פארומס › יום המר, לחסידי סאטמר - ה' אייר, חג העצמאות.

יום המר, לחסידי סאטמר - ה' אייר, חג העצמאות.

119 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8715
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג אפריל 28, 2020 2:47 pm#446960
פאר די נייע וועלכע האבן נאכנישט געליינט @אנאנים קאנטראווערסיאלע ארטיקל און די נאכפאלגענדע היציגע דעבאטע........
דינסטאג אפריל 28, 2020 5:50 pm#446985
פאליטיקאנט האט געשריבן:פאר די נייע וועלכע האבן נאכנישט געליינט @שש משזר קאנטראווערסיאלע ארטיקל און די נאכפאלגענדע היציגע דעבאטע........

כ'האב שוין געליינט א שיין ביסל שש'ן אין לעבן אבער אין דעהם האב איך קיינמאל נישט אריינגעקלאפט, שכוח פאר'ן ארויפברענגן!

און צו די עצם דעבאטע, איך האלט ער איז wrong, אבער בבחינת אין המת יכול להכחיש את החי וועל איך נישט אויפלאקערן די נושא.

היינט נאכט וועט זיין תיקון ביי מיר אין סמעדריש לכבוד האי יומא רבא!
דינסטאג אפריל 28, 2020 8:42 pm#447018
צו די וואס זאגן תחנון ה' אייר אפילו עס איז דא א ברית, און זיי פאלגן נישט וואס עס שטייט אין שו"ע אז מען זאגט נישט. וויל איך וויסן דאס יאר וואס אסאך דאווענען ביחידות אינדערהיים ווי זיי האבן נישט קיין ספר תורה וואס אין שו"ע שטייט אז אויף אזא פאל זאגט מען אויך נישט קיין תחנון, דארף מען ה' אייר יא זאגן און נישט פאלגן דעם שו"ע?
דינסטאג אפריל 28, 2020 10:24 pm#447032
מען זאגט יא תחנון, אפילו נפילת אפים, מען איז נאר נישט נופל על פניהם און מ'זאגט נישט י"ג מדות.
דינסטאג אפריל 28, 2020 10:28 pm#447033
היסטאריקער: וויבאלד מ'פאלגט שוין נישט דעם שו"ע. און מ'זאגט יא תחנון אפילו ביי א ברית, איז דאס א נייע הלכה וואס מ'האט עוקר געווען די אריגינאלע הלכה פסוקה. קענמען שוין עוקר זיין די גאנצע הלכה. און מ'קען זאגן תחנון אפילו ביחידות אויך...!
דינסטאג אפריל 28, 2020 11:01 pm#447035
נישט ארינגייענדיג אין די וויכוח זאג איך דיר די הלכה לגבי תחנון ביחידות אז מ׳ זאגט יא נאר אן נפילת אפים און י"ג מדות.

אבער אז מ'רעדט שוין, מהר"א מסאטמאר שליט"א פארציילט אז ער האט מיטגעהאלטן אלס בחור ווען ער האט געוויסט א סיגעטער יוד מאכט א ברית ה' אייר ביים רבי׳ן זצ"ל (דאס קינד איז ר׳ לוי אפעל פון קר"י) איז ער ספעציעל געגאנגען צום ברית זען וואס דער רבי וועט טון, און ער האט נישט געזאגט תחנון וועגן דעם ברית.

פארשטייט זיך אז ברבים קען ער נישט פארציילן די מעשה.
מיטוואך אפריל 29, 2020 7:53 am#447071
לויט די פראפאגאנדא, האט מען פארציילט פאר דער בעל השיטה"ק אז א צווייטע גדול האט דוקא געזאגט תחנון אום ה' אייר ביי א ברית, כדי שלא יאמרו. האט דער בעל השיטה"ק געזאגט 'מיר וועט מען נישט חושד זיין'.
מיטוואך אפריל 29, 2020 8:17 am#447080
היסטאריקער האט געשריבן:מען זאגט יא תחנון, אפילו נפילת אפים, מען איז נאר נישט נופל על פניהם און מ'זאגט נישט י"ג מדות.

קענסט זאגן גאנץ תהלים אויך, תחנון מיינט נפילת אפים, און מען דארף גארנישט זאגען ספעציעל עס זאל הייסן נפילת אפים.

בדרך אגב, תחנון איז א רשות, מען דארף עס קיינמאל נישט זאגן.
מיטוואך אפריל 29, 2020 8:31 am#447081
וואס האט תחנון מיט תהלים? ר"ח מעג מען זאגן תחנון? אוודאי נישט, און אפילו תהלים, קאפיטאל יענך ד׳ ביום צרה למשל, מעג מען זאגן צווישן אשרי און ובא לציון ביומא דפגרא? זיכער אז נישט, אפילו מ׳ מעג עס זאגן סתם אזוי אינמיטן טאג, די תפלה האט א סדר, אוודאי איז עס נישט דאורייתא, אבער ווען די הלכה פארלאנגט נישט צו זאגן קען מען נישט יא זאגן
מאנטאג מאי 13, 2024 9:52 am#561861
לענ"ד וואלטן חסידי סאטמאר געדארפט זיין די ערשטע נישט צו זאגן תחנון אין ה’ אייר, וויבאלד "אי לאו האי יומא" וואלט מען נישט געהאט קיין שיטה...
מאנטאג מאי 13, 2024 10:02 am#561863
זיי דארפען דאנקען יעדן טאג, וואס די מדינה שטייט, און אגודה גייט אן,
אז נישט, מיט וואס ביסטו בעסער פון מיר?!
און וואס גייסטו טון מיט אלע דיינע real estates/בניני המוסדות אין חו"ל? האסט דאך שין נישט דעם תירוץ נישט צו עולה זיין......
מאנטאג מאי 13, 2024 10:14 am#561870
ספר רות פרק ג
לִינִי הַלַּיְלָה וְהָיָה בַבֹּקֶר אִם יִגְאָלֵךְ טוֹב יִגְאָל וְאִם לֹא יַחְפֹּץ לְגָאֳלֵךְ וּגְאַלְתִּיךְ אָנֹכִי חַי יְדֹוָד שִׁכְבִי עַד הבקר
וְהָיָה בַבֹּקֶר כשיתחיל להזריח עמוד השחר, בזמן הגאולה אִם יִגְאָלֵךְ טוֹב רצה לומר, אם יתעורר אותו הטוב הגנוז מעצמו על ידי תשובה ומעשים טובים יִגְאָל יהיה הגאולה מיד בבוקר, רצה לומר, בזמן הקץ הראשון, כי כמה קיצין כלו ועברו, ואין הדבר תלוי אלא בתשובה. וְאִם לֹא יַחְפֹּץ לְגָאֳלֵךְ שלא יעשה [יעשו] תשובה, וּגְאַלְתִּיךְ אָנֹכִי. פירוש, אני מעורר אותו הטוב, כנאמר למעני אעשה חַי ה' חי הוא בסוד יסוד, הוי' הוא תפארת, ויש בכאן רמז גדול, שלא ניתן לכתוב, באשר שנוגע אל זמן הגאולה. [ האר"י הקדוש]
יסוד שבתפארת-ה' אייר.
שכבי עד בקר=708. ה-בקר. ה -תש"ח.
מאנטאג מאי 13, 2024 7:15 pm#561989
איך האב שוין איינמאל פארציילט די מעשה: אן ערליכער , אבער תמימות'דיגער איד וואס האט געוואוינט אין ירושלים עיה"ק. ער פלעגט א יעדן טאג ביים דאווענען שחרית ביי די ווערטער..."ומדינה של גהינום"... אינזין האבן די טמא'נע מדינה. אז ס'זאל בטל ווערן.

איין טאג איז איהם אנגעקומען א גרויסער טשעק פון מס הכנסה. (ווייל זיינער א קרוב האט איבערגעצאלט די טעקסעס מיט א גרויסן סכום). איז ער געגאנגען פרעגן זיין רב אויב ער מעג זיך באניצן מיט די (טמא'נע) געלט.

דער רב האט געפסקנ'ט אז יא. נאר מיט א שינוי...! האט ער געפרעגט...וואס וועט זיין מיט דעם וואס ס'שטייט אין סידור.."ומדינה של גהינום"...?! האט דער רב געפסקנ'ט אז פון היינט אן זאל ער זאגן בלי שם ומלכות...!