פארומס › פראגעס און ענטפערס איבער ניקס

פראגעס און ענטפערס איבער ניקס

375 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #90
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג פעברואר 6, 2017 11:26 pm#362153
אהרן בן יעקב?
אה יא, איך קען עם
מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:00 pm#384481
איך האב א שטיקל שאלה:

כ'האב מיך צום ערשט פרובירט צו רעגיסטרירן מיטן ניק 'ההוא גברא', איז מיר אקעגן געקומען א רויטע אלערט: די באנוצער-נאמען עקזיסטירט שוין!
למעשה, טרעף איך נישט אין די באנוצער ליסטע אזא ניק בכלל.
מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 3:17 pm#384488
שטויבעלעך
איך האב א שטיקל שאלה:

כ'האב מיך צום ערשט פרובירט צו רעגיסטרירן מיטן ניק 'ההוא גברא', איז מיר אקעגן געקומען א רויטע אלערט: די באנוצער-נאמען עקזיסטירט שוין!
למעשה, טרעף איך נישט אין די באנוצער ליסטע אזא ניק בכלל.

פון א גברא ביזטו געווארן ניטאמאל א חפצא, פון ואנוכי צו עפר ואפר.
דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 8:30 am#384509
Re: פראגעס און ענטפערס איבער ניקס
שטויבעלעך
איך האב א שטיקל שאלה:

כ'האב מיך צום ערשט פרובירט צו רעגיסטרירן מיטן ניק 'ההוא גברא', איז מיר אקעגן געקומען א רויטע אלערט: די באנוצער-נאמען עקזיסטירט שוין!
למעשה, טרעף איך נישט אין די באנוצער ליסטע אזא ניק בכלל.

איך האב געהאט די זעלבע פראבלעמען, און למעשה צים סוף זענען אלע פראבעס אויך געווארן גערעגיסטערט נישט וויסנדיג , בין איך געבליבן מיט אכט אין אכציג טרויבן.
דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 10:39 am#384513
כ'האב מיך טאקע אייביג געווינדערט וואס דע אכט און אכציג מיינט? מילא טרויבן איז פשוט, קען זיין האסט א שוואכקייט צו א פיינע קריספי דזשוסי זיסע טרויבן אבער 88? וואס קען עס מיינען? אפשר עפעס א שם, צו א גמטריא, אדער אפשר א ראשי תיבות, ווי למשל פי חכם =88 אדער פי חן=88 אדער אפשר וואוינסטו אינעם ווייטען קאליפארניע'ס וויין שטאט פרעזנא און דיין אדרעס איז 88 גרעיפויין בולעווארד?
דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 12:35 pm#384517
Re: פראגעס און ענטפערס איבער ניקס
דער גאלדענער אדלער
כ'האב מיך טאקע אייביג געווינדערט וואס דע אכט און אכציג מיינט? מילא טרויבן איז פשוט, קען זיין האסט א שוואכקייט צו א פיינע קריספי דזשוסי זיסע טרויבן אבער 88? וואס קען עס מיינען? אפשר עפעס א שם, צו א גמטריא, אדער אפשר א ראשי תיבות, ווי למשל פי חכם =88 אדער פי חן=88 אדער אפשר וואוינסטו אינעם ווייטען קאליפארניע'ס וויין שטאט פרעזנא און דיין אדרעס איז 88 גרעיפויין בולעווארד?

וואס זאל איך דיר זאגן??? איך האב אויך נישט ליב געהאט די נאמען, איך האב אנגעפאנגען מיט טעכנעלאגישע נעמען, אבער עס האט נישט געארבייט, אלעמאל ארויפגעקומען נישט אוועילעבעל, טרויבן האט נישט געארבייט מיט די 88 אויך נישט, נאר נאכדעם האב איך געזען אז סארבייט, האט איך געגאנגען מיט דעם, וואס איז א חילוק די נאמען אויב די געדאנקען זענען גוט...
דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 12:57 pm#384522
Re: פראגעס און ענטפערס איבער ניקס
טרויבן88
דער גאלדענער אדלער
כ'האב מיך טאקע אייביג געווינדערט וואס דע אכט און אכציג מיינט? מילא טרויבן איז פשוט, קען זיין האסט א שוואכקייט צו א פיינע קריספי דזשוסי זיסע טרויבן אבער 88? וואס קען עס מיינען? אפשר עפעס א שם, צו א גמטריא, אדער אפשר א ראשי תיבות, ווי למשל פי חכם =88 אדער פי חן=88 אדער אפשר וואוינסטו אינעם ווייטען קאליפארניע'ס וויין שטאט פרעזנא און דיין אדרעס איז 88 גרעיפויין בולעווארד?

וואס זאל איך דיר זאגן??? איך האב אויך נישט ליב געהאט די נאמען, איך האב אנגעפאנגען מיט טעכנעלאגישע נעמען, אבער עס האט נישט געארבייט, אלעמאל ארויפגעקומען נישט אוועילעבעל, טרויבן האט נישט געארבייט מיט די 88 אויך נישט, נאר נאכדעם האב איך געזען אז סארבייט, האט איך געגאנגען מיט דעם, וואס איז א חילוק די נאמען אויס די געדאנקען זענען גוט...
אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו
דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 1:07 pm#384526
פ"ח - קריגעל וויין?
דאנערשטאג מאי 30, 2019 4:26 pm#431331
גדלי' נעמען מיר נישט אן ווייל מיר האבן שוין אונזער באליבטער @גדליה.
ביטע מאכן א נייע ניק.
מיטוואך יולי 17, 2019 11:05 am#433273
פראגעס און ענטפערס איבער ניקס
דער גאלדענער אדלער
כ'האב מיך טאקע אייביג געווינדערט וואס דע אכט און אכציג מיינט? מילא טרויבן איז פשוט, קען זיין האסט א שוואכקייט צו א פיינע קריספי דזשוסי זיסע טרויבן אבער 88? וואס קען עס מיינען? אפשר עפעס א שם, צו א גמטריא, אדער אפשר א ראשי תיבות, ווי למשל פי חכם =88 אדער פי חן=88 אדער אפשר וואוינסטו אינעם ווייטען קאליפארניע'ס וויין שטאט פרעזנא און דיין אדרעס איז 88 גרעיפויין בולעווארד?

מ׳קען אפשר זאגן אז מ׳וויל מרמז זיין ענליך צו וואס די חכמת מנוח שרייבט אין מגילה ז: אז עסן און טרינקען צוזאמען נעמט אוועק די שנאה און bigotry איינער פונ׳ם צווייטן, און דאס איז דער טעם פון טרינקען וויין אויף פורים.
📎 IMG_5009.jpg

יעצט, די נומער 88 קען מרמז זיין אויף די ענין פון נאציזם:
📎 IMG_5010.jpg
[פון וויקיפדיה אויף Nazi Symbolism]

איז דאס איז וואס טרויבן88 איז מרמז: אז מ׳דארף אוועקווארפן די ענין פון intolerance און bigotry [די ענין פון נאציזם], פונקט אזויווי צו וואס די ענין פון וויין/טרויבן איז מרמז אויף פורים וכדברי החכמת מנוח.


Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג אוגוסט 5, 2019 8:37 pm#434333
דער ניק "שמעקעדיגס" איז נישט אנגענומען, ווייל עס איז צו ענדליך צו דעם ניק פון אונזער פאפולערן און באליבטן חבר @שמעקעדיג ני"ו.
דינסטאג אוגוסט 20, 2019 12:22 pm#435095
דער ניק "א ברסלבר" איז נישט אנגענומען, ווייל עס איז צו ענדליך צו דעם ניק פון אונזער פאפולערן און באליבטן חבר @ברסלבער ני"ו.
זונטאג מאי 24, 2020 4:46 pm#449486
Re: פראגעס און ענטפערס איבער ניקס
Java
מיר קענען נישט אננעמען א ניק וועלכע פארמאגט בלויז נומערן.



[ציטאט אראפגענומען]


זעענדיג דעם נייעם אשכול "שיינע ווייבער" האבעך געזען אז די פותח האשכול האט יא א ניק פון בלויז נומערן, איז די תקנה מער נישט גילטיג?

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/user/3765">memberlist.php?mode=viewprofile&u=3765</a><!-- l -->
זונטאג מאי 24, 2020 7:57 pm#449511
וואלווי
פ"ח - קריגעל וויין?

<a class="postlink" href="https://www.safa-ivrit.org/spelling/pach.php">https://www.safa-ivrit.org/spelling/pach.php</a>
מאנטאג פעברואר 22, 2021 6:46 pm#467413
ניק געוואגטער יונגל איז נישט באשטעטיגט ווייל עס איז שוין דא א ענליכע ניק.
זונטאג יאנואר 9, 2022 7:50 pm#491146
ניק yoelish איז נישט באשטעטיגט צוליב א ענדליכע ניק פון ידידינו הנכבד ר' @יואליש
דאנערשטאג יוני 1, 2023 6:13 pm#526870
דער אשכול איז פראבלעמאטיש. ווער ס'נישט קיין מעמבער קענדעכעסניש לייענען!
אלא מאי סי געמאכט געווארן פאר די צווייטע ניק.
דאנערשטאג יוני 1, 2023 6:30 pm#526874
טעות
דאנערשטאג יוני 1, 2023 7:54 pm#526879
[ציטאט אראפגענומען]
קושיא מעיקרא ליתא, די אשכול האט זיך געפענט ווען וועלט איז געווען וועלט און מען האט נישט געדארפט זיין איינגעשריבן צו קענען ליינען. עס איז נאך געווען ווען כ”ל בני בשר יקרא”ו בשמ”ך, יעדער האט געקענט ליינען וועגן די נעמען...
דאנערשטאג יוני 1, 2023 8:29 pm#526885
חדשים
קושיא מעיקרא ליתא, די אשכול האט זיך געפענט ווען וועלט איז געווען וועלט און מען האט נישט געדארפט זיין איינגעשריבן צו קענען ליינען. עס איז נאך געווען ווען כ”ל בני בשר יקרא”ו בשמ”ך, יעדער האט געקענט ליינען וועגן די נעמען...
די אשכול איז דוקא געווידמעט ס'זאל נישט זיין "כל בני ישראל יקראו בשמך"...
מיטוואך אוגוסט 16, 2023 9:19 am#533611
דער גאלדענער אדלער
כ'האב מיך טאקע אייביג געווינדערט וואס דע אכט און אכציג מיינט? מילא טרויבן איז פשוט, קען זיין האסט א שוואכקייט צו א פיינע קריספי דזשוסי זיסע טרויבן אבער 88? וואס קען עס מיינען? אפשר עפעס א שם, צו א גמטריא, אדער אפשר א ראשי תיבות, ווי למשל פי חכם =88 אדער פי חן=88 אדער אפשר וואוינסטו אינעם ווייטען קאליפארניע'ס וויין שטאט פרעזנא און דיין אדרעס איז 88 גרעיפויין בולעווארד?
88 איז דאכט זיך א סימבאל פון נאציזם, ס'ווייזט אויף די אכטע לעטטער H H ה'ייל ה'יטלער ימ"ש

(נישט אז כ'בין חושד דעם איד)
מיטוואך אוגוסט 16, 2023 1:59 pm#533650
כספי: ס'וואלט אין אמת'ן געדארפט צו זיין...8-19-872. נאר מאהבת הקיצור האט ער עס שלא ביודעין געשריבן אין א קורצע ר"ת.
דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 5:57 am#533716
berlbalaguleh
כספי: ס'וואלט אין אמת'ן געדארפט צו זיין...8-19-872. נאר מאהבת הקיצור האט ער עס שלא ביודעין געשריבן אין א קורצע ר"ת.
עי' https://www.adl.org/resources/hate-symbol/88, ויש עוד
דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 10:23 pm#533781
כספי: מיין ר"ת/נאמבערס האט א ביסל אן אנדער פשט פון וואס די עי.די.על. ברענגט...!

מיינע נאמבערס קארעספאנדירן צו...הייל שיקלגרובער. אדאלף היטלער ימח שמו'ס אריגינאלער נאמען פאר ער האט עס געטוישט צו היטלער...!
מאנטאג אוגוסט 28, 2023 1:33 am#534555
כספי
דער גאלדענער אדלער
כ'האב מיך טאקע אייביג געווינדערט וואס דע אכט און אכציג מיינט? מילא טרויבן איז פשוט, קען זיין האסט א שוואכקייט צו א פיינע קריספי דזשוסי זיסע טרויבן אבער 88? וואס קען עס מיינען? אפשר עפעס א שם, צו א גמטריא, אדער אפשר א ראשי תיבות, ווי למשל פי חכם =88 אדער פי חן=88 אדער אפשר וואוינסטו אינעם ווייטען קאליפארניע'ס וויין שטאט פרעזנא און דיין אדרעס איז 88 גרעיפויין בולעווארד?
88 איז דאכט זיך א סימבאל פון נאציזם, ס'ווייזט אויף די אכטע לעטטער H H ה'ייל ה'יטלער ימ"ש

(נישט אז כ'בין חושד דעם איד)
יעצט זעה איך אז החכם הכולל @מי אני האט עס שוין אנגערירט דא, וויאזוי כ'האב עס פארזען ווייס איך נישט