Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • זכור ימות עולם (היום יום)

קאווע שטיבל • זכור ימות עולם (היום יום)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
188 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9403
דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 3:00 pm#307846
והעיקר שכחתי, א דאנק פאר אפדעיטן כסדר.
דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 3:01 pm#307847
כ' חשון
אין דעם טאג האט רב חסדאי קרשרש, מגדולי קדמוני חכמי ספרד, געשריבן דעם באקאנטן בריוו צו קהלות אוויניאון, שרייבנדיג מיט הארצרייסנדע ווערטער די צרות און גזירות וואס זענען באפאלן די אידן אין שפאניע אין יאר קנ"א, מיט פילע קדושים הי"ד הנאהבים והנעימים, דערונטער אויך דער בן יחיד פון רב חסדאי, וועלכער איז אומגעקומען עקדה"ש זייענדיג א חתן אין עלטער פון 20 יאר. ווי דער גאון שרייבט בלש"ק: "רבים קידשו שם שמים ובתוכם גם בני יחידי, חתן בן כ' שנה, שה תמים העליתיו לעולה, אני אצדיק עלי הדין ואתנחם לטוב חלקו."

ה'קנ"ו: די הערשער אין עסטרייך לייגן ארויס א גזירה צו באגרעניצן די רעכטן פון אידן אין לאנד.

ה'של"א: א שווערע ערדציטערניש האט געטרייסלט אין פערארא, איטאליע, אבער בחסדי ד' איז קיין שום איד נישט געשעדיגט געווארן.
דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 3:02 pm#307849
כ"א חשון
ד'תתקכ"ח: אין ווירמייזא איז אומגעקומען עקד"ה רבינו דוד בן רבי לוי הי"ד.

ה'שע"א: פילע אנוסים הי"ד זענען אומגעקומען עקד"ה דורך די שפאנישע אינקוויזיציע.
דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 3:04 pm#307850
כ"ב חשון
ה'נ"ו וי"א ה'נ"ז: א באפעל ערשיינט אין סיציליע, איטאליע, וואס פארבאט אידישע דאקטוירים צו באהאנדלען, להבדיל, גויאישע פאציענטן.

ה'תקט"ו: א מעכטיגער ערדציטערניש איז באפאלן ליסבאן, די הויפטשטאט פון פארטוגאל, און עס האט פארניכטעט רוב געביידעס אין שטאט, דערונטער אויך די הויפט געביידעס פון די שפאנישע אינקוויזיציע אין לאנד.

ה'תקע"ח: אין דעם טאג האט א בריטישער מיניסטער פארגעשטעלט פאר'ן צאר פון רוסלאנד די ערשטע געדאנק אז אידן זאלן גרינדן אן אייגענע רעגירונג אין ארה"ק.

ה'תש"ה: דער לעצטער טייל פון חורבן אונגארן ביים צווייטן וועלט קריג - נאכדעם וואס די ציוניסטישע אגענטורן גראבן אונטער די רעטונג פלענער צו ראטעווען די פארבליבענע אידן אין אונגארן, האט זיך אין דעם טאג נאכאמאל אנגעהויבן די דעפארטאציעס פון אידן אין בודאפעסט קיין אוישוויץ.
דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 3:06 pm#307851
כ"ג חשון
ג'תקצ"ז וי"א ג'תרכ"ב: דער טאג איז געווען א יום טוב בימי בית שני, באלד אין די ערשטע צייט נאך נס חנוכה, ווען די שטיינער פון מזבח וואס זענען נטמא געווארן דורך די יוונים זענען באזייטיגט געווארן פון בית המקדש.

ה'ל"ח: די בריטישע קעניגרייך ארעסטירט נאנט צו זיבן הונדערט אידן און פארשיקן זיי צום טרויעריגן טורמע פון "טאוער אוו לאנדאן." טייל פון די אידן, דערונטער רבנים וגאונים וראשי הקהלה, זענען אומגעברענגט געווארן עקד"ה, און די אנדערע זענען צוגערויבט געווארן פון אלע זייערע פארמעגנס. [וי"א י' חשון]

ה'רפ"ז: נאכ'ן אקופירן בודא(פעסט) א קורצע צייט, זענען די טערקן פארטריבן געווארן דורך די אונגארישע מאדיארן, און מיט זיי האבן די אונגארישע אויך פארטריבן די אידן פון די הויפטשטאט.

ה'תק"ו: אין דעם טאג איז געווען א גזירת גירוש אויף די אידן אין פרעשבורג-בראטיסלאווא.
מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 1:30 pm#308421
כ"ד חשון
ה'תל"ח: אין דעם טאג זענען עטליכע גרויסע אידן אין קראקא אומגעקומען עקד"ה, קדושים וטהורים רבי אורי שרגא בן רבי אלי' הכהן, רבי משה בן רבי שמואל, רבי יעקב בן רבי מאיר, און הק' רבי יהושע בן רבי שמואל, הי"ד.

ה'תש"ג: אין דעם טאג האבן די דייטשע און אקסיס קרעפטן קאפיטולירט ביים היסטארישן "שלאכט פון על אלאמיין" אין צפון עגיפטן, און די אליאירטע קרעפטן אין שפיץ פון די בריטישע ארמייען האבן אפגעהאלטן א טריאומפאלן זיג. דער דורכפאל האט געענדיגט די פינסטערע חלומות פון די נאציס צו דערגרייכן ארץ ישראל, און דאס יהדות החרדית אין ארה"ק איז בחסדי ד' ניצול געווארן פון די מלחמה לפליטה גדולה.
מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 1:31 pm#308422
כ"ה חשון
ג'תי"ג: אין מגילת תענית ווערט דער טאג באשטימט פאר א יום טוב, ווייל נאך גלות בבל, ווען די אידן זענען צוריק געקומען קיין א"י, האבן די כותיים געוואלט אפהאלטן די אידן פון זיך באזעצן אין פילע שטעט, און האבן אפילו אויפגעבויט א מויער. אין דעם טאג האבן זיך די אידן געשטארקט אויף די כותיים און זיך באזעצט אין די אלע שטעט, גערופן אין מג"ת אלס "ערי נברכת," אלס "געבענטשטע שטעט.

ג'תרנ"ב: בימי בית שני האבן די חשמונאים באזיגט די שומרונים און חרוב געמאכט זייער באזע אויפ'ן הר גריזים.
מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 1:33 pm#308423
כ"ו חשון
ה'רל"ח: אין דעם טאג איז געגרינדעט געווארן די שפאנישע אינקוויזיציע צו צווינגען אידן צו שמד ח"ו אדער ווערן אומגעברענגט עקד"ה. די אינקוויזיציע איז עווענטועל פארשפרייט געווארן צו פארטוגאל, און עטליכע לענדער אין דרום אמעריקע, ארויף ביז מעקסיקא, פירנדיג אזויפיל טויזנטער אידן הי"ד צו שטארבן עקד"ה אויסשרייענדיג "שמע ישראל", ביז די אינקוויזיציע איז בטל געווארן ח' תמוז תקצ"ד.

ה'רנ"ז: ניינצן יאר שפעטער האט דער קעניג פון פארטוגאל געשטעלט דעם טאג אלס לעצטע צייט ווען אידן מוזן פארלאזן דאס לאנד אינעם ארטיגן גזירת גירוש.

ה'תר"ס: די ערשטע אידישע חתונה אין ארגענטינע, זיבן יאר נאכדעם וואס די שפאנישע הערשאפט און אינקוויזיציע איז איבערגעוועלטיגט און פארניכטעט געווארן אינעם גרויסן לאנד פון דרום אמעריקע.
מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 1:35 pm#308425
כ"ז חשון
א'תרנ"ז: נח ובניו, און אלע באשעפענישן, גייען ארויס פון די תיבה נאכ'ן מבול. (לשיטת ר"א)

בימי חז"ל איז דער טאג געווען א יום טוב, ווייל די צדוקים האבן געהאלטן קעגן הלכה וועגן מנחות אין ביהמ"ק, און רבי יוחנן בן זכאי האט זיי אפגעענטפערט און מען האט ווייטער געקענט ברענגען מנחות אין ביהמ"ק כהלכה.

ה'תצ"ז: אין פוזנא איז אומגעברענגט געווארן עקד"ה דער בארימטער שתדלן הק' רבי יעקב הי"ד, וועלכער איז פארכאפט געווארן אין א בלוט בלבול צוזאמען מיט הגה"ק רבי ארי' לייב הדרשן הי"ד.

ה'תרט"ז: די אמעריקאנער רעגירונג באשליסט נישט צו רעדן צו שווייץ וועגן דיסקרימינאציע קעגן אידן וואס ווערט דארט אויסגעפירט, אויך קעגן אידן מיט אמעריקאנער בירגערשאפט.
מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 1:37 pm#308427
כ"ח חשון
ד'תתנ"ו: די ערשטע אנהויב פון די ביטערע קרייצציגלער עפאכע האט זיך אנגעהויבן אין דעם טאג, מיט די ערשטע קריסטליכע פלאנירונגען צו גיין איבערנעמען א"י פון אראבישע הערשאפט.

ה'שנ"ג: שווערע פאגראמען און הריגות באפאלן די אידן פון בוקארעסט, רומעניע, מיט פילע קרבנות הי"ד.

ה'ת"ד: אין דעם טאג איז דער הייליגער תוספות יו"ט געווארן אויפגענומען אלס רב אב"ד קראקא.

ה'רצ"ב
: אין דעם איז רבי שלמה מולכו הי"ד פארברענט געווארן עקד"ה אין מאנטובא, איטאליע, נאך א שטורמישע לעבן אלס אנוס פון שפאניע און שפעטער איינגעהילט אין קאנטראווערסיע.
גייענדיג צו די שריפה האט מען אים געוואלט צווינגען צו שמד, אבער ער האט מקדש שם שמים געווען ברבים ויצאה נשמתו באחד.
מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 1:39 pm#308428
כ"ט חשון
ד'ת"א: אראבער נעמען איבער די מאכט אין עגיפטן-מצרים, און געבן אפיציעלע ערלויבעניש פאר אידן צו וואוינען אין די צענטראלע שטאט אלעקסאנדריע, נאכדעם וואס א קליינע צאל אידן האבן שוין דארט געוואוינט פון זמן חורבן בית ראשון.

ה'תשס"ט: אין דעם טאג האט זיך אנגעהויבן די שוידערליכע טעראר אטאקע אין מאמבעי, אינדיע, וואו "על קאידא" האט דורכגעפירט קאארדינירטע אטאקעס אין די גרויסע שטאט במשך דריי טעג. א הויפט ציל פון די טעראריסטן איז געווען די "הערימען הויז - חב"ד שוהל," וואו זיי האבן אומגעברענגט עקד"ה די טייערע אידן קדושים וטהורים הנאהבים והנעימים, די שליחים פארפאלק הרב גבריאל נח וזוג' רבקה האלצבערג, הרב ארי' לייבוש טייטלבוים פון נ"י- א"י, הרב בנציון קראומאן, מרס. שווארצבלאט און מרס. ארפעז, ד' ינקום דמם, ויארב בבת יהודה תאני' ואני'. אבער אפילו אין די ביטערסטע מצב שיינט ארויס די השגחה פרטית, און בדרך נס איז דער קליינער - דאן - 2 יעריגער משה'לע האלצבערג ארויסגעשווערצט געווארן פון די סצענע לפליטה גדולה ולנחמה.
דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 2:32 pm#308585
ל' חשון
ה'תקמ"ג: די אמעריקאנער קרעפטן כאפן צוריק ניו יארק פון די ענגלענדער, און רופן צוריק די אידן (צווישן זיי "חיים סאלאמאן") וואס זענען אנטלאפן אין די צייט וואס די ענגלענדער האבן פארכאפט די שטאט אויף צייטווייליג, ביי די שווערע מלחמות נאכ'ן גרינדונג פון די מלכות של חסד אמעריקע.

ה'שנ"ה
: אין וואלאכיי איז אריינגעקומען א נייער הערשער וועלכער האט ארויסגעגעבן א גזירה ח"ו אומצוברענגען די אידן, אבער בחסדי ד' איז די גזירה בטל געווארן און אלע אידן זענען ניצול געווארן מאפילה לאורה.
פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 11:55 am#308700
א' כסלו
ב'תמ"ח: אין דעם טאג האט זיך אנגעהויבן די מכה פון שחין אויף די מצריים, לויט די שיטות הראשונים אז במשך די יאר פאר יציאת מצרים האט זיך אנגעהויבן א פרישע מכה אויף די מצריים יעדן חודש.

ג'שכ"א: דער אייבערשטער האט געהייסן ירמי' הנביא זאל שרייבן און ברוך בן נרי' זאל פארליינען פאר'ן מלך יהויקים, אז ער און כלל ישראל זאלן תשובה טאן ווייל עס נישט וועלן קומען ביטערע שטראפן און דער חורבן בית המקדש. דער קעניג האט אבער צוריסן די מגילה און עס פארברענט, און דעריבער איז דער טאג באשטימט געווארן אלס א תענית.

ה'תקמ"ג: אידן קומען צוריק אריין קיין ניו יארק, א טאג נאכדעם וואס די אמעריקאנער מיליטער האט צוריק געכאפט דעם שטח פון די בריטישע ארמיי, אין די שווערע שלאכטן נאכ'ן גרינדונג פון די פאראייניגטע שטאטן. אין די צייט וואס ענגלאנד האט געהאט ניו יארק האבן אידן מורא געהאט צו זיין דארט, ווערנדיג באשולדיגט אין זיך אננעמען פאר'ן "שונא" אמעריקע... אבער ווי נאר ניו יארק איז צוריק אריין אונטער די מלכות של חסד זענען די אידן צוריק געקומען.

ה'תש"ד
: אין דעם טאג איז פארגעקומען די היסטארישע קאנפערענץ צווישן אמעריקאנער פרעזידענט רוזוועלט, בריטישער פרעמיער מיניסטער טשוירטשיל און רוסישער דיקטאטור סטאלין ימ"ש, אין טעהראן, איראן, וואו זיי האבן אויסגעארבייט דעם באשלוס אנצוהויבן א ריזיגע אליאירטע אינוואזיע אויף אייראפע קעגן נאצי דייטשלאנד. דער באשלוס איז געפאלן צו אינוואדירן ביי די ברעגעס פון נארמאנדי, פראנקרייך. די אינוואזיע האט זיך אנגעהויבן א האלב יאר שפעטער, און האט טאקע במשך א קנאפע יאר צייט באוויזן צו פארניכטן די נאצי קרעפטן ימ"ש און געווינען די וועלט מלחמה.
פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 11:56 am#308701
ב' כסלו
ה'תפ"ז: אידן אין ניו יארק, צענדליגער יארן פאר'ן גרינדונג פון אמעריקע, ווערן ערלויבט צו זאגן א לעגאלע שבועה אן דערמאנען גויאישע גלויבנס.

ה'תש"ב: "פורים קאסאבלאנקא" – נאכדעם וואס נאצי דייטשלאנד האט אקופירט פראנקרייך און איינגעשטעלט די ווישי רעגירונג, האבן די ווישיס אויך איבערגענומען די פראנצויזישע קאלאניעס אין צפון אפריקע, מאראקא, טוניזיע און אלדזשיר, און האבן געפלאנט אויסצופירן די גרויזאמע נאצי פלענער אומצוברענגען די טויזנטער ארטיגע אידן ח"ו. אבער אין דעם טאג איז די גזירה בטל געווארן ב"ה, ווען די אמעריקאנער ארמיי האט אינוואדירט די קאלאניעס, און די אידן זענען געראטעוועט געווארן ממות לחיים. אלס שבח והודאה און זכר צו די נסים, פראווען מאראקאנער אידן א "פורים" טאג להודות ולהלל.
מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 1:56 pm#309090
ג' כסלו
דער טאג איז באשטימט געווארן אלס יום טוב בימי חשמונאים, ווייל אין דעם טאג האבן די חשמונאים באוויזן מבטל צו זיין די גזירות פון אנטיוכוס און די יוונים.

ה'תס"ג: דער הייליגער פני יהושע שרייבט אין די הקדמה פון זיין בארימטן חיבור (חלק ב' סדר נשים), אז אין דעם טאג האט פאסירט א שרעקליכע אויפרייס פון פולווער-שטויב אין צענטער פון לעמבערג (לבוב) וואס האט אויפגעטרייסלט די שטאט, און געברענגט א גרויסע ביטערע שריפה. דער הויז פונעם פנ"י איז ליידער חרוב געווארן אויפ'ן פלאץ, און עס זענען נפטר געווארן זיין פרוי און א טאכטער, און זיין מאמע, צוזאמען מיט נאך צענדליגער נפשות. דער פנ"י אליינס איז געפאלן אונטער א ברענענדיגע הויפן ברוכווארג, אבער אפילו חרב חדה מונחת וכו' אל יתייאש מן הרחמים. דער פנ"י האט באותו מעמד געמאכט א נדר צום באשעפער, אז אויב ער ווערט ניצול פון די סכנה וועט ער עוסק זיין בתורה כל ימי חייו און שרייבן א חיבור אויף ש"ס (אלס המשך צום "מגיני שלמה" פון זיין גרויסער זיידע). ווי נאר ער האט ארויסגעזאגט די ווערטער, איז בדרך נס געעפנט געווארן א וועג צווישן די חורבנות און ער איז ניצול געווארן, און כלל ישראל האט זוכה געווען צום "פני יהושע".

ה'תר"ה
: "פורים אמטשיסלאוו" – אין די קליינע שטאט אין רוסלאנד איז א צארישער זעלנער געשעדיגט געווארן און א משומד האט אויפגעהעצט א בלוט בלבול אז די אידן האבן געוואלט רעוואלירן קעגן דעם צאר, און עס האט געדראעט א גאר שווערע סכנה אויפ'ן גאנצן שטאט. מען האט איינגעריסן רחמי שמים מיט תפילות און תעניתים, און בחסדי ד' איז די גזירה אינגאנצן בטל געווארן, און דער טאג איז באשטימט געווארן להודות ולהלל.

ה'תרמ"ז: הרה"ק רבי אברהם יושע העשיל זי"ע מסקווירא בן הרה"ק רבי יצחק מסקווירא זי"ע האט אמאל געזאגט פאר זיין טאטן אז ער האט געזען אין די כתבים פון הרה"ק רבי פנחס מקאריץ זי"ע אז דער טאג ג' כסלו איז א יו"ט ווייל עס איז אים געשען א נס יענעם טאג. האט רבי איציקל געזאגט, "מיין אברהם יושע העשיל וויל זיך מאכן א יו"ט מ'זאל נישט זאגן קיין תחנון, וועלן מיר אים צוליב טאן," עכלה"ק. זינט דאן האט מען אין סקווירא נישט געזאגט תחנון אין דעם טאג, און ברבות הימים איז רבי אברהם יושע העשיל טאקע נסתלק געווארן דעם טאג.
(עס ווערט טאקע געברענגט אין אמרי פנחס סיפורים דף צ"א אז ג' כסלו האט רבי פנחס געמאכט א משתה ושמחה און נישט געזאגט קיין תחנון. ער האט דערציילט א מעשה בימי הבעל שם טוב הק', ווען א בישאף און א מלכה האבן געוואלט ארויסגעבן א גזירה פון שריפת התלמוד ה"י. יענעם יאר האט דער בעל שם טוב געזאגט אין די עשרת ימי תשובה אז מען ווייזט אים מן השמים א גוטע בשורה אבער ער ווייסט נישט וואס, און מוצאי יוה"ק האט דער בעל שם טוב געזאגט אז היי-יאר וועט זיין א נס אזוי ווי בימי מרדכי ואסתר, און אזוי איז געווען אז צוויי שונאי ישראל האבן געהאט א וויסטע מפלה און די גזירה איז אינגאנצן בטל געווארן).
מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 1:59 pm#309092
ד' כסלו
ג'תי"א: אין דעם טאג איז געווען די נבואה פון השי"ת צו זכרי' הנביא פון ספר זכרי' קאפיטל ז' און ח', ווי עס שטייט אין פסוק אנהויב קאפיטל ז', "בארבעה לחודש התשיעי".

ה'רפ"ו: קייזערין מאריא פון האפסבורג דינאסטיע האט ארויסגעגעבן א גירוש אויף די אידן פון פרעשבורג.

ה'תק"ב: אין דעם טאג האט די צאר'ינטע פון רוסלאנד ארויסגעגעבן דעם באקאנטן ביטערן גירוש אויף יהדות רוסלאנד.

ה'תק"ג: פורים טברי' – דער טערקישער פירער סוליימאן פאשא איז געקומען פון דמשק מיט'ן פלאן איינצונעמען די שטאט טברי'. הגה"ק רבי חיים אבולעפיא זי"ע האט געשיקט שלוחים מתפלל זיין רחמי שמים ביי די ציונים הקדושים פון רבי חייא ובניו, רב המנונא סבא, און רב הונא איש גלותא, און בחסדי ד' איז די גזירה בטל געווארן און דער פאשא איז צוריק מיט ליידיגע הענט. לזכר צו די ניסים האט רבי חיים, דער מנהיג פון טברי' יענע תקופה, איינגעפירט דעם טאג פאר א "פורים" להודות ולהלל.
(כמעט א יאר שפעטער, י"ד תמוז, האט דער פאשא פרובירט צו דעראבירן צום צווייטן מאל, אבער אויך דעמאלט האט ער געליטן א מפלה, האט מען נאכאמאל באשטימט יענעם טאג פאר "פורים טברי' קטן").
דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 10:14 am#309210
ה' כסלו
ג'שכ"א: דער אייבערשטער האט געהייסן ירמי' הנביא זאל שרייבן און ברוך בן נרי' זאל פארליינען פאר'ן מלך יהויקים, אז ער און כלל ישראל זאלן תשובה טאן ווייל עס נישט וועלן קומען ביטערע שטראפן און דער חורבן בית המקדש, דער קעניג האט אבער צוריסן די מגילה און עס פארברענט, און דעריבער איז דער טאג באשטימט געווארן אלס א תענית. (וי"א א' כסלו).

ה'רנ"ז: אין דעם טאג איז אריין אין קראפט די גזירת גירוש אויף אידן אין פארטוגאל, פינעף יאר נאכ'ן ביטערן "גירוש שפאניע".

ה'תר"נ: אין פילאדעלפיע האט היינט אנגעהויבן פונקציאנירן די "חברה הכנסת אורחים" וואס איז געגרינדעט געווארן א טאג בעפאר.
מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 4:40 pm#309423
ו' כסלו
ה'שפ"א: רבן של כל בני הגולה רבינו ישעי' הלוי איש הורוויץ זי"ע, בעל 'השל"ה', איז אין דעם טאג אנגעקומען קיין ירושלים עיה"ק. וויבאלד עס איז געווען פרייטאג פר' ויצא, לסדר "וזה שער השמים", האט ער אנגערופן דעם ערשטן חלק פון זיין גרויסן חיבור "שני לוחות הברית" אנגערופן "שער השמים". דער של"ה הק' איז געווען א תלמיד פון מהרש"ל און מהר"ם לובלין, דאן איז ער ארומגעפארן מרביץ תורה זיין און מעורר זיין אידן צו תשובה. שפעטער איז דער של"ה נתעלה געווארן לגדולה אין די גרויסע שטעט פראנקפורט, פויזן און קראקא, און איז דאן צוריק צו זיין היימשטאט פראג. נאך די פטירה פון זוגתו הרבנית אין יאר ש"פ, איז דער של"ה ארויף גיין א"י, גייענדיג צופיסנס במשך לאנגע חדשים, דורך סיריע, ביז ער איז אנגעקומען קיין ירושלים עיה"ק. צוליב רדיפות פון ארטיגן פאשא איז דער של"ה אנטלאפן קיין צפת און שפעטער קיין טברי' ביז די הסתלקות י"א ניסן שפ"ה. אידן שטראמען צום ציון הקדוש צו פועל'ן רחמי שמים, און דער "תפילת השל"ה" אויף ערב ר"ח סיון איז נתקבל געווארן בכל תפוצות ישראל.

ה'תשי"ח: אין דעם טאג איז פארלאשן געווארן די הארץ פון פונעם מושיען של ישראל ביים צווייטן וועלט קריג, איש גבור חיל, גאון הגאונים חכם חרשים, מקים עולה של תורה, לוחם מלחמות ד' בגבורים, צדיק נשגב רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל זצ"ל, בעל מחבר "תורת חמד", מייסד ופטרון וראש ישיבת נייטרא.

ה'תשס"ח
: דער אויסערן מיניסטעריום פון אוקריינא מעלדט אן אפיציעלע באשלוס, אז דער ציון הקדוש פון הרה"ק ננמ"ח רבי נחמן זי"ע מברסלב אין אומאן איז א וויכטיגע פלאץ און בלייבט אונטער די רעגירונג'ס אויטאריטעט.
דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 11:23 am#309504
ז' כסלו
ג'שכ"א: דער אייבערשטער האט געהייסן ירמי' הנביא זאל שרייבן און ברוך בן נרי' זאל פארליינען פאר'ן מלך יהויקים, אז ער און כלל ישראל זאלן תשובה טאן ווייל עס נישט וועלן קומען ביטערע שטראפן און דער חורבן בית המקדש. דער קעניג האט אבער צוריסן די מגילה און עס פארברענט, און דעריבער איז דער טאג באשטימט געווארן אלס א תענית. [וי"א א' כסלו]

דער טאג איז אויך א יום שמחה, ווייל אין דעם טאג איז געשטארבן הורדוס המלך וועלכער האט געפייניגט כלל ישראל.

ג'תקצ"ג
: אין דעם טאג איז אנטיוכוס אנגעפאלן אויף ירושלים עיה"ק און אונטערגעצינדן פילע שריפות ארום די שטאט, און דעמאלט האט זיך אנגעהויבן די מלחמה פון די חשמונאים מיט די נסים ונפלאות וואס זענען געקומען צום הויכפונקט ביי נס חנוכה.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 10:13 am#309654
ח' כסלו
ה'תשמ"ו: אין דעם טאג איז דער אידישער אפיציר אין די אמעריקאנער נעיווי, יונתן פאלארד, געכאפט און ארעסטירט געווארן אלס ציוניסטישער שפיאן קעגן אמעריקע, פירנדיג צו שולד-פינגערס קעגן אידן אין לאנד.
(פאלארד איז פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכע טורמע, אבער דעם היינטיגן פרייטאג ויצא תשע"ו, צום ערגענצונג פון גאנצע דרייסיג יאר נאך זיין ארעסט, איז פאלארד באפרייט געווארן אין איינקלאנג מיט פעדעראלע פאראל געזעצן).
פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 10:14 am#309655
ט' כסלו
ה'קנ"ד: דער פראנצויזישער קייזער טשארלס דער 4'טער גיט ארויס גזירות גירוש אויף די אידן אין פראנקרייך.

ה'תרל"ד: א פייערדיגע "הנחת אבן הפינה" ווערט געפראוועט ביים אנהויבן בויען די ארטאדאקסישע "מיטעלע שוהל" אין ברייטאן, ענגלאנד, מיט דער באטייליגונג פון הונדערטער אידן, אין שפיץ פון הגה"ק רבי נתן אדלער זצ"ל בעל "נתינה לגר", הויפט רב פון לאנדאן און בריטישע מלוכה. (די שוהל שטייט נאך בתפארתו, ווערנדיג באצייכנט אלס איינע פון וויכטיגסטע היסטארישע געביידעס אין שטאט).
מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 4:28 pm#310015
י' כסלו
ה'של"א: א שרעקליכע ערדציטערניש האט באטראפן די געגנט פון פערא, איטאליע, מיט גרויסע חורבנות, אבער בחסדי ד' זענען אלע אידן פון שטאט ארויס אומבאשעדיגט. [וי"א י"ח כסלו]

ה'תקפ"ז: "חג הגאולה" פון "מיטעלער רבי'ן" אין חב"ד, הרה"ק רבי דוב בער זי"ע בן הרה"ק בעל התניא זי"ע, וועלכער איז אין דעם טאג באפרייט געווארן פון תפיסה, קורץ נאכ'ן ארעסטירט ווערן דורך די צארישע רעגירונג פאר'ן לערנען תורה און חסידות. (מערקווירדיג אז א יאר שפעטער ווייניגער מיט א טאג, ט' כסלו תקפ"ח, איז דער מיטעלער רבי נסתלק געווארן, אין זעלבן טאג ווי דער יום הולדת, אין בלויזן עלטער פון 54 יאר).

ה'תרע"ה
: די טערקישע אמבאסאדא אין וואשינגטאן מעלדן אז טערקיי וועגן געבן גלייכע בירגער רעכטן פאר אידישע פליטים וואס קומען צוריק פון די לענדער וואס טערקיי האט אנגעוואוירן אין פריערדיגע מלחמות.

ה'תש"א: נאנט צו דרייסיג טויזנט קדושים הי"ד זענען אומגעקומען עקד"ה ביים געטא פון ריגא.
מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 4:29 pm#310016
י"א כסלו
ה'תק"י: די אידן פון נעפאלס, וועלכע האבן דארט געוואוינט מדור דור זינט חורבן בית שני, זענען פארטריבן געווארן באלד נאכדעם וואס שפאניע האט פארכאפט קאנטראל אויפ'ן אינזל.

ה'ת"ש: די נאצי הערשער אין אקופירטן פוילן געבן ארויס א באפעל אז אלע אידן אין לאנד דארפן טראגן א לאטע.
דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 1:43 pm#310143
י"ב כסלו
ה'תר"א: אין דעם טאג האט זיך אפגעשטעלט א שווערע אנשטעקיגע מגיפה אין צפת, ווען הרה"ק בעל "בת עין" מאווריטש זי"ע האט געזאגט ער נעמט עס אויף זיך. דער צדיק איז דאן באטראפן געווארן פון די בוזשעוועדיגע מחלה און ער איז נסתלק געווארן, זאגנדיג אז מיט דעם וועט זיך אפשטעלן די מגיפה, וכך הוה.
דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 1:45 pm#310144
י"ג כסלו
ד'רל"ה: חתימת התלמוד – אין דעם טאג איז נסתלק געווארן דער הייליגער אמורא רבינא, וועלכער האט מסדר געווען "תלמוד בבלי" צוזאמען מיט'ן הייליגן אמורא רב אשי, און מיט זיין פטירה איז פארטיג און געשלאסן געווארן די הייליגע גמרא.

ה'תר"ל
: אין דעם טאג איז געעפנט געווארן דער "סועץ קאנאל", די וואסער-וועג אין מדבר סיני צווישן ים סוף און ים הגדול, אלס נייע וועג צווישן די מזרח וועלט פון אזיא-אפריקע, צו אייראפע און די מערב וועלט. (דער קאנאל איז געווען א הויפט פראיעקט פון די בריטישע מלוכה צו קענען בעסער און שנעלער דערגרייכן אינדיע, די גרעסטע בריטישע קאלאניע יענע צייט. עווענטועל זענען אריינגעקומען אין בילד פראנקרייך, עגיפטן, דאן אמעריקע, רוסלאנד, און די ציוניסטישע הערשאפט אין א"י, שפילנדיג א ראלע אין וועלט היסטאריע אויף א גרויסן פארנעם. די סיני מלחמה פון תשי"ז איז הויפטזעכליך געקומען צוליב דעם קריזיס פון "סועץ קאנאל", וואס האט עווענטועל געפירט צום "זעקס טאגיגן מלחמה" צען יאר שפעטער, איבערלאזנדיג פיינליכע קאנסקווענצן עד היום הזה).
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 10:17 am#310396
י"ד כסלו
ב'קצ"ג: לידת ראובן בן יעקב.

ב'שי"ח: ופטירת ראובן בן יעקב.

ה'תכ"ד: אין פיעטריקוב האט א גלח פאררופן א וויכוח מיט די אידן, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט רבי מתתי' קאליהארי אפטייקער הי"ד פון קראקא. דער איד האט געווינען דעם וויכוח, אבער ער איז אומגעקומען עקד"ה ויצאה נשמתו באחד.

ה'תר"ה
: דער צאר פון רוסלאנד גיט ארויס לעגאלע ערלויבעניש צו עפענען אידישע שולעס.

ה'תש"ט: די שוידערליכע פרשה פון "ילדי תימן" הייבט זיך אן, ווען די ערשטע טראנספארט פון ציוניסטישע פליגערס ברענגט ארויס די תמימות'דיגע אידן פון תימן, אנשים נשים וטף, וואו זיי האבן זיך געפינען פון תקופת גלות בבל איבער צוויי טויזנט יאר, און מען פירט זיי צו ווערן אפגע'שמד'ט אין די ציוניסטישע קיבוצים מיט די קליינע קינדער צוגערויבט ר"ל, א ביטערער חורבן אויפ'ן הייליגן שבט פון יהדות תימן עד היום הזה, אויסער יחידי סגולה וואס זענען ניצול געווארן פון די ציוניסטישע הענט במשך די יארן דורכ'ן יהדות החרדית אין ארה"ק, לאנדאן און אמעריקע.
פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 10:45 am#310564
ט"ו כסלו
ג'תקצ"ד וי"א תקצ"ז: די יוונים שטעלן אריין אין בית המקדש א מזבח פאר ע"ז, וואס איז שפעטער בטל געווארן דורך די חשמונאים אין די טעג פון נס חנוכה. ]

ה'ר"נ: די וועלט ווערט באשיינט מיט'ן הייליגן ספר "חובות הלבבות", פון החסיד הקדמון רבינו בחיי אבן פקודה, וואס איז אין דעם טאג ארויס פון דרוק דורך די דריי שותפים מדפיסים, די צוויי ברידער יום טוב בן פרץ און שלמה בן פרץ, און יוסף גינזענהויזער פון איטאליע.

ה'שס"ה: אין פראג איז אומגעברענגט געווארן עקד"ה הגאון הקדוש רבי ישעי' הלוי איש הורוויץ הי"ד.

ה'תקס"ד: "פולווער פורים" – א ריזיגער זאפאס פון פולווער-שטויב האט אויפגעריסן אין די שטאט ווילנא, פירנדיג צו גרויסע פייערן און חורבנות, און דער אומקום פון איבער דרייסיג נפשות. הגה"ק בעל "חיי אדם" זצ"ל איז אויך פארוואונדעט געווארן צוזאמען מיט די גאנצע משפחה, און זייער הויז איז חרוב געווארן, אבער בחסדי ד' זענען זיי אלע געווארן געראטעוועט ממות לחיים.
לזכר צו די נסים האט דער חיי אדם מתקן געווען דעם טאג ט"ו כסלו אלס א תענית, און אויפדערנאכט א יום שמחה והודאה מיט א סעודה פאר תלמידי חכמים ועניים, באגלייט מיט תהלים שירות ותשבחות, ווי דער ח"א שרייבט סוף מגילה.

ה'תשי"ג: עלף אידן זענען נעבעך ארויסגעפירט געווארן צו ווערן אומגעברענגט אין פראג, אויפ'ן באפעל פון סטאלין ימ"ש, כלומרשט באשולדיגט אויף שפיאנאזש. די אידן האבן נעבעך געדינט די קאמוניסטישע רעזשים אבער צום ענדע איז עס געקומען קעגן זיי אזוי טראגיש.
פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 10:48 am#310565
ט"ז כסלו
א'תרנ"ז: אין דעם טאג, נאכ'ן מבול, האט די תיבה גערוט אויף די הרי אררט, ווי עס שטייט אין די פסוקים אין פרשת נח.

ה'תרנ"ב: דער וויסטער אנטיסעמיטישער העצער הערמאן אלווארדט איז ערוויילט געווארן ערוויילט צום דייטשן רייכסטאג, די ערשטע שריט אויפ'ן וועג צום שוידערליכן דייטשן אנטיסעמיטיזם.

ה'תשמ"ז: ביים היסטארישן סאמיט קאנפערענץ צווישן אמעריקאנער פרעזידענט רעיגען און סאוויעט רוסישער פרעזידענט גארבאטשאוו, אין דעם טאג אין וואשינגטאן, ווערט שטארק אויפגעברענגט דער מצב פון אידן אין רוסלאנד. (אייניגע יארן נאכדעם איז געווארן אויפגעבראכן דער "בערלינער וואנט", סאוויעט רוסלאנד איז געפאלן, און מיליאנען אידן זענען באפרייט געווארן פון ביטערן קאמוניסטישן רעזשים נאך זיבעציג יאר כפירה און חורבנות).

ה'תשס"ב: א שווערע פאלעסטינער טעראר אטאקע אין ירושלים עיה"ק האט איבערגעלאזט 11 קרבנות הי"ד.

ה'תשס"ג: און א יאר דערויף אין זעלבן טאג האט א טעראר אטאקע אויף באס נומער 20 אין ירושלים נאכאמאל איבערגעלאזט 11 קרבנות הי"ד.
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 10:39 am#310822
י"ז כסלו
ה'ק"ט: שווערע פאגראמען און הריגות זענען פארגעקומען קעגן די אידן הי"ד פון אוסבורג, דייטשלאנד.

ה'שנ"ז: א אידישע מאמע און איר זון זענען פארברענט געווארן עקד"ה אויפ'ן אויטא דא פע פון די אינקוויזיציע, אין מעקסיקא סיטי, מעקסיקא.

ה'תר"ח: רעגירונג אין שטאט נעסאו, דייטשלאנד, גיט פרייהייט פאר אידן.

ה'תש"ב: אין דעם טאג האט יאפאן אטאקירט די אמעריקאנער נעיווי באזע אין "פוירל הארבער," האווייאי. די ברוטאלע אטאקע האט אויפגעוועקט אמעריקע פון שלאף אריינצוגיין אין די צווייטע וועלט מלחמה קעגן יאפאן און דייטשלאנד, און די רעשט איז היסטאריע...

ה'תש"ה: די ברוטאלע "טויט מארשן" פון אונגארישע אידן ביים סוף פון חורבן אייראפע איז ענדליך געקומען צו אן אפשטעל.
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 10:42 am#310823
י"ח כסלו
ה'של"א: א שרעקליכע ערדציטערניש האט באטראפן די געגנט פון פערא, איטאליע, מיט גרויסע חורבנות, אבער בחסדי ד' זענען אלע אידן פון שטאט ארויס אומבאשעדיגט. [וי"א י' כסלו]

ה'ת"ז: הקדוש רבי יצחק די קאסטרא טארטאס הי"ד איז פארברענט געווארן עקד"ה אויפ'ן אינקוויזיציע שייטערהויפן אין ליסבאן, פארטוגאל. (ר' יצחק איז געבוירן אין פראנקרייך, צו זיינע עלטערן וואס האבן זיך דארט באהאלטן אלס "אנוסים." די משפחה איז שפעטער געפארן קיין אמסטערדאם, און ער איז געפארן קיין בראזיל, וואס איז דאן געווען אונטער פארטוגאל און א ברוטאלע אינקוויזיציע. מען האט אים אנטדעקט אלס איד, און געפירט קיין פארטוגאל, וואו ער האט אפגעווארפן אלע פרואווען אים צו שמד'ן ח"ו און ער איז געפירט געווארן צוזאמען מיט נאך פינעף אידן על קידוש ד', אויסשרייענדיג "שמע ישראל" ויצאה נשמתם באחד).

ה'תצ"ז: אין פויזן איז געווען א שווערער פאגראם מיט הריגות פון פילע אידן ובראשם הדרשן הקדוש רבי ארי' לייב הי"ד.

ה'תקנ"ג: אין א ביטערע גזירה קעגן אידן אין שטראסבורג, פראנקרייך, איז ארויס א פארבאט אויף ברית מילה, טראגן א בארד און פארמאגן אידישע ספרים, און מען האט קאנפיסקירט די ספרים זיי צו פארברענען.

ה'תרע"ח: פוילישע זעלנער האבן אטאקירט די אידישע איינוואוינער פון לבוב-לעמבערג.
דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 10:42 am#310938
י"ט כסלו
ה'תקנ"ח: "חג הגאולה" אין חב"ד, אויך באצייכנט אלס "ראש השנה לחסידות", מיט'ן באפרייאונג פון הייליגן בעל התניא ושולחן ערוך הרב זי"ע. (דער בעל התניא שרייבט אין א בריוו, אז ער האט געהאלטן אינמיטן זאגן תהלים, און האלטנדיג ביים פסוק "פדה בשלו' נפשי", איז אנגעקומען דער שליח פונעם רוסישן צאר אז ער ווערט באפרייט פון טורמע, וליהודים היתה אורה).
דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 10:43 am#310939
כ' כסלו
ג'ש"ה: אין דעם טאג האט עזרא הסופר צוזאמגענומען כלל ישראל אין ירושלים, נאכ'ן ארויפקומען פון גלות בבל, צו דריי טעג פון תשובה און תיקון המעשים, זיך אפצושטעלן פון פסולי חיתון מיט וועמען זיי זענען נכשל געווארן אין גלות, און אויסרייניגן דאס אידיש פאלק פון אלע פרעמדע עלעמענטן און איינפלוסן, ווי עס שטייט אין די פסוקים פון עזרא, קאפיטל י'.

ה'רפ"ב: די אראבער אין ירושלים העצן אויף דעם הערשער מיט א בלבול אז אידן זענען שולדיג אויפ'ן שווערן עצירות גשמים אין א"י, ווייל זיי טרונקען וויין, און האבן פארלאנגט אז דער הערשער זאל צוברעכן אלע פעסער וויין ביי אידן אין ירושלים, אבער בחסדי ד' איז מען אפגעקומען מיט באצאלן א סומע געלט איז די גזירה בטל געווארן.

ה'תקנ"ו: אין דעם טאג איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן דער "ספר התניא – אגרת הקודש".
דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 2:15 pm#311212
כ"א כסלו
ג'ת"ל: דער טאג איז א יום טוב בימי חז"ל, ווייל אין דעם טאג האט שמעון הצדיק כהן גדול מבטל געווען דעם פלאן פון די כותים איינצורעדן אלכסנדר מוקדון חרוב צו מאכן דעם צווייטן בית המקדש, און אנשטאט דעם איז דער געבעט הויז פון די שומרונים אויפ'ן הר גריזים פארניכטעט געווארן, ווי עס שטייט אין מסכת יומא דף ס"ט [וי"א כ"א או כ"ח טבת].

ה'תק"ה: עסטרייכישע זעלנער, אויפ'ן וועג צוריק פון נאכלויפן די פרייסישע ארמייען, באפאלן די אידן פון פראג מיט שווערע פאגראמען, אומברענגנדיג עקד"ה פערצן נפשות הי"ד צווישן זיי גדולי תורה.

ה'תרע"ז: פינלאנד ווערט זעלבסשטענדיג, באפרייט פון צארישן רוסלאנד, און דערקלערט פולע רעכטן פאר אידישע איינוואוינער.

ה'תש"ה: גאנץ פרי פארטאגס אין דעם טאג, איז די באן פון "מרן הקוה"ט בעל דברי יואל מ'סאטמאר זי"ע" ופמלייתו און נאך איבער דרייצן הונדערט אידן, ארויסגעפארן פון אונטער די נאצי נעגל צום באפרייאונג אין שווייץ.
חסדי ד' כי לא תמנו, בך בטחו ותפלטימו!
פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 11:15 am#311300
כ"ב כסלו
ה'כ"ו: אין זיינצאך, דייטשלאנד, איז הגר הקדוש אברהם בן אברהם אומגעברענגט געווארן עקד"ה ויצאה נשמתו באחד.

ה'קי"ז: קעניג טשארלס דער 5'טער פון פראנקרייך שרייבט אונטער א באפעל פון פרייהייט צו באשיצן די אידן אין שטראסבורג. (אבער עס האט נישט לאנג געדויערט; צוויי יאר שפעטער, זענען טויזנט אידן אומגעקומען עקד"ה און נאך פיל אנדערע זענען געצווינגען געווארן צו שמד אין זעלבן שטאט).

ה'רמ"ט: כלל ישראל ווערט באלייכטן מיט'ן "ספר אבודרהם" פון רבינו הגאון דוד(בן רבי יוסף) אבודרהם זי"ע אויפ'ן סדר און מנהגים פון אלע תפילות, וואס איז דעם טאג ארויס פון דרוק אין ליסבאן, פארטוגאל.

ה'תט"ז: אידן באקומען אפיציעלע ערלויבעניש צוריק צו קומען וואוינען אין די לענדער פון בריטישן קעניגרייך, נאך די השתדלות פונעם בארימטן שתדלן רבי מנשה בן ישראל ז"ל צוזאמען מיט הגה"ק רבי יעקב ששפורט זי"ע. (די ערלויבעניש איז ערשט אריין אין קראפט יארן שפעטער, אבער עס ווערט צוגעשריבן לזכותם).

ה'שפ"ב
: דער קעניג פון דענמארק לאדענט די אידן פון אמסטערדאם צו קומען וואוינען אין נארוועגיע מיט פולע פרייהייטן.
פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 11:17 am#311301
כ"ג כסלו
ג'ת"ל: דער טאג איז א יום טוב בימי חז"ל, ווייל אין דעם טאג האט מען ענדליך מנצח געווען די שומרונים און פארניכטעט זייער געבעט הויז אויפ'ן הר גריזים.

ה'תק"ה: עסטרייכישע זעלנער, אויפ'ן וועג צוריק פון נאכלויפן די פרייסישע ארמייען, זענען נאכאמאל באפאלן די אידן פון פראג מיט שווערע פאגראמען, דריי טאג נאך א פריערדיגע כוואליע פאגראמען, אומברענגנדיג עקד"ה הגאון רבי גבריאל בן רבי משה זצ"ל אב"ד בומסלא.

ה'ק"ח-ק"ט
: די טרויעריגע בלוט בלבול פון פארגיפטן וואסער קוועלער אין אייראפע (די "שווארצע מגיפה") האט זיך אנגעהויבן אין דעם טאג אין עלזאץ, פראנקרייך, פירנדיג שפעטער צו אזויפיל ביטערע פאגראמען און הריגות, אויך אין זעלבן טאג א יאר שפעטער קעגן אידן אין נורעמבערג, דייטשלאנד.
מאנטאג דעצעמבער 07, 2015 11:05 am#311533
כ"ד כסלו
ג'ת"ח: דער נביא חגי זאגט פאר די ענדע פון מלכות בבל און גאולה פון כלל ישראל דורך זרובבל בן שאלתיאל, ווי עס שטייט אין די פסוקים אין ספר חגי.
די אידן אין ירושלים הייבן אן אויפצובויען דעם צווייטן בית המקדש, און אין דעם טאג זענען פארטיג געווארן די יסודות פונעם ביהמ"ק.

ה'תמ"ח: א ריזיגע שריפה האט אויסגעבראכן ביי א גויאישע בעקעריי אין פירארא, איטאליע, און האט זיך שנעל אויסגעשפרייט. די אידן זענען געווען אין גרויס סכנה, און ניצול געווארן, און לזכר דעם געמאכט תענית יעדן יאר אין דעם טאג.

ה'תרע"ח: ביים סוף פון די ערשטע וועלט מלחמה, האבן די בריטישע ארמייען אין דעם טאג פארכאפט קאנטראל פון ירושלים עיה"ק פון די טערקישע אימפעריע, פירנדיג צו וועלט- טוישנדע היסטאריע פאר די אלגעמיינע פעלקער און ספעציעל פאר אחינו בני ישראל אין ארה"ק און איבער די גאנצע וועלט עד היום הזה.

ה'תש"ד
: הערשל קורצווייג און להבדיל א גוי זענען אנטלאפן פון אוישוויץ און צום ערשטן מאל געברענגט לעבעדיגע גריסן פאר די גאנצע וועלט איבער די שוידערליכע מאסן רציחות אין די נאצי גאז קאמערן.
מאנטאג דעצעמבער 07, 2015 11:12 am#311535
כ"ה כסלו - א' דחנוכה
א': קין האט גע'הרג'ט הבל.

ב'רנ"ה: די ענדע פון שבעים ימי אבילה פון פטירת יעקב אבינו (נפטר [ונולד] יום א' סוכות) און יוסף מיט די שבטים האבן אים געפירט צום מערת המכפלה.

ב'תמ"ט: משה רבינו און די אידן אין מדבר ענדיגן בויען דעם משכן. (עפ"י ציוי ד' האט מען געווארט מיט'ן "חנוכת המשכן" ביז ראש חודש ניסן, און בשכר זאת האט חודש כסלו באקומען "חנוכת המזבח" ביים נס חנוכה, כמבואר במדרשים).

ג'ת"ח: דער מזבח החיצון ווערט באנייט ביים אויפבוי פון צווייטן בית המקדש, און די כהנים הייבן פריש אן מיט די עבודת הקרבנות.

ג'תרכ"ב, (וי"א ג'תקצ"ז): די חשמונאים באזיגן די יוונים, גייען אריין אין בית המקדש, רוימען און באנייען עס, געפינען די פך שמן טהור פון כהן גדול, און זענען מחנך די הייליגע מנורה אין ביהמ"ק. א יאר דערויף האט מען קובע געווען דעם יום טוב חנוכה לזכר צו די ניסים להודות ולהלל.
דינסטאג דעצעמבער 08, 2015 10:04 am#311667
כ"ו כסלו - ב' דחנוכה
ד'תתנ"ה: די ערשטע קרייצציגלער הייבן אן ביטערע רייזע, א מלחמה פון די קריסטן צו פארכאפן א"י פון די אראבער, און אויפ'ן וועג האבן זיי נעבעך אומגעברענגט טויזנטער אידן עקד"ה, צווישן זיי גדולי ישראל קדושי עליון. פון דעם איז געווארן "גזירות תתנ"ו", און מען זאגט דערויף קינות אום תשעה באב.

ה'תקכ"ג: די ערשטע שוהל אין אמעריקע, "די טורא שוהל", איז אפיציעל געעפנט געווארן דעם צווייטן טאג חנוכה ביי א פייערליכע חנוכת הבית, אין ניופארט, ראוד איילאנד. די היסטארישע ארטאדאקסישע שוהל ווערט נאך גענוצט פאר טעגליכע מנינים ביז'ן היינטיגן טאג.
מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 10:49 am#311770
כ"ז כסלו - ג' דחנוכה
א'תרנ"ז: די רעגן פונעם מבול ווערט אפגעשטעלט נאך פערציג טעג, לפי שיטת רבי אליעזר. (ולפירש"י א טאג שפעטער, כ"ח כסלו).

ה'שכ"ט: ביי א פאגראם אין פראג ווערן אומגעברענגט עקד"ה הקדוש רבי ישעי' הלוי הורוויץ און זיין איידעם הקדוש רבי יואל הי"ד. (וי"א כ"ח כסלו, וצ"ע אז כמעט פערציג יאר שפעטער איז נאך א קדוש מיט'ן זעלבן נאמען, אן אייניקל אפשר, אויך אומגעקומען עקד"ה אין פראג, ועי' ט"ו כסלו).

ה'תקנ"א: אין דעם טאג האט די צווייטע צאר'ינטע פון רוסלאנד ארויסגעגעבן די גזירה אז אידן טארן נישט וואוינען אין גרויסע שטעט, נאר מוזן זיך געפינען אין א באגרעניצטע "תחום המושב" אין "ווייס רוסלאנד".

ה'תשנ"ז: א "טאוער עיר" פליגער פול מיט אידן האט זיך שרעקליך אויסגעגליטשט אויפ'ן ראנוועי אין קענעדי לופטפעלד, און מיט נסי נסים זענען די פאסאזשירן, ובתוכם כ"ק מרן אדמו"ר הקוה"ט הברך משה מ'סאטמאר זי"ע, ניצול געווארן פון די סכנה.
פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 10:07 am#312004
כ"ט כסלו - ה' דחנוכה
ה'רנ"ז: אין דעם טאג איז אריין אין קראפט די גזירת גירוש אויף אידן אין פארטוגאל, פינעף יאר נאכ'ן ביטערן "גירוש שפאניע". [וי"א ה כסלו]

ה'תק"ג: א צאל גירי צדק אין רוסלאנד, וועלכע זענען אריינגעקומען לכנפי השכינה דורך דעם אידישן העלד זכרי' פון קיעוו, זענען אומגעקומען אויף קידוש ד' אין מאסקווע.

ה'תקנ"ט
: אין קארלין-סטאלין ווערט געפראוועט א גרויסער טיש צום פינפטן טאג חנוכה, מיט פידלעך און כלי זמר, לזכר פונעם נס הצלה פון הרה"ק רבי אשר (הראשון) מסטאלין זי"ע, ווען אינמיטן פארן אין וואלד זענען רוצחים באפאלן דעם וואגן אבער בחסדי ד' איז דער צדיק ארויס אומבאשעדיגט.
אויך אין דעם טאג, זענען צענדליגער חסידי קארלין-סטאלין בשנים קדמוניות, אין שפיץ פון הרה"ק רבי שמואל מאמדורא זי"ע און (לויט איין מקור) הרה"ק רבי מרדכי לעכאוויטשער זי"ע, באפרייט געווארן פון תפיסה, וואו זיי זענען געווען צוויי וואכן אונטער ארעסט צוליב די מסירות אויפ'ן בעל התניא.

ה'תקס"א: דער הייליגער בעל התניא ושו"ע הרב איז באפרייט געווארן צום צווייטן מאל פון תפיסה, און באקומען ערלויבעניש פונעם קייסער צו פארשפרייטן חסידות.

ה'תקס"ה
: נאפאליאן ווערט געקרוינט אלס קייזער פון פראנקרייך.

ה'תקצ"ז: דער הייליגער חתם סופר זי"ע שרייבט זיין באקאנטע צוואה פאר די קינדער און בני הקהלה, מיט'ן הייליגן לשון קעגן אלע מאדעס און נייע איינפירונגען קעגן דת תורתינו הק', "חדש אסור מן התורה".
פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 10:09 am#312005
ל' כסלו - א' דר"ח טבת - ו' דחנוכה
ה'ק"ט: שווערע פאגראמען און הריגות קומען פאר אויף אידן אין אוגסבורג.

ה'תרל"ח: דער "פאנאגראף" ווערט אנטדעקט, די היסטארישע דורכברוך צו רעקארדירן און איבערשפילן קלאנגען.

ה'תרכ"ב: די ווערטעמבורג פראווינץ אין פרייסן, דייטשלאנד, שענקט גלייכבארעכטיגונג פאר אידן.

ה'תרכ"ז: אין דעם טאג איז ארויס פון דרוק דער הייליגער ספר "תפארת שלמה" פון הרה"ק רבי שלמה הכהן ראבינאוויץ זי"ע פון ראדאמסק, חלק א' על המועדים, דורך בניו הק' לבית ראדאמסק. (חלק ב' על התורה איז געדרוקט געווארן צוויי יאר שפעטער).
מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 9:00 pm#312065
שעפטל האט געשריבן:ג'ש"ה: אין דעם טאג האט עזרא הסופר צוזאמגענומען כלל ישראל אין ירושלים, נאכ'ן ארויפקומען פון גלות בבל, צו דריי טעג פון תשובה און תיקון המעשים, זיך אפצושטעלן פון פסולי חיתון מיט וועמען זיי זענען נכשל געווארן אין גלות, און אויסרייניגן דאס אידיש פאלק פון אלע פרעמדע עלעמענטן און איינפלוסן, ווי עס שטייט אין די פסוקים פון עזרא, קאפיטל י'.

ה'רפ"ב: די אראבער אין ירושלים העצן אויף דעם הערשער מיט א בלבול אז אידן זענען שולדיג אויפ'ן שווערן עצירות גשמים אין א"י, ווייל זיי טרונקען וויין, און האבן פארלאנגט אז דער הערשער זאל צוברעכן אלע פעסער וויין ביי אידן אין ירושלים, אבער בחסדי ד' איז מען אפגעקומען מיט באצאלן א סומע געלט איז די גזירה בטל געווארן.

ה'תקנ"ו: אין דעם טאג איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן דער "ספר התניא – אגרת הקודש".

און איך האב אייביג געמיינט אז די אידן האבן אייביג זייער גוט געלעבט מיט די וואוילע אראבערס. אז אפילו די אידישע פרויען און די אראבער'קעס האבן געטריקנט די וועש אויף איין שטריק. און די אראבישע גוי'טעס האבן גע בעיביסיט' די אידישע קינדערלעך. ביז די פארשאלטענע ציונים ימ"ש זענען געקומען און אלעס צושטערט. זיי האבן נעבעך געצווינגען די וואוילע אראבערס אדורכצופיהרן גרויזאמע פאגראמען אקעיגן די אידן. מ'דארף זעהן איבער צו געבן דעם מעסעדזש צו הרב שמאפלאן....!
מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 11:17 am#312246
א' - ב' דר"ח טבת - ז' דחנוכה
ג'שכ"ז: עלעף יאר פאר'ן חורבן בית ראשון, ווערן יכני' מלך יהודה מיט די נביאי ומנהיגי ישראל פארטריבן קיין בבל, דער אנהויב פון "גלות יהויכין". (אויך אין זעלבן טאג, שפעטער ממש פאר'ן חורבן, איז נבוכדנאצר געקומען באלאגערן ירושלים עיה"ק, וואס האט געפירט צו די צרה און תענית פון עשרה בטבת).

ג'ת': אסתר המלכה איז גענומען געווארן צו זיין די מלכה פון אחשורוש, ווי עס שטייט אין פסוק אין די מגילה. (שיטת היעב"ץ, ולשי' הרמ"א ט' טבת).

ג'תט"ו: עזרא הסופר שטעלט א בית דין אין ירושלים צו העלפן די אידן תשובה טאן און זיך רייניגן פון די נשים נכריות. דאס האט אנגעהאלטן ביז ראש חודש ניסן.

???: אין ספרדישע און מזרח לענדער האט מען געהאלטן דעם טאג פאר א יום טוב, אלס זכר פאר די גרויסע ניסים ווען יהודית האט אומברענגט הליפורני. (די פונקטליכע יאר איז נישט באקאנט, אבער א קורצע תקופה נאך נס חנוכה).

ה'ת"ז: במשך דעם חודש שרייבט דער הייליגער ש"ך זיין חיבור "נקודות הכסף", השגות אויפ'ן טורי זהב, נאכדעם וואס דער ש"ך און ט"ז זענען געדרוקט געווארן צוזאמען אין זעלבן יאר.

ה'תקס"ח: די רעגירונג אין רוסלאנד גיט ארויס שווערע גזירה אויף אידן, א פארבאט אויף אידן צו זיין לאנד אייגנטומער.

ה'תרכ"ט: אין דעם טאג האט זיך אנגעהויבן דער "קאנגרעס" צווישן ארטאדאקסישן אידענטום אין אונגארן, און די רעפארמער שר"י, פאררופן דורך די רעגירונג פון קייזער פראנץ יאזעף.
במשך די קומענדיגע זיבן וואכן האבן די רעפארמער אלעס געטאן אונטערצוגראבן דאס אונגארישע אידנטום פון האלטן די תורה הקדושה כדת משה וישראל, ביז כ"ג שבט, ווען די רעפארמער האבן אפען געזאגט זייער ציל להשמיד ולהחריב, דעמאלט האט זיך דער מחנה חיים זי"ע אויפגעשטעלט אויפ'ן טיש און געשריגן "מי לד' אלי! ביי וועמען דער בורא כל עולמים און זיין תורה זענען הייליג, זאל זיך אויפהייבן און פארלאזן דעם זאל!" פירנדיג צום "טיילונג" לחיותינו כיום הזה לפליטה גדולה.
מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 11:23 am#312247
ב' טבת - זאת חנוכה
ה'תקי"ב: אין די שטאט בראדי איז אומגעקומען עקדה"ש, אויף א תלי', הקדוש רבי צבי שומר העיר הי"ד.

ה'תקמ"ב: קייזער פראנץ יוזעף נעמט אראפ די "לייב-צאל" קאפ-שטייער, ווי אויך די "ספעציעלע געזעץ שטייער", די "פאספארט שטייער", די "נאכט שטייער", און ענליכע שטייערן און אפצאלן וואס פריערדיגע הערשער האבן ארויפגעלייגט אויף אידן אין לאנד.

ה'תקפ"ח
: אין ניו ארליענס, לואיאזאנא, ווערט געגרינדעט די ארטאדאקסישע קהלה "שערי חסד". (אבער צענדליגער יארן שפעטער האט זיך די קהלה צוזאמגעשטעלט מיט אן אנדערע און ליידער אריבער צו די רעפארם באוועגונג, א סיגנאל פונעם שווערן מצב פון אידישקייט אין אמעריקע יענע תקופה).

ה'תשי"ח: דער יוסטיץ מיניסטער אין קאנאדא, דעיוויד פולטאן, דערקלערט אז "כשר'ע שחיטה אין לאנד איז לעגאל און וועט בלייבן אזוי". די ווערטער זענען געקומען ביים פארהאנדלען א געזעץ אין פארלאמענט צו מוזן איינשלעפן בהמות פאר'ן קוילן אבער עס אנטהאלט אן אויסנאם פאר אידישע שחיטה.

ה'תשי"ח: 57 מציבות זענען וואנדאליזירט געווארן ביי א אידישע ביה"ח אין קאלגארי, מערב קאנאדא. די פאליציי עפענט אויספארשונג און באווייזט צו ארעסטירן איין פארדעכטיגטן.
מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 12:39 pm#312256
לאשיצער האט געשריבן:ה'תש"ג׃ היינט האט זיך אנגעהויבן דער "מאנהעטן פראיעקט" אונטער דער אנפירונג פון גענעראל לעזלי גראווז. דער ציל איז געווען צו שאפן די ערשטע נוקלעארע באמבע.

וועליכער יאהר?
מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 12:41 pm#312258
שעפטל האט געשריבן:א': בראשית ברא אלקים – אין דעם טאג (לשיטת ר"א בתשרי נברא העולם) האט דער אייבערשטער באשאפן די וועלט.

הייסט דאס שנת א' אדער ה' ימים קודם שנת א'?
מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 10:43 am#312529
ג' טבת
ה'תש"י: דער אידישער דאקטאר ארטור אייכענגרין, פון בערלין, דייטשלאנד, איז געשטארבן אין עלטער פון 82 , עלנד און צובראכן (נאכ'ן דורכגיין די טערעזיענשטאט לאגער) אז מען האט אים נישט אנערקענט פאר'ן ערפינדן "אספירין" צווישן זיינע פילע מעדיצינישע דורכברוכן.
(כמעט פופציג יאר שפעטער, אין תשנ"ט, האט די מעדיצינישע וועלט נאך גרונטליכע שטודיעס אויסגעפירט אז אייכענגרין האט טאקע אויסגעטראפן "אספירין").

ה'תשי"ח: א באריכט אויף די צאל אידן אין יאפאן צייגט אז בלויז דריי שטעט אין לאנד פארמאגן אידישע איינוואוינער. די הויפטשטאט טאקיא האט 100 אידישע משפחות. קאבי פארמאגט 30, און יאקאהאמא האט פופצן אידישע משפחות. בעפאר די צווייטע וועלט קריג זענען אין יאפאן געווען א געשאצטע צוויי טויזנט אידן.
מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 10:43 am#312530
ד' טבת
ה'תק"ד: אונגארישע באנדיטן זענען אריינגעקומען אין שטאט בעמישליפא, צוגערויבט אלעס פון די אידן, חרוב געמאכט דעם שוהל מיט די ספרי תורה, און גאר טראגיש אומגעברענגט דעם רב עקדה"ש.

ה'תקנ"א: דער משיח שקר יעקב פראנק שר"י איז אפגעשטארבן.
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 11:25 am#312684
ה' טבת
ג'ש"מ: דער "פליט" (מלאך מיכאל, לויט ילקוט שמעוני) איז געקומען זאגן פאר יחזקאל הנביא אין בבל (דארט שוין 12 יאר מיט גלות יהויכין) אז דער ביהמ"ק איז חרוב געווארן תשעה באב.
רשב"י האלט אז די תענית פון עשרה בטבת דארף זיין אין דעם טאג, אבער רבי עקיבא זאגט אז צום העשירי מיינט עשרה בטבת, וכן איפסקא.

ה'רצ"ג אדער רצ"ה: רבי שלמה מולכו איז פארברענט געווארן על קידוש ד' אויסשרייענדיג "שמע ישראל" בקול רם.

ה'שצ"ה: די האלאנדישע רעגירונג גיט פולע בירגער רעכטן פאר אידן אין "נייעם לאנד" בראזיל אין דרום אמעריקע. (אבער עס האט נאר אנהאלטן צוואנציג יאר, ווייל אין תט"ו האט פארטוגאל פארכאפט קאנטראל אויף בראזיל און איינגעפירט שרעקליכע רדיפות קעגן אידן, אין שפיץ פון די אינקוויזיציע. אלס רעזולטאט זענען אידן אנטלאפן קיין "ניי אמסטערדאם", די היינטיגע ניו יארק, און די רעשט איז היסטאריע).
מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:05 pm#313386
ז' טבת
ד'ר"ל: דריי גדולי ונשיאי ישראל זענען ארעסטירט געווארן אין בבל, ראש הגולה הונא מרי בר מר זוטרא, רב אמימר בר רב ינוקא, און רב משרשיא בר פקוד, וועלכע זענען שפעטער אומגעברענגט געווארן עקד"ה.

ה'תקס"ד: די רוסישע קעניגרייך גיט ארויס געצוימטע "פרייהייט" פאר אידן אין לאנד, אבער עס שטעלט זיך ארויס צו ברענגען נעגאטיווע עקאנאמישע אקציעס קעגן אידן.

ה'תרצ"ו: הגה"ק מהרי"ץ דושינסקיא זי"ע גאב"ד ירושלים עיה"ק טרעט אויף פאר רעגירונג קאמיסיע איבער צוקונפט פון אידן אין ארה"ק, מיט דרייסטע הייליגע ווערטער קעגן די ציוניסטישע פלענער פון א מדינה פאר ביאת המשיח קעגן די שלש שבועות.