מיטוואך יולי 8, 2015 7:10 pm#288209
וויפיל פראצענט פון שלום עליכם אשכול בלייבן דא?
"איך האב זיך איינגעשריבן אין קאווע שטיבל, ווען איך האב געהערט פון א חבר און געזען אז דא רעדט מען זאכן פון וואס איך האב ליב, האב איך זיך איינגעשריבן און איך האף צו פארברענגען מיטן גאנצן עולם. איך מיין אז איך האב שוין פערציג ווערטער, יעצט האטס מיר א גוטן טאג..."אזעלכע און ענליכע תגובות ליינען מיר כסדר אין דעם אויבערטשן אשכול מיטן נאמען "שלום עליכם - לאמיר זיך פארשטעלן פאר אייך". יעדע מאל עס שרייבט זיך דא איין א נייער ניק, עפענט ער צום ערשטן דארט אויף און שטעלט זיך פאר פארן עולם.
דער פראבלעם איז, אז א גרויסער פראצענט פון די דאזיגע ניקים, זענען דאס זייער איינציגסטער תגובה וואס בלייבט אין שטיבל, זינט דאן הערט מען מער נישט פון זיי. אמאל מאכט זיך אז איינער שרייבט צוויי תגובות, אדער אמאל דריי, אבער איבערגייענדיג די בלעטער שטעלט זיך ארויס אז א גרויסער פראצענט בלייבן נישט דא.
וואס איז דער דעת הקהל, וויפיל פראצענט בלייבן באמת דא עכטע שרייבער? - עס איז אויך אינטערעסאנט צו דעבאטירן, פארוואס שרייבער שרייבן זיך דא איין און לאזן די זאך לויפן, און וואס מען קען טון צו מאכן אז די דאזיגע שרייבער זאלן וועלן דא בלייבן.
נקודה למחשבה.