Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » את אשר התרת אסרתי...

את אשר התרת אסרתי...

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 70 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #9753
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:46 am#306623
את אשר התרת אסרתי...
עס איז פיל מאל קאמיש צו זען ווי דער עולם גולם זענען מקפיד אויף געוויסע חומרות און די זעלבע צייט מקיל אויף קלארע הלכות. איך האב אסאך דוגמאות, וזה החלי בעזה"ש:

1. ער האט קיין שום פראבלעם צו טרינקן קאווע מיט צוקער פארן דאווענען, אבער ח"ו מיט די תפילין.
2. קיין פראבלעם צו שלאפן חוץ לסוכה, נאר צו טרינקן א גלעזל וואסער.
3. ער וועט ספענדן 200 אויף אן אתרוג, אבער פאר א צדקה זאמלער וועט ער געבן א דריי מיט די הענט. (אגב קרענקט מיר ווען איך זע אסאך מאל עשירים וואס קענען זיצן אויף פארמעגנס אין די 9 ציפערן, אבער זיי מיזן בעטן טשעינדז פון די דאלאר וואס זיי גיבן פאר א גרויע בארד. אה, יעצט גייט ער רייך ווערן! פוי)
4. די ערשטע טאג סליחות- מען קען טאפן די התעוררת אין די ליפט. עשי"ת אפגעכיפערט סליחות 9 אזייגער
5. בהלכות נדה איז מען מגבב חומרות ע"ג חומרות, מען דארף ארומלויפן פרעגן צו בין השמשות קען מען רעכענען פון די 5, ממש געפערליך. און הלכות שבת קען מען מיט א דריי מיט די הענט זאגן נע דאס איז נישט בורר.
קיין פראבלעם מיט זמן תפילה, אבער ביי קידוש לבנה מוז למען השם האבן מנין...

ועוד חזון למועד
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 1:41 pm#306655
מזמור שיר ליום השבת - געזאגט ווערנדיק שפייסצונאכטס, איזט זי מיט זאו אן התלהבות. שבת פרי-בעגין צום יום, שפירן עס קוים די שטימבענדער.
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 1:43 pm#306656
Re: את אשר התרת אסרתי...
6. דאס גייען אין מקוה פאר'ן דאווענען ווען דערמיט פארשפעטיגט מען זמן ק''ש
7. גזל עכו''ם (און אסאך מאל ישראל אויך) וואס מ'ניצט דער געלט אויף 'צדקה'
8. דאס קויפען א יאנאווער אתרוג מיט א שטארקער חשש מורכב (דוכט זיך דער היתר איז א שטיקל תורה) ווי איידער אן א''י'דיגע וועגען 'חשש ציונות'.
9. מיקל זיין אויף דער מחבר וואס הייסט נישט ווארטען קיין משהו ביי די מצות, כדי ס'זאל זיין גענוג ער''פ מצות.
10. בארעדען און באשייגעצען א ת''ח, וואס דאס איז אן איסור תורה, וויבאלד יענער האלט נישט פון מיין רבי (וואס דאס איז ניטאמאל א הנהגה טובה)
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 1:53 pm#306657
ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB די שרייבסט מלא אגענדעס
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 1:55 pm#306658
Re: את אשר התרת אסרתי...
ביים שרייבען האב איך פראבירט צו טרעפען עפעס אין מיין געזעלשאפט אבער נישט געקענט טרעפען. אז דו האסט עפעס א סתירה'דיגע הנהגה ביי אונז, ביטע אפיר ברענגען.
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 2:02 pm#306663
בן נריהו האט געשריבן:מזמור שיר ליום השבת - געזאגט ווערנדיק שפייסצונאכטס, איזט זי מיט זאו אן התלהבות. שבת פרי-בעגין צום יום, שפירן עס קוים די שטימבענדער.

וועלקאם בעק, ATUB @בן נריהו ATUB
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 2:02 pm#306664
גיין צום ביעטש אין פלארידא אבער ח"ו נישט גיין צום כותל
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 2:04 pm#306665
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ביים שרייבען האב איך פראבירט צו טרעפען עפעס אין מיין געזעלשאפט אבער נישט געקענט טרעפען. אז דו האסט עפעס א סתירה'דיגע הנהגה ביי אונז, ביטע אפיר ברענגען.

מיר אינערסירט בכלל נישט ענקע הנהגה מיין שאלה איז נאר פארוואס אייך אינערסירט אונזער הנהגה?
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 2:09 pm#306667
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בארעדען און באשייגעצען א ת''ח, וואס דאס איז אן איסור תורה, וויבאלד יענער האלט נישט פון מיין רבי (וואס דאס איז ניטאמאל א הנהגה טובה)

און פונקט אזוי בארעדן אן ערליכער איד ווייל ער גייט אין מקוה שבת אינדערפרי, און די נישט!

השמע לאזנך מה שאתה מוצא מפיך
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 2:09 pm#306670
Re: את אשר התרת אסרתי...
דאס איז דיין אגענדע? אז איך זאל זיך אפפיצען?
און בן אדם איך ווייס נישט דיין פראבלעם. דער תורה גיבט א ספעציעלע מעמד פאר א שבת-אינדערפרי-מקוה-גייער? פאר א תלמיד חכם האט דער תורה יא א ספעציעלען מעמד. דאס נישט קענען דער חילוק איז א טייל פון די 'את אשר התרתי אסרת' באוועגונג.
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 2:22 pm#306673
אז די עשרת הדברות וואלטן געשטאנען אין צוואת ריה"ח וואלטן אידן מקפיד געווען (בשם הקאצקער?)
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 2:35 pm#306676
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז דיין אגענדע? אז איך זאל זיך אפפיצען?

what???

און בן אדם איך ווייס נישט דיין פראבלעם. דער תורה גיבט א ספעציעלע מעמד פאר א שבת-אינדערפרי-מקוה-גייער?

ניין. אבער פאר איינער וואס פירט אזוי איין יא

פאר א תלמיד חכם האט דער תורה יא א ספעציעלען מעמד.

פון דעם רעד איך

דאס נישט קענען דער חילוק איז א טייל פון די 'את אשר התרתי אסרת' באוועגונג.


oh yeh
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 2:44 pm#306678
Re: את אשר התרת אסרתי...
ווי אין תורה שטייט אז דער וואס פיהרט איין גייען אין מקוה קדוש יאמר לו? לעבען דעם וואס ס'שטייט א סוף זמן תפלה אז מ'זאל קענען דרשנ'ען סמוכים?
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 2:50 pm#306685
מקור פון מקוה שבת אינדערפרי איז ר"ח וויטאל.

(איך ווייס נישט ווער ס'האט דיך פארציילט אז מ'איז נישט מקפיד אויף סוזק"ש)
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 2:55 pm#306687
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ביים שרייבען האב איך פראבירט צו טרעפען עפעס אין מיין געזעלשאפט אבער נישט געקענט טרעפען. אז דו האסט עפעס א סתירה'דיגע הנהגה ביי אונז, ביטע אפיר ברענגען.

ליטוואק ביסט גערעכט ביי ענק קען מען אזאנס נישט טרעפן ווייל ווען עטס טרעיטס אויף עפעס זאגסט עטס אז דאס איז א "מצוה" גאר
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 2:56 pm#306688
Re: את אשר התרת אסרתי...
איך האב גערעדט פון די וואס פארשפעטיגען טאקע. וואס האט עס מיט ר' חיים וויטאל?
און דוכט זיך די גדלות פון ר' חיים וויטאל האט נישט מיט'ן מקוה איינפיראכץ
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 3:32 pm#306702
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב גערעדט פון די וואס פארשפעטיגען טאקע. וואס האט עס מיט ר' חיים וויטאל?

איז האלט זיי טאקע פאר אדער מאך גרויסע קול קורא'ס

און דוכט זיך די גדלות פון ר' חיים וויטאל האט נישט מיט'ן מקוה איינפיראכץ


ס'האט נישט. ער האט עס מסתם בטעות איינגעפירט
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 3:37 pm#306704
Re: את אשר התרת אסרתי...
דוכט זיך איינער פארשטייט נישט די צווייטע דא. מ'רעדט פון מענטשען וואס האבען א סתירה'דיגע הנהגה און זייער חומרות זענען גאר קולות. איינער פון זיי איז א מענטש וואס גייט שפעט אין מקוה (איך האב נישט דוקא גערעדט פון שבת) און וויבאלד ער איז 'מקפיד' נישט צו זאגען דברים שבקדושה פאר'ן מקוה, א זאך וואס דער שו''ע זאגט איז מותר, דעריבער פארשפעטיגט ער זמן ק''ש ותפלה.
ר' חיים וויטאל האט אפשר יא אפשר נישט איינגעפיהרט דאס גייען אין מקוה. אבער דער דרך ארץ וואס מ'האט פאר איהם איז נישט צוליב דער איינפיראכץ.
אז ס'איז נאך אלס אומקלאר, קען איך איבערשרייבען אויף ענגליש/לה''ק/פראנצויזיש
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 4:41 pm#306722
טמיר האט געשריבן:עס איז פיל מאל קאמיש צו זען ווי דער עולם גולם זענען מקפיד אויף געוויסע חומרות און די זעלבע צייט מקיל אויף קלארע הלכות. איך האב אסאך דוגמאות, וזה החלי בעזה"ש:

1. ער האט קיין שום פראבלעם צו טרינקן קאווע מיט צוקער פארן דאווענען, אבער ח"ו מיט די תפילין.
הקדמה: אמאל איז דא אפענע הלכות, און אמאל איז דא באהאלטענע הלכות. אויף אפענע הלכות פראבירט נישט די מענטש, אבער אויף באהאלטענע איז מען זיך מתיר. וויבאלד מען האט מקיל געווען קאווע, ווארפט מען שוין אריין א ציקער. אבער אויף תפילין איז נישט דא עכט קיין היתר צו עסן.
2. קיין פראבלעם צו שלאפן חוץ לסוכה, נאר צו טרינקן א גלעזל וואסער.
עס איז דא אסאך וואס האלטן אז וואסער מעג מען טרינקן חוץ לסוכה. עכ"פ דער וואס טרינקט וואסער האט זיך אויף וואס סומך צו זיין.
3. ער וועט ספענדן 200 אויף אן אתרוג, אבער פאר א צדקה זאמלער וועט ער געבן א דריי מיט די הענט. (אגב קרענקט מיר ווען איך זע אסאך מאל עשירים וואס קענען זיצן אויף פארמעגנס אין די 9 ציפערן, אבער זיי מיזן בעטן טשעינדז פון די דאלאר וואס זיי גיבן פאר א גרויע בארד. אה, יעצט גייט ער רייך ווערן! פוי) גוטע הערה. אבער איך גלייב נישט אז דוקא די חסידים זענען געשלאגן דערמיט.
4. די ערשטע טאג סליחות- מען קען טאפן די התעוררת אין די ליפט. עשי"ת אפגעכיפערט סליחות 9 אזייגער
לאז כאטש איין טאג מיט התעוררות. בעסער קיין איין טאג? און וואס איז, דער ערשטע טאג טראגט מער א התעררות. דאס איז אבי גערעדט האלט איך.
5. בהלכות נדה איז מען מגבב חומרות ע"ג חומרות, מען דארף ארומלויפן פרעגן צו בין השמשות קען מען רעכענען פון די 5, ממש געפערליך. און הלכות שבת קען מען מיט א דריי מיט די הענט זאגן נע דאס איז נישט בורר.
דאכט זיך מיך אז נדה איז כריתות, סא דער מענטש פילט א גרעסערע התחייבות. און גערעכט, עס איז די זעלבע תורה, און זעלבע הלכות.
קיין פראבלעם מיט זמן תפילה, אבער ביי קידוש לבנה מוז למען השם האבן מנין...
זמן תפלה איז קאנערווערסיעל ביי חסידים. אבער עס מיינט נישט אז וויבאלד זיי האבן זיך מורה היתר געווען פאר דעם דארפן זיי נאכלאזן פון אלעס.
ועוד חזון למועד

יעצט איינמאל גיי איך מיך אננעמען פאר די חסידים.
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 6:10 pm#306739
Re: את אשר התרת אסרתי...
איך ווייס נישט קיין גרויסע איסור צו טרינקען מיט די תפלין, און דו ווייסט נישט קיין היתר
דער סוכה איז פארקערט. מענטשען זענען גרייט צו שלאפען אינעווייניג אין שטוב, אבער זענען מקפיד אויף טרינקען וואסער כאילו ס'איז א חיוב
דער גאנצע נושא איז לאו דוקא א חסידיש'ע קרענק. עמהארצים וואס פיהרען נישט זייער לעבען עפ''י די תורה וואס מ'לערנט, נאר לויט געזעלשאפטליכע נארמען, אפילו מ'פראבירט עס אנצוגעבען א נאמען 'מסורה', בלייבען פארגרייזט.

שבת איז אויך כריתות. אינטרעסאנט אז מ'דארף עס דערמאנען.
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 8:22 pm#306763
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ביים שרייבען האב איך פראבירט צו טרעפען עפעס אין מיין געזעלשאפט אבער נישט געקענט טרעפען. אז דו האסט עפעס א סתירה'דיגע הנהגה ביי אונז, ביטע אפיר ברענגען.

1. מ'זיצט און מ'קוועטשט א סברא ולומדות אין גמרא צוליב דעם וואס די עיקר ציל פון א מענטש איז תורה, ווען דער פאקט אז דער עיקר ציל פון תורה איז די תורה אויף למעשה ווערט איגנארירט [ווער לערנט הלכה?].

2. מ'נעמט א מצוה וואס איז א מחלוקת צו ס'איז א דאורייתא, און מ'מאכט דאס פארן יסוד היסודות [לערנען תורה], און מ'נעמט זיכערע מצוות דאורייתא ודרבנן און מ'איז מקיל דערויף [גילוח הזקן, כשרות, צניעות, ועוד].

3. אנשטאטס מקריב זיין אלעס פאר תורה [ווי דער יסוד החשבון לויטעט], איז מען אדאנק די 'תורה' וואפן מקריב אלעמען און אלס. א ליטווישע בן תעירא דארף א ווייב 5 יאר יונגער פון אים, א נייע קאר, א פרוי וואס ברענגט פרנסה, א שווער וואס גייט אים אויסהאלטן, און זיין ווייב דארף אויסזען ווי א מאדל. ס'הייסט: זו תורה - וזו שכרה.

4. אנשטאטס די תורה זאל ברענגען ענוה, און די גמרא איז פיל מיט שארפע מאמרים אויף איינער וואס לערנט און איז א בעל גאוה, זעט מען אז די בעלי 'בני תורה' חברה זענען אנגעפיקעוועט מיט אנוכיות אזש ס'כאפט אן עקל.

5. געוויסע שיקן ארויס צו שטעט אויפטון פאר קירוב, ווען אין לעיקוואד איז דא די גרעסטע א.ט.ד. באוועגונג, און זיי זענען די שארפסטע אויסגעשפראכן אנטקעגן די פרומע [כ'וואונדער מיך (נישט) פארוואס], און כ'זע נישט די 'קירוב' ביי זייערע אייגענע.

יעצט קום אטאקיר צוריק, שריי אז ס'איז נישט אמת. כ'ווער נישט איבערצייגט פון א ליטוואק וואס זעט זאכן איינזייטיג. איך אלס א.ג. חסיד, זע איך מעלות און חסרונות ביי ביידע.
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 8:58 pm#306779
Re: את אשר התרת אסרתי...
אה קעי, עס איז ארויפגעפארן אויף די רעלסן...
מיטוואך אקטאבער 28, 2015 9:58 pm#306781
איך ווייס נישט וועלכע עידזש מענטשען שרייבען דא,סירעיוסלו זייט מיין זיידע איז נפטר געווארען האב איך שוין נישט געהערט די ווארט חסיד ליטוואק.
(אדער ווען איך פלעג גיין צו פארברענגען און קראון הייטס)
איך זעע ממש נישט קיין שום דיפרענץ,
מלערנט עיון און סקווער,און מכיפערט דרשו בלעטער און לעיקוואד.
מטיילט כוס של ברכה פון ר״ח קנייבסקי,און באבוב 45 רבי זאגט א שיעור כללי.
מפראסקעט זיך צווישען די גדולים,און ברידער רעביס קושען זיך און וויזניץ.
כוללים זענען פיהל ביי ביידע,ווייבער מאדאלען איז דא ביי ביידע ב״ה.
אט״ד איז דא ביי ביידע,איך ווייס באמת נישט אויף וועלכע וועלט דער ליטוואק און משזר לעבן.
רעביס און ראשאשיבעס קושען זיך טעגליך ביי די פארשידענע מאורעות וואס קומען פאר בחצרותיהם ובטירותיהם.
סאיז דא צווישען רעביס און די ראשי ישיבות גאר חשובע מענטשען,און סאיז דא אזאנע וואס האבען נאך א וועג צוגיין.
דיר ליטוואק דערמאנט מיר פון דיע איינזאמע יאפאנע סאלדאט וואס האט געפירט מלחמה מיט אמעריקא פאר דרייסיג יאר ווען קיינער האט שוין נישט געדענקט בכלל פון קיין מחלוקת.
דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:13 am#306795
Re: את אשר התרת אסרתי...
איך פיהר א מחלוקת? איך האב צוגעלייגט צום אשכול. פערצופאל האבען אלע זאכען געגילט ביים חסידישע געזעלשאפט. דער וואס וויל צולייגען פון ערגעץ אנדעריש, זאל ער טוהן ווי ער וויל.
אגב, דער איסור דאורייתא פון גילוח הזקן, ווי מ'טוט עס אין ישיבות, ווייס איך נישט. דער דאורייתא פון כשרות ווייס איך אויך נישט. אין תורה שטייט 'היימישע הכשר'. אויב מ'וויל רעדען איז פארקערט. מחמיר זיין אויף חלב הקאמפאני'ס וואס איז א חומרא אין א דרבנן, און אויף חדש איז מען גאנצליך מיקל. דער מצוה דאורייתא פון צניעות איז מיר אויך א חידוש. ווי אין מנין המצוות צו וואס האסטו געטראפען אזא מצוה, און וועלכע 'קולות' אין מיין געזעלשאפט רירען אן א דאורייתא?
איין זאך וועל איך דער געבען, נאר ס'באלאנגט נישט אזוי דא. ווען מ'האט אנגעהויבען גאלען די בערד אין ישיבות, איז עס געווען א חלק פון א חינוך אויפצוהויבען דער מוט פון לומדי תורה דורך א לייטישע חיצוניות, א מענטשליכע געשטעל. היינט גאלט מען זיך איין מאל א וואך, מיט א טרימע''ר וואס לאזט איבער, נישט דער סם וואס גאלט עס אינגאנצען (אלס בחור האב איך גענוצט טאקע די סם, פראבירט'ס נישט, ס'איז געפערליך) און מ'גייט אנגעטוהן ווי א שלאך. אבער מ'האלט נאך אן די הייליגע מנהג אבותינו פון שערען די בארד. ס'האט נישט קיין פשט, אבער ס'איז נישט קיין איסור, ווי אויך נישט קיין ענין, וכמו''ש החת''ס בתקיפות.
דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:23 am#306798
כ'האב געוואוסט אז דו וועסט צוריקענטפערן, כ'האב אפילו געוואוסט וואס דו וועסט צוריקענטפערן. כ'האב וואס צו מסביר'ן, אבער כ'פארגין דיך נישט די הנאה אז מ'דינגט זיך, וכמש"כ לעיל:
שש משזר האט געשריבן:יעצט קום אטאקיר צוריק, שריי אז ס'איז נישט אמת. כ'ווער נישט איבערצייגט פון א ליטוואק וואס זעט זאכן איינזייטיג. איך אלס א.ג. חסיד, זע איך מעלות און חסרונות ביי ביידע.


בלייב מיר גוטע פריינט, ביז מ'הייבט אן רעדן פון חסידים לעומת ליטאים... :P
דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:26 am#306800
Re: את אשר התרת אסרתי...
שערן די בערד איז געווען א אפיציעלע זאך מטעם די ראשי ישיבות? ווער און ווען האט מען דאס איינגעפירט?
א ענין איז עס פון זהר הק׳ און אין א״י זיכער…
און וואס איז דאס חלב הקאמפאניס?
דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 7:44 am#306814
Re: את אשר התרת אסרתי...
שערן די בארד איז געווען איינגעפיהרט אין סלאבאדקא און מיר אין יוראפ. דער אלטע פון סלאבאדקא האט עס שטארק געמאנט ביי די בחורים.
דער זהר איז א נערישע צושטעל, ווי אויך נישט קיין הלכה. פארוואס זאל מען טראכטען אז דער זהר מיינט עפעס א חוץ דער איסור תורה, וואס דאס איז נאר גילוח כעין תער? און באופן כללי קען מען וויסען אז דער זהר איז נאר א מאמר חז''ל. פונקט ווי א גמרא איז נישט דער ענדגילטיגע פסק, נאר מיט פירושי הראשונים און הכרעת האחרונים, איז דער זהר נישט אנדעריש. און ווען אין שו''ע ווערט געפסקנ'ט אז מ'מעג, און דער חת''ס שרייבט אז פארטרייבען א שוחט פאר'ן נישט האבען א בארד איז 'עתיד ליתן את הדין', איז דער באשולדיגען מענטשען פאר'ן מיקל זיין אויף א דאורייתא א טעות.
חלב הקאמפאני'ס איז ר' משה'ס נאמען אויף וואס ווערט היינט אנגערופען 'חלב סתם', הייסט'ס אז מ'ווייסט פון די רעגירונג אז קיין חלב טמא איז נישט דארט, צו מ'קען זיך פארלאזען לגבי דער איסור פון 'חלב שחלבו עכו''ם ואין ישראל רואהו'. דער חזו''א און ר' משה זענען מתיר, ווי אויך אלע גרויסע רבנים אין אמעריקא פון פאר'ן קריג, וואס זענען נישט אזוי מפורסם. דער איינציגסטע חולק הראוי לחלוק איז דער חתם סופר וואס זאגט גאר א שווערער פשט אין די גמרא. מ'מוטשעט זיך שטארק איהם צו פארשטייען, און דער סבה וואס מ'איז למעשה מחמיר ביי אונז איז ווייל 'הואיל ונפיק מפומיה דחת''ס'.
דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 8:11 am#306815
Re: את אשר התרת אסרתי...
איך מיין עס איז שוין העכסט צייט צו עפענען א חסידים vs ליטווישע אשכול און אויפהערן רעדן פון דעים און אנדערע אשכולות
דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 8:41 am#306817
Re: את אשר התרת אסרתי...
מענטשען האבען קאמפלעקס'ן. ווען איך האב אן אנדערע ניק וואלט מען גע'ענטפערט און געהאנדל'ט ווי ערוואקסענע, לגופו של ענין
דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:25 pm#306832
ליטוואק,
אדרבה מאך א פרויבע,קום אריין מיט א צווייטע ניק,און לאמיר זעען אם ניקא קא גרים אדער דער מענטש ביהיינד די ניק קא גרים.
דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 1:25 pm#306839
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ביים שרייבען האב איך פראבירט צו טרעפען עפעס אין מיין געזעלשאפט אבער נישט געקענט טרעפען. אז דו האסט עפעס א סתירה'דיגע הנהגה ביי אונז, ביטע אפיר ברענגען.

יא: שקיעה מיט חלב עכו"ם/סתם...אט די זעלבע מענטשן וועלכע ציטערן אוועק פאר א שקיעה, טרונקען חלב עכו"ם אן קיין שום הארץ קלאפעניש'ן און זיי פאררופן זיך אויף א ר' משה פיינשטיין'ס א היתר פון מירתת...!
דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 1:33 pm#306840
Re: את אשר התרת אסרתי...
בערעל - ווילסט רעדען אין לערנען?
דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 1:38 pm#306841
ליטוואק פון בודאפעסט: איך זעה אז סוף כל סוף, דער מאמר הידוע (נישט דער חטא הידוע... :lol ) אז א יעדער ליטוואק האט א צלם אין הארצן. אז מ'וועט אויפשניידן וועט מען דארט טרעפן א צלם. און אויב נישט ...וגו' , איז אמת. ערשטנס, דו מאכסט אוועק א זוה"ק ווי גלייך ס'וואלט געווען א שטיקל..."איד" אדער ..."בלאט". צווייטנס: דו ברענגסט נאך א פסק פון חת"ס, ווען ס'טויג פאר דיינע אינטרעסן. און מניה וביה מאכסטו איהם אוועק אלס אן אונגארישער, חסיד'ישער רב...! און נאכדעם קאמפלעינטסטו נאך אז מ'דיסקרימינעיט אקעיגן ליטוואקס...היתכן פאראדאקס (פאראד-אקס) גדול מזה...?
דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 1:40 pm#306842
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בערעל - ווילסט רעדען אין לערנען?

יא: נאר נישט אין קאווע שטיבל. און נישט מיט דיר... :lol: :roll:
דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 2:05 pm#306846
Re: את אשר התרת אסרתי...
ווען דער חת''ס איז נאר אן 'אונגארישער-חסידישער מו''צ' איז הואיל ונפיק מפומיה אויך נישט אינטרעסאנט. נאר ווייל ער איז דער חתם סופר, דעריבער אפילו א מחודש'דיגער פסק זיינער וואס שפעטערע גדולי הפוסקים האבען נישט אנגענומען, נאך אלס א מקום להחמיר
מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 11:52 am#309072
Re: את אשר התרת אסרתי...
די פרויען גייען מיט שייטלען, אבער נישט מיט הויזן
ע"פ הלכה טרעפט מען נישט קיין פראבלעם מיט הויזן, אבער שייטלען איז זייער שווער צו מתיר זיין בפשטות
פארפאלן, אפילו @ליטוואק וועט מוזן צוקומען צו דאס ווארט פון ר' יענקעלע: די שו"ע איז געמאכט פאר גרים און בעלי תשובה
מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 12:39 pm#309076
Re: את אשר התרת אסרתי...
דו מיינסט דער שו''ע וואס איז מתיר שייטלען? רמ''א אין סימן ע''ה, ועיי''ש במ''ב.
פערצופאל בין איך לעצטע וואך געווען ביי א שמחה, וואס הגאון ר' ראובן פיינשטיין איז געווען דארט. איך האב געהערט ווי איינער פרעגט איהם א שאלה און תוך דבריו זאגט יענער אז דער עולם איז 'נוהג' עפעס. זאגט ר' ראובן "איך ווייס ניט וואס דאס ווארט 'נוהג' מיינט", ודפח"ח.
מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 12:51 pm#309082
Re: את אשר התרת אסרתי...
זעט אויס אז הרב פיינשטיין לערנט נישט קיין רמ״א…
מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 2:22 pm#309095
מסתם איז דער שואל געווען אזא האלבע חסיד און ר' ראובן האט עם געוואלט אביסל צופיקסען. דארף מען פרעגען ביי ר' דוד'ן
מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 2:26 pm#309096
Re: את אשר התרת אסרתי...
שער באשה ערוה איז נישט קיין גזיה"כ, עס האט א סיבה, וזיל בתר טעמא. איי די רמ"א? מוז מען זאגן אז עס האט אויסגעזען אנדערש, און עס איז נישט געווען אזוי שיין.
עס איז איטערעסאנט ווי אלע אויפגעקלערטע חכמים ווען ביי דעם פלוצלונג תמ'וואטע און שרייען רמ"א רמ"א מיט די קאפ אין וואנט
מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 2:41 pm#309100
עס איז ידוע דער מאמר החכם:
פארן מיט א טראמוועי (טרעין) שבת, איז כמעט נישט דא קיין איסור, אבער דער וואס טוט עס איז א גראבער שגץ
גיין אין א הייסע מקוה שבת אינדערפרי איז כמעט נישט דא קיין היתר, און דער וואס טוט עס הרי זה משובח!

יא יא, אזוי גייט עס, מ'קען טאקע עפ''י הלכה אנווייזן אז דאס איז הארבער און דאס לייכטער אדער מותר אבער הנח להם לישראל אם לאו נביאים הם בני נביאים הן...
יעדער וועט פארשטיין אז איינער וואס רעד אמאל ביי קדיש וועלכער איז א גרויסער איסור אבער לייידער דרסו בה רבים און יענער ווערט נישט דערפון אסור לבוא בקהל, משא''כ ווען א איד שמיעסט אינמיטן כל נדרי, וואס ס'איז נישטא קיין שום הלכה'דיגע פראבלעם איז עס א שטארקע סימן מובהק אז ער איז פושע און אויסווארף ואידך פירושא זיל גמור...

צדיקים פלעגן זאגן, א איד וואס גייט אן א קאפל (לית שום איסור בדבר) מאכט אים ניטש קיין גוי אבער א גוי גייט אן א קאפל
מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 2:44 pm#309104
Re: את אשר התרת אסרתי...
זייער שיין און אמת. דאס איז נכלל און ר' יענקעלעס אויבנדערמאנטע ווארט
מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 3:02 pm#309108
חסיד, על זה דווה לבנו, עס איז א פארדרייטע אידישקייט בלויז מיט געפילן אן קיין הלכות, אין הימל קוקט מען נישט אזוי, אז קדיש איז הארבער ווי כל נדרי דאן איז עס הארבער, פינטל. די הלכה טוישט זיך נישט ווייל ביי כל נדרי האט מען א ווייסע קיטל.
ביי אונז דזשאדזשד מען אידישקייט לויט אונזערע פארדרייטע חינוך גלעזער. מען טוט "שיינע שידוכים", הו קעירס ווי פארדארבן מען איז אינווייניג, דער עיקר איז אז מען האט א גוטן נאמען און די חיצוניות קלאפט. און די זעלבע ביי אננעמען קינדער/משפחות אין די מוסדות.
מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 3:26 pm#309123
Re: את אשר התרת אסרתי...
דו מישט יוצרות. עס איז דא אזא זאך ווי אם אינם נביאים בני נביאים הם. און עס איז דא א פראבלעם פון חיצוניות אהן פנימיות
מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 4:19 pm#309131
Re: את אשר התרת אסרתי...
דער 'זאך וואס הייסט אם אינם נביאים וכו'' איז א טפל שבטפלים וואס כתות פון עמי הארץ האבען געשטעלט פאר אן עיקר. ביז מ'האלט אין א מצב אז דער וואס קען סוגיות מיט ראשונים, טור ב''י און שו''ע מיט נושאי כלים איז גאר דער שוואכע מ''ד, נאר די באבע מיט איהר אומוויסענדער פיראכצען פון דער 'הייליגע היים', איז גאר דער וויכיגסטע שטימע אין צימער. אונז זע'מיר דער אויסגעצייכענטע פאלק, נישט וועגען אור-אלטע טראדיציע'ס, נישט פאר אונזער אייגענארטיגע ניגונים און נישט רעצעפטען פאר מאכלים. נאר ווייל אונז הא'מיר א תורה און מ'פיהרט זיך על פיו.
און דאס נישט זוכען אין תורה צו וויסען וואס צו טוהן איז א סילוף הדת והדעת, און קיין שום ר' יענקעלע אדער ר' ישעיה'לע צו איך ווייס ווער קען אונטערברענגען דער יסוד פון די גלויבונג.
און דעריבער טאקע איז שש משזר אנטלאפען ווען מ'האט איהם אויפגעוויזען די עמהארצות פון זיין מאכען דאורייתא'ס פון הנהגה'לעך, די ליצנות פון זיך בארימען מיט זיין עניוות אויף יענעמ'ס גאווה (וואס איז פון גארנישט באשטעטיגט) און די קטנות פון די א.ג. חומרות אין כשרות וואס זענען געזויגען פון די ביזנעס אינטערעס'ן פון אפאר באקאנטע עמי הארץ.
מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 4:31 pm#309132
מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 5:00 pm#309133
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דו מיינסט דער שו''ע וואס איז מתיר שייטלען? רמ''א אין סימן ע''ה, ועיי''ש במ''ב.
פערצופאל בין איך לעצטע וואך געווען ביי א שמחה, וואס הגאון ר' ראובן פיינשטיין איז געווען דארט. איך האב געהערט ווי איינער פרעגט איהם א שאלה און תוך דבריו זאגט יענער אז דער עולם איז 'נוהג' עפעס. זאגט ר' ראובן "איך ווייס ניט וואס דאס ווארט 'נוהג' מיינט", ודפח"ח.

געדענק איך עפעס אין די מחיצה תשובה אין אגרות משה ליישב מנהג אמעריקע, וצ"ע.

לגבי טבילת עזרא געדענק איך אז קאוונע רב שרייבט אין תשובה אז ווער ס'איז דאס נוהג האט דאס א דין נדר.
מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 5:41 pm#309136
Re: את אשר התרת אסרתי...
איך האב נישט געזאגט אז מנהגים עגזיסטירען נישט, נאר אז ס'איז א טפל. און ר' משה האט טאקע אן אריכות אין דעם, דאס אז מ'פיהרט זיך אזוי איז איהם נישט גענוג געווען, וכמושנת''ב.
מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 6:00 pm#309141
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער 'זאך וואס הייסט אם אינם נביאים וכו'' איז א טפל שבטפלים וואס כתות פון עמי הארץ האבען געשטעלט פאר אן עיקר. ביז מ'האלט אין א מצב אז דער וואס קען סוגיות מיט ראשונים, טור ב''י און שו''ע מיט נושאי כלים איז גאר דער שוואכע מ''ד, נאר די באבע מיט איהר אומוויסענדער פיראכצען פון דער 'הייליגע היים', איז גאר דער וויכיגסטע שטימע אין צימער. אונז זע'מיר דער אויסגעצייכענטע פאלק, נישט וועגען אור-אלטע טראדיציע'ס, נישט פאר אונזער אייגענארטיגע ניגונים און נישט רעצעפטען פאר מאכלים. נאר ווייל אונז הא'מיר א תורה און מ'פיהרט זיך על פיו.
און דאס נישט זוכען אין תורה צו וויסען וואס צו טוהן איז א סילוף הדת והדעת, און קיין שום ר' יענקעלע אדער ר' ישעיה'לע צו איך ווייס ווער קען אונטערברענגען דער יסוד פון די גלויבונג.
און דעריבער טאקע איז שש משזר אנטלאפען ווען מ'האט איהם אויפגעוויזען די עמהארצות פון זיין מאכען דאורייתא'ס פון הנהגה'לעך, די ליצנות פון זיך בארימען מיט זיין עניוות אויף יענעמ'ס גאווה (וואס איז פון גארנישט באשטעטיגט) און די קטנות פון די א.ג. חומרות אין כשרות וואס זענען געזויגען פון די ביזנעס אינטערעס'ן פון אפאר באקאנטע עמי הארץ.

:?:
איינער קען ארויסהעלפן און אנווייזן כלפי מה דברי הליטוואק נאמרים?
דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 4:52 pm#309274
שמעקעדיג האט געשריבן:חסיד, על זה דווה לבנו, עס איז א פארדרייטע אידישקייט בלויז מיט געפילן אן קיין הלכות, אין הימל קוקט מען נישט אזוי, אז קדיש איז הארבער ווי כל נדרי דאן איז עס הארבער, פינטל. די הלכה טוישט זיך נישט ווייל ביי כל נדרי האט מען א ווייסע קיטל.
ביי אונז דזשאדזשד מען אידישקייט לויט אונזערע פארדרייטע חינוך גלעזער. מען טוט "שיינע שידוכים", הו קעירס ווי פארדארבן מען איז אינווייניג, דער עיקר איז אז מען האט א גוטן נאמען און די חיצוניות קלאפט. און די זעלבע ביי אננעמען קינדער/משפחות אין די מוסדות.

ר' שמעקעדיג, נאר צו שטארקן מיין נקודה, צוויי אינגערלייט, איינעם האסטו געזען רעדן ביי קדיש און דעם צווייטן ביי כל נדרי, וועמען וואלסטו זיך משדך געוועהן מיט? וועלכען וואלט אייך מער געארט ווען ס'איז דיין זוהן'ס מלמד? אויף וועלכען וואלסטו געזאגט אז ער איז גאר ווייט פארפארן?
יעצט כ'מיין נישט חלילה צו זאגן אז מ'מעג רעדן ביי קדיש אבער דער נקודה איז אז אידישקייט איז דייקא יא א געפיל זאך ווי איידער א בוך פון געזעצן!
די משלים זענען גאר ברייט אבער עס איז דא א מציאות פון ליידער מוטב שיהי' שוגגין, און עבירות חמורות- ווער זאגט אז חילול שבת וועלכער איז מנסח יינו ואוסר פתו איז הארבער ווי לשון הרע (דער עונש ווייזט עפס, אבער אעפי''כ) וד''ל