כוועל עס שיקן צו א חבר מיינער אין תירוצים וועלן נאך פאלגן. (אויב ער וועט ווילען ענפערן) די BS איז געוועהן אויף הוילע בלאף וואס האסט געשריבן. אין אויף דיין צווייטע האלב קען איך עס נאכאמאל זאגן.
ווי איך האב אנגעהויבען אז איך וויל נישט אריין גיין און די פאליטיק נאר מסבור זיין פארוואס מענטשען באדערען ווען מען שרייבט די נעמען פון די גאסען אין דרויסען.... די סיבה פארוואס איך האלט זיך נישט ביים ווערן אריינגעשלעפט אין א מערכה מיט מענטשען וואס זענען בכלל נישט אויף די זעלבע פעידזש 1) אדער וואינען זיי נישט דא און פארשטייען עס ככלל נישט און זאגען זייער מיינונג פון איינער וואס וואוינט אין א שטאט.. אדער איז ער אדער זיין חבר אן אנגעווייטוגטער מיט אדער אן א סיבה. עס איז נישט קיינמאל מעגליך צופרידענשטעלן יעדען , און דערנאך זענען דא מענטשען וואס זענען פארווייטאאגט, דיפרעסעד, אדער מיטגעמאכט ל"ע און זיי קענען דאס נישט ארויסשרייען אין גאס, זעהען זיי נאר נעגעטיוו אין אלעם
די קענסט מיר אפשר זאגן ווי זוי די גאסן אין טאהש נישט משה גאס זעהט אויס? לעכער אזוי גרויס ווי קרח פאלט יעצט אריין!
הוילע שקר, איך וועל פראבירען צו מאכן א בילד אויב איך וועל וויסען ווי אזוי מען לייגט עס דא ארויף, עס איז אמת אז נאך ווינטער יעדעס יאר איז דא לעכער פון די שווערע זאלץ וואס מען גיסט אויף די אלטע רוידס, אבער טאהש האט א קאנטראקט מיט א קאמפעני, און ווי נאר עס ווערט ווייניגער נאס די גאסען און מען קען לייגען פעך פארעכט מען באלד אלע לעכער. א נייע רויד מיט א גאראנטי קאסט און די מיליאנען, און איבערמאכען אן א גאראנטי קאסט אין די הינדערטער טויזענט דאלער, און נאך עטליכע יאר קען עס ווייטער אזוי אויסקיקען.
מקוה טהרה גייט נאך געלד צו נדיבי עם!
אהא די ביסט שוין אויך ביכעלהאלטער און ווייסט ווי די לעכער זענען און ווער דעקט וואס
א איינוואוינער דארף באצאלן יארצייט געסט אויך שבתים??
איך האב דאס נישט געזאגט אזוי ווי די פרעגסט, נאר אריין געלייגט און די הוצאות וואס עס קאסט, וואס יעדע איינוואוינער געווענדליך האט הנאה, אויב האסט שוין אמאל געזעהן דא, איז עס עמטליך אז ווען עס איז דא א יארצייט אדער חול המועד טיש קאכט מען עמטליך און רוב הייזער נישט נאכטמאל פאר די מענער אין אינגלעך וואס אלע קומען עסען א פאל קארס סעודה ביים רבין
טעקס וואס מבאצאלט נישט אין משלאגט זיך אין קארט?
מאצאלט ביג טיים, אבער ווי עס איז נישט רוכטיג שלאגט מען זיך, למשל די שטאט האט גערעכענט 1.5 מיליון דאלער טעקס אויף די מוסדות בנינים אז עס איז א סקול אן א לייסענס אדער אז מען ניצט עס פאר ביזנעס א.ד.ג. וואס איז שקר, און להבדיל יעדע קירכע פארדינגט זייער בעסמענט אדער זאל א.ד.ג .און דאך צאלען זיי נישט קיין טעקס. אדער ווען מען פארלאנגט אז טאהש מיז צאלען וואסער טעקס פאר אלע אפארטמענטס ווי פריוואטע מענטשען וואוינען, און די מערכה איז ווער זאל אינסטאלירען די מיטערס און רעכענען די טעקס פון די מענטשען, טאהש אדער די שטאט. דאס הייסט אז דערווייל איז דא איין מעין מיטער אנהייב טאהש, וואס טאהש דארף באצאלען אלע וואסער פון שטעטל, נישט קיין חוליק צו די מענטש באצאלט יא אדער נישט פאר די שטאט... עס איז לאנג צו מסבור זיין אבער וואס האט פאסירט 25 יאר צוריק ווען לאווען האט געפירט די פלאץ איז געווען איין מעיאר די פאר יארען, און מען פלעגט מאכען דילס אינטערן טיש און מען האט באצאלט פאר זאכען וואס מען וואלט נישט געדארפט, און אינטערען טיש האט די שטאט למשל געפיצט די שניי אין א פריוואט שטעטל אן רעכענען דערפאר.
דערנאך ווען די נייע מעיאר איז אריינגעקומען און אלע דילס פון אינטערן טיש איז שוין מער נישט אנגעגאנגען זענען דאן געווען דא די ניימאנס און צו איבערצאלן א פאר מילון דאלער א יאר אן זיך דארפן שלאגען מיט די שטאט איז פאר זיי געווען קליינגעלט. אבער ווען בני לוי וואס פלאגט זיך מיט געלט האט דאס נישט געקענט באצאלען איזס נאר נארמאל אז מען זאל גיין אין קארט דערפאר.
אבער אלע אנדערע פער טעקס צאלט מען פיין
אפשר זיי מרחיב פארן עולם די הלך ילך פין קויפן א הויז גייט צו???
יעדער וואס קויפט א קאסטאם מעיד הויז איז עס א קאפ ווייטאג, און אויב עס איז דא מיסטעקס גלייב איך און איך האף אז מען וועט עס פארכעטען, ווי געזאגט פריער אז עס זענען דא מער מענטשען וואס זענען צופרידען ווי די וואס האבן אייביג טענות
און פאר דיין חבר קענסטו איבערגעבן, די באן פארט ב"ה פיין און ווייטער, ער קען ארויף קימען אדער בלייבען אינטען. דער רבי שליט"א אנטקעגען אלע טשאנסען און נביאות זאגערס האט און מאכט א מארוועלעס זשאב, ער פירט נישט און ווערט נישט אריינגעשלעפט אין קיין מערכות, און פארלאנגט עס אלס פון אונז אזוי און נאר אזוי אנצוגיין, כאטש עס זענען דא זאכן וואס טוט אים וויי, אבער ער ווייסט אז עס זענען דא גענוג צובראכענע מענטשען מלא טענות אויף די גאנצע וועלט, וואס ווארטן נאר אויף די סעקונדע דער רבי זאל זיך שטעלן אויף עפעס און זיי וועלן שוין קענען ווייטער פייטען..אבער שוין באלד 3 יאר פון די פטירה.. און דערווייל איז נישט געווען קיין איין מערכה ב"ה..... און אויב דיין חבר וויל קען ער בלייבען ווי ער איז, דאס איז אויך פיין......