Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » נפתלי מאסטער פון יאפפעד אין א ווידיאו מעסעדזש צו אונז

נפתלי מאסטער פון יאפפעד אין א ווידיאו מעסעדזש צו אונז

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
47 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 97 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #9466
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 12:24 pm#296512
נפתלי מאסטער פון יאפפעד אין א ווידיאו מעסעדזש צו אונז
נפתלי מאסטער פון יאפפעד האט ארויסגעגעבן א ווידיאו מעסעדזש צו די חסידישע עלטערען וואס האבן קינדער אין די מוסדות צו מסביר זיין זיינע מאטיווען און ווי אזוי מ'קען אים/אונז העלפען ראטעווען אונזערע קינדער פון די שרעקליכע עדוקעישאן

דינסטאג אוגוסט 18, 2015 12:41 pm#296513
return to sender ;) :arrow:
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 12:58 pm#296515
Re: נפתלי מאסטער פון יאפפעד אין א ווידיאו מעסעדזש צו אונז
ריכטיג, גראדע זאגט ער זייער גוט
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 1:18 pm#296522
איך בין אינגאנצן מיט איהם, ביי 3:43 דערמאנט ער קאווע שטיבל :lol:
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 1:22 pm#296524
ראשעקאל האט געשריבן:ריכטיג, גראדע זאגט ער זייער גוט

זאל ער נאר טוהן גוט אויכעט. רופן די עלטערן וואס האלטן ווי איהם איז איין זאך, אריינמישן די רעגירונג בעפאר וואס וואו ווען איז א צווייטע זאך.
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 1:45 pm#296530
וואס הייסט "אריינמישען די רעגירונג"?? מ'רעדט נישט דא אז די רעגירונג גייט געבן טיקעט'ס און שטראפען פאר די מוסדות, נאר אז זיי גייען זיכער מאכן אז אונזערע קינדער זאלן באקימען א דיסענט עדיאקעישען.

ס'איז אזוי ווי איינער עפענעט א נייע רעסטעראנט און די לאזט וויסן פאר די רעגירונג אז די רעסטעראנט עגזיסטירט ווייל די ווילסט אז די העלט דעפארטמענט זאל זיי וויזיטען פון צייט צו צייט זיכער צו מאכן אז אלעס איז געזונט און ריין. שטעל דיך פאר א רעסטעראנט אין ווילימסבורג האט נישט די "גרעיד לעדער" (A אדער B וכו'') פון די העלט דעפארטמענט ווייל די רעגירונג ווייסט נישט אז דארט איז דא א רעסטעראנט. ווען די מעלדסט פאר די רעגירונג אז דארט איז דא א רעסטעראנט "מסר'סטו" נישט אז זיי זענען נישט געזונט וכו', נאר די בעסטסט די רעגירונג צו מאכן דארט אינספעקשאנס אזוי ווי ביי אלע אנדערע רעסטעראנטס כדי די עסן פון יענע פלאץ זאל נאכקימען די געזונטהייט געזעצען
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 2:01 pm#296535
לדאבוני בין איך נישט אזוי זעכער אז די מיאריטעט פון עלטערן ווילן באמת א גוטן עדיוקעישאן...

דאס איז פראבלעם נומער איינס!!!
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 2:04 pm#296537
נפתלי מאסטער ווידעא האט גראדע געכאפט מיין הארץ! אנשטאט שרייבן ביכער אויף ענגליש און רעדן צו די מידיע רעד ער צו זיינע ברידער אין מאמע לשון!, ס׳קוקט אויס ווי ער מיינט עס ערנסט! איך גיי אריינרופן זיין אפיס און אים געבן א שיינע מטבע! ער פארדינט עס! הלואי זאל ער מצליח זיין! :like
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 2:11 pm#296538
פששש, הייסט ער איז סתם א גוטע אין כזאל עיהם גלייבן בנאמנות ער מיינט מיין טובה.
דא איד וואס ווארט פאר א היטש אדער א איד נויטיגט זיך אין געלט אדער דארף ח״ו פרוטעקציע ביי א שפיטאל בין איך זיכער אז ער לייגט זיך אויך אריין דערין אינגאנצן, הענגט סיינס שיסט קליפס, פשוט ווייל ער מיינט מיין טובה אין כזאל עיהם גלייבן בנאמנות
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 2:14 pm#296539
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:פששש, הייסט ער איז סתם א גוטע אין כזאל עיהם גלייבן בנאמנות ער מיינט מיין טובה.
דא איד וואס ווארט פאר א היטש אדער א איד נויטיגט זיך אין געלט אדער דארף ח״ו פרוטעקציע ביי א שפיטאל בין איך זיכער אז ער לייגט זיך אויך אריין דערין אינגאנצן, הענגט סיינס שיסט קליפס, פשוט ווייל ער מיינט מיין טובה אין כזאל עיהם גלייבן בנאמנות

פששש, הייסט "הצלה" איז סתם א גוטע אין כזאל זיי גלייבן בנאמנות זיי מיינען מיין טובה.
דא איד וואס זיינע קינדער באקומען נישט קיין נארמאלע עדוקעישאן, יונגערלייט האבן נישט קיין פרנסה, אדער א איד נויטיגט זיך אין געלט בין איך זיכער אז ער לייגט זיך אויך אריין דערין אינגאנצן, הענגט סיינס שיסט קליפס, פשוט ווייל ער מיינט מיין טובה אין כזאל עיהם גלייבן בנאמנות
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 2:34 pm#296544
ראשעקאל האט געשריבן:ריכטיג, גראדע זאגט ער זייער גוט

ראשעקאל: ער זאגט טאקע זייער גוט. טעארעטיש. איך בין מסכים מיט איהם 100%. די שאלה איז נאר וואס זיינע מעטאדן זענען. צו איז די ריכטיגע וועג צו גיין צו די רעגירונג און זיך באקלאגן אויף ישיבות...? ס'קען זיין אז אפילו די מוסדות החינוך וואס וואלטן קא-אפערירט מיט איהם האבן זיך צוריקגעצויגן ווייל אין אנהייב איז ער אריינגעקומען זייער שטארק אקעיגן דעם גאנצן סיסטעם פון חינוך. און ס'האט זיך געהערט פארביטערטקייט אין זיינע סטעיטמענטס.
נאר לויט דעם איצטיגן מצב, וואס די סטעיט רעגירונג גייט זיך ערנסט אריינלאזן אין אינוועסטיגעישנס, און ער (נ. מאסטער) וועט אפשר באקומען עפעס א פאזיציע, וועלן די ישיבות זיין געצווינגען צו פארהאנדלען מיט איהם...!
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 2:45 pm#296545
ער האקט אז רוב עלטערן ווילן אזוי. מהיכי תיתי? ווען איז געווען די פאלס? קיינער האט מיר נישט געפרעגט מיין מיינונג.
זאל ער פראבירן צו מאכן א קלאס ביינאכט פאר לימודי חול אזוי ווי עס זענען דא משניות קלאסן און ידיעות קלאסן וועט זיין לימודי חול קלאסן, עמיר זען צו עלטערן ווילן טאקע.
(זאל ער נאר ברענגן א ערליכע טיטשער, ער אליין זאגט און פארשטייט אז מיר גייען עם נישט טראסטן מיט אונזערע קינדער).

וואס איז שוין אזוי שלעכט מיט די היינטיגע סיסטעם אז נאך די חתונה ווען מ'שפירט אז ס'איז צייט זעטצט מען זיך לערנען א האלב יאר א יאר און מ'טרעפט גאנץ פיינע דשאבס.
איך קען פארזענליך אסאך מענשטן וואס זענען געגאנגן אין COPE און זענען זייער מצליח. פון אקאטענטס ביז עלעקטרישן'ס, אלע צופרידן און גליקלך.
אלץ פרנסה אויס איז די מצב נישט אזוי שלעכט אז מ'זאל מוזן טוישן די סיסטעם. אלא מאי אז ער וויל אז די קינדער זאלן אריינפאסן אין יאנקי סטעדיום על דבר זה דוה לבנו. און נצח ישראל לא ישקר.
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 2:58 pm#296551
ירח בן יומו האט געשריבן:זאל ער פראבירן צו מאכן א קלאס ביינאכט פאר לימודי חול אזוי ווי עס זענען דא משניות קלאסן און ידיעות קלאסן וועט זיין לימודי חול קלאסן, עמיר זען צו עלטערן ווילן טאקע.



בכלל נישט דומה. וועלעכע פאראנטווארטליכע מאמע וויל ארויסשיקן א קינד אין די אווענט זיך זעצן לערנען פריש, נאכן פארברענגן איבער צען שעה אין שולע (!) די זעלבע מאמע וויל אפשר אז פיר פין די צען שעה וואס דאס קינד איז ממילא אין שולע זאל זיין געווידמעט פאר לימודי צורך. אפשר. און אפשר נישט. אבער די "מתמידים" טעסט איז נישט קיין הוכחה און ס'איז די שוואכסטע אופן תו קונה זיין א שפראך און לימודים.
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 3:01 pm#296552
Re: נפתלי מאסטער פון יאפפעד אין א ווידיאו מעסעדזש צו אונז
המלוכה והממשלה האט געשריבן:פששש, הייסט "הצלה" איז סתם א גוטע אין כזאל זיי גלייבן בנאמנות זיי מיינען מיין טובה.
דא איד וואס זיינע קינדער באקומען נישט קיין נארמאלע עדוקעישאן, יונגערלייט האבן נישט קיין פרנסה, אדער א איד נויטיגט זיך אין געלט בין איך זיכער אז ער לייגט זיך אויך אריין דערין אינגאנצן, הענגט סיינס שיסט קליפס, פשוט ווייל ער מיינט מיין טובה אין כזאל עיהם גלייבן בנאמנות

יא, א הצלה אינגערמאן איז געווענדליך א גוט הארץ, אין טאמער וועט ער זעהן איינער אין א נויט וועט ער צו לייגן א האנט אפי סאיז נישט קיין קשר מיט הצלה,
די הצלה לייט זענען אין די קאמיוניטי זענען א חלק פון אונזער לעבן, אין גיין בלייבן אין אונזער קאמוניטי,

זיצט דארט א אינגאטש מיט א שיינע בלאנדע טשופיק, האט מיט מיר אדער מיין קאמוניטי זירא, וואלט ״לכאורה״ הנאה געהאט אין מיין מפלה, אבער פלוצלינג דא, א זאך וואס האט מיט עיהם אין מיט זיינע קינדער קיין שום שייכות איז ער געטריי אין וויל פשוט מיין טובה אין מיינע קינדערס טובה ״בנאמנות״
טוע א טובה פרעג אן ביי די אראבער טאמער קומט צו גיין א קריסט אין הייבט זיך אן אריין לייגן אין זייערע פראבלעימן (נאר איין פראבלעים) אין ער האלט זיך נישט קיין קשר צו די קאמיוניטי, טאמער מוואלט עיהם נישט געווארפן בשם ועין,
דא קען א בלינדע זעהן, סאיז דא א עדזעדער, טאמער איז ער סתם א גוטע זאל ער גיין ראטעעוען שווארצע קינדער פון הינגער מיט ביל געיטס
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 3:17 pm#296556
יואליש האט געשריבן:
בכלל נישט דומה. וועלעכע פאראנטווארטליכע מאמע וויל ארויסשיקן א קינד אין די אווענט זיך זעצן לערנען פריש, נאכן פארברענגן איבער צען שעה אין שולע (!) די זעלבע מאמע וויל אפשר אז פיר פין די צען שעה וואס דאס קינד איז ממילא אין שולע זאל זיין געווידמעט פאר לימודי צורך. אפשר. און אפשר נישט. אבער די "מתמידים" טעסט איז נישט קיין הוכחה און ס'איז די שוואכסטע אופן תו קונה זיין א שפראך און לימודים.

פיר אדער פינף שעה לימודי צורך? אר יו סיריעס? 4-5 שעה לימודי צורך? עס איז נישט דא קיין חומר צו לערנען אזויפיל שעות. דיין יונגעלע גייט נישט זיין קיין אטאם סייענטיסט ביי די בר מצוה.
אויף צו לערנען ריכטיג שפראך רעכענן און די וויכטיגע זאכן צו לעבן איז גענוג אסאך ווייניגער. חוץ אויב די כונה איז צו מאכן דיין זון א אמעריקן יענקי באי.
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 3:22 pm#296557
שטילער, ס'אז אביסעלע ווילד אים צו פארגלייכן צו ממש א קריסט ווס. אראבער...

איך וואלט ווען געגאנגן ווייטער, דו און איך און אלע ווייסן מיר זייער קלאר אז איינער וואס שיקט די קינדער אין די מוסדות קען זיך נישט אויפהייבן דעם שטימע און שרייען געוואלד, חוץ טאמער אז יענער איז גרייט אנשטאט זיינע קינדער זאלן לערנען נאך צוויי שעה לימודי חול, זאלן זיינע קינדער א גאנצן טאג לימודי חול, און צוויי שעה פון דזשינגל בעל (אין פאבליק סקול..) העכסטענס ביינאכט קענען זיי גיין צו מתמידים פאר לימודי קודש...

פארשטייסט וואס איך זאג? אודאי קען -ליידער- נאר אזא איינער שרייען און פארפירן. ער דארף נישט פון אונז גארנישט, האט נישט מורא אז מ'וועט טראסקענען זיינע קינדער.

ונניח אז ער האט אן אגענדע, ער איז פארווייטאגט אויף די סיסטעם וואס האט אים אויפגעצויגן, איז וואס?? מוז ער שוין שווייגען??? לאמיר זאגן אז 50% איז היינט שוין האס און נקמה, אבער בלייבט נאך איבער 50% און נישט קיין אומריכטיגע טענות און קלאגן.

דא גראדע וואלט מען געקענט ניצן דעם "קבל האמת ממי שאמרו"!
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 3:26 pm#296559
ירח, וואס וואלט ווען געקענט געשעהן אז אנשטאט לערנען מיט די קינדער הלכות טריפות לערענט מען אביסל מער קאמפיוטערס, ענגליש, רעכענען, ניין, לערן זיי נישט אויס די היסטאריע ווער ס'איז געווען פרעזידענט אין 1991, אבער ס'מינומום וואס ער גייט דארפן נאך די חתונה פארוואס זאלסטו עס אים נישט געבן?

אפגערעדט אויב רעדט מען פון די מיידלעך וואס דארט גייט דאך קיין חיוב פון לימוד התורה בכלל נישט אן, גיי פארשטיי פארוואס זיי האבן "פיינעלס" אויף שמואל ב' און הלכות מליחה??!!!
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 3:34 pm#296560
מר מאסטער מיינט אונזער טובה און ער גייט אפילו מאכן פאנדרעיזערס פאר אלע מוסדות און אלע פרייע אידן גייען געבן אסאך געלט כדי מען זאל קענען באצאלן פאר אלע טיטשערס און די עלטערן וואס ווילן עס אזוי שטארק גייען באצאלן דאפלט שכר לימוד און צום סוף גייען אונזערע קינדער אויסקיקן ווי די הויכגעשעצטע אמעריקאנער היי סקול און קאלעדזש גרעדועטס וואס רובם ככולם זענען גארנישט ווערט מען מוז אימפארטירן די געלערענטע פון טשיינע און אינדיע. ווער עס איז אמאל געווען אין קאלעדזש ווייסט אז א ריזיגער פראצענט פראפעסארן און סטודענטן זענען נישט קיין אמעריקאנער
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 5:09 pm#296572
ירח בן יומו האט געשריבן:ער האקט אז רוב עלטערן ווילן אזוי. מהיכי תיתי? ווען איז געווען די פאלס? קיינער האט מיר נישט געפרעגט מיין מיינונג.
זאל ער פראבירן צו מאכן א קלאס ביינאכט פאר לימודי חול אזוי ווי עס זענען דא משניות קלאסן און ידיעות קלאסן וועט זיין לימודי חול קלאסן, עמיר זען צו עלטערן ווילן טאקע.
(זאל ער נאר ברענגן א ערליכע טיטשער, ער אליין זאגט און פארשטייט אז מיר גייען עם נישט טראסטן מיט אונזערע קינדער).

וואס איז שוין אזוי שלעכט מיט די היינטיגע סיסטעם אז נאך די חתונה ווען מ'שפירט אז ס'איז צייט זעטצט מען זיך לערנען א האלב יאר א יאר און מ'טרעפט גאנץ פיינע דשאבס.
איך קען פארזענליך אסאך מענשטן וואס זענען געגאנגן אין COPE און זענען זייער מצליח. פון אקאטענטס ביז עלעקטרישן'ס, אלע צופרידן און גליקלך.
אלץ פרנסה אויס איז די מצב נישט אזוי שלעכט אז מ'זאל מוזן טוישן די סיסטעם. אלא מאי אז ער וויל אז די קינדער זאלן אריינפאסן אין יאנקי סטעדיום על דבר זה דוה לבנו. און נצח ישראל לא ישקר.

כ'ווייס נישט אויב רוב עלטערן ווילן אזוי, אבער רוב חברה דא אויף קאווע שטיבל ווילן זיכער אזוי. ליין נאר דורך אונזערע טענות אויפן סיסטעם ותמצא נחת. און אויב רוב עולם וויל נאכאלס נישט א טשעינדזש, איז דאס זעלבסט א חורבן און א תוצאה פון אונזער סיסטעם...

קלאסן ביינאכט?! ATUB @יואליש ATUB האט שוין גוט אפגעענטפערט.

וואס איז שלעכט מיט די היינטיגע סיסטעם? וואס נישט. דו זאגסט אז ביז א האלב יאר נאכן חתונה טרעפט מען זיך גוטע דזשאבס. כ'וואלט זיך געשעמט צו זאגן אזעלכע ווערטער. רוב עולם האט נישט קיין גוטע דזשאבס, און זענען נישט מצליח, און זענען נישט גליקליך און צפרידן ווי דו לייגסט עס אראפ. פאר א סיבה זענען אונז די גרעסטע צדקה נעמערס [ליין: סעקשאן 8, פוד סטעמפס, מעדיקעיד, וויק, ועוד] פון שטאט. דו וואוינסט אפשר אין לאס אנדזשעלעס?! ווייל אין די היימישע געגענטער ביזטו קאמפליטלי ראנג.

חוץ מזה, אפילו די וואס זענען יא מצליח, זענען דען מצליח אזויווי חברה ארויס פון קאלידזש? ברענג מיר נישט א ראי' פון די פאר מוצלחים. בדרך כלל, איז נישטא קיין היימישע לויער, דאקטאר, א.א.וו. אזויווי מ'קומט ארויס מיט א דעגרי פון קאלידזש.

אלס פרנסה אליינס איז די מצב ביטער ווי א זית, כ'ווייס נישט אין וועלכע לאנד אדער פלאנעט דו לעבסט. זעט אויס אויפן 'לבנה' [סימן לדבר: ירח בן יומו...]. ווייל ביינונז איז די מצב הפרנסה אין די 'ערד', צרכי ישראל מרובים ואין מושיע לצעקתם.
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:55 pm#296599
די סיבה פארוואס אזוי פיל פון אונזערע, נעמען צדקה פון די רעגירונג איז אינגאנצן נישט ווייל מען קען נישט טרעפן א נארמאלע דזשאב, וואס צו דעם וועט סעקולארע עדקיואציע העלפן, עס איז מער ווייל מען איז אזוי איינגעוואוינט פון יוגנווייז אן, אז וויפיל מען קען נעמען זאל מען נעמען אנשטאט צו זעהן וויפיל מען קען ארבעטן און פארדינען זאל מען טוהן, אויב וויל ער עכט אויפטוהן זאל ער בעסער קאמפיינען צו אויסלערענען אונזערע קינדער אחריות אויף זיך און אויפן לעבן.
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 8:02 pm#296601
Re: נפתלי מאסטער פון יאפפעד אין א ווידיאו מעסעדזש צו אונז
לויערס אקןוינטינג א.ד.ג. גייט מען איןחדר נישט לערנען נאר פשוט ענגליש וואס דעעס לערנט מען שוין יעצט
אינזערע קינדער האלטען נישט דערביי וואס מען לערנט שוין יא.. (זאג וואס האסטו געווארפען אויף דיין טיטשער עפלעך אדער בארען...) אין עכטע לימודים איז נוגע ווען מען איז עלטער אין די יארן פון 51 בין 02 נו ווילען מיר דען אז מזאל דאס לערנען אין ישיבה

איך כאפ נאכנישט וואס ער קען דא אויפטוהן
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 8:44 pm#296611
שש משזר האט געשריבן:חוץ מזה, אפילו די וואס זענען יא מצליח, זענען דען מצליח אזויווי חברה ארויס פון קאלידזש? ברענג מיר נישט א ראי' פון די פאר מוצלחים. בדרך כלל, איז נישטא קיין היימישע לויער, דאקטאר, א.א.וו. אזויווי מ'קומט ארויס מיט א דעגרי פון קאלידזש.

אלס פרנסה אליינס איז די מצב ביטער ווי א זית, כ'ווייס נישט אין וועלכע לאנד אדער פלאנעט דו לעבסט. זעט אויס אויפן 'לבנה' [סימן לדבר: ירח בן יומו...]. ווייל ביינונז איז די מצב הפרנסה אין די 'ערד', צרכי ישראל מרובים ואין מושיע לצעקתם.

די מיינסט אז ביי די גוי וואס האט יא געלערנט מער ענגילש יונגערהייט גייט עם עס אזוי גרינג מיט א דזשאב? איך ווייס נישט אין וועלכע פלאנעט די לעבסט אבער חפון די הויפט דאגות פון אמעריקא איז דזשאבס. איינער וואס האלט (ערענסט) ביים עפעס אויפטוהן מיט א האלב יאר COPE (און אביסל סייעתא דשמיא) איז ער נאך אזא לייט ווי די געלרענטע גוי. די אידישע מארקעט געבט גענעוג און נאך דזאבס וואס דער לימודי חול געבט צו דעם גארנישט צו (מלמדים, חינוך מיוחד, אתרוגים, סת"ם, כשרות, עסען געשפטן וכו'), די אנדערע דשאבס איז מיט אביסל טרעינינג (קאמפיוטער וכו') פאר א היימישע יונגערמאנשטיק אסאך ווייטער ווי יעדער גוי.
אונז לעבען אין דעם טעות אז ביי די גוי איז אלץ פיין נאר אונזערע סיסטים איז נישט גוט. וועק זיך אויף פון די זיסע חלום.
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 12:28 am#296676
א שאד זיך צו טענה'ן אויף פאקטן, אבער כ'וויל נאר וויסן איין זאך: צווישן די אלע וואס טרעפן ענדליך יא א דזשאב, וויפיל מאכן וועכנטליך [די ערשטע פאר יאר] איבער פינף אלפים א חודש?
פליז, רעד מער צום זאך.
דאס אז ער איז נישט קיין קוימען קערער, מאכט אים נאכנישט פאר קיין געלונגענער ארבעטער מיט א שיינע פרנסה. B & H שטעלט נאכאלס אוועק די גרעסטע פרנסה צענטער פאר היימישע אידן, און פאר א [ווייטאגליכע] סיבה.
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 12:41 am#296679
איך האב א ידיד וואס האט געלערנט אין ישיבה, נאך זיין חתונה האט ער זיך צוגעלערנט קאמפיוטער פראגרעמינג, און היינט ארבע ער אין b & h, וואס איז ווייטאגליך מיט דעם?
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 1:04 am#296686
איינער שרייבט דארט ביי די קאמענטס "גייט אייך אינטערזיכן" :lol:
מיטוואך אקטאבער 21, 2015 2:37 pm#305439
אהרן האט געשריבן:
mevakesh האט געשריבן:לדעתי איז קלאר אז עס וועט ארויסקומען גוטס פון דעם און די מוסדות וועלן מער מקפיד זיין נאכצוקומען די שטאטישע סטאנדארטען

הלוואי, אבער ווי אזוי ביסטו אזוי זיכער? ביי אונז קוקט מען אהן די זאכן ווי שעת השמד, און מען איז לוחם עד הסוף, פארוואס פארשטייסטו אז דאס וועט אונטערברעכן דעם קעמל׳ס רוקן?


ווען עס קומט צו געלד איז שוין גארנישט קיין שעת השמד אוואדי וועלן די עסקנים אריינארבעטן אבער ווען עס וועט זיין דערנאך אדער געלד אדער נישט וועט מען זיי אלעס נאכגעבען (און דערנאך ווידער פראבירן אויסצו שפילן די סיסטעם)
מיטוואך אקטאבער 21, 2015 2:43 pm#305441
יהושע חיים האט געשריבן:
אהרן האט געשריבן:
mevakesh האט געשריבן:לדעתי איז קלאר אז עס וועט ארויסקומען גוטס פון דעם און די מוסדות וועלן מער מקפיד זיין נאכצוקומען די שטאטישע סטאנדארטען

הלוואי, אבער ווי אזוי ביסטו אזוי זיכער? ביי אונז קוקט מען אהן די זאכן ווי שעת השמד, און מען איז לוחם עד הסוף, פארוואס פארשטייסטו אז דאס וועט אונטערברעכן דעם קעמל׳ס רוקן?


ווען עס קומט צו געלד איז שוין גארנישט קיין שעת השמד אוואדי וועלן די עסקנים אריינארבעטן אבער ווען עס וועט זיין דערנאך אדער געלד אדער נישט וועט מען זיי אלעס נאכגעבען (און דערנאך ווידער פראבירן אויסצו שפילן די סיסטעם)
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 1:51 pm#305576
אין דער איד, נישט לאנג צוריק:

.
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 3:44 pm#305594
עדיטאריעל פון היינט אין דער איד
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 3:47 pm#305597
Re: נפתלי מאסטער פון יאפפעד אין א ווידיאו מעסעדזש צו אונז
אין סאטמאר איז שנת הקהל אויך אן ארטיקל?! מ'האט זיך געלערנט פון דער חב''דס'קער! ממש הפצת המעיינות!
זונטאג אקטאבער 25, 2015 1:22 pm#306051
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אין סאטמאר איז שנת הקהל אויך אן ארטיקל?! מ'האט זיך געלערנט פון דער חב''דס'קער! ממש הפצת המעיינות!


אקוראשט אראפ געלייגט דעם טרייבל מיט רבי פייוויש שווארץ, און ער האט באשטעטיגט אז הקהל! איז אין סאקמיר אויך געווען אן ארטיקל...
מאנטאג אקטאבער 26, 2015 1:32 pm#306195
א קאמענד וואס איינער האט געשריבן צו א דעילי ניוס ארטיקל וועגן די עדזשוקעישאן ביי חסידים.

What I don't understand is how can it be that so much of NYC is run by these hassidum that seemingly had no secular education?

My landlord in Park slope was a hassid
My mothers landlord in Williamsburg a hassid
My landlord when I lived in Bensonhurst a hassid
Jewelry stores in NYC seem to be full of them
I work in the film industry and find myself surrounded by hassidic employees at the largest photo video store in the city B and H all the time
Granted I am sure many rely on government help, but compared to the non hassidics that have stellar educations these guys seem to just be super successful in disproportionate numbers.
Maybe the city should start teaching whatever these guys learn and throw away the other stuff, kidding obviously but you get my point.
מאנטאג אקטאבער 26, 2015 1:38 pm#306198
עזריאל האט געשריבן:א קאמענד וואס איינער האט געשריבן צו א דעילי ניוס ארטיקל וועגן די עדזשוקעישאן ביי חסידים.

What I don't understand is how can it be that so much of NYC is run by these hassidum that seemingly had no secular education?

My landlord in Park slope was a hassid
My mothers landlord in Williamsburg a hassid
My landlord when I lived in Bensonhurst a hassid
Jewelry stores in NYC seem to be full of them
I work in the film industry and find myself surrounded by hassidic employees at the largest photo video store in the city B and H all the time
Granted I am sure many rely on government help, but compared to the non hassidics that have stellar educations these guys seem to just be super successful in disproportionate numbers.
Maybe the city should start teaching whatever these guys learn and throw away the other stuff, kidding obviously but you get my point.

ער לאזט אויס איין פונקט.
and I am a hassid myself (sic)
....
;)
מאנטאג אקטאבער 26, 2015 1:40 pm#306202
די קאממענט איז געשריבען געווארען דורך א היימישע כולל יונגערמאן
מאנטאג אקטאבער 26, 2015 1:47 pm#306205
הרב_שלום האט געשריבן:די קאממענט איז געשריבען געווארען דורך א היימישע כולל יונגערמאן

הרב שלום: ס'דערקענט זיך. זיין ענגליש שרייבן איז א מער-ווייניגער היימיש/ישיביש'ע פארמאט...! ער נוצט נישט קיין פונטלעך וואו מ'דארף...!
מאנטאג אקטאבער 26, 2015 1:49 pm#306206
אונטערסאנט אז קיינער האט נישט געלייגט דעם ארטיקל

EXCLUSIVE: Yeshiva teacher seen pointing out English test answers to class in video
מאנטאג אקטאבער 26, 2015 1:58 pm#306208
דא האט ראשעקאל
l viewtopic.php?p=306178#p306178 l
זונטאג נאוועמבער 22, 2015 4:29 pm#309895
געפילטע פיש האט געשריבן:ג) דאס אז אונז האמיר ווייניגער ארבייטסלאזער ווי די אלגעמיינע באפעלקערונג מיינט נישט אז מיר שטייען בעסער פינאנציעל. מיר האבן אויך ווייניגער האומלעס, ווייניגער דראג עדיקטס, אבער דאס איז אדאנק די סעיפטי נעטווארק אונזער tight knit community האט אין פלאץ פאר אזעלכע מענטשען, וואס דאס אליינס איז א הערליכע זאך, אבער קען נישט צייגן סוקסעס אויף אונזער עדיוקעישען אדער פינאנציעלע סוקסעס.

גוטע נקודה.

כ'וואלט געגאנגען אסאך ווייטער. אויב א יונגערמאן איז אנגעוויזן אין צדקה איינמאל א וואך, ווי למשל שבת פעקל, דיסקואנטעד שכ"ל (חוץ אויב ס'קומט ווייל זיין טאטע איז איינגעשטעלט וכדומה), עזר למזון, טאטע\שוויגער שיקט אן אנוועלאפ, א.א.וו., איז ער גארנישט קיין קלענערע נעבעך (אפגעריסן בלע"ז) ווי דער גוי'אישע האמלעס. אמת טאקע אז ער האט א רענטעל אפארטמענט, אבער די סיבה איז נאר ווייל ער איז א יוד און די לענדלארד איז אויך א יוד, און ער קען איז נישט ארויסשטעלן אויף די גאס; נישט ווייל ער האט דאס באוויזן.

נאכמער: דער יוד - זאל זיין געזונט, קען האבן חובות צען מאל אזויפיעל ווי דער גוי, נאך פאר ער קוקט אויף זיין רענט ביל. ס'הייסט, דער יוד האט אסאך מער דעפעדענטס - און אויך אסאך מער רעגירונגס הילף - ווי דער גוי.

אע"כ, ווען מיר זעהן א יוד האלט די מצב אין די ראמען, ער האט א דירה און די קינגער זענען אין חדר, קען ער עקאנאמיש זיין completely homeless, נאר זיינע אידישע ברידער האבן בשותפות (וזה לא ידע את זה) אים געהאלטן העכערן וואסער פאר נאך א חודש.
זונטאג נאוועמבער 22, 2015 4:33 pm#309896
קאך_לעפל האט געשריבן:...אבער עס ווערט פארציילט אז איינמאל זענען אריין געקומען די חברי הנהלה פון די צענטעראלע סאטמארע ישיבה צו רבינו הקוה''ט מסאטמאר זי''ע, און זיי האבן געזאגט פארן רבי'ן אז מאנכע אנ''ש שלאגן פאר אז מען זאל אריין נעמען עטליכע בעלי בתים אין די הנהלה רחניות פון די ישיבה. אזוי אז זיי זאלן קענען האלטען א נאנטע אויג אויף די ארבייט און די אקטיוועטען פון די הנהלה רוחניות.
דער רבי זי''ע האט זיי באטראכט מיט זיינע קליגע הייליגע אויגן. און ער האט זיי באלד געפרעגט, "ווער האט פארגעשלאגגען דעם געדאנק? די הנהלה האט דאס פארלאנגט פון די בעלי בתים? אדער פארקערט גאר?
וואו פארשטענדליך האט די הנהלה באלד געכאפט די טיפע פראגע, אין זיי האבן שוין באלד פארשטאנען אז דער געדאנק איז גענצליך אויסגעשלאסען...
...מען דארף לערנען מער ענגליש? מען דארף לערנען בעסער ענגליש? עס איז יתכן! ...
...ווער פארלאנגט דאס יא?
מאנסטאר! וואס ער האט איבערגעלאזט דעם סיסטעם מרצונו, וואס דאס אליינס ווייזט ווי שטארק ער מיינט אונזער טובה!
דבורה פעלדמאן, וואס זי האט ב''ה איבערגעלאזט דעם סיסטעם, וואס דאס אליינס ווייזט ווי שטארק זי מיינט אונזער טובה!
און נאך א גאנצע באנדע פון די אפפאל פון די מענטשהייט...
...טאקע ווייל זיי זענען די וואס ווילן איינפירן די שניים אין אונזערע הייליגע חינוך. טאקע דערפאר דארף מען שטיין פעלזען פעסט, און זיך נישט אוועק רירן פון די הייליגע מסורה וואס איז אוועק געשטעלט געווארן דירך אונזערע הייליגע רבי'ס זי''ע...

בקיצור נמרץ: לא יקבל האמת ממי שאמרו, צוליב א מעשה וואס קען ווען [נישט] געשעהן. מיר וועלן זיך נישט לאזן אוועק רירן פון די הייליגע מסורה וואס איז אוועק געשטעלט געווארן דירך אונזערע הייליגע רבי'ס (נישט) [יא] צו לערנען ענגליש אויף צו קענען.

Got it!
מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 8:15 pm#310326
Re: נפתלי מאסטער פון יאפפעד אין א ווידיאו מעסעדזש צו אונז
m http://www.jdn.co.il/news/596070 m
אסיפת רבנים בענין כשר סוויטש וגזירת החינוך.
פרייטאג יאנואר 15, 2016 3:00 am#317587
אין פרעצעדענטלאזע שריט צו באשיצען מינימאלע רעכטען פון אידישע סטודענטען
בריטישע רעגירונג פארמאכט חרדישע שולע

Charedi Talmud Torah Tashbar: Stamford Hill Jewish school that does not teach English ordered to close
Ofsted inspectors had warned that it was failing to meet the 'minimum' standards required







The school’s failings are spelt out in a series of Ofsted reports (File image) Getty
An orthodox Jewish school which operated illegally for 40 years and does not teach children English has been ordered to shut down.

The Charedi Talmud Torah Tashbar school in Stamford Hill, north London has been ordered to close by the Department for Education next month after Ofsted inspectors warned that it was failing to meet the “minimum” standards required.


Inspectors who investigated the school, which has more than 200 pupils, said that its curriculum, taught in Hebrew, encouraged “cultural and ethnic insularity because it is so narrow and almost exclusively rooted in the study of the Torah”.

The school was found to “severely restrict the spiritual, moral, social and cultural development of pupils” and prevent them from “developing a wider, deeper understanding of different faiths, communities, cultures and lifestyles, including those of England”.

The school’s failings are spelt out in a series of Ofsted reports into the school after it applied to be a private school. The reports between 2012-14 were disclosed under Freedom of Information requests.

According to the reports, the school states that “as a matter of religious principle” it does not allow pupils to learn English, nor provide for any secular education.

Despite the school failing to meet the minimum standards three times, no action has been taken to shut it down and it continues to operate.

Sir Michael Wilshaw, the Chief Inspector of Schools, disclosed in December that Ofsted was considering prosecuting those involved in the running of unregistered Islamic religious schools.

A Government consultation on combating schools which “promote intolerance” will end later this month.

The British Humanist Association, which campaigns for a crackdown on all illegal “faith” schools, welcomed the decision but called on the Education Secretary to move against scores of other schools like it.

“We’re glad that the Government has now moved to shut this particular school down... However, there are clearly many more out there just like it. The situation revealed by these reports is simply outrageous and those in government who have failed to act in the past ought to be ashamed of themselves for standing idly by while thousands of children have their childhoods stolen.

“Every year, every month, every week that these places are allowed to stay open, a huge number of children remain isolated, indoctrinated, and very likely abused, so we will certainly be writing to the Government to ask that action is taken far more swiftly in the case of other schools than it has been here.”

A Department for Education spokesman said: “It is a criminal offence to operate an unregistered independent school. This school’s application for registration has been rejected and on 30 December it was informed of this decision. It has been told to close by 12 February.”

The school was unavailable for comment.

m http://www.independent.co.uk/news/uk/ho ... 13041.html m
פרייטאג יאנואר 15, 2016 11:12 am#317606
איטרעסאנט. דא, פון שעפטל די לעצטע שטיקל.
פרייטאג יאנואר 15, 2016 11:28 am#317607
Re: נפתלי מאסטער פון יאפפעד אין א ווידיאו מעסעדזש צו אונז
וועלכע מוסד רעדט זיך דארט?
פרייטאג יאנואר 15, 2016 11:53 am#317610
ס'הייסט 'תשב"ר' די פרומסטע ת"ת אין לונדון, (איך מיין אז אין מאנסי איז אויך דא א ברענטש פון זיי).
זונטאג יאנואר 31, 2016 4:54 pm#319654
episode of religion& ethics newsweekly on this topic

http://www.pbs.org/video/2365652408/
מאנטאג יוני 08, 2020 4:03 pm#450885
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ר' פייוויש זאל דערלעבן משיח'ן ולאורו יסעו וילכו יעדער וואס וויל הערען דער אמת'ער פארטרעטער פון דער סאטמארער רבי ז''ל.

אותנו עזב לאנחות,
מ'זעמיר טיף אין
מאנטאג יוני 08, 2020 4:40 pm#450895
יא יא, איך האב עס געוואלט פאוסטן. ווער גייט אונז אויסלערנן די אמת'ער שיטה"ק?