דינסטאג יוני 19, 2012 9:01 pm#18739
שמחות בבית צדיקי גדולי מאורי דורינו שליט"א
ביי די ספעציעלע אשכול וועט מען קענען אריינלייגן אלע שמחות וואס דערפרייט די אלע חסידים פון סיי וועלעכע רבי שליט"א, אזוי אז עס זאל נישט ווערן א אנלייגעניש פון אשכולות ווען צוויי שיינע רייכע משפחות מיוחסות בישראל זענען זיך משדך און ווען נאך א רבי'ש קינד איז אראפגעקומען צו פארלייכטן די וועלט.
רוב מעמבערס זענען נישט קיין סאך אינטערעסירט אין די סארטן נייעסן, אבער ווער יא, זאל אויך קענען טרעפן די פלאץ פאר דעם אין די דאזיגע אשכול.
פארשטייצעך אז ווען סע וועט זיין א באמבע שמחה, אויב מר"א און מרז"ל וועלן זיך בטעות משדך זיין אדער אויב די אורות שערי שמים וועט אראפ עקספלאדירן א ריזיגע מאס פון אטאמישע קדושה אין פארעם פון אכטלינגען ביי איינע פון די קדושי עולם וועט זיכער די מנהלים אדער אחראים עס צוטיילן אין א עקסטערע אשכול פאר די מעסיוו נייעס.