Under maintenance
הויפט זייט » ס'צייט צי אנגרייטען די בגדי שבת, לקבל פני משיח צדקינו!

ס'צייט צי אנגרייטען די בגדי שבת, לקבל פני משיח צדקינו!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9849
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 12:19 pm#310831
ס'צייט צי אנגרייטען די בגדי שבת, לקבל פני משיח צדקינו!
אזוי ווי מיר ווייסען ווערט געברענגט בשם הגר"א כדלהלן:

ששמעו איש מפי איש עד זקני הגר"א זיע"א שגילה סוד זה סמוך להסתלקותו - וכה אמר: 'כאשר תשמעו שהרוסיים כבשו את העיר 'קְרִים' אז תדעו שמתחיל כבר פעמי הגאולה, וכאשר תשמעו שהרוסיים הגיעו לעיר קונסטנטינופול (הלא היא איסטנבול שבטורקיה כיום הזה) אז כבר תלבשו בגדי שבת ואל תפשטו אותם כיון שבכל רגע המשיח עומד לבוא'.


אזוי אויך ווערט געברענגט:

קבלה בידינו מתלמידי הגר"א בשם הגאון: "אם הספינות של מלכות רוסיא יחצו את מיצר "בוספורוס" (ה"דרדנלים") צריכים ללבוש בגדי שבת" לומר לך, שהשעה קרובה אז לביאת המשיח. ודע כי רוב הספינות מרוסיא לארץ ישראל באות בזמננו דרך טורקיה בים השחור מבעד למיצר ה"בוספורוס". כמ"כ בידוע שלאחר חורבן מערב רומי עם בירתה בידי הגרמנים ימ"ש נותרה קוסטנטינא לבדה בשם "מזרח רומי" ומיום שמלך מרוסיא נשא בת המלך האחרון מקוסטנטינא הריהם מחשיבים את עצמם כיורשים של מלכות מזרח רומי ונושאים בדגליהם את סמל הנשר הכפול של קוסטנטינא.


די בוספורוס איז א ים דורעכגאנג פינעם שווארצען ים, אריין צים מיטללענדישען ים ווי מען קען זעהן אויף דעם בייגעלייגטען מאפע:

בילד

שוין, איז דארף מען פארשטיין די הייקעלקייט פין די אישו, די איינציגע ווארים וואסער ים-פארט וואס רוסלאנד האט איז ביי דעם שווארצען ים, און די איינציגע וועג ארויס און אריין צים און פון שווארצען ים איז דורעך די בוספורוס און דארדאנעלען דורעכגאנג וואס גייט דורעך טערקיי,
טאמער טערקיי בלאקירט דעם דורעכגאנג פאר רוסישע שיפען מיינט דאס אז די רוסישע ים פלאטע איז עפעקטיוו אפגעהאקט פין די וועלט, און דאס איז איז א זאך וואס רוסלאנד קען זיך בשום אופן נישט ערלויבען,

ממילא דערפאר איז יעדע רוסיש-טערקישע געפעכט א ערענסטע פראבלעם ווייל דאס קען ברענגען אז טערקיי זאל בלאקירען רוסישע שיפען וואס דאס מוז ברענגען א ערענסטע רעאקציע פון רוסלאנד,

למעשה קומען אריין באריכטען אז יא! טערקיי בלאקירט רוסישע שיפען פין דעם בוספורוס און דארדאנעלען דורעכגאנג,

m https://www.superstation95.com/index.php/world/587 m

דאס איז א שריט וואס וועט מיזען ברענגען א שטארקע רוסישע רעאקציע,
קיינער ווייסט נישט קיין עתידות נאר דער באשעפער אליינס,
אבער לאמיר האפען אז דאס וועט זיך ענדיגען מיט די גאולה שלימה וואס מיר ווארטען שוין אזוי לאנג,

ענווים, היגיע זמן גאולתכם!
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 1:08 pm#310837
איך גיי עס נאך נישט אנטיען, אבער איך וועל האלטן מיין שטריימל בעקיטשע אין מיין קאר
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 3:37 pm#310848
אויב משיח וועט אונז נישט אויסלייזען פון די שטריימעל בעקיטשע גלות, פארוואס קומט ער??
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 4:57 pm#310857
קאווע טרינקער האט געשריבן:אויב משיח וועט אונז נישט אויסלייזען פון די שטריימעל בעקיטשע גלות, פארוואס קומט ער??


כ'האב געשריבען בגדי שבת,
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 5:12 pm#310859
עיר האט גערעדט צו פליקער, נישט צו דיר.
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 6:33 pm#310873
אוי די לצנות,

ווי האט נאר א גוטער איד געזאגט

"רבוש"ע! שיק משיח ביז ווילאנג מ'דארף איהם נאך!"
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 7:46 pm#310880
Re: ס'צייט צי אנגרייטען די בגדי שבת, לקבל פני משיח צדקינו!
אויב דער מימרא קומט פון די גר"א ווי פאסט אנציטון בגדי חסידות

Sent from my LG-P659 using Tapatalk
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 7:54 pm#310882
Re: ס'צייט צי אנגרייטען די בגדי שבת, לקבל פני משיח צדקינו!
כפארשטיי נישט וואס דא טוט זיך, די גר״א האט געזאגט אויב זיי גייען יא אריבער דעם בוספורוס איז דאס איז דאך שוין ביז יעצט געווען די מצב, און יעצט טוישט זיך דאס אויף נישט איז דאך דאס נישט די סימן, חוץ טאמער דו באציעסט דיך אויפן ערשטן גירסא וואס דייטעט אהן א מלחמה פון רוסלאנד און טערקיי,
אגב פון וועלכע ספרים האסטו צוטירט?
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 7:58 pm#310885
אויב רוסלאנד איז שוין אריבער די דארדאנעלן דאן גלייב איך אז משיח איז שוין לכאורה געקומען, מען דארף אים נאר אפיר זיכן.
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 8:00 pm#310886
די גאנצע באריכט איבער טערקיי שטערן צוטריט פאר די רוסישע שווארצע-ים פלאטע איז פאלש.
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 8:01 pm#310887
Re: ס'צייט צי אנגרייטען די בגדי שבת, לקבל פני משיח צדקינו!
ישראל קאפקע האט געשריבן:די גאנצע באריכט איבער טערקיי שטערן צוטריט פאר די רוסישע שווארצע-ים פלאטע איז פאלש.

סארא אנטיסעמיטען די טערקן!! וואס גייט זיי אהן אז משיח קומט??
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 8:08 pm#310889
אקעי אהיים מיט די בגדי שבת
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 8:55 pm#310890
יהושע חיים האט געשריבן:אויב דער מימרא קומט פון די גר"א ווי פאסט אנצוטון בגדי חסידות

דער גאון איז אויך געגאנגען א שטריימל.
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 9:00 pm#310891
יהושפט קליין האט געשריבן:שוין, איז דארף מען פארשטיין די הייקעלקייט פין די אישו, די איינציגע ווארים וואסער ים-פארט וואס רוסלאנד האט איז ביי דעם שווארצען ים, און די איינציגע וועג ארויס און אריין צים און פון שווארצען ים איז דורעך די בוספורוס און דארדאנעלען דורעכגאנג וואס גייט דורעך טערקיי,
טאמער טערקיי בלאקירט דעם דורעכגאנג פאר רוסישע שיפען מיינט דאס אז די רוסישע ים פלאטע איז עפעקטיוו אפגעהאקט פין די וועלט, און דאס איז איז א זאך וואס רוסלאנד קען זיך בשום אופן נישט ערלויבען,



אויסערדעם וואס רוסלאנד האט איר גאנצע מזרח בארטן, וואס קומט אראפ ביז קארעא, אפען צום פאסיפיק און א מיליטערישע באזע פאר שיפען אין סיריע אפען צום מידעטרעניען [וואס גייט צום אטלאנטיק], האט רוסלאנד איר צענטראלע מארין באזע אין קאלינינגראד [מלפנים קעניגסבורג] ביים באלטישען ים ווי זי האלט רוב פון אירע שיפען צילוב דעם וואס קאלינינגראד איז די איינציגסטע רוסישע בארטן ווי די ים דארט ווערט נישט אייזיג אפילו ווינטער
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 9:15 pm#310894
outspoken האט געשריבן:
יהושע חיים האט געשריבן:אויב דער מימרא קומט פון די גר"א ווי פאסט אנצוטון בגדי חסידות

דער גאון איז אויך געגאנגען א שטריימל.


טאקע וועגן דעם האב איך מדייק געווען בגדי חסידות
דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 12:27 am#310908
איך מאך מיט דיר א דיעל איך גלייב אלעס וואס דו זאגסט און איך טוה מיך זאפארט אן בגדי שבת א שטריימל א בעיקיטשע ווייסע זאקן געפּעפּערטע מכנסיים און איך וועל אים אפּווארטן אין ׳שומר שבת׳ שול אין בעיסמענט פאר א חודש צייט (סאיז דא דארטן ווייפיי?) אויב אבער קומט ער נישט ביז פערציג טעג דארפסטו שרייבן אויף קאווע שטיבל אז דיין גאנצע משיח טעאָריע איז בעיסיקלי Wishfull Thinking, דיעל???
דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 4:46 am#310919
פליקער האט געשריבן:איך גיי עס נאך נישט אנטיען, אבער איך וועל האלטן מיין שטריימל בעקיטשע אין מיין קאר

פליקער: מילא ווינטער. אבער זומער מיט די גרויסע היצן און פייכטקייט אין די אטמאספערע, קענען אוועקהרג'נען דעם שטריימל. און קרויס און מיללער שטריימלעך וועללן זיכער זיין פארמאכט ווען משיח וועט קומען. קרויס 'עט פארן קיין טאש. צו זיין צוזאמען מיט דעם רעבי'ן שליט"א, לקבל פני משיח צדקנו. מיללער ווייסיך נישט. אבער, ער'ט אויכעט גיין צו זיין רעבי' אדער גאד'ל. און די סאטמאר'ע שטריימל מאכער'ס וועלן גיין צו זייערע רעבעס. (ס'וועט זיין פיהר. מענדל און זלמן לייב'ס קינדער.). ווייל אין סאטמר וועט משיח אליינס אנווייזן מיט זיין פינגער (וועלכע ווייסיך נישט)...אט די זענען די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני...און נאר, צוליעב זיי ביניך ...געקומען....!
דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 4:54 am#310920
ישראל קאפקע האט געשריבן:די גאנצע באריכט איבער טערקיי שטערן צוטריט פאר די רוסישע שווארצע-ים פלאטע איז פאלש.

איך האב ערגעץ געזעהן א ריפארט. כ'מיין אין קריסטשען סייענס מאניטאר אן ליין, אז דער אידישער משיח קען סייווי נישט קומען, וועגן די פארשאלטענע מדינה הציונית, און זייער פרעמיער, ביבי נתניהו, דער אפיקורס און טיפש, כדברי הרב שמואל שלמה טעללער שליט"ע...!
דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 6:44 am#310923
מור וקציעה האט געשריבן:
יהושפט קליין האט געשריבן:שוין, איז דארף מען פארשטיין די הייקעלקייט פין די אישו, די איינציגע ווארים וואסער ים-פארט וואס רוסלאנד האט איז ביי דעם שווארצען ים, און די איינציגע וועג ארויס און אריין צים און פון שווארצען ים איז דורעך די בוספורוס און דארדאנעלען דורעכגאנג וואס גייט דורעך טערקיי,
טאמער טערקיי בלאקירט דעם דורעכגאנג פאר רוסישע שיפען מיינט דאס אז די רוסישע ים פלאטע איז עפעקטיוו אפגעהאקט פין די וועלט, און דאס איז איז א זאך וואס רוסלאנד קען זיך בשום אופן נישט ערלויבען,



אויסערדעם וואס רוסלאנד האט איר גאנצע מזרח בארטן, וואס קומט אראפ ביז קארעא, אפען צום פאסיפיק און א מיליטערישע באזע פאר שיפען אין סיריע אפען צום מידעטרעניען [וואס גייט צום אטלאנטיק], האט רוסלאנד איר צענטראלע מארין באזע אין קאלינינגראד [מלפנים קעניגסבורג] ביים באלטישען ים ווי זי האלט רוב פון אירע שיפען צילוב דעם וואס קאלינינגראד איז די איינציגסטע רוסישע בארטן ווי די ים דארט ווערט נישט אייזיג אפילו ווינטער


די מזרח בארטען האבען זיי טאקע, אבער ס'איז אויף די אנדערע זייט וועלט.... זייער ווייט פין ווי זיי דארפען עס האבען,
לגבי דעם באלטישען ים, האסטו געמאכט א טעות, די "שווארצע ים איז די איינציגע רוסישע בארטען (מערב רוסלאנד) וואס ווערט נישט פארפרוירען,
די באלטישע ים עכ"פ נאנט צי רוסלאנד וואס ווערט געריפען די "גאלף אףף פינלאנד" ווערט יא פארפרוירען אין ווינטער:

Freezing begins in the northern extremities of Gulf of Bothnia typically in the middle of November, reaching the open waters of the Bothnian Bay in early January. The Bothnian Sea, the basin south of Kvarken, freezes on average in late February. The Gulf of Finland and the Gulf of Riga freeze typically in late January. In 2011, the Gulf of Finland was completely frozen on 15 February.[22


גענומען פין דא: m https://en.wikipedia.org/wiki/Baltic_Sea m
דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 6:52 am#310924
שבת אחים האט געשריבן:איך מאך מיט דיר א דיעל איך גלייב אלעס וואס דו זאגסט און איך טוה מיך זאפארט אן בגדי שבת א שטריימל א בעיקיטשע ווייסע זאקן געפּעפּערטע מכנסיים און איך וועל אים אפּווארטן אין ׳שומר שבת׳ שול אין בעיסמענט פאר א חודש צייט (סאיז דא דארטן ווייפיי?) אויב אבער קומט ער נישט ביז פערציג טעג דארפסטו שרייבן אויף קאווע שטיבל אז דיין גאנצע משיח טעאָריע איז בעיסיקלי Wishfull Thinking, דיעל???


אינטערעסאנט מיט משיח האסטו א פראבלעם, אבער בערני סענדער'ס פארטיי לאגאו ניצטע פאר דיין אוואטאר .....

לגבי ווישפול טינקינג, פארשטייט זיך אז למעשה שטייט שוין אין דניאל אז "קיינער" ווייסט נישט די זמן הגאולה, און די אלע סמנים זענען נאר סמנים וואס ווייזט אויף עפעס וואס האט לכאורה א שייכות מיט די ענין פין די גאולה, אבער למעשה פארשטייט זיך אז קיינער ווייסט נישט, נאר מען האפט כסדר אז יעצט זאל עס שוין טאקע זיין,

אבער דאס "אז" ער וועט קומען איז נישט ווישפול טינקינג, ס'איז א מציאות, מען ווייסט נישט ווען, ממילא האפט מען א גאנצע צייט אז ס'זאל שוין זיין יעצט,

יעצט זיי מוחל נעם אראפ די בערני לאגאו.... דעי קאמאניסט סאושעליסט משוגענער....
דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 6:58 am#310925
ישראל קאפקע האט געשריבן:די גאנצע באריכט איבער טערקיי שטערן צוטריט פאר די רוסישע שווארצע-ים פלאטע איז פאלש.


ס'נישט פאלטש,
זיי האבען עס נישט געטוהן אפיציעל, אבער אומאפיציעל לאזען זיי נישט אריין רוסישע שיפען,
ווי עס ווערט באריכטעט דא:
m http://www.infowars.com/turkey-blockade ... y-cut-off/ m
דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 8:04 am#310927
יהושפט קליין האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:איך מאך מיט דיר א דיעל איך גלייב אלעס וואס דו זאגסט און איך טוה מיך זאפארט אן בגדי שבת א שטריימל א בעיקיטשע ווייסע זאקן געפּעפּערטע מכנסיים און איך וועל אים אפּווארטן אין ׳שומר שבת׳ שול אין בעיסמענט פאר א חודש צייט (סאיז דא דארטן ווייפיי?) אויב אבער קומט ער נישט ביז פערציג טעג דארפסטו שרייבן אויף קאווע שטיבל אז דיין גאנצע משיח טעאָריע איז בעיסיקלי Wishfull Thinking, דיעל???


אינטערעסאנט מיט משיח האסטו א פראבלעם, אבער בערני סענדער'ס פארטיי לאגאו ניצטע פאר דיין אוואטאר .....

לגבי ווישפול טינקינג, פארשטייט זיך אז למעשה שטייט שוין אין דניאל אז "קיינער" ווייסט נישט די זמן הגאולה, און די אלע סמנים זענען נאר סמנים וואס ווייזט אויף עפעס וואס האט לכאורה א שייכות מיט די ענין פין די גאולה, אבער למעשה פארשטייט זיך אז קיינער ווייסט נישט, נאר מען האפט כסדר אז יעצט זאל עס שוין טאקע זיין,

אבער דאס "אז" ער וועט קומען איז נישט ווישפול טינקינג, ס'איז א מציאות, מען ווייסט נישט ווען, ממילא האפט מען א גאנצע צייט אז ס'זאל שוין זיין יעצט,

יעצט זיי מוחל נעם אראפ די בערני לאגאו.... דעי קאמאניסט סאושעליסט משוגענער....


איך בין א סאושליסט איך זעה נאכנישט וואס סאיז שלעכט דערמיט (אויב עפעס איז ראונג איז עס אמעריקאנע קעפטיליסטן ווי נאר אפאר געציילטע מענטשען און די עליטע האבן הנאה פון דעם) און איך האלט נישט אז בערני סענדארס איז משוגע, אויב איינער איז משוגע איז עס די חברה וואס גלייבן אז ווען משיח וועט קומען וועט מען הארגענען אלע גוים און אז אלעס וואס מ׳דארף וועט וואקסן אויפן בוים.
דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 9:25 am#310929
יהושפט קליין האט געשריבן:
מור וקציעה האט געשריבן:
יהושפט קליין האט געשריבן:שוין, איז דארף מען פארשטיין די הייקעלקייט פין די אישו, די איינציגע ווארים וואסער ים-פארט וואס רוסלאנד האט איז ביי דעם שווארצען ים, און די איינציגע וועג ארויס און אריין צים און פון שווארצען ים איז דורעך די בוספורוס און דארדאנעלען דורעכגאנג וואס גייט דורעך טערקיי,
טאמער טערקיי בלאקירט דעם דורעכגאנג פאר רוסישע שיפען מיינט דאס אז די רוסישע ים פלאטע איז עפעקטיוו אפגעהאקט פין די וועלט, און דאס איז איז א זאך וואס רוסלאנד קען זיך בשום אופן נישט ערלויבען,



אויסערדעם וואס רוסלאנד האט איר גאנצע מזרח בארטן, וואס קומט אראפ ביז קארעא, אפען צום פאסיפיק און א מיליטערישע באזע פאר שיפען אין סיריע אפען צום מידעטרעניען [וואס גייט צום אטלאנטיק], האט רוסלאנד איר צענטראלע מארין באזע אין קאלינינגראד [מלפנים קעניגסבורג] ביים באלטישען ים ווי זי האלט רוב פון אירע שיפען צילוב דעם וואס קאלינינגראד איז די איינציגסטע רוסישע בארטן ווי די ים דארט ווערט נישט אייזיג אפילו ווינטער


די מזרח בארטען האבען זיי טאקע, אבער ס'איז אויף די אנדערע זייט וועלט.... זייער ווייט פין ווי זיי דארפען עס האבען,
לגבי דעם באלטישען ים, האסטו געמאכט א טעות, די "שווארצע ים איז די איינציגע רוסישע בארטען (מערב רוסלאנד) וואס ווערט נישט פארפרוירען,
די באלטישע ים עכ"פ נאנט צי רוסלאנד וואס ווערט געריפען די "גאלף אףף פינלאנד" ווערט יא פארפרוירען אין ווינטער:

Freezing begins in the northern extremities of Gulf of Bothnia typically in the middle of November, reaching the open waters of the Bothnian Bay in early January. The Bothnian Sea, the basin south of Kvarken, freezes on average in late February. The Gulf of Finland and the Gulf of Riga freeze typically in late January. In 2011, the Gulf of Finland was completely frozen on 15 February.[22


גענומען פין דא: https://en.wikipedia.org/wiki/Baltic_Sea


נאדיר פון וויקיפידיע
The town of Baltiisk, just outside Kaliningrad, is the only Russian Baltic Sea port said to be "ice-free" all year round, and the region hence plays an important role in maintenance of the Baltic Fleet.

m https://en.wikipedia.org/wiki/Kaliningrad m
דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 9:56 am#310930
נאדיר פון וויקיפידיע

The town of Baltiisk, just outside Kaliningrad, is the only Russian Baltic Sea port said to be "ice-free" all year round, and the region hence plays an important role in maintenance of the Baltic Fleet
.
m https://en.wikipedia.org/wiki/Kaliningrad m

קאליניגראד חאטשיג ס'באלאנגט פאר רוסלאנד איז עס אבער פראבלעמאטיש פאר רוסלאנד, ווייל ס'איז נישט מחובר צי רוסלאנד, און צי אנקומען דארט דארף רוסלאנד אריבערגיין אנדערע לענדער, ווי ליטא און פולין וואס זענען א טייל פין נאט"א !

די איינציגע ווארים וואסער פארט אין מערב רוסלאנד גופא איז דער שווארצע ים,

ווי מען זעהט אויף די מאפע:
בילד
דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 11:13 am#311184
m http://www.bhol.co.il/92985/%D7%94%D7%A ... 7%A8-.html m
[bהרב שטרנבוך על ארדואן "א משוגינער"
ראב"ד 'העדה החרדית' על המתיחות בין טורקיה לרוסיה - "כשהרוסים ייכנסו לאיסטנבול, צריך ללבוש בגדי שבת"
משה ויסברג יום חמישי כ"א כסלו תשע"ו 09:25 03/12/2015





הגאון רבי משה שטרנבוך התבטא אמש (ד') על הסכסוך בין רוסיה לטורקיה כי "מקובל אצלנו איש מפי איש עד הגאון מוילנא, שאם הרוסים ייכנסו ויכבשו את איסטנבול בירת טורקיה יש למהר ללבוש בגדי שבת ולחכות למשיח".

בשיחה שמסר לתלמידיו המשך הסביר הרב שטרנבוך כי "הרוסים והטורקים החלו להתקוטט זה עם זה. שומעים קולות מלחמה, וכל האומות תמהים - איך טורקיה מתחילה עם רוסיה?

"אבל אנחנו רואים בזה קיום מאמר חז"ל שכאשר משיח צריך לבוא הקב"ה מגרה מלכויות זו בזו ושלא ברצונם נהיה מלחמה. אנחנו במוצאי שביעית, רואים בזה חיזוק גדול וצריכים להתעורר".



הרב שטרנבוך הוסיף על מה שכתוב שסמוך לביאת המשיח יהיה לעם ישראל צרות מבני ישמעאל והם יצליחו להתגרות בבני ישראל, "אנחנו נמצאים בפרשת דרכים אנחנו ומתפללים להקדוש ברוך הוא שיגאל אותנו, צריך להתעורר בתשובה אבל אם חס ושלום לא - הרי שמתחזק חלילה בני ישמעאל אנחנו בצרה גדולה מאוד".

בסיום דבריו אמר - "משיח עומד אחר כותלינו משגיח מן החלונות מציץ מן החרכים ומצפה לבוא, הקב"ה מראה לנו התחלה של גאולה, הרי זה לא מובן איך מדינה כמו טורקיה מתחיל מלחמה מבקש שיגיד סליחה גם את זה לא רוצה ועוד מסרבים לומר סליחה. ער איז אמשוגינער. הקב"ה מבלבל אותם ולכן אנחנו צריכים להתחזק מאוד".




פוטין נגד טורקיה? המשיח בפתח
האם העימות בין טורקיה לרוסיה מרמז על פעמי המשיח? • תראו מה אמר על כך ה'סטייפלער' וה'שפע חיים' מצאנז




רמזים אקטואליים במקורות: "כאשר הרוסים יכבשו את טורקיה יבוא המשיח", כך מצוטט במספר מקורות קדומים.

העימות בין טורקיה למעצמה הרוסית עלה לאחרונה לכותרות ומעורר התרגשות בקרב יודעי ספר, הרואים בעימות, את פעמי המשיח.

בספר 'ארחות רבינו' של הגאון רבי אברהם הורביץ זצ"ל - תלמידו של בעל ה'קהילות יעקב' 'הסטייפלער' זצ"ל, מצוטט בשמו: "ראה שנדפס שהגר"א ז"ל אמר כשהרוסים יכבשו את קונסטנטינופול (איסטנבול) יבוא משיח, ולא כמו שאמרתי כשהרוסים יעברו את הדרדנלים, שהלא עוברים את הדרדנלים בכל יום".

עוד מצוטט האדמו"ר בעל ה'שפע חיים' מצאנז בשם הבעל שם טוב שאמר: "אם הרוסים יעברו בדרדנלים להלחם עם טורקיה, אפשר ללבוש בגדי שבת לכבוד ביאת המשיח".

הגאון רבי יחיאל מיכל פיינשטיין זצ"ל חתן הרב מבריסק זצ"ל, סיפר גם הוא על קבלה בידו מרבי
חיים מוואלוזין, "שכאשר החייל הרוסי הראשון ידרוך על אדמת קונסטנטינופול יבוא המשיח - משום שמלחמת גוג ומגוג תהא בין רוסיה למדינה זו, ובשורשה היא מלכות אדום".

כפי שהוזכר בעבר ב'בחדרי חרדים', ראב"ד 'העדה החרדית' הגר"מ שטרנבוך, הזכיר גם הוא בשיחה שנשא לפני שנתיים את המסורת ואמר: "אני מוכרח לגלות סוד אחד מפני שכבר גילה אותו ר' יצחק חבר זצ"ל, תלמידו של ר' חיים וואלזי'נער, זצ"ל ששמעו איש מפי איש עד זקני הגר"א זיע"א, שגילה סוד זה סמוך להסתלקותו - וכה אמר: "כאשר תשמעו שהרוסים כבשו את העיר 'קְרִים' אז תדעו שמתחיל כבר פעמי הגאולה, וכאשר תשמעו שהרוסיים הגיעו לעיר קונסטנטינופול אז כבר תלבשו בגדי שבת ואל תפשטו אותם כיון שבכל רגע המשיח עומד לבוא".

עם זאת הגר"ש וואזנר זצ"ל, התבטא מספר פעמים כי, "אין לנו עסק בנסתרות וכל נושא ביאת המשיח הוא עלום ומכוסה ולא ניתן לדרוש עליו ברבים".

עוד בנושא:
• "פעמי משיח - כשרוסיה תכבוש את קרים"

[/b]
מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 7:07 pm#314955
איך קען שוין אויסטוהן די בגדי שבת? ווילאנג נאך?
מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 7:34 pm#314960
דארט אין סטעטן איילענד גייסטי דען מיט א שטריימל בעקיטשע? מיינסט אפשר די שבתדיגע קנייטש היטל?
מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 10:42 pm#314984
שמעון וואלף האט געשריבן:דארט אין סטעטן איילענד גייסטי דען מיט א שטריימל בעקיטשע? מיינסט אפשר די שבתדיגע קנייטש היטל?


זיכער א שטריימל און בעיקיטשע כ״ק רבינו שליט״א פירט זיך אין די שיינע שבתים ווי למשל שבת זכור צו גיין אנגעטוהן מיט א ספאדיק און געפעפערטע הויזן, וכן נוהג כ״ק אדמור מדאבשינא שליט״א וכ״ק אדמו״ר ממילק שעיק זצ״ל
דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 12:25 am#314999
רעדנדיג פון משיח'ס ערייוועל, עפעס וואס איז באקאנט געווארן פון א וויליאמסבורגער בעל מקובל
l viewtopic.php?p=314822#p314822 l