Under maintenance
הויפט זייט » קוריאזן פון סייענטיפישע רעליגיע

קוריאזן פון סייענטיפישע רעליגיע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8754
דינסטאג אפריל 28, 2015 1:44 am#270340
קוריאזן פון סייענטיפישע רעליגיע
פון זייט מיר ווייסען די היסטאריע זענען מענטשען נישט צופרידען מיט די פשוט'ע מעשה פון זייער לעבן, דער לעבן איז מלא חסרונות והגבלות, און האבן אויסגעטראכט פאנטאסטישע מעשיות וועגן וואס געשעהט נאך מען שטארבט, פאר מען ווערט געבוירען, אדער בכלל אין אנדערע אלטערנעטיווע עולמות ווי אלעס איז מוראדיג פאנטאסטיש. אדער וועגן ווי משיח גייט קומען און ווי לעתיד לבוא וועט אלז זיין געוואלדיג. אמאל האט מען געמיינט אז דאס איז א סימפטאם פון רעליגעזע אמונה תמימה וואס נוצט די פאנטאזיעס פאר פארשידענע צרכים. שטעלט זיך אבער אויס אז למעשה אפילו ביי אזעלכע וואס זענען כופר אין יעדער אמונה דתית טראכטען זיי אויך די זעלבע סארט פאנטאזיעס און מאכען אויך די זעלבע סארט מעשיות אז זייער לעבן און וועלט זאל זיין גרעסער ווי עס איז. ביי טייל אנערקענען זיי אז דאס איז טאקע א פאנטאזיע און פיקציע אויף זיך אביסעל דערהייבען פון דער טאגטעגליכע שוועריקייט. אבער ביי א טייל נוצט מען די סייענטיפישע מושגים אויף השערות רחוקות מן השכל והדעת אין אין קאנטעקסטס וואס קיין שום טריקענע דרישת החכמה והאמת וואלט נישט אנגעקומען צו דעם, מוז מען זאגען אז דער זעלבער מענטשליכע דראנג וואס האט אויסגעטראכט די אלע רעליגיעזע מעשיות טראכט אויס די.

פון די סארט רעכן איך כל מיני סייענטיפישע נבואות וועגן דער עתיד, למשל ווי גוטע קאמפיוטערס וועלן אמאל זיין, אדער מער ווייטע הגזמות אז אמאל וועלן מאשינען זיין קלוגער פון אונז, אדער אז מען וועט אויסטרעפן וויאזוי מער נישט צו שטארבען, פארשידענע תקוות וואס זענען בפשטות קעגן די שכל הישר און ערפארונג פון סייענס, אבער דער זעלבער דראנג וואס שטיפט מענטשען צו גלייבען אין תחיית המתים און משיח שטיפט זיי צו גלייבען אין די כמו סייענטיפישע נבואותער.

היינט האב איך געטראפען א דוגמא נפלאה לכך. כידוע לכל (אדער נישט ? :? ) גודל השבר ווען זאין מאליק, פון די גרויסע סטארס פון דער יוגנטליכער בענד וואן דיירעקשין האט מכריז געווען אז ער טיילט זיך אפ פון די גרופע. טייל האבען גאר געזאגט אז מיום שחרב קבוצת הביטלס איז נאכנישט געווען אזא חושך ואפילה אויף דער וועלט. הכלל, וואס טוהט מען אין אזא צרה, מגייט צו די צדיקים צו די נביאים זאלן אונז מחזק זיין אז אויף יענער וועלט וועט זיין גוט, אדער וואס. איז מען געגאגנגען צו דער כהן גדול פון היינטיגע פיזיקס מוהר"ר סטיווען הוקינג זאל זיין געזונט,וכה דיבר: וויבאלד מיר ווייסען דאך אלע די מולטיווערס טעאריע, וואס זאגט אז פאר יעדער פיזישע אפשרות אויף דער וועלט איז בעצם דא א צווייטער וועלט ווי עס איז געשעהן אנדערש, ממילא האט איר זיך נישט וואס צו טרויערן טייערער קינדער, דאס וואס ער האט אפגעלאזט די גרופע איז דאך נאר ביי איין געוויסער וועלט, פארהאן אבער א צווייטער יוניווערס אין וועלכער מאליק שפילט נאך פעסט אין די בענד, דאס וועט זיין אייער טרייסט חזקו ואמצו.

ובלשונו הטהור
"My advice to any heartbroken young girl is to pay close attention to the study of theoretical physics. Because one day there may well be proof of multiple universes," he said. "It would not be beyond the realms of possibility that somewhere outside of our own universe lies another different universe—and in that universe, Zayn is still in One Direction.


און דער עולם איז אהיימגעגאנגען מחוזק מדבריו הקדושים. פארזיכערט אז אין א צווייטער יוניווערס שפילט נאך דער באליבטער זאין אין וואן דיירעקשין כולם אהובים כולם ברורים ינוחו בשלום זאלן זיין פאר אונז א מליצה ישרה פאר דער קאסמאלאגישער מולטיווערס.
דינסטאג אפריל 28, 2015 1:52 am#270343
קוריאזן פון סייענטיפישע רעליגיע
.
דינסטאג אפריל 28, 2015 3:04 am#270355
ביז די משל האב איך נאך מיטגעהאלטן...
דינסטאג אפריל 28, 2015 4:44 am#270360
יא יא אפטעמיזם בייעס.
בד"וו, אין אן אנדער עולם באווארפט דיך ר' יחזקאל שניידער מיט שטיינער
אין אן אנדערן עולם באווארפט ער מיר כאטש כ'האב גארנישט געזאגט
אין אן אנדערן עולם זאגט ער אליין דאס זעלבע, היפאקראטיע ?
ולסיום, אין אנדערן עולם זאגט האקינגס אז די מולטיווערס טעאריע איז אזוי אבסורד, אז איך ווייס שוין נישט וועלעכע האקינגס צו גלייבן
דינסטאג אפריל 28, 2015 5:42 am#270363
דו גלייבסט נישט אז משיח גייט קומען?
דינסטאג אפריל 28, 2015 6:16 am#270367
לעיקוואד האט געשריבן:למשל ווי גוטע קאמפיוטערס וועלן אמאל זיין, אדער מער ווייטע הגזמות אז אמאל וועלן מאשינען זיין קלוגער פון אונז]


דיין נקודה איז ריכטיג. אבער דער ספעציפישע דוגמא איז געווענטליך יא באזירט אויף מור'ס געזעץ א.ד.ג.
דינסטאג אפריל 28, 2015 6:59 am#270374
.
דינסטאג אפריל 28, 2015 8:24 am#270391
וואס טוהט דאס אין שבת אחים?
ATUB @שמערל ATUB ATUB @פליקער ATUB ATUB @קעלנער ATUB
דינסטאג אפריל 28, 2015 8:29 am#270393
כוכב האט געשריבן:דו גלייבסט נישט אז משיח גייט קומען?

איך שרייב אן אשכול מסביר זיין אז אפילו סטיוון הוקינג גלייבט אין משיח און דו ליינסט גאר פארקערט?
דינסטאג אפריל 28, 2015 8:34 am#270394
לעיקוואד האט געשריבן:וואס טוהט דאס אין שבת אחים?
@שמערל @פליקער@קעלנער

ס'האט מעך גענומען א מינוט ביז כ'האב געכאפט אז די שרייבער פון דער תגובה איז נישט קיין צווייטער ווי....... עם אליין
דינסטאג אפריל 28, 2015 8:36 am#270395
איך געדענק נישט איך זאל עס דא לייגן, טאמער יא איז עס געווען א טעות איך האב זיך נישט געכאפט אינמיטען די נאכט. עכ"פ בעט איך די גבאים זאלן עס אריינפירען אין העמק דבר אדער תורה ומחשבה אדער קאווע שטיבל אדער שמייכל אדער וויסנשאפט במקומו הראוי לו.
דינסטאג אפריל 28, 2015 8:41 am#270398
די שרייבסט אזא מורא'דיגע מאמר און די ווייסט אליין נישט ווי ס'באלאנגט ? ואחרון הכביד "שמייכל" :D
דינסטאג אפריל 28, 2015 8:43 am#270400
וואס איז פשט אין דעם פאראגראף:
אבער דער זעלבער דראנג וואס שטיפט מענטשען צו גלייבען אין תחיית המתים און משיח

חזקה על חבר, אבער איך מיין זאלסט זיך אויסקלארן, דיינע ווערטער קענען אויסגעטייטשט ווערן אלס כפירה.
דינסטאג אפריל 28, 2015 8:46 am#270401
חזקה על חבר אז ער ניצט זיין שכל און ווייסט וואס איז פשט. האלטסט טאקע איך דארף מסביר זיין? איך וועל נאכאמאל איבערזאגען. עס איז דא א צורך ביי מענטשען צו גלייבען אין א משיח אין א בעסערען עתיד. מען זעהט די צורך איז אזוי שטארק עס געפינט איך אפילו ביי אטעאיסטען. יעצט זיי פליז מסביר וואס דאס האט מיט כפירה?
דינסטאג אפריל 28, 2015 8:48 am#270403
אקעי אקעי, שריי נישט, דער טאן האט זיך געהערט אביסל זלזול'דיג.
דינסטאג אפריל 28, 2015 8:49 am#270405
אה כ'האב פארגעסן דא איז כתה ג'.
דינסטאג אפריל 28, 2015 8:49 am#270407
אמאל שרייבט איימיצער בלישנא דמשתמע לתרי אנפין און מען קען פרובירן אויסטייטשן צום גוטן, אמאל איז עס צו אויפפאלנד און בדוחק גדול קען מען פרובירן אריינקוועטשן א לימוד זכות.

כנראה אז דער קלוגער עולם דא אין כיתה ג' איז נישט אזוי איבערגעשפיצט, איך האב היינט צופרי געקריגן 5 קאמפלעינטס. און דאס שוין חוץ די אפענע אטאקעס אין אשכול זעלבסט.

סאו ביטע זיי זיך מסביר קלאר און דייטליך נישט אראונד די בוש, לאז נישט יעדן מיט די צונג אינדרויסן.
דינסטאג אפריל 28, 2015 8:50 am#270408
.
דינסטאג אפריל 28, 2015 8:51 am#270409
וייזט אויס מען האט אנגענומען מיינע נייע תקנות

לעיקוואד האט געשריבן:
ליצנות ונוסח

1) מהיום והלאה איז אסור יעדער סארט ליצנות, סארקאזם, אדער סיי וועלכער סארט שרייבאכץ וואס פאדערט מער ווי א כתה ג' חינוך עס צו פארשטיין ריכטיג. מען בעט יעדער זאל שרייבן בלויז ברחל בתך הקטנה, בעסער אויב קען מען אין רויטע באלדע אותיות, אז יעדער איינער זאל קלאר פארשטיין אלעס.

[/justify]
דינסטאג אפריל 28, 2015 8:54 am#270410
לעיקוואד האט געשריבן:אה כ'האב פארגעסן דא איז כתה ג'.

קענסט מיר מסביר זיין פארוואס דו דארפסט ביטשן ווי א גוטע גימל יונגל, האסט געשריבן אן אשכול, ביזט נישט אריינגעקומען אזוי קלאר, מ'מעג פרעגן פשט, העסטעך אויסגעקלארט, ושלום על ישראל, פארוואס דארפסטו שפרינגען ווי איינער זאל ווען בארירן דיין קרוין.
דינסטאג אפריל 28, 2015 8:56 am#270412
איך האב נאכנישט בכלל געהערט וואס איז די שאלה אדער הוה אמינא פון כפירה דא. שטייצעך מען האט דא פארמעקט די תגובה וואס איך האב דא געשריבען וואס איז מסביר פארוואס איך שריי.
דינסטאג אפריל 28, 2015 8:58 am#270414
איך גיי עס אבער צוריקלייגן. לאמיר זעהן ווער עס וועט געוואונען.
??? אין אישי האט געשריבן:היות עס איז אריין געקומען קאמפלעין'ס קעיגן דיין אשכול אז עס איז כפירה אדער קרוב לזה, האט עס א מנהל אוועקגעפירט קודם קיין שבת אחים, ביז עס וועט זיין א זיצינג אויב מען זאל עס גענצליך מעביר זיין.

איך האב דערויף נישט דן געוועין, מיין כפירה דעטעקטאר ברויך ווערן קאלעברירט איידער איך מאך אזעלכע דעסיזשען'ס.

אויב ווילסטו קען איך מעביר זיין דעים אשכול בדרך כבוד, און עס וועט זיין כאילו לא היה כלל וכלל.

לאז מיר וויסן, אדער ווארטן ביז א נהל וועט מחליט זיין.
דינסטאג אפריל 28, 2015 9:03 am#270417
לעיקוואד אין א אנדערע אשכול האט געשריבן:איך שטום מיט אז טאמער האלט איינער כפירה'דיגע שיטות זאל ער זיי ארויסשרייבען קלאר און זיך נישט שעמען.
דינסטאג אפריל 28, 2015 9:04 am#270418
פלאי פלאים. ווען איך האב געזעהן די תגובה פון ר' חאצקל'ן דא האב איך נישט געהאט קיין ספק אז ביז פינעף מינוט איז דאס פארמעקט. סתם איינער שרייט פוי טמא אין אן אינטעלעקטואלער אשכול און שרייט אריין דיבורים וואס האבן גארנישט מיט די נושא נישט זיי פרעגן נישט זיי ענטפערן סתם געשריגען אין די וועלט אריין. ניין אבער, דאס איז נאך א הוכחה אז די קלוגע כתה ג' יונגלעך האבען דא געזעהן כפירה דארף מען זיך נאך רעכענען מיט זיי. ATUB @שמעקעדיג ATUB אזוי ארבעט היינט אייער מענטשליכקייט און שכל הישר?
דינסטאג אפריל 28, 2015 9:12 am#270425
שמעקעדיג האט געשריבן:אמאל שרייבט איימיצער בלישנא דמשתמע לתרי אנפין און מען קען פרובירן אויסטייטשן צום גוטן, אמאל איז עס צו אויפפאלנד און בדוחק גדול קען מען פרובירן אריינקוועטשן א לימוד זכות. כנראה אז דער קלוגער עולם דא אין כיתה ג' איז נישט אזוי איבערגעשפיצט, איך האב היינט צופרי געקריגן 5 קאמפלעינטס. און דאס שוין חוץ די אפענע אטאקעס אין אשכול זעלבסט.


דא איז נישט געווען קיין שום לישנא דמשתמע לתרי אנפין. דא איז געווען אפאר ווערטער וואס אפאר האבן זיך ארויפגעכאפט דערויף צו קענען מקיים זיין די מצוה מחאה יומי אן נעמען אביסל מיה און עס אדורך ליינען כדבעי' און פארשטיין די קאנטעקסט. מילא זיי, אבער די מנהלים האבן נישט קיין רעכט דן צו זיין פארן עס אדורכטון בכובד ראש. מען זעהט קלאר אז זיי האבן געמאכט א טעות (והא ראי' מ'האט עס צוריקגעשטעלט). א התנצלות וואלט געווען דאס מינדעסטע וואס מענטשליכקייט פארלאנגט.

איר פארשטייט נישט די כוחות וואס עס נעמט צו שרייבן א זאכליכע ארטיקל? אזא אקט טוט וויי און צייגט אז מען אפרישיעיט עס נישט.


.
דינסטאג אפריל 28, 2015 9:14 am#270427
היות די מנהלים פחדנים באהאלטען זיך אונטער ניקים ווילן בכלל נישט ארויסקומען דעפענדען די אייגענע החלטות און אנשטאטס מעקן זיי זיי ווילן אלץ רעדן אין אישי אן בכלל נעמען אחריות און פשוט מעקן ווען מרעדט וועגן זיי און האלטן אין איין רעדאגירען מיין תגובה אויבן גיי איך עס נאכאמאל איבערלייגען.

פליקער אין אישי האט געשריבן:היות עס איז אריין געקומען קאמפלעין'ס קעיגן דיין אשכול אז עס איז כפירה אדער קרוב לזה, האט עס א מנהל אוועקגעפירט קודם קיין שבת אחים, ביז עס וועט זיין א זיצינג אויב מען זאל עס גענצליך מעביר זיין.

איך האב דערויף נישט דן געוועין, מיין כפירה דעטעקטאר ברויך ווערן קאלעברירט איידער איך מאך אזעלכע דעסיזשען'ס.

אויב ווילסטו קען איך מעביר זיין דעים אשכול בדרך כבוד, און עס וועט זיין כאילו לא היה כלל וכלל.

לאז מיר וויסן, אדער ווארטן ביז א נהל וועט מחליט זיין.
דינסטאג אפריל 28, 2015 9:20 am#270429
איין זאך האט מען זיכער אויפגעטון, מ'רעדט שוין נישט קיין כפירה אין דעם אשכול, מ'שלאגט זיך ווי כתה ג' יונגלעך.

דער עולם ווערט פארבעטן צו טרינקען דעם מארגן קאווע. ס'זעט מיר אויס ווי יעדער איז דא אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט. כאפטס א טשיל.
דינסטאג אפריל 28, 2015 9:25 am#270433
הוגה האט געשריבן:איר פארשטייט נישט די כוחות וואס עס נעמט צו שרייבן א זאכליכע ארטיקל? אזא אקט טוט וויי און צייגט אז מען אפרישיעיט עס נישט.
.

איר פארשטייט נישט די כוחות וואס עס נעמט א מנהל צו מעקן אדער רוקן אשכולות? עס טוט וויי אז מען אפרישיעט נישט.

שוין, מיר קענען ארויף צו כיתה ד'.
דינסטאג אפריל 28, 2015 9:25 am#270434
Re: קוריאזן פון סייענטיפישע רעליגיע
אונזער גרויסע כיתה ט' יונגעל איז טאקע אסאך אסאך קליגער פון יעדעם אבער ער קען נישט פארשטיין אז אפילו אויב ער האט גארנישט געמיינט קיקט עס אויס פאר א עווריזש מענטש (כתה ג' יונגעל) אז ס'איז כפירה. קאווע שטיבעל איז געמאכט פאר יונגלעך פון אלע כיתות
דינסטאג אפריל 28, 2015 9:28 am#270436
ביי אונז איז געווען איינגעפירט אז די כתה ג' יונגלעך האבען דרך ארץ פאר די כתה ט' יונגלעך, נישט אז מען איז מחייב יעדער צו רעדן אויף די כתה ג' לעוועל כדי די קליינע קינדערלאך זאלן נישט האבען קיין טענות.
דינסטאג אפריל 28, 2015 9:30 am#270437
לעיקוואד, ביי נושאים פון דעם סארט האבן פילאזאפן שטענדיג אנגענומען אן אנדער מהלך. זע רמב"ם אין הקדמה (ווילסט א ציטאט, אדער דו ווייסט פון וואס איך רעד?)
דינסטאג אפריל 28, 2015 9:30 am#270438
און איך תמים בין געווען זיכער אז מיין פראבלעם אין דער אשכול וועט זיין מסביר צו זיין אז ר' הוקינג איז נישט אזא טיפש ווי איך האב עם געמאכט דא און די סייענטיפישע פרעדיקציעס האבען יא האפט און זיין תורה וואס איך ברענג דא האט ער געמיינט מער א וויץ ווי ערנסט. סמיר גארנישט איינגעפאלען אז פונקט דאס וועט די טראכט פאליציי שעל ידי קהילתנו הקדושה מחליט זיין עס איז כפירה.
דינסטאג אפריל 28, 2015 9:33 am#270439
דער האקינג חלק איז זייער זיס. דער עולם האט זיך ארויפגעכאפט אויף דעם ערשטן פאראגראף, נאך פאר מ'איז אנגעקומען צו האקינגס.

די טעמע איז דוקא זייער אן אינטערעסאנטע טעמע, אבער איך פארשטיי די עמפינדליכקייט פון אנדערע. מ'דארף נאר אויסקלויבן די ריכטיגע ווערטער, נישט מער.
דינסטאג אפריל 28, 2015 9:36 am#270440
הדא הוא דכתיב עם שכל. זעהט אויס דער עולם דא האלט נאך פאר די שיעור אין הבנת הנקרא ווי מ'איז מסביר וואס איז א הקדמה צו וואס און וויאזוי מען כאפט די פוינט פון אן ארטיקל.
אגב איז אין די ערשטע חלק אויך נישטא קיין ווארט כפירה אבער שוין.
און איך האב געמיינט אז מ'האט געמאכט א העמק דבר פארום זיך נישט דארפן זארגן כסדר וועגן די סארט עמפינדליכקייט וואס אנדערע האבן צו באהאנדלען עניינים עיקריים מיט שכל. ד'זה וו. זאל מען דא נאכמאל איבערחזרן די אלע שמועסען בהיתר העמק דבר?
דינסטאג אפריל 28, 2015 9:41 am#270441
לעיקוואד, כפירה איז נישטא אין ערגעץ. מ'רעדט נאר פון דעם וואס דער עולם האט געפילט. איך פיל מיך נישט בא'טעמ'ט צו פארטיידיגן דיינע קעגנער, ווייל איך פארשטיי דיין זייט פונקט אזוי, אבער איך מיין אז דו דארפסט אויך קענען אראפקריכן פונעם לייטער צו פארשטיין אנדערע.
דינסטאג אפריל 28, 2015 9:43 am#270442
סנישטא וואס צו פארשטיין. אז איינער פילט זיך אומבאטעמ'ט גייט ער ארויס. און אז ער פארשטייט נישט קען ער פרעגן. ווי למשל כוכב האט געפרעגט. שרייען פוי טמא אדער מעקן און רוקן איז נישט מוצדק בשום אופן אויף דעם בעט מען מחילה נישט מען איז זיך מסביר אז מען איז בארעכטיגט אזוי צו פילען.
דינסטאג אפריל 28, 2015 9:45 am#270444
וואס זוכט דער אשכול אין העמק דבר?
דינסטאג אפריל 28, 2015 9:45 am#270445
לול
דינסטאג אפריל 28, 2015 9:47 am#270447
און לגופו של ענין: די שפילערייען פון סטיווען האקינגס (און נאך וויסנשאפטלער) זענען זייער גוט אויף טשיקאוועס, אבער נישט ווייניג השערות פון דער וויסנשאפט האבן יא אן אחיזה אינעם מעגליכן עתיד. דאס וואס דו שליסט אויס חיים נצחיים פונעם בילד איז לכאורה נישט ריכטיג. איך ווייס נישט צי ס'איז א טובה פאר דער מענטשהייט צו קענען עלימינירן אלטקייט אינגאנצן, אבער בכל אופן איז נישט ארויס פון וועג צו קלערן אז די וויסנשאפט וועט אנקומען אהין פריער אדער שפעטער.

פארשטייט זיך אבער אז פון דא ביז צו פילן "קאמפארט" אין אזעלכע אמונות איז שוין א ווייטער שפרונג.
דינסטאג אפריל 28, 2015 9:54 am#270450
מיין פוינט איז אז פון א טרוקענע וויסנשעפטליכער פונקט איז נישטא קיין גוטע סיבה צו טראכטען אז וויסענשאפט וועט אויסראטען דער טויט, און אוודאי נישט אין אונזער לעבן (ווען מ'רעדט פון אינפיניטי טוישט זיך אסאך זאכען..). מען האלט היינט אזוי ווייט פון דעם ווי הונדרעט טויזנט יאר צוריק, טראץ פארשידענע וויסנשאפטליכער וואס זענען כלומ'רשט עוסק אין דעם. נאר פארוואס רעדן אסאך קלוגע און בארימטע חכמים פון אזעלכע אפשריות רחוקות מאד, ווייל עס גיט זיי א געוויסע האפענונג און עס איז זיי מנחם פון זייערע מארטעליטי, פונקט ווי רעליגיעזע מענטשען נוצען זייערע אמונות אין נצחיות הנפש וכדומה אויף דעם. די זעלבע הוקינג, אפילו ער זאגט עס פאר א וויץ, אבער למעשה נוצט ער די סארט מאדנע טעאריעס הגם זיי זענען זייער רחוק מן השכל טאקע פאר אזעלכע קליינע סיבות ווי דער מענטשליכע צורך פאר נחמה נאכדעם וואס זיין באליבסטער בענד האט זיך צוטיילט. דאס איז לפי טענתי די סיבה פארוואס די סארט מאדנע טעאריעס זענען בכלל פאפולער. זה רק להבהיר מה שאמרתי. כמובן יש לעיין ולהתווכח מכמה צדדים.
דינסטאג אפריל 28, 2015 10:04 am#270454
מיט דיין עיקר פוינט בין איך מסכים. ס'איז טאקע אינטערעסאנט צו זען ווי וויסנשאפט דינט די אינטערעסע פון די מאסן אויפ'ן זעלבן שטייגער ווי אסאך טראדיציאנעלע אמונות. (בנוגע דעם פרט פון אומשטערבליכקייט מיין איך אז כאטש מ'קען נישט עלימינירן דעם באגריף פון טויט, ווערט מען אלץ נענטער צו עלימינירן די ערשיינונג פון אלטקייט - וואס קען פארלענגערן מענטשליכע לעבנס דריי פיר מאל אזויפיל. אודאי נישט אין אונזער דור, אבער ביז אפאר דורות.)

למעשה איז סייענס-פיקיציע אויך שטארק פאפולער, כאטש מענטשן פארשטייען אז ס'איז נאריש. ס'איז אבער מעגליך אז דא שפילט אויך א ראלע וואס דו זאגסט, די נחמה אינעם ענדלאזן כוח פון וויסנשאפט.
דינסטאג אפריל 28, 2015 10:07 am#270455
למעשה קען מען נאך אסאך טראכטען וועגן וויאזוי סייענס פילט אן אדער פראבירט אנצופילען די זעלבע צורך פון דער מענטש צו וויסען זיין מציאות אין א גרעסערע קאנטעקסט מאין בא ולאן הולך, אזויווי מער רעליגיעזע אדער רוחניות'דיגע טעאריעס. אין אנדערע ווערטער צונעמען די סייענטיפישע קוק נישט מצד די פאקטען נאר מצד די מקום וואס ער ערפילט אין דער מענטש'ס נפש. על דרך וואס די רעליגיעזע ווערזיע פון די מעשיות ערפילט א מקום בנפש. איך האב דאס נישט קלאר ארויס עס איז נאר א מראה מקום.

--פלאוויוס האקט ענליך.
דינסטאג אפריל 28, 2015 10:09 am#270456
Re: קוריאזן פון סייענטיפישע רעליגיע
די זעלבע זאך זעט מען ביי שמועסן וועגן גאט ווס. סייענס ווי דער סייענטיסט באניצט זיך מיט די זעלבע אמונה תמימה ווי דער מאמין, אז עס פעלט נישט אויס צו גלייבן אין גאט ווייל סייענס וועט נאך זיכער אויפקומען מיט הסברים אויף אלעס,
דינסטאג אפריל 28, 2015 10:11 am#270458
Re: קוריאזן פון סייענטיפישע רעליגיע
די אשכול איז דאך א הייליג אשכול, עס ווייזט אז סייענטיסטן ווערן געפירט דורך זייער רצון נישט דורכ'ן אמת,
דינסטאג אפריל 28, 2015 10:17 am#270460
נישט פונקט אזוי. דאס ווייזט אז די התלהבות פון די מאסן איז אומצוטרויליך...

איך בין אבער מסכים מיט דיר אז נישט ווייניג אטעאיסטן זענען בסך הכל מאמינים אין דער כל-יכול'שאפט פון סייענס, צומאל אויף קינדערישע אופנים.
דינסטאג אפריל 28, 2015 10:39 am#270464
שמעקעדיג האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:איר פארשטייט נישט די כוחות וואס עס נעמט צו שרייבן א זאכליכע ארטיקל? אזא אקט טוט וויי און צייגט אז מען אפרישיעיט עס נישט.
.

איר פארשטייט נישט די כוחות וואס עס נעמט א מנהל צו מעקן אדער רוקן אשכולות?

ניין. און איך זאג דאס אלס איינער וואס איז שוין געווען אין די פאזיציע.
דינסטאג אפריל 28, 2015 10:41 am#270465
הוגה האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:למשל ווי גוטע קאמפיוטערס וועלן אמאל זיין, אדער מער ווייטע הגזמות אז אמאל וועלן מאשינען זיין קלוגער פון אונז]


דיין נקודה איז ריכטיג. אבער דער ספעציפישע דוגמא איז געווענטליך יא באזירט אויף מור'ס געזעץ א.ד.ג.

לעיקוואד רעדט מסתמא פון קורצווייל וכת דיליה. חוץ מזה עקספערטן זאגן אז מורס געזעץ וועט בקרוב עקספייערן.
דינסטאג אפריל 28, 2015 10:44 am#270467
יאיר האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:למשל ווי גוטע קאמפיוטערס וועלן אמאל זיין, אדער מער ווייטע הגזמות אז אמאל וועלן מאשינען זיין קלוגער פון אונז]


דיין נקודה איז ריכטיג. אבער דער ספעציפישע דוגמא איז געווענטליך יא באזירט אויף מור'ס געזעץ א.ד.ג.

לעיקוואד רעדט מסתמא פון קורצווייל וכת דיליה. חוץ מזה עקספערטן זאגן אז מורס געזעץ וועט בקרוב עקספייערן.


זענען די עקספערטן אפשר די וואס האלטן נישט פון AI? :?

למעשה מור'ס געזעץ האט זיך אביסל פארשטייטערט אין די לעצטע צוואנציג יאר. אבער עס מיינט נישט אז מקען נישט פרעדיקטן וואס מ'וועט קענען טון. עס מיינט אז מ'קען נישט פרעדיקטן ווען מען וועט עס קענען טון.


.
דינסטאג אפריל 28, 2015 10:50 am#270468
ניין, דאס זענעם עקספערטן פון גאנץ אנדערע תחומים אין מדעי מחשב. עיין לדוגמא פה m http://www.seattletimes.com/business/the-prophet/ m
בכלל דארף מען וויסן אז מור'ס געזעץ איז נישט א אמתע חוק במובן המדעי. סאיז א געוויסע קורץ טערמיניגע אנאליז.
דינסטאג אפריל 28, 2015 11:01 am#270470
כפירה אין דעם פארום איז נישט ערלויבט. דעריבער, איז עס דער אחריות פון יעדן שרייבער צו שרייבן זיינע תגובות מיט א קלארקייט, אז זיינע ווערטער זאלן נישט אויסגעטייטשט ווערן ווי כפירה און זאלן זיך נישט הערן ווי א משתמע לתרי אנפי פאר'ן פשוטן ליינער.
דער ארטיקל איז געווען אומקלאר געשריבן, און איז דעריבער באזייטיגט געווארן צו שבת אחים, ביז דער מחבר האט זיך אויסגעקלארט.
שבת אחים איז קיין שטראף בלויז א געלעגנהייט פאר דעם שרייבער קלארצושטעלן זיין אריגינעלע כונה. מיט אנטשולדיגונג פאר סיי וועלכע אומאנגענעמליכקייטן.