Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » וואס ווייסט דען דער גוי?

וואס ווייסט דען דער גוי?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
31 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 58 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #891
מאנטאג מערץ 24, 2014 5:10 pm#192435
שוין פארראכטן.
מאנטאג מערץ 24, 2014 5:25 pm#192452
זיך צוזאם נעמען די פיאות מיט די טלית אויפן פלייצע, נאכ'ן דאווענען; אה וואס פארשטייט א גוי?!

זונטאג נאכמיטאג הכנות; אה וואס פארשטייט א גוי?!

פסח'דיגע קעיקס און קאקיס; אה וואס פארשטייט א גוי?!

וואכנאכט פעקלעך; אה וואס פארשטייט א גוי?!

שווארצע קאווע ביי תיקון ליל שבועות; אה וואס פארשטייט א גוי?!

רעבעצין'ס טשיס קעיק; אה וואס פארשטייט א גוי?
מאנטאג מערץ 24, 2014 6:02 pm#192460
מצטמק ויפה האט געשריבן:
זונטאג נאכמיטאג הכנות; אה וואס פארשטייט א גוי?!

האלאו רעד נישט פון זונטאג נאכמיטאג הכנות . ווייל סגייט גיין מכות
מאנטאג מערץ 24, 2014 6:12 pm#192466
הוגה האט געשריבן:

איך פארשטיי אז דער אשכול איז אביסל שושן פורימ׳דיג געשריבן אבער ערענסט גערעדט, די גוי גייט אויס פאר קנאה ווייל ער האט נישט קיין תורה, קיין מצוות נאר 7, די גוי פארשטייט נישט צו א געשמאקע תיקון ליל שבועות אדער א טרויעריגע קינות לתשעה באב. וואס פארשטייט א גוי?



.

בעצם איז עס געשריבן געווארן שוועבנדיג צווישן שושן פורים און מוצאי יום כיפור, עס ליגט אסאך אמת אין דעם , אנגעהויבן האט זיך עס פון א אויסדרוק פון איינעם וואס האט באמת שטארק הנאה געהאט פון א מקוה , אבער צוביסלעך האט זיך עס איינגעגעסן ביים ציבור , און א שיינע חלק ציבור גלייבט באמת אין דעם , אבער די תוצאות זענען נישט גוט , וואס זאל א יונגל טון ווען ער גלייבט באמת אז די שטערקסטע הנאה אויפן כדור העולם איז א הייסע מקוה בצוותא , און דערנאך באגעגנט ער זיך מיט א בילד ווי א אינו בן ברית פארברענגט געשמאק מיט זיין הער נאר אין א פיינע האט טאב אדער דזשעקוזי און די וואסער איז אפילו קלין , מה יעשה הבן ולא יחטא?
מאנטאג מערץ 24, 2014 8:43 pm#192494
ר' שושן פורים: ס'איז שוין יעצט באמת (לאנג ) נאך שושן פורים. אבער איך מיין אז די שיריים פונ'ם מאלאגא וויין, און קריעם קאנקארד און רש"י און ברטנורא און ר' עקיבא אייגער און ירדן וכו' וכו' לאזן נישט נאך... רעדנדיג פון די הנאות וואס נאר אידן קענען האבן און נישט גוים. האסטו שוין אמאל אריינגעטראכט צו א גוי וואלט א הנאה געהאט פון אן ארונים-זאלונים מחלוקה. אדער א באבוב'ער-קארטשינער פייט.
נאך איין שאלה. ווען דו ביסט געווען אין מעקסימום-סעקיוריטי פריזאן ביזסטו געווען אלס באזוכער, אדער אלס תושב, ח"ו???!!!!... :lol: :lol: :lol: :roll: :roll: :roll: ;) :o
מאנטאג מערץ 24, 2014 9:43 pm#192509
לכאורה באזיכט אין א ווירטיאלע תפיסה...

שושן, האסט אויפגעברענגט א פארווייטאגטע נושא וואס כאב שוין אסאך געטראכט דערפון.

ס'שטייט אז מ'זאל נישט זאגן אויף חזיר אז איך האב עס נישט ליב, נאר פארקערט אז איך האב עס ליב והתורא אסרה.

היינט צו טאגס איז מען אינגאנצען נישט גורס דעם געדאנקען גאנג, מ'האקט אריין אין קינדער אז די גוים זענען עקעלדיג און גרויליק, אז זיי האבן גארנישט פון זייער לעבן, א.א.וו.

ווערט מען עלטער און מ'גייט ארויס טוהן ביזנעס מיט די עקעלדיגע גוים, מ'הייבט אהן געוואר צו ווערן אז זיי זענען גאנץ נארמאל אין נאך עניטיים אזוי אינטעליגענט ווי אונז, און ס'הייבט זיך אהן פרעגן קשיות צו נאך זאכן וואס מ'האט מיך איינגעבאבעלט זענען אינגאצען אזוי, ס'הייבט זיך אהן מיט א פיצא און ס'ענדיגט זיך ביי א...
מאנטאג מערץ 24, 2014 10:05 pm#192514
דזארדזש דו ברענגטס אויף א גוטע פוינט. און איך מיט נאך אנדערע וואס געבן נישט אזא חינוך זענען אבער סטאק ווען מ'וויל קויפן קינדער טעיפס און אלע וואס איך הער אויס רעדט א גאנצע צייט פון ''די טמא'נע גוים'' למשל אויפן פורים טעיפ וואס כ'האב געקויפט. לעצטענס האב איך געהערט א אפשערן טעיפ און ס'מיר שלעכט געווארן וואס ער רעדט דארט אז מ'דעקט צו מיט א טלית וועגן די טמנע גוים און נאך לשונות וואס אפילו ס'יז אמת קען מען עס נישט נוצן היינט פאר חינוך. מ'מוז טרעפן עפעס אן עצה
מאנטאג מערץ 24, 2014 10:18 pm#192517
די טעיפס איז א ריכטיגע סעמפל וואס מ'פרעדיגט אין חדר א גאנצען טאג, איך זיץ מיט מיין ווייב בשעת די קינדער הערן טעיפס און פלעי רום און מיר שטוינען וואסארא בלשות מ'רעדט דארט צאם. די קינדער האבן עס ליעב סוי ס'גייט שוין מיט.
מאנטאג מערץ 24, 2014 10:26 pm#192519
מענין לענין.. איך האב געהאט א מיטינג מיט א גוי אין מיין דייניג רום איין טאג, די קולות און פארצערייען פונעם טעיפ האט אים אינגאנצען צושאקלט. ער פרעגט מיר פ"וו הערט מען גרויסע שרייען אויף קינדער?! (א מדריך אין קעמפ...אויפן טעיפ)
מאנטאג מערץ 24, 2014 10:33 pm#192526
די האסט אריין געברענגט אין א הייליגע יודישע שטוב א טמא'נע גרויסע גראבע שווארצע גוי? די פראסטער יונג...
מאנטאג מערץ 24, 2014 10:45 pm#192531
רויטע וואנצעס האט געשריבן:מענין לענין.. איך האב געהאט א מיטינג מיט א גוי אין מיין דייניג רום איין טאג, די קולות און פארצערייען פונעם טעיפ האט אים אינגאנצען צושאקלט. ער פרעגט מיר פ"וו הערט מען גרויסע שרייען אויף קינדער?! (א מדריך אין קעמפ...אויפן טעיפ)

נו, די קשיא איז פארוואס האסטו נישט געלאזט א נארמאלע טעיפ ווען דו האסט געוואוסט אז א נישט- היימישער קומט? איך מיין אז ס'נאך דא גאנץ נארמאלע חינוך און ענטערטעינמענט טעיפס. מ'דארף נאר מברר זיין. בורר את האוכל מתוך הפסולת. אז די טעיפס דארפן האבן א הכשר און הסכמה פון הרב מ.צ. סאסנע שליט"א איז נישט קיין וואונדער אז ס'האט אזא פנים.
אויש. דאס איז דאך געווען כמעט צוויי דורות צוריק.... 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :roll: :roll: :o
דינסטאג מערץ 25, 2014 3:29 am#192548
אז מ'האט שוין יא ארויפגעברענגט דעם ענין, איז כדי צו ציטירן א שמועס וואס כ'האב זיך בטעות אונטערגעהערט, ווי עטליכע אומגע'מל'טע זכרים טרייבן שפאס מיט גרויס סאטיספאקציע, איבער דעם "נארישן דזשיט" (כלשונם.) אידן, טאקע פון די יעניגע וועלכע זענען פארצייטנס גוט געוועזן אין שטענדיגע דעבאטעס איבער גאר כיטרע נושאים און מעגליכע רעטענישן, א שטייגער ווי א טיש ווערסעס א חזיר -- וואס איז אין דערמיט.

אזוי בתוך הדברים רופט זיך אן איין ערל מיט א שפאטישן טאן, צו די אנגעשפיצטע אויערן פון די ארומיגע כוליגאנעס: "זאלן ווען די אידן וויסן דעם געשמאק פון בועל זיין א געזאלבטן שפחה חרופה, הארט נאכן פארציקן א טאץ פיגול'דיגע גיד הנשה געקאכט אין מילך באשפריצטע נעגל וואסער מוצאי טענקסגיווינג באגלייט מיטן 'פענגווין טאנץ', וואלטן זיי שוין לאנג געוועזן ביים מוהל אפצונעמען דעם חתיכה".

הפנים, היוצא לנו מזה, הגם איך בין ווייט נישט מקנא דעם טמא'נעם גוי, האב איך דאך פארשטאנען דעמאלט, אז ס'איז פארט יא פארהאן עפעס זאכן צו וואס די חברה פארשטייען. "יש דברים בגוי". עפעס איז דא דארט, עפעס וואס וואלט זיי דאך יא אריינגעשלעפט אין ערנסטע קווענקלענישן בעפאר זיי וואלטן געמאכט אזא אימפאלסיווען, און סאמע גורל'דיגן באשלוס, אזש צו זיך לאזן פארשניידן א חתיכת בשר, אין אויסטויש פאר א חתיכת מאטיאש. אלזא, מיר וועלן בלייבן מיט די תחנון'לאזע שני וחמישי'ס, און פאנגעס קראצערייען במצולות מקוואות; און די גוים וועלן פארשטיין צו זאכן וואס פאר מיר אידן "אינטערסירט ניטעמאל". וויאזוי האט נאר קופערניקוס געפרעגט: "א טריסאם אויף א יאכט האסטו שוין פראבירט"?
דינסטאג מערץ 25, 2014 6:51 am#192549
די הנאה פון קראצן און רייבן די פיס דארט צווישן די צוויי פינגערס ביז די אנדערע פיס טוט שוין וויי פון קראצן... (אפילו א בעל תשובה וועט דאס נישט פארשטיין)
דינסטאג מערץ 25, 2014 2:49 pm#192641
לאליפאפ האט געשריבן:די הנאה פון קראצן און רייבן די פיס דארט צווישן די צוויי פינגערס ביז די אנדערע פיס טוט שוין וויי פון קראצן... (אפילו א בעל תשובה וועט דאס נישט פארשטיין)

נו. אין דעי בחינה קענען מיר גרינג אנקומען צו די מדריגה פון די בעלי תשובה. (מ'נעמט א שויער א יעדן טאג. און מ'ווישט גוט אפ די פוס מיט א האנטוך.(
הרב י.ה.ב. שליט"א. דער וועים די אידענע אויפ'ן גאס האט געמיינט אז ר'איז אן אלטער בחור. נאך איידער ר'האט אנגעטון א שטריימל. ער וואלט שוין געזאגט אז איך שרייב דא אפיקורסות, ר"ל. אייי איי איי הרב י--- ה--- ב---. די משנה זאגט דאך שוין אז "ולא ע"ה חסיד". און א קנאי אויכעט נישט. אפילו מ'וויל געפעלן פאר סאטמאר. ווייל מ'וואוינט אין שכינות. ומשנה לא זזה ממקומה... :? 8-) :roll: :lol: :lol: :x :P :oops: :cry: :( :o :twisted: :evil: :mrgreen:
דינסטאג מערץ 25, 2014 2:57 pm#192644
הרב יואב שליט"א: ייש"כ פאר דיין תגובה. אבער דער לייק איז געווען א טיילווייזער. נישט מיט אלע זאכן וואס דו האסט דארט אויסגערעכנט ביניך מסכים אז מ'דארף ארויסשרייבן "כלל ופרט וכלל"... :roll: :oops: :roll: :oops: :roll: :oops: :cry: :o
דינסטאג מערץ 25, 2014 3:09 pm#192649
לעצטנס געקויפט נייע שיך וואס דרוקט געפערליך, וואס פארשטיי איינער מיט גוטע שיך צו די הנאה וואס איך האב ביים עס אויסטאן ווען איך קום אריין אין שטוב
דינסטאג מערץ 25, 2014 6:26 pm#192704
אבער נאך אלעם וואלט איך מיר נישט געטוישט מיט דער גוי


וואס פארשטייט דען דער איד ווי גיט עס איז צי זיין א עכטע איד?
דינסטאג מערץ 25, 2014 6:57 pm#192709
הרב טיטאניק קיינער וויל נישט דא ווערן קיין גוי, קיינער גייט נישט לויפן צוריקבעטן די ערלה, מען מיינט פשוט אז ס'איז זינלאז צו זיך אהערשטעלן כאילו מיר האבן ביידע וועלטן, ווען איינער זאל זאגן וואס פארשטייט א גוי צו א נשמת החרשנו, אבער צו א הייסע מקוה???
דינסטאג מערץ 25, 2014 7:59 pm#192720
איש עברי האט געשריבן:הרב טיטאניק קיינער וויל נישט דא ווערן קיין גוי, קיינער גייט נישט לויפן צוריקבעטן די ערלה, מען מיינט פשוט אז ס'איז זינלאז צו זיך אהערשטעלן כאילו מיר האבן ביידע וועלטן, ווען איינער זאל זאגן וואס פארשטייט א גוי צו א נשמת החרשנו, אבער צו א הייסע מקוה???

די גמ' זאגט דאך (איך מיין אין אנהייב מס' פסחים.) "כל דבר איסור שברא הקב"ה, ברא דבר היתר כנגדו". מ'קען דאס פארא-פראזירן צו אונזער ענין דא. אז דער גוי האט, אקעיגן די גשמיות'דיגע הנאה פון א הייסע מקוה אין ווינטער, א הנאה פון א "דזשאקוזזי". נאכמער. ער איז נישט אויסגעשטעלט צו דעם מיאוס'ן פיסק פון נ.ר. . אדער סתם חזר'ישע מקוה אידן...וק"ל... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :cry: :o
דינסטאג מערץ 25, 2014 8:05 pm#192722
בין איך משוגע אז איך גיי יא ניסלעך פאר א הייסן מקוה? כ'מיין איך דארף גארנישט צוגרייטן, איך קום אריין כשולחן הערוך, עס ברענט פיין, די וואסער איז העכער ווי יעדע דזשעקוזי, איך דארף מיך נישט אריינבייגן און אראפקניען, מען כאפט א פיינעם שמועסל, און די נשמה ווערט נאך ריין אויכעט... וואס קען זיין בעסער? די וועלט און יענע וועלט...
דינסטאג מערץ 25, 2014 8:45 pm#192734
אפילו א דזשעקוזי אן א מחיצה?
דינסטאג מערץ 25, 2014 9:34 pm#192742
שמעקעדיג האט געשריבן:בין איך משוגע אז איך גיי יא ניסלעך פאר א הייסן מקוה? כ'מיין איך דארף גארנישט צוגרייטן, איך קום אריין כשולחן הערוך, עס ברענט פיין, די וואסער איז העכער ווי יעדע דזשעקוזי, איך דארף מיך נישט אריינבייגן און אראפקניען, מען כאפט א פיינעם שמועסל, און די נשמה ווערט נאך ריין אויכעט... וואס קען זיין בעסער? די וועלט און יענע וועלט...

נו, כדאמרן. אז א גוי'ס עולם הזה קומט נישט צו צו א איד'ס. און א פיינע הכנה אום מוצש"ק (פארשטייצעך מיט'ן פאון און קאווע שטיבל) איז נישט אוועקצומאכן... :lol: :roll: ;) :o :P

(איך האב איין טענה צו די הנהלה.. דעים סמיילי המכונה "מחוצף" געפעלט מיר די בעסטע און איך זעה אין איהם א גרויסן שמייכל. ווייט פון חוצפה. כנלענ"ד). :P :P :P
מיטוואך מערץ 26, 2014 12:10 am#192776
ATUB @שמעקעדיג ATUB
כ'פארשטיי אז מ'האט עס געדארפט צאמשטעלן , א שאד 2 אשכולות איבער 1 נושא , אבער פארוואס אין "א שמייכל"?
מיטוואך מערץ 26, 2014 12:13 am#192778
איך האב נישט צאמגעשטעלט גארנישט. אבער ווי דען וואלסטו עס פארגעשלאגן צו לייגן?
מיטוואך מערץ 26, 2014 12:27 am#192781
געזעלשאפט ,
כמיין מרעדט דא פון יסודות היהדות
מיטוואך מערץ 26, 2014 12:49 pm#192861
דאס איז זיכער, די גאנצע בנין ביהמ"ד האט א גוי נישט, דאס איז אזוי ווי א בחינום'דיגע קלאב פאר אידן.
אינדערפרי זיך ווייקען אין בור, קאווע מיט ציגערעטל, סתם שמועסן, קענען רייכערן אין ביה"כ.

א אינגערמאן וויל ארויס גיין פון שטוב ביינאכט פאר א קורצע שעה, קודם דארף מען נישט קיין תירוץ ווי מ'גייט, וואס הייסט מעריב?
אין שנית די ביהמ"ד ביינאכט איז זייער אויפגעלייקט, שמועסן, טשילען, רייכערן, דאוונען, וגו'
די אלע בענעפיטן האט נאר א איד.

א גוי האט נישט ווי צו גיין ביינאכט פאר א קורצע שעה אראף די גאס זיך ענז'וין. יא ער קען גיין אין באר אדער קלאב אבער נישט אראפ די גאס אין נישט פאר א קורצע שעה.
אין קען מען יעדע נאכט גיין אין באר/קלאב?
מיטוואך מערץ 26, 2014 5:23 pm#192914
ערגעצוואו אין שטיבל האט לעיקוואד געשריבן א אשכול פאר די סארט זאכן בדרך צחות.
איך קען נישט טרעפן דעם לינק יעצט.
מיטוואך מערץ 26, 2014 5:25 pm#192915
געטראפן!
l viewtopic.php?f=24&t=4242 l
דינסטאג אפריל 08, 2014 11:58 pm#195410
IMG-20140408-WA0002.jpg
IMG-20140408-WA0002.jpg (38.3 KiB) געזען געווארן 1056 מאל

רשע מה הוא אומר...
דינסטאג סעפטעמבער 11, 2018 10:09 pm#412709
היינט ביי מעריב האט די בחור'ל זיך אפגעשטעלט ביי קדיש נאך שמונה עשרה ווארטענדיג אז מ'זאל אנהייבן ויהי נועם ווען פליצלינג איז געקומען געשרייען פון אלע זייטן תתקבל! תתקבל!.

מי שלא ראה שמחה זו לא ראה שמחה מימיו. וואס ווייסט דען דער גוי?
מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:11 pm#412740
שמעון וואלף: דאס איז ביי מיר אויך געשעהן נעכטן ביינאכט. כאטש איך האב נישט געדאוונט פאר'ן עמוד...! איך האב נאך געוואלט זאגן ויתן לך נאך הבדלה...לאל...!