וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDTשריפט
125 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 692 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #897
זונטאג מאי 31, 2015 10:56 am#279248
Re: וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן
שקויעך כוכב פארן האלטען די פלאץ אויף א הויכע ניווא
דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 8:18 am#299295
איבעראל זעה איך בילדער פון refugees
אין בודאפעסט פירט מען מענטשן אויף באנען.
וואס גייט פאר?
אין בודאפעסט פירט מען מענטשן אויף באנען.
וואס גייט פאר?
דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 9:10 am#299305
קאווע טרינקער האט געשריבן:איבעראל זעה איך בילדער פון refugees
אין בודאפעסט פירט מען מענטשן אויף באנען.
וואס גייט פאר?
יא ליידער! שרעקליכע בילדער!!!
m http://www.dailymail.co.uk/news/article ... rains.html m
פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 10:01 am#299496
קען איינער קלאר אראפלייגען וואס דארט גייט אצינד פאר?
דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 7:29 pm#306892
די טשיינע רעגירונג האט אראפגענומען די פארבאט אויף פאמיליעס צו האבן מער ווי איין קינד, פון יעצט איז ערלויבט צו האבן צוויי,
דאס קומט אין א פראוו צו ראטעווען די ארטיגע עקאנאמיע וואס ליידט פון א שטארקע עידזש געפ,
די טויש איז אויפגענימען געווארן מיט געמישטע רעאקציעס מיט א טייל וואס פרייען זיך, אבער א גרויסע טייל פון די באפעלקערונג איז שוין צוגעוואוינט דערצו און איז נישט גרייט צו טוישן,

זונטאג פעברואר 07, 2016 3:45 am#320460
Re: וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן
שווערע אנטי איסלאם-אימיגראנטן פראטעסטן און ריאטס האבן אויס געבראכען אין אייראפע ווי אויך אין אוסטראליע.
m http://www.dailymail.co.uk/news/article ... EGIDA.html m
m http://www.dailymail.co.uk/news/article ... EGIDA.html m
דינסטאג פעברואר 23, 2016 10:52 am#322386
טעלעגראם - די גרעסטע קאמפעטעטער פאר וואטסעפפ - יצא לאור עולם פאר צוויי א האלב יאר צוריק. וואטסעפפ האט נישט לאנג צוריק געמאלדן אז זיי האבן שוין א ביליאן יוזערס. יעצט איז געקומען די נייעס פון טעלעגראם אז זיי האבן דערגרייכט 100 מיליאן אקטיווע יוזערס. און 350 טויזענט נייע אקאונטס קומען צו יעדן טאג. טעלעגראם דעליווערט 15 ביליאן מעסידזשעס יעדן טאג. און לויט וויאזוי די נומערס ריקן זיך וועט נישט דארפן נעמען לאנג פאר טעלעגראם צו דעפיטען וואטסעפפ וואס איז ערשט ארויסגעקומען אין 2010, 6 יאר צוריק.
דינסטאג מאי 10, 2016 11:28 am#332442
חמשה בכרס אחד!
א מאמע אין ווייטן אויסאליע האט געהאט 5 געזונטע קינדערלאך (quintuplets) אין january, האט היינט פובליצירט שמעקי בילדער.
דינסטאג מאי 10, 2016 11:50 am#332444
15 יאריגע בחור מאכט נייעס
א 15 יאריגער בחור האט היינט אנדעקט א פארלוירענע שטאט און סאוט אמעריקע
m https://www.google.com/amp/www.independ ... nt=safari# m
m https://www.google.com/amp/www.independ ... nt=safari# m
דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 12:58 am#357114
Re: וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן
קול מבשר מעלדעט אז עס איז מעגליך דא א פרואוו פון אן אויפשטאנד אין צפון קוריאה אנטקעגן די רעגירונג. אויב עס איז ריכטיג איז עס פון זייט פרייליכע נייעס אז די ערגסטע מלכות הרשעה קען אפשר קומען צו אן ענדע, און שרעקעדיגע נייעס ווער ווייסט וויפיל לעבנס דאס וועט קאסטן.
לאמיר מתפלל זיין און אינזין האבן ביי מלכות הרשעה מהרה תעקר.
לאמיר מתפלל זיין און אינזין האבן ביי מלכות הרשעה מהרה תעקר.
דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 8:07 pm#357175
כ'האב ממש נעכטן געלייענט אין די נייעס אז דער גרויליגער דיקטאטור מאכט ביטערע ליצנות פון זיינע נאנטסטע מענטשן, ממש צו שאנד און צו שפאט, זיין סעלפישקייט האט נישט קיין גרעניץ, שוין צייט ער זאל האבן א מיאוס'ע מפלה און זאל בלייבן פארצייכענט לחרפה ולדראון עולם.
פרייטאג דעצעמבער 16, 2016 2:17 pm#357261
איך זעה נישט אין ערגעץ באריכטעט דערוועגן.
פון וואו נעמט קול מבשר די אינפא?
פון וואו נעמט קול מבשר די אינפא?
פרייטאג דעצעמבער 16, 2016 2:26 pm#357262
דו זעהסט נישט אין ערגעץ באריכטעט דערוועגן ווייל עס איז געבוירן געווארן אין א לאנגווייליגע ק"מ אפיס...
מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 1:25 pm#357414
ממש אין די מינוטן קומט אריין די נייעס אז די רוסישע אמבאסאדער צו טערקיי אנדרעי קארלעב איז געשאסן געווארן און אומגעקומען אין זיינע וואונדען דורך א אומאינדעפיצירטע שיסער,
באריכטן געבן אהן אז די שיסער האט געשריגן אללה אכבר און אז אין חאלעב שטארבן אומשילדיגע מאנטשן דורך רוסלאנד און יעצט וועסטו שטארבן.
באריכטן געבן אהן אז די שיסער האט געשריגן אללה אכבר און אז אין חאלעב שטארבן אומשילדיגע מאנטשן דורך רוסלאנד און יעצט וועסטו שטארבן.
מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 2:06 pm#357417
נישט אז איינער דא איז אינטרעסירט אין די נייעס, אבער יעצט קומט אריין אז די שיסער איז א טערקישע סעקיוריטי גארד.
מיטוואך מערץ 29, 2017 4:42 pm#367478
א שוידערליכע געשיכטע איז פארגעקומען אין אינדאנעזיע, ווען א ריזיגער 23 פוסיג פייטאן שלאנג האט אויפגעפרעסן א מענטש רח"ל - לכאורה לעבעדיגערהייט, לויט די אויספארשער.
דער קרבן - א פארמער - פלעגט זיך כסדר דרייען אין יענע געגענט, און ווען ער איז נישט אהיימגעקומען האבן באזארגטע משפחה מיטגלידער און חברים אנגעהויבן זוכן. טרעפנדיג דעם אויפגעשוואלענעם שלאנג האבן זיי באקומען א חשד אז אפשר איז דאס דער מערדער, האבן זיי געכאפט דעם שלאנג, אויפגעשניטן דעם גראבן בויך וואס האט שוין געהאלטן נאכן זיך אונטערברימען שישו מעי שישו, און געטראפן דעם טויטן פארמער גאנצערהייט!

מאנטאג אפריל 03, 2017 10:01 am#368003
טעראר אטאקע אין סט. פעטעסבורג, רוסלאנד.
א מעכטיגע אופרייס אין א מעטרא סטאנציע אין סט. פעטעסבורג, רוסלאנד האט איבערגעלאזט צען טויטע און צענדליגע פארוואונדעט.
א מעכטיגע אופרייס אין א מעטרא סטאנציע אין סט. פעטעסבורג, רוסלאנד האט איבערגעלאזט צען טויטע און צענדליגע פארוואונדעט.
דינסטאג מאי 09, 2017 3:23 am#370335
א פראפערטי ביליאנער רעסטארט א גארטן אויף פארנומענע לאנדאנע ג
אבי מען זאגט אז אלע פראפערטי גבירים רייסן אויס די גרינע איקאסיסטעם.
זונטאג יוני 17, 2018 8:26 am#406193
שמעקעדיג האט געשריבן:א שוידערליכע געשיכטע איז פארגעקומען אין אינדאנעזיע, ווען א ריזיגער 23 פוסיג פייטאן שלאנג האט אויפגעפרעסן א מענטש רח"ל - לכאורה לעבעדיגערהייט, לויט די אויספארשער.
דער קרבן - א פארמער - פלעגט זיך כסדר דרייען אין יענע געגענט, און ווען ער איז נישט אהיימגעקומען האבן באזארגטע משפחה מיטגלידער און חברים אנגעהויבן זוכן. טרעפנדיג דעם אויפגעשוואלענעם שלאנג האבן זיי באקומען א חשד אז אפשר איז דאס דער מערדער, האבן זיי געכאפט דעם שלאנג, אויפגעשניטן דעם גראבן בויך וואס האט שוין געהאלטן נאכן זיך אונטערברימען שישו מעי שישו, און געטראפן דעם טויטן פארמער גאנצערהייט!
און עודך!
ווידעראמאל האט פאסירט א ענליכע שרעקעדיגע געשיכטע באותו מקום אין אינדאנעזיע, ווען א גרויסער פייטאן שלאנג האט אריינגערוקט גאנצערהייט א 54 יעריגע פרוי, וועלכע איז געגאנגען באקוקן איר פעלד.
נאכדעם וואס די פרוי האט זיך נישט צוריקגעקערט צו איר הויז די גאנצע נאכט, האט מען אנגעהויבן א זוך אקציע, ביז מען האט געטראפן דעם ריזן שלאנג מיט א גראבן בויך וואס האט זיך קוים געקענט רירן, מען האט גלייך פארשטאנען וואס דא טוצעך רח"ל, האט מען געקוילעט דעם שלאנג, עס אויפגעשניטן, און אכן נודע הדבר, די פרוי איז דארט געווען גאנצערהייט נאך מיט אירע קליידער! ה"י.
די יודעי דבר זאגן אז אזא שלאנג עסט נישט אויף דעם קרבן
לעבעדיגערהייט (אנדערש ווי געשריבן לעצטע יאר), נאר וועט עס קודם דערשטיקן און ערשט דאן איינשלינגען.
m https://www.washingtonpost.com/news/wor ... -a-python/ m
דינסטאג יולי 03, 2018 1:59 am#407837
א דראמאטישע פאסירונג האט זיך היינט אפגעשפילט אין טיילאנד ווען מען האט אפגעפונען 12 יונגע קינדער פון א סאקער טיעם וואס זענען געגאנגען שפאצירן אין א cave מיט זייער סאקער קאוטש, נאכן זיין פארלוירן פאר גאנצע 9 טעג.
די געשיכטע האט זיך אנגעפאנגען פאריגע וואך שבת, יוני 23, ווען זיי זענען געגאנגען שפאצירן אין די cave פארקירענדיג זייערע ביציקלעך אינדרויסן און זענען ווארשיינליך געווארן סטאק נאכדעם וואס עס האט דארט שטארק גערעגנט פאראורזאכנדיג פארפלייצונגען דארט אין די cave.
א פארק באאמטע האט באמערקט די פארקירטע ביציקלעך און אלאמירט די אינסטאנצן וואס האבן מיט הילף פון באאמטע פון די גאנצע וועלט אריינגערעכנט אמעריקע, אוסטראליע, טשיינע און נאך, דורכגעפירט א מאסיווע זוכעריי אבער מען האט זיך נישט געקענט אפגעפונען, דערביי געבענדיג שוואכע שאנסן זיי צו טרעפן לעבעדיג.
היינט, נאך איבער 9 טאג זיי זוכן האט מען אפגעפונען אלע דרייצן מענטשן אין א גוטן צושטאנד, אבער זיי זענען נאך דערווייל סטאק דארט אין cave צוליב וואס עס איז זייער שווער זיי ארויסצונעמען פון דארט צוליב די שווערע פארפלייצונגען דארט.

דינסטאג יולי 03, 2018 9:50 am#407855
זיי דארפן דארט בלייבן פאר לכה''פ 5 -6 חדשי,ם, חוץ אויב זיי לערנען זיך אויס צו דייווען, וואס איז די איינציגע וועג ארויס.
וויאזוי מען קען זיי שיקן עסן, אבער נישט ארויס זען פון דארט דורך א העליקאפטאר שטריק וכדו', ווייס איך נישט...
וויאזוי מען קען זיי שיקן עסן, אבער נישט ארויס זען פון דארט דורך א העליקאפטאר שטריק וכדו', ווייס איך נישט...