Under maintenance
הויפט זייט » כוכב און מה הוא פרעזענטירן: "ספר האישים"

כוכב און מה הוא פרעזענטירן: "ספר האישים"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8940
מיטוואך מאי 20, 2015 5:50 pm#277423
כוכב און מה הוא פרעזענטירן: "ספר האישים"
מיט כבוד און עהרע טוען מיר פארשטעלן פאר'ן ציבור דעם "ספר האישים" פון "מאראנצןזאפט" אלס א מתנה טובה לכבוד שבועות.

בילד

עס איז אונז א כבוד צו קענען ברענגען די רייכע ווערק פון מאראנצןזאפט אין א הערליכן פארמאט, בכלי מפואר, ראוי לעלות על שלחן מלכים, צו אלעמענס העכסטער צופרידנהייט און עונג יום טוב.

ווען איר וועט מישן די בלעטער און זיך באקענען מיט די פראפילן פון אט די בארימטע פערזענליכקייטן, זאלט איר ביטע געדענקען, אז עס איז אריינגעגאנגען אומגעהויערע כוחות ארויסצוגעבן א דבר השלם, אבער שגיאות מי יבין, און מיר טוען זיך אנטשולדיגן פאר סיי וואספארא טעותים עס זענען אריינגעפאלן דערין.

מיר האפן איר וועט צו קענטעניס נעמען אונזער שווערע הארעוואניע און געניסן דערפון אן אמת'ע הנאה.

א פרייליכן יו"ט,
ATUB @כוכב ATUB און ATUB @מה הוא ATUB
מיטוואך מאי 20, 2015 5:55 pm#277425
ברוך השם
פרינטס ארויס פאר אייך און נאנטע
און האט הנאה
מיטוואך מאי 20, 2015 6:07 pm#277432
@מאראנצןזאפט מאך דיר וויסענדיג!
דער עולם וויל אויסדיקן זייער הנאה, כאטש מיט א לייק
מיטוואך מאי 20, 2015 6:10 pm#277436
אנבעליוועבל וואס דער כוכב האט אריינגעארבעט. א מין יופי פון א ספר!

פסח ביים פה-סח האב איך געמיינט אז ער וועט כראפעצן ביי יחץ, וואס זאל איך יעצט זאגן?
ווען איר וועט אריינקומען ביי תיקון ליל שבועות אין ביהמ"ד און איר וועט זעהן א איד מיט א האלב-אראפגעפאלענעם שטריימל שלאפן טיף אויפן טיש אויף זיין אויסגעשטרעקטן האנט און די מויל האלב פארדרייט און מען קען אים נישט דערוועקן, וועט איר קלאר וויסן "כוכב מה הוא".
ואמרתם כה לחי.
מיטוואך מאי 20, 2015 6:33 pm#277444
מה הוא איך מוז דיר עקסטער קאמפלימענטירן פאר דיין ארבעט. א מייסטער ארבעט!
מען זעהט אז דו האסט אריינגעלייגט כוחות עצומות.
דער פשוט'ער סלייס אראנדזש נעבן דעם קאווע טישל (שטיבל לאגא) גיבט אזויפיל צו, און דיין ווארימע הקדמה רעדט פון הארץ.
זאלסטו אלץ קענען מהנה זיין אידן עד ביאת הגואל.
מיטוואך מאי 20, 2015 6:51 pm#277448
נאך אזא קונטרס קען זיך דער טריביון פארמאכן, אחוץ אויב ס'נאך דא א לעבעדיג מענטש וואס איך קען נישט.
מיטוואך מאי 20, 2015 7:03 pm#277451
Re: כוכב און מה הוא פרעזענטירן:
.
מיטוואך מאי 20, 2015 7:07 pm#277452
עס זעהט אויס זייער עטרעקטיוו, ותשואת חן חן לכל העוסקים באמונה. מפני טירדות שונות וטירדות הזמן קומט שוין נישט אויס דא צו פארברענגען, אבער עס ווארעמט די הארץ צו זעהן ווי אונזערע טייערע חברים פארנעמען זיך מיט חקר תולדות גדולים ומשפיעים און נאך אנדערע קאנסטראקטיווע מענטשען. ATUB @כוכב ATUB און ATUB @מה הוא ATUB (מיין ניק איז בטעות אריינגעפאלן צווישן די עורכים, איך האב נישט געהאט די צייט צו דעם, ועוד חזון), כל הכבוד!
מיטוואך מאי 20, 2015 7:21 pm#277456
יישר כח מארנצןזאפט.
יישר כח כוכב.
יישר כח מה הוא.
יישר כח קאווע שטיבל.
יישר כח מנהלים.
יישר כח די מנדבים.
יישר כח גאט פאר מיין זעה קראפט.

מייסטערהאפטיגע מערכת, טאלאנט, אינוועסטיגעטיוו זשורנאליזם, און גראפיקס.
מיטוואך מאי 20, 2015 7:34 pm#277461
Re: כוכב און מה הוא פרעזענטירן: "ספר האישים"
גארזשעס ארבייט!!
גיימיר אים מארגען ארויספרינטען אין אפיס
מיטוואך מאי 20, 2015 7:46 pm#277467
אומגלויבליך!

כוכב, דו גייסט אונטערברענגען די היימישע געדריקטע אויסגאבעס!
מיטוואך מאי 20, 2015 8:00 pm#277471
אין אנדערע נייעס זענען יעצט דו דיינים דן אויב ספר האישים איז אויך ביכולת צי קאנפיוזן קונדער.
אויב דער זעלבער כוכב האט ציגעשעטלט פה-סח און ספר האישים איז יש מקום להחמיר.
מיטוואך מאי 20, 2015 8:46 pm#277489
מה נאמר ומה נדבר!!
ATUB @כוכב ATUB , איר זענט נישט קיין כוכב. איר זענט א 'סופער-סטאר'!


לאמיר איבער'חזר'ן מיינע דברי שבח בשינוי לשון קצת:

כולנו רואים את הגליון והוא תאוה לעינים

ועל המו"ל נאמר: טובים -מן האחד- השנים

כבר שנה בחכמתו ובהארת פנים

בזיכויי הרבים יזכר רבות בשנים!
מיטוואך מאי 20, 2015 9:20 pm#277500
קען זיך דוכטן ווי קאווע שטיבל איז א מולטי מיליאן דאלערדיגע ביזנעס, מיט א אסטראנאמישע אריינפלוס פון פראפיט א שטאט פון פול טיים באצאלטע ארבעטער און פלאטע פון טרעילער'ס אויפן ראוד וועלכע שטייען כסדר גרייט צו סיי וואספארא באפעל פונעם שעפערישן גענעראל און פעלדמארשאל, די פירמע'ס בעל הבית ATUB @כוכב ATUB וועלכע מאכט עס אזוי אויסקוקן מיט זיינע מולטי טאלאנטן וועלכע ליידן פון נישט קענען איינזיצן, און דעליווערן קנאקעדיגע סחורה, אהערשטעלן פרישע פראיעקטן מיט א געניטע סיסטעם צו די צופרידנהייט און הנאה פון יעדעם.

כוכב די איבערצייגסט כסדר אז מאמע לשון איז עפעס וואס קען ווערן געשמאקער און טיכטיגער.

ווידעראום ATUB @מה הוא ATUB האט זיך אויך לעטצענס ארויפגעשארט די ארבל און אנגעהויבן שיסן קריעטיוועטי אויף א פארנעם וואס מען זעהט נישט פאר באצאלט און זיכער נישט פאר בחינם.

כ'בין ערנסט איבערגענימען וואס דא, על אדמת קאווע שטיבל, גייט אלץ פאר און ווען שרייען וואלט געווען אן אפציע פון זיך באדאנקען וואלט איך געשטאנען א הייזעריגער אויסגעשפארט פון קאווע שטיבל....

ATUB @מאראנצןזאפט ATUB איך באוויין דיין אפוועזנהייט און זיי ביים וויסן אז דיינע אייניקלעך גייען נישט האבן קיין "ספר האישים" אויב די גייסט אויפהערן דא ליפערן סחורה, די מיזט נאך אריינווארפן דיינע זאכן.

קיין ספק אז אין קימענדיגן "ספר האישים" נומער צוויי וועט זיין א ארגינעלע בינטל טאלאנט ווי כוכב וועט ווערן פאראייביגט אלץ איינע פון די ריזן פון צווישן די ווענט פון קאווע שטיבל וועלכע האט אזויפיל כח געלייסטעט פאר די פלאץ.
מיטוואך מאי 20, 2015 9:25 pm#277501
שמעקעדיג האט געשריבן:אנבעליוועבל וואס דער כוכב האט אריינגעארבעט. א מין יופי פון א ספר!

פסח ביים פה-סח האב איך געמיינט אז ער וועט כראפעצן ביי יחץ, וואס זאל איך יעצט זאגן?
ווען איר וועט אריינקומען ביי תיקון ליל שבועות אין ביהמ"ד און איר וועט זעהן א איד מיט א האלב-אראפגעפאלענעם שטריימל שלאפן טיף אויפן טיש אויף זיין אויסגעשטרעקטן האנט און די מויל האלב פארדרייט און מען קען אים נישט דערוועקן, וועט איר קלאר וויסן "כוכב מה הוא".
ואמרתם כה לחי.

אדער א איד וועלכער איז געצוואונגענערהייט געקומען צו דעם סקווווערער רעבע'ס שליט"א טיש. נאך א גאנצע וואך אריינהאקן עבודת הפרך .נישט חלילה דעם רבינ'ס. נאר דעם בעל הבית הנהנה מיגיע כפיו. און די קע.דזש.בי. האט איהם פשוט געווינגען צו קומען צום טיש. שלאפט ער איצט. ווייל ער פאלט פשוט צוזאם פאר מיעדקייט. אנטשולדיגט. נאר איין אומ'פונקטליכקייט איז דא. נישט נאר איין איד, נאר צענדליגע אידן טוען דאס ליידער. אזוי אז ס'זעהט אויס ווי א בית השחיטה...בעיני ראיתי כמה פעמים. וגם אני השתתפתי...!
דאנערשטאג מאי 21, 2015 8:16 am#277602
בערל גיב אכטונג וואו דו דרייווסט. זעהסט דעם סיין? No left turn.
דאנערשטאג מאי 21, 2015 9:02 am#277604
איך בין פארגאפט, בעסער געזאגט איבערראשט, אייגנטליך שאקירט, פון וואס דא האט זיך אפגעשפילט. ווען כוכב האט געבעטן די רעכטן איבערצונעמען דעם ספר האישים האב איך נישט געוואוסט וואס צו ערווארטן. אבער דאס איז דאך איז שוין ווירקליך אן איבערראשונג. אויגנפארכאפנד. פרעפאסיאנאל. אזא כבוד.
א הארציגן, טיפן, ישר כוח פאר כוכב, מה הוא, און אלע אנדערע מיטארבעטער, וואס האבן ארויסגעהאלפן אז ספר האישים זאל ווערן א רעאליטעט.
מדי דברו, אז דער ספר האישים איז אינדרויסן, איז אבער לבי נקפי. כאטש איך האב אלעמאל פרובירט צו שרייבן פאזיטיוו, וויל איך איבערבעטן, זיך אנטשולדיגן, טאמער איינער האט זיך אמאל געשפירט געטראפן פון מיינס א ווארט, עס איז אלעמאל געווען ראשית כוונתי לטובה, און ביטע זייט מיר מוחל. אדאנק.
דאנערשטאג מאי 21, 2015 9:50 am#277614
מיר האלטן פונקטליך 16 שעה נאכן ארויפלייגן דער אינהאלטרייכע "ספר האישים",
און אומגלויבליך עס האלט שוין ביי
אראפגעלאדנט 645 מאל
דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:50 am#277627
Re: כוכב און מה הוא פרעזענטירן: "ספר האישים"
וויפול מאל איז די פה-סח אראפגעלאדענט געווארן?
דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:51 am#277628
גראדעמעכעלע האט געשריבן:וויפול מאל איז די פה-סח אראפגעלאדענט געווארן?

דארט האט מען נישט געקענט זען. פארוואס טאקע?
דאנערשטאג מאי 21, 2015 10:53 am#277632
ווייל עס איז נישט געווארן אראפגעלאדענט דירעקט פון שטיבל.
דאנערשטאג מאי 21, 2015 3:13 pm#277721
איך זע אז עס האלט שוין קרוב צו 800 דאוללאודס אין ניטאמאל קיין 24 שעה פונעם ארויסקום,
יעצט בין איך נייגעריג צו דאס קען אנקומען ביז 24 שעה צו 1000?
עס איז נאך דא איבער צוויי א האלב שעה צו גיין
will see and find out
דאנערשטאג מאי 21, 2015 3:33 pm#277732
א גרויסן דאנק פאר כוכב, מה הוא און מאראנצןזאפט, פארן אהערשטעלן אזא מייסטערהאפטיגע ארבעט.

דער ארטיקל איבער ר' וועלוול שמעלצער איז ספעציעל פארן ספר האישים, אדער איז עס שוין אמאל געווען אין שטיבל?
דאנערשטאג מאי 21, 2015 3:37 pm#277734
יצחק לאווי - דער באשרייבן איבער עם - איז ארויסגעפאלן? עמדה לו חמה ליהושע איז פילייכט - אויך - ארויסגעפאלן.
דאנערשטאג מאי 21, 2015 3:51 pm#277751
עמדה לו חמה ליהושע איז געהעריג דא