאג יוני 02, 2016 9:40 am#335958
ביי מיר הייסט עס screen rotation, און ס'איז אנגעצינדן
דאנערשטאג יוני 02, 2016 9:48 am#335962
Re: געלעקסי 6S
א s6? וועלכער carrier?

Sent from my SM-G920P using Tapatalk
דאנערשטאג יוני 02, 2016 10:01 am#335963
AT&T
דאנערשטאג יוני 02, 2016 10:57 am#335971
געלעקסי 6S
ריסטארט די פאןן קען העלפן, פרעג נישט פארוואס,, א גוטע עצה פאר כמה פראבלעמן..
און די נמשל איז: ביי א מענטש מאכט זיך כמה אנגעצויגענע מאמענטן, זאכן ארבעטן נישט אזוי גיט ... מלייגט זיך שלאפן... ו׳לערב ילין ובכי ולבוקר רנה..!
דאנערשטאג יוני 02, 2016 10:58 am#335972
Re: געלעקסי 6S
אז מרעד שוין פין carrier. איז דא סבה פארוואס איך זאל מיך ווייטער האלטן צי verizon , און נישט אריבער גיין צי sprint, וואס אפערט האלב די פרייז..?
איז זייער נעטווארק נאך אלץ אזאוי שוואך..?
דאנערשטאג יוני 02, 2016 11:06 am#335974
ליפא האט געשריבן:מיין screen rotate האט אויפגעהערט ארבעטן :x

סימנא מילתא...
approvedlink.com/
דאנערשטאג יוני 02, 2016 11:25 am#335976
Re: געלעקסי 6S
יב הלוי סאלאווייטשיק האט געשריבן:אז מרעד שוין פין carrier. איז דא סבה פארוואס איך זאל מיך ווייטער האלטן צי verizon , און נישט אריבער גיין צי sprint, וואס אפערט האלב די פרייז..?
איז זייער נעטווארק נאך אלץ אזאוי שוואך..?

יעדע פלאץ אנדערש. ביי די פלעצער וואו איך דריי מיך ארבעט בעסער ספרינט.
מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 11:58 pm#353471
מען הייבט שוין אן צו רעדן פון דעם S8...

די סקרין וועט פארנעמען ארום ℅90 פון די פאון.

m https://www.cnet.com/news/samsung-galax ... ll-screen/ m
דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 6:31 pm#353991
Re: געלעקסי 6S
שמעקעדיג האט געשריבן:מען הייבט שוין אן צו רעדן פון דעם S8...

די סקרין וועט פארנעמען ארום ℅90 פון די פאון.

https://www.cnet.com/news/samsung-galax ... ll-screen/

עס איז שוין דא א פאון וואס פארנעמט %91.3 פון די פאון.
נאך א רומאר וואס פאלט שוין כמעט אוועק איז א 4K סקרים וואס אויב סאיז אמת גיי איך עס קויפן.
6 גיג רעם מינימאם.
אויך וועט עס זיין די snapdragon 830 טשיפ די נייעסטע מאביל פראססעסער.
פון די אודיא זייט זע איך נישט קיין נייעס וואס איז נישט גיט פאר סעמסאנג, וויל LG האב אריינגעלייגט טייערע טשיפס און די אודיא אז סזאל זיין קלארער.
לפי עניות דעתי הקטנה אויב וועט עס נישט זיין 4K און די אודיא דאפלט בעסער וועט די פאון זיין "נאך" א גוטע פאון.
דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 6:32 pm#353992
Re: געלעקסי 6S
שמעקעדיג האט געשריבן:מען הייבט שוין אן צו רעדן פון דעם S8...

די סקרין וועט פארנעמען ארום ℅90 פון די פאון.

https://www.cnet.com/news/samsung-galax ... ll-screen/

בילד
דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 11:56 am#354213
סעמסאנג זאגט אז די S8 וועט האבן אין זיך א "פערסאנעל אסיסטענט".

m http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=18373 m
דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 5:55 pm#356374
נאכמאכענדיג די אייפאון 7 וועט די S8 אויך נישט האבן קיין העדפאון דזשעק:

m http://www.sammobile.com/2016/12/06/exc ... hone-jack/ m
דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 6:19 pm#357790
עס איז געווען רומארס איבער די S8 אז סוועט האבן א 4K סקרין למעשה איז אנגענימען אז סוועט בלייבן 2K אבער די subpixels ווערט זיין אנדערש אויסגעשטעלט און די פאון וועט האבן א קלארערע סקרין אפילו די פיקסעלס וועט נישט זיין מער, דא האט עטס א סקרינשאט איבער די נושא אויב איינער קען עס אפשר מסביר זיין מער,

Screenshot_20161223-001301.png
סקרינשאט