Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » א גרוס פונעם לויתן... (פרי עט הדר).

א גרוס פונעם לויתן... (פרי עט הדר).

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
4 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 56 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #9640
פרייטאג יאנואר 01, 2016 12:51 pm#315612
בנוגע דאס אז מ'קען מפרש זיין כוונת הסוגיות בענין הלויתן באופן מליצה, אז ס'מיינט געוויסע ענינים מושכליים און נישט כפשוטו, קוק דא וואו כ'האב געברענגט אזא מהלך המחשבה בשם ר"א בן הרמב"ם.

אבער איך האב אלס געוואוסט אז דאס שרייבט דער רמב"ם זעלבסט, און טאקע בנוגע די לויתן אליינס. ידידי החשוב הרב ATUB @גראדעמעכעלע ATUB האט מיר צוגעצייכנט די מקור אינעם רמב"ם [ותשוחח"ל], אין מורה נבוכים ח"ג פכ"ג, וואו ער שרייבט אז דאס וואס אין איוב ווערט געברענגט באריכות די מושג פון א לויתן, מיינט נישט כפשוטו, נאר ער האט דארט צאמגענומען אלע כוחות פון בהמות חיות ועופות ודגים, און דאס גענוצט דרך מליצה ארויסצוברענגען אז מיר פארשטייען נישט און מיר קענען נישט משיג זיין די סיבה ותכלית ואופן בריאת כל הדברים הגשמיים וכו', עיישב"ד.
דינסטאג אקטאבער 18, 2016 8:57 pm#352605
הרחמן הוא יזכנו לישב בסוכת עורו של לויתן...

שוין א גאנצע יאר אדורך זינט איך האב אפגעשריבן דעם לענגערן מאמר מקיף, לרגל חג הסוכות.


ליינט מיט הנאה.
דינסטאג אקטאבער 20, 2020 4:56 pm#460889
שש משזר האט געשריבן:בנוגע דאס אז מ'קען מפרש זיין כוונת הסוגיות בענין הלויתן באופן מליצה, אז ס'מיינט געוויסע ענינים מושכליים און נישט כפשוטו, קוק דא וואו כ'האב געברענגט אזא מהלך המחשבה בשם ר"א בן הרמב"ם.

m https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... 21&hilite= m

l viewtopic.php?p=446055#p446055 l
דאנערשטאג מאי 13, 2021 12:25 pm#473060
דער אפודי אין מו״נ (ח״ג סופכ״ג) זאגט בנוגע תארי הלויתן בספר איוב אז ״אין המכוון ממנו שיהיה שום בריה״ ע״ש.

דר. ראבּערט אייזען ברענגט אראפ פונעם פירוש אויף ספר איוב פון ר׳ זרחיה בן ר׳ שאלתיאל בן ר׳ יצחק הלוי [פונעם כתב יד] אז אין פרק מ זענען איינע פון זיינע ראיות אז ספר איוב משל היה (אזוי ווי דער רמב״ם האלט אינעם מורה ח״ג פכ״ב) פון דעם אז עס ווערן אין דעם אראפגעברענגט פיקטיווע באשעפענישן ווי דער לויתן. וז״ל בפרק מ, ״ולא יאמין בעל שכל שאלו הסיפורים יהיו נמצאים בשום בע״ח שכבר נברא או עתיד להבראות אבל רוב המשלים יסדרו בהם לעולם ענינים מבהילים ומפחידים להטות לב השומע אל כונת הדבר הנמשל.״