Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?

א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9682
דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 5:35 pm#303645
א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
כרעד נישט פון די דעמאקראטן אדער רעפובליקאנער , צו ש״ס און אגודה מרעדט פון חסידות׳ער ודומיהן , לגבי די עצם מושג , האב איך נעכטן געהאט א שמועס אין אישי מיט א גאר חשובע ניק ובתוך הדברים זאגט ער מיר

אז דו וועסט ארומקוקען אויף ק''ש וועסטו זען אז איך גלייך קיין שום פארטיי נישט, פון ב.מ.ג ביז סאטמאר ביז די מזרחניק'עס. וואס שטערקער דער פארטיי, וואס מער שפעט איך אין זיי.


האב איך אים געפרעגט פארוואס ? דהיינו איה״נ אין הכי נמי אז יעדע מקום האט זיך אירע חסרונות , אבער למעשה איז דאס א צבור אידן וואס שערן אייניגע מוסדות איז פארוואס דארף מען פארפירען קעגן דעם פארטיי גופא ולדעתי איז דאס א פגיעה פון די אלע מענטשען וואס זענען חבירים אין די פארטיי , אבער לשיטתו זעט אויס ווי עפעס איז שלעכט מיט די עצם מושג פון א פארטיי ,

עכ״פ א ענטפער האב איך נישט זוכה געווען צו באקומען מן הסתם האלט ער אז סאיז א דבר מובן מאיליו אבער למעשה בלייב איך מיטן נישט וויסען , איז אפשר קען מיר דא די עולם מסביר זיין , יישר כח .
דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 5:53 pm#303650
אין מיין אפיניען איז א פארטיי גוט ווילאנג עס איז אוועק געשטעלט אויף אן אופן אז טאמער איינער איז נישט העפי דארטן זאל ער גרינג קענען טרעפן א וועג ארויס אן קיין שווערע נאכפאלגן.
דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 6:15 pm#303652
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
וואס הייסט אוועקגעשטעלט אויף אן אופן ? מיין פארטיי למשל לויפט קיינעם נישט נאך ווען איז מחליט צו אריגערגיין צו א אנדערע פארטיי , סקען זיין פרעשור פון משפחה אדער פריינט , איז דען דא א פארטיי וואס לויפט נאך מענטשען , ווי עס זאל נישט זיין אויב איז דא אזא מציאות איז דאס ס״ה נאך א פראבלעם וואס די פארטיי האט וכמו שכתבתי.
דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 6:37 pm#303655
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
די פראבלעם איז אז ווען א מענטש איז אין א פארטיי איז שווער צו האבען אן אייגענע מיינונג
דאס איז די פראבלעם אויפן שפיץ גאפל
דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 6:41 pm#303656
אייגענע מייננג אהין אייגענע מיינונג אהער, ווילאנג דער פערזאן איז צופרידן מה איכפת לי?!
דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 6:46 pm#303657
ירא שמים האט געשריבן:וואס הייסט אוועקגעשטעלט אויף אן אופן ? מיין פארטיי למשל לויפט קיינעם נישט נאך ווען איז מחליט צו אריגערגיין צו א אנדערע פארטיי , סקען זיין פרעשור פון משפחה אדער פריינט , איז דען דא א פארטיי וואס לויפט נאך מענטשען , ווי עס זאל נישט זיין אויב איז דא אזא מציאות איז דאס ס״ה נאך א פראבלעם וואס די פארטיי האט וכמו שכתבתי.

אט דאס מיינט אוועקגעשטעלט. טאמער גייט זיין פרעשור פון משפחה ווען דער אינדעווידועל לאזט אפ זיין פארטיי הייסט דאס אז דער פארטיי איז אוועק געשטעלט אויף אן אופן וואס מען קען "נישט" פארלאזן די פארטיי. עס מאכט בכלל נישט אויס ווער דער דירעקטער גורם פון די קאנסעקוטענסן איז, א פארטיי אין וואס זיינע מענטשן זענען באין ברירה צוגענאגלט דערצו איז פראבלעמאטיש וטוב לו שלא נברא משנברא.
דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 8:39 pm#303664
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
וואס דארף די פארטיי טוען אז סדא טאטעס וואס האבן נישט קיין שכל ?
דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 9:05 pm#303666
איך ווייס נישט וואס. אזוי ווי א פליגער דארף זיך באווארענען פון סכנות דורך זאכן וואס האבן נישט קיין שכל, דאס זעלבע א פארטיי. און אז זיי קענען נישט זאלן זיי נישט עקסעסטירן, עס איז נישט גענוג וויכטיג אז עס זאל זיך לוינען צו צאלן אזא פרייז.
פרייטאג אקטאבער 09, 2015 12:46 am#303684
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
יעדער זאך האט מעלות און חסרונות
מעלות פון א פארטיי
1 שטעלן צו סערוויס ווי מוסדות וכו'
2 ווי נישט ווי זענען די אדמורי"ם מער פארשטענלך ווי סתם רבנים וואס האבן נישט קיין קהילה אונטער זיך (למשל גאלאנטע וכו')

חסרונות
1 זיי זענען בעלי בתים אויף דיר אין א געוויסע זין
2 מען מוז זיך צושטעלן צו דער סיסטעם פון די פארטיי

עס איז נאך דא אסאך (כהאב נישט קיין נערווין יעצט ביינאכט) דער עולם איז מכבוד מיט צולייגן

אזוי ווי ביי יעדער זאך דארף מען נעמען די פרא'ס ענד קאנ'ס און אויף דעם בויען אן החלטה

Sent from my LG-P659 using Tapatalk
פרייטאג אקטאבער 09, 2015 2:11 am#303698
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
איך וועל דא מגלה זיין אז איך בין דער ניק פון אישי, און איך האב גע'ענטפערט, אבער כנראה איז עס ערגעץ פארלוירען געגאנגען.
דער שלעכץ פון פארטיי איז ווייל ס'איז א טערמין פון שקר. אלע מושגים פארלירען זייער אמת'ער באדייט און ווערען פארוואלגערט אינ'ם אינטערעס'ן פונ'ם פארטיי. תלמיד חכם מיינט נישט קענען תורה, נאר דער וואס ס'פעלט אויס פאר די פארטיי, שמחת יום טוב מיינט זיך רייבען אקסל'ן מיט יענעם אויפ'ן פארענטשע'ס צוקוקענדיג ווי יענער עסט זיך אפ א סעודה, הלכה איז נאר געפסקנ'ט מיט די אינטרס'ן. אפילו פראסטע גשמיות'דיגע זאכען ווערען פארוואלגערט אין שקר. יעדער וויזניצער חסיד וועט דיר זאגען וועגען די הערליכע כח הנגינה פון וויזניצער רבי'ס. נאך דעם גיי הער א טייפ פון ר' חיים מאיר'ל און זאג מיר צו ער האט געקענט צו נישט. וכהנה וכהנה.
שקר איז שלעכט אפילו מענטשען פאסמאקעווען צומאל דערין. דער זיסער געשמאק פון זיך לעבען אין די פאנטאזיע פון א חברה איז די איינשלעפען וואס דער שקר טוט צו א מענטש איהם נישט צו לאזען איינזען די אמת.
פרייטאג אקטאבער 09, 2015 2:17 am#303699
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
ועוד וויל איך זאגען פאר די אלע וואס רעדען פון נישט ארויסגייען פון ע פארטיי. אין אסאך פארטייען געפונט זיך א סיניסטע''ר סיסטעם אויפצושרעקען מענטשען פון זיך אפשאקלען. איך האב געזען א מאמר פון אהרן פריעדמאן פון בעלזא קעגען די 'זוכער'ס', וואס ער 'ווייסט פון עקספעריענ''ס' ווי ס'שאדט זייער לעבען דאס זוכען אין א פרעמדע ארט. אין אנדערע פלעצער פרעדיגט מען אז ס'קומט פון פגם הברית. אין א דריטע פלאץ האט מען א פראבלעם פון 'הכרת הטוב', כאילו רעכט און אומרעכט האט מיט הכרת הטוב צוטוהן. ס'איז גארנישט אזוי אומשולדיג. ס'טוט זיך א שטארקען טרור אינ'ם פארטיי געזעלשאפט
פרייטאג אקטאבער 09, 2015 3:08 am#303702
ליטוואק, דו ביסט נאטורליך און ארגינעל.
פרייטאג אקטאבער 09, 2015 3:33 am#303703
מיינע צוויי צענט.

עס זענען דא פאריקטע הנהגות (מיט וואס די אשכול האט זיך אנגעהויבען) און עס זענען דא פאריקטע מענטשען (וואס ATUB @moshav zekeinim ATUB האט צוגעלייגט).

אמאל קען א קהלה אויפקומען מיט א משוגעת, וואס האט נישט קיין שום מקור, דינט נישט קיין שום פערפעס, בסך הכל האט די רעביצען זיך אויסגעדריקט בניחותא אויף א געוויסע משוגעת און די רבי האט זיך צושמייכעלט, היידא א נייע עדישאן, אנשי מעשה מוטשעטס ענק מיט נאך איינס, אבער פארוואס,פארוואס פארברענען אזויפיל ענערדזשי און כוח און ניטאמאל באקומען שכר דעראויף?

וואס יא, אלעס האט מיט די הכרה, איינמאל א מענטש ווייסט און פארשטייט חובתו בעולמו, וואס איז א עיקר וואס איז א טפל, קען ער בלייבן טרינקען קאווע און שמועסן מיט געצל איבער אבאמא אין ביהמ"ד, מסביר זיין פאר מעכליןנפלאות הבורא פאר קבלת שבת, גאסיפן אויף אייוועלט, שעלטן די סיסטעם אויף קאווע שטיבל, עס איז ממש גארנישט וואס קהלות פארלאנגען פון עמך יודן אויף א טאג טעגליכן פארנעם, עס איז נאך קיינער נישט ארויסגעפאלן פארן נישט זיך שאקלען אויף פארענטשעס, געווענליך אז די ביסט נישט בועט, קענסטו זיך בויען דיין אייגענע סביבה ארום זיך.

איי וואספארא גוטס ברענגט א פארטיי?
1 מוסדות.
2 סאשעיל סערוויסעס.
3 א גוטע פרעים פאר ליידיגע קעפ.
4 ועל כולנה מענטשען גלייכן נישט צו דארפען מאכן דעסישענס אליינס (קוק מיין חתימה), מען שרייבט איין די קינדער און די מוסדות ביי די צוויי אהאלב, און דאס איז עס ביז די אכצען, די דף לערנט מען וואס די רבי האט באפוילען, פלייש קויפט מען ביי די מוסדות, אזוי אז וואס דער רבוש"ע קען נאר ווילן בין איך שוין באזארגט.


בנוגע די פארוקטע עלטערן וואס ATUB @moshav zekeinim ATUB האט דערמאנט, לדעתי האט דאס גארנישט מיט אידישקייט, דאס זענען מענטשן וואס אינטימידעטן זייערע קינדער על לא דבר, על לא דבר?!? עס איז דאך ברא כרעא דאבוה, אוודאי א פיסל, צו וואס? צו א שעווערע לאסט וואס ברענגט אים גארנישט, הנח להם אז נישט די געהויבענע טישן וועט ער אינטימעדעטן פארן נישט טרונקען ציגן מילך, עס איז פערסאנעליטי, האט זילטש מיט תורה ומצוות
פרייטאג אקטאבער 09, 2015 3:50 am#303704
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
(מיין חתימה פאר טאפאטאלק באנוצער:

רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .

-זיגמונד פרויד)
פרייטאג אקטאבער 09, 2015 7:40 am#303708
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
מיין נקודה איז אז שקר איז בעצם שלעכט, אפגעזעהן פון די תוצאות דערפון.
אבער לגבי די באקועמליכקייט קען עס אויך זיין א פראבלעם. א ציבור וואס לעבט יארען אן קיין אחריות ווערט שוואך. מענטשען פארלירען זייער כוחות. נישט אלע מענטשען זענען אזוי דום. גענוג און נאך וואלט'ן זיך געקענט אן עצה געבען מיט עפענען מוסדות, בויען א בית המדרש, פסקנ'ען א הלכה און ערלעדיגען וועטשערע פאר'ן קימפעטורען. מיר האבען אן איבערפלוס פון ארגאניזאציעס וואס דינען א ציל ארויסצונעמען די כוחות פון דער מענטשהייט. דאס איז נישט נאר ביי פארטייען, דאס איז אין די ברייטע ציבור אויך. מ'ווערט אויסגעשפארט פון שטוב, קלינגט מען נישט קיין שלעסער, מ'קלינגט חברים. מ'דארף נישט מאכען 'טריפ''ל איי', מ'פארלאזט זיך אויף חברים. מ'דארף נישט זארגען אויף עסן אין שפיטאל, ווייל ביקור חולים נעמט קע''ר דערפון. וואס איז אזוי שווער זיך אליינס צו ערלעדיגען פרישטיק פון א געשעפט? וכן ביי א סאך אנדערע זאכען. איך האב געליינט אין צייטונג אז ס'האט זיך געגרינדעט אן ארגאניזאציע צו העלפען מענטשען מאכען שמחות. מיט וואס? מיט געבען רייד''ס אויפ'ן טאג פון א שמחה. אנטשולדיגט?! ס'איז נישט דא קיין קאר סערוויס?! פארוואס דארף מען מאכען מענטשען הינקעדיג? א פארטיי וואס שטעלט אלס צו, פארשאפט מענטשען וואס דארפען הילף צו בינדען די שיך (אפשר וועגען דעם איז איינגעפיהרט ביי מאנכע פארטייען צו גייען האלבע שיך, וואס מ'דארף נישט צובינדען!). די מעלה איז גאר די חסרון.
פרייטאג אקטאבער 09, 2015 10:57 am#303725
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ'דארף נישט זארגען אויף עסן אין שפיטאל, ווייל ביקור חולים נעמט קע''ר דערפון. וואס איז אזוי שווער זיך אליינס צו ערלעדיגען פרישטיק פון א געשעפט?


איך בין נייגעריג צו ביסט שוין אמאל געווען מיט א חולה אין שפיטאל, ווייל טאמער יא ווייסטו מסתם אז נאכן אפזיצן א גאנצע נאכט אין עמערדזשענסי רום אדעם אין icu האט מען נישט די קאפ אויפן פלאץ און נישט די מעגליכקייט צו קער נעמען פון עסן פון זיך, יא אין אזא מצב איז שווער צו ערלעדיגן פרישטיג פון א געשעפט, שוין אפגערעדט אז אסאך פון די שפיטעלער זענען היבש ווייט פון געשעפטן מיט א השגחה וואס דער באטראפענער וואלט געגעסן.
פרייטאג אקטאבער 09, 2015 11:10 am#303728
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
איך זאג נישט אז ס'האט נישט קיין תועלת, אבער דער רוב, זאגאר ניינציג פערצענט אין מיין השערה, איז עס נישט גוט. איך האב געוויילט אפאר מאנאטען אין א שפיטאל ווייט פון א ביקור חולים צום זאך און מ'האט זיך אן עצה געגעבען. מיט הילף פון אנדערע, אבער נישט ארגאניזאציע'ס. אז מ'גייט מעסטען דער תועלת כלפי דער הפסד וועט מען קענען רעדען, אבער ס'איז ווייט פון באשטעטיגט אז ס'איז א פאזיטיווע ערשיינונג.
פרייטאג אקטאבער 09, 2015 5:28 pm#303756
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
מקען אזוי קלערן וועגן די עצם מושג פון חסד און צדקה פארוואס זאל איך אים געבן געלט אדער אים העלפן וואס דאס וועט רעדעצירן ביי אים די שטופ פון זיך אליין א עצה געבן.
פרייטאג אקטאבער 09, 2015 5:32 pm#303757
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
סדא א דעת ההמון אז א מענטש אהן א קאמיוניטי שפירט זיך אפגעריסען , משא״כ א מענטש וואס האט א קהילה שפירט ער אז ער האט א נעסט און ער שפירט זיך בעסער , איז דאס ריכטיג ?
פרייטאג אקטאבער 09, 2015 6:08 pm#303759
אז יעדער איז כמו אינווייניג שפירט זיך דער וואס איז נישט "אינווייניג" כאילו ער איז "אינדרויסן". א געפיל פון רידזשעקשן בסך הכל
מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 11:44 pm#303791
ירא שמים האט געשריבן:מקען אזוי קלערן וועגן די עצם מושג פון חסד און צדקה פארוואס זאל איך אים געבן געלט אדער אים העלפן וואס דאס וועט רעדעצירן ביי אים די שטופ פון זיך אליין א עצה געבן.




זאגסט דאך אזוי גוט, וכן מבואר אז דאס איז טאקע די גרעסטע דרגא פון צדקה, צו מאכן א שותפות, אדער העלפן אויף אן אנדערע אופן, א נצרך זיך צו שטעלן אויף די פוס, צו זיין סעלף סופישענט, כדי שלא יצטרך לידי אחרים.
מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 11:54 pm#303793
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
וכבר שמעתי מפי הוואודרידזש'ע רב שליט''א 'שקר אין לו רגלים. אין די פארטייען און חבורות פון שקר, קודם האקט מען דיר אפ די פיס, כדי דו זאלסט נישט קענען אנטלויפען. דערנאך ארבעט דער פארטיי. דער דרך פון אמת איז מחנך אז מ'זאל קענען שטייען דערנאך אויף די אייגענע פיס און לעבען מיט זיך'. ודפח''ח.
מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 11:57 pm#303794
עס איז אמת בלי שום ספק
זונטאג אקטאבער 11, 2015 12:18 am#303796
האמת ניתן להיאמר, לדעתי איז ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB הייליג גערעכט אינעם רעיון, אהן אריינצוגיין און דעם פרט אדער יענע פרט, די געדאנק איז, פארוואס פעלט אויס אזויפיל דיפענדענסי אויפן כלל, פארוואס פעלט אויס צו הייערען אזויפיל עסקנים, און באמת יעדע זאך מיט וואס מען איז מער דיפענדענט נעמט אוועק פון דיין אינדעווידועליטי.

נאר וואס איך האב געשריבן איז אויף למעשה, מען קען אסאך מאל טרעפן יוגלייט אנגעגעסען אויפן סיסטעם, אנגעזויערט, פארוואס דארף איך דעס פארוואס יענץ, גיב אים א פרעג נו פארוואס ביזטו דא, ווייל טאטע מאמע ברודער שוויגער, עכ"פ אויף למעשה איז ער דא און איז סטאק כפי לשונו, אויף דעם האב איך געשריבען, אז למעשה איינמאל מען האט די הכרה, מען האט די קאפ אויפן פלאץ, ווייסט מען אז זייער ווייניג זאכען שטייען און וועג, און דע פאר קלייניקייטן וואס בלייבן יא איבער איז גרינגער מיטצוגיין ווי רעבלען און זיין אנגעגעסען.
זונטאג אקטאבער 11, 2015 12:21 am#303797
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
פארוואס הייסט די פייגל חסידה מיט די נאמען זאגט רשי שהיא עושת חסד עם חברותיה איי פארוואס איז עס טרף יש מתרצים ווייל דוקא עם חברותיה אבער מיט אנדערע נישט האב איך געהערט פון איינען אז דאס איז די סיבה פארוואס די פארטייען רופן זיך היינט חסידות.
זונטאג אקטאבער 11, 2015 12:24 am#303798
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
די צווייטע חלק ווי איך שרייב די גוטע חלקים פון א סיסטעם איז פשוט ווי אזוי איך זע אז זאכן דעוועלעפן זיך, די ליכטיגע זייט דערפון, וואס שלעפט צו מענטשען דערצו.
זונטאג אקטאבער 11, 2015 12:33 am#303801
אהרן, אין איין ווארט: דו האלסט אויך אז פארטייען איז פראבלעמאטיש נאר האסט געטראפן א עצה פאר דעם פראבלען אז מען זאל האלטן דעם קאפ אויפן פלאץ, און מיט די איבעריגע פארטיי פראבלעמען פון וואס מען קען זיך נישט ארויס דרייען זאל מען פשוט משלים זיין, ווייל עס איז בעסער ווי צו זיין אנגעגעסן. שיין זעען די פארטייען אויס מיט אזא התנצלות
זונטאג אקטאבער 11, 2015 12:41 am#303802
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
ריכטיג, אבער די פארטייען האבען גארנישט דערפון ווייל דע מענטשען גייען נישט מיט און זיי ברענגען נישט קיין שום וואליו פאר די די פארטייען חוץ העכערע נאמבערס פון תלמידי המוסדות.
זונטאג אקטאבער 11, 2015 7:55 am#303830
ער הייבט אן ווי א צדיק אז ער מיינט במ'ג. און ענדיגט מיט ליצנות אויף חסידים. קשוט עצמך תחילה
זונטאג אקטאבער 11, 2015 1:06 pm#303851
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
הייבט אן ווי א צדיק? במג איז די ווייניגסטע פארטיי כלפי אנדערע פרומע פארטייען, רוב מענטשען וואס ברעכן פון א סיסטעם וואלטן זיך מחי׳ געווען מיט א במג מסגרת.
זונטאג אקטאבער 11, 2015 1:15 pm#303852
בארעדען ב.מ.ג. איז א צדקות, נאר כאסידעס נישט, פארשטייסט?!

דערווייל בין איך א קנאפער ב.מ.ג. מענטש, נאר רוב איינוואוינער אין לעיקוואוד האבען זיי אין דערערד. ובפרט די תלמידי חכמים. מ'זיצט דארט, און מ'נעמט פון זיי, אבער נאר קליינקעפיגע מיט אלטער זעצער'ס און בעלעבתים וואס לערנען נישט דארט קוקען אן זייער הצלחה דורכ'ן ווינקעל פון ב.מ.ג.. אלע אנדערע קוקען זיי אן ווי פאליטיקאנטען און פארטיי פיהרער'ס. ווען ס'איז נישט נוגע למעשה שטיצט מען, אבער נישט ווען ס'איז נוגע למעשה. עי' ערך 'חדר אוו לעיקוואוד'.
זונטאג אקטאבער 11, 2015 8:39 pm#303905
א פארטיי איז די סוד ההצלה וההצלחה פון די זיבוריות.
סיי די הויעך געשעצטע וואס פאר כבוד הפארטיי זענען זיי גרייט צו טוהן אלעס, און סיי פאר די נדכאים און נעבעך'ס, וואס קיינער וואלט זיך נישט אומגעקוקט אויף זיי ווען נישט זיי געהערן צו די פארטיי.
זונטאג אקטאבער 11, 2015 9:34 pm#303928
שלום עליכם ATUB @קאווע טרינקער ATUB
זונטאג אקטאבער 11, 2015 10:27 pm#303937
הוא אשר דברתי דער גאנצע ציל דא איז חוזק'ן פון חסידות ער ניצט במג פאר כשר ח' פיסל
מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:59 pm#305430
יענער שבת האב איך געזען א העכסט אינטרעסאנטער העמק דבר אויפ'ן דור הפלגה. ס'ליגט מיר אין קאפ אז ס'איז מפורסם, אבער ס'איז כדאי איבערצוקוקען.


וראשו בשמים. זה ודאי לא יעלה עה"ד שיהיה עיר אחת לכל העולם אלא כסבורים שיהיו כל הערים סמוכות וטפלות לאותו העיר שבה המגדל ויהיה המגדל לצפות ממנו למרחוק אחר כל הישוב שלהם שלא יהיו נפרדים בארץ אחרת. ע"כ נצרך שיהיה ראשו בשמים:
ונעשה לנו שם. אנשים משגיחים וממונים על הדבר ויהיו שרי צבא להעניש את העובר. דבל"ז אינו מועיל המגדל. וכ"ז היה לחשש. פן נפוץ על פני כל הארץ. אמנם יש להבין מה חששו אם יצאו כמה לארץ אחרת. ומובן שזה היה שייך לדברים אחדים שהיה ביניהם ובאשר אין דעות ב"א שוים חששו שלא יצאו ב"א מדעה זו יהיו במחשבה אחרת ע"כ היו משגיחים שלא יצא איש מישוב שלהם. ומי שסר מדברים אחדים שביניהם היה משפטו לטריפה כאשר עשו לא"א. נמצא היו דברים אחדים שביניהם לרועץ שהחליטו להרוג את מי שלא יחשוב כעתם. ויבואר עוד להלן ו':


הן עם אחד. משמעות עם היינו במנהג אחד כמש"כ להלן כ"ח ג' בפי' והיית לקהל עמים:
וזה החלם לעשות. עתה אינו אלא התחלת דבר עבירה במה שרוצים שיהיו בישוב אחד:
ועתה לא יבצר מהם כל אשר יזמו לעשות. אם יגמרו המגדל יבואו למחשבה שניה למנוע בע"כ הנבדל ממחשבתם זו. וזהו דבר רצח ושוד המשחית את הישוב לגמרי ולזה לא מועיל מה שכעת המה מתאחדים בדעה (וזה שצעק ירמיה הנביא (ג') מה תיטיבי דרכך לבקש אהבה וגו' גם בכנפיך נמצאו דם נפשות אביונים נקיים לא במחתרת מצאתי כי על כל אלה. פי' שהיו בימיו אגודות והיו מתפארים שהמה באהבה ושלום יותר מכל בני אדם. ואמר הנביא כי לא כן שהרי גם בכנפיך נמצאו דם נפשות נקיים ולא משום איזה גניבה וכדומה אלא משום שלא היה באגודתכם. ממצא באה אגודתם לרציחה ואין בזה שבח של שלום אלא באופן שיהיו נזהרים גם מלעשות רעה עם מי שאינו באגודתם:):


והדברים קילורין לעינים.
דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 10:39 pm#305659
א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
כהאב מיך געוואונדערט פון וואו נעמט זיך די לשון העולם פון באלאנגען און די גרויסע צורך פון באלאנגען, הנה וואס כהאב געטראפן דורך א לינק פון הקטן
m https://en.m.wikipedia.org/wiki/Belongingness m
דינסטאג אוגוסט 09, 2016 7:05 am#345042
Look at the tyranny of party -- at what is called party allegiance, party loyalty -- a snare invented by designing men for selfish purposes -- and which turns voters into chattles, slaves, rabbits, and all the while their masters, and they themselves are shouting rubbish about liberty, independence, freedom of opinion, freedom of speech, honestly unconscious of the fantastic contradiction; and forgetting or ignoring that their fathers and the churches shouted the same blasphemies a generation earlier when they were closing their doors against the hunted slave, beating his handful of humane defenders with Bible texts and billies, and pocketing the insults and licking the shoes of his Southern master."
- "The Character of Man," inserted in autobiographical dictation 23 January 1906. Published in Autobiography of Mark Twain, Volume 1 (University of California Press, 2010)
זונטאג אקטאבער 15, 2017 6:46 pm#386558
איך האב במשך יו"ט אביסל געליינט אין דעם ספר 'פולמוס המוסר' וועגן די מחלוקת'ן וואס האבן פאסירט צוליב מוסר אין ליטא. דארט האב איך געזען אן אריכות'דיגע מאמר, גע'חתמ'עט דורך אפאר רבני ליטא ובתוכם ר' איצעלע פאנאוויעזער, וועגן די שעדליכקייט פון דער מוסר באוועגונג. זיי טענה'ן אז דער מאמר איז פארפאסט געווארן דורך יענקל ליפשיץ.

עכ"פ דארט רעדן זיי ארום די סכנה פון א כתה אין אידישקייט. זיי זאגן אז אין יעדע קהלה איז דא חברות, חברה ש"ס, חברה עין יעקב, חברה ביקור חולים און חברה קרבן עצים (פאר האלץ אין ווינטער פאר ארימעלייט). אבער קיין כתה זענען זיי נישט. פארוואס? ווייל יעדער טוט זיינס פאר זיין צוועק, קיינער קוקט נישט אראפ אויף יענעם. ווען אבער א חברה שטעלט זיך אוועק אז נאר זיי ווייסן און נאר זיי זענען גערעכט און יעדער מוז זיי נאכטאנצן (דער וואס איז באהאווענט אין מוסר ווייסט וואס דאס מיינט "די וועלט לעבט אין א טעות"), איז עס שוין א כתה.

אט האט מען א יסוד אין די שקר פון פארטיי. ווען א ברסלב'ער פרעדיגער קען זאגן אז דער וואס רעדט אקעגן אומאן איז עס ווייל ער באהאלט א שווערע זינד, ווען א גרופע קען באטיטלען א צווייטן אלס אפיקורסים פאר'ן נישט אננעמען זייער שיטה"ק, ווען א מחלוקת אין הלכה מאכט הפגנות אין גאס, ווען א חילוקי דעות גליטשט ביז צו חילוקי לבבות, ווייסט מען אז מ'איז אין פארטיי טעריטאריע.
זונטאג אקטאבער 15, 2017 9:32 pm#386569
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
דער בעל משנת שכיר שרייבט דאך אי
(פאר דעם היינטיגע דור אשר לא ידע זיין נאמען אין געווען ישכר שלמה טייכטאהל, ער האט זיך געהאלטען פאר א תלמיד פונעם הייליגען מנחת אליעזר.)
זונטאג אקטאבער 15, 2017 9:48 pm#386570
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
עס ווערט געברענגט דאך געברענגט אינעם ספר תיקון עולם א בריוו פונעם בעל משנת שכיר וואס ער שרייבט ששמעתי מרב גאון וקדוש מארץ פולין (קבלתי פונעם וואדרידזש׳ער רב אז ער מיינט דעם בעלזער רב) אז דאס רעיון האגודה האט מבטל געווען דאס זיין סתם א איד ווי אברהם אבינו איז געווען א איד.

איז ער מסביר אז דער פארטיי הייסט לערנען א שיעור אין גמרא לערענט מען עס דאך, און ווען די פארטיי געט ארויס א צייטונג דארף מען דאך אויך ענדיגען דעם צייטונג יעדע וואך. (דאס מיינט נישט אז ער האט נישט געלאזט ליינען קיין צייטונגען).

(פאר דעם היינטיגע דור אשר לא ידע זיין נאמען אין געווען ישכר שלמה טייכטאהל, ער האט זיך געהאלטען פאר א תלמיד פונעם הייליגען מנחת אליעזר, וואס אפילו בשנת תש״ב ווען ער האט ארויסגעגעבן זיין ספר אם הבנים שמחה האט ער געדארפט איינזעצן אז זיין רבי וואלט ווען אויך אזוי געהאלטן ווייל ער האט זיך נישט געוואלט מחלק זיין מיט זיין רבי׳ן.)
מאנטאג אקטאבער 16, 2017 11:52 am#386619
ראש הכולל האט געשריבן:עס ווערט געברענגט דאך געברענגט אינעם ספר תיקון עולם א בריוו פונעם בעל משנת שכיר וואס ער שרייבט ששמעתי מרב גאון וקדוש מארץ פולין (קבלתי פונעם וואדרידזש׳ער רב אז ער מיינט דעם בעלזער רב) אז דאס רעיון האגודה האט מבטל געווען דאס זיין סתם א איד ווי אברהם אבינו איז געווען א איד.

איז ער מסביר אז דער פארטיי הייסט לערנען א שיעור אין גמרא לערענט מען עס דאך, און ווען די פארטיי געט ארויס א צייטונג דארף מען דאך אויך ענדיגען דעם צייטונג יעדע וואך. (דאס מיינט נישט אז ער האט נישט געלאזט ליינען קיין צייטונגען).

(פאר דעם היינטיגע דור אשר לא ידע זיין נאמען אין געווען הרה"ג ר' ישכר שלמה טייכטאהל זצ"ל, ער האט זיך געהאלטען פאר א תלמיד פונעם הייליגען מנחת אליעזר, וואס אפילו בשנת תש״ב ווען ער האט ארויסגעגעבן זיין ספר אם הבנים שמחה האט ער געדארפט איינזעצן אז זיין רבי וואלט ווען אויך אזוי געהאלטן ווייל ער האט זיך נישט געוואלט מחלק זיין מיט זיין רבי׳ן.)

דאס לעצטע מאהל איך האב געלערנט זיינע ספרים {צופעליג דעם יום טוב} איז מיר אויסגעקומן אז ער קומט כאטש אזא טיטל
כנלענ"ד
מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:28 pm#386643
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
סקרן האט געשריבן:
ראש הכולל האט געשריבן:עס ווערט געברענגט דאך געברענגט אינעם ספר תיקון עולם א בריוו פונעם בעל משנת שכיר וואס ער שרייבט ששמעתי מרב גאון וקדוש מארץ פולין (קבלתי פונעם וואדרידזש׳ער רב אז ער מיינט דעם בעלזער רב) אז דאס רעיון האגודה האט מבטל געווען דאס זיין סתם א איד ווי אברהם אבינו איז געווען א איד.

איז ער מסביר אז דער פארטיי הייסט לערנען א שיעור אין גמרא לערענט מען עס דאך, און ווען די פארטיי געט ארויס א צייטונג דארף מען דאך אויך ענדיגען דעם צייטונג יעדע וואך. (דאס מיינט נישט אז ער האט נישט געלאזט ליינען קיין צייטונגען).

(פאר דעם היינטיגע דור אשר לא ידע זיין נאמען אין געווען הרה"ג ר' ישכר שלמה טייכטאהל זצ"ל, ער האט זיך געהאלטען פאר א תלמיד פונעם הייליגען מנחת אליעזר, וואס אפילו בשנת תש״ב ווען ער האט ארויסגעגעבן זיין ספר אם הבנים שמחה האט ער געדארפט איינזעצן אז זיין רבי וואלט ווען אויך אזוי געהאלטן ווייל ער האט זיך נישט געוואלט מחלק זיין מיט זיין רבי׳ן.)

דאס לעצטע מאהל איך האב געלערנט זיינע ספרים {צופעליג דעם יום טוב} איז מיר אויסגעקומן אז ער קומט כאטש אזא טיטל
כנלענ"ד


שיין אז דו לערענט זיינע ספרים ווייל די וועלט ווייס נישט פון זיינע ספרים און זיינע אייניקלעך וואס זענען מוציא לאור די ספרים זענען פארנומען מיטן ספר אם הבנים שמחה, וואס דער לעצטער ליובאוויטשער רבין האט זיי אסאך חיזוק געגעבן וועגן דעם ספר וד״ל
דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 12:15 pm#386644
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
די אייניקלעך זענען פארנומען מיט בראקל טשיקען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך יוני 05, 2019 11:00 pm#431675
פארטייאישקייט
ATUB @נקודת-אמת ATUB 'ל האט זיך געדרייט אין שטיבעלע, און אזוי ארום קומט ער אן אריין אין צימעס צום אשכול אויפ'ן פארוועזענע בעלזע 5 מיליאן דאלער'דיגע קאמפיין
און פון דארט אהער און אהין טרעפט ער א לינקעלע וואס האט מגלה געוועהן א גאנצער אשכול אויף סוגיית הפארטייען למינהם.
אודה ולא אבוש, אז פון מיין פאזיציע וואו איך האב איצט געליינט דער גאנצער אשכול שמעקט מיר אויך אביסל אז ווען ידידינו הנכבד ר' ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB רעדט פון פארטייען מיינט ער צו זאגן 'חסידאקעס'
נאר ס'פאסט דאך נישט צו זיין אזא ראסיסט ווי טראמפ'ן ימש"ו ;) אש על כן פאליטיקלי-קארעקט האט עם באפוילן צו שרייבן 'פארטייען',
ואם שגיתי (כלו' שהוא מכיר בפארטיי ליטאית אמיתית אחת, ולהיפך חצר חסידית אחת {מלבד וואודרידזש וגלילותיה} שאינה כ"כ פארטייאיש) ה' הטוב יכפר.
וכמו ATUB @בן פרצי ATUB שליט"א וואס טענה'ט אז ווען מ'זאגט כבוד בית בעלזא מיינט דאס כבוד שמים, אבער להיפך.

ולעצם הנידון שבהפארטייען והמסתעף, אכתוב מה שאמר לי חכם אחד, וזה היה לשונו הזהב בערך:
דע לך בני, כי גם אנוכי הייתי בכל לבבי נגד הפארטייאישקייט והפארטייען בכלל, על כל מעלותיהן וחסרונותיהן,
עד שזימנה יד ההשגחה העליונה תחת ידי ספר שכתב הרב משה בער בעק לרפו"ש פון מאנסי,
און דארט שרייבט ער ארום בארוכה (בפתיחת הספר, און די ערשטע פרקים, און נאך אינערוויינוג)
די חורבן הדור וואס אלעס זענען די פארטייען שולדיג, און וויפהל א מענטש דארף זיך אזוי מרחק זיין פון די פארטייען
(שטייט'זיך, א חוץ זיין אייגענעם פארטיי)

האט אויסגעפיהרט יענעם חכם:
יונגערמאן, אז דעם איז אזוי וויכטיג מיר זאלן זיין אנטקעגן די פארטייען, וויסן מיר שוין וועלכער צד דארפן מיר נעמען...
מיטוואך יוני 05, 2019 11:30 pm#431677
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מיין נקודה איז אז שקר איז בעצם שלעכט, אפגעזעהן פון די תוצאות דערפון.
אבער לגבי די באקועמליכקייט קען עס אויך זיין א פראבלעם. א ציבור וואס לעבט יארען אן קיין אחריות ווערט שוואך. מענטשען פארלירען זייער כוחות. נישט אלע מענטשען זענען אזוי דום. גענוג און נאך וואלט'ן זיך געקענט אן עצה געבען מיט עפענען מוסדות, בויען א בית המדרש, פסקנ'ען א הלכה און ערלעדיגען וועטשערע פאר'ן קימפעטורען. מיר האבען אן איבערפלוס פון ארגאניזאציעס וואס דינען א ציל ארויסצונעמען די כוחות פון דער מענטשהייט. דאס איז נישט נאר ביי פארטייען, דאס איז אין די ברייטע ציבור אויך. מ'ווערט אויסגעשפארט פון שטוב, קלינגט מען נישט קיין שלעסער, מ'קלינגט חברים. מ'דארף נישט מאכען 'טריפ''ל איי', מ'פארלאזט זיך אויף חברים. מ'דארף נישט זארגען אויף עסן אין שפיטאל, ווייל ביקור חולים נעמט קע''ר דערפון. וואס איז אזוי שווער זיך אליינס צו ערלעדיגען פרישטיק פון א געשעפט? וכן ביי א סאך אנדערע זאכען. איך האב געליינט אין צייטונג אז ס'האט זיך געגרינדעט אן ארגאניזאציע צו העלפען מענטשען מאכען שמחות. מיט וואס? מיט געבען רייד''ס אויפ'ן טאג פון א שמחה. אנטשולדיגט?! ס'איז נישט דא קיין קאר סערוויס?! פארוואס דארף מען מאכען מענטשען הינקעדיג? א פארטיי וואס שטעלט אלס צו, פארשאפט מענטשען וואס דארפען הילף צו בינדען די שיך (אפשר וועגען דעם איז איינגעפיהרט ביי מאנכע פארטייען צו גייען האלבע שיך, וואס מ'דארף נישט צובינדען!). די מעלה איז גאר די חסרון.

גוט געזאגט. איך קען נאר נישט גלייבן אז ליטוואק האט עס געשריבן. ליטוואק איז דאך א לינקער! זייט ווען זענען די לינקע באזארגט פאר די קאנסעקווענצן פון 'הענדאוטס'? אבער זעהט אויס ווען ליטוואק דארף אריינרייסן אין די חסידים קען מען טוישן די אלגעמיינע פרינציפן.....
דאנערשטאג יוני 06, 2019 8:18 am#431686
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
פארטיי האט זיך אנגעהויבען ביי חסידים, אמת. אבער צוביסלעך שטופט עס זיך אריין אומעטום. אין אמעריקא ווייניגער, אין א"י מער, אבער א געפערליכע פראבלעם איז עס. מצד שני, די ירושה פראבלעם, וואס דאס איז פון די יסודות פון די טומאת הפארטיי, איז מער א פראבלעם אין אמעריקא, ווי לעיקוואד ווערט געפיהרט דורך א באנדע יורשים. אמנם פוק חזי, דער ברייטע ציבור אין לעיקוואד האט אט די יורשים אין בוידעם, מ׳האט זיי נאך נישט גענוג געדרייט א קאפ. אבער מיט די צייט........

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג יוני 06, 2019 8:20 am#431687
Re: א פארטיי איז גוט אדער שלעכט ?
קורקלענד האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מיין נקודה איז אז שקר איז בעצם שלעכט, אפגעזעהן פון די תוצאות דערפון.
אבער לגבי די באקועמליכקייט קען עס אויך זיין א פראבלעם. א ציבור וואס לעבט יארען אן קיין אחריות ווערט שוואך. מענטשען פארלירען זייער כוחות. נישט אלע מענטשען זענען אזוי דום. גענוג און נאך וואלט'ן זיך געקענט אן עצה געבען מיט עפענען מוסדות, בויען א בית המדרש, פסקנ'ען א הלכה און ערלעדיגען וועטשערע פאר'ן קימפעטורען. מיר האבען אן איבערפלוס פון ארגאניזאציעס וואס דינען א ציל ארויסצונעמען די כוחות פון דער מענטשהייט. דאס איז נישט נאר ביי פארטייען, דאס איז אין די ברייטע ציבור אויך. מ'ווערט אויסגעשפארט פון שטוב, קלינגט מען נישט קיין שלעסער, מ'קלינגט חברים. מ'דארף נישט מאכען 'טריפ''ל איי', מ'פארלאזט זיך אויף חברים. מ'דארף נישט זארגען אויף עסן אין שפיטאל, ווייל ביקור חולים נעמט קע''ר דערפון. וואס איז אזוי שווער זיך אליינס צו ערלעדיגען פרישטיק פון א געשעפט? וכן ביי א סאך אנדערע זאכען. איך האב געליינט אין צייטונג אז ס'האט זיך געגרינדעט אן ארגאניזאציע צו העלפען מענטשען מאכען שמחות. מיט וואס? מיט געבען רייד''ס אויפ'ן טאג פון א שמחה. אנטשולדיגט?! ס'איז נישט דא קיין קאר סערוויס?! פארוואס דארף מען מאכען מענטשען הינקעדיג? א פארטיי וואס שטעלט אלס צו, פארשאפט מענטשען וואס דארפען הילף צו בינדען די שיך (אפשר וועגען דעם איז איינגעפיהרט ביי מאנכע פארטייען צו גייען האלבע שיך, וואס מ'דארף נישט צובינדען!). די מעלה איז גאר די חסרון.

גוט געזאגט. איך קען נאר נישט גלייבן אז ליטוואק האט עס געשריבן. ליטוואק איז דאך א לינקער! זייט ווען זענען די לינקע באזארגט פאר די קאנסעקווענצן פון 'הענדאוטס'? אבער זעהט אויס ווען ליטוואק דארף אריינרייסן אין די חסידים קען מען טוישן די אלגעמיינע פרינציפן.....
גוט ארויס געברענגט די פראבלעם! וויבאלד דעמאקראטען זענען לינק, און רעפובליקאנער זענען קעגן ׳הענדאוטס׳, ממילא מוז א לינקע זיין בעד יעדער סארט הענדאוטס.
אט דאס איז די שקר פון א פארטיי, אפילו ווען עס איז נישט די אייגענע!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג יוני 06, 2019 4:01 pm#431717
פסיכולוגיש איז היינט דא אין קעפעלע א Box'סעלע וואס הייסט חסידות.