Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרה"ק ר' יענקל מיללער - אבד"ק יארמע

הרה"ק ר' יענקל מיללער - אבד"ק יארמע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8789
זונטאג פעברואר 11, 2018 9:28 pm#395337
א בעל בכי מעג, היינט טאר ער טאקע מער נישט ווייל ער האט זיך ארפגעשניטן א האלבע בויך.
מאנטאג פעברואר 19, 2018 1:31 am#395853
עפעס הער איך אז מען האט ר' יענקל מיללער אריין געפירט אין שפיטאל
ווייזט איינער מיט פרטים ?
מאנטאג פעברואר 19, 2018 6:11 am#395868
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:עפעס הער איך אז מען האט ר' יענקל מיללער אריין געפירט אין שפיטאל
ווייזט איינער מיט פרטים ?


אוי וויי. כהאף אז ער איז געזונט און שטארק. זייו עלטערער ברודער איז דאך לעצטענס אוועק.

איך פלעג אסאך פארברענגן מיט יארמער רב, ער איז א געשמאקע טשילער. לעצטע מאל האב איך אים געטראפן ביי א שמחה פארנט פונעם זאל פרעג איך אים: נא, יארמער רב, עפעס א מילתא דבדיחותא? קוקט ער מיר אזוי אן שטרענג און פרעגט מיר: י ע צ ט?. איך גיי דאך אריין צו די חתונה? זאגט ער מיר כ׳זעה דו פארשטייסט נישט, פארוואס זאג איך אייביג מילתא דבדיחותא׳ס? ווייל די גמרא זאגט אז פארן לערנען זאל א מענטש אייביג זאגן א מילתא דבדיחותא און היות איך האלט אייביג פארן לערנען זאג איך אייביג מילתא דבדיחותא׳ס.
אבער יעצט האלט איך דאך פאר א חתונה!
מאנטאג פעברואר 19, 2018 10:02 am#395886
וואס זיין עלטערע ברידער איז אוועק? ווי אזוי הייסט ער? איך האב גארנישט געהערט....
מאנטאג פעברואר 19, 2018 3:29 pm#395932
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:וואס זיין עלטערע ברידער איז אוועק? ווי אזוי הייסט ער? איך האב גארנישט געהערט....


זיין ברודער ר׳ אברהם ע״ה לעבט דאך שוין נישט.
מאנטאג פעברואר 19, 2018 9:19 pm#395972
Re: הרה"ק ר' יענקל מיללער - אבד"ק יארמע
שבת אחים האט געשריבן:
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:וואס זיין עלטערע ברידער איז אוועק? ווי אזוי הייסט ער? איך האב גארנישט געהערט....


זיין ברודער ר׳ אברהם ע״ה לעבט דאך שוין נישט.

שוין אוועק א קנאפע פאר יאר.
דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 5:25 am#396137
איי געיס די צייט לויפט. כהאב געמיינט אז סאיז קוים א יאר צוויי.

כ׳ווייס נישט צו די וויצן שטייט שוין דא ערגעץ.

יארמער רב האט אמאל געגראמעט ביי א שבע ברכות אין די הויז פונעם ברך משה מסאטמאר זצ״ל. נאכן ענדיגן גראמען איז ער געגעאנגען נעמען לחיים פונעם רבין, האט זיך יארמער רב אנגערופן צום רבין: סאיז ב״ה אזא שיינע שמחה, אזוי שיין צוגעגערייט, איך וויל בעטן רשות צו איך וואלט געקענט עפעס אהיימנעמען פון די שמחה פאר מיין בני בית, זי וועט זיך זיכער זייער פרייען. און דער ברך רופט זיך אן: זיכער! בכבוד גדול! איר קענט נעמען וואס איר זעהט אויפן טיש. און ווי נאר יענקל הערט דאס הייבט ער אויף די צוויי ריזיגע זילבערנע לייכטער און ער הייבט אן ארויסצוגיין...
ער האט עס שנעל צוריקגעלייגט ווען משה גבאי האט אים אנגעהויבן נאכצולויפן. :lol:

מיט יאהרן צוריק פאר ער איז באוויסט געוועהן פאר אזא למ״ד צדי״ק. אין א דריי טאג יו״ט איז יארמער רב ארומגעגאנגען אין וויזניצער ביהמ״ד אין מאנסי צו אלע אידן מיט ווייסע בערד די דריטע טאג יו״ט ביי שחרית און ביים ליינען. און אריינגערוימט אין זייער אויערן אז ער וויל מיט זיי עפעס וויכטיג רעדן גלייך נאכן דאווענען, ממש צוויי ווערטער. ער האט זיי געבעטן זיך צו טרעפן מיט זיי אין פאליש ביי די לינקע שאפע. נאכן דאווענען שטייען פארזאמלט א שיינע ציבור אידן מיט שניי ווייסע בערד, און ווארטן פאר אים, ווילן שוין הערן וואס ער האט צוזאגן, ענדליך קומט ער צוגיין און רופט זיך אן הויך צו יעדעם איינעם: גיט יו״ט. גיט יו״ט. גיט יו״ט. גיט יו״ט... :lol:
דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 10:37 am#396146
שבת אחים האט געשריבן:מיט יאהרן צוריק פאר ער איז באוויסט געוועהן פאר אזא למ״ד צדי״ק. אין א דריי טאג יו״ט איז יארמער רב ארומגעגאנגען אין וויזניצער ביהמ״ד אין מאנסיי צו אלע אידן מיט ווייסע בערד די דריטע טאג יו״ט ביי שחרית און ביים ליינען. און אריינגערוימט אין זייער אויערן אז ער וויל מיט זיי עפעס וויכטיג רעדן גלייך נאכן דאווענען, ממש צוויי ווערטער. ער האט זיי געבעטן זיך צו טרעפן מיט זיי אין פאליש ביי די לינקע שאפע. נאכן דאווענען שטייען פארזאמלט א שיינע ציבור אידן מיט שניי ווייסע בערד, און ווארטן פאר אים, ווילן שוין הערן וואס ער האט צוזאגן, ענדליך קומט ער צוגיין און רופט זיך אן הויך צו יעדעם איינעם: גיט יו״ט. גיט יו״ט. גיט יו״ט. גיט יו״ט... :lol:


געהערט ער האט עס געטוהן מיט אידן מיט שטארק רויטע בערד....
דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 12:10 pm#396148
וואלווי: מ'פארציילט די מעשה אויפ'ן קראקע'ר רב ר' שמעון סופר. איין יאר פורים. ווען ער איז נאך געווען א יונגער בחור. גליייך נאכ'ן בר מצוה. איז איהם בייגעפאללן אפצוטוהן א שפיצל. ער האט אום פורים איינגעלאדנט אלע אידן פון די שטאט פרעשבורג, וועלכע האבן געהאט רויטע בערד. זאגנדיג אז דער טאטע האט זיי איינעלאדנט צו די פורים סעודה. ווען זיי האבן זיך דערזעהן זיצנדיג ביים טיש כולם רויטע בערד, האבן זיי זיך זייער שטארק געשעמט (זעהט אויס. אין יענע צייטן איז עס געווען א בושה צו זיין א דזשינדזשי.) . ווען דער טאטע , דער חת"ס האט דאס אויסגעפונען האט ער גלייך געוויסט אז זיין יונגעלע שמעון האט עס אנגעשטעלט. האט ער איהם אנגעווינטשן אז אין דעם זכות זאלל ער און זיינע קינדער האבן רויטע בערד...!
דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 1:42 pm#396155
קראקא רב און זיינע קינדער זענען טאקע געווען רויטע?
דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 10:23 pm#396200
מאך נישט קאליע די לעגענדע.
פרייטאג מערץ 23, 2018 3:49 pm#398207
אברעימל האט געשריבן:מען דערציילט אז ווען הרב מיארמע שליט"א איז געזעצן שבעה נאך אמו הרבנית ע"ה, איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א געגאנגען מנחם אבל זיין, האט ער זיך אויסגענומען אז בשעת די ניחום אבלים זאל ר' יענקל זיך נישט וויצלען, נאר זיין ערנסט (מחמת התנהגותו בימי אבל אביו).
למעשה ביים מנחם זיין, גיבט אים דער רבי א פרעג, פון וואס איז זי אוועק? זאגט ר' יענקל, פון יענע מחלה (דאס איז נאך געווען פאר פליקער'ס ארטיקלען איבער קענסער, ווען מ'האט נאך מורא געהאט ארויסציזאגן דעם ווארט). פרעגט דער רבי, וואו האט זי עס געהאט? ענטפערט ר' יענקל, וואס הייסט? דא אין מאנסי. האט זיך דער רבי געגעבן א שטעל אויף, געזאגט המקום ינחם און ארויסגעגאנגען.


למעשה האב מיר דא א קלארן הכחשה פון יענקל מילער'ס זוהן וואס איז געווען דארט בשעת דער רבי איז געקימען מנחם אבל זיין אז די מעשה איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן און קיינמאל נישט געווען.
פרייטאג מערץ 23, 2018 4:17 pm#398212
כלל זה נקוט בידך, וואס ס'שמעקט פאר די מאנסי פיליסערס וועט זיין אמת, און וואס ס'וועט נישט שמעקן, וועט זיין; נישט געשטויגן נישט געפלויגן... חחחח
א מענטש וואס איז צוזאמגעשטעלט פון צוואנציג סתירות..
פרייטאג מערץ 23, 2018 4:20 pm#398213
וואלווי האט געשריבן:קראקא רב און זיינע קינדער זענען טאקע געווען רויטע?

וואלווי: קוק ווי ווייט די ברכה פון א צדיק ארבעט. נישט נאר ר' שמעון סופר, דער אריגינאלער קראקא'ער רב און זיינע קינדער זענען רויטע. נאר אפילו דער היינטיגע קראקא'ער רב. וואס איז קראק אחר קראק בענ'ער רב. איז אויכעט געווען א רויטער אין זיין יוגנט. איך וויל נישט און דארף נישט ארויסזאגן זיין נאמען. ווייל א יעדער קען איהם...!