מאנטאג מערץ 18, 2013 1:09 pm#98157
נעכטן
די ניו יארק קאוסט-גארד האבן פאררופן א קורצע אפשטעל נאך א זעכצן שעה זיכעניש נאך א מאן וואס האט אריינשפאצירט אין די וואסערן ביים די ברעגס פון קאני-איילענד. ער איז לעצט געזעהן געווארן געציילטע מינוטן דערנאך, ווען זיין קאפ האט זיך נאך ארויסגעזעהן פונעם וואסער. שיפן מיט ספעציעלע דייווערס זענען געברענגט געווארן. מאנכע האבן זיך צושמייכלט נאך וואס בלומבערג האט געפרעגט וויפיל אונסעס די וואסער איז.צוויי זענען היינט ארעסטירט געווארן נאך באזונדערע פאלשע באמבע ווארענונגען אינעם ניוארק לופטפעלד אין ניו גערסי. 'עווען-העריס' פון תל אביב האט אריינגעריפן נאך וואס ס'איז נישט געווען קיין זיץ אויפן פליגער וואס ער האט געוואלט אהיימפארן. 'טאמעס-פאולי' פון האבאוקען האט דאס געטוהן נאכן ווארטן אין א לאנגע שורה. ביידע זענען גלייך אנגעקלאגט געווארן. טי-עס-עי אדמיניסטראטאר זאגט: פאלשע ווארענונגען איז קיינמאל פארבאטן געווען ארויפצוטראגן אויף א פליגער.
פונף ניו יארק פאליציי איינגעשטעלטע זענען ארעסטירט געווארן אין די לעצטע צוויי טעג. דריי אפיצירן און צוויי טרעפיק אגענטן. איטליכע פון זיי פארן דרייוון זייענדיג אנגעטרינקן, איינע פארן באזיץ פון געגנב'טע סחורה. און איינע פארן טראגן מיט זיך פאלשע וואפן. די אגענטור האט נישט ארויסגעגעבן איינצלעהייטן איבער די ארעסטן. קעלי זאגט: די טינקעלע פערשוינען זענען דאס מאל אויף אונזער זייט פון די ריאטן.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'יו-עס-עירוועיס'. אונזערע פליגער האבן א זיץ פאר אייך, מיט א בלויזע לאנגע שורה ארויסצוגיין, נאכן אריינדייוון אין די גרעסטע האדסאן-וואסערן.