Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » למעשה ווערען א חכם: פיוטים סליחות קינות און דאס גלייכען

למעשה ווערען א חכם: פיוטים סליחות קינות און דאס גלייכען

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
56 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9419
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:00 am#294747
למעשה ווערען א חכם: פיוטים סליחות קינות און דאס גלייכען
הגם איך האב געשריבען וועגען דעם ביי הרב שש משזר'ס אשכול, וויבאלד ס'האט זיך אזוי פארמערט, האב איך מחליט געווען צו עפענען א באזונדער אשכול וועגען דעם.
C/P
דער נושא פון פיוטים איז מיר אביסל א האבב"י. איך האב ליעב צו קוקען זאגען און פארשטייען אביסל אין פיוטים סליחות און קינות, אפילו די וואס מ'פיהרט זיך שוין נישט צו זאגען. מ'קען אסאך זאכען אפלערנען דערפון. ס'ליגט מיר אין קאפ איך האב געזען אין חת"ס ערגעץ אז ער זאגט א תורה אויף יוצרות לשבת ר"ח (דער וואך) אבער איך געדענק נישט וואס און וואו.
נאר אז מ'קוקט זיך אום טרעפט מען אסאך שיינע זאכען, פירושים, יסודות, הלכות און געשיכטע'ס פונ'ם עולם הפיוט. קודם וויל איך ארומרעדען ווי מ'קען זיי טרעפען. אז מ'קוקט אין סידור אוצר התפלות זעט מען געדרוקט יוצרות פאר אסאך מער שבתות ווי נאר ד' פרשיות און יו"ט. אויך האבען זיי סליחות פון שובבים (וואס באמת זענען זיי עפ"י רוב נישט ניי און די וואס יא זענען אויך פון די יוכ"פ סליחות) און קרובץ פאר ת"ב, מוסף פאר שבת זכור און פרשת פרה, און נאך א גירסא פונ'ם לאנגען פיוט להלכה פון שבת הגדול, מגילת אנטיכוס ועוד. די אלע זאכען זענען אויך געדרוקט אינ'ם מחזור כל בו, וואס איך נוץ יו"ט. דאס איז א גרויסע מחזור געמאכט געווארען פאר בעלי תפלה מיט עטליכע אכציג יאר צוריק אין ווילנא און איבערגעדרוקט דורך פלאהר'ס דרוקעריי דאהי אין אמעריקא. דארט האבען זיי אויך סליחות ליל הושע"ר מיט צוויי מנהגים, און סליחות פאר ספעציעלער געלעגענהייטען, כגון ווען דער קעניג גייט מלחמה האלטען אדער ווען דער רעגירונג מאכט גזירות קעגען אידען און מגיפות ועוד. אין אסאך מחזורים פון מיין קינדווייז בערך דרייסיג יאר צוריק, האבען זיי געדרוקט אין חזרת הש"צ יוכ"פ נאך יעלה ויבא 'כאן אומרים סליחות ואח"כ אומרים זכור רחמיך', די סליחות זענן געדרוקט עפ"י רוב אין א באזונדערע באנד, און ביי די יעקע'ס זאגט מען עס, נישט דער גאנצער יעדער יאר, נאר מיט א מחזור פון דריי יאר. דארט רעדט מען פון די גזירות תתנ"ו אין סליחות למוסף יוכ"פ, און א מלא רחמים פאר געוויסע געהרג'טע. אינ'ם מחזור כל בו זענען זיי אלע געדרוקט. (ס'גיבט א באזונדערע געשמאק צו מישען יוכ"פ ביי דאווענען!)
צו דערצו זענען געדרוקט כל מיני פיוטים וואס מ'זאגט שוין נישט אין פריערדיגע ספרים, כגון מחזור ויטרי ועוד. אחינו בני ספרד ובני תימן האבען גאנץ אנדערע פיוטים. אז מ'קוקט אין א ספרדיש'ע מחזור זעט מען אז ביי הויכע שמו"ע זאגען זיי גארנישט, וכשיטת המחבר, אבער זיי זאגען נאכ'ן דאווענען אסאך אום ר"ה ויוכ"פ, און באופן כללי זענען זיי גרויסע זאגער'ס. די חלבים (יוצאי ארם צובה) זאגען 'בקשות' שבת פארטאגס, ווי מ'זינגט פיוטים פאר שעות ארוכות. דער מנהג איז עפ"י רוב פארגעסען געווארען אבער חכם עובדיה יוסף האט זייער ליב געהאט דאס זינגען די פיוטים, און ווען מ'האט איהם געדארפ'ט אויפלעבען האט מען גערופען א חזן צו זינגען די פיוטים. זיי זענען עפ"י רוב פשוט'ער מעשה'ס, נישט מיט די טיפע באדייטען אזוי ווי פון ר' אליעזר הקליר, מיט די רמזים און מליצות אריינגעמישט. די סליחות וואס ספרדים זאגען גאנץ אלול איז אויך זייער לאנג און יעדער האט זיין נוסח וואס מ'זינגט צוזאמען. די תימנים האבען אין זייער מחזור לר"ה ויוכ"פ לאנדער פיוטים פאר ברוך שאמר, און נאך מעריב. אויך מער פשוט'ער אבער דוכט זיך אויך מיט א באזונדער נוסח. אלע קענען דער ניגון 'חטאנו לפניך' פון די ספרדים, און אין לעיקואווד האבען זיי אויפ'ן ראדיא סטאנציע יעדער פארטאגס אין אלול די סליחות פון די ספרדים ליי"וו פונ'ם כותל ווי מ'הערט דער נוסח שיין און קלאר.
אין אלע אלטע מחזורים האבען זיי מפרשים אין דער זייט. ס'איז עפ"י רוב נישט באקאנט ווער ס'האט זיי געשריבען אבער אסאך שיינע זאכען שטייט דארט. ס'לוינט זיך צו זוכען אויף היברובוקס די אלע מחזורים און קוקען אין די מפרשי המחזור.
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:00 am#294748
איך וויל שרייבען אפאר אינטרעסאנטע זאכען וואס איך האב געזען אין סליחות יוצרות און קינות בדרך שאלה ותשובה.
א. ווי האט מען געטראפען דער פך שמן טהור פון חנוכה?
ב. וואס האט דער רבש"ע געוואלט זאגען ווען ער האט געהייסען משה רבינו ואתה פה עמוד עמדי?
ג. וואס איז דער חילוק צווישען דער רעגען סיסטעם פאר'ן מבול צו נאך דעם?
ד. וואס פאר א מופת איז געשען מיט'ן מקוואות ביי די יוונים?
ה. דער רמב"ן דינגט זיך מיט'ן אבן עזרא צו ס'איז דא אזא זאך ווי גלות ישמעאן אדער נאר גלות אדום (עי' רמב"ן עה"פ וצים ביד כתים פרשת בלק. דער נייטיגע חלק איז ארויסגענומען דורכ'ן צענזור און מ'דארף קוקען אינ'ם תורת חיים דרוק אדער שעוועל. דער רמב"ן איז אויך אין מאמר הגאולה\פירוש על ספר דניאל). וואס זאגט דער פייטן וועגען דעם?
ו. וואס האט משה רבינו דערשראקען ווען ער האט געהערט 'החדש הזה לכם ראש חדשים'?
ז. וואס איז פשט אין דער גמרא 'כל המועדים יהיו בטלים וימי הפורים לא נבטלים'?
ח. וואס איז די הלכה, ווען מ'איז אנוס און מ'קען נישט מקריב זיין די קרבן תמיד, מעג מען מקריב זיין אנדערע קרבנות צו א מנחה צו וואס?
ט. שטייט אין פסוק 'שור או כשב או עז כי יולד' פארוואס שטייט שור ערשט?
י. ווען משה רבינו האט געהערט פונ'ם אייבישטער 'עלה אל הר העברים', וואס האט ער געמיינט ס'וועט זיין דארט?
און די תשובות:
א. אין פיוט לשבת ראשון של חנוכה שטייט אז מ'האט עס געטראפען אינ'ם שיתין אינ'ם מזבח, ווי מ'גיסט די ניסוך המים.
ב. אין קינות שטייט 'אהלך אשר פצת למענו לציר אתה עמוד עמדי פה', אז מ'האט איהם אויסגעלערנט וועגען דער משכן.
ג. אין דער לאנגע פיוט פון פאר תפלת טל וואס מ'זאגט נישט געווענדליך (געברענגט אין תוס' מס' ר"ה בשם ר"א הקליר) שטייט אז ס'האט נאר גערעגענ'ט איין מאל אין פערציג יאר. דאס איבעריגע האט מען גענוצט טוי. ס'איז אויך אינ'ם לאנגען פיוט פון תפלת גשם.
ד. אין פיוט לשבת חנוכה שטייט אז מ'האט גע'אסר'ט גיין אין מקוה. דער אויבישטער האט געמאכט א נס אז ביי יעדער מענטש אין קעלער האט זיך אויסגעשפראצט א מקוה. (דאס ווערט שוין געבראכט אין בעל הטורים עה"ת, ממילא איז עס שוין באקאנט). די ארכע'אלאגע'ן האלטען אין איין טרעפען קליינער פריוואטע מקוואות אין ירושלים, אבער מ'שטעלט דאס נישט צו.
ה. אינ'ם סילוק ליום שני דר"ה, וואס רוב קהלות זאגען נישט (אין לעיקוואוד זאגט מען עס דוקא יא), שטייט אז ותור וגוזל פונ'ם ברית בין הבתרים גייט ארויף אויפ'ן שור (תור אין אראמיש איז א שור) און דער שור איז ישמעאל, נישט ווי דער רמב"ן.
ו. אין פיוט לפרשת החדש שטייט אז משה רבינו האט זיך דערשראקען אז ער האט געמיינט אז דער חדש איז מעת לעת נישט מיום ליום. (איך האב א תורה אויף דעם, אבער דא באלאנגט עס נישט).
ז. אין סילוק לפרשת זכור שטייט אז ס'האט מיט דעם אז דער גאול ההעתידה און דאס פארלענדונג פון אדום איז כולל מחיית עמלק, דעריבער וועט דער נס פורים זיין א חלק פונ'ם שמחה פונ'ם גאולה העתידה.
ח. אין סליחות לשבעה עשר בתמוז שטייט אז בשבעה עשר בתמוז בטלו אלע קרבנות, הגם אז ס'איז נאר געווען דער תמיד וואס האט געפעלט. (דוכט זיך אין בריסק זאגט מען נאך די ראיה).
ט. אין פיוט פונ'ם צווייט'ן טאג פסח 'אז על כל חיתו יער' שטייט אז ס'איז צו ווייזען אז דער אויבעשטער האט מוחל געווען דער חטא העגל.
י. אין זולת לשמח"ת שטייט אז משה רבינו האט געמיינט אז מ'גייט איהם גיבען נאך א תורה אזוי ווי ביי הר סיני.
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:01 am#294749
נאך א פאר שטיקלעך אינפארמאציע וועגען פיוטים יוצרות און סליחות;

פאר די וואכען צווישען פסח און שבועות, זענען דא באזונדער יוצרות געדרוקט אין אוצר התפלות סידור. זיי באקלגען דער גלות פון אידען, דרוקען אויס בענקשאפט צווישען כלל ישראל און דער רבש"ע און באוויינען דער צרות וואס איז געשען צו כלל ישראל אין יענער טעג (נייט נישט דער ווארשאווער אויפרייס און נישט דער אונגארישער וועלט'ס קריג, מ'מיינט גזירת תתנ"ו). יעדער וואך איז דא נאך פאר יעדער שטיקעל ברכות ק"ש. כנראה ס'איז געווען ברייט פארשפרייט דער מנהג פון זאגען די יוצרות, ווייל ס'איז דא א ניגון אויף די ווערטער "יונה יעלת חן מה לך כי תבכי" פארפאסט דורך הרב זלמן סנדר כהנא – שפירא (דער פטער פונ'ם דבר אברהם פון קאוונא) וואס די בריסקער זינגען. (מיין נישט, ס'איז גארנישט אזוי אינטרעסאנט, מער א נוסח ווי א ניגון). אויך דוכט זיך אז ס'איז דא חסידים וואס זינגען די זאכען ביים סעודה.

(איך האב אמאל געזאגט אויף רש"י אנהייב פרשת קרח – פרשה זו יפה נדרשת. ווייל פון שבת זכור ביז שבת פרשת חקת איז דא יעדער וואך פיוטים פאר יענער וואך אחוץ פרשת קרח. זאגט אונז רש"י אז עכ"פ פרשה זו יפה נדרשת במדרש רבי תנחומא, הגם די פייטנים האבען אונז נישט מסביר געווען!)

דער אריגינעלער מנהג איז געווען אז סליחות אום תענית ציבור האט מען געזאגט אין מיט'ן הויכע שמו"ע ביי ברכת סלח לנו. מ'פלעגט זאגען סלח לנא אבינו כי חטאנו מחל לנו מלכנו כי פשענו – סלח לנו אבינו כי ברוב אולתינו שגינו וכו', און נאכ'ן ענדיגען סליחות האט מען ווייטער געזאגט שמו"ע. אבער מ'ענדיגט נישט סליחות אין דער זעלבע פלאץ. נאכ'ן אשמנו זאגט מען משיח צדקך אמר לפניך וכו' כי לה' אלקינו הרחמים והסליחות, און דארט לייגט מען צו א פאר ווערטער – ואל יעכב חטא ועון את תפלתנו מחל וסלח לכל חטאתינו כי קל טוב וסלח אתה ברוך אתה ה' וכו'. נאכ'ן ענדיגען הויכער שמו"ע האט מען געזאגט קל רחום שמך וכו' ביז השתא בעגלא ובזמן קריב. איך הער אז אין דעברעצין אין ב"פ פיהרט מען זיך נאך אזוי, איך ווייס נישט וועגען די יעקע'ס צו אנדערע אויבערלענדער בתי מדרשים.

אין סליחות פאר צום גדליה נוסח ליטא איז דא א סליחה א גאר אינטרעסאנטער. ס'איז א מוסר ספר פאר זיך. אין ישיבות זעט מען כסדר א נייע בחור קומט וואס פון שטוב האט ער געזאגט סליחות נוסח פולין צו אשכנז צו וואס, און ווען ער זעט דער סליחה פאר'ן ערשטע מאל ווערט ער ערשטוינט. איך קען עס נישט אויסשרייבען אין גאנצען, אבער ס'הייבט אן עזב נא בן אדם עזב נא.... טרם יספה או יומו יבא. און ער גייט דורך פארשידענע התעוררות'ן וואס מ'דארף אויף נישט צו זינדיגן.

דער נאמען וואס מיר רופען אן די פיוטים 'יוצרות' איז באמת נישט אינגאנצען ריכטיג. יעדער סארט פיוט האט איהר נאמען און איהר מהלך. 'יוצר' איז פאר פיוטים פונ'ם ברכת יוצר אור אין אנהייב, 'אופן' איז במקום 'והאופנים וחיות הקדש' וואס ווען מ'זאגט פיוטים טוישט מען עס אויף 'והחיות ישוררו', 'מארה' (אינטרעסאנט אז מ'נוצט אזא נאמען, ניין?) איז פאר סוף ברכת יוצר אור, 'אהבה' איז פאר אהבה רבה, 'זולת' איז פאר נאך 'אין אלקים זולתך', (אינטרעסאנט וואס ס'שטייט אין מחזור לר"ה פאר עזרת – אין אומרים זולת בר"ה ולא ביוהכ"פ לפי שאמת ויציב מתוקן כנגד י"ו כפרות שבפרשת י"ה באחרי מות ועתה אנו צריכין כפרה מוטב שנאמר אמת ויציב כהלכתו שהוא כנגגד הכפרות, וואס מיינט עס 'כהלכתו', הייסט באמת ס'איז אזא קולא אז מ'זאגט בכלל פיוטים?!), 'סילוק' פאר'ן לאנגע פיוט (געווענדליך) פאר קדושה און 'אזהרות' פאר די מנין המצוות פון מוסף שבועות (וואס כפי ידיעתי זאגט עס שוין קיינער אחוץ דער לעצטע קטע 'עליונים ששו ותחתונים עלזו' וואס אסאך זאגען נאך).

די ספרדים האבען א מנהג מאנטאג און דאנערשטאג. מיר אשכנזים לייגען דאך צו סליחות צום דאווענען, אבער נישט מיט ה' ה' און נישט מיט'ן גראם פון סליחות. אבער ביי זיי זאגט מען קודם תחנון (לדוד, נישט רחום וחנון) און דערנאך היבט מען אן סליחות, מאנטאג איז אנדעריש ווי דאנערשטיג, אום מאנטאג הייבט מען אן 'אנשי אמנה אבדו' פון ר' האי גאון, וואס מיר זאגען ביי סליחות בה"ב און ביי נעילה, דאנערשטאג זאגט מען נאך עפעס 'תמהנו מרעות תשש כחנו מצרות'. דערנאך זאגט מען נאך פיוטים מיט צוויי מאל ה' ה' אינדערמיט, און מאנטאג איז אנדעריש ווי דאנערשטאג.

דער גראם און דער סיסטעם פון סליחות מסתמא באמערקט דער עולם ביים זאגען, מיט די שלישיה און נאך. אבער איין זאך איז נישט אזוי באקאנט, און איך ווייס נישט צו איך קען עס אויסשרייבען אין ווערטער אויף אידיש. דאס איז א חלק פון די חכמה פון פיוט וואס ס'הייסט אויף ענגליש meter און rhythm. דער ענין איז אז פאעזיא איז נישט נאר וואס די ווערטער גראמען. דאס אז דער גאנצע שרייבאכץ האט א סיסטעם א בנין און די לעצטער ווארט גראמט מיינט אז מ'קען עס ליינען אויף אזא אופן אז ס'זאל קלאפען. אז מ'קען מאכען מער symmetry קלאפט עס נאך מער. למשל אז יעדער שורה האט דער זעלבע מאס syllables און די syllables זענען ענדליך זל"ז (אביסל ווי א haiku). ווען מ'זעט אין מאנכע סידורים פאר יגדל 'השיר הזה שקול משתי תנועות ויתד ושתי תנועות ויתד ושתי תנועות ויתד בדלת וכן בסוגר', און פאר אדון עולם שטייט עפעס אנדעריש (אין דער סוף פון מסכת ברכות אינ'ם הקדמה צום רי"ף האבען זיי דער ליד וואס איז געשטאנען אויפ'ן מצבה פונ'ם רי"ף, שטייט דארט אויך דער סיסטעם פונ'ם ליד אזוי), איז דער פשט אזוי. איך פארשטיי נישט אין גאנצען אבער דער יסוד איז אז א 'יתד' איז א שווא אדער א חטף נקודה, און א תנועה איז א געהעריגע תנועה. יעצט אז מ'קוקט אינ'ם פיוט יג דל, דאס איז צוויי תנועות, און דערנאך דער אל"ף פון א-להים מיט איהר חטף-סגול איז דער יתד. דערנאך איז דא דער להים חי, וואס דאס איז צוויי (פארוואס? ווייס איך נישט) און דערנאך ו וואס דאס איז א שווא, און דערנאך ישתבח. דאס איז דער דלת – דער עפענונג פונ'ם שורה, דערנאך איז דא דער סוגר, וואס דאס איז דער צווייטע האלב פונ'ם שורה פונ'ם ליד, נ מצא איז צוויי תנועות ו איז דער יתד אין עת אל וכן הלאה. אז מ'קוקט די אלע לידער אזוי, זעט מען אז אלס קלאפט, יעדער שורה איז ענדליך צו איהר חבר און דעריבער גראמט עס און זינגט זיך עס בעסער. דער חכמה פון קענען בויען א ליד אזוי איז א חלק פון חכמת הפיוט וואס איז ברייט פארגעסען געווארען. איך האב געטראפען רעדענדיג וועגען דער גויישע סיסטעם פון לידעריי דא און א שטיקל בילד פונ'ם אידישער דא
אין די פיוטים פון ר"ה יוהכ"פ אויפ'ן ברכות פון הויכע שמו"ע איז דא אפאר זאכען צו באמערקען. דער וואס קוקט גוט וועט זען אז אין אבות דערמאנט מען אברהם אבינו, אין גבורות יצחק אבינו, און נאך 'מחיה המתים' ווען מ'זאגט נאך א פיוט וואס דאס גייט אויף קדושת ה' דערמאנט מען יעקב אבינו. ס'איז דא א ספר פון הרב יהושע העליר (מח"ס חוסן יהושע א פאפולערער מוסר ספר פאר בחורים, ווי אויך דער וואס האט ארויסגעגעבען דער רוח חיים פון ר' חיים וואלאזינער אויף אבות, מיט אפאר הגהות און הוספות זיינער) וואס הייסט בית תפלה. אמאל פלעגט עס זיין געדרוקט אין איין באנד צוזאמען מיט אנדערע ספרים פונ'ם מחבר און זיין ברודער אויף אגדה און מוסר. אין דער בית תפלה רעדט ער פון א ירושלמי וואס שטעלט צו די י"ח עופות טמאות צו שמו"ע, און ער איז מסביר יעדער עוף פארוואס ס'שטימט מיט יענער ברכה. דארט ברענגט ער דער ענין אז די ערשטע דריי ברכות זענען כנגד די אבות, ווייל אזוי זעט מען אין די פיוטים און ער זאגט שיינער פשטים אין דעם, פארוואס דער נשר איז אזוי ווי אברהם אבינו, דער פרס איז יצחק און דער עזניה איז יעקב. אבער דאס גילט נישט אין אנדערע פיוטים. למשל ביי ד' פרשיות צו יו"ט זעט מען נישט דער זאך אז מ'זאל דערמאנען די אבות דארט, עכ"פ נישט באזונדער אברהם ביי אבות.

אין יענע פיוטים טאקע פון ר"ה יוהכ"פ פעלט גאנצע שטיקלעך. ס'איז דא א זייער פאפולערער סידור, בפרט ביים ישיבישע עולם, וואס ס'הייסט 'סידור ווילנא' (ווען ס'איז ערשט ארויס האב איך עס אנגערופען 'סידור מעזשיבוזש'. פארוואס? דו זאג מיר פארוואס ווילנא, וועל איך דיר זאגען פארוואס מעזשיבוזש!) ארויסגעגעבען דורך א חבורה ירושלימ'ער אידען, ובראשם הרב ישראל מאיר הירש נ"י בנו של מרן הרב משה הירש זצוקללה"ה דער וועלט'ס פארזארגער און דער ר' איצעלע וואלאזהינער מיט הרב שמואל הנגיד און הרב יאסעלמאן פון ראסהיים פון אונזער דור(!). זיי האבען אויך געדרוקט א מחזור לר"ה, אבער ס'איז נישט אזוי פאפולער (איך האב געהערט פאר זיי האבען עס געדרוקט אז זיי האבען געהאט א גרויסע ספק, ווייל דער מנהג פון למנצח פאר תקיעות האט באמת נישט קיין עמטליכע מקור, אבער ווי קענען זיי דרוקען א מחזור אן למנצח? ווען ס'איז ארויס לאור האב איך געקוקט צו זען ווס זיי האבען געטוהן. זיי האבען עס געלייגט אין קליינע אותיות טאקע, כאילו ס'איז עפעס א מנהג וואס אנדערע האבען). דארט האבען זיי א לאנגער הקדמה וועגען פיוטים און דער היתר דערצו, מיט לשונות פון אסאך ראשונים, זייער אינטרעסאנט. עכ"פ אין די פיוטים פון אבות גבורות וקדושת השם טענה'ן זיי אז אין אנהייב האבען די פיוטים געהאט צום סוף א רשימה פון פסוקים וואס אויף זיי איז געבויט געווארען דער פיוט. זיי האבען עס אריינגעדרוקט אין העלער אותיות אז מ'זאל עס קענען ליינען. דאס ווארפט א ליכט אויפ'ן גאנצע פיוט.
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 11:57 am#294758
למעשה ווערען א חכם: פיוטים סליחות קינות און דאס גלייכען
זייער אינטערעסאנט און באלערנד ליטוואק , זיי ממשיך , און אויב דו קענסט שרייב מער איבער די פייטנים און די חילוק צווישען איינעם און דער אנדערערס פיוטים , למשל די חילוקים צווישען הקליר און ר׳ שמעון הגדול , צווישען די ספרדישע און אשכנזישע וכדו׳ ,וואו אויך איבער די כללים וואס דו האסט דערמאנט וואלט איך געוואלט הערן מער , און די בלע״ז אותיות ביטע פארטייטשן ,וואו אויך מראי מקומות פאר די כללים , ישר כח.
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 12:36 pm#294763
איך בין נישט קיין מומחה, איך בין נאר נייגעריק און איך שרייב וואס מיין קאפ האט אריינגענומען במשך מיין יארען עלי אדמות. איך האף דער עולם האט הנאה און איך וועל זוכען אין מיין קאפ צו איך האב נאך זאכען צו זאגען.
אגב, דער גרעסטע מומחה אין אמעריקאנער אידישע היסטוריא איז א איד פרופ. דזשאנאתן סארנא. זיין ווייב הייסט פרופ. רות לאנגערט, און זי איז א פרופעסאר אין פיוטים. זיי זענען משפחה מיינער, אבער איך קען זיי נישט און זיי קענען מיר נישט.
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 3:28 pm#294788
Re: למעשה ווערען א חכם: פיוטים סליחות קינות און דאס גלייכען
דו מיינסט אפשר "אז דער חודש איז מיום ליום און נישט מעת לעת?" ס'איז דאך יא מעת לעת?! מיינסט דאס איז טאקע די תמיהה?
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 4:06 pm#294791
Re: למעשה ווערען א חכם: פיוטים סליחות קינות און דאס גלייכען
ניין, זיין שרעק איז געווען אז ער האט געמיינט אז ס'איז מעת לעת, און דער באשעפער האט איהם בארואיגט אז ס'איז מיום ליום.
לאה ציר ופחד, ותר מעת לעת ספור אחד, וצור פץ לו ויחד, מערב ועד ערב מנות אחד.
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 4:11 pm#294794
ליטוואק, הערליך שיין! ואם יש לך מה להוסיף, תוסיף כהנה וכהנה. וכבר לייקתיך באשכול שלי 'הלכה למעשה'.

איין שאלה: די ווילנא סידור איז נישט אויסגעארבעט ע"פ שיטת הגר"א, און צוליב דעם הייסט עס 'סידור ווילנא'?!
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 4:16 pm#294795
Re: למעשה ווערען א חכם: פיוטים סליחות קינות און דאס גלייכען
אין דער קרובץ לפורים איז דא ביים ברכת המינים אן אריכות אין מחזור כל בו וואס מיר זאגען נישט. ס'הייבט אן נאך אונזערע פיוט מיט'ן ווארט אזרח בט חוץ. ס'איז פון ר' אליעזר הקליר און עס רעדט וועגען גורלות און מזלות און אז אידען ווערען אנדעריש געפיהרט. ס'גייט דורך די קורות בני ישראל ביז צום פורים געשיכטע. ער רעדט אויך ווי די טעג פונ'ם וואך האבען ממליץ געווען פאר די אידען קעגען המן, ווי אויך יעדער חדש, ביז אדר.
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 6:03 pm#294808
ייש"כ ליטוואק, זייער אינטרעסאנט און באלערנד!
א קליינע פראגע נאר, פארוואס טראכסטו אז קענען און לערנען פיוטים איז א ענין למעשה צו ווערן א חכם? ס"ה גיבט עס אריין נאך ידיעות אין היסטאריע און אולי פאעזיע, אבער פון דארט ביז ווערן א חכם?
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 6:04 pm#294809
Re: למעשה ווערען א חכם: פיוטים סליחות קינות און דאס גלייכען
דער סידור ווילנא איז אמאל כשיטת הגר''א און אמאל נישט. ס'איז נישט אייניג. דער נאמען ווילנא איז ווייל מ'נוצט דער ווילנא פאנ''ט!
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 6:22 pm#294813
ליטוואק, דו ביסט גוט, איך האב א שטארקע אינטערעסע אין פיוטים, און כמוך האב איך אויך ליב צו לערנען פיוטים וואס איך זאג און וואס נישט, עס איז זייער אינטרעסאנט און אינפאמאטיוו, און יישר כח פאר דיינע אינטרעסאנטע הערות,
און דא איז די פלאץ צו צוברענגען וואס רש"י אויף איכה זאגט אויפן פסוק וילכו בלא כח לפני רודף
לפני רודף. כל רודף שבמקרא חסר וזה מלא שנרדפו רדיפה שלימה על כן יסד הפייט (בסליחות כמנהג פולין) מלא רודפתי וחסרה שנת גאולי, שנת גאלי באה (ישעיה סג, ד) חסר כתיב :


נאר איין הערה האב איך אזוי ווי שמעקעדיג, וואס האט דאס מיט ווערן א חכם, עס איז זייער אינטרעסאנט טאקע אבער חכם מהיכי תיתי?

בברכת הצלחה להלאה, און א ווארטעניש אויף נאך

געוואלדיג
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 7:26 pm#294824
Re: למעשה ווערען א חכם: פיוטים סליחות קינות און דאס גלייכען
קוק אינ'ם אשכול פון שש משזר. דער יסוד איז אז בילדונג און ברייטקייט, ווייטער ווי דער עק פון די מענטש'ס נאז איז א חלק פון חכמה. יעצט איך קען אביסל פיוט, א צווייטער קען היסטוריא, מנהגים, דקדוק, נ''ך, ליטעראטור, נגינה, ועוד, און יעדער איינער ברענגט זיין וויסענשאפט צום טיש באטייליגען מיט אנדערע ווי מ'קען קוקען טראכטען און צולייגען.
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 7:28 pm#294825
Re: למעשה ווערען א חכם: פיוטים סליחות קינות און דאס גלייכען
רש''י אין פרשת ויצא ברענגט אויך פונ'ם פיוט פונ'ם ערשטן טאג ר''ה
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 7:44 pm#294829
נו ברענג אראפ.
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:43 pm#294845
א עצה פאר איינער וואס האט נישט קיין געדולד צו די פיוטים. וואס קען ער טוהן די צייט.
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:44 pm#294846
חוץ פון ארויס גיין שמיסען.
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 10:17 pm#294853
Re: למעשה ווערען א חכם: פיוטים סליחות קינות און דאס גלייכען
געוואלדיג האט געשריבן:נו ברענג אראפ.

ויזכר אלהים את רחל. זכר לה שמסרה סימניה לאחותה, ושהיתה מצרה שלא תעלה בגורלו של עשו שמא יגרשנה יעקב לפי שאין לה בנים, ואף עשו הרשע כך עלה בלבו כששמע שאין לה בנים. הוא שיסד הפיט (קרובות דר''ה שחרית) האדמון כבט שלא חלה, צבה לקחתה לו ונתבהלה:
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 10:35 pm#294854
Re: למעשה ווערען א חכם: פיוטים סליחות קינות און דאס גלייכען
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:א עצה פאר איינער וואס האט נישט קיין געדולד צו די פיוטים. וואס קען ער טוהן די צייט.

איך קען דיר נישט העלפען. איך האב יא הנאה.
חוץ דעם אין לעיקוואוד זאגט מען נישט יו''ט און ר''ה יוכ''פ אויך גאנץ ווייניג (אחוץ די לאנגע פאר קדושה כאמור), און ד' פרשיות זיצט מען נאך חזרת הש''ץ און מ'כיפערט אלס אין איינעם. בקיצור פונדערווייטענס אן א שעבוד איז לייכט צו רעדען. מיין טאטע זז''ג איז א רב אין א קליין בית המדרש און ער זאגט מיר ער וויל אויפהערען מיט די פיוטים, ווייל אחוץ דער בעל תפלה און איהם זאגט עס קיינער, און דער עולם הייבט אן שמועס'ן און דערנאך שמועס'ט מען דורך הויכע שמו''ע און דערנאך. נאר אזא שאלה קען ער נישט אליינס פסקנ'ען, און נאר א חוץ לארץ'דיגע וואס זאגט אליינס פיוטים קען פארשטייען די שאלה. אין א''י ווי מ'זאגט עס נישט, ווייסט מען נישט וואס מען רעדט.
מאנטאג אוגוסט 10, 2015 11:05 pm#294859
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:א עצה פאר איינער וואס האט נישט קיין געדולד צו די פיוטים. וואס קען ער טוהן די צייט.

יואב:
l viewtopic.php?t=7440&f=13 l
מיטוואך אוגוסט 12, 2015 9:08 am#295108
Re: למעשה ווערען א חכם: פיוטים סליחות קינות און דאס גלייכען
ייש''כ פאר'ן מראה מקום. יענער קען אסאך בעסער ווי מער און ס'איז קלארער ארויס געשריבען. איך בין געווארען עקסטינק''ט
פרייטאג אוגוסט 14, 2015 10:50 am#295769
אז דער עולם וויל קען אריין לייגען א תורה וואס איך האב אויף די שרעק פון משה רבינו, אר ס'איז אביסל לאנג און געבויט אויף ידיעות אין הלכות קידוש החדש. אז מ'בעט וועל איך עס טוהן.

א זאך וואס איך האב באמערקט. אין די יוצרות איז פארהאנען א שטיקל א גאנג. דער פיוט פון יוצר אור איז געווענדליך באזירט אויף בריאת העולם און איהר שייכות צום טאג. למשל אין די פיוטים פון די וואך (שבת ר"ח) הייבט מען אן מיט אילת השחר, אורה בהצחר,ארומם במשחר וכו', וואס דאס גייט דורך בריאת העולם און בריאת המזלות, ביז מ'קומט אן צום מחזור פון די לבנה.
אויך איז מער קבאר אז אייביג אין די יוצר, נאך אפאר שורות, לאזט זיך אויס דער יוצר מיט א 'קדוש', און דא איז עס מאמרי ירצה ושבחי, חלף זבחי, קדוש. איך ווייס נישט פשט, אבער מיט עטליכע יאר צוריק האב איך פערצופאל צוגעהערט צו א טייפ פון הרב יוסף חיים גרינוואלד אויף יוצרות לפרשת פרה און ער זאגט דארט אז די אלע קדוש'ס פון די יוצרות איז וויבאלד מ'זאגט עס צווישען מחיה המתים און קדושה און מ'האט אפגעשטופט קדושה דערפאר, פאר דעם זאכט מען א שטיקל קדושה אין דער מיט. קען זיין אז ביי קדושה דיוצר איז אויך אזוי, איך ווייס נישט.
פרייטאג אוגוסט 14, 2015 1:45 pm#295797
דו ביזט נישט מחויב, אבער איך וואלט הנאה געהאט פון דיין שטיקל תורה, אזויווי כ'האב דערווייל הנאה געהאט פון דעם גאנצן הערליך שיינעם אשכול!

ייש"כ!
פרייטאג אוגוסט 14, 2015 1:51 pm#295799
Re: למעשה ווערען א חכם: פיוטים סליחות קינות און דאס גלייכען
שמעתי אז דאס וואס מזאגט ימלך גו׳ ואתה קדוש גו׳ חי וקים גו׳ איז קעגן קדושה
מיטוואך אוגוסט 26, 2015 9:35 am#297967
ליטוואק, איך מיין אז א יתד איז נישט בלויז דער אות מיטן חטף (אדער שוה), נאר אויך מיטן קומענדיגן אות וואס עס כאפט אריין. צ.ב.ב ביי אדון עולם: "אדון" וואס זיין אלף איז א חטף, כאפט זיך מיט אין איין הברה מיט "דון". עס גייט אזוי:
אדון (חטף-יתד), עו, לם,
אשר (חטף), מ, לך,
בט (שוה), רם, כל,
יצור (שוה), נב, רא.
א.א.וו.

דאס זעלבע איז ביי יגדל:

יִגְ, דַּל, אֱלֹ (חטף)
הִים, חַי, וְיִשְׁ (שוה)
תַּ, בַּח
נִמְ, צָא, וְאֵין (שוה)
עֵת, אֶל, מְצִי (שוה)
אוּ, תוֹ

אֶ, חָד, וְאֵין (שוה)
יָ, חִיד, כְּיִ (שוה)
חוּ, דוֹ
נֶעְ, לָם, וְגַם (שוה)
אֵין, סוֹף, לְאַחְ (שוה)
דּוּ, תוֹ

אזוי איז מיט רוב אור אלטע שירים וואו אלעס איז מיט א געוואלדיגע סעמעטריע
מיטוואך אוגוסט 26, 2015 12:25 pm#297991
יעצט וואס דו שרייבסט דאס, דערמאנט זיך עפעס, אבער איך געדענק נישט צו ס'איז גענוי ווי דו האסט געזאגט, און איך פארשטיי נאך אלס נישט פארוואס ס'זאל זיין אזוי. קענסט אנצייגען א מראה מקום, פון וואנעט וויסטו דאס? איך האב געהערט מיינ'ס מיט צוואנציג יאר צוריק פון א פראנצויזישע יעקישע בחור אין ישיבה, און איך ווייס נישט פון וואנעט ער האט געוואוסט.
מיטוואך אוגוסט 26, 2015 12:46 pm#297994
א שוה אדער חטף איז נישט קיין תנועה, אפילו עס איז א שוה נע און נישט קיין שוה נח, דעריבער וויבאלד מען לייגט נישט דערויף קיין כובד ווערט עס נבלע אין דעם תנועה נאכדעם
מיטוואך אוגוסט 26, 2015 7:37 pm#298047
גם אנשי תנועת ההשכלה ואנשי תחיית הלשון העברית הקלו ראש בסגנונו של הקליר, הבכיר שבפייטני ארץ ישראל. מנדלי מוכר ספרים טבע את הפועל "מתאצקוצצים", על רקע הפיוט שנאמר בשבת זכור שלפני פורים, אץ קוצץ, כדי ללגלג על סגנונם הסתום - בעיניו - של הפייטנים. ביאליק כינה את הסגנון "אבני חצץ של אץ קוצץ".

בעקבות המחקר שהחל במאה ה-19 והתגבר במאה ה-20, בעיקר לאחר גילוי אוצר גדול של פיוטים בגניזת קהיר, התבררו עושרו ומורכבותו של סגנון הפיוט בכלל ושל סגנונו של הקליר בפרט. מילים רבות שנתחדשו בפיוטיהם של הקליר ושל בני דורו נכנסו אל העברית החדשה.


דאס האב איך געטראפן אין וויקיפעדיע איינער קען מיר אפשר ערלערן וואוזוי דורך קהיר׳ע גניזה איז מעו געוואר געווארן די איכות פון פיוטי הקליר.
מיטוואך אוגוסט 26, 2015 8:26 pm#298052
לכאורה גאנץ פשוט, ווי מען טרעפט אלץ מער קען מען ארויס האבן זיין סגנון
מיטוואך אוגוסט 26, 2015 10:34 pm#298063
יטוואק, איך מיין אז א יתד איז נישט בלויז דער אות מיטן חטף (אדער שוה), נאר אויך מיטן קומענדיגן אות וואס עס כאפט אריין. צ.ב.ב ביי אדון עולם: "אדון" וואס זיין אלף איז א חטף, כאפט זיך מיט אין איין הברה מיט "דון". עס גייט אזוי:

א יתד מיינט א תנועה וואס הייבט זיך אהן מיט א שוא , ד.ה. א שוא נע און די תנועה פון נאכדעם, איז סאיז דא פיוטים וואס זענען אויסגעשטעלט געבויט אויפן יתד מיט די נישט יתדים וואס דאס רופט זיך תנועות , ומכאן , יתד ושתי תנועות וכדו' ד.ה. אז דער פיוט הייבט זיך אהן יעדע שורה מיט א יתד ד.ה. א שוא נע און נאכדעם די צוויי תנועות וואס זענען אהן א שוא נע , אדער אהן א שוא אינגאנצען , אדער מיט א שוא נח , אין לשון לימודים פון רמח"ל שרייבט ער קעגן דעם כלל ווייל בשלמא די מספר התנועות דאס איז מנעים די פיוט , אבער די יתד איז אן הגבלה וואס דינט נישט קיין ציל אויך ברענגט ער דארט פון ס' ערוגת הבושם וואס שרייבט אזוי .
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 7:38 am#298100
ירא שמים האט געשריבן:
גם אנשי תנועת ההשכלה ואנשי תחיית הלשון העברית הקלו ראש בסגנונו של הקליר, הבכיר שבפייטני ארץ ישראל. מנדלי מוכר ספרים טבע את הפועל "מתאצקוצצים", על רקע הפיוט שנאמר בשבת זכור שלפני פורים, אץ קוצץ, כדי ללגלג על סגנונם הסתום - בעיניו - של הפייטנים. ביאליק כינה את הסגנון "אבני חצץ של אץ קוצץ".

בעקבות המחקר שהחל במאה ה-19 והתגבר במאה ה-20, בעיקר לאחר גילוי אוצר גדול של פיוטים בגניזת קהיר, התבררו עושרו ומורכבותו של סגנון הפיוט בכלל ושל סגנונו של הקליר בפרט. מילים רבות שנתחדשו בפיוטיהם של הקליר ושל בני דורו נכנסו אל העברית החדשה.


דאס האב איך געטראפן אין וויקיפעדיע איינער קען מיר אפשר ערלערן וואוזוי דורך קהיר׳ע גניזה איז מעו געוואר געווארן די איכות פון פיוטי הקליר.


ס'איז דא אזא אידישע אויסדרוק 'ווי אן ארענדע אין אץ קוצץ'. דאס מיינט איינער וואס קען נישט קיין עברי. דער ארענדע האט געוואוינט אין דארף צו גאר על אם הדרך און ווייניג געוואוסט פון תורה און אידישקייט. אבער אפאר מאל א יאר האט ער געמוזט אריינקומען אין שטאט, ובתוכם שבת זכור ווען ער דארף הערען פרשת זכור. מיט'ן שבת'דיגע דאווענען האט ער אן עצה געגעבען, אבער מיט'ן אץ קוצץ איז ער אינגאנצען פארלארען געגאנגען. (ס'איז איהם ניטאמאל אריין אין קאפ אז ער קען עס אויסלאזען!)

וועגען די מנהגים פון זאגען פיוטים וכדו', עיי' [url=http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?sits=1&req=1096&st=%u05D9%u05D5%u05E6%u05E8%u05D5%u05EA]כאן[/url] ווי ער ברענגט די מנהגים שונים אין דער ענין.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 7:47 am#298101
נאך איין זאך פאר יעצט:
איך האב באמערקט אן אינטרעסאנטע זאך אינ'ם סליחות פונ'ם ערשט'ן טאג (איך בין נישט קיין בעל תפלה וואס דארף זיך צוגרייטען, איך האב דער שטימער פון א פראש). דער פזמון (אגב, ס'איז מערקבאר אז אונזער סליחות סיסטעם קומט אייביג מיט א פזמון צום סוף. אפילו מאנטאג און דאנערשטאג, וואס כפי נוסח אשכנז אין חו"ל זאגט מען ניטאמאל ה' ה', מ"מ ענדיגט זיך ע מיט א פזמון 'ה' אלקי ישראל שוב מחרון אפך', אבער אחינו בני ספרד האבען עס נישט. זיי זאגען, כאמור, יעדער מאנטאג און דאנערשטאג סליחות מיט דריי מאל ה' ה', און אנדערע אפילו פיהר מאל, אבער נישט קיין פזמון. אזוי אויך חדש אלול זאגען זיי עס נישט. ס'איז ווארשיינדליך אן אשכנזיש'ע ערשיינונג.) איז דאך 'במוצאי מנוחה'. דער פזמון גייט על סדר א-ב,

אֶת יְמִין עֹז עוֹרְרָה לַעֲשֹוֹת חָיִל. בְּצֶדֶק נֶעֱקַד וְנִשְׁחַט תְּמוּרוֹ אַיִל. גְנוֹן נָא גִזְעוֹ בְּזַעֲקָתָם בְּעוֹד לָיִל

אבער שפעטער אינ'ם פיוט לאזט מען אויס איין אות:

מָרוֹם אִם עָצְמוּ פִשְׁעֵי קְהָלֶךָ. נָא שַֹגְּבֵם מֵאוֹצָר הַמּוּכָן בִּזְבוּלֶךָ. עָדֶיךָ לָחֹן חִנָּם בָּאִים אֵלֶיךָ.

מ'האט אויסגעלאזט דער סמ"ך. מסתמא ווייסט מען אלע די גמרא אין ברכות (ד:) אמר רבי יוחנן מפני מה לא נאמר נו"ן באשרי מפני שיש בה מפלתן של שונאי ישראל דכתיב נפלה לא תוסיף קום בתולת ישראל במערבא מתרצי לה הכי נפלה ולא תוסיף לנפול עוד קום בתולת ישראל אמר רב נחמן בר יצחק אפילו הכי חזר דוד וסמכן ברוח הקדש שנאמר סומך ה' לכל הנופלים. און דעריבער וועט מען גיכער אויסלאזען דער נו"ן און נישט דער סמ"ך, אבער דא איז פארקערט. מסתמא וועלען די דרוקער'ס מאכען דער 'ש' פון שגבם במקום דער סמ"ך, אזוי ווי מען זעט אין אסאך ערטער אז דער 'ש' נעמט דער פלאץ פונ'ם 'ס', אבער ס'איז למעשה מערקבאר.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 10:37 am#298114
Re: למעשה ווערען א חכם: פיוטים סליחות קינות און דאס גלייכען
די פיוטים פון די תנאים : כמדומה שפיוט האדרת והאמונה נזכר בפרקי היכלות.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 10:57 am#298118
יא, אין פרק כ"ח. אבער ס'איז נישט קלאר אז ס'איז געשריבען אלס פיוט, אפשר מיינט עס נאר א שבח, אדער א לימוד אין חכמת הקבלה. מיר זאגען עס יוכ"פ אלס א פיוט היינטיגע צייטען.
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 11:14 am#298120
דו תגובות וועגן די תולדות הפיוט זענען אפגעטיילט געווארן צו א עקסטערע אשכול,
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 11:23 am#298121
Re: למעשה ווערען א חכם: פיוטים סליחות קינות און דאס גלייכען
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אז דער עולם וויל קען אריין לייגען א תורה וואס איך האב אויף די שרעק פון משה רבינו, אר ס'איז אביסל לאנג און געבויט אויף ידיעות אין הלכות קידוש החדש. אז מ'בעט וועל איך עס טוהן..

נו , ווען שוין ווען ?
דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 11:49 am#298124
נא דיר מיין שטיקעל, אבער איך האב דיר געווארענט, ס'איז אביסל קאמפליצירט, און מ'דארף א ביסל א ידיעה אין הלכות קידוש החדש.
אסאך פרעגען וואס איז פשט אין רש"י אין חומש (שמות יב, ב) הזה - נתקשה משה על מולד הלבנה באיזו שיעור תראה ותהיה ראויה לקדש והראה לו באצבע את הלבנה ברקיע ואמר לו כזה ראה וקדש. וואס איז שווער געווען פאר משה רבינו? ס'איז דאך נישט דא קיין שיעור פון א לבנה, און ווי מ'זעט עפעס א לבנה קען מען מקדש זיין. דער בריסקער רב רעדט פון דעם אין ספר, ווי אויך דער חת"ס אין תשובה (ח"ו סי' ל"ה) און אין תורת משה (חמש כרכים איפ'ן ארט) און דער חזו"א אין הלכות קידוש החדש. אבער איך מיין איך האב א פשט.
דער רמב"ם אין פרק ו' מהל' קידוש החדש איז מסביר אז ס'איז דא צוויי חשבונות פון דער מולד, דער אמצעי און דער אמיתי. דער מולד האמצעי איז באקאנט ביי אונז, וואס דאס איז אז יעדער כ"ט ימים י"ב שעות און תשצ"ג חלקים ווערט א נייע מולד פון דער לבנה. אבער דאס איז נאר אן אמצעי נישט דער מולד האמיתי. דער אמיתי איז מער קאמפליצירט. פארוואס?
דער רמב"ם זאגט (פי"ז הלכ"ג מהל' קידוש החדש) שהירח עקלקלות גדולות יש במעגלותיו ולפיכך אמרו חכמים שמש ידע מבואו ירח לא ידע מבואו ואמרו חכמים פעמים בא בארוכה פעמים בא בקצרה כמו שתראה מחשבונות אלו שפעמים תוסיף ופעמים תגרע עד שתצא קשת הראייה ופעמים תהיה קשת הראייה ארוכה ופעמים קצרה כמו שביארנו ע"כ. דאס הייסט אז דער לבנה גייט נישט גלייך ארום דער ערד, ער גייט שפאצירען אין דערמיט, און די חשבונות פון די מולד האמיתי זענען געבויט אויף די חשבונות פון די עקלקלות.
דער פשט דערצו איז אז דער לבנה געפונט זיך אויף דער דערויסענדיגע שפיץ פון א קרייז און ער האלט זיך אין איינן דרייען ארום דער קרייז. דער קרייז דרייט זיך ארום דער ערד. דעריבער אמאל איז דער לבנה אויפ'ן מערב זייט פונ'ם קרייז בשעת דער מולד, און דעמאלס קומט דער מולד שנעלער (דער לבנה גייט דאך ממערב למזרח) און אמאל איז עס אויפ'ן מזרח זייט פונ'ם קרייז, און דעמאלס איז עס א שפעטערע מולד. כפשוטו מיינט דער אמצעי דער מיטעלסטער חלק צווישען די צווי עקסטרעמען, און דאס איז נאר א חשבון נישט קיין אמת'ער זאך. דער אמת'ער מולד איז ווען די לבנה געפונט זיך אין א פלאץ וואס איז צוועלף גראד פונ'ם זון, און אזוי קען מען עפעס זען אויף דער ערד, און דער לבנה קומט דארט אן ווען די צוויי חשבונות שטימען, ד.ה. דער זיך ארומרינגלען דער ערד ווי אויך אז דער פלאץ אין קרייז זאל שטימען.
האב איך געהערט אז ס'איז דא אין דעם עפעס טיפער. דער לבנה דרייט זיך ארום א קרייז כאמור, דער קרייז האט א מיטעלסטער פונקט וואס פון דעם ווערט דער קרייז געמאכט אזוי ווי יעדער קרייז וואס ס'הייבט אן פון דער מיטען און פון דארט שפרייט עס זיך אויס. דער פונקט דרייט זיך גלייך ארום דער וועלט און ער שלעפט מיט דער גאנצע קרייז. דער מולד האמצעי איז דער מולד פון דער פונקט, ווען דער זון שיינט אויף אט דער פונקט איז עס דער מולד האמצעי.
יעצט ווען מ'טראכט אריין מסברא וואס וואלט געדארפט זיין דער חשבון פון דער נייע חודש, וואלט געווען כפשוטו אז דער מולד האמצעי איז דער עיקר און נישט דער מולד האמיתי. דאס איז ווייל ווען מ'וויל וויסען דער מעגל וואס גייט חודש נאך חודש איז עס דער מעגל פון דער פונקט. דער מקום הלבנה איז נאר א מקרה געשלעפט פון דער פונקט און ער איז דער טפל נישט דער עיקר. למעשה בשעת אז מ'האט מקדש געווען עפ"י ראייה האט מען גענוצט דער חשבון פונ'ם מולד האמיתי נישט דער מולד האמצעי.
דאס איז געווען דער קשיא פון משה רבינו, אז מ'וואלט געדארפ'ט גייען נאכ'ן מולד האמצעי, והראה לו הקב"ה אז מ'דארף זען די לבנה און דער חשבון איז נישט גענוג, און דעריבער קען מען זיך נישט פארלאזען אויפ'ן מולד האמצעי, מ'דארף דער מולד האמיתי.
דער גמרא זאגט אין ר"ה כ: כי סליק רבי זירא שלח להו צריך שיהא לילה ויום מן החדש וזו שאמר אבא אבוה דרבי שמלאי מחשבין את תולדתו נולד קודם חצות בידוע שנראה סמוך לשקיעת החמה לא נולד קודם חצות בידוע שלא נראה סמוך לשקיעת החמה למאי נפקא מינה אמר רב אשי לאכחושי סהדי אמר רבי זירא אמר רב נחמן עשרים וארבעה שעי מכסי סיהרא לדידן שית מעתיקא ותמני סרי מחדתא לדידהו שית מחדתא ותמני סרי מעתיקא למאי נפקא מינה אמר רב אשי לאכחושי סהדי אמר מר צריך שיהא לילה ויום מן החדש מנלן רבי יוחנן אמר מערב עד ערב. דער גמרא איז תלוי אויף א מחלוקת הראשונים. רש"י זאגט א גאר מחודש'דיגער פשט און תוספות דינגט זיך. דער בעל המאור לערנט דער יסוד פון דער קו התאריך דארט אין דער חילוק צווישען לדידן או לדידהו, דאס מיינט מענטשען אין כינ"ע און מענטשען אין א"י. עכ"פ אינ'ם רמב"ם העלפען נישט די אלע פשטים, ווייל דער רמב"ם (פ"ז הל"ב מהל' קידוש החדש) לערנט אז דער הלכה גילט נאר ר"ה און נישט אנדערע ראשי חדשים, און די אלע סברות פאסען פאר יעדען חדש. דער פשט לויט'ן רמב"ם איז כדי דער מולד האמיתי און דער מולד האמצעי זאלען שטימען, האט מען געמאכט געוויסע שינויים אינ'ם לוח אז מ'זאל זיך נישט פארקריכען. וויבאלד זיי קענען פארקריכען ביז פיהר שעה גערוקט, האט מען געמאכט דער חילוק זעקס שעה ווייל חצות איז א נוצליכע צייט. צו דעם וועט מען מיר מוזען גלויבען ווייל איך קען נישט ארויסשרייבען דער גאנצע זאך אויף אידיש יעצט. אז מ'בעט קען איך שיקען וואס איך האב שוין געשריבען אויף לשה"ק דערויף.
יעצט דאס אלס פאסט נאר ווייל מ'האלט צריך שיהיה יום ולילה מן החדש, דהיינו אז דער נייע חדש הייבט אן אין דער טאג, נישט אינ'ם שעה. ממילא קען מען מאכען א תקנה וועלכע טאג זאל זיין דער נייעם חדש, צו נעכטען צו היינט, עפ"י דער מולד פונ'ם לבנה און א מולד זקן איז נדחה. ווען די חדשים וואלטען זיך געטוישט מיט'ן שעה, מאכט עס שוין נישט אויס וואס פאר א צייט דער מולד איז געווען צו מ'קען מקדש זיין יענעם טאג.
דעריבער דער שרעק פון משה רבינו צו דער חדש איז משעה לשעה און נישט מיום ליום איז דער זעלבע ווי דער קושי וואס משה רבינו האט געהאט מיט'ן מולד, און דער פיוט שטימט אינגאנצען. כנלע"ד.
ועיי"ש אין יענער פיוט וועסטו זען אז דער גאנצע זאך איז געווידמעט אויפ'ן נתקשה משה בצורתו של לבנה.

איך האב געמאכט איין גרייז אין דער שטיקל. טאמער מ'מערקט עס מיר אן, וועל איך וויסען אז מ'האט גוט דורכגעליינט!
דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 6:55 pm#299417
איך וויל נאך עפעס באמערקען אין פיוטים און יוצרות.
מיר ווייסען אלע אז ר"ה און יוכ"פ דערמאנט מען נישט קיין פריוואטע צרכים. מ'דאווענט פאר כבוד שמים, מ'דאווענט פאר'ן גאולה השלמה, מ'איז ממליך די אייבישטער און מ'זאגט ווידוי. אבער פאר א גוט יאר בעט מען נישט פאר א גוט יאר (!). און אזוי איז אין שמו"ע און אין מלכיות זכרונות ושופרות, מ'בעט נישט קיין פרנסה קיין געזונט, קיין רפואות און קיין הצלחות. נאר א כלל פון זכרנו בזכרון טוב און מלוך על כל העולם כולו. מיר ווייסען אויך אז אום ראש השנה דערמאנט מען נישט קיין עבירות און מען זאגט נישט קיין וידוי.
אבער אין יוצרות דערמאנט מען עס שוין איין מאל. פון די דאווענען פון ר"ה שחרית אין די פיוטים בעט מען בזכות די אמהות, און מ'זאגט נאך א שטיקל מוסר ביי מוסף ווי מ'דארף תשובה טוהן און זיך היטען פון עבירות און אזוי ווייטער, דאס הייסט אמץ אדירי כל חפץ און מ'געפונט עס דא. און אויך אין אבינו מלכנו, וכהנה וכהנה פאר דער וואס זוכט.
איך קלער אז די פשט איז אז ווען מ'דאווענט שמו"ע איז מען אן עומד לפני המלך, כמבואר בגמ' וברמב"ם. דעמאלס דארף מען זיך היטען, ווייל דאס קענען באגעגענען דער מלך אום ר"ה איז נאר בתנאי אז מ'גייט פאר זיין זאכען, ווייל דאס איז דאך זיין טאג. און טאקע וועגען דעם איז דער עיקר התפלה די ווערטער און די כוונה איז טאקע די שיינקייט פון די ווערטער און די הידור מצוה, אבער דער עיקר איז די ווערטער, וכמבואר בנפה"ח. די ווערטער זענען במקום קרבנות און זיי טוען אויף אזוי ווי קרבנות, דסלקין לעילא און טוהן וואס זיי דארפען טוהן. און די עבודה פון ר"ה איז אט די קרבנות און די הקרבה וואס מ'מאכט מיט די ווערטער. (אגב, מ'זאגט נאך פונ'ם ווילנא גאון אז בזכות דעם וואס מ'דערמאנט טאקע נישט די פריוואטע צרכים, איז מען זוכה דערצו, ווייל בטל רצונך מפני רצונו וכו', וזהו אני לדודי ודודי לי) אבער די פיוטים און סליחות זענען אנדערע סארט תפלות, תפלות פונ'ם הארץ וואס מ'וואלט געזאגט פון זיך, נאר זיי האבען געהאט א בעסערע שפראך. אפשר דעמאלס איז נישט דא די איסור פון דערמאנען פריוואטע זאכען, ווייל מ'איז נישט עומד לפני המלך. מ'זעט אויך די לאנגע תפלה נאך תשליך, וואס עפ"י שו"ע איז דער עיקר מנהג צו גייען אום ר"ה, ווי מ'זאגט אלס וואס מ'דארף. דאס איז אלס, לפי דעתי, ווייל מ'איז נישט עומד לפני המלך דעמאלס, דעריבער האט עס אנדערע געזעצען. דער גאנצע איסור איז נאר ווען מ'איז אריין בקודש פנימה מיט'ן שמו"ע, נישט סתם אזוי.
מ'מערקט טאקע אז די שפראך איז אין גאנצען אנדעריש. מצד אחד זעט מען מער מליצות אין די פיוטים, אבער דער מיעוט המחזיק את המרובה האט עס נישט, דאס אז איין ווארט זאל האבען טיפערע און טיפערע טייטשען, זעט מען נישט אזוי אין יוצרות, און זיכער נישט אין פריוואטע תפלות. למשל ווען מ'זאגט 'ותהי לרצון תמיד עבודת ישראל עמך', ווי מ'דאווענט אז אונזער מצוות, אונזער תפלות, אונזער לימוד התורה און אלעם זאלען אייביג זיין באוויליגט פאר'ן בורא עולם, און ער זאל נאכאנאנד אונז געבען געלעגענהייטען צו היטען מצוות און איהם צו דינען ווי עס דארף צו זיין. דאס איז אלס אין זעקס ווערטער, און ס'ענטהאלט א טיפער רצון אונזער וואס זאגט אונז אז דאס איז אלס עבודה פונקט ווי קרבנות, אז ס'דארף נתקבל ווערען, און נאר ברצות ה' זענען מיר זוכה דערצו. אלס אין זעקס ווערטער. איך זעה נאר אין די תפלות פון די אנשי כנסת הגדולה אט די מעלה. אפי' די תפלות פון מלכיות זכרונות ושופרות האבען נישט די מעלה, הגם ס'איז אויך פון אמוראים פארפאסט, נאר נישט די אנשי כנסת הגדולה. און דאס איז אלס פאר איינער וואס קען נישט קיין חכמת האמת און ווייסט נישט קיין שום סודות וואס ס'ליגט דערין. די אלע תפלות וואס זענען שפעטער געשריבען געווארען, למשל די תפלת השל"ה פון ער"ח סיון, האבען נישט די מועט המחזיק את המרובה.
פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 1:22 am#299479
א שיינער הרגשה.
אה"נ אז די הוספות זכרנו לחיים ובספר חיים..פרנסה טובה זיינען שפעטערדיקע און ניט פון אנשכנה"ג, וואס דערפאר אויב ער האט פארגעסן איז ער ניט חוזר, אבער פארט זאגט מען דאס אין שמונ"ע?
פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 11:40 am#299511
אין אנהייב האב איך דערמאנט דער ספר בית תפלה פון הררב יהושע העליר ווי ער רעדט ארום אלע י"ח ברכות פון שמו"ע און ער איז מסביר וויאזוי זיי זענען מכוון כנגד די טמא'נעם פייגלעך אינ'ם חומש. מ'קען טרעפען די ספר דא, אבער די ערשטע פאר דפים זענען פארשמירט און מ'קען עס נישט ליינען געהעריג. אלס בחור האט יעדער ישיבה דאס געהאט אויפ'ן מוסר פאליצע צוזאמען מיט'ן חוסן יהושע, איך ווייס נישט פון היינטיגע ישיבות, ווי אויך נישט פון חסידיש'ע ישיבות. דארט רעדט ער פון די ערשט דריי ברכות וואס זענן מכוון כנגד די אבות, וכמבואר אין די יוצרות פון ר"ה יוכ"פ אז אין די פיוטים פאר די ברכות, אין אבות דערמאנט מען אברהם און אין גבורות רעדט מען פון יצחק וכו'.
איך באמערק יעצט אז אין די ערשטע טאג פון ר"ה ביי מוסף אין די פיוט נאך מחיה המתים, וואס דאס איז געווידמעט אויף יעקב אבינו, איז למעשה רעדט מען מער פון יוסף הצדיק. ווארשיינדליך איז דער פשט ווייל 'זיו איקוניוי דומין לשל אביו' וכל שאירע ליעקב אירע ליוסף, און דעריבער איז יוסף באמת פונקט ווי יעקב אבינו.
מוצ"ש סעפטעמבער 05, 2015 9:10 pm#299600
Re: למעשה ווערען א חכם: פיוטים סליחות קינות און דאס גלייכען
רוסישער האט געשריבן:א שיינער הרגשה.
אה"נ אז די הוספות זכרנו לחיים ובספר חיים..פרנסה טובה זיינען שפעטערדיקע און ניט פון אנשכנה"ג, וואס דערפאר אויב ער האט פארגעסן איז ער ניט חוזר, אבער פארט זאגט מען דאס אין שמונ"ע?

ווען די פוסקים, ובראשם דער שיבלי הלקט, רעדען פון די היתר צו זאגען יוצרות, איי אין שואלים בג' ברכות הראשונות? ענטפערען זיי מיט א ראיה פון זכרנו לחיים. איז עס א ראיה אז ס'ענדעלט אין יוצרות נישט אין תפלה.
קען זיין.
מוצ"ש סעפטעמבער 05, 2015 9:11 pm#299602
Re: למעשה ווערען א חכם: פיוטים סליחות קינות און דאס גלייכען
וועגען דער נו''ן און סמ''ך ביי סליחות היינט נאכט. איך האב געזען פון ר' פנחס קוריצ'ער א ווערטעל אז מ'האט דערנענטערט דער סמ''ך צום נו''ן אויסצובעטען נסים.
זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 2:16 am#299645
אין מיין סליחות איז געשטאנען סגבם מיט א סמך.
זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 10:55 pm#299810
Re: למעשה ווערען א חכם: פיוטים סליחות קינות און דאס גלייכען
די ספרדים זאגן אויך פיוטים ביים דאווענען ? סדא פיוטים פון ספרדישע פייטנים על סדר התפילה ?

סליחות האבן זיי כמעט נישט , ושמעתי אז פון די חכמי אשכנז איז דא אסאך סליחות ווארום זיי זענען פארפאסט געווארן ביי די פילע צרות וואס זיי זענען אויסגעשטאנען .
מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 11:33 am#312539
איך האב נעכטען געזען אין ספרים געשעפט דער ספר וואס איז געשריבען געווארען מסביר צו זיין די פיוטים און יוצרות וואס ווערען געעוענדליך נישט געזאגט אין רוב בתי מדרשים, נאר אין די יעקיש\אונגארישער, און דער מחבר וויל מחזיר זיין עטרה ליושנה. איך האף אביסל אריינצוקוקען אין די נעקסטע טעג און ברענגען פון זיין חידושים און יסודות.
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:32 pm#314284
(אינטרעסאנט וואס ס'שטייט אין מחזור לר"ה פאר עזרת – אין אומרים זולת בר"ה ולא ביוהכ"פ לפי שאמת ויציב מתוקן כנגד י"ו כפרות שבפרשת י"ה באחרי מות ועתה אנו צריכין כפרה מוטב שנאמר אמת ויציב כהלכתו שהוא כנגגד הכפרות, וואס מיינט עס 'כהלכתו', הייסט באמת ס'איז אזא קולא אז מ'זאגט בכלל פיוטים?!)


איך האב געטראפען אין די ספר דער יישוב דערצו. דער מקור פון די גאנצע זאך איז א לשון פון די ספר חסידים וז"ל

ספר חסידים (מרגליות) סימן רנח

מה שאין אומרים זולת בראש השנה וביוה"כ לפי שאנו צריכים לומר אמת ויציב כהלכתו ויש בו ששה פעמים אמת כנגד ששה פעמים אמת שבבראשית בסוף התיבות כגון ברא אלהים לעשות ברא אלהים את וכיוצא בזה תמצא ששה פעמים אמת רמוז. ובר"ה אומר זה היום תחילת מעשיך הואיל ותחילת מעשיו הוא צריכים אנו לומר ששה פעמים אמת שכתוב בתחילת מעשיו. ואלו היינו אומרים זולת היינו מחסרים פעמים אמת. ואם תאמר יוה"כ אינו תחילת מעשיו, מ"מ תשלומין הוא לר"ה לפי שבינונים תלוים ועומדים עד יוה"כ.


דער נוסח פון זולת וואס ס'טוישט זיך איז אזוי
[img]C:\Users\Admin\Desktop\untitled.jpg[/img]
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 3:52 pm#314301
אין די סליחות לעשרה בטבת איז דא ווארט דעכני, וואס מיינט ער האט מיך אויסגעלאשן, האט איינער שוין באגעגענט אזא ווארט ערגעץ אנדערש ?
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 6:18 pm#314328
Re: למעשה ווערען א חכם: פיוטים סליחות קינות און דאס גלייכען
ImageUploadedByTapatalk1450995488.958049.jpg
דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 2:18 pm#351809
איך האב א פאר הערות פון היי יאר, נאר איך מעג דא נישט טראכטען דערפון. איך וועל אי"ה שפעטער ארויפלייגען, נאר פאר אנדערע וואס האבען וואס מיטצוטיילען נאך ר"ה, ברענג איך ארויף די אשכול.
דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 2:29 pm#351811
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
רוסישער האט געשריבן:א שיינער הרגשה.
אה"נ אז די הוספות זכרנו לחיים ובספר חיים..פרנסה טובה זיינען שפעטערדיקע און ניט פון אנשכנה"ג, וואס דערפאר אויב ער האט פארגעסן איז ער ניט חוזר, אבער פארט זאגט מען דאס אין שמונ"ע?

ווען די פוסקים, ובראשם דער שיבלי הלקט, רעדען פון די היתר צו זאגען יוצרות, איי אין שואלים בג' ברכות הראשונות? ענטפערען זיי מיט א ראיה פון זכרנו לחיים. איז עס א ראיה אז ס'ענדעלט אין יוצרות נישט אין תפלה.
קען זיין.

און ס'איז צרכי הכלל און נישט צרכי הפרט.