פארומס › מצבות מיט איבערגעטריבענע לשונות

מצבות מיט איבערגעטריבענע לשונות

51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9474
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 2:56 pm#296798
לאור דער נוסח המצבה פון הרב הצדיק רבי משולם פייש לאווי זצ"ל, איז כדי דאס אויס שמועסן ביתר שאת דעם ענין.

בהקדם כמה בילדער:
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 2:56 pm#296801
מצבת רבי אליעזר מנחם מן שך זצ"ל
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 2:57 pm#296802
רבי שלמה קרליבך זצ"ל
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 2:59 pm#296804
צד ב' ממצבת רבי שלמה קרליבך
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 3:05 pm#296806
דער נוסח המצה פון רבי משולם פייש לאווי זצ"ל
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 3:10 pm#296808
ועוד אקדים דער קליפ פון ר' אייזיק ספינקא ביי זיין טאטעס קבר, וואס דער תרנגול הבור מיטן עגלה ערופה האבען אינאיינעם ארויסגעשריגען מתוך גרונו של זה כמי שאחזו לו דיבוק...
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 3:15 pm#296809
מצבה פון דער 'אוהב ורודף שלום' רבי רפאל בלום זצ"ל
דער ממשיך דרכו פון דער חת"ס...
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 3:54 pm#296817
.
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 4:09 pm#296822
I saw it. It was crazy
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 10:32 pm#296871
לייג אהער די קליפ
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 10:41 pm#296873
פון די אלע איז שלמה'לע די איינציגסטע אמת'ע יחיד בדורו,
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 9:18 am#296914
דולה ומשקה האט געשריבן:ועוד אקדים דער קליפ פון ר' אייזיק ספינקא ביי זיין טאטעס קבר, וואס דער תרנגול הבור מיטן עגלה ערופה האבען אינאיינעם ארויסגעשריגען מתוך גרונו של זה כמי שאחזו לו דיבוק...


וואו קאן מען דאס זעהן?
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 10:29 am#296924
זייער אינטערעסאנט. איך גיי כמעט נישט אויף קברי צדיקים און כ'האב נישט געהאט קיין אנונג אז ס'הערשט אזא הפקירות. ביי שלמה קארלבאך האב מיך אינטערגעשמייכעלט אבער ביי די אנדערע האט מיר באנומען א רחמנות געפיל ווייל די וואס האבן געשריבן די נוסחאות האבן עס נעבך געמיינט ערענסט
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 5:39 pm#297015
בילד
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 9:33 pm#297063
ריכטיג/
כ'קען נישט זעהן די פיקטשער
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 10:38 pm#297071
ראשעקאל האט געשריבן:ריכטיג/
כ'קען נישט זעהן די פיקטשער

ATUB @ראשעקאל ATUB , יעצט קענסטו עס זען?
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 10:38 pm#297072
יא!
פרייטאג אוגוסט 21, 2015 12:26 am#297094
@דולה ווארט נאר ווארט, לאמיר זען וואס עס וועט שטיין אויף די בעלעדע מציבות...
פרייטאג אוגוסט 21, 2015 12:43 am#297099
מיינסט אוודאי צו זאגן בעלעדער מציבה, לשון יחיד, ווייל עס איז דא נאר איין בעלעד....
פרייטאג אוגוסט 21, 2015 1:46 am#297103
אויב וואלט עטס געזען די מצבה פון הרב מאיר פעקעטע ע״ה (פון די ערשטע טאהשע איינוואוינער) וואלט עטס בכלל נישט געפרעגט קיין שאלות אויף די רבי׳ס מציבה, סוף כל סוף מעג דאך די רבי׳ס מציבה זיין אביסעלע גרעסער ווי זיין חסיד׳ס, נישט אזוי?
אויב איינער קען דא ארויפלייגן א בילד דערפון וועט דער עולם פארשטיין וואס איך רעד.
(איך מיין נישט דוקא רבי מאיר פעקעטע׳ס מציבה, עס איז דא דארט אסאך אזעלכע מציבות, נאר רבי מאיר׳ס קבר איז פון די נענטסטע קברים צום רבי׳נס ציון, עס וואלט פשוט כמעט נישט געפאסט ווען די רבי וואלט ווען געהאט עפעס קלענער דערפון......)


בעצם וואלט מיין תגובה אפשר באלאנגט אינעם טאהש׳ע אשכול פון @שעפטל ווי דארט רעדט מען ארום ספעציפיש איבער די מציבה וואס מען האט געלייגט אויפן ציון פון טאהש׳ע רבי זי״ע, אבער איך וויל נישט פארצימעסן יענע אשכול, לייג איך עס דא.
פרייטאג אוגוסט 21, 2015 12:40 pm#297145
דער נוסח המצבה כמו שהוא!! דער נוסח הנ''ל איז א פאבריקאציע! (אדער איז דער נוסח א דרעפט וכדו', אדער אויפן צווייטן זייט?!)
פרייטאג אוגוסט 21, 2015 12:48 pm#297149
חסיד האט געשריבן:דער נוסח המצבה כמו שהוא!! דער נוסח הנ''ל איז א פאבריקאציע! (אדער איז דער נוסח א דרעפט וכדו', אדער אויפן צווייטן זייט?!)

ATUB @חסיד ATUB , זעט אויס אז דו ביסט א ריכטיגע חסיד און דו גייסט קיינמאל ארויס פון צימעס כדי צו פארענטפערן דיין רבי און צו באשמיצן מהרמ״ד מבאבוב, וויל איך דיר מודיע זיין אז דער בילד פון די מציבה איז שוין דא זייט מיטוואך נאכמיטאג, שוין 36 שעה בערך, און די נוסח איז בכלל נישט קיין פאבריקאציעס, זיי גייען עס נאך ארויפקריצן אויף די מציבה, נאר זיי האבן עס נישט אנגעיאגט צו טון במשך די ימי השבעה.
זונטאג אוגוסט 23, 2015 12:49 am#297246
נו, קיינער האט נישט א פיקטשער פון ר׳ מאיר פעקעטע׳ס מציבה?
זונטאג אוגוסט 23, 2015 12:57 am#297247
כהער אז ממאכט איבער די לשון המציבה.

סאיז געשריבן געווארן אויף א אפנע וואנד
זונטאג אוגוסט 23, 2015 10:46 am#297293
פריעד באטשי האט געשריבן:
חסיד האט געשריבן:דער נוסח המצבה כמו שהוא!! דער נוסח הנ''ל איז א פאבריקאציע! (אדער איז דער נוסח א דרעפט וכדו', אדער אויפן צווייטן זייט?!)

@חסיד, זעט אויס אז דו ביסט א ריכטיגע חסיד און דו גייסט קיינמאל ארויס פון צימעס כדי צו פארענטפערן דיין רבי און צו באשמיצן מהרמ״ד מבאבוב, וויל איך דיר מודיע זיין אז דער בילד פון די מציבה איז שוין דא זייט מיטוואך נאכמיטאג, שוין 36 שעה בערך, און די נוסח איז בכלל נישט קיין פאבריקאציעס, זיי גייען עס נאך ארויפקריצן אויף די מציבה, נאר זיי האבן עס נישט אנגעיאגט צו טון במשך די ימי השבעה.

איך הער אבער אז דער נוסח וואס איז געפאוסט דא, איז נישט געשריבן געווארן אפיציעל און איז נישט בדעה צו געניצט ווערן, ע"כ ווייס איך נישט פארוואס דיין כעס איז אזוי אינטערגעצינדן געווארן.
מאנטאג אוגוסט 24, 2015 11:52 am#297547
סתם פאר אינטערסאנטקייט, זיכענדיג אויף אייוועלט די מציבה פון ר' מאיר פעקעטע, האב איך עס נישט געטראפן דארט, אבער וואס איך זעה יא אז 30-40 פראצענט מציבות שטייט אז יענער איז געווען אדוק ומקושר (לשון ארומגעטוישט..) צו כ"ק מרן רבינו הקוה"ט שליט"א. סיי מענער סיי פרויען.
מאנטאג אוגוסט 24, 2015 11:57 am#297548
Re: מצבות מיט איבערגעטריבענע לשונות
אז די חברה זענען געבליבן וואוינען אין טאהש, גלייב איך אז זיי זענען געווען אדוק ומקושר צום טאהשער רבין זצ״ל
מאנטאג אוגוסט 24, 2015 12:17 pm#297553
עס איז אזוי אין אלע חסידות'ן ווי דער רבי איז דער צענטראלע פונקט פון דעם עקזיסטענץ.
עס ווענד זיך פשוט וויאזוי דער סטראקטואר פון די חסידות איז געבויעט.
נעם לדוגמא סקווירא, איז דער ביה''ח א גרויסער, און א שטארקע רוב מציבות האבן מדובק ומקושר לרבוה''ק זצ''ל און כ''ק רבינו שליט''א. משא''כ אין סאטמאר ביה''ח צו אין וויזניץ, באבוב, בעלזא (NY) זעט מען נישט דעם סארט געשרייבעכטס עפ''י רוב, אויסער ביי די גאר נאנטע מענטשן וכדו'.
מאנטאג אוגוסט 24, 2015 5:17 pm#297601
אז דער פיטסבורגער איז געוועהן דומה צו א מלאך ה' צבקות על'יך זיך נישט דינגען.
אבער 'רבם ומאורם של ישראל'... דאס איז שוין עפעס אנדערש.
AdmorAvrahamAbaMipitsburg.jpg
מאנטאג אוגוסט 24, 2015 5:19 pm#297602
מצבת רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם אבד"ק קלויזענבורג - א קליינע נארמאלע פשוטע מצבה.
AdmorYekutielYehudaTzanzNatanya.jpg
מאנטאג אוגוסט 24, 2015 5:23 pm#297604
דער ליבאוויטש'ער רבי האט נישט געשריבען א צוואה בנוגע וואס מ'זאל שרייבן אויף זיין מצבה, מיט דעם איז עס זייער נארמאל געשריבען, און אויף איהם וואלטן זיינע חסידים געקענט שרייבען גאר אסאך.
3081_77175.jpg
מאנטאג אוגוסט 24, 2015 5:28 pm#297606
דער דא איז איהם נישט גענונג בלויז א מצבה ער דארף בצירוף לזה אויך א הויכע מאניומענט כקומת שני אנשים, א שווארץ שפיגעלדיגע שטיין. איך בין דער גרעסטע, מעכטיגסטע און הייליגסטע.

ווען דער כח הדמיון ארבעט אויף מאקסימוס לעוועל...
_.jpg
מאנטאג אוגוסט 24, 2015 5:36 pm#297611
[ציטאט אראפגענומען]


גערעכט.
115_1532_img_7large4.jpg
מאנטאג אוגוסט 24, 2015 7:06 pm#297647
Re: מצבות מיט איבערגעטריבענע לשונות
דער ליובאוויטשער אין די מכתבים זיינע איז ידוע אז ער האט נישט געטויגט צו קיין טיטלען.
מאנטאג אוגוסט 24, 2015 7:51 pm#297662
וואס איז די חילוק פון 'מורינו ורבינו' און 'מרנא ורבנא'... ווער ווייסט..?

קוקטס אויף די לובאוויטש'ע מציבות, ס'שטייען ביידע, ספעציעל אויפן משיח'ס מציבה שטייט ביים שווער ביידע איינס נאכן אנדערען
מאנטאג אוגוסט 24, 2015 8:11 pm#297668
מצבת הבני יששכר
אויב קוקט מען אויף פארצייטישע צדיקים, זעעט מען זעלטן לאנגע נוסחאות (עס איז יא דא געאציילטע, עפ''י רוב און אונגערן) און אזוי אויך דארף מען נעמען אין אכט אז מצבה שרייבן איז בכלל נישט געוועהן א גרויסע עסק.
אסאך מצבה קריצער זענען געוועהן פיסטע עמי הארץ און געמאכט זאפטיגע גרייזן, די חוקרי הדורות ווייסן אז פון ספעלינגז אויף מצבות קען מען זיך בכלל נישט פארלאזן (ווי אויף די אויסלייג פון פארשידענע זעלטענע נעמען וכדו') ווייל די קריצער האבן טיילמאל געשריבן ככל העולה לרוחם און ס'האט נישט געמיזט קלעבן א' מיט ב'
📎 מצבת_קברו_של_המהרצ-א_בדינוב.JPG
מאנטאג אוגוסט 24, 2015 8:15 pm#297669
בעש''ט ממיכלשטאט
בעש''ט ממיכלשטאט
📎 michelshtat1.jpg
מאנטאג אוגוסט 24, 2015 8:16 pm#297670
הגש"ז אוירבאך
הגש"ז אוירבאך
📎 Aurbach.jpg
דינסטאג אוגוסט 25, 2015 11:25 am#297725
פ"נ. אין חב"ד מיינט עס פה נגנז
דינסטאג אוגוסט 25, 2015 12:06 pm#297730
דעם בני יששכר'ס און נאך עטליכע זענען "היינטיגע" מציבות איבערגעמאכט פון פריש, נישט קיין פארצייטישע.
מיטוואך אוגוסט 26, 2015 12:11 am#297912
שמעקעדיג
דעם בני יששכר'ס און נאך עטליכע זענען "היינטיגע" מציבות איבערגעמאכט פון פריש, נישט קיין פארצייטישע.

אמת נכון הדבר, אבער ווי ווייט מעגליך זענען די נוסחאות פון'ם אריגאנאלען מציבה.
פרייטאג יאנואר 8, 2016 3:23 pm#316659
זעהט אויס ווי די מפתח צום ספר שומרי אמונים.
מוצ"ש יאנואר 9, 2016 8:29 pm#316705
Re: מצבות מיט איבערגעטריבענע לשונות
דולה ומשקה
דער דא איז איהם נישט גענונג בלויז א מצבה ער דארף בצירוף לזה אויך א הויכע מאניומענט כקומת שני אנשים, א שווארץ שפיגעלדיגע שטיין. איך בין דער גרעסטע, מעכטיגסטע און הייליגסטע.

ווען דער כח הדמיון ארבעט אויף מאקסימוס לעוועל...

זיי האבן געוואלט שרייבן א א גאנצע מגילה עס האט זיך ארומגעדרייט
די לעצטע מנוט האט עס אפגעשטעלט ווייל מען דארף עס נאך פארעכטן
זעה דא
<!-- l --><a class="postlink-local" href="http://www.kaveshtiebel.com/download/file.php?id=22044">download/file.php?id=22044</a><!-- l -->
זונטאג יאנואר 17, 2016 5:31 pm#317793
וועמענס מציבה?!
פון ר"ת זעהט דאס אויס ווי א מציבה פאר השי"ת, פון די ס"ת איז דאס אויס ווי א מציבה פאר א בשר ודם
📎 מציבה בארדיטשוב.png
מאנטאג יאנואר 18, 2016 11:10 am#317860
דולה ומשקה האט געשריבן:מצבת רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם אבד"ק קלויזענבורג - א קליינע נארמאלע פשוטע מצבה.


כבודו במקומו מונח, די נוסח איז בכלל נישט נארמאל. ס'איז עקסרעם און אביסול קארני. האט ער זיך דען נישט אינטערגעשריבן אב"ד צאנז, וכדומה? נו אז די ביסט א רב פארוואס זאל נישט שטיין לכה"פ הרב?
מיטוואך יאנואר 20, 2016 6:51 pm#318257
געוואלדיג האט געשריבן:פון ר"ת זעהט דאס אויס ווי א מציבה פאר השי"ת, פון די ס"ת איז דאס אויס ווי א מציבה פאר א בשר ודם

או עם דזשי!!!!
דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 1:37 pm#319332
די מציבה איז די מערסטע איבערגעטריבען... אמת בלע"ז
דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 4:29 pm#319365
היכי דמי אריכות ימים
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 6:03 pm#347982
פריעד באטשי האט געשריבן:
חסיד האט געשריבן:דער נוסח הנ''ל איז א פאבריקאציע!

@חסיד, די נוסח איז בכלל נישט קיין פאבריקאציעס, זיי גייען עס נאך ארויפקריצן אויף די מציבה, נאר זיי האבן עס נישט אנגעיאגט צו טון במשך די ימי השבעה.

נא @פריעד באטשי צוחק זה שצוחק אחרון!
מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 2:01 pm#391691
וואס גייט פאר אין קרעטשנוף, א מערכה איין ברודער האט געלייגט א שטיין, דער אנדערע ברודער האט יענעמ'ס צובראכען און געלייגט א נייע.