Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • זכור ימות עולם (היום יום)

קאווע שטיבל • זכור ימות עולם (היום יום)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
188 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9403
מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:06 pm#313387
ח' טבת
תלמי המלך, בימי חכמי המשנה, האט געצווינגען שבעים זקנים פון כלל ישראל איבערצוטייטשן די תורה הק' אויף לשון יוונית. די וועלט איז דעמאלט פינסטער געווארן אויף דריי טעג פון ח' ביז י' טבת.

ה'תרע"ז: די מנהיגי יהדות החרדית אין ארה"ק טרעפן זיך מיט קארנעל סטארס, דער נייער בריטישער גאווערנאר פון ירושלים עיה"ק, זיך בעטנדיג מען זאל לאזן די ערליכע אידן זיין זעלבסטשטענדיג פון די אויפקומענדיגע ציוניסטישע גרופעס.
מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:09 pm#313389
ט' טבת
לויט חז"ל און שולחן ערוך איז דאס א יום צרה, אבער עס איז נישט מפורש וואס די צרה איז:
ג'ת': לשיטת רמ"א איז אסתר המלכה גענומען געווארן דעם טאג לבית אחשורוש אלס נייע מלכה פון מלכות פרס.
לויט פארשידענע דעות איז אין דעם טאג די יארצייט פון עזרא הסופר און נחמי'.

ה'תר"ה: דער רוסישער צאר גיט ארויס א גזירה אפצושאפן די אויטאריטעט פון אידישע קהלות אין רוסלאנד.

ד'תתכ"ז: א שווערע פאגראם אויף אידן אין גרונדא, שפאניע, וואו פילע אידן זענען אומגעקומען עקד"ה, צווישן זיי רבי יהוסף בן רבי שמואל הנגיד. (וי"א
כ"ט טבת).

ה'תרנ"ה
: משפט דרייפוס: דער אידישער פראנצויזישער ראפיציר אלפרעד דרייפוס ווערט פארשיקט צו לעבנסלענגליכע טורמע אויף אן עלנד אינזל אינמיטן אטלאנטיק (דארט ווי נאפאליאן איז פארשיקט געווארן נאך זיין היסטארישע דורכפאל).

ה'תשס"ז: ביי די צווייטע איראקער מלחמה, איז סאדאם כוסעין שר"י געהאנגען געווארן אויף א תלי', שב"ק פארטאגס אין באגדאד, און זיין דיקטאטורישע רעזשים איז געקומען צו א וויסטע ענדע.
דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 10:21 am#313612
עשרה בטבת
ב'רנ"ה: יעקב אבינו קומט לקבורה אין מערת המכפילה דורך יוסף הצדיק און די שבטים (עפ"י דרשות חת"ס "שקרוב הדבר להיות בי' בטבת").

ג'של"ו: "עשרה בטבת": נבוכדנאצר מלך בבל באלאגערט ירושלים, און עס הייבט זיך אן די תקופה פון חורבן בית ראשון.
עס ווערט געברענגט אז דער חורבן וואלט שוין געדארפט זיין אין י' טבת, נאר דער אייבערשטער האט געווארט ביז זומער (תשעה באב) ווען עס איז ווארימער, אז די פיין זאל נישט זיין אזוי גרויס.

ג'תשכ"ד: מלך הורדוס נעמט איין די שטאט ירושלים בימי בית שני.

ד'תתק"ב: רבינו יהודא הלוי, מגדולי הראשונים, איז אנגעקומען פון שפאניע קיין מצרים, אויפ'ן וועג קיין ארה"ק.

ה'תרצ"ט: נאצי דייטשלאנד שטעלט אריין אין קראפט דעם באפעל "צו עלימינירן אידן פון דייטשן עקאנאמישן לעבן".

ה'תש"ב: ביטערע פאגראמען אין בוקארעסט, רומעניע, אומברענגנדיג איבער דריי טויזנט אידן הי"ד.

ה'תשכ"ו
: ערשטע אידיש קינד ווערט געבוירן אין שפאניע זינט גירוש אין רנ"ב.
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:47 am#314204
י"א טבת
ה'רנ"ב: גירוש שפאניע הייבט זיך אן, כאטש די אולטימאטום איז ביז תשעה באב. הונדערט טויזנט אידן ווערן אין דעם טאג פארטריבן פון סיציליע, שפאניע.

ה'ת"ח: פורים מעזיבוש: ביי די גזירות ת"ח ת"ט זענען די ווילדע קאזאקן אנגעקומען קיין מעזיבוש און געוואלט פלינדערן און אומברענגען ר"ל. א איד מיט'ן נאמען מרדכי, און זיין פרוי אסתר, האבן געראטעוועט די אידן אין שטאט. זינט דעמאלט איז דער טאג געווארן א יום טוב אין שטאט. דער הייליגער אפטער רב זי"ע האט נישט געזאגט תחנון אין דעם טאג, און אזוי איז דער מנהג אפטא וזינקוב. (וי"א י"ב טבת)
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:48 am#314206
י"ב טבת
ד'תקצ"ד: א שרעקליכע ערדציטערניש איז באפאלן ארץ ישראל, מיט פולע פארלוסטן אין נפשות און פארמעגנס.

שעפטל האט געשריבן:ה'ת"ח: פורים מעזיבוש: ביי די גזירות ת"ח ת"ט זענען די ווילדע קאזאקן אנגעקומען קיין מעזיבוש און געוואלט פלינדערן און אומברענגען ר"ל. א איד מיט'ן נאמען מרדכי, און זיין פרוי אסתר, האבן געראטעוועט די אידן אין שטאט. זינט דעמאלט איז דער טאג געווארן א יום טוב אין שטאט. דער הייליגער אפטער רב זי"ע האט נישט געזאגט תחנון אין דעם טאג, און אזוי איז דער מנהג אפטא וזינקוב. (וי"א י"ב טבת)
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:03 am#314484
י"ג טבת
ה'שפ"ז: די גרויסע אידישע דרוק אין אמסטערדאם, האלאנד, גיט ארויס ערשטע ספר, דער סידור.

ה'תקנ"ח: רוסלאנד שטעלט איין ערשטע צענזור אין לאנד, צו צענזורירן אלע אידישע ספרים געדרוקט אין רוסלאנד אדער אימפארטירט פון אויסלאנד.

ה'תרי"ד: די ערשטע קאפיטעל פון גלות אמעריקע ווערט געשלאסן, מיט די פטירה פון ר' יהודא טורא ז"ל, גרינדער פון ערשטע אידישע שוהל אין אמעריקע און ערשטער פילאנטראפ פון אידן אין אמעריקע.

ה'תרכ"ח: רומעניע גיט ארויס גזירה אז אידן טארן נישט זיין קיין דאקטוירים.
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:06 am#314485
י"ד טבת
ד'תתקי"ב: א שליח פון הייליגן שבת איז געקומען אין חלום צום "אבן עזרא" - וועלכער האט דאן געוואוינט אין לאנדאן הבירה - מפרסם צו זיין אז די טאג גייט נאך די נאכט, און שב"ק הייבט זיך אן ביינאכט. דערויף האט דער אבן עזרא געשריבן דעם "אגרת השבת". (ליל שב"ק ויחי, י"ד טבת, ווען דער לוח איז אויסגעפאלן אזוי ווי היי-יאר תשע"ו).

ה'ער"ה: א גזירת גירוש גייט ארויס אויף די אידן אין לאיבאך, א שטאט אין עסטרייך.

ה'תק"א: פורים טאקא-פענסטער: דער פאשא אין חברון האט געהייסן די אידן זאלן אים ברענגען 50 טויזנט גילדן ביז דריי טעג אדער ח"ו אחת דתם. די אידן האבן געפאסט דריי טעג. צום דריטן טאג האט פאסירט א נס אז דער שמש געפינט ביים פענסטער פון שוהל א בערזל מיט די ריזיגע סכום, אזוי זענען אידן ניצול געווארן און עס איז געווארן א יו"ט אין חברון.

ה'תש"ב: דריי שווערע ערדציטערנישן אין איין טאג, אין צפון תימן. פילע אידן זענען ניצול געווארן, אבער עס זענען ליידער אויך געווען פיל אידישע קרבנות.

ה'תשס"ה: א שוידערליכע צונאמי האט באטראפן די לענדער ארום די אינדיאנער אקעאן נאך א שטארקע 9.3 ערדציטערניש אונטער'ן וואסער. די כוואליעס פון די צונאמי האט אומגעברענגט בערך א פערטל מיליאן מענטשן און פארשוועמט הונדערטער שטעט און שטעטלעך אין יענע לענדער.
מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 10:16 am#314866
ט"ז טבת
ה'שצ"ט: פורים באגדאד: דער טערקישער סולטאן מוראד דער 4'טער נעמט איין די הויפטשטאט באגדאד פון די פערסן, צום פרייד פון די אידן אין שטאט, און עס איז פארבליבן א יו"ט ביי די אידן אין באגדאד.

ה'תקמ"ב: קייזער פראנץ יוזעף מעלדט נייע געזעצן צו געבן פולע גלייכבארעכטיגונג פאר אידן אין די עסטרייך-אונגארישע אימפעריע. אבער מיט די "גלייכע רעכטן" איז אויך געקומען די "גלייכע פליכט" צו דינען אין מיליטער. די צוויי זאכן האבן ליידער געפירט צו אסימילאציע, און ביז א גאר קורצע צייט, א יאר צוויי דערויף, האט זיך אנגעהויבן די ערשטע ווינטן פון השכלה אין דייטשלאנד און עסטרייך.

ה'תקמ"ד: פראנקרייך נעמט אראפ די "פאול שטייערן" אין עלזאץ און לארעין, די שטייער וואס די רעגירונג האט פארלאנגט פון אידן ביים איינקויפן פלייש, קליידונג און נאך וויכטיגע ארטיקלען.
דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 10:31 am#315031
י"ז טבת
ה'ק"ג: די איינציגסטע גאנצע פארבליבענע כתב יד פון גאנץ תלמוד בבלי ווערט פארטיג אין מינכן, דייטשלאנד, באקאנט אלס "כתב יד מינכן".

ה'תל"ו: פרינץ פרידריך וויליאם פון בראנדענבורג האט ארויסגעגעבן באפעל צו לאזן אידן וואוינען אין בערלין, דייטשלאנד.

ה'תפ"ח: די קהלה "שארית ישראל" האט געקויפט א שטח אין דאונטאון מאנהעטן צו בויען די ערשטע שוהל אין ניו יארק היסטאריע.

ה'תר"מ: די ערשטע עלעקטרישע לאמפ איז פראדוצירט געווארן דורך עדיסאן, די גרעסטע פון זיינע איבער טויזנט פאטענטן, און דערמיט האט זיך אנגעהויבן די עפאכע פון עלעקטריק באלייכטונג.

ה'תר"מ
: א לענגערע אנאליז אויף די וואקסענע ליכט אינדוסטריע אין אמעריקע פירט אויס אז אידישע אימיגראטן פון פארטוגאל האבן געהאלפן גרינדן די אינדוסטריע דורך זייער ערפארונג אין אהערשטעלן און נוצן וואקסענע ליכט אלע יארן.

ה'תר"מ: מען הייבט אן צו בויען די "פאנאמא קאנאל", צען יאר מיט אפאר וואכן נאכ'ן אנהויבן בויען די "סועז קאנאל" צווישן ים סוף און ים הגדול.

ה'תשס"ב: די "יורא" ווערט אפיציעלע וואלוטע פון די "אי. יו." לענדער, עסטרייך, איטאליע, אירלאנד, בעלגיע, דייטשלאנד, האלאנד, גריכנלאנד, לוקסעמבורג, שפאניע, פארטוגאל, פינלאנד און פראנקרייך.
מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:41 am#315166
י"ח טבת
אין ירושלים איז געווארן א יום טוב בימי חכמי המשנה ווען די פרושים האבן געגרינדעט א בית דין און זיך אפיציעל אפגעטיילט פון די צדוקים. דער בי"ד האט מתקן געווען פילע תקנות "להוציא מלבן של צדוקים".

ד'רכ"ט
: רב הונא מארי בר מר זוטרא, דער ראש הגולה אין בבל, און רב משרשיא בן פקודא, זענען געווארן אומגעברענגט עקד"ה דורך פערסישע דזשאנדארן אין פומפדיתא.

ד'תתקצ"ו: אין שטאט פולדא זענען פיר און דרייסיג אידן הי"ד אומגעקומען עקד"ה, נאך א שווערן בלוט בלבול.

ה'תרמ"ז: אין דעם טאג, וואס איז דעמאלט אויסגעפאלן פרייטאג פר' שמות, לסדר "ויואל משה". איז אראפגעקומען אויף די וועלט די אור בהיר בשחקים, רבן של כל בני הגולה, גאון הדור ותפארתו, מרן רבינו הקדוש רבי יואל מ'סאטמאר זי"ע.
דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 11:13 am#315408
י"ט טבת
ה'שצ"ח: די קירכע אין רעסיף, בראזיל, האט אפגעשלאסן די צוויי אידישע שוהלן אין שטאט.

ה'תקמ"א
: דער בעל "פרי מגדים" ענדיגט שרייבן זיין בארימטן "סדר הנהגות שואל ונשאל" אויף שאלות אין יורה דעה, א לימוד יסוד אין הוראה ביז'ן היינטיגן טאג.

ה'תרנ"ח: די דראמאטישע ארטיקל "איך באשולדיג" (דזשע עקיוז) ווערט פובליצירט אין פראנקרייך, דורך ע. זאלע, צו פארטיידיגן דעם אידישן אפיציר דרייפוס פון די אנטיסעמיטישע שפיאנאזש קלאגעס. עס איז געווען א קריטישער ווענדפונקט אויפ'ן וועג צו באפרייען דעם איד פון די קלאגעס.
דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 2:55 pm#316456
כ"ו טבת
ה'תקנ"ג: פורים טריפאלי - אידן אין טריפאלי, די הויפטשטאט פון ליביע, פייערן די ענדע פון בורגעל פאשא ימ"ש.

ה'קנ"ג: דער גאווערנאר פון מאיארקא, אן אינזל אין ים הגדול וואס האט דעמאלט געהערט פאר'ן קעניג פון אראגאן (און איז קורץ דערנאך אריבער אונטער שפאניע ביז היינט), גיט ארויס א באפעל צו באשיצן די אידן, שרייבנדיג אז "ווער עס וועט פארוואונדן א איד וועט באשטראפט ווערן צום טויט דורך הענגען".

ה'תקס"ח: יחזקאל הארט איז דער ערשטער איד צו ווערן ערוויילט צום קאנאדישן פארלאמענט, אבער ער וויל נישט ווערן איינגעשוואוירן דורך שבועה מיט קריסטליכע ווערטער, און ער גיט אויף זיין היסטארישע ערוויילטע פאזיציע.

ה'תקפ"ו: די אמעריקאנער סטעיט מערילענד פירט דורך די "איד געזעץ" וואס זאגט אז אידן מיט אמונה אין שכר ועונש אין עולם האמת האבן די רעכט צו האלטן רעגירונג פאזיציעס.

ה'תרנ"ג: דער אמעריקאנער פרעזידענט ראטערפארד העיס איז געשטארבן. ער איז געווען דער ערשטער פרעזידענט צו שטעלן א באאמטן אין "אמבאסאדאר" ראנק צו באקעמפן אנטיסעמיטיזם, און ער האט אויך געמוטיגט אידן שומרי תורה ומצוות צו קומען ארבייטן פאר די פעדעראלע רעגירונג און נישט דארפן ארבייטן שב"ק.

ה'תרע"ח: אין פינלאנד גייט אריין אין קראפט דער געזעץ צו געבן אידן אין לאנד פולע בירגער רעכטן.

התשי"ג: דער רוסישער טיראן סטאלין ימ"ש שטעלט צום משפט 9 אידישע דאקטוירים, אויך זיין פערזענליכן לייב דאקטאר דר. מירון וועבסי, פאר אנגעבליך פירן א אידישע קאנספיראציע קעגן סאוויעט רוסלאנד. (שפעטער יענעם יאר איז סטאלין אפגעשטארבן , און די אידישע דאקטוירים זענען באפרייט געווארן).

ה'תשי"ד: אין ציוניסטישן געריכט האט זיך געעפנט דער פראצעס קעגן רודאלף (ישראל) קאסטנער, וועלכער האט אנגעפירט דעם "קאסטנער טראנספארט" פון ארום זעכצן הונדערט אידן זיך צו ראטעווען ביים חורבן אייראפע מאפילה לאור גדול, דערונטער כ"ק מרן רבינו הק' הדברי יואל מסאטמאר זי"ע און נאך פיל גדולי ישראל, בהשתדלות פון ארטאדאקסישע עסקנים און ריזיגע געלטער. הגה"ק רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל זי"ע איז גערופן געווארן אלס עדות, אבער ער האט נישט געוואלט גיין בשו"א וויבאלד ציוניסטישע געריכטן זענען "ערכאות של עכו"ם."
פרייטאג יאנואר 08, 2016 10:48 am#316604
כ"ז טבת
ה'ת"נ: א תענית ציבור ווערט געפראוועט אין שטאט אנצאנא, איטאליע, בעפאר יו"ט צומארגנס, נאך א שווערע ערדציטערניש, וואס האט בדרך נס נישט געשעדיגט קיין שום איד אין שטאט. (וי"א כ' טבת)

ה'ת"ח וי"א ה'ת"ז: דער הייליגער ש"ך ענדיגט שרייבן זיין חיבור "נקודות הכסף", השגות אויפ'ן טורי זהב, שו"ע יורה דעה, נאכדעם וואס דער ש"ך און ט"ז זענען געדרוקט געווארן צוזאמען אין זעלבן יאר.

ה'תט"ז: די לאנד אמעריקע, לאנג בעפאר עס ווערט אפיציעל די פאראייניגטע שטאטן, באקומט צום ערשטן מאל א אידישן דאקטאר.

ה'תרכ"ו: שווייץ באשטעטיגט אפיציעלע בירגער רעכטן פאר אידן אין לאנד, נאך גרויס דרוק פון אמעריקע, ענגלאנד און פראנקרייך וועלכע האבן געווארנט אפצוהאלטן סיי וועלכע אפמאך מיט שווייץ סיידן אלע פריערדיגע אנטיסעמיטישע געזעצן ווערן עלימינירט און אידן באקומען פולקאמע רעכטן.

ה'תרע"ה: דער טשעירמאן פון א גרויסע אידישע ארגאניזאציע אין אמעריקע, באדויערט און באוויינט וויאזוי די אידן אין לאנד, איבערהויפט אין ניו יארק, "טוען נישט אנערקענען די ביטערע לאגע וואס האט באטראפן מיליאנען אידן אין די מזרח ראיאן פון די [ערשטע וועלט] קריג אין אייראפע". (ליידער האבן די זעלבע ארגאניזאציעס, און דעמאלט שוין מיט די ציוניסטישע פירער, גענוצט די זעלבע קאלטע אכזריות קעגן העלפן ראטעווען מיליאנען אידן ביי די צווייטע וועלט מלחמה).

ה'תש"ב: די אמעריקאנער רעגירונג לייגט ארויף א פארבאט צו האנדלען מיט 1,800 פירמעס אין אייראפע וויבאלד זיי זענען אפיליארט מיט נאצי דייטשלאנד אדער זייערע פארבינדעטע.
פרייטאג יאנואר 08, 2016 10:49 am#316605
כ"ח טבת
ג'תר"פ: דער טאג איז געוארן א יום טוב בימי המשנה, ווען רבי שמעון בן שטח האט באזיגט די צדוקים, און די סנהדרין איז פריש באנייט געווארן.

ה'תקכ"ו: די שווייצער רעגירונג האט געשאנקען פרייהייט פאר אידישע בירגער, אויפ'ן דרוק פון אמעריקע צוליב אמעריקאנער אידישע בירגער אין די שווייץ.

ה'תרע"ח: פינלאנד, צום ענדע פון ערשטן וועלט קריג, פירט איין געזעץ אז אידן האבן גלייכבארעכטיגטע רעכטן אלס בירגער אין לאנד.
מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:08 pm#316919
כ"ט טבת
ד'תתכ"ז: רבינו יהוסף בן שמואל הנגיד פון גיראנדא (איידעם פון רבינו נסים גאון, און משנה למלך צום קעניג פון שפאניע) איז אומגעקומען עקד"ה, צוזאמען מיט נאך ארום פופצן הונדערט אידן הי"ד, ווען אראבער האבן דורכגעפירט פאגראמען קעגן אידן אין שפאניע. (וי"א ט' טבת).

ה'ש"ס: א יום שמחה פאר אידן אין וועראנע, פראנקרייך, ווען מען האט געענדיגט בויען די צענטראלע נייע שוהל פון די קהלה אין שטאט, וואס האט דאן פארמאגט 400 אידישע משפחות.

ה'שע"ו
: אידן ווערן צוריק געלאזט אין שטאט ווירמייזא, דייטשלאנד.

ה'תי"ד: רעסיף, בראזיל, ווערט איינגענומען דורך פארטוגאל, און די אפיציעלע אידישע קהלה אין שטאט ווערט אפגעשאפן דורך די נייע הערשער.

ה'תשנ"א: ערב ראש חודש שבט קומט פאר א יום תפילה ביים יהדות החרדית איבער די גאנצע וועלט איבער די בעפארשטייענדע מלחמה פון אמעריקע צו פארטרייבן דעם איראקער הערשער סאדאם כוסעין פון קואוועיט. כוסעין סטראשעט מיט'ן ארגסטן קעגן די אידן אין ארה"ק.
מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:12 pm#316920
ר"ח - א' שבט
ב'תמ"ח: די זיבעטע פון די עשר מכות, ארבה, קומט אן אויף פרעה און די מצריים.

ב'תפ"ח: משה רבינו הייבט אן די מוסר רייד פון "אלה הדברים", משנה תורה, ווי עס שטייט אין פסוק, "הואיל משה באר את התורה" וגו', און ממשיך געווען ביז זיין פטירה ז' אדר.

ה'ת"ז: אין דעם טאג איז רבינו ברכי', פון די בעלי תוספות אין לינקאלן-לאנדאן, ענגלאנד, באפרייט געווארן פון תפיסה נאכ'ן שמאכטן אין טורמע א שטיק צייט איבער א טרויעריגן בלוט בלבול.

ה'ת"ק: די צענטראלע קהלה אין לאנדאן גרינדעט ספעציעלע קהל באשטייערונג פון 2 שילינג אלס "קמחא דפסחא", איינקאסירט אנגעהויבן פון ראש חודש שבט.

ה'ת"ר: דער טערקישער סולטאן אבדול מאדזשיד גיט ארויס אפיציעלע דעקלעראציע צו פארדאמען בלוט בלבולים קעגן אידן, און באפרייט צען אידן וועלכע זענען געווען אין טורמע צוליב די "בלוט בלבול פון דמשק".
דינסטאג יאנואר 12, 2016 11:30 am#317114
ב' שבט
ג'תרפ"ה: ינאי המלך איז געשטארבן, און זיין פרוי, שלומציון המלכה, האט באפרייט די זיבעציג חכמי ישראל וועמען ינאי האט געהאט איינגעשפארט מיט'ן פלאן זיי אומצוברענגען ח"ו.

ה'תקנ"ג: אין רוים זאגט מען "תיקון ליל מוצאי ראש חודש שבט", געהאלטן אלס יום טוב לכבוד די נס הצלה פון די אידן אין שטאט וועמען א צולאזטע גרופע באנדיטן האבן געוואלט אומברענגען. מען צינדט ליכט און מען זינגט שירות ותשבחות.

ה'תרנ"ו: די וועלט איז פינסטער געווארן מיט די סאמע ערשטע ערשיינונג פון די ציוניסטישע פלענער פון הערצל ימ"ש, אין א לאנדאנער אויסגאבע.

ה'תש"ה: רוסישע ארמיי דערגרייכט בודאפעסט, און 120 טויזנט אידן ווערן געראטעוועט. די רוסן דערגרייכן ווארשא, און 200 אידן ווערן געראטעוועט. דער חסיד אומות העולם ראאול וואלענבערג ווערט פארשוואונדן אונטער די רוסישע הענט נאכ'ן ראטעווען טויזנטער אידן. לעצטע "אפעל ציילונג" אין אוישוויץ, מיט ארום 45 טויזנט אידן אינעם ביטערן לאגער און גאנצן ראיאן ארום.

ה'תשנ"א: די ערשטע גאלף מלחמה קעגן איראק האט זיך אפיציעל אנגעהויבן, דורך אמעריקע און צענדליגער אליאירטע לענדער. סאדאם כוסעין ווארנט מיט סקאד מיסילס אויף ארה"ק, און שיסט עווענטועל 39 שטיק, אבער מיט וואונדערליכע השגחה פרטית האט עס נאר געברענגט קליינע שאדן.
מיטוואך יאנואר 13, 2016 5:47 pm#317326
ג' שבט
ה'תרצ"ג: דער צורר היהודים היטלער ימ"ש איז געווארן טשענסלאר פון דייטשלאנד.

ה'תשנ"א
: אין צווייטן טאג פון די איראקער מלחמה האט סאדאם כוסעין געשאסן 8 "סקאד" מיסילס אויף אידן אין ארצינו הק', אבער נאר מיט קליינע שאדן פון פאניק און צובראכענע גלאז.
דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 6:00 pm#317512
ד' שבט
ה'תק"ד: "פורים סאטיסלעוו," לזכר צום גרויסן נס אז די אידן זענען ניצול געווארן פון א געפלאנטע פאגראם דורך די קאזאקן, איז באשטימט געווארן א יו"ט אין שטאט.

ה'תרנ"א: א שיף מיט פינעף הונדערט אידישע מענער, פרויען און קינדער, פליטים פון שווערע אומרוען אין רוסלאנד, קומט אן קיין דאווער, ענגלאנד.

ה'תר"כ
: די אידישע קהלה אין קינגסטאן, אין לאטיין-אמעריקאנער לענדל דזשאמעיקא, וואס באשטייט מערסטנס פון ארימע אידן, האבן צוזאמגעשטעלט און אפגעשיקט א גרויסע סומע געלט צו העלפן געפלאגטע אידן אין מאראקא.
פרייטאג יאנואר 15, 2016 10:59 am#317604
ה' שבט
ב'הל"ב: דער טאג איז א תענית, ווייל אין דעם טאג זענען נפטר געווארן די לעצטע זקנים נאך די צייטן פון יהושע בן נון, און עס האט זיך געשלאסן די תקופה פון די זקנים (אבות א'א') [וי"א ח' שבט].

ה'ת"ק: די אידן פון סיציליע און נעפאל זענען געלאדנט געווארן דורך דעם ארטיגן הערשער צוריק צו קומען, נאכ'ן ווערן פארטריבן ווערן פון דארט יארן פריער.

ה'תקנ"ט: דער פראנצויזישער קייזער נאפאליאן, אויפ'ן וועג איינצונעמען ארץ ישראל, קומט שוין אן צום גרעניץ פון לאנד ביי עזה און יפו. (ער איז אנגעקומען ביז עכו, וואס ער האט באלאגערט אפאר חדשים, אבער האט עס נישט געקענט אייננעמען. ער איז צוריק קיין מצרים, וואו זיין מיליטער האט צוביסלעך געליטן מער און מער מפלות).

ה'תרנ"ב או תרס"ב: אין דעם טאג האט רוסלאנד פארשלאסן די בארימטע וואלאזשינער ישיבה פונעם נצי"ב זי"ע, נאכדעם וואס די רוסישע הערשער האבן געוואלט צווינגען צו לערנען מיט די בחורים לימודי חול והשכלה, און דער גאון האט געזאגט אז ווי איידער צו לערנען די טריפה'נע לימודים איז ענדערש צו פארמאכן די ישיבה.
פרייטאג יאנואר 15, 2016 11:00 am#317605
ו' שבט
ה'קנ"ג: דער גאווערנאר פון מאיארקא, אן אינזל אין ים הגדול וואס האט דעמאלט געהערט פאר'ן קעניג פון אראגאן (און איז קורץ דערנאך אריבער אונטער שפאניע ביז היינט), גיט ארויס א באפעל צו באשיצן די אידן, שרייבנדיג אז "ווער עס וועט פארוואונדן א איד וועט באשטראפט ווערן צום טויט דורך הענגען". [וי"א כ"ו טבת או ז' שבט].

ה'תשס"ט: אויסטראליע, וואו שבט איז דער הויכפונקט פון זומער, איז באפאלן געווארן מיט היץ פון 109 דעגרי, די הייסטע אין איבער הונדערט יאר, בשעת כמעט גאנץ אייראפע האט באקומען א רעקארד הויכע שניי.
מאנטאג יאנואר 18, 2016 4:53 pm#317917
ח' שבט
ב'הל"ב: דער טאג איז א תענית, ווייל אין דעם טאג זענען נפטר געווארן די לעצטע זקנים נאך די צייטן פון יהושע בן נון, און עס האט זיך געשלאסן די תקופה פון די זקנים (אבות א'א') [וי"א ה' שבט]

ה'תי"ד: פארטוגאל כאפט צוריק פערו און בראזיל פון האלאנדישע קאנטראל, פירנדיג א געשאצטע פינעף טויזנט אידן, וואס האבן געהאלטן מיט האלאנד, צו אנטלויפן צוריק קיין אייראפע. הונדערטער זענען אנטלאפן קיין צפון אמעריקע, און 23 זענען עווענטועל אנגעקומען קיין "ניי אמסטערדאם", היינט באקאנט אלס "ניו יארק", די ערשטע קערנדל פון אידישקייט אין די פאראייניגטע שטאטן.

ה'תרנ"ח: א קאמיטע ווערט געגרינדעט צו בויען א נייע אידישע שפיטאל אין ברוקלין (שפעטער "קינגסברוק דזשואיש"). ביים ערשטן מיטינג ווערן דערמאנט פיר פאסיגע שטחים אוואו צו בויען דעם שפיטאל.

ה'תרע"ב: דער אמעריקאנער פרעזידענט וויליאם טאפט באטייליגט זיך ביי א דינער צו פינאנצירן א אידישע נוירסינג האום אין ניו יארק. צווישן 12 און 15 טויזנט אידן האבן אפגעווארט דעם פרעזידענט, וועלכער האט געלויבט "די אידישע מדה פון צדקה וחסד".

ה'תרפ"ד: ארטאדאקסישע עסקנים אין פראנקפורט ד'מיין אפעלירן צו רבנים און שתדלים אין לאנד און ארום די אידישע וועלט, צו פארלאנגען די "ליג אוו נעישאנס" (פארגייער פון די "יו. ען.") מען זאל נישט באשטעטיגן די פלאן צו מאכן די "יאנואר 1 למספרם נייע יאר" שטענדיג אויף א זונטאג. דער פלאן איז געווען געצילט צו האבן די גויאישע פייערונגען נישט אין צייט פון ביזנעס, און אלץ אויפ'ן זעלבן טאג. אבער אידן האבן מורא געהאט אז יעדע 3 יאר וועט מען דארפן מאכן איין וואך 8 טעג, און איינמאל אין פיר יאר צוויי וואכן פון 8 טעג. וואס מיינט, אז די עכטע 7- טעג וואך (פון ששת ימי בראשית) וועט פארמישט ווערן אויפ'ן גויאישן קאלענדער און געוויסע אידן וועלן פארגעסן ווען עס קומט אויס שבת קודש. דער פלאן איז טאקע נישט צושטאנד געקומען.
דינסטאג יאנואר 19, 2016 2:11 pm#318079
ט' שבט
ה'תקמ"ח: דער ערשטער שיף טראנספארט פון בריטישע ארעסטאנטן קומט אן קיין סידני, אויסטראליע, וואס די בריטישע אימפעריע האט געגרינדעט אלס תפיסה קאלאניע. צווישן די ארעסטאנטן זענען דא זעכצן אידן, דערונטער א יונג קינד וואס איז באשולדיגט געוווארן מיט "גנב'נען א שטיקל וואל". [וי"א י"ח שבט].

ה'תרצ"ה: אין ליכט פון נייע באריכטן איבער שווערע אנטיסעמיטישע ווינטן און אטאקעס אין עסטרייך, האבן ארטיגע רעגירונג באאמטע אנגעהויבן צו לייגן גרויס דרוק אויף אידן אין לאנד צו שיקן טעלעגראם איבער די וועלט אז די באריכטן זענען פאלש. די רעגירונג האט אויך געווארנט אז צייטונגען וואס וועלן דרוקן אזעלכע 'פאלשע באריכטן' וועלן ווערן אומלעגאל אין עסטרייך.
מיטוואך יאנואר 20, 2016 6:44 pm#318255
י' שבט
ה'שס"ו: דער גאווערנאר פון פארטא ריקא שרייבט אין א באריכט אז א פינפטל פון די באפעלקערונג זענען "ווייסע פארטוגעזן", א באהאלטענע אויסדרוק צו באדייטן אידן וואס זענען אנטלאפן פון די אינקוויזיציע אין פארטוגאל.

ה'תרס"ד: די בריטישע רעגירונג שיקט א טעלעגראם צו הערצל ימ"ש צו פארהאנדלען איבער זיינע ציוניסטישע מדינה פלענער, באזירט אויף א "אידישע היימלאנד" אין נאנדי, אן ארימע טעריטאריע אין קעניע, אפריקע.
דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 12:58 pm#318374
י"א שבט
ה'רע"א: איבער הונדערט פופציג יאר נאך די בלוט בלבול אויף אידן אין קאלמאר, דעמאלט אין דייטשלאנד, האט קייזער מאקסימיליאן געגעבן ערלויבעניש צו אויסרופן א גירוש אויף אלע אידן אין שטאט. (נאך גרויס השתדלות דורכ'ן שתדלן המפורסם ר' יוסלמאן ז"ל פון רוסהיים איז די גזירה געווען אפגעלייגט אויף צוויי יאר).

ה'שס"א
: אומצאליגע אידישע ספרים און כתבי ידות ווערן פארברענט אין רוים.

ה'תנ"ה: די טערקיש-אטאמאן אימפעריע באקומט א נייעם סולטאן, מוסטאפא דער 2'טער. אין זיינע 8 יאר אויפ'ן טראן איז ער געווען פריינדליך צו אידן. ער האט איינגענומען בעלגראד (אין יוגאסלאוויע, ווי ווייט די אימפעריע האט זיך געצויגן!) און צוריק געלאזט די אידן נאך א פריערדיגן גירוש. ער האט אויך באשטימט פיר אידישע דאקטוירים צו זיין ביי אים אין פאלאץ.

ה'תשי"ג
: טויזנטער אידן אין בערלין, מזרח דייטשלאנד, אנטלויפן צו מערב דייטשלאנד, צוליב אבלאוועס פון די געהיימע "שטאטס פאליציי" פון די קאמוניסטישע מזרח דייטשלאנד, פירנדיג צום כמעט-טאטאלן אונטערגאנג פון די אידישע קהלה אין מזרח דייטשלאנד. (אכט יאר שפעטער, אין תשכ"א, איז געבויט געווארן די "בערלינער וואנט" אינמיטן בערלין, וואס האט אנגעהאלטן ביז נאכ'ן צוזאמפאל פון קאמוניזם אין תשמ"ט).
פרייטאג יאנואר 22, 2016 10:36 am#318506
י"ב שבט
ה'רנ"ו: גירוש פארטוגאל - דער קעניג מאנועל פון פארטוגאל האט געוואלט אריינקומען אין די פאמיליע פון שפאנישן קעניג פערדינאנד, האט זיך דער לעצטער אויסגענומען אז פארטוגאל מוז זיך אנשליסן מיט שפאניע צו צווינגען די אידן צו שמד ר"ל אדער פארטריבן ווערן. מאנועל האט עס אנגענומען און אין דעם טאג ארויסגעגעבן די ביטערע גזירה, מיט צייט פון 11 חדשים ביז'ן גירוש. רוב פון די אידן אין פארטוגאל זענען געווען פליטים פון גירוש שפאניע פינעף יאר בעפאר. [וי"א כ"ג טבת].

ה'תק"נ
: די פראנצויזישע רעגירונג גיט פולע בירגערשאפט פאר די אידן אין בארדאו.

ה'תקס"ט: אין פרעשבורג האט פאסירט א שווערע פארפלייצונג ביים ארטיגן בית החיים. די שטורמישע וואסערן האבן צובראכן מצבות און געשעדיגט צענדליגער קברים.

ה'תרס"א
: א הספד לכבוד המלכות איז פארגעקומען אין די "חורבה שוהל" אין ירושלים עיה"ק, מיט די באטייליגונג פון גדולי ישראל, צו באעהרן די פארשטארבענע קעניגין פון די בריטישע מלוכה, וואס האט דאן געהערשט אויף ארה"ק. עס איז געווען אזא עולם אז מען האט געדארפט רופן פאליציי צו האלטן קאנטראל.
פרייטאג יאנואר 22, 2016 10:43 am#318507
י"ג שבט
ה'קע"ט: ביים "הונדערט יאר מלחמה" צווישן ענגלאנד און פראנקרייך, איז אין דעם טאג געלונגען פאר'ן בריטישן קעניג הענרי דער 5'טער איינצונעמען נארמאנדי (דאן א קליינע מלוכה, שפעטער טייל פון פראנקרייך). מיט דעם זיג זענען אידן געווארן צוריק אריינגעלאזט אין נארמאנדי די ערשטע מאל זינט די גירוש פון ה'נ'. אידן האבן שוין געוואוינט אין נארמאנדי זינט ווייניגסטנס ד'תשס"ז, אבער מעגליך נאך פריער.

ה'תש"ה
: די רוסישע ארמיי איז אנגעקומען אין "אוישוויץ" און "בירקענאו", און ארום זיבן טויזנט פארבליבענע אידן דארט זענען באפרייט געווארן מאפילה לאורה. [וי"א י"ב שבט].

ה'תשי"ג: ארגענטינע פרעזידענט וואן פעראן דערקלערט, אז אידישע פליטים וואס ווילן פארלאזן רוסלאנד, אדער סיי וועלכע לאנד אונטער סאוויעט רוסלאנד, ווערן באקוועם אריינגעלאזט אין לאנד.

ה'תשס"ג: די ספעיס שאטל "קאלאמביע" פליט ארויס צום אינטערנאציאנעלן ספעיס סטאנציע, מיט זיבן אסטראנאטן (איין איד צווישן זיי [הערת שעפטל: אילן רמון]). צוויי וואכן שפעטער, ביים צוריק קומען, האט דער שאטל עקספלאדירט אין די לופטן, אומברענגנדיג אלע זיבן אסטראנאטן. ביים ארויפפליען איז אראפגעפאלן א שטיקל פאום, און ביים צוריק קומען האט דאס ערלויבט שעדליכע גאז אריינצוגיין אינווייניג און פאטאל שעדיגן די שאטל.
מאנטאג יאנואר 25, 2016 11:13 am#318881
י"ד שבט
ה'תק"נ: פראנקרייך גיט אפיציעלע בירגערשאפט פאר אידן וואס שטאמען פון פארטוגאל און אוויגנאן, און א יאר שפעטער פאר אידן פון עלזאץ.

ה'תצ"ח: דער גביר און שתדלן ר' יוסף בן ר' ישכר זיסקינד אפענהיימער הי"ד, אויך גערופן אין היסטאריע יוסף זיס, איז אומגעקומען עקד"ה אין וויען, נאך א לאנגע קאריערע פון פינאנצירן די מלכים ושרים פון עסטרייך און ארומיגע לענדער. ער איז ארעסטירט געווארן ראש השנה תצ"ח. במשך זיין שמאכטן אין טורמע חדשים לאנג האט ער פארברענגט מיט תשובה, תעניתים און סיגופים. ביים ווערן ארויסגעפירט צו די תלי' האט ער געבעטן דעם אידישן רב מפרסם צו זיין אז ער האט תשובה געטאן און מקדש געווען שם שמים מיט מסי"נ ממש, און ער האט איבערגעלאזט רוב פון זיין פארמעגן פאר תלמוד תורה'ס. ער האט אפגעווארפן אלע פרואווען פון די גלחים אים איבערצורעדן צו שמד ח"ו, און מיט א מעכטיגע אויסגעשריי פון "שמע ישראל" אויף די ליפן יצאה נשמתו בקדושה ובטהרה.

ה'תרצ"ד: אין מאנטיפיורי שפיטאל אין די בראנקס ווערט אפגעצייכנט די באהאנדלונג פונעם עלטסטן פאציענט אין שפיטאל'ס היסטאריע ביז דאן, דער איד משה מענדל פען, אין עלטער פון 109 יאר. ער האלט זיך אינמיטן ערהוילן פון א סטראוק אכט חדשים פריער.

ה'תשע"א
: די ראשי הקהלה פון די אידישע געמיינדע אין טוניזיע פארלאזן דאס לאנד צוליב די שווערע אומרוען. דאס איז געווען די אריגינעלע אנהויב פון די "אראבישע פרילינג" אויפשטאנד וואס האט איבערגעדרייט פילע מדינות אין אפריקא און מיטל מזרח, פירנדיג צו כאאס אין ליביע, עגיפטן, סיריע, אא"וו, און דער מצב איז נאך אלץ כאאטיש פון דעם ביז'ן היינטיגן טאג.
מאנטאג יאנואר 25, 2016 11:18 am#318882
חמשה עשר בשבט
ה'רנ"ב: די אידישע שאנצינא דרוק אין איטאליע גיט ארויס די ערשטע דרוק פון חמשה חומשי תורה מיט חמש מגילות און אלע הפטורות.

ה'תק"ט: די הערשער אין סיציליע רופן צוריק די אידן אין שטאט אריין, דריי הונדערט יאר נאך א גזירת גירוש. די עקאנאמישע מצב אין לאנד איז געווארן אזוי שווער, אז די הערשער האבן באשלאסן צו רופן די אידן צו ראטעווען דעם מצב.

ה'תקנ"ג: אין דעם טאג איז דער בארימטער גר צדק ישראל בן אברהם גארדאן (פריער א בריטישער "הער" און "אדעלמאן") געווארן צוריק געפירט אין טורמע (אין די "לאנדאן טאוער"), נאך א געריכט פארהער איבער זיין פארטיידיגונג, וויבאלד ער האט נאר געוואלט נעמען עדות אידן שומתומ"צ, און דער געריכט האט נישט אנערקענט אידן פאר לעגאלע עדות.
ער איז ארעסטירט געווארן פאר פראטעסטן קעגן די בריטישע הערשער יענע צייט. נאך זיין גיור, און מילה כהלכה, האט ער מקדש געווען שם שמים ברבים מיט מסי"נ ממש. ער האט געבעטן און באקומען כשר'ע עסן, אפילו וויין און חלות אויף שב"ק און יו"ט. ער האט געלייגט א מזוזה אויף זיין טורמע צעל, און געהאט דארט מנין יעדן שב"ק. זייענדיג א פאפולערער מענטש איבער'ן לאנד האט ער געהאט פילע גויאישע באזוכער אין טורמע, אבער ער האט געבעטן די וועכטער אז אידן זאל מען נאר אריינלאזן צו אים אויב זיי האבן בארד, פיאות און יארמולקע! נאך זיין 5 יאר טערמין האט ער געקענט באפרייט ווערן, אבער נאר מיט עדות אויף זיין אומשולד, און כנ"ל האט ער נאר געוואלט נעמען ערליכע אידן אלס עדות. אויך האט ער נישט געוואלט אויסטאן זיין יארמולקע אין געריכט, און ווען מ'האט עס גענומען מיט די געוואלד האט ער אנגעבינדן א טיכל אויף זיין קאפ. ער איז נפטר געווארן אין טורמע כמעט א יאר שפעטער, ז"ך חשון, תקנ"ד.

ה'תרי"א
: אין קאיאגא קאונטי, אפסטעיט ניו יארק, האט א ריכטער פאראורטיילט דזשאן באהאם צו טויט שטראף דורך א תלי', פאר'ן אומברענגען, צוזאמען מיט צוויי ברידער, דעם אידישן סוחר נתן אדלער הי"ד אין סיראקיוז.
דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:55 am#319001
ט"ז שבט
ה'רל"ח: די "וואשינגטאן הגדה" איז פארטיג געווארן אין דעם טאג, געשריבן און אילוסטרירט דורך יואל בן שמעון, אויך גערופן פייבוש אשכנזי פון באן. עס איז איינע פון די שענסטע הגדות אין היסטאריע. ער האט געשריבן עלף באזונדערע הגדות מיט זיין כתב יד און הערליכע אילוסטראציעס, וואס זענען צושפרייט איבער די וועלט. איינס דערפון הייסט די "וואשינגטאן הגדה" ווייל עס ליגט אין לייברערי אוו קאנגרעס, אין וואשינגטאן הבירה. [וי"א כ"ה שבט].

ה'תצ"ג: ער קעניג פון פוילן, אוגוסטוס דער צווייטער, איז געשטארבן. ער איז געווען רעלאטיוו פריינטליך צו אידן וויבאלד ער איז אנגעקומען צו די כסא מלוכה דורך די אינטערווענץ פונעם בארימטן שתדלן, גביר און מקורב למלכות ר' בעריש לעהמאן ז"ל. (דער קעניג איז אויך געהאלפן געווארן דורך פעלדמארשאל היינריך גראף וואן פלעמינג...
יא, די "מעשה" איז אביסל אמת, כאטש צוגעלייגט אסאך זאלץ און פעפער).

ה'תשכ"ה: דער פירער פראנקא פון שפאניע טרעפט זיך מיט אידישע פארשטייער איבער נייע צוקונפט פון אידן אין לאנד, די ערשטע אזא באגעגעניש זינט גירוש שפאניע.
מיטוואך יאנואר 27, 2016 3:14 pm#319229
י"ז שבט
ה'ק"פ: פורים סאראגאסא (וי"א "סיראקיוז"). אידן אין די שטאט, אין שפאניע, פלעגן מקבל פנים זיין דעם קיסר מיט ליידיגע שיידלען פון די ספרי תורה. א מומר האט פאר'מסר'ט ביים קעניג אז מען פארשעמט אים אזוי, און עס האט געדראעט א שווערע גזירה. דאס איז אנגעקומען צו די אידן דורך א נס מן השמים, און די אידן האבן זיך צוגעגרייט. ביים קומענדיגן קבלת פנים האט ער געהייסן עפענען די שיידלען און... די ספרי תורה זענען דארט געווען. דער מומר און אלע שונאי ישראל האבן געהאט א גרויסע מפלה און די אידן האבן פארצייכנט דעם טאג אלס "פורים סאראגאסא."

ה'תרע"ט: אין דעם טאג איז געעפנט געווארן די "פאריז שלו' קאנפערענץ" אין ווארסיי, פראנקרייך, נאך ענדע פון די ערשטע וועלט מלחמה, צו אהערשטעלן א נייע ארדענונג אין אייראפע און מיטל מזרח.

ה'תרפ"ג: "אינסטאון עירליין" האט געעפנט די ערשטע עראפלאן ליניעס צווישן אייראפע, טערקיי און ארץ ישראל. (אינסטאון עירליין איז שפעטער אריין אין "אימפעריעל עירליינס" וואס איז געווארן טייל פון "בריטיש אווערסיס עירליין" וואס איז שפעטער געווארן "בריטיש עירוועיס").

ה'תש"ג: ביי די צווייטע וועלט מלחמה האבן די בריטישע ארמייען אין צפון אפריקע באזיגט די דייטשע ארמייען אין ליביע.
דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 1:30 pm#319330
ח"י שבט
ה'תקמ"ח: דער ערשטער שיף טראנספארט פון בריטישע ארעסטאנטן קומט אן קיין סידני, אויסטראליע, וואס די בריטישע אימפעריע גרינדעט אלס תפיסה קאלאניע. צווישן די ארעסטאנטן זענען דא אכט אידן, דערונטער א יונג קינד וואס איז באשולדיגט געוווארן מיט "גנב'נען א שטיקל וואל". [וי"א ט' שבט].

ה'תרס"ד: יום שמחת אפריון פון רבינו הק' [הדברי יואל] מסאטמאר זי"ע (בזוו"ר [הערת שעפטל: מיט הרבנית הצדיקת חוה ע"ה, בת הרה"ק מ'פלאנטש זי"ע]), אין שטאט סיגוט, בשעת דער הייליגער קדושת יו"ט זי"ע איז געווען אין שטוב גאר שוואך. דער קדוי"ט האט דאן אנגעוואונטשן פאר'ן רבי'ן צו זיין א רבי און מנהג סיי וואו ער גייט, צו האבן כוח צו פאסטן בבריאות השלימות לאורך ימים טובים, און ער האט אים געגעבן די ר"ת תפילין. באלד נאך די שבע ברכות (כ"ט שבט) איז דער קדוי"ט נסתלק געווארן.

ה'תשי"ג: אונגארן און טשעכאסלאוואקיע שליסן זיך אן אין קאמוניסטישן "סאוויעטן פארבאנד" צו פארשפרייטן אנטיסעמיטישע בלבולים קעגן אידן, און נעמען זיך ארויסווארפן אידן פון וויכטיגע פאזיציעס אין לאנד.
פרייטאג יאנואר 29, 2016 2:36 pm#319507
י"ט שבט
ה'תקס"ה: שתדלנים אין דייטשע פראווינצן דארמשטאדט און רעיזבאן זענען מבטל גזירה פון "לעב-צאל", א שטייער וואס אידן האבן געדארפט באצאלן אריינצוקומען אין שטעט אויסער די אייגענע היימשטאט.

ה'תרס"ב: די "שערי צדק" שפיטאל ווערט געגרינדעט אין ירושלים עיה"ק, דורך דעם בארימטן דאקטאר און איש החסד דר. משה וואלאך, וועלכער האט עס אנגעפירט, און געוואוינט אין שפיטאל כל ימיו, 45 יאר ביז זיין פטירה. עס איז עד היום די גרעסטע שפיטאל אין ירושלים עיה"ק (זינט תשע"ב צוזאמען מיט "ביקור חולים" שפיטאל).

ה'תרע"ה: ביי די ערשטע וועלט מלחמה קומען פאר שווערע שלאכטן צווישן די טערקן און בריטישע ארמייען. די טערקן פרובירן אריבערצוגיין די סועז קאנאל צו עגיפטן, אבער די בריטישע האלטן זיי צוריק. די טערקן האבן געליטן גרויסע פארלוסטן, און זיך צוריק געצויגן ביז באר שבע.

ה'תרפ"ו: דער סופרים קאורט אין קאנאדא גיט ארויס וויכטיגע אורטייל, אז אידן אין קוויבעק האבן די לעגאלע רעכט צו גרינדן אייגענע מוסדות התורה, און דארפן נישט זיין אונטערווארפן די לאקאלע אלגעמיינע שולעס. דער אורטייל האט געעפנט די טויערן פאר די היינטיגע בליענדע מוסדות התורה והחינוך אין מאנטרעאל און קרית טאהש.

ה'תשס"ב: דניאל פערל הי"ד, דער אידישער דזשורנארליסט פאר די "וואל סטריט דזשורנאל", ווערט אומגעברענגט דורך "על קאידא" טעראריסטן. זיינע לעצטע ווערטער זענען געווען, "מיין טאטע איז א איד, מיין מאמע איז א איד, און איך בין א איד".
פרייטאג יאנואר 29, 2016 2:37 pm#319508
כ' שבט
ה'רס"ג: די ערשטע דרוק פונעם בארימטן ספר "צרור המור" פון הגאון רבי אברהם סבע זצ"ל. ביים גירוש שפאניע איז דער גאון אנטלאפן קיין פארטוגאל. ווען די אינקוויזיציע איז נאכגעקומען אהין אפאר יאר שפעטער, האט ער געליטן צרות קשות ועינויים מרים. ער האט באהאלטן זיינע כתבי ידות אונטער אן איילבירטן בוים אין ליסבאן און אנטלאפן קיין פעז, מאראקא, און פון דארט קיין טערקי, וואו ער האט איבערגעשריבן אלע ספרים פונדאסניי, און מזכה געווען כלל ישראל מיט די בארימטע חיבורים עד היום הזה.
מאנטאג פעברואר 01, 2016 12:04 pm#319731
כ"א שבט
ה'תי"ז: דער בריטישער הערשער אליווער קראמוועל האט ערלויבט איין איינציגן איד אריינצוקומען אין לאנד, די ערשטע אזא טאלעראנץ פאר אידן דורך די בריטישע אין פילע הונדערטער יארן.

ה'תקל"ה: די הערשער אין ווארשא הייסן צעווארפן א נייע אידישע געגנט גערופן "נייע ירושלים", און גיבן ארויס א גירוש קעגן אלע אידן
מאנטאג פעברואר 01, 2016 12:07 pm#319733
כ"ב שבט
ג' אלפים, בין תכ"ו ותל"ח: א יו"ט פאר אידן ביי די צייטן פון שמעון הצדיק ביים צווייטן בית המקדש, ווען דער מלך יון גסקלגס איז געהרגט געווארן, און מיט דעם איז בטל געווארן די ביטערע גזירה פון צלם בהיכל. די שמועות וועגן די גזירה האט מען אנגעהויבן צו הערן שוין ערב סוכות, און מען האט עוסק געווען בתפילה ותעניתים ביז היינט, ווען שמעון הצדיק האט געהערט א בת קול פון קודש הקדשים אז די גזירה איז בטל און ער האט געמאכט א יום טוב.

ה'תק"ב: די אידן אין ליווארני, איטאליע, האבן געהאט א גרויסן נס, אין די תקופה פון הרב מלאכי הכהן, און מען פראוועט דעם טאג מיט תפילות ופיוטים.

ה'תקנ"א: די פראנצויזישע רעגירונג גיט פולע בירגערשאפט רעכטן פאר די אידן פון עלזאץ און לארעין פראווינצן.

ה'תשס"ו: ד. אוירווינג ווערט פאראורטיילט אין עסטרייך צו דריי יאר טורמע פאר אפלייקענען חורבן אייראפע. ער האט פריער געהאט אנגעקלאגט אין ענגלאנד א אידישן שרייבער פאר'ן "אטאקירן" זיינע אנטיסעמיטישע אנשויאונגען, אבער האט פארלוירן, און באקומען א שטראף פון 3.2 מיליאן דאלאר. נאכדעם איז ער אנטלאפן קיין עסטרייך וואו ער איז ארעסטירט געווארן, און אפגעזיצן 3 יאר אין טורמע.
דינסטאג פעברואר 02, 2016 11:04 am#319905
כ"ג שבט
ד'תק"ט: א שווערע ערדציטערניש כמעט דרייצן הונדערט יאר צוריק, גערופן "רעש השביעית", האט באטראפן די ים כנרת און פילע שטעט, מיט פילע קרבנות אין בית שאן, טברי', רמלה און אפילו ירושלים עיה"ק, און גדולי ישראל האבן דערקלערט דעם טאג פאר א תענית.

ה'כ"ז: די הערשער אין שלעזיען גיבן ארויס א גזירה, אז די אידן אינעם פראווינץ מוזן גיין מיט א ספעציעלע היט אין די עפנטליכקייט.

ה'צ"ח: אין דעם טאג האט דער רלב"ג זי"ע מסיים געווען זיין ספר על התורה.

ה'תקכ"ה
: אין דעם טאג איז הרה"ק רבי איציקל האמבורגער זי"ע געווארן אויפגענומען אלס רב אין האמבורג (אה"ו).

ה'תר"ה: הגאון הגדול רבי נתן אדלער זצ"ל (השני) בעל "נתינה לגר" באקומט ערלויבעניש פון די דייטשע רעגירונג צו פארלאזן האנאווער, און אזוי זיך קענען אריבערציען קיין לאנדאן און אננעמען די כסא הרבנות פון די הויפטשטאט וכל מלכות בריטאניא.

ה'תרכ"ט
: אין דעם טאג כ"ג שבט האט זיך אנגעהויבן דער "טיילונג אין אונגארן", ווען די רעפארמער ביים "קאנגרעס" האבן אפען מחרף ומגדף געווען שם שמים און דת תורתינו הקדושה, און דער הייליגער מונקאטשער רב בעל "מחנה חיים" זי"ע איז ארויף אויפ'ן טיש און געשריגן "מי לד' אלי?! ביי וועמען דער בורא כל עולמים און זיין תורה זענען הייליג, זאל זיך אויפהייבן און פארלאזן דעם זאל!" אלע גדולי ישראל מנהיגי הדור זענען באלד ארויס פונעם זאל, ופני הרעפארמער חפו. דער מחנה חיים איז דאן ארויס מעוטף בטלית און געהאלטן דרשות אין די גאסן קעגן די רעפארמער מיט קולות און בכיות וואס האבן אויפגעשטורעמט און געראטעוועט יהדות אונגארן. ער האט געבעטן מען זאל אים אנטאן דעם טלית נאך זיין פטירה.

ה'תרל"ג: אין דעם טאג האט הגה"ק מוהר"י מבעלזא זי"ע, מיט הגה"ק רבי שמעון סופר זי"ע פון קראקא און נאך גדולי ישראל, מייסד געווען די "מחזיקי הדת" צו באקעמפן די רעפארמער און מהרסי הדת.
די יומא דהילולא פון הגה"ק מוהר"י זי"ע פאלט אויך אויס אין זעלבן טאג, נאכ'ן נסתלק ווערן עלעף יאר דערויף, כ"ג שבט ה'תרנ"ד
דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:07 pm#319970
שעפטל האט געשריבן:[ה'תשי"ד: אין ציוניסטישן געריכט האט זיך געעפנט דער פראצעס קעגן רודאלף (ישראל) קאסטנער, וועלכער האט אנגעפירט דעם "קאסטנער טראנספארט" פון ארום זעכצן הונדערט אידן זיך צו ראטעווען ביים חורבן אייראפע מאפילה לאור גדול, דערונטער כ"ק מרן רבינו הק' הדברי יואל מסאטמאר זי"ע און נאך פיל גדולי ישראל, בהשתדלות פון ארטאדאקסישע עסקנים און ריזיגע געלטער. הגה"ק רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל זי"ע איז גערופן געווארן אלס עדות, אבער ער האט נישט געוואלט גיין בשו"א וויבאלד ציוניסטישע געריכטן זענען "ערכאות של עכו"ם."

סתם פאר די רעקארד אהן אריינצוגיין אין צופיל דעטאלן אויף די פרשה וואס מען וואלט געמעגט עפענען א עקסטערע אשכול פאר דעם,
די משפט איז נישט געווען אקעגן קאסטנער, נאר קאסטנער האט גערופן אין קאורט א צייטונג שרייבער מיטן נאמען מלכיאל גרינוואלד פארן עם באשמוצען, און די רעדל האט זיך איבערגעדרייט, און די רעשט איז היסטערי.......