Under maintenance
הויפט זייט » ברעקינג: היסטארישע נוקלעארע דיל צווישן אמעריקא און איראן

ברעקינג: היסטארישע נוקלעארע דיל צווישן אמעריקא און איראן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9295
דינסטאג יולי 14, 2015 9:33 am#289248
ברעקינג: היסטארישע נוקלעארע דיל צווישן אמעריקא און איראן
נאך יארן וואס אמעריקא וויל נישט רעדן מיט איראן דירעקט וועגן זייער נוקלעארע וואפן פראגראם, האט אמעריקא היינט דירעקטע געחתמת א נוקלעארע דיל מיט איראן,

נא לאמיר הערין וואס איז די דיטעלס?
וואס זאגט די עולם צי דעם?
דינסטאג יולי 14, 2015 9:37 am#289249
השם ירחם!
דער באשעפער זאל אונז שוין אויסלייזען פון גלות אמעריקא אונטער דעם מאכט פון דעם שחור שוטה.
דינסטאג יולי 14, 2015 9:56 am#289250
יא איך מיין טאקע אז בוש איז געוועהן א קלוגערע פרעזידענט ווי אבאמא, איך בענק מיך ממש צוריק צו אים! איך miss די צייטן ווען אמעריקא האט געוועלטיגט אויף דער וועלט און איינגעטיילט און בעל בתעוועט אויף יעדע לאנד און זיי געזאגט פונקטליך וואס צו טוהן , ספעציעל בענק איך מיך צו אבו גרעיוו ווי די אמעריקאנער האבן געהאט אסאך fun מיט די third world country ווי זיי ארומשלעפן אויף די גאס נאקעט און זיך ארומשפילן מיט צענגליגער טויזענטער אומשולדיגע בירגער

בכלל עס איז שוין לאנג נישט געוועהן קיין מלחמות, אמעריקא איז זייער שטיל לעצטענס, דעס איז זייער באורינג און ס׳שאדט פאר אונזער economy !!! טאקע א שוטה דער שחור אבאמא וואס מאכט ער שלום מיט די אראבער? אונז וועלן גארנישט האבן וואס צו שמועסן אין מקוה!

דער באשעפער זאל האלטן די רעכטע הענט , השם ירחם!!!!
דינסטאג יולי 14, 2015 10:04 am#289251
וואס קלאגסטו פאר דו האסט דורכגעטוהן דעם ענין.

וויפיל איך פארשטיי די זאך פארדינט דא אמעריקע אסאך מער ווי איראן פון די גאנצע זאך, די דיעל איז גארנישט אזוי שלעכט פאר אונז.

איראן האט שוין א פיין אויסגעבויטען סיסטעם צו בארייכערן איראניאם, און פריער אדער שפעטער וואלטן זיי געהאט דעם אטאם באמבע, צו מ'וויל יא צו נישט, מיט סאנקציעס אדער אן, און דאס האט קיינער נישט געוואלט.

יעצט מיטן דיעל האבן זיי מסכים געווען אז אמעריקע זאל קאנטראלירן די איראניאם אז סזאל נאר זיין אויף נידריגערע שטאפלען, וואס איז נישט בכדי שיעשו צו מאכן א אטאם באמבע.

אמעריקע פון די אנדערע זייט האט דא א געלענגנהייט אנצוקניפן גוטע באציאונגען מיט איראן, וואס קען זיי שטארק צוניץ קומען אין די יעצטיגע מיטל מזרח צושטאנד מיט אייסיס וכו'.

איראן איז געווען דער וואס האט זיך געווארפן מיטן דיעל, און פאר יעדע קלייניגקייט וואס איז אונטערגעקומען האבן זיי געסטראשעט אז זיי געבן עס אויף, און אמעריקע האט זיך אסאך געבויגן, הגם וואס אמעריקע פרובירט עס לייקענען און אנשטעלן א פנים ווי זיי זענען נישט דיע וואס פייגערען פארן דיעל.
דינסטאג יולי 14, 2015 10:08 am#289252
אבאמא איז דער ערשטער אמעריקאנער פרעזידענט זינט די ענדע פון די קאלטע קריג וואס קיין שום לאנד וועט נישט "גיין נוקלעאר" אונטער זיין אדמיניסטראציע.

טאטע בוש = אינדיע.
קלינטאן = פאקיסטאן.
בוש דזשוניער = צפון קארעא.
אבאמא = 0
דינסטאג יולי 14, 2015 10:17 am#289254
וכדומה , מאכט נישט קיין סענס ווייל אויב ס'וועט נאר ערגע מאכן פאר איראן פארוואס לוינט זיך זיי די דיעל? און אויב ס'טאקע אזוי גיט די דיעל פאר אמעריקא פארוואס איז נתניהו אזוי דערקעיגען?
דינסטאג יולי 14, 2015 10:25 am#289258
פאר איראן לוינט עס ווייל מען נעמט אראפ די סאנקציעס, ביבי ברויזט ווייל אמעריקע און איראן גייען מער נישט זיין בלוט-שונאים.
דינסטאג יולי 14, 2015 10:40 am#289263
קאצקע, איראן האט זיך דערשטיקט פון די סאנקציעס, איר גאנצע עקאנאמיע האט געהאלטן ביים אונטערגיין, און זיי האלטן דארט ביי די ברינק פון א טיעפע דיפרעסיע, זיי האבן קיין צוויי ברירות נישט געהאט.

אבער מיט דעם אלעם האבן זיי זיך געווארפן מיטן דיעל, פשוט ווייל די דיעל איז בעצם קעגן זייער מאראל און גלויבינג צו מאכן שלום מיטן שטן אליין.
דינסטאג יולי 14, 2015 10:42 am#289265
יעצט מיטן דיעל האבן זיי מסכים געווען אז אמעריקע זאל קאנטראלירן די איראניאם אז סזאל נאר זיין אויף נידריגערע שטאפלען, וואס איז נישט בכדי שיעשו צו מאכן א אטאם באמבע.


דאס מאכט סענס?
דינסטאג יולי 14, 2015 10:45 am#289266
מדינת ישראל? קען איך דיר זאגן איין ווארט...

פאליטיק.
דינסטאג יולי 14, 2015 10:56 am#289268
Re: ברעקינג  היסטארישע נוקלעארע דיל געחתמת צווישן אמעריקא או
ישראל קאפקע האט געשריבן:אבאמא איז דער ערשטער אמעריקאנער פרעזידענט זינט די ענדע פון די קאלטע קריג וואס קיין שום לאנד וועט נישט "גיין נוקלעאר" אונטער זיין אדמיניסטראציע.

טאטע בוש = אינדיע.
קלינטאן = פאקיסטאן.
בוש דזשוניער = צפון קארעא.
אבאמא = 0

אלא מאי.. מיז זיין אז מדינת ישראל האט אנגעדרייט א קאשע.
דינסטאג יולי 14, 2015 11:02 am#289270
ישראל קאפקע האט געשריבן:אבאמא איז דער ערשטער אמעריקאנער פרעזידענט זינט די ענדע פון די קאלטע קריג וואס קיין שום לאנד וועט נישט "גיין נוקלעאר" אונטער זיין אדמיניסטראציע.

טאטע בוש = אינדיע.
קלינטאן = פאקיסטאן.
בוש דזשוניער = צפון קארעא.
אבאמא = 0

סוי וועגן דעם איז דער שחור געגאנגען און זיך געבעטן ווי א בהמה פון איראן אז זיי זאלן יא מסכים זיין צו א דיל, אזוי וועט ער קענען אראפנעמען די סאנקציעס פון איראן, וואס האט זיי שוין כמעט דערשטיקט, כדי אז אונטער זיין זייגער זאל אויך זיין א פיינטליכע לאנד וואס האט זיך פארשאפט א אטאם?
דינסטאג יולי 14, 2015 11:09 am#289271
איך פארשטיי אז עס זענען דא וואס זאגן אז די אפמאך גייט נישט גענוג ווייט, און איראן וועט קענען ערצייגן נוקלעארע וואפן טראץ דעם אפמאך.
אבער איך קען נישט פארשטיין וויאזוי עס זענען דא וואס טענה'ן אז די דיעל מאכט גאר 'גרינגער' פאר איראן צו פראדוצירן אן אטאם באמבע?

ווילסט זיך קלאר מאכן ביטע?
דינסטאג יולי 14, 2015 11:13 am#289273
Re: ברעקינג  היסטארישע נוקלעארע דיל געחתמת צווישן אמעריקא או
די שאלה איז וואס פארזיכערט אז איראן זאל זיך נישט יעצט בלויז ריקאווערן פון די סאנקציע חורבן און דערנאך דראפן די גאנצע אפמאך אזויווי נארט קאריע האט געטון מיט בוש, ( אזוי וועט אויסקומען אז אבאמא וועט גורם זיין איראן זאל גיין נוקלער אונטער די נעקסטע אדמיניסטראציע)
דינסטאג יולי 14, 2015 11:19 am#289275
נישט נאר אינטער די נעקסטע אדמיניסטראציע, נאר אפילו אינטער זיין אייגענע!!
דינסטאג יולי 14, 2015 11:35 am#289280
גראדעמעכעלע האט געשריבן:די שאלה איז וואס פארזיכערט אז איראן זאל זיך נישט יעצט בלויז ריקאווערן פון די סאנקציע חורבן און דערנאך דראפן די גאנצע אפמאך אזויווי נארט קאריע האט געטון מיט בוש, ( אזוי וועט אויסקומען אז אבאמא וועט גורם זיין איראן זאל גיין נוקלער אונטער די נעקסטע אדמיניסטראציע)

לאמיר זאגן אז דאס פאסירט אין פינף יאר ארום.
וואס גייט אמעריקע שטיין ערגער ווי זיי שטייט יעצט? איראן גייט יעצט דארפן אויפגעבן איבער 95% פון זייער לאו-ענריטשד אוראניום, און 100% פון זייער מיטלגארטיגע (20%) אוראניום, 2/3 פון זייער בארייכערונג מעגליכקייט. אינספעקציעס גייט זיין פיל שטרענגער ווי ביז יעצט, און אלע בארייכערונג גייט זיין קאנציטרירט אין איין לאקאציע.
אויב ברעכט איראן דעם דיעל (אדער ציט זיך ארויס) גייען די אמעריקאנער און אייראפעער גלייך צוריקשטעלן די סאנקציעס, סאו וואס האט איראן פארדינט?
דינסטאג יולי 14, 2015 11:49 am#289283
Re: ברעקינג  היסטארישע נוקלעארע דיל געחתמת צווישן אמעריקא או
נתניהו'ס ריספאנס
דינסטאג יולי 14, 2015 12:02 pm#289286
Re: ברעקינג  היסטארישע נוקלעארע דיל געחתמת צווישן אמעריקא או
ישראל קאפקע האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:די שאלה איז וואס פארזיכערט אז איראן זאל זיך נישט יעצט בלויז ריקאווערן פון די סאנקציע חורבן און דערנאך דראפן די גאנצע אפמאך אזויווי נארט קאריע האט געטון מיט בוש, ( אזוי וועט אויסקומען אז אבאמא וועט גורם זיין איראן זאל גיין נוקלער אונטער די נעקסטע אדמיניסטראציע)

לאמיר זאגן אז דאס פאסירט אין פינף יאר ארום.
וואס גייט אמעריקע שטיין ערגער ווי זיי שטייט יעצט? איראן גייט יעצט דארפן אויפגעבן איבער 95% פון זייער לאו-ענריטשד אוראניום, און 100% פון זייער מיטלגארטיגע (20%) אוראניום, 2/3 פון זייער בארייכערונג מעגליכקייט. אינספעקציעס גייט זיין פיל שטרענגער ווי ביז יעצט, און אלע בארייכערונג גייט זיין קאנציטרירט אין איין לאקאציע.
אויב ברעכט איראן דעם דיעל (אדער ציט זיך ארויס) גייען די אמעריקאנער און אייראפעער גלייך צוריקשטעלן די סאנקציעס, סאו וואס האט איראן פארדינט?

עס נעמט צייט בין מען שטעלט פעסט אז איראן האט פארלעצט די רעגולאציעס און עס איז דא 56 טעג בין מען שטעלט צוריק די סאנקציעס און דערווייל איז דער עקאנאמיא גוט און מען פראדאצירט נוקלעאר אן קיין שטער
איך זאת נישט אז דאס גייט זיין די מציאות אבער לכאורה איז דאס דער חשש פון די קאנבערוואטיווען

I can't believe I just said that...
דינסטאג יולי 14, 2015 12:59 pm#289298
Re: ברעקינג  היסטארישע נוקלעארע דיל געחתמת צווישן אמעריקא או
ישראל קאפקע האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:די שאלה איז וואס פארזיכערט אז איראן זאל זיך נישט יעצט בלויז ריקאווערן פון די סאנקציע חורבן און דערנאך דראפן די גאנצע אפמאך אזויווי נארט קאריע האט געטון מיט בוש, ( אזוי וועט אויסקומען אז אבאמא וועט גורם זיין איראן זאל גיין נוקלער אונטער די נעקסטע אדמיניסטראציע)

לאמיר זאגן אז דאס פאסירט אין פינף יאר ארום.
וואס גייט אמעריקע שטיין ערגער ווי זיי שטייט יעצט? איראן גייט יעצט דארפן אויפגעבן איבער 95% פון זייער לאו-ענריטשד אוראניום, און 100% פון זייער מיטלגארטיגע (20%) אוראניום, 2/3 פון זייער בארייכערונג מעגליכקייט. אינספעקציעס גייט זיין פיל שטרענגער ווי ביז יעצט, און אלע בארייכערונג גייט זיין קאנציטרירט אין איין לאקאציע.
אויב ברעכט איראן דעם דיעל (אדער ציט זיך ארויס) גייען די אמעריקאנער און אייראפעער גלייך צוריקשטעלן די סאנקציעס, סאו וואס האט איראן פארדינט?

זיי וועלן קענען אביסל צוריקבוען זייער חרובע עקאנאמיע און איינהאנדלען סחורה וואס פעלט זיך אויס פאר זייער וואפן פראגראם וואס יעצט קענען זיי נישט צוליב די סאנקציעס,
די סיבה חושש צו זיין דערצו איז ווייל כו''ע מודי אז די איינציגסטע סיבה פארוואס איראן זיצט בכלל ביין טיש איז נאר ווייל די סאנקציעס דריקן, די רגע עס וועט זיין וירא כי היתה הרווחה וועט זיין צוריק הכבד את לבו,
דינסטאג יולי 14, 2015 1:05 pm#289300
Re: ברעקינג  היסטארישע נוקלעארע דיל געחתמת צווישן אמעריקא או
איין באמערקונג וויל איך צולייגען אז די אלע וואס שרייען יעצט אז מען טאר נישט אראפנעמען די סאנקציעס ווייל עס נעמט אראפ די דרוק פון איראן זענען די זעלבע וואס האבן געשריגען אפאר יאר צוריק ווען אבאמא האט געשטיפט די סאנקציעס אז די סאנקציעס זענען א געלעכטער און עס מאכט נישט אויס וכו' וד"ל

I can't believe I just said that...
דינסטאג יולי 14, 2015 1:27 pm#289307
Oh my god, איך האב יעצט געוואטשט קארלי פיארינע רעדן איבער די איראן נוקלעארע אפמאך. און כ'מוז זאגן אז כאטש איך האלט אנדערש ווי איר, איז זי הונדערט מאל קלוגער און גרייט צו א פאליטישע אמט ווי סיי וועלכע אנדערע רעפובליקאנער קאנדידאט.

m http://youtu.be/cEZfL0VMRJE m

(זי זאגט דארט עטליכע מאל, אז מען קען נישט געטרויען איראן, ווייל זיי האבן פארלעצט אמעריקאנער סאנקציעס, און פראבירט איינצוהאנדלען באליסטישע מיסיל טעכנאלאגיע אין 'פארלעצונג' פון אמעריקאנער סאנקציעס. כאילו איראן האט געהאט עפעס אן אפמאך מיט אמעריקע וויאזוי זיי גייען זיי 'געסאנקציעט' וואס זיי האבן פארלעצט. כאילו סאנקציעס פון אמעריקע אדער די אייראפעער זענען סאמהאו מחייב איראן).
דינסטאג יולי 14, 2015 2:21 pm#289319
די עיקר פראבלעם איז enforcement, די דיעל איז גארנישט ווערט אויב מען קען נישט אדער מען גייט נישט מקיים פסק זיין אויף א breach, עסקפיריענס האט געוויזן אז עס איז שווער צו האלטן איינעם וואס האלט נישט דערביי אין די ראמען (איראק, נארט קאריע) און אפילו אז מען וועט ענדערש פארוואסערן א פראבלעם ווי איידער אריין צוקריכן אין א פלאנטער און מודה זיין אז מען ווערט אויסגעפאפט. בפרט אזא איינער ווי אבאמא (סיריע).

m http://time.com/3815368/chertoff-iran-deal-compliance/ m
m http://www.politico.com/magazine/story/ ... aVMTpNVhBc m
m http://www.businessinsider.com/the-key- ... ork-2015-6 m
דינסטאג יולי 14, 2015 2:35 pm#289326
ראשעקאל האט געשריבן:נתניהו'ס ריספאנס



נתניהו ביסט א געזונטער כופר באלוקי ישראל א אפיקורס און א מנאץ השם און מעכב הגאולה אבער דיינע פוינטס זענען הייליג גערעכט
דינסטאג יולי 14, 2015 2:46 pm#289330
אפיקורס און א מנאץ ומעכב הגאולה קען זיין, אבער א כופר באלקי ישראל דאכט זיך איז ער נישט.
דינסטאג יולי 14, 2015 2:51 pm#289334
די טענה אז איראן וועט פארלעצן דעם אפמאך איז גאנץ א שוואכע, ווייל איראן וואלט סייווי ערצייגט דעם אטעם באמבע, אפילו מיט די סאנקציעס אין קראפט, ממילא איז נישטא וואס צו דערלייגן מיטן דיעל, טאמער פאלגן זיי אויס איז גוט, און טאמער נישט האט מען כאטש אפגעשטיפט דעם פראבלעם און פארדינט צייט. אבער נישט מאכן דעם דיעל וואלט נישט געסאלווט דעם פראבלעם.
מיטוואך אוגוסט 05, 2015 1:50 pm#293908
הה"ד לב מלכים ושרים ביד ה'.
מיטוואך אוגוסט 05, 2015 3:45 pm#293920
יעצט געזען ביבי'ס רעדע. עמעזינג. קלאר. צו די זאך. ארויס געברענגט יעדער פאוינט צו די פינטל.
ווען די באשעפער וועט הלעפן, ווען ער וועט ווערען פרום וועט ער קענען קאמפיטן מיט אמנון יצחק און זמיר כהן.
מיטוואך אוגוסט 05, 2015 5:40 pm#293934
קאונטער דרשה פון פרעזידענט אבאמא

מיטוואך אוגוסט 05, 2015 6:16 pm#293943
ירח בן יומו האט געשריבן:ווען די באשעפער וועט הלעפן, ווען ער וועט ווערען פרום וועט ער קענען קאמפיטן מיט אמנון יצחק און זמיר כהן.

:like :like
מיטוואך אוגוסט 05, 2015 6:18 pm#293944
ירח בן יומו האט געשריבן:ווען דער באשעפער וועט העלפן, ווען ער וועט ווערן פרום

ווי אזוי האט יענער געזאגט, דער באשעפער האט שוין געהאלפן, ער לאזט שוין, און יעצט איז אין הדבר תלוי אלא בביבי....
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 12:09 am#294048
.
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 1:17 am#294077
"צילומי לווין חושפים- איראן עושה מאמצים כבירים להעלים כל ראיה במתקן הגרעיני בפרצ'ין"

"קהילת המודיעין האמריקנית הודיעה לקונגרס כי צילומי לווין חשפו שאיראן עושה מאמצים כבירים להעלים ראיות במתקן הגרעיני בפרצ'ין. צילומי לווין מאשרים, האיראנים 'מנקים את האתר מכל ראיה,העבודות נעשות גם באור יום. גורמי המודיעין וחברי קונגרס שראו את הראיות החדשות (שעדיין מסווגות) הגיעו למסקנה עם ביטחון רב שממשלת איראן 'מנקה את האתר לפני בדיקה המתוכננות של סבא"א"

"יו"ר ועדת המודיעין של הסנאט ריצ'רד בר אמר ביום שלישי, 'אני חושב שזה תלוי כעת באנשי הממשל שידעו להסיק את המסקנות שלהם. אני מקווה שזה משהו שעוד ידובר בו, בכל המובנים נראה שהאיראנים עם המעשים שהתגלו, הולכים נגד הזרם של ההסכם. המתקן בפרצ'ין הגיע לראשונה לידיעתה של הקהילה הבינלאומית בשנת 2004, כאשר דיווחים הראו שהמתקן נועד לבדוק חומרי נפץ להרכבה על ראש נפץ גרעיני"

ולהמשך קריאת הכתבה:

m http://www.bloombergview.com/articles/2 ... ntel-warns m
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 11:45 am#294116
Re: ברעקינג: היסטארישע נוקלעארע דיל צווישן אמעריקא און איראן
יו"ר סבא"א יוקיאה אמאנו: אינני יכול לגלות את הפרטים הסודיים של ההסכם עם איראן

יוקיה אמאנו Yukiya Amano, יושב ראש סבב"אהסוכנות הבינלאומית לאנרגיה אטומית  International Atomic Energy Agency ה-IAEAאמר ביום רביעי 5.8 לוועדת קשרי החוץ של הסנאט האמריקני כי איננו רשאי לחשוף את פרטי ההסכם שנחתמו עם איראן, בדגש על הסעיפים הדנים באופן בו ינסו פקחיו לאוכפו. 

 



Sent from my XT1056 using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 10:32 pm#294261
יעצט קומט אריין די פרייליכע נייעס אז סענעטאר שאמער גייט וואטן אקעגן די דיל.

יעס ווי דיד איט!!!!
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 10:35 pm#294262
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 10:37 pm#294264
ס'וועט אים מעגליך קאסטן איבערצונעמען הערי ריעד.
פרייטאג אוגוסט 07, 2015 9:35 am#294354
שומער צונעמט זייער גוט די זאך, ער ענטפערט איינס ביי איינס אויף יעדע פוינט פון פרעזידענט אבאמא. זייער שיין מסביר פארוואס ער איז דערקעגן
פרייטאג אוגוסט 07, 2015 1:41 pm#294428
שעפטל האט געשריבן:שומער צונעמט זייער גוט די זאך, ער ענטפערט איינס ביי איינס אויף יעדע פוינט פון פרעזידענט אבאמא. זייער שיין מסביר פארוואס ער איז דערקעגן

ווי קען מען עס זען? א לינק ביטע.
פרייטאג אוגוסט 07, 2015 2:06 pm#294430
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ס'וועט אים מעגליך קאסטן איבערצונעמען הערי ריעד.

איך וויל האפן אזוי, אבער איך בין נישט איבערצייגט אז עס גייט אים שטערן איבערצונעמען לידערשיפ.
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 12:47 pm#294765
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 3:36 pm#296561
דעמאקראט סענאטער באב מענענדעז פון ניו דזשערסי איז יעצט ארויס געקומען קעגן די דיעל.
מאנטאג אוגוסט 24, 2015 7:47 pm#297661
Re: ברעקינג: היסטארישע נוקלעארע דיל צווישן אמעריקא און איראן
מאנטאג אוגוסט 31, 2015 3:17 pm#298739
אפ עד פון הרב יואל אשר לאבין "פארוואס איך שווייג" דא
מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:59 pm#298766
Re: ברעקינג: היסטארישע נוקלעארע דיל צווישן אמעריקא און איראן
ראביי לאבין, מיין שאלה צו דיר איז פארוואס ביזטו טאקע נישט שטיל, דו שרייבסט אז אלע זאלן שווייגען דאס איז א אגענדע גענוי ווי אלע.

צים פינטל, דיין הערליכע שריפט, זייער שיין אפילו און אנגליס, אבער זיי מיר מוחל, איך דינג זיך מיט די אינהאלט, זיי מיר מסביר וואס האט דער וואס גייט אין קאליך אויבן פון זיין שטיל, אדער זיך פארלאזן אויף חשבונות פון נאכלעיסיגע פירער, וואס זענען געניג נאכלעיסיג אז טראץ זיי ווייסן אלע סכנות, זענען געניג נידריג צי זיין נאכלעיסיג ווען עס קומט צי לייגן אכט מיליאן אין א סכנה, נעם דיין משל וואס דו האסט געגעיבן פון די אידן-ראט, נעם אנדערע צעינגליגע משלים פון די צווייטע וועלט קריג, נעם די לעקציע וואס איז געלערנט געווארן פון ראדאלף ווערבע מיט די אינגערישע אידענטום, נאר שרייען און פארפירן נאר דאס ברעינגט אפשר ליידער ריזאלטאטן, היינט איז א וועלט פון אטאמאטיק, ווען מען רעכענט זיך מיט אלע געוועינטליכע געזעצען וואס גילטן און פרידענס צייט ענדיגט מען גאר שנעל באקריווערט, היינט איז א צייט וואס איז ווי איינער שווימט, די רגע וואס מען לאזט נאך דערטרינקט מען זיך, מען מיז זיין גאר פארזיכטיג ווען מען האט ציטיען מיט איראן.

דאס איז זיכער אז ווען זיי האבן וועין א באמבע וואלטן זיי נישט געטראכט קיין צוויי, נאר א דאנק וואס זיי האבן נישט איז נאך בכלל דא אזא זאך ווי אכט מיליאן אידן, ווען די מדינה האט באמבערדירט איראק'ס פאסיליטי'ס זענען אויך געוועין די אלטגעזעצענע און אפירגעהאלטן א"י הלמאי זיי האבן באעוולט איראק מיט באמבעדירן אימשילדיגע, דאס איז ווייל ליבעראלע טראכטן אלע מאל די זעלבע, ווי די טשעמבערלין'ס פון די וועלט, זינגען קומביא אפילו ווען מען זעיט אז זיי מאכן א טעות, ליבעראליזם איז ווי א רעליגיע, נישט קיין חילוק וויפיל קלארע ראיות עס איז פארהאן קעיגן דעים דאך וועט מען דערין גלייבן.

מיר האבן זיך שוין אויסגעלערנט, ווען איינער וויל דיך אימברעינגען גייט ער די אימברעינגען ווי נאר ער קען, א דיל מיט איראן איז גאר מעיגלעך א שוואכקייט וואס אבאמא האט צי ליבערעליזם, זיי נישט קיין קלאץ, זעי די ווערטער אויף די וואנט, שריי וויפיל די קענסט, פון נישט קיין דיל וועט נישט די סכנה ערגער ווערן נאר אפשר זיין און א בעסערע פאזיציע.

זייט ווען פארלאזטו זיך אזוי אויף אבאמא אדער גאווערמענט, ווי האסטו שוין געזעין אז מען קען זיך אויף זיי פארלאזן, איך האב עס נאך נישט געזעין, וואס איך זעי איז פונקט פארקערט, אך און וויי איז ווען איינער קומט און שפיטאל און מאכט דעם לאבין חשבון, ער וועט זיין שטיל ביז דער דאקטאר וועט בקרוב געיבן זיין טויט שיין, ווער עס פארפירט נישט שטארבט, גיי פרעיג זיך נאך ביי צעין מענטשן וואס דו קענסט וואס זענען געוועין אין סיי וועלכע שפיטאל, ווער עס פארפירט נישט, ווער עס דרייט נישט איבער נעמט איין א ביטערען סוף, א דאנק אבאמא קער.
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 10:32 am#299115
Re: ברעקינג: היסטארישע נוקלעארע דיל צווישן אמעריקא און איראן
WASHINGTON: BREAKING - President Obama has reached the 34 senate votes necessary to prevent a veto override of the Iran Deal.
דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 7:20 pm#300565
Senate Democrats delivered President Barack Obama a victory when they blocked a resolution of disapproval against the deal on Thursday
זונטאג יאנואר 17, 2016 12:58 pm#317759
למעשה לייען איך אז מען האט שוין אראפגענומען די סאנקציעס? פארוואס שרייבט נישט קיינער דערוועגן? קאפקע אייכה??
זונטאג יאנואר 17, 2016 2:14 pm#317767
Re: ברעקינג: היסטארישע נוקלעארע דיל צווישן אמעריקא און איראן
WASHINGTON: US imposes new sanctions on Iran, on 11 people & companies involved in procuring items for country’s ballistic missile program.