Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » שמחת התנאים פון בת גאב"ד סאטמאר מאנסי

שמחת התנאים פון בת גאב"ד סאטמאר מאנסי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 73 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #892
דינסטאג יוני 19, 2012 12:04 am#18504
שמחת התנאים פון בת גאב"ד סאטמאר מאנסי
פאר אלע באריכטן איבער די שמחה קענט איר זיך אויפסיינען אויף טוויטער
Monsey satmar HQ
דינסטאג יוני 19, 2012 12:30 am#18509
די שמחה וועט פארקומען און בית המדרש הגדול ויואל משה דסאטמאר מאנסי אויף 1 monsey blvd,
דינסטאג יוני 19, 2012 1:21 pm#18627
שוין, זיי פארמאגען שוין אויך א טוויטער אקאונט,
קיינער זאל מיר נישט אנרעדען אז דער אקאונט פירט עפעס א סאכאטשוב'ער חסיד...
דינסטאג יוני 19, 2012 2:53 pm#18646
ווען גייט זיין די תנאים?
דינסטאג יוני 19, 2012 9:23 pm#18754
מיין חבר וואס איז ביים תנאים שרייבט מיר יעצט אז די שוואגערס הרבנים הגאונים ר' בעריש מייזליש און ר' שלום אליעזר ט"ב שליט"א באשיינען יעצט די שמחה אין ביהמ"ד סאטמאר מאנסי
מיטוואך יוני 20, 2012 12:58 am#18797
מזל טוב, מזל טוב! אזא שיינער שידוך, ב״ה. באמת א פאסיגע זאך - די מחותנים מגזע אראלים ותרשישים, נכדי הגאונים והצדיקים הק׳ זי״ע, און זענען אליין משמש ברבנות, הגה״צ ר׳ חיים יהושע האלבערשטאם שליט״א אלס גאב״ד ור״מ ואדמו״ר סאטמאר מאנסי, און דער אנדערער מחותן שליט״א דער חשוב׳ער דיין אין סיגעיט יצ״ו.
אזוי אויך די עלטער-מחותנים זענען ענבי הגפן בענבי הגפן, הגה״ק בעל ברך משה מסאטמאר זי״ע, הגה״צ אבד״ק בית חיים יהושע שליט״א, און הגה״צ דער סיגעיטער רב שליט״א.

אפגעבנדיג שבח והודאה צום אויבערשטן אויף דעם הערליכן שידוך, בעט מען און מ׳איז מתפלל אז אין לויף פון די קומענדיגע יארן זאל זיך ארויסשטעלן אז די חתן און כלה זענען אויך פאסיג איינער פאר דער צווייטער.
מיטוואך יוני 20, 2012 1:13 am#18801
איך בין פריער אריינגעפאלן דארט פאר א קורצע צייט (ווייטע משפחה אבער נישט געוואלט פארפאסן), כ׳האב מיטגעהאלטן די דרשה פון מהרי״י, וואס האט ממליץ געווען אויף זיך ״כיהודא ועוד לקרא״, און דערנאך די תנאים ליינען דורך אב״ד בית חיים יהושע, און נאכן ברעך מיטן טעלער האט אויסגעבראכן א מזל טוב, און די מוזיק האט גענומען ראקן, און דער עולם זיך הייבן, בפרט ווען ר׳ חיים יהושע אליין, דער אב״ד, המחותן, האט געטאנצן מיטן חתן, און מיט זיין טאטן, און מיט זיין שוואגער דער רבי, האט דער עולם זיך געהויבן אין דער לופטן אזש ס׳איז געווען וינועו אמות הסיפים, איך האב נישט געקענט בלייבן גלייכגילטיג און געמוזט הייבן פיס אינאיינעם מיט מיינע שכנים. פריער זעמיר אהיימגעפארן, ענדליך בין איך אנגעקומען אהיים האב איך אפגעשריבן מיינע הרגשים בקוצר אמרים. זאל זיין שמחות ביי אידן, ובכן צדיקים יראו וישמחו.
מיטוואך יוני 20, 2012 2:30 am#18809
דערנאך איז אדמו"ר מהר"י אריבערגעגאנגען צו די חתונה אין מאנסי פון זיין חשוב'ן תלמיד החתן המופלג בתורה ויר"ש (נישט סתם א המלצה) בעריש ווייס ני"ו וואו ער האט באשיינט א לענגערע צייט.
מיטוואך יוני 20, 2012 9:57 am#18838
האט מען נישט געטוישט זיין נאמען צו אדמו"ר מסאטמר מאנסי?
דאנערשטאג יוני 21, 2012 2:46 pm#19143
פארוואס ליגט דאס ביי א שמייכל, באלאנגט דאס נישט ביי אידישע נייעס?
דאנערשטאג יוני 21, 2012 3:06 pm#19150
איך ווייס נישט. עפעס מוז דא זיין פאני...... וואס ברענגט ארויס א שמייכל....
דאנערשטאג יוני 21, 2012 3:33 pm#19158
שרייבער האט געשריבן:פארוואס ליגט דאס ביי א שמייכל, באלאנגט דאס נישט ביי אידישע נייעס?

אריבערגעפירט.
דאנערשטאג יוני 21, 2012 6:44 pm#19218
ווער קען דערציילען וואס איז אלטץ פארגעגאנגן מיט וואסער געפלויגען און די פעטש וכו' כפי השמועה
דאנערשטאג יוני 21, 2012 11:02 pm#19240
דאס איז א שמחה אדער א לויה?
בילד
דאנערשטאג יוני 21, 2012 11:16 pm#19245
א לוויה, וואס א טייל רופן אן שמחה.
מאנטאג יולי 09, 2012 2:57 pm#22703
איינער האט געשריבן:א לוויה, וואס א טייל רופן אן שמחה.

או יש לומר - אז דאס ווערט אנגערופען א לויטער יודישע שמחה וואס די הרגשים איז מלא על כל גדותיו מטעם וואס דער מחותן איז בן יחיד לאביו און ער האט נישט געהאט קיין קונדער פאר 16 יאר און דערנאך זיין געהאלפן ווערן האט ארויסגערופען שמחה ביי יעדעם אין אוודאי יעצט אז מ'איז אנגעקומען צי פרק האש מקדש! אט אזוי ווי די בילד, קיקט אויס יעדער וואס האט א אידיש הארץ און פארשטייט די באדייט פון אזא שמחה אפגעזעהן ווי מען באלאנגט און פון וואס פאר א פראקציע - פשוט די טריקענע פאקט!
דינסטאג יולי 10, 2012 1:15 am#22883
מאנסיער רב האט נישט קיין געשוויסטער?
דינסטאג יולי 10, 2012 1:24 am#22888
שלמה המלך האט געשריבן:
איינער האט געשריבן:א לוויה, וואס א טייל רופן אן שמחה.

או יש לומר - אז דאס ווערט אנגערופען א לויטער יודישע שמחה וואס די הרגשים איז מלא על כל גדותיו מטעם וואס דער מחותן איז בן יחיד לאביו און ער האט נישט געהאט קיין קונדער פאר 16 יאר און דערנאך זיין געהאלפן ווערן האט ארויסגערופען שמחה ביי יעדעם אין אוודאי יעצט אז מ'איז אנגעקומען צי פרק האש מקדש! אט אזוי ווי די בילד, קיקט אויס יעדער וואס האט א אידיש הארץ און פארשטייט די באדייט פון אזא שמחה אפגעזעהן ווי מען באלאנגט און פון וואס פאר א פראקציע - פשוט די טריקענע פאקט!

און פארוואס קוקט דער חתן אויס כאילו כפאו שד?
דינסטאג יולי 10, 2012 1:25 am#22889
ווייל דאס איז דער הלכה!...
דינסטאג יולי 10, 2012 8:57 am#22913
זר זהב האט געשריבן:מאנסיער רב האט נישט קיין געשוויסטער?

מאנסיער רב פון וויזניצער קהלה האט געשוויסטער.
מאנסיער רב פון סאטמאר קהלה ( מהרא) האט געשוויסטער.
מאנסיער רב פון באבובער קהלה (45) האט געשוויסטער.
מאנסיער רב פון סאטמאר קהלה (מהרחי / מהרזל) האט נישט קיין געשוויסטער.
דינסטאג יולי 10, 2012 12:43 pm#22978
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:מאנסיער רב האט נישט קיין געשוויסטער?

מאנסיער רב פון וויזניצער קהלה האט געשוויסטער.
מאנסיער רב פון סאטמאר קהלה ( מהרא) האט געשוויסטער.
מאנסיער רב פון באבובער קהלה (45) האט געשוויסטער.
מאנסיער רב פון סאטמאר קהלה (מהרחי / מהרזל) האט נישט קיין געשוויסטער.

האסט אויסגעלאזט באבוב 48

נעבעך.....
זיי נישט אזוי נערוי מיינדענד ער האט גארנישט געמיינט מיטן פרעגען אויב מאנסיער רב האט געשויסטער, מ'רעדט דא פון ר' חיים יושע און פון אים האט ער גערעדט (אויב ביסט נישט זיכער קיק איבער די בילד) און ס'קימט אים נישט סקילה פארן פרעגען אויב מאנסיער רב האט נישט קיין געשוויסטער...
דאנערשטאג יולי 12, 2012 11:52 pm#23932

באבוב האט נישט רב אין מאנסי. 45 יא
פרייטאג יולי 13, 2012 4:52 pm#24098
אוהב, פארעכט
באבוב 48 האט נישט, באבוב האט יא...
זונטאג יולי 15, 2012 11:54 am#24209
פארגעסטס נישט אז באבוב האט נאך א רב אין מאנסי.... ר' חיים יושע :lol:
דאנערשטאג יולי 19, 2012 2:04 pm#26221
שלמה המלך האט געשריבן:או יש לומר - אז דאס ווערט אנגערופען א לויטער יודישע שמחה וואס די הרגשים איז מלא על כל גדותיו מטעם וואס דער מחותן איז בן יחיד לאביו און ער האט נישט געהאט קיין קונדער פאר 16 יאר און דערנאך זיין געהאלפן ווערן האט ארויסגערופען שמחה ביי יעדעם אין אוודאי יעצט אז מ'איז אנגעקומען צי פרק האש מקדש! אט אזוי ווי די בילד, קיקט אויס יעדער וואס האט א אידיש הארץ און פארשטייט די באדייט פון אזא שמחה אפגעזעהן ווי מען באלאנגט און פון וואס פאר א פראקציע - פשוט די טריקענע פאקט!

גערעכט. טשעקאווע, אז די הרגשים האבן געכאפט בלויז די אויבנאן זיצערס (נישט דווקא די עלטערן). זעט אויס אז דער סטעידזש איז ארומגענומען געווארן מיט אן אומזעבארער דאמבע וואס האט פארהאלטן דעם פלייץ :)
דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:18 pm#26250
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:

איך פארשטיי נישט פונקליך ווי די צילסט און צי וואס די ווילסט ציקומען, איך פערזעדליך בין דארט געוועהן (איך זעה מיך נישט דארט אין די בילד) אוןיב לויט מיינע הרגשים בין איך זיכער אז מיין פרצוף האט געטראגען דאס זעלביגע צורה....

און אז די פיינטס די מענטשען וועם די זעהסט אויפן בילד שפיי אויף דעם סקרין, האט נישט מיט קיין לויה ציטוהן
דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:19 pm#26252
ווייסט מען שוין ווען ס'וועט זיין די חתונה?
זונטאג נאוועמבער 04, 2012 11:30 pm#58575
אין "דער איד" די וואך (פר' וירא) שטייט דינסטאג פרשת בא.
מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 2:19 pm#58683
די חתונה גייט פארקומען אין RCC (ראקלענד קאמיוניטי קאלעדזש) דארט ווי דער רב איז טאקע געקרוינט געווארן אלס רב ד'קהל ויואל משה ד'סאטמאר-מאנסי.
זונטאג פעברואר 08, 2015 9:44 pm#252393
ר' חיים יושע טוט יעצט א שידוך מיט רי' יצחק טובי רובין לחיים און סאטמאר מאנסי בית מדרש 10:00 אזייגער
זונטאג פעברואר 08, 2015 9:49 pm#252397
מ'ציעשנוב?
זונטאג פעברואר 08, 2015 9:51 pm#252399
איך ווייס נישט. כ'האב נאר געוואלט זעהן צו ס'איז מעגליך אז איך זאל לייגען נייעס פאר ראשעקאל, איך מיין ס'איז געלונגען די איין מאל
זונטאג פעברואר 08, 2015 10:45 pm#252402
ציעשנוב'ס ברידער.
מאנטאג פעברואר 09, 2015 10:44 am#252488
:arrow:
IMG_20150209_094136.jpg
IMG_20150209_094136.jpg (67.36 KiB) געזען געווארן 2493 מאל

IMG_20150209_094126.jpg
IMG_20150209_094126.jpg (51.63 KiB) געזען געווארן 2493 מאל

IMG_20150209_094111.jpg
IMG_20150209_094111.jpg (84.3 KiB) געזען געווארן 2493 מאל

IMG_20150209_094119.jpg
IMG_20150209_094119.jpg (125.32 KiB) געזען געווארן 2493 מאל
מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:15 pm#252550
קאך_לעפל האט געשריבן: רעדאגירט דורך גבאי חודש

נעבעך
מאנטאג פעברואר 09, 2015 2:12 pm#252571
קוקט אויס מער באריקאדעס און ברענטשעס ווי מענטשען, בבחינת רבי אייזיק ספינקער............ נייס געים.........
מאנטאג פעברואר 09, 2015 2:21 pm#252580
עמיצער שיקט מיר יעצט א וואטס אפפ: דער קדושת ציון מיט זיין ווייטע בליק האט אויס געבעטן אז שער אפרים ישיבה זאל זיין סמוך ונראה צו זיין אייניקעלס בסמעדריש ס'זאל אים צוניץ קומען פאר שמחות..........
מאנטאג פעברואר 09, 2015 2:25 pm#252581
ביי וועם איז דער מחותן א איידעם?
ווי האט דער חתן געלערנט?
אוי שיעור פארגעסן. מזל טוב
מאנטאג פעברואר 09, 2015 4:40 pm#252643
דער מחותן איז אן איידעם פון הנה"ח ר' משה בלום שליט"א, וואס איז א זון פון דער וועלטס בארימטער קאמפזיטער הרה"ח ר' חיים דוד בלום זצ"ל, און א מחותן פון כ"ק אדמו"ר מ'באבוב זצוק"ל.

דער חתן האט געלערנט און בריסק.
דינסטאג פעברואר 10, 2015 12:59 am#252754
דוכט זיך פארדעם אין אלעקסאנדער
דינסטאג פעברואר 10, 2015 1:56 am#252765
פארוואס למשל קומט נישט שלום אליעזר צו זיין שוועסטערס שמחה? רוגזה אדער קיינער איז פשוט נישט אינטערסירט?
דינסטאג פעברואר 10, 2015 2:02 am#252766
ביי די פאריגע חתונה איז ער יא געווען. ער קומט ווי מען רופט אים, מן הסתם האט די שוועסטער פארשטאנען אז מען רופט אים נישט צום שידוך שליסן
דינסטאג פעברואר 10, 2015 3:13 am#252771
הערליכע שמחה ב״ה.
קוקט אויס אז מאנכע קענען דאס נישט פארנעמען.
א חתן א כלי.
דינסטאג פעברואר 10, 2015 3:15 am#252772
עזריאל האט געשריבן:קוקט אויס מער באריקאדעס און ברענטשעס ווי מענטשען, בבחינת רבי אייזיק ספינקער............ נייס געים.........

עס דרוקט אייך עפעס?
הונדערטער מענטשן א בהמ״ד געפאקט מיט מענטשען.
נעמט אריין אן אלקאסעלצער.
דינסטאג פעברואר 10, 2015 9:23 am#252780
יא ס'איז מיר אינטערסאנט ווען מ'פילט אן א שמחה מיט פרעמדע בחורלעך וואס זענען אינגאנצען נישט זיינע חסידים און משרייבט הונדערטער מענטשן.
דינסטאג פעברואר 10, 2015 6:14 pm#252892
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:ביי די פאריגע חתונה איז ער יא געווען. ער קומט ווי מען רופט אים, מן הסתם האט די שוועסטער פארשטאנען אז מען רופט אים נישט צום שידוך שליסן

כאטש ר׳ חיים יושע קומט נישט צו זיינע שמחות
דינסטאג פעברואר 10, 2015 6:47 pm#252898
ווען דער ר' חיים יושע האט ווען די קאפ אויפן פלאץ וואלט ער ווען געקענט האבן ביי זיין פאריגע חתונה ר' אהרן ר' זלמן לייב ר' מרדכי דוד און ר' בנציון.
ס'וואלט געווען די נייעס פון די יאר......
דינסטאג פעברואר 10, 2015 6:51 pm#252900
ער קען ביי די יעצטיגע חתונה עס אויך האבן. דער איצטיגער מחותן איז א קרוב מיט רב"צ און א מחותן מיט רמ"ד
דינסטאג פעברואר 10, 2015 6:55 pm#252901
אה א נחת צו זעהן די אות המים פינקט אויפן חתן'ס געזיכט

געניג געוועווען וויפיל מאל דארף מען ענק בעטן

ATUB @שמעקעדיג ATUB אלערט
מיטוואך פעברואר 11, 2015 2:32 pm#253017
תנאים זונטאג תרומה און בית מדרש סאטמאר מאנסי