דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 11:17 pm#305670
מיין איינזאמען, אנטי-ראסיסטישן לעבן
עס זענען דא געוויסע אמת'ן וואס דעפינירן ווער איך בין, און איך גיי נישט אויסגעבן צייט זיי צו דעבאטירן. איך בין קעגן ראסיזם. פינטל. ווען איך זע ראסיזם ווער איך צעטרייסלט, עס דערציטערט מיר ביז די טיפענישן פון מיין נשמה. דאס קען אפשר אין טייל צוגעטיילט ווערן צו דעם פאקט אז איך בין אויפגעוואקסן אין דעם שאטן פון דעם האלאקאסט, און דורכאויס מיין לעבן האב איך רוב טעג געלעבט און קאמוניקירט מיט מענטשן וועלכע זענען געווען דירעקטע קרבנות פון שנאה און ביגאטעריע.
אויפ'ן מזבח פון האס און זענאפאביע (שנאה פון וואס איז פרעמד און אנדערש) האבן מיר פארלוירן זעקס מיליאן פון אונזערע ברידער און שוועסטער. אויף דעם זעלבן מזבח האבן מיר געברענגט אן א שיעור קרבנות אין לויף פון די לעצטע צוויי טויזנט יאר, און ליידער בוזשעוועט נאך בלינדע שנאה אין דער היינטיגער וועלט.
צום באדויערן איז דער מענטשליכער מוח א באקוועמע היים פאר שנאה. עס קוקט אויס אז ביז דער מאראלישער אויפוואכונג אין דער מאדערנער תקופה איז דער מענטש ניטאמאל געווען מסוגל איבערצוקומען די נאטירליכע דראנג פיינט צו האבן אלע וואס זענען אנדערש. עס איז מעגליך אז זענאפאביע איז אין די אור-אלטע צייטן געווען אן איבערלעבונגס-מיטל. נאר אויב מ'האט ליב געהאט די אייגענע, און נישט געהאט קיין שום געפיל פאר אנדערע, האבן פרימיטיווע מענטשן געקענט אכזריות'דיג פארטיידיגן די אייגענע טעריטאריע, און זיך שאפן א ווינקל אין דער גרויסער וועלט. דאס מאכט עס נישט יושר'דיג אפילו פאר יענע צייטן, אבער עס אז א שטיקל ריינוואשונג פאר דער נאטור פאר'ן בעפארציגן שנאה-אנגעפיקעוועטע מוחות.
דער זעלבער מוח אונזערער דורשט צו פארשפרייטן אונזערע גענעס, און טרייבט דעם מענטש צו גלוסטן נאך פרויען. בעת מיר פארשטייען דאס פון אן עוואלוציאנערישן פערספעקטיוו, פארמאגן מיר אבער אונזער גאט-געבענטשטן אינטעלעקט וואס היט אונז פון פארגוואלדיגן פרויען. דער זעלבער אינטעלעקט, אויב מיר לאזן אים נאר האבן קאנטראל איבער אונזערע פרימיטיווע נויגונגען, העלפט אונז זיך שטעלן קעגן יעדע סארט שנאה און ביגאטעריע וואס שפראצט ארויס אין מוח און וואס ווערט געפיטערט צו אונז דורך ראסיסטן און שונאים פון מענטשהייט.
יעדע סארט שנאה, דייטשער שנאה צו אידן, דייטשער שנאה צו האמאסעקסואלן, דייטשער שנאה צו אינוואלידן, מוסולמענער שנאה צו קריסטן, מוסולמענער שנאה צו אידן, קריסטליכע שנאה צו מוסולמענער און אידן, אטעאיסטישע שנאה צו גלויביגע, אידישע שנאה צו מוסולמענער, שנאה צו שווארצע, ווייסע, געלע, גרינע, און קאלירפולע – אלעס שטאמט פון דעם פרימיטיוון דראנג פיינט צו האבן די וואס זענען פרעמד און אנדערש. שנאה איז שנאה איז שנאה. עס איז ביי מיר נישט קיין ספק אז אקוראט דער זעלבער אנאטאמישער ארט אין מוח וואו עס האדעוועט זיך דעם נאצי'ס שנאה צום איד איז דער ארט וואו עס בוזשעוועט דעם אידישן ראסיסט'ס שנאה צום שווארצן.
נישט אלע נאציס האבן ערמארדעט אידן; נישט אלע נאציס האבן אפילו געוואוסט פון די נאצי-רציחות – בפרט די וואס זענען נישט געווען אקטיוו אין דער דייטשער מיליטער. אבער יעדער וואס האט געשטיצט די נאצי אידעאלאגיע, יעדער וואס האט מסכים געווען אז דאס אידיש פאלק איז א ראסע וואס פארמאגט נישט די זעלבע ווערד ווי אנדערע ראסעס, יעדער וואס האט גרינג געקענט הערן דעם געדאנק אז אידן זענען "אונטערמענטשן", איז א מהודר'דיגער נאצי. טייל נאציס זענען געווען ערגער ווי אנדערע – עס זענען געווען אומצאליגע ברוטאלע רוצחים, און נאך מער, אזעלכע וועלכע האבן געשטיצט רציחה. אבער שטיצן רציחה איז נישט קיין תנאי אין ווערן גערופן א נאצי.
שרייבן אויף די מענטשן פון א געוויסער ראסע אז זיי זענען "בהמות אויף צוויי פיס" וועלכע "דרייען זיך אינדרויסן פון שטאל" איז גרויליגער ראסיזם, און אבסאלוט דאס זעלבע ווי נאצי-אידעאלאגיע – נישט כמו-נאציזם אדער כמעט נאציזם, נאר טאקע ממש דאס זעלבע. דאס זעלבע מאראלישע געפאלנקייט, נידריגער און פרימיטיווער מהלך המחשבה, איז דאס וואס טרייבט דעם נאצי – און דעם ראסיסט.
זענט איר פון די וואס וואונדערן זיך וואו די נארמאלע, באזעסענע דייטשן זענען געווען ווען דייטשלאנד האט געבוזשעוועט מיט נאציזם? האט איר א מאראלישע טענה קעגן א מענטש אין נאצי-דייטשלאנד וואס האט נישט פראטעסטירט קעגן נאציזם? האט איר פארוואורף אויף א מענטש אין דייטשלאנד וואס האט נישט געטון כל מה שביכולתו אפצושטעלן נאצי-פראפאגאנדע? איך האב טענות קעגן די פיינע מענטשן פון דייטשלאנד וואס האבן גארנישט געטון, נישט ווייל נאציזם האט זיך געענדיגט מיט די האלאקאסט-רציחות, נאר ווייל די שנאה זעלבסט, אפילו אן די רציחה'דיגע קאנסעקווענצן, דארף ברענגען שאט נפש פאר יעדן רעכטדענקיגן מענטש וועלכער היט אויף זיין טוהר הנפש, און דארף ברענגען א ביטערע וויי-געשריי.
ווען איך האב געזען דעם געמיינעם ראסיסטישן ארטיקל אין דעם "הגיבורים" קובץ האב איך אויסגערופן א וויי-געשריי. פארגאנגענעם י"ב תשרי, הארט נאך די ימים נוראים ווען מיר בעטן דעם אויבערשטן אויף די פשוט'סטע רחמנות-געפילן כרחם אב על בנים, האב איך ארויסגעלאזט מיין וויי געשריי דא אויף קאווע שטיבל. כ'האב ארויפגעשטעלט דעם ראסיסטישן ארטיקל מיט דער גאנצער גרויליגקייט, און לאמיר זען, איז נאך געבליבן עפעס שיריים פון מענטשליכקייט אין סדום?
מיר ווייסן זייער גוט אז אויב מיין ארטיקל וואלט קריטיקירט דעם "הגיבורים" צוליב'ן שרייבן עפעס דברי חכמה, צוליב'ן שרייבן עפעס וואס קען – אפילו מיט'ן ווייטסטן חשש – באצייכנט ווערן אלס "אויפגעקלערט", וואלטן באלד אראנזשירט געווארן מיטינגען אין דער לשכה פון דער "התאחדות הרבנים", און די רבני המערכת פון "הגיבורים" – הלא הם הרב שרגא האגער מקאסוב, הרב מאיר גרינוואלד דיין פאפא, הרב חיים דוד בלום מגי"ש בבאבוב, הרב יצחק אייזיק קרישבסקי מגי"ש בסאטמאר און הרב מאיר מאנדלבוים מגי"ש בישיבה שערי יושר – וואלטן תיכף מפרסם געווען בריוו וואו זיי שאקלען זיך אפ פון דער אויסגאבע. (טאקע בשעת'ן שרייבן די שורות קומען פאר העפטיגע מערכות און רבנישע אסיפות איבער דעם בוך "וויאזוי צו געווינען פריינט און באאיינפלוסן מענטשן" פון דעיל קארנעגי!)
אבער, גארנישט! יעצט כמעט א חודש שפעטער, גייען די ארויסגעבער פון דעם "הגיבורים" ווייטער אן כאילו לא היה, די אויסגאבע ווערט ווייטער פארקויפט אין די געשעפטן און ווערט ווייטער אנאנסירט אין די היימישע אויסגאבעס. קיין איין רב בכלל, און קיין איינער פון די "רבני המערכת" בפרט, האט נישט געשפירט פאר וויכטיג ארויסצוזאגן א ווארט קעגן דעם עקלהאפטיגן ארטיקל (וואס איז בעצם א המשך צו פונקט אזא ראסיסטישן ארטיקל וואס איז ערשינען אין דער פריערדיגער אויסגאבע).
וואס מיינט דאס? וואס זאגט דאס? ווער זענען מיר ווי א געזעלשאפט? ווער זענען מיר ווי מענטשן? מיט וועמען דריי איך מיר דא? בין איך ארומגענומען מיט נאציס און נאצי-סימפאטיקער? וואס מיינט דאס אז אן איבערזעצונג פון א כשר'ן "סעלף העלפ" בוך איז א גרעסערע דאגה פאר רבנים ווי שפריצן ווילדע שנאה קעגן אנדערע מענטשן? וואס מיינט דאס אז א גרויס טייל פון די וואס לייענען יעצט דעם דאזיגן ארטיקל וועלן מיך אנקוקן ווי א מאדנער עקסטרעמיסט וואס כאפט זיך ארויף אויף א נארישן ארטיקל וועגן "שחורים"?
ווי אן אנטי-ראסיסט ביז די טיפענישן פון מיין נפש, איז דא א מקום פאר מיר אין דער חרדישער געזעלשאפט? איז דא אן ארט דא פאר א מענטש וואס קוקט מיט הנאה אויף דער פארשריט פון מאדערנער ציוויליזאציע? איז בכלל מעגליך צו לעבן דא אויב מ'זעט מאראלישער פארשריט אין געבן רעכטן פאר אלע מענטשן צוגלייך, און אז מ'האט אן אוניווערסאלן בליק אויף דער וועלט? איז דא פלאץ פאר מיר צו לעבן צווישן מענטשן וועמענ'ס דאגות זענען אזויפיל ליכט-יארן אוועק פון מיינע?
אדער אפשר בין איך זיך פשוט טועה. אמת אז די פירערשאפט איז קארופטירט ביז'ן תוך, אנגעפיקעוועט מיט פרימיטיווער שנאה און ראסיזם, יאמערליך דורכגעפוילט מיט קליינקעפיגע זארגן און טפשות'דיגע שיטות, אבער אפשר זענען דאך פאראן מענטשליכע נשמות צווישן דעם המון עם. אפשר זענען נאך געבליבן אזעלכע מיט א צלם אלוקים.
רוף איך אט אויס אין חלל פון סדום: איז נאך איינעמ'ס נשמה גאנץ? איז דא נאך איינער מיט אויפריכטיגקייט, ערליכקייט, מיט ליבשאפט צום מענטש?
זענט איר דא?! לאזט אייך הערן ווייל איך הער נאר דעם ווידער-קול פון מיין געשריי.
זאגט, "יא, איך בין מיט דיר!" זאגט, "יא, איך בין אויך קעגן חשכות און שנאה!"
אולי יש חמישים צדיקים בתוך העיר.