נישט אז איך האב מיך אמאל געהאלטן פאר א מבין אין נגינה אבער דא שפיר איך אז איך מוז מיך לאזן הערן. סיי ווייל איך האב אזוי הנאה געהאט פון יעדן ניגון באזונדער אין דעם אלבום, און נישט נאר פון יעדן ניגון נאר פון יעדן קאמפאנענט אין א ניגון, און סיי ווייל מיילעך (דערווייל) האט עפעס א יוניק נשמה. ער איז דער איידיעל ארטיסט. (האט ער מחבר געווען אלע ניגונים?)
מיך איז אינטרעסאנט געווען ווי ווייט א מחבר קען נשפע ווערן פון אנדערע ניגונים אין זיין קולטור און ממש צוזאמענשטעלן זיינע ווערק פון א מיליאן קוועטשן און תנועות וואס קענען יעדער פאר זיך אידענטיפיצירט ווערן פון וואו זי קומט און צומאל אפילו גענוי פון וועלכע ניגון ס'קומט. כ'בין זיכער אז יעדע ניגון האט נאך א באנטש אנדערע אינפלוענסעס אבער די פאלגנדע איז וואס איך קען הערן.
שבת: צוויי פעלער קען איך איידענטיפייען איינס אלס א סאטמערע הקפה טייפ און די צווייטע ברסלב מיט א מירון סטייל.
הרינו קען איך הערן סקולען, משה גאלדמאן און ברסלב צווישן נאך אנדערע וואס איך קען נישט אידענטיפיצירן. די ענד קוועטש אויף 'לנו' איז א קלאסיק ליפא שמעלצער - אויך געגאנבעט פון די 60's מוזיק?אר וואטעווער. מסתמא רעקאמאנדירט ביי די סטודיא מענטשן rather than מיילעך.
אבי יתומים ווי איך האב שוין געזאגט איז כלל נישט פון אונזעריגע הויזגעזוינד. אבער די רעליגעיזע פארפרומטער 'אבי יתומים און 'ודיין אלמנות' פון די הויכער פאל, וועלכער ווארנט און דראהעט, וועקט אויף דעם שלאפענדיגער ראש הקהל א שווייס באגאסענער אינמיטן נאכט פון זיין נייטמער - איז א כמו שלש סעודות'דיגער תנועה פון סאטמער. אדער אפשר ווי געזאגט אויך הקפה פסוקים. ווידער, ואתם אהאהיי הדביקים בשם אלוקיכם' רילעיט צו ימים נוראים.
אין דבר העומד איז יוניק. קיין מושג פון וואנעט. א הערליכער ניגון. דר'עיקר איז 'מ'זאגט מ'גלייבט ווייטער.'
קודשא בריך הוא שווער איך איז א געקלעבאכץ פון עטליכע באקאנטע תנועות א שטייגער ווי א סאטמערע שלום עליכם מיט א ברסלבע אשת חיל. והא אוקימנא איז נאך אויך סאטמער אבער רזא וכו' גייט שוין צוריק צו סקולען. די לעצטע פאל, כגוונא דיליה איז משה גאלדמאן.
ונהפוך איז ווידער סקולען און אויך א יו"ט ערליך עלעמענט. דאס איבריגע ווייס איך נישט.
ואהבת א טיפיקעל חתונה ניגון מיט א נאנאח גירסה. די ניגון דערמאנט מיך פון א באקאנטע טאן וואס מ'זינגט אויף לא תבשו פרייטאג צונאכטס.
בדרך שאדם מודה בה מודדין לו איז שוין א נייע אויפטוה. אפילו די 'בה' בין נישט זיכער געהערט דארט ליטערעלי. און איך גיי באנקערס פאר זיין הויכע פיטשד וואויס. ביוטיפול. ספעציעל איז עס ביי די ניגון הרינו. (בדוו, געוויסע ניגונים מערק איך זיי האבן פארטעמפט זיין שטימע אביסל. אפשר צו פארדעקן זיין צייטנווייזע קרעצעלעך אין זיין שטימע. בין איך נישט איינשטימיג. די שיינקייט פון זיין גרויסע שטימע טוט עניטיים קאמפענסעיטן פון די פאר קרעצלעך.) וכן לענין הטובה קען איך שוין דערקענען סקולען. די לעצטע יאמא מאמא מיי מיי דערמאנט מיך ראק און העווי מעטאל. די שטילע אונטער ברומען פון די קאווייער טו טו טאהוטורו טורו איז בכלל נישט אידיש!! בקיצור דער ניגון איז געוואלדיג!
געדאנקען, בין איך קאמפליטילי אומוויסנד. נאכאמאל די באליבטע היי פיטשינג. מיין פעיוואריט איז זיין לעצטע "ווי נידריג איך בין" דאס אראפגיין ביי 'איך בין'.
מי יודע, הויבט אן מיט יוסלע ראזנבלאט סטייל און גייט תיכף צו א מוזיק און א ניגון אריינפיר וועלכע דערמאנט מיך פון די צווילינג ניגון פון מיכאל'ס טעיפ "א טאטע הערט". נאכדעם קען איך נישט זיכער מאכן אויב איך הער אייזיק האניג'ס בהר המוריה אדער פינקי וועבער'ס כשרונות. איך הער איבער דעפענטילי ימים נוראים נאכאמאל - די הגעת למלכות אויך נאכדעם אפשר וואס דו גייסט יעצט אריבער וכו'. אויך קען איך הערן נאכדעם טאהשע קוועטשן - שאניייי כאן. און די קעוועטש אויף "is the reason that 'you're here' איז זעכער גויאיש. ענדיגן ענדיגט זיך די ניגון ווי א טוירטש הימנע און ממש צום סוף, טוט מיילעך ענדיגן מיט א ארגינאלע ברסלבע 'שאני כאן' וואס הערט זיך ווי אן אבליוויעסדיגער ברום פון אינגערמאן אין וואלד אינמיטן התבודדות.
יומם איז ווייטער מירון און סקולען.
בקיצור מיינע פעיוואריטס זענען בדרך שאדם, אבי יתומים, דבר העומד און געדאנקען. אז איך וואלט געמוזט פיקן נאכאיינס וואלט איך גענומען לכבוד שבת. בעיקר צוליב די 'סטאפ....פא פא פא פא פא רא ריי ריי'
קען זיין מיין רעוויו ווייזט מער וואס איך האב צוגעהערט מערסטנס אין מיינע אינגע יארן… יעצט ווארט אייך עמיצער זאל ברענגען די גויאישע אינפלוענסעס.
אסאך פון די מוזיק דערמאנט מיך פון ליפא'ס טעיפ בדרך און אויך גרינפעלד'ס המברך יתברך. איינער ווייסט פארוואס?