Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » קאווע שטיבל • על דא ועל הא

קאווע שטיבל • על דא ועל הא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9226
דאנערשטאג יולי 02, 2015 10:59 pm#286886
על דא ועל הא
איך האב זיך לעצטענס איינגעהאנדעלט א בריטישע צייטונג פון יאהר 1768 - תקכ"ח.

דאס איז אכט יאר פאר די גרינדונג פון די פאראייניגטע שטאטן, ווען זי איז נאך געווען אונטער בריטישע הערשאפט. צווישן די נייעס פון 'אמעריקא' זעה איך א שטיקל פון באסטאן [די הארץ פון די רעוואלוציע] - גראדע פון יולי 4 - עפעס איבער דעם קעניג און טעקסעישאן. איינע פון די עיקר טענות זענען געווען איבער שטייערן, ככתוב, נאו טעקסעישאן וויטאוט רעפרעזענטעישאן [אין דעם בריטישן פארלימענט], איז מיין פראגע צו די יודעים קענען עס אפשר אויסקלארן, און צו איז עס שוין בכלל געווען אויפן טיש אין 1768.

[כ'זעה אז אינעם אלטן ענגליש שטייט א f אנטשטאט א s.]

20150702_221053__1435890922_66.87.116.15.jpg
20150702_221053__1435890922_66.87.116.15.jpg (131.42 KiB) געזען געווארן 6329 מאל


mm__1435891070_66.87.116.15.jpg
mm__1435891070_66.87.116.15.jpg (32.94 KiB) געזען געווארן 6329 מאל

--------------

דערנאך האב איך זיך איינגעשאפט א ניו יארק טיימס פון 1942 וואו עס ווערט באריכטעט איבער הימלער'ס שחיטות אויף די פוילישע אידן. ס'איז מיר געווען אינטערעסאנט צו ליינען די פונקליכע באריכטן איבער אוישוויץ, באנען און גאז קאמערן, כ'האב נישט געוואוסט אז אין 42' איז עס שוין געווען באקאנט אין אמעריקא.

1__1435891891_66.87.116.15.jpg
1__1435891891_66.87.116.15.jpg (106.46 KiB) געזען געווארן 6329 מאל

2__1435892065_66.87.116.15.jpg
2__1435892065_66.87.116.15.jpg (115.12 KiB) געזען געווארן 6329 מאל

3__1435892172_66.87.116.15.jpg
3__1435892172_66.87.116.15.jpg (104.7 KiB) געזען געווארן 6329 מאל
דאנערשטאג יולי 02, 2015 11:00 pm#286887
.
פרייטאג יולי 03, 2015 8:06 am#286918
A beautiful feeling -- to hold a piece of history, the past, in your hands
פרייטאג יולי 03, 2015 8:38 am#286921
עס איז נישט נארמאל אינטערעסאנט
ביטע קלאר עס אויס, נעם אוועק די קאווע מארק, אזוי זאל דיך יעדער קענען באגנב'נן, און געיבן קרעדיט פארן שווארצן פאסטעך
פרייטאג יולי 03, 2015 10:36 am#286934
Re: על דא ועל הא
נ.י. טיימס פון 42' איז נישט דא אנליין?
פרייטאג יולי 03, 2015 12:01 pm#286966
ונבנתה העיר האט געשריבן:
[כ'זעה אז אינעם אלטן ענגליש שטייט א f אנטשטאט א s.]

די S וואס מ'ניצט היינט פלעגט זיין נאר א ענדע-S ביי די סוף פון א ווארט.
זונטאג יולי 05, 2015 10:54 pm#287250
גאר אינטרעסאנט, א גרויסען דאנק פאר דאס מיט טיילען מיט אונז.
האט דער באשרייבונג אזוי פרי ווי 42' נישט אויף געטוהן מצד דער רעגירונג וכו' וכו'? מה-דאך דער נוי יארק טיימס כל-שכן דער שפיאנאדזש צענטערן.
מאנטאג יולי 06, 2015 10:19 pm#287470
דעם שטיקל האב איך זיך נישט איינגעהאנדעלט אבער עס איז אינטערעסאנט - א דועל צווישן צוויי פוילישע אידן אין 1875.
מאנטאג יולי 06, 2015 11:11 pm#287511
@ונבנתה העיר האט געברענגט דער שטיקל פון א duel. ס׳איז דא א קליפ פון קריס מעטטיוס װי סענאטאר
זעל מיללער רעגט זיך אויף און לאדנט איהם פאר א duel.

אויב פארדרײ איך די אשכול ביטע פארמעקט.

מיטוואך יולי 08, 2015 10:36 pm#288273
נו, און אז עס גיסט, ווער בין איך צו זאגן ניין?

אט האט איר - מעגליך בחשיפה ראשונה - עטליכע אינטערעסאנטע אוצרות.

ווייסן מיר דאך אז נאפאליאן האט אוועקגעשטעלט א אידישע סנהדרין אין פאריז בראשות הגאון ר' דוד זיצנהיים, אט איז א באריכט אין אן אמעריקאנער צייטונג פון 1807 - אונטערן קעפל 'of the Jews' - איבער די סנהדרינ'ס זיצונג אין פאריז אין שפיץ פונעם יד דוד.
מיטוואך יולי 08, 2015 10:41 pm#288275
דאס איז דער לונדון גאזעט פון - נישט מער וכו' - יאר 1670, שנת ת"ל, אין א באריכט פון וויען שטייט אז אזויווי די אידן זענען פארבאטן פון דארט איז עס 'קאנוויעניענט' צו איבערטוישן די באנוץ פון זייער שוהל פאר א קירכע.
מיטוואך יולי 08, 2015 10:44 pm#288276
און דאס איז א באריכט אין אן אמעריקאנער צייטונג פון 1826 - די לעצטע תקופה פון די שפאנישע אינקוויזיציע - איבער'ן פארברענען א איד אויפן שייטערהויפן בשעת די מאנקס זינגען קאפיטלעך תהילים.
מיטוואך יולי 08, 2015 10:47 pm#288277
ATUB @ונבנתה העיר ATUB , אפשר לייגסטו עס איבער אן די וואטער-מארק?
מיטוואך יולי 08, 2015 10:50 pm#288279
אז פב"פ זאל מיר בא'גנב'ענען?
דאנערשטאג יולי 09, 2015 1:20 am#288312
Re: על דא ועל הא
די באריכט איז ווארשיינליך פון א אלטן בריוו וואס די צייטונג האי דעמאלס אפיר געקראצט. אין די 18'ס איז שוין נישט געווען דער מושג אין שפאניע. די לעצטע אוי טא דע פע איז געווען אין 1691.
דאנערשטאג יולי 09, 2015 11:06 pm#288576
דעם שטיקל האב איך זיך אויך נישט איינגעהאנדעלט, די אבן הפינה פאר'ן ערשט'ן שוהל אין טעקסאס אין 1870, געלייגט דורך די פרי-מעיסאנס.
זונטאג יולי 12, 2015 4:16 pm#288883
דער מנורה האלל אין בארא פארק (14/50) האט אויך אן אבן הפינה ביי די פרי-מעיסאנס. ס'שטייט נאך דארט במלוא הודה והדרה עד היום הזה (עכ"פ ביז די לעצטע מאל וואס איך בין דארט געווען). ס'איז כדאי אריינצוכאפן, מסתבר אז לויט די היינטיגע אכשר-דרא וועט עס נישט צו לאנג מאריך ימים זיין.
זונטאג יולי 12, 2015 4:24 pm#288885
עוד בענין זה
פון דא

The Menora Masonic Temple was located on the corner of 14th Avenue and 50th Street, in the Borough Park area of Brooklyn. Its cornerstone came from the quarries of King Solomon in Jerusalem and was dedicated on June 15, 1927. Thomas I. McCabe Sr. (1890-1983) was the contractor for the building. By 1930, the lodge had declared bankruptcy and the building was foreclosed by Namms Department Store, holder of the mortgage

Today the structure is known as the Katz Building, and is home to the Bnos Zion of Bobov School
מאנטאג יולי 13, 2015 12:06 pm#289027
אינטערעסאנט.

כ'זעה אז דער סימבאל הענגט טאקע דארט בריש גלי, תמהני אויב זיי ווייסן וואס דאס איז.
מאנטאג יולי 13, 2015 12:09 pm#289028
Re: על דא ועל הא
אפשר זאגסטו בקיצור אויף אידיש וואס פרי מעיסאנס איז ?
מאנטאג יולי 13, 2015 12:14 pm#289029
ירא שמים האט געשריבן:אפשר זאגסטו בקיצור אויף אידיש וואס פרי מעיסאנס איז ?

עס איז א מאדנע מיסטריעזע גרופע, אויף זיי פאדערט זיך א באזינדערע אשכול, א לאנגס און א ברייטס, מען קען זיי נישט דערמאנען בלויז מיט צוויי ווערטער.
מאנטאג יולי 13, 2015 12:17 pm#289030
ונבנתה העיר האט געשריבן:אינטערעסאנט.

כ'זעה אז דער סימבאל הענגט טאקע דארט בריש גלי, תמהני אויב זיי ווייסן וואס דאס איז.

נישט נאר די סימבאל העכערן טיר. איך רעד פונעם אבן הפינה אויף די קארנער 14/50. די פרימעיסאנס לייגן זייער אבן הפינה ביים ווינקל פון מזרח/צפון, דארט ווי די זון שיינט אויף. א סימבאל פון חכמה, ליכטיגקייט. די מנורה פון בית המקדש איז אויך א זײיער הייליגע סימבאל ביי זיי צוליב דעם. מסתמא פארדעם הייסט עס 'מנורה' האלל צוליב די מנורה אויפן בנין.

אינטערסאנט אנצומערקן אז הגם דא אין אמעריקא, די שטערקסטע באזע פון די מעיסאנס, קענען יידן זיך אנשליסן פונקט ווי קריסטן און אנדערע, איז אבער אין פראנקרייך, די געבורטס ארט פון די מעיסאנס, דארט האט א ייד נישט געקענט ווערן א חבר אין די געמיינדע. איך ווייס נישט ווי עס איז היינט צוטאגס.
מאנטאג יולי 13, 2015 5:48 pm#289101
1824.
מאנטאג יולי 13, 2015 5:49 pm#289103
.
מאנטאג יולי 13, 2015 5:50 pm#289104
1816.
פרייטאג אקטאבער 02, 2015 1:14 pm#303184
אויף דעם שטיקל קעגן טאמאס עדיסאנ'ס אינווענטשאנס האביך נישט געקענט לייגן א יד, אבער זי איז גאר אינטערעסאנט, יעדע ווארט וועט אייך ברענגן א שמחת יו"ט - קליקט אויף די בילדער צו פארגרעסערן.

טיימס פון מארטש 25, 1878.
פרייטאג אקטאבער 02, 2015 1:15 pm#303185
.
פרייטאג אקטאבער 02, 2015 1:53 pm#303187
זייער אינטערעסאנט! עס האט מיר שוין לאנג אינטערעסירט צו לייענען קאנטעמפאראטיווע קריטיק אויף אמאליגע ערפינדונגען. אין כל חדש תחת השמש, ביי יעדער טעכנאלאגיע זענען געווען אזעלכע וואס האבן ארויסגעהויבן די חסרונות דערפון, און זענען אנגעגאנגען מיט'ן פארפאניקן דעם ציבור.
מוצ"ש אקטאבער 03, 2015 11:15 pm#303230
זיי האבן נישט געהאט קיין אנונג ווי זייער לעבן קען פארבעסערט ווערן. ווי זאגט ונבנתה, א בהמה ווייס נישט אז ס'פאראן א הימל

א ספיקער וואס מ'קען הערן פון פיר מייל? שווער צו גלויבן
מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 10:29 pm#303777
בזכות אבותי ורבותי:

א באריכט אין אין לונדונ'ער צייטונג פון 1793 - תקנ"ג איבער דעם ערשיינונג אין געריכט פונעם גר צדק לארד דזשארדזש גארדאן - ישראל בן אברהם גארדאן, וואו עס ווערט באריכטעט באריכות זיין קריגעריי מיט'ן געריכט איבער'ן אויסטוהן זיין קאפל.

1.jpg


2.jpg


לארד גארדאן פאר זיין גירות:

220px-LordGeorgeGordon.jpg
220px-LordGeorgeGordon.jpg (18.58 KiB) געזען געווארן 6112 מאל


אלס איד:

220px-LordGeorgeGordon2.jpg
220px-LordGeorgeGordon2.jpg (29.01 KiB) געזען געווארן 6112 מאל
מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 10:48 pm#303779
Re: על דא ועל הא
אלס גוי אויף וועלכען ביך טרעיט ער
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 7:58 pm#316490
עס איז מיר אויסגעקומען היינט צו באזוכן אין שכונת כאן צוה הויה את הברכה, כ'האב זיך געשפירט ווי אין דער אלטער היים [א ליטוואק פון בודאפעסט].

IMG_0339__1452210411_172.56.34.152.jpg


IMG_0345__1452210753_172.56.34.152.jpg


האב איך שוין באזוכט אויך אינעם ספרי' וואו עס לויפט יעצט א תערוכה איבער'ן צמח צדק מיט בערך פופציג זאכן.

זיין שופר:

IMG_0341__1452210554_172.56.34.152.jpg


עצם כתב ידו פונעם שורש מצות התפלה:

IMG_0340__1452210476_172.56.34.152.jpg


א מאמר פונעם אלטן רבי'ן וואס ער האט געשריבן בחייו, ביי די זעכצן יאר:

IMG_0344__1452210704_172.56.34.152.jpg
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 7:58 pm#316491
א טאפ מביתו:
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 8:28 pm#316497
הערליך!

מיך באנעמט אממערסטנס, צו זען אז דער אלטער רבי האט שוין געשריבן זיינע רעיונות אין אזא יונגע עלטער, און אזא שיינע שריפט. נישט געוואוסט אז ער איז שוין דעמאלס געווען א חסיד.

דער מהר"ש'ס שריפט איז וואונדערבאר שיין.

[די סיינס זענען אויך צוקער זיס].
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 8:49 pm#316498
Re: על דא ועל הא
דער צמח האט עס געשריבן ביי די זעכצן בחיו פון זיידן.
מאנטאג יאנואר 18, 2016 9:08 pm#317982
/
זונטאג יאנואר 24, 2016 4:55 pm#318799
Re: על דא ועל הא
ניו יארק טיימס 1873.

בילד

אינעם זעלבן טיימס, רעדט זיך אפ איבער די ריבוי פון שדים אין שטאט...

בילד
בילד
זונטאג יאנואר 24, 2016 4:56 pm#318800
Re: על דא ועל הא
א באריכט אין באלטימאר 1816, איינער האט עפעס אינפארמאציע?

בילד
בילד
זונטאג פעברואר 07, 2016 12:15 am#320436
Re: על דא ועל הא
דאס איז לכאורה די פעט'סטע פישל וואס כ'האב דערווייל אריינגעכאפט.

א באריכט איבער שבתי צבי פון 1665, נאך איידער ער איז איינגעזעצט געווארן.בילד

בילד
זונטאג פעברואר 07, 2016 12:18 am#320437
Our trade has been of late much obstructed in these parts, all the Jews being in a kind of distraction upon the arrival of Sabadai, a Prophetical Jew, a Smirnoite born, lately come from Jerusalem, who in few dayes has preached such opinions into these people that having persuaded them the number of years is accomplisht, all of them are big with expectation of their Messias, and the full restoration of the Jews; above two hundred men, women and children are hereupon turned Prophets, and their assemblies grow so numerous that all the neighbour nations have their eyes upon them. The Turks do not yet oppose them. Sabadai their chief Prophet (leaving behind him in Gaza one of his Prophets called Nathan, with full Instructions in his absence) is embarqued for Constantinople, in company of two Saicks; as they say, to demand the Land of Promise from the Grand Seignior
זונטאג פעברואר 07, 2016 5:46 pm#320527
Re: על דא ועל הא
דאס איז א באריכט פון עטליכע חדשים פריער - פעברואר 1665, איבער עפעס א אידישער נביא וועמענ'ס נאמען כ'קען נישט געהעריג אפליינען וועלכער נעמט צוזאמען די אידן מיט א גרויסע מיליטער.

אויב איינער האט עפעס אינפארמאציע וועל איך איהם מכיר טובה זיין.

בילד
מאנטאג פעברואר 08, 2016 2:22 am#320618
ניין.
מאנטאג פעברואר 08, 2016 1:29 pm#320670
אה, ATUB @רוסישער ATUB , ברוך מחיה מתים!
פרייטאג אוגוסט 26, 2016 5:58 pm#347430
Re: על דא ועל הא
די ארגינעלע קאנסערנינג דע דזשוס ארטיקל פון מארק טוועין, 1899.

m https://en.wikipedia.org/wiki/Concerning_the_Jews m

uploadfromtaptalk1472248715699.jpg
דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 3:11 pm#348072
Re: על דא ועל הא
דער גור'ער רבי ז"ל אין איטאליע אויפן וועג קיין ארץ ישראל 1923.בילד
ק. הירשל ציג
דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 3:25 pm#348076
האט ער אפציעל געטראגן ווייסע זאקען אדער איז ער פשוט געגיינגען מיט קורצע הויזן?
זונטאג אפריל 09, 2017 6:24 pm#368435
פראווען טראדיציאנאלע סדרים ביים בארד-וואלק אין אנטלאנטיק סיטי מיט הייסע און קאלטע ים בעדער... אונטער די השגחה פון דער רב הכולל הרב לעווינטאל.

2017-04-09 11.10.51.png
מיטוואך יאנואר 17, 2018 12:40 am#393608
כ'זע אז איין בילד איז ארויסגעפאלען פון מיין ארטיקל (וועקער 11), שטעל איך עס דא אהער.
דאנערשטאג מאי 23, 2019 2:24 pm#430952
ס'איז פארהאן א ווארט פון רודיארד קיפלינג god can't be everywhere and therefore he made mothers.

טרעף איך מיר אזא שטיקל פון פוילן פאר'ן קריג, בבחינת תפוס לשון ראשון: אלקים אינו יכול להיות בכל מקום...

s-l400.jpg
s-l400.jpg (34.14 KiB) געזען געווארן 2837 מאל