Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקייט

קאווע שטיבל • למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקייט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
118 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9024
דינסטאג יוני 23, 2015 8:02 pm#284705
Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי
מיין גאט וויל יא,
דאנערשטאג יוני 25, 2015 8:50 am#285049
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:מיינע צוויי צענט
דער חינוך סיסטעם ברויך א מעידזשור אווערהאול.

ATUB @יחיאל יעקבזון ATUB , וואו דארף דעם אווערהאול פירען, וואס דארף זיין בעסער אדער אנדערש און וואו פאנגט מען אן?
דאנערשטאג יוני 25, 2015 5:38 pm#285168
יידל האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:@יידל די צווייטע ליסטע קומט נאך?

אי"ה

אבער ווען וועט דאס זיין? ווען וועט דאס זיין?! [בניגון עליון, ע"פ סאלא קאקאש באידיש].
זונטאג יוני 28, 2015 2:28 am#285557
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:מיינע צוויי צענט
דער חינוך סיסטעם ברויך א מעידזשור אווערהאול. משה אמת ותורתו אמת איז וואס מיר גלויבן ואין צריך ראי׳. וואס חז״ל ואחריהם האבן אונז איבערגעלאזט איז אונז גענוג. סייענס ברויך ראיות צו מאמת זיין פראפאזיציעס, נישט אמונה בה׳ ותורתו.

א חידוש פון א תגובה. דאס איז דאך די נושא דא, וואס אלץ גייט אריין אין משה אמת ותורות אמת, וואס, ווען, און וויפיל חז"ל איז מאסגעבנד, בפרט אין זאכן וואס סייענס האט מער ווי סתם פראפאזיציעס.

יחיאל יעקבזון האט געשריבן:מיינע צוויי צענט
אויפגעקלערט זאל מען זיין אין אלוועלטליכע זאכן דהיינו שטודירן מאטעמאטיקע, היסטאריע אביסל, אסטראנאמיע, אסטראלאגיע און אנדערע סיינעטיפישע לימודים.

אינטערעסאנט די לאזט אויס גיאלאגיע און ביאלאגיע, און היסטאריע לאזטו נאר "אביסל", די אלע דריי זענען שטארקע נושאים פאר אמונה און יהדות פארן וועלטליכע איד.
נאך א נקודה די דערמאנסט אסרטראלאגיע וואס האט נישט קיין שייכות מיט סייענס.
זונטאג יוני 28, 2015 11:07 am#285602
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:ערנסטע געבילדעטע לייט האבן קיין צייט פאר נאוועלן און נארישע קינדערישע מואוויס. די זאכן זענען גוט צו שטופן צייט פאר נידריג קלאסיגע לייט, נישט פאר אינטעלעקטואלן.

אינטערעסאנט, די אלע אינטעלעקטואלען וואס וואטשען מאוויס ווייסן אויך דערפון? כ'מיין מ'דארף זיי גיין מודיע זיין.
זונטאג יוני 28, 2015 11:53 am#285612
Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי
געפילטע פיש האט געשריבן:
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:ערנסטע געבילדעטע לייט האבן קיין צייט פאר נאוועלן און נארישע קינדערישע מואוויס. די זאכן זענען גוט צו שטופן צייט פאר נידריג קלאסיגע לייט, נישט פאר אינטעלעקטואלן.

אינטערעסאנט, די אלע אינטעלעקטואלען וואס וואטשען מאוויס ווייסן אויך דערפון? כ'מיין מ'דארף זיי גיין מודיע זיין.
דאס ווייזט דיר נאר די ערך פון די א.ג. אינטעליגענציע…
מאנטאג יולי 06, 2015 10:15 pm#287467
יעצט צום ערשטן מאל אריינגעפאלן אין דעם גאלדן גריב. מיינע אויערן פייפן און מיינע אויגן זעען גאלדענע רינדן מיט דעם מייסטער זאפאס וואס ATUB @יידל ATUB האט אהערגעשטעלט. נשתוממתי פון דעם גאלדענעם טיפע רייכן פעדער, און פון דעם איכות'דיגער שלל-טינט וואס ער האט. יישר כוחכם חילכם לאורייתא.
מאנטאג יולי 06, 2015 10:20 pm#287473
אבער צו ATUB @יידל ATUB האב איך א איינפאכע קשיא. האסט אנגעהויבן אז מיר קענען ניטאמאל די אידישע רייכע היסטאריע, איז די קשיא פארוואס געבסטו נישט קיין לינק צו אונזערע תורה רובריקס, ריזן און דענקער? לדעתי קען מען טרעפן ביי אונזערע Sages א ענדלאזע שלל פון אייביגע ידיעות, אנשטאט נאוועלס און הבל'דיגע וויקיפידיעס פונעם עולם הגשמי. אתמהה.
מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 4:59 am#308395
א ביכל וואס איך לייען יעצט איבער אידישע היסטאריע, זייער הויך רעקאמענדירט, ברענגט ארויס זייער קלאר די מהות פונעם אידישע פאלק אין די פארגאנגענהייט. גאר א גיטע בוך!
A Provocative People: A Secular History of the Jews
געשריבן דורך Sherwin T. Wine

איינע פון די reviews אויף עמעזאן:

I am amazed that the book is so clear, direct, knowledgeable, and readable. I have been using it to look up various topics on Jewish history: the fall of the Temple, Deborah, Jeremiah, the book of Maccabees, but each time I start reading I cannot put the book down it is so engaging and interesting.
It doesn't simply "tell what happened; it's a great history that tells who made it happen, and why they made it happen
דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 3:18 am#308520
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:@יידל די צווייטע ליסטע קומט נאך?

אי"ה

אויב אזוי קומט עס נישט :lol:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:מיין גאט וויל יא,

שש משזר האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:@יידל די צווייטע ליסטע קומט נאך?

אי"ה

אבער ווען וועט דאס זיין? ווען וועט דאס זיין?! [בניגון עליון, ע"פ סאלא קאקאש באידיש].


נחלקו שני חכמים בדעת עליון.
רבי ATUB @אויבערלענדער חכם ATUB אומר, אין רצון ה' ברשימה חדשה.
רבי ATUB @גראדעמעכעלע ATUB אומר, רצון ה' ברשימה חדשה.
מתוך ששני אריות מתנצחים בדבר ה', אני מה טיבי? ולכן יראתי לפצוח פה בדיון מעמיק הלז, ולא באתי אלא כשואל ומבקש ומתחנן 'ווען וועט דאס זיין' בנוסח סאלא קאקאש.

תנו רבנן, מדפליגי בה רבי א"ח ורבי ג"מ, הלכתא כמאן? אמרי בבי מדרשא, דהלכתא כא"ח, דמשמיא קמסייעי ליה, דהא זה האיש ATUB @יידל ATUB לא ידענו מה היה לו, והאיש יידל איננו כי לקח אותו ה... ואותנו ואת אשכולו עזב לאנחות. שמע מינה, ד'אין רצון ה' ברשימה חדשה', כמאן? כרבי אויבערלענדער חכם.
פרייטאג אפריל 01, 2016 11:17 am#327280
Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי
יידל האט געשריבן:
ווי געשמועסט איז דער פראבלעם צוויי פאכיג: סיי אונזער אידישער קולטור איז פארארעמט, און סיי דער וועלטליכער. צו אדרעסירן ביידע האב איך צונויפגעשטעלט צוויי ליסטעס מיט רעקאמענדאציעס: א "אידישע" ליסטע, און אן "אלגעמיינע" ליסטע

כבין משתוקק און כ'חלום אויף דער טאג ווען דו וועסט בחסדיך הגדולים אונז באגענאדיגען מיט די אלגעמיינע ליסטע.


Sent from my SM-G903F using Tapatalk
פרייטאג דעצעמבער 28, 2018 10:48 am#420334
יידל האט געשריבן: עמוס עוז איז איינס פון די גרעסטע ליטעראטורישע פיגורן ביים פאלק, זיינע שירים זענען אויסערגעווענטליך.


עמוס עוז איז היינט געשטארבן.
זונטאג דעצעמבער 30, 2018 5:32 pm#420450
Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי
ראובן האט געשריבן:
יידל האט געשריבן: עמוס עוז איז איינס פון די גרעסטע ליטעראטורישע פיגורן ביים פאלק, זיינע שירים זענען אויסערגעווענטליך.


עמוס עוז איז היינט געשטארבן.
דער עקלהאפטיגער פאדערשטער בלאט פון דער פראפאגאנדע שאנדבלאט 'ישראל היום' (ענדלט צו רוסלאנד טודעי אין נאמען און תוכן). ראובן, שוין אפשר בעסער 'אבי אבי'. בילד
זונטאג דעצעמבער 30, 2018 5:39 pm#420452
זעט אויס ווי א פאלשער דעקל.
זונטאג דעצעמבער 30, 2018 5:40 pm#420453
Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי
צפור בודד האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:
יידל האט געשריבן: עמוס עוז איז איינס פון די גרעסטע ליטעראטורישע פיגורן ביים פאלק, זיינע שירים זענען אויסערגעווענטליך.


עמוס עוז איז היינט געשטארבן.
דער עקלהאפטיגער פאדערשטער בלאט פון דער פראפאגאנדע שאנדבלאט 'ישראל היום' (ענדלט צו רוסלאנד טודעי אין נאמען און תוכן). ראובן, שוין אפשר בעסער 'אבי אבי'. בילד
דאס איז נישט עכט עס איז א פארוידיע

Sent from my XT1060 using Tapatalk
זונטאג דעצעמבער 30, 2018 5:41 pm#420454
Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי
ראובן האקט

Sent from my XT1060 using Tapatalk
זונטאג דעצעמבער 30, 2018 5:44 pm#420455
Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי
עס קומט פון דעם געלונגענעם טראל פון ישראל חיים לווינסון https://mobile.twitter.com/chaimlevinson/status/1079251148354269184/photo/1

Sent from my XT1060 using Tapatalk
זונטאג דעצעמבער 30, 2018 5:44 pm#420456
Re: למעשה 12: דער וועגווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקיי
mevakesh האט געשריבן:
צפור בודד האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:
יידל האט געשריבן: עמוס עוז איז איינס פון די גרעסטע ליטעראטורישע פיגורן ביים פאלק, זיינע שירים זענען אויסערגעווענטליך.


עמוס עוז איז היינט געשטארבן.
דער עקלהאפטיגער פאדערשטער בלאט פון דער פראפאגאנדע שאנדבלאט 'ישראל היום' (ענדלט צו רוסלאנד טודעי אין נאמען און תוכן). ראובן, שוין אפשר בעסער 'אבי אבי'. בילד
דאס איז נישט עכט עס איז א פארוידיע

Sent from my XT1060 using Tapatalk
ביסט זיכער? אויב אזוי נעם איך צוריק א חלק וואס איך האב געשריבן. נאר בלויז א חלק היות ישראל היום איז נאך אלץ נישט ווייט פון רוסלאנד טודעי.