זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 11:59 pm#299820
אט די זעלביקע רייד האבען געשריגען די רעפארמער, און אויף דעהם ארויף זענען געקומען די לייבען די גדולי ישראל און גודר גדר געוועהן מיט די תקנות ועד ארבע ארצות, [וועלכע האט בדרך אגב נישט קיין עקספיירעישען דעיט].
Kool man האט געשריבן:אין מיין האמבעל אפיניען, סליוחת איז געמאכט צו איבערבעטען דעהם הייליגען באעפער אויף וואס מ'העט אנגעווערטשאפט אגאנץ יאהר, און ס'איז גאהר פשוט אז מ'בעהט זיך כעני בפתח טאטע איך שעהם זיך פון דיר, זיי מיר מוחל, ווען איינער אהל קומען צום קעניג אדער צום טאטען מיט א גאנצע געזאנג און שמחה גדולה, טאטע איך האט געזינדיקט פאר דיר, וועט איהם דער טאטע ארויסשליידערען פון פענסטער.. אזוי האט מען געזעהן ביי אלע צדיקים, און אזוי שטייט אין אלע ספרי מוסר, און דאס איז אין די נוסח פון סליחות זעלבסט, מיט צובראכענקייט [נישט אויסמישען מיט מרה שחורה] ח"ו, מיט הכנעה וענווה, נישט מיט גאווה'דיקע הוליערייען און קאנצערטען אנשטאט א בקשת סליחה..
איך וויל נישט מקטרג זיין, זיכער מיינען זיי אלע גוט, אבער דאס איז א חלק פון די מגושם'דיקקייט און עם'עראצעס וואס האט לעצטענס אנגעהויעבן בושעווען אין די גאסען אויף כוח.
הקטן האט געשריבן:אפילו ערקתא דמסנא
הקטן האט געשריבן:לדעתי, פאר 20-30 יאר ציריק וואלט אזא סליחות געדינט אויף פריקת עול, היינט איז דאס נאר א תיקון.
דער היינטיגער קאלל אינגערמאן איז צימישט, ער איז אויפגערעגט אויף די סיסטעם, ער האלט אז די סיסטעם איז שילדיק אויף אלעם בייזען און ביי אים איז דער סיסטעם מיט דער אייבישטער איינס אין די זעלבע. פין די אנדער זייט פילט ער ליידיג און זיין נשמה לעכטצט פאר אביסעל העכערס, אויב קענען מיר אים געבען א אטענטישע ווערשען פין אידישקייט וואס מאכט אים אויך פילען אז ער איז אינדרוסען פינעם באקס, כאפט ער זיך צי דערצו וואו א דאשטיגער צו א גלעזעל קאלט וואסער.
קענסט אמאל זען אזא סארט אינגערמאן זאל אנפאנגען דאווענען מיט מער געשמאק וואו סיי ווען.
ווען א ווילי אינגערמאן גייט צו אזא סליחות פילט ער וואו ער קאקאט אויף אינז אלע, די הרגשה, אבער, גיט אים דער רעכט צו ווערן נתעורר פין ראביי דשעקאבסאן און ווערן נתקרב לה'
קען זיין זיין רב זאגט בעסער וואו ראביי דשעקאבסאן אבער זיין רב האט ער קיינמאל נישט אויסגעהערט, קיינמאל נישט געקליקלט מיט אים, זיין רב רעדט דאך פלען אידיש ראביי דשעקעסאן רעדט א פענסי ענגליש (ער ווייסט אז ס'איז פענסי ווייל ער פארשטייט נאר א יעדער 3טע ווארט)
אידישקייט האט א core און האט אויך לבישים
די core איז אמינה בה', דבקות בה', דו העכערקייט פין נשמת ישראל, איבערגעגעבן אינגאנצען צו רצון ה' וכד'
די core קען מען נישט טוישען (אויב ווילסטו זאגן אז ככל הגוים בית ישראל אדער מיר טוען פשוט דרעדישען הערט דאס אויף צי זיין אידישקייט)
דו לבישים טוישן זיך מזמן לזמן ומדור לדור.
טויש איז אייביג געווען א חלק פין כלל ישראל, זאל דאס זיין חסידות אדער תניעת המוסר
דו שאלה איז די מאטיו, פארוואס עפעס א טויש, די גדולי ישראל האבן פארשטאנען אז דער מאטיוו פין די ריפארמער און אויך זייער אנהענגער זענען פשוט פריקת עול און א טויש און די core וואס דאס מיינט זיין א איד, און דערפאר זענען זיי ארויסגעקימען בחרב ובחנית דערקעגען.
צווישען די היינטיגע מארגנים איז אפשר דא וואס זענען דא פאר פריקת עול אבער ס'איז אויך דא וואס פארשטייען ערענסט די צורך השעה
ראוונע האט געשריבן:לדעתי איז עס זייער א געווינטשענע זאך
פארשטייט זיך פאר די וואס מיינען עס ערענסט
סאיז דא מענטשען וואס ווערן נערוועז פון לאנגע דאווענען׳ס אין נישט נאר וואס זיי ווערן נישט נתעורר ווערן זיי נאר גערעגט אין הערן נישט אויף צו קוקען אויפען זייגער
שמעקעדיג האט געשריבן:Kool man האט געשריבן:אין מיין האמבעל אפיניען, סליוחת איז געמאכט צו איבערבעטען דעהם הייליגען באעפער אויף וואס מ'העט אנגעווערטשאפט אגאנץ יאהר, און ס'איז גאהר פשוט אז מ'בעהט זיך כעני בפתח טאטע איך שעהם זיך פון דיר, זיי מיר מוחל, ווען איינער אהל קומען צום קעניג אדער צום טאטען מיט א גאנצע געזאנג און שמחה גדולה, טאטע איך האט געזינדיקט פאר דיר, וועט איהם דער טאטע ארויסשליידערען פון פענסטער.. אזוי האט מען געזעהן ביי אלע צדיקים, און אזוי שטייט אין אלע ספרי מוסר, און דאס איז אין די נוסח פון סליחות זעלבסט, מיט צובראכענקייט [נישט אויסמישען מיט מרה שחורה] ח"ו, מיט הכנעה וענווה, נישט מיט גאווה'דיקע הוליערייען און קאנצערטען אנשטאט א בקשת סליחה..
איך וויל נישט מקטרג זיין, זיכער מיינען זיי אלע גוט, אבער דאס איז א חלק פון די מגושם'דיקקייט און עם'עראצעס וואס האט לעצטענס אנגעהויעבן בושעווען אין די גאסען אויף כוח.
איך אגריע מיט דיר און אויך מיט הקטן, מען קען טרעפן מעלות און אויך (בעיקר) חסרונות, אבער למעשה איז סליחות בלויז א מנהג, נישט קיין דאורייתא און נישט קיין דרבנן און שפילן מוזיק אדער זיין פרייליך איז נישט נגד ההלכה, עס איז פשוט א געפיל זאך. אלמלי זיי וואלטן צב"ש געשפילט מוזיק אום ת"ב, וואלט מען זיי געדארפט ארויסווארפן ממחנינו ווייל דאס איז אקעגן א בפירוש'ע הלכה, אבער סליחות איז נישטא קיין שום הלכה דערקעגן, אודאי איז 'געפיל' גאר א וויכטיגער פאקטאר צו אידישקייט, אבער טאמער זיי האבן אן אנדער געפיל, האבן זיי נאכנישט עוקר געווען א הלכה אדער מ"ע אדער לאו, און מען קען זיי נאך נישט דן זיין פאר דעם,
נקוט האי כללא בידך, מען דארף אלץ קוקן וועלכע זאך זיי זענען עוקר, דאורייתא, דרבנן, מנהג, חומרא, מסורה, אדער בלויז געפיל. דער נפק"מ איז זייער גרויס.
מורינו ATUB @הוגה ATUB , דיין תגובה איז פילפאכיג ערגער פון הקטן'ס. ער שרייבט דברים של טעם, די מציאות איז אז זיי האבן משנה געווען, און די מציאות איז אז זיי האבן נישט משנה געווען ווייל זיי 'זוכן דעם אמת', נאר ווייל זיי זוכן 'באקוועמליכקייט' [במקרה הטוב. ובמקרה הרע זענען דא גענוג וואס זוכן פריקת עול]. און יא, דערפאר זענען זיי 'נעבעך'ס'.הוגה האט געשריבן:Could the comment be any more condescending? "You are great, you are amazing, they are nebech.. Let them be happy nebech". Utterly disgusting teguva, one of the worst I've seen on KS, ever
שש משזר האט געשריבן:די מציאות איז אז זיי האבן משנה געווען, און די מציאות איז אז זיי האבן נישט משנה געווען ווייל זיי 'זוכן דעם אמת', נאר ווייל זיי זוכן 'באקוועמליכקייט' [במקרה הטוב. ובמקרה הרע זענען דא גענוג וואס זוכן פריקת עול]. און יא, דערפאר זענען זיי 'נעבעך'ס'.
שש משזר האט געשריבן:אודאי זענען דא ערנסטע נארמאלע מענטשן אויך, וואס האלטן אז אונזער מהלך איז קרופטירט, און מיר האבן נישט קיין אמת'ע קשר מיט גאט, וכדו', און דערפאר זוכן זיי די נייע סטיל, אבער זיי זענען די מיעוט שאינו מצוי פון די חברה. והא ראי', מאך א קורצע סקר פון די אלע וואס באטייליגן זיך אין די 'פרייליכע' סליחות, וויפיל פון זיי דאווענען יעדן טאג מיט מנין, און נעמען נישט ארויס דעם סמארטפאון בשעת'ן דאווענען. ו[לא] תמצא נחת.
שש משזר האט געשריבן:ראוונע האט געשריבן:לדעתי איז עס זייער א געווינטשענע זאך
פארשטייט זיך פאר די וואס מיינען עס ערענסט
סאיז דא מענטשען וואס ווערן נערוועז פון לאנגע דאווענען׳ס אין נישט נאר וואס זיי ווערן נישט נתעורר ווערן זיי נאר גערעגט אין הערן נישט אויף צו קוקען אויפען זייגער
תיקון טעות: און הערן נישט אויף צו קוקן אויפן סמארטפאון.
סמבטיון האט געשריבן:הוגה, איך פארשטיי אז די ביזט געוועהן דעם מוצאי שבת ביי יודא גרין אדער זיינס גלייכן, איך פארשטיי דיין צער און אויפברויז, אבער דער קטן האט דאך אזוי שיין ארויסגעברענגט דעם ענין, וואס זאל איך דיר זאגן? ער רעד דברים של טעם, און איך זעה נישט וועכע חלק פון זיין תגובה איז פון די ערגסטע און ק"ש.
הקטן האט געשריבן:מען קען זיין נאנט צו גאט נאר מיט א שטריימל?
זעסט, דו טראכסט אזוי וואו איינער וואס איז אין די באקס.
לולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז דער גאנצער טעם וואס די השגחה עליונה האט ציגעפריט מיר זאלן גיין מיט שטריימל איז כדי צי געבען פאר די וואס ווילען קאקען אויפן סיסטעם וואס אויסציטון
זאגן סליחות אן דעם שטריימאל מאכט א סטעטמענט. (אין מיין עפיניען)
מיט די סעל-פאנ'ס האסטו א פוינט - וואו שש משזר האט שוין געזאגט, יש ויש
הוגה האט געשריבן:דזשאדזשמענטל - זיך ארויסהייבן דורך יענעם אראפקלאפן. פילן אז מ'האט די רעכט יענעם דן צו זיין.
קאנדיסענדינג - רעדן צו/פון אנדערע כאילו זיי זענען קליינע קינדער, נארנים אדער נעבעכס.
פעיטראנייזינג - רעדן צו יענעם אדער וועגן יענעם כאילו שיין אבער פון א העכערע פלאץ כאילו מ'איז בעסער, קלוגער און געזונטער פון יענעם.
(די לעצטע צווי זענען בערך די זעלבע.)
לאמיך אייך געבן אפאר דוגמאות:
פארוואס פעלט אויס צו איינטיילן און זאגן פארוואס דער אדער יענער האט עס געטון, וואס די אורזאך דערצו איז, פארוואס ער איז א רחמנות? אפילו ווען מען טוט עס צו כלומפרשט פארענטפערן יענעם און פארטיידיגן איז עס אויך נישט מענטשליך און שיין און עס מאכט יענעם פילן ווי א שוטה. דאס געשעהט פון צייט צו צייט אין געוויסע אשכולות, ספעציעל ווען עס קומט צו אזעלכע סארט טעמעס. דאס איז געווען די פירוש פון מיין תגובה.
יעצט קען מען צוריק גיין צום נושא.
אויב זענט איר פון די סארט מענטשן וואס מוזן האבן האבן דער נוסח און טעם מיט וואס איר זענט אויפגעוואקסן איז עס נישט פאר אייך. אויב מוז די נוסח פונקט שטימען כדי איר זאל נתעורר ווערן, איז עס נישט פאר אייך. אויב זענען איר א מענטש וואס איז צוגעוואוינט צו א געוויסע רוטין, איז עס נישט פאר אייך. איך בין אבער נישט אזוי. איך דאווען א יעדע צווייטע יאר ימים נוראים אין א נייע פלאץ מיט א פרישע נוסח. איך קען דאווענען איין יאר אין א ספרדישע שול מעדות המזרח וואו מען ענדיגט ראש השנה 12 אזייגער...
.