Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"

"קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 186 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #8569
מיטוואך אפריל 01, 2015 4:48 pm#263595
"קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
מיט גרעסטן פארגעניגן טו איך פרעזענטירן די "פה-סח" אויסגאבע מעשי ידיהם להתפאר פון חברי ק"ש און גראפירט דורך ATUB @מה הוא ATUB
איך קען נישט גענוג באטאנען די אומערמידליכע ארבעט עס איז אריינגעגאנגען דערין, און מיר האפן אז איר וועט אלע הנאה האבן דערפון.
גלייכצייטיג טוען מיר בעטן, אונזער הארעוואניע וועט זיך אויסצאלן נאר אויב עס וועט דערגרייכן ווי ווייטער מעגליך. זאל זיך יעדער פארנעמען דאס צו שיקן און פארשפרייטן פאר מינימום דריי חברים און מער, און דערמיט אויסברייטערן די גרעניצן פון דאס פרייהייט פון ווארט!

חג כשר ושמח,
אייער פריינט, כוכב

w www.kaveshtiebel.com/pesach/pe-sach.pdf w
מיטוואך אפריל 01, 2015 4:54 pm#263596
בבקשה וואס פריער ארויפלייגען די ארטיקלען אויף קאווע שטיבל נארמאל זאל מען קענען אפווענדען די תורות פון דער עולם.וואס א מין פרייהייט וואלט דאס געווען ווען מ'קען נישט צוריקרעדן.
מיטוואך אפריל 01, 2015 4:54 pm#263597
דורכגעבליקט, ס'קוקט אויס א הערליכע ארבעט. א גרויסן דאנק פאר כוכב, מה הוא, און אלע אנדערע וועלכע האבן אנטייל גענומען אהערצושטעלן דעם הערליכן פראעיקט. דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן מיט אלעס גוטס.
מיטוואך אפריל 01, 2015 4:58 pm#263598
עס שיינט - די פה-סח העפט - ווי א ווינדערליכע ווערק. אן ערמוטליכע דאנק, פון הארצן טיפע, מוז אויסגעברענגט ווערן - פאר אלעמען - אין אנערקענונג, פאר דער שעצבארער "כוכב". א דאנק.
מיטוואך אפריל 01, 2015 5:00 pm#263599
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
שוין דאונלוידעד. רעד נישט צו מיר פאר די נעקסטע צוויי שעה.
מיטוואך אפריל 01, 2015 5:07 pm#263600
איינער ווייסט ווי איז דא א דרוקער אין בארא פארק וואס קען מיר דאס שיין און שנעל ארויסדרוקען און צאמלייגען אויף יום טוב?
מיטוואך אפריל 01, 2015 5:10 pm#263601
M&S, 15&44
COPY CAT, 13&46
COPY CORNER 13 & 54
מיטוואך אפריל 01, 2015 5:13 pm#263603
ביטע נאכנישט ארויסשטעלן די ארטיקלען אויף קאווע שטיבל ביז צו א קומענדיגע מעלדונג.
מיין פערזענליכע בקשה. אלעס מחברים וועלן קריגן זייער רעדאגירטער ארטיקל. ביטע דאס פארלאנגען אין אישי. אבער לאמיר צואווארטן אביסל, פה סח זאל קריגן איר פארדינטע אנערקענונג.
מיטוואך אפריל 01, 2015 5:21 pm#263604
געווענליך האב איך נישט ליב צו שרייען הויך ווען מ'קען רעדן רואיג, אבער אין דעם פאל שרייט זיך עס פון זיך אליין:

כוכב! כוכב! כוכב!

ווער ס'האט אפאר פיס זאל צולייגן א האנט צום כאָר, און באגלייטן מיט הילכיגע אפלאדיסמענטן. מיין קליינטשיגער מוח באגרייפט נישט וויאזוי ער האט דאס באוויזן אין אזא קורצער צייט.

:like :like :like
מיטוואך אפריל 01, 2015 5:29 pm#263606
גארנישט קלענערע אפלאדיסמענטן קומט זיך פאר'ן גראפיקער ATUB @מה-הוא ATUB . אזא ארבעט אריינצולייגן! רבונו של עולם!

:קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש
מיטוואך אפריל 01, 2015 5:30 pm#263607
ר' אפרים זצ"ל??!! Wow
מיטוואך אפריל 01, 2015 5:33 pm#263610
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
Awesome
ווי פלאויוס זאגט, דא דארף מען שרייען ווייל בלויז ווערטער זענען צו ווייניג,
מיטוואך אפריל 01, 2015 5:33 pm#263611
הערליך שיין, ATUB @כוכב ATUB . האסט פארשאפט א שמחת יום טוב פאר אידן וועמען דו קענסט ניטאמאהל, א ריכטיגע חסד שאינו מצפה לתשלום גמול. מה כנגד מידה ישולם לך מן השמים, חסד וחן, תורה וגדולה, נחת והרחבת הדעת.

און צו דיר, ATUB @מה הוא ATUB , איז נישטא קיינע ווערטער צו דאנקען פאר דיין ענדלאזע ארבעט. האסטעך אונטער גענומען און האסט מקיים געוועהן! ס'איז א מייסטער ארבעט, וכהנה וכהנה יוסף ד' עליכם!
מיטוואך אפריל 01, 2015 5:35 pm#263613
ווארטלאז. שפראכלאז. א קאלטקייט פון מויל צו אויערן, ווער האט דעם כוכב געבוירן?
מיטוואך אפריל 01, 2015 5:40 pm#263614
כוכב, האסט מיר געשפארט געלט, כגיי נישט קויפן דער איד, דער בלאט, דער זמן, וגו׳
מיין פרינטער שפייט יעצט אויס זעקס קאפיעס פאר פארצאטישע חברים אין פאר מיר
שקויח אין תזכו למצוות, כשרן פרייליכען פסח
מיטוואך אפריל 01, 2015 5:41 pm#263615
אויפ'ן קאמפיטער האב איך דאונלאדעד, אויפ'ן פאון קען איך נישט. אפשר וויבאלד ס'איז אזא גרויסע פייל?
מיטוואך אפריל 01, 2015 5:42 pm#263616
שטילע אפשר פריטסטו אויס פאר מיר אויך איינס?!
איך דארף דאך אויך האבן מיט וואס אהיים צוקומען לכ' יו"ט..
מיטוואך אפריל 01, 2015 5:45 pm#263617
מה הוא האט געשריבן:שטילע אפשר פריטסטו אויס פאר מיר אויך איינס?!
איך דארף דאך אויך האבן מיט וואס אהיים צוקומען לכ' יו"ט..

פאר די? אפי צוויי. סאיז שיין געסטעיפלט אין קארלירטע בלעטער. קום עס אויפפיקען
מיטוואך אפריל 01, 2015 5:51 pm#263618
ארויסגפרינט.
איינער האט צו בארגן א סטעיפלער וואס האקט צאם 108 פעידזשעס?
מיטוואך אפריל 01, 2015 5:52 pm#263619
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
אומגלויבליך!!!!!!!!!!!!
מיטוואך אפריל 01, 2015 5:53 pm#263620
איך פרינט עס דופליקעיט (אויף 2 זייטן)
אבער אפילו 54 פעידזשעס קען מיין סטעיפלער נישט הענדלען.

כוכב עס איז נישט נאטורליך וואס דו האסט באוויזן. ברעכסט היסטאריע.
כ'האב מורא פון א חשש גילוי. פון וועלכע הויז מען וועט ארויסהערן כראפעצן ביי יחץ, איז עס מסתמא דו.
מיטוואך אפריל 01, 2015 5:56 pm#263622
אדער פון וועלכע ביהמ"ד בית הכסא מ'וועט הערן בלעטער מישן וועט מען וויסן ס'איז מיר
מיטוואך אפריל 01, 2015 5:58 pm#263624
Wow wow wow!
אין מילים!

ומצדיקי הרבים ככוכבי"ם לעולם ועד!
מיטוואך אפריל 01, 2015 6:17 pm#263625
Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"
מה הוא האט געשריבן:שטילע אפשר פריטסטו אויס פאר מיר אויך איינס?!
איך דארף דאך אויך האבן מיט וואס אהיים צוקומען לכ' יו"ט..

@מה הוא, טען פאונטס - ניין, הונדערט פאונטס - wow! Breathtaking!

איך האב נישט געטראפן אן אנדערע תגובה פון דיר געב איך דיר א לייק דא.
מיטוואך אפריל 01, 2015 6:20 pm#263628
Peh_Such.jpg
Peh_Such.jpg (56.86 KiB) געזען געווארן 8828 מאל