Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » קאווע שטיבל • ... והמסתעף

קאווע שטיבל • ... והמסתעף

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9914
מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:37 am#313379
... והמסתעף
וואס עפעס טראגט אזא גרויסער פראצענט פון היימישן עולם ברילן? א שאלה וואס פייניגט דעם כלל שוין פאר שווערע צענדליגער יארן ולה אין פותר. יעדע סארט טעאריע איז שוין אויפגעברענגט געווארן, אפגעפרעגט און נאכאמאל גענומען געווארן אין באטראכט — ועדיין הקשיא במקומה עומדת.

אמביציעזע וויסנשאפטלער האבן זיך אריינגעלאזט אין דעם פעלד אנטשלאסן צו ענטשיידן די דאזיגע מיסטעריע איינמאל פאר אלעמאל. יגעת ומצאת דאס האט דאך די גמרא געוואוסט שוין א סך פריער פון די סייענטיסטן, והנה, מ'איז דערגאנגען דעם סוד.

הארצלאזע טאטעס, שטרענגע מאמעס, בייזע משגיחים, שלאף רויבער און מענטשן-פרעסער וואס פארניכטן דאס נעימות'דיגע פינסטערניש מיט א סאדיזם וואס לאזט זיך נישט באשרייבן אויף פאפיר. פון יעדן מעגליכן מעטאד אדער פראקטיש מיטל המקובל בידנו שיהא הוא מעורר את השחר, האבן זיי אדאפטירט דוקא יענע מערדערליכע שטראלן וואס לעכערט אויגן, א טייוולאניש אור וואס כרים וכסתות אפילו פון דיקסטן מאטעריאל שטייען קעגן זיין גהינומ'ישער קראפט הילפסלאז.

האט דער מילקשעיקער געטייטש: "העיני האנשים ההם תנקר", אין יענעם גורל'דיגן פארטאגס ווען משה רבינו האט זיך געלאזט אין גאנג צו וועקן די ווידערשפעניגע בני אליאב, ער האט זיי, ווי ס'פאסט זיך פאר אזא צדיק געוועקט איידל, מיט הכנעה און פריינטלייכקייט געקלאפט אויף דער טיר, אזא קול דודי דופק, האבן זיי אבער, די רשעים, געענטפערט משה'ן מיט עזות און שפאט: אפילו אז דו וועסט ר"ל אנצונדן ס'לעקטער, "לא נעלה" — פון בעט וועלן מיר זיך נישט הייבן פאר סיי וועלכן פרייז. עפ"ל.

***
א נארוואס-פארעפענטליכער באריכט איבער מסור-קעצלריי טוט בלויז באשטעטיגן עפעס וואס דער שרייבער פון די שורות האט שוין וואויל געוואוסט נאך אלס קינד.

אין רוב רעקארדירטע פעלער — לויטעט דער באריכט —  איז עס נישט דאס דורכשניטליכע קינד וואס וועט שטיין אין שפיץ פון דעם שאנדפולן אקט.

שאנסן זענען אז דער מסור געהערט צו דער עליטע. א געביגלט אינגל, א קליין שמעקעדיג משה-גרויס אזא וואס איבער זיינע פיאות איז א פלעשל דיפעטי-דא פארלאפן און זיי געמאכט קריספי, קלעבעדיג און גליטשיג אויפאמאל. ידידי הרב ATUB @קאווע טרינקע ATUB ר וואלט א שטייגער אויסגעגאנגען פאר זיינע שיינע און טייערע קליידונג; איך — פאר זיינע ריסעס פעקלעך. זיין גאנצע אנוועזנהייט צעזייט קנאה אין דער לופט, יעדער חלומ'ט פון זיין זיין חבר — ס'ליגט אבער אויסשליסליך אין יענעמ'ס הענט צו באשטעטיגן אדער אפזאגן די פריינטשאפט. נאך דעם וואס דער יעניגער האט אפגעשייגעצט את שלו, טראגט ער אריין א מסירה אויף יענעם.

דער אומבא'חנ'טער בארבארדלטער כולל-דראפאויט, דער איבערוואגיגער צעקראכענער מלמד וועלכער איז א האלבער חשוד אויף מאלעסטאציע און א מעגא מחילה-לעקער וואס קריכט אויף אלע פיר נאך עלטערן וועלכע פארמאגן אפאר דאללער, נעמט אפ דאס פעקל מסירות מיט א ברייט שמייכל. ער נאגט אריין די קאווע פון צווישן די וואנצעס אין מויל, רייבט איין האנט אין דער אנדערער — עפעס אזא ריח בשייכות צו א גוף נקי שלאגט זיך דערפון. ווי נאר ער נעמט אפיר דעם פארקער-פען גייען די חפירות אין האריגן אויער אריין אין פולן שוואונג. דאס איז אין אמת'ן א טעגליכע אקטיוויטעט, נאר בכדי צו קענען בעסער דערהערן די רכילות גראבט ער דאסמאל ביתר עז.

"איין רגע, שטייטלעך, שטייטלעך. זאג נאכאמאל איבער קלאר, הויך און שטייט. יואב האט געמאכט פאקסן מיט זיינע פינגער אין נאז אין בעק פון מיר, נו, און האט נאכדעם וואס? איך הער נישט. ארויסגעשטעקט זיין צונג? נו, און וואס נאך? געזאגט אז ווער איז א פערד? ניין? ער האט יא געזאגט אדער נישט געזאגט? אויף וועמען דען האט ער געזאגט, דעם מנהל? אהא! דאס איז געווען ווען מ'איז ארויס אדער ווען מ'איז צוריק אריין? נו, און וואס נאך? אז ווער? איך הער נישט, רעד העכער. נו, אז וואס?"

דער מלמד האפט אז דורכ'ן אויסטיילן צרות פאר די וועלכע זענען אונטערגעווארפן זיין גאט-געשאנקענעם אויטאריטעט, וועט דאס רייכע קינד, לאמיר אים רופן מיני-יואלי, זיין א מליץ יושר ווען ס'קומט צום ענוועלאופ וועלכן מ'וועט אריינשטופן אינעם פענסי שלאועכמאנעס.

“רבי, פארוואס טאר איך נישט און מיני-יואלי מעג יא?“

— מיני יואלי טאר אויך נישט. נאר יעצט האב איך פונקט דיך געפאקט, מילא וועסטו כאפן. אזא מזל האסטו — זעט אויס דו דארפסט בעסער מתפלל זיין.

"דער רבי פארלייגט זיך אייביג אויף מיר, און..."

— שוין ווייטער ביסטו א מחוצף? יעצט העסטע כאפן דאפעלט.

דאס איז אלץ מסור-קאץ נומער איינס. מסור-קאץ נומער צוויי געהערט גענצליך צום אנדער עקסטרעם.

א סעמי-בנש"ק מיט א ראציג נעזל, איין הענטל פון גלעזער פעלט אים, דאס אנדערע ליגט פארוויקלט אין סקאטשטעיפ. שטיקער פרישטאג ליגט אים נאך אין געגנווארג פון מויל, א מכת ערוב פון שפיגל-איי, אוועקאדא און פון נאך עפעס וואס באזירט אויף דעם גערוך שיינט דאס צו זיין טאמאטא-דיפ אדער עפעס קנאבל-עפיליעטעט. אן אויסגעדריבלט פארפוילט ציצית הענגט מיט ייאוש פון זיין דריי-א-פערטל פארמאכטן זיפפער; די יארמולקע וואס ער האט גע'גנב'ט פונעם בר-יוכני שלינגט איין זיין שמאל-און-לאנגען קאפ — עטליכע דיקע פינגער קענען רואיג אריינגיין אין דעם הינטערשטן חלל. וואס טראגט דאס אומבא'טעמ'טקייט צו א פרישן שטאפל איז דאס איינצעלע העקל אויף זיין הינטערשטער שלייקע. עפעס האט דאס היינט אזוי שלומפעריש אריינגעביסן אין ס'הויזן אזש טערעטאריע אנבאלאנגט דעם בודשי ליגט פארכאפט צווישן ס'קרומע ציינדלעך און איז גלוי לכל.

"רבי, יואב האט געזאגט א מיאוס ווארט".

— נאה, וואס האט ער שוין ווייטער געזאגט? ס'אייביג די זעלבע צוויי דריי אינגלעך וועלכע מאכן מיר תמיד פראבלעמען.

"איך ווייס נישט צי איך מעג דאס ארויסזאגן."

— פאר א רבי מעג מען זאגן.

"עם, עם, עם ס'הייבט זיך אן מיט א בי"ת."

—  נו, האב נישט מורא, זאג. וואס האט ער געזאגט, בעלי-באטען?

"ניין."

— נאר וואס? נו, פאר א רבי נישט מ'מעג זאגן, נאר מ'דארף זאגן. ס'איז א חיוב. שעם דיך נישט, נו, זאג דאס ווארט וואס ער האט געזאגט.

"בודשי!"

די סיבה צו די מסירות איז צווייפאכיג: קודם כל פארכט ער פון דעם "ואם לא יגיד ונשא עוונו" —  די שרעק-ווארפנדע דרשה פון מנהל ליגט אים נאך אין די ביינער. און אז ס'האנדלט זיך פון נעמען פאראנטווארטליכקייט פאר יענעמ'ס מעשים תעתועים, ווען דען, אויב נישט יעצט זאל ער זיך וועלן אפשאקלען פונעם ערבות. צוליב ניבול פה ווייסט ער דאך אז יונקי שדים שלא חטאו ווערן קאלטבלוטיג דערמארדעט, מ'הייצט דעם גיהנום, און נאך א טוץ נורא-ואוימ'דיגע שטראפן וואס קומט אלץ דערפאר.

נאך א סיבה פארוואס ער קעצלט: היות חברים האט ער נישט, זוכט ער פינסטערע מיטלען וויאזוי אנצוקניפן באציאונגען מיט עמיצן, זאל זיין מיט'ן טייוול אליינס.

דער מלמד פארשטייט זיך זיין וועלטל, ס'שמעקט אים קנאפ א רילעישאנשיפ מיט דעם צעשלימפערטן הויזן-טראגער. ער כשלעצמו האלט זיך בכלל נישט צוריק פון רודפ'ן דאס קינד — סיידן אויב ברענגט יענער אריין די נויטיגע מסירות, דאן קען ער האבן נוצן פון אים. ער וועט זיך אויך צוריקהאלטן פון טשעפען אין יענער פרומער מינוט אין יאר ווען ער נעמט זיך שילדערן פאר די קינדער ערשטהאנטיגע דראמאטישע מעשיות פון מענטשן וועלכע האבן אלס קינד געטשעפט א צווייטן, און יעצט קומען זיי אפ אויף דער וועלט מיט איוב-סטיל צרות. זיי זענען גרייט אלץ אין דער וועלט צו טון אבי יענער זאל זיי ארויסזאגן די צוויי ווערטער "מחל לך". יענער ווידער וויל נישט, וויל יא אבער ס'העלפט נישט, זאגט אז ס'איז נישט אים וועם מ'ברויך בעטן מחילה, לעבט שוין נישט, לעבט יא אבער איז געווארן א פרוי.

פארוואס טאקע האט דער תלוש נישט קיין חברים? אה! ערשטנס ווייל ער מסר'ט — וואס איז געווען ערשט, דאס הינדל אדער איי?

סיבה נומער צוויי איז ווייל ער גייט אנגעטאן ווי א חזיר, חוזר ומחוסר. און דריטנס? איך ווייס טאקע נישט. כ'האב טאקע רחמנות אויף אים. למעשה ארבעט עפעס נישט א פריינדשאפט מיט אים. כ'האב פראבירט, האלב פאר גוטסקייט, האלב ווייל אין אמת'ן נייטיג איך מיך אויך דרינגנד אין א חבר און געקלערט אולי וועט מען עפעס קענען ארויסקוועטשן — איט דידנט ווארק פאר וואטעווער ריזען. נעקסט קעיס.

***
וועד למשמרת דיוקנא-קדישא האט פארעפענטליכט רעזולטאטן פון אן אויספרעג וואס זיי האבן דורכגעפירט צווישן אנ"ש מיט פיר-קאנטיגע בערד אין דער יארגאנג פון פערציג ביז אכציג. א שאקירנדער צוויי און זיבעציג פראצענט האבן מודה געווען אז דער סוד פון דעם שארפן קעסטל איז נישט מער ווי א חמצ'דיג מצה-באקס. ס'טייטש איידער מ'נעמט זיך אונטערצוהאקן די ווילד-געוואקסענע כנפות שטעלט מען אויף זיי ארויף דאס ליידיגע באקסל ס'זאל דינען אלס א מאלד, אזוי אז נאך דעם שניט קומט ס'בארד ארויס אפילו מער קעסטלדיג ווי א סקווער זעלבסט — הענט וועלכע קומען אין בארירונג מיט די דאזיגע שארפע עקן קענען זען אזש בלוט. אנדערע וואס זייערס א צעפלאכטענעם בעזעם גייט צוליב דער ברייטקייט נישט אריין אין ענגען מצה-באקס, האבן אנגעוויזן אויף דעם קארן-פלעיקס באקס אלס בעסטן מעטאד און מערסט-פארלעסליך געצייג.

***
אן אקאדעמישע פארשט גרופע וואס האט זיך אריינגעלאזט אין דער ארבעט פון שטודירן משלים האט געפינען אז אפגעזען די צייט, דאס לאנד, דעם ספר אדער מחזור אין וואס דער משל איז זיך פארלאפן, ווען ס'קומט צו מלכים איז דער אויסגאנג ממש אייביג אראפגעקומען צום פאלגנדן סצענאר: מלכים — אנדערש ווי דער המון — האבן געהאט בלויז איין קינד.

אויב האט דאס קינד געהערט דעם מענליכן מין, דאן האט זיך דאס לכולו עלמא געהאט פארזינדיגט. צי דער קעניג האט דאן דאס קינד פארשיקט פון זיין פאלאץ, אדער ס'איז אליינס אנטלאפן, דאס איז שוין א מחלוקת הפוסקים. וואס אלע וועלן אבער מודה זיין איז אז דאס קינד האט זיך ערשט געדרייט אין פאלאץ, און איז דערנאך מער נישט דארט געווען. וואו יא? זיך גע'חבר'ט מיט שלעכטע חברים, פויערן, בעלי עבירה, נידריגע עלעמענטן און שמוציגע לייט וואס צווישן זייערע הויפט פריאריטעטן איז געווען צו באוועגן דאס קינד ער זאל זיך דערווייטערן פון זיין פאטער. די פראצעדור האט מתחילה געזאלט צוגיין נייטראל, אבער אז ס'האט אויסגעפעלט האבן זיי, די רשעים, נישט געטון זשאלעווען העץ-רייד אויף זיין פאטער, דעם גרויסן קעניג.

די רעאקציע מצד דעם קינד ווענד זיך ווייטער פון וועלכן קעניג מ'רעדט. ביי איינעם האט דאס געהאט גוטע באציאונגען מיט די שרים, אזוי ארום האבן זיי מיט זייערע נאנטשאפטן און קאנטאקטן צום קעניג באוויזן דאס קינד ארויסצושלעפן פון פלאנטער איין מאל, צוויי מאל צי אפילו דריי מאל. ביי א צווייטן ווידער האט זיך דאס קינד פארבענקט, נאר אנדערש ווי ביי דעם ערשטן, האט ער נישט געוואוסט וויאזוי צוריק זיך צו דערנענטערן צום פאטער. בא הכתוב השלישי, ער איז שוין געווען אזוי טיף פארזונקען אין דער בלאטע, ס'איז אים שוין אזש פארגאנגען דעם אפעטיט צוריקצוקערן זיך אהיים.

פונקטליך וואס האט פאסירט ווייטער איז די פאזע וואס איז דאס מערסטע פארנעפלט, וואס איז איינמאל זיכער איז אז דער קעניג האט געגארט דאס קינד זאל פאלן צו זיינע פיס און בעטן מחילה — דער בן-מלך ווידער, הממממ.

דאס איז אלץ אויב דער קעניג האט זוכה געווען צו א בן זכר. אויב איז דאס קינד אבער געווען א מיידל, דאן כולו עלמא לא פליגי. יעדער איז מודה אז דאס קינד איז געווען טאלאנטפול ביז גאר. די וועלט האט גע'שמ'ט מיט איר קלוגקייט, איר חן, שיינקייט און גרויס בינטל מעלות האט עפעס ווי אריינגעפאסט בלויז אין א משל. זי איז געווען דאס שווארץ-אפעל פון קעניג'ס אויג. פון אלע זייטן וועלט איז מען געקומען כאפן א בליק — יעדער האט איר באוואונדערט.

א משל אן קיין פראבלעם קען דאך קיין נמשל נישט געפינען, מילא האט זיך אנגערוקט א פראבלעם. דער פראבלעם האט געקענט זיין איינער פון די צוויי: ווי שאפט זיך עפעס דעם באשערטן, דעם יעניגן בחור וואס פאסט זיך אריין צום דאזיגן שידוך; די בת יחידה איז קראנק, די בעסטע דאקטוירים פון ארום דער גארער וועלט קומען היילן, מ'קען נישט אידענטיפעצירן די מחלה, מ'קען יא נאר ס'איז א זעלטענע, ס'איז נישט קיין זעלטענע אבער א טויטליכע, די טאכטער רעאגירט נישט, רעאגירט יא אבער איז אויסגעדארט, איז נישט אויסגעדארט אבער פארלוירן דאס גאנצע שיינקייט, איז נאך אלץ שיין אבער דער קעניג איז דעפפרעסט — און מיטאמאל באווייזט זיך דער שפאנענדיגער נמשל איינגעהילט אין א טלית מיט א פעקל טישוס אין דער זייט.

***
דער צווייטער טאנץ ביי היימישע חתונות האט געזען א דראסטישע העכערונג אין איבעררייסונגען פון זעקסטן הקפה — לויט א לעצטן פן-ירבה באריכט מיט דאטא געזאמלט פון די לעצטע פינף יאר. ס'איז נישט באקאנט אויב דאס איז דער רעזולטאט פון א ויקם מלך חדש לויט דעם ערשטן פשט, נישט ממש אז דער אלטער הימל-פליער איז שוין גענצליך אפגעפלויגן, נאר פשוט ליתר שאת ולהגדיל הקרעפלעך האט א פרישער טראנספארט פארגלייזטע אייגעלעך זיך אראפגעלאזט במחננו. או יאמר שנתחדשה גזירותיו. ס'האנדלט זיך פון זעלבן שטיקל סטראקעס, נאר ווי קען מען אפטאנצן דאס טענצל פריער אדער שפעטער, און דערלויבן דעם חתן זיך צו פרייען מיט זיינע חברים; ווי קען מען צולאזן דיסקאו, טריפה'נע ניגונים פונעם "גוי" שפילן אין דער זעלבער צייט וואס א דעלעגאציע מיט זיידעס פון גן עדן זענען אנוועזנד.

אני כשלעצמי קלער אז אלו ואלו דברי אמת. עפעס א סתירה? ס'איז צוגעקומען נייע און די אלטע זענען געווארן ערגער.

דער אשכול איז מיוחד פאר אינטערסאנטע שטודיעס, באריכטן, ... והמסתעף. דער עולם זאל מוסיף זיין, וכל המוסיף מוסיפין לו לייקס.
מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:18 pm#313394
אזוי צו קערעקטערייזן! דשיניעס!

איך האב געשנארכעצט פון לאכען....
מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 1:00 pm#313411
Re: ... והמסתעף
יואב, ביסט פיינע נייעס! הלוואי וואלסטו געשריבן מער. איך טראכט נאר אז אויב פרעגט מען דיר ווען אויפן טאאק שאו, "וואס האטיך אינספייערד צו שרייבן דעם ארטיקל"? העסטו מוזן ענטפערן, א בא'חנ'טלאזע ראציג בנש"ק'ל..

Sent from my SM-T800 using Tapatalk
מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 1:46 pm#313419
אוי ווי די אומות העולם האבן מיך אנגעקוקט היינט אויפ'ן D באן בשעת'ן ליינען דעם ארטיקל...

יואב האט געשריבן
דער אשכול איז מיוחד פאר אינטערסאנטע שטודיעס, באריכטן, ... והמסתעף. דער עולם זאל מוסיף זיין, וכל המוסיף מוסיפין לו לייקס.


יואב, ווער נאך קען דאס טון אזוי גוט ווי דיר...?
מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 1:48 pm#313420
איין מינוט איך הייב נישט אהן צו כאפן די שייכות פון די משל פון די קעניג'ס טאכטער וואס האט געטאנצן די צווייטע טאנץ אויף א אנדערע ניגון מיט די נמשל אז ביידע סארט מסור קעצלעך גייען אלעמאל גלעזער? און ווי אייגנטליך פאלט די מסתעף דא אריין?
מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 2:02 pm#313424
אשפגתי! :lol: :lol: :) :lol: :lol:
אויב זאגט מען אויף יואב׳ל אז ער האט א גאלדענע פעדער זאלט איר וויסן אז עס איז היפש אינטערגעשאצט, אין מילים!
מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 2:34 pm#313428
איין זאך בין נישט קלאר ארויסגעקומען, פארוואס אזא גרויסער פראצענט פונעם היימישן עולם טראגט ברילן.
איבער מיר אליינס קען איך זאגן אז עס לוינט צו טראגן ברילן דאס גאנצע לעבן, נאר צו קענען ליינען איין אזא שטיקל!

און צו די איינוואוינער פון גרעיטער ניו יארק, אויב מיינט אז די דונערן וואס איר הערט פון נאנט און פון ווייט איז פון א נארוואס אנגעריקטע ווינטער שטורם, זייט וויסן אז איר מאכט א טעות. די רעש איז איינע פון די טיף-בויכיגע סימפטאמען פון ליינען יואב'ס "....והמסתעף" נאך אן איבעררייס פון מערערע מאנאטן זינט זיין לעצטע מייסטער-הומאר ארטיקל.
מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 5:30 pm#313461
די באקאנטע פירמע אשר-יצר עקספרעס האט נארוואס ארויסגעשטעלט פרישע אינפארמאציע קא-ספאנסערד דורך כולל נקבים. צווישן אנדערע שטעלט זיך ארויס אז אנ"ש מבן חמישים שנה ולמעלה זענען אמערסטנס לייקלי צו קטנ'ען אין זיצנדיגע ביסקיסעס, און אזוי אויך מיט טירלעך פתוחין ופצוחין — מער ווי סיי וועלכע יארגאנג אדער עטנישע גרופע.
מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 10:33 pm#313540
אפשר עלאבערירסטו מער איבער דעם כולל נקבים? מען קען זיך סובסקרייבן ביי זיי? און וואס איז אשר יצר עקספרעס? תורה (י"ג טוילעט) הוא ולהכנות אני צריך
מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 10:43 pm#313542
יואב האט געשריבן:די באקאנטע פירמע אשר-יצר עקספרעס האט נארוואס ארויסגעשטעלט פרישע אינפארמאציע קא-ספאנסערד דורך כולל נקבים. צווישן אנדערע שטעלט זיך ארויס אז אנ"ש מבן חמישים שנה ולמעלה זענען אמערסטנס לייקלי צו קטנ'ען אין זיצנדיגע ביסקיסעס, און אזוי אויך מיט טירלעך פתוחין ופצוחין — מער ווי סיי וועלכע יארגאנג אדער עטנישע גרופע.


Sent from my LG-H811 using Tapatalk

און דאס איז אויך דער עידש ווען סוווערט א נארמאלע זאך צו רעדן אויפן טעלעפאן אין א פאבליק סקיסע
דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 7:26 am#313592
הערליך! הערליך? טיפ! ס'נעמט א שעה צו ליינען, די שורות אליינס 10 מינוט, אבער צווישען די שורות?! דיקע ביכער פון פסיכלאגיע, מחשבות און ליצנות. יאם.

מידי דברי, כ'בין געווען דערביי ווען דער אומפארגעסליכער מילקשעיקער האט געזאגט דעם תורה, ס'איז נישט געווען קיין טרונקען פנים...
דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 9:27 am#313603
יואב האט געשריבן:וואס עפעס טראגט אזא גרויסער פראצענט פון היימישן עולם ברילן? א שאלה וואס פייניגט דעם כלל שוין פאר שווערע צענדליגער יארן ולה אין פותר. יעדע סארט טעאריע איז שוין אויפגעברענגט געווארן, אפגעפרעגט און נאכאמאל גענומען געווארן אין באטראכט — ועדיין הקשיא במקומה עומדת.

אמביציעזע וויסנשאפטלער האבן זיך אריינגעלאזט אין דעם פעלד אנטשלאסן צו ענטשיידן די דאזיגע מיסטעריע איינמאל פאר אלעמאל. יגעת ומצאת דאס האט דאך די גמרא געוואוסט שוין א סך פריער פון די סייענטיסטן, והנה, מ'איז דערגאנגען דעם סוד.

די עולם פרעגט וויאזוי איז פארענטפערט די ברילן מיסטעריע.
אבער יואב האט אייך דאך שוין מרמז געווען, די גמרא פרעגט שוין אייער קשיא און פארענטפערט עס אויכעט:
"סומין מפני מה הויין?"

די תירוץ קענט איר דאך אליין נאכקוקען.
דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 10:46 am#313618
Re: ... והמסתעף
ער האט דאך גענטפערט די אויגן ווערט פארהארגעט ווייל מען עפנט די לעקטער פלוצלינג ביים אויפשטיין און דאס לעכערט אויס די אויגן
דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 12:06 pm#313643
פריש וואסער האט געשריבן:
יואב האט געשריבן:וואס עפעס טראגט אזא גרויסער פראצענט פון היימישן עולם ברילן? א שאלה וואס פייניגט דעם כלל שוין פאר שווערע צענדליגער יארן ולה אין פותר. יעדע סארט טעאריע איז שוין אויפגעברענגט געווארן, אפגעפרעגט און נאכאמאל גענומען געווארן אין באטראכט — ועדיין הקשיא במקומה עומדת.

אמביציעזע וויסנשאפטלער האבן זיך אריינגעלאזט אין דעם פעלד אנטשלאסן צו ענטשיידן די דאזיגע מיסטעריע איינמאל פאר אלעמאל. יגעת ומצאת דאס האט דאך די גמרא געוואוסט שוין א סך פריער פון די סייענטיסטן, והנה, מ'איז דערגאנגען דעם סוד.

די עולם פרעגט וויאזוי איז פארענטפערט די ברילן מיסטעריע.
אבער יואב האט אייך דאך שוין מרמז געווען, די גמרא פרעגט שוין אייער קשיא און פארענטפערט עס אויכעט:
"סומין מפני מה הויין?"

די תירוץ קענט איר דאך אליין נאכקוקען.

Semen? I think I know how and why it happens.
דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 11:44 pm#313830
מענער וואס טרינקען טעיסטער'ס-טשויס קאווע פארמאגן א סך העכערע שאנס צו עקספיריענסן א מקרה לילה ווי מענער וואס קויפן קאווע פון וויי-ענד-עס אדער סטארבאקס. דער פאולסטער צייגט אן אז אויסער די בילדער אויף די באטלעך אשר בהם רבים חללים הפילו, ווייזט דאס מציאות אז רוב מענער וואס טרינקען אינדערפרי טעיסטער'ס--טשויס גייען בעפאר אדער נאך דעם אין מקווה.

דער באריכט טוט בלויז נאכאמאל אילוסטרירן דאס טיפשות און איגנאראנץ פון די אזוי גערופענע חכמי אומות העולם. וואס דער נארישער פאולסטער ווייסט נישט איז אז ביי חסידישע אידן גייט מען סתם אזוי אין מקווה יעדן טאג.

פון דער אנדערער זייט איז צום באגריסן אז דער באריכט טוט שטעלן וויי-ענד-עס ווי אייניג מיט סטארבאקס.
מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 7:55 pm#314063
Re: ... והמסתעף
היימישע בתי מדרשים וועלן ענדערש נישט האבן זייף נעבן די ביסקיסעס, אבער וועלן יא האבן א געפילטערט סינק .

*
ביי יעדער היימישער חתונה חתונה איז דא כאטש איין קרוב מיט א בענד-דאון און געשוירענער בארד.

*
צוליב אומבאוואוסטע סיבות וועלן צדקה-גייער ענדערש בעטן געלט פון א איד וואס טראגט א נעקטיי ווי פון אנ"ש קנאבל-בערד.
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:09 am#314200
אז ס'רעגנט גיסט,
Keep it cumin baby
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 11:01 am#314208
יואב האט געשריבן:ביי יעדער היימישער חתונה חתונה איז דא כאטש איין קרוב מיט א בענד-דאון און געשוירענער בארד.

*
צוליב אומבאוואוסטע סיבות וועלן צדקה-גייער ענדערש בעטן געלט פון א איד וואס טראגט א נעקטיי ווי פון אנ"ש קנאבל-בערד.


איך האב שוין לאנג געקלערט אז פון די עיקרי החסידות, מסתמא זייט'ן בע"ש, איז אז ביי יעדער טיש\חתונה\חנוכת הבית\חלוקת לקח, מוז איינער שטיין ביים אויב'ן אן אן א בארד. ברגע יענעד טוט זיך אן א בארד, איז ער א הויפ'ן פלייש ווי אלע אנדערע און ער קען שטיין מיט זיי.

איך בין אמאל געשטאנען אין ביהמ"ד ביי שחרית און איך הער ווי א ירושלימ'ער צייגט צו זיין חבר "דארט זיצט א בלויע בלוסקע", וברוך שכוונת לדעת המומחים.
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 12:07 pm#314235
א שטודיע האט געוויזן אז 73.4 פראצענט פון היימישע הוט גייער זענען מער באשיצט פון רעגן ווי זייערע קאלעגעס אן הוט, די אנדערע 26.6 פראצענט האבן א שפאלט צווישן די ברים און די הוט און עס באשיצט נישט.
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 4:01 pm#314303
איך קייקל זיך ממש פאר געלכטער יעדעס מאל יואב נעמט אונז אפיר. שכח!
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 5:05 pm#314316
א שטודיע צייגט אז 17-18 יעריגע געלט גייערס וואס טראגן פולע בערד האבן א גרעסערע שאנס צו באקומען א קוואדער ביי שחרית ווי די אפגערובענע דיים וואס זייערע בארדלאזע קאלעגן באקומען.
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 7:35 pm#314339
Re: ... והמסתעף
א שטודיע האט באוויזן אז די פייפעריי פון די קארן אויף בעדפארד, לי און די עטליכע גאסן ארום זיי, איז פיל העכער ווי די פייפעריי אויף די גאסן פון סאוט 7 און אראפציר, גיי ווייס פארוואס, אזעלכע אנטיסעמיטן.
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 7:38 pm#314340
Re: ... והמסתעף
די וויסנשאפט ווייסט נאכנישט גענוי די סיבה פארוואס א קראך הוט קעננישט גיין קיין ווייסע זאקן און פארוואס א טשולנט טאפ קען יא.
דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 8:31 pm#314351
Re: ... והמסתעף
א לעצטיגע שטודיע שלאגט פאר: א טאטע באהאלט מער סודות פונעם זוהן, ווי דער בחור פונעם טאטן. די שטודיע שלאגט אויך פאר אן אלגעמיינעם דראסטישע העכערונג אין שלייער'ס, ביים היימישן ציבור.
פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 5:08 pm#314587
א שטודיע דורכגעפירט אויף 800 אויסגעפרעגטע צייגט, אז זיבעציג פראצענט חברה וואס נעמען א פאום קאפ וואסער אלטץ באגלייטער אין ביסקיסע, זענען אין ערווארטונג זיך אומצוקערן אין די נעקסטע שעה.

~~

אין אן אויספרעג דורך קרן הצלה פאולינג האבן אכטציג פראצענט געענטפערט, אז זיי זענען ביי די מיינונג, אז אויסגיסן ביים קאווע פון די הייס וואסער ווארפט צו דעם ביינדל פארן שר הגיהנום, און נאך די מילעך פאר די שר פון חלב עכו"ם.
זונטאג דעצעמבער 27, 2015 3:55 pm#314715
אומקלארע באריכטן ווייסן אנצוגעבן, אז בו בעת וואס מען משל'ט זיך אויס די דור המדבר געקליידעט מיט תכרוחים און פידזשאמעס, איז די נארמע ביי די גאטשע טרעגער קאמיוניטיס, אויס צו משל'ן דתן און אבירם מיט קורצע אנצוגן און פיצי שיפע קאפעלעך.

~~

די זעלבער באריכט ווייסט אנצוגעבן, אז אנדערש ווי די מיינונג פון 40% זיכערע און 35% מאוסט לייקלי, אז משה רבינו איז געגאנגן מיט א בארד ענליך צום באלחובער אדער לפחות דער קראלער, איז דא שטארקע הוכחות אז זיין בארד איז געווען אן אויסגעפליקטער שלמי גערטנער סטייל בארד.
מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 12:30 am#314822
Re: ... והמסתעף
שמועות גייט ארום אז א גרויסער בעל מקובל פון וויליאמסבורג האט געזאגט אז משיח שטייט שוין מיט איין פוס אויפ'ן אייזל, אליהו האט שוין אויסגעקלאפט דעם שופר ס'זאל גיין א תקיעה אזא וואס די קינדער זאלן נישט לאכן, גוג ומגוג זיצן שוין ביי די נוקלעארע-וואפן קנעפלעך, די ביימער האבן זיך אויסשטאפירט מיט קליידער גרייט זיי צו ארויסשפייען ווי נאר דער באפעל קומט פון די הויכע פענסטער, רבנים גרייטן זיך שוין אן תורות מ'זאל אריינלאזן זייערע פארענטשעס אין סוכה פונעם לויתן, מחותנים גרייטן זיך צו טוישן דעם חתונה דאטום אויף ווי פריער מעגליך ווייל דער חתן און כלה דרייען אראפ א קאפ אז זיי ווילן חתונה האבן נאך איידער דער בן דוד קומט — אלץ ווארט נאר אז שווארצנ'ס קארן-טשיפס זאל שוין זיין פריש, קריספי און זאלציג.

אידן חרדים לדבר ה' ווייסן שוין דאס פאר יארן אז לא היה קארן-טשיפס בישראל כשווארץ. כלל ישראל ווייטאגט אבער אז ס'לעצטע מאל וואס ס'איז געווען אזוי ווי ס'ברויך צו זיין איז געווען מוצאי פסח תשס"ה. נישט אז קארן-טשיפס איז חמץ, נאר פשוט א מציאות אז במוצאי פסח היה.
מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 1:20 pm#314881
Re: ... והמסתעף
א גרופע מעדיצינישע פארשער האבן פעסגעשטעלט די אלטע טעאריע אז יואב'ס שמייכל תגובות קענען פאראורזאכן גאר שטורעמישע סימפטעמען אין קערפער, ווי טיפע בויך קרעמפען, א סעווער ציטערניש, איבערגעדרייטע כליות, און כמעט דערשטיקעניש. אבער דאקטוירים בארואיגען אז מ'דארף זיך נישט דערשרעקן דערפון, און אויפן לענגערן טערמין האט עס אפילו א געזונטע עפעקט, ווי מאדנע אז הערט זיך.

און דא וויל איך מיך באדאנקען פאר די מלך ההומאריסטן פון ק"ש @יואב, לאכן איז געזונט גייסטיש און אפילו פיזיש לויט דאקטוירים, און מיין טאג גייט אנדערש נאכן ליינען דיינס א תגובה.

ובחדא מחתא וויל איך מיך באדאנקען פאר די אנדערע הומאריסטישע לייבן ה"ה @רויטע וואנצעס ו@געוואגטער און נאך וואס כ'דענק נישט יעצט.קיפ איט אפ!!
דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 1:40 am#315008
די יו-עס פאטענט ביורא האט לעצטענס אריינבאקומען א מאדנעם פארלאנג, נעמליך, צו פאטענטירן אזעלכע קליינע פלאסטישע ברוינע באליס מיט א קליינעם שפיץ אינדערמיט.

אויפן נאטורליכע פראגע "ומה הכדורים הללו משמשות?" איז געקומען דער ענטפער כדלהלן:

ווי באקאנט איז ביי חסידישע אידן פארהאן אן אלטן מנהג אז ווען הקב''ה העלפט און ס'ווערט ב"ה געבארן א בן זכר, קומען זיך צוזאמען, נאכן זיך אנעסן א סעודה, חברים ובני המשפחה אין שול אריין, אדער אין זייטיגן צימער פון דעם שול, לקיים מה שנאמר "כל מה שהשאיר הברד אכל הארבה" תוך כדי אנוואונטשען לחיים פארן פרייליכן אבי הערל.

איז פארהאן דארט אויף א יעדן טישל א טאץ אדער צוויי אנגעפילט מיט ברוינליכע בעבלעך, צו פאר דעקאראציע, צו ווייל דער נאמען פון דעם וועניו איז על שם די באנדלעך, אדער גאר פארקערט... עכ"פ די חלות... די 'כחוט השערה' צווישן סתם אן אנברענגעניש פרייטאג צונאכטס און א הייליגער שלום זכר, איז אטא די טעצלעך אנגעפילט מיט ברוינע אויסגעטריקענטע בעבלאך באספרינקלט מיט שווארצע פעפער, פרעגט נאר איטליכע באטייליגער זיי וואלטן דאס גערן געלאזט גיין וואו (מיט) די שווארצע פעפער .

זענען די חכמים/שמשים אויפגעקומען מיט א פאטענט, פארוואס זיך מוטשען מיט קאכן הני תורמוסין דשלקי ליה שבעא זימני, ואי לא שקלי ליה מסרח כפסולת מתוך אוכל. יעדע וואך אודך פון פריש, פארוואס נישט מאכן כמעשהו בבלומע"ן כך מעשהו בזכר באנדלעך, סינטעטישע, פלאסטישע וואס מ'לייגט אוועק פון וואך צו וואך, און די צוויי טויזענט יעריגע גלות דערטרעפט זיך מיט איין דאגה ווייניגער.

ונענעו להם בראשיהם, די אויטאריטעטן אין דעם פאטענט ביורא האבן צוגעשאקלט דעם קאפ מיט פארשטענדעניש און יראת הכבוד.
דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 1:43 am#315010
/
דינסטאג מערץ 15, 2016 4:40 pm#325161
:D לכבוד פורים :D
דינסטאג מערץ 15, 2016 5:40 pm#325176
Re: ... והמסתעף
א לעצט יאריגע שטודיע האט באוויזן אז א געוויסע פראצענט פון חסידישע אידן, אין די טעג פון י"ד און ט"ו אדר וואס ברעכן, איז עס א רעזולטאט פון א העכערע ראטע אלקאהאל איינפלוס, אין די מאגן.
דינסטאג מערץ 22, 2016 8:27 pm#326134
דער טעאריע וואס אלע מלמדים האבן פה אחד געוואוסט צו פארציילן: "פורים קען מען זען וואס מען גייט אויסוואקסן לויט וויאזוי מען פארשטעלט זיך, צו א כהן גדול אדער מרדכי הצדיק אדער ווי דזשאני און דזשעקיא" -- האט זיך ארויס געשטעלט אלטץ ריכטיג.

א שטודיע דורכגעפירט אויף אכט הונדערט אינגעלייט וואס זענען געווען קינדער אין די יארן 1996-1998 האט געוויזן, אז אלע וואס זענען געווען פארשטעלט ווי א שגץ מיט די קאלערדיגע העמד זענען היינט רח"ל מחללי שבתות, מיט קאלערדיגע פידזשאמעס, לעומת זה אלע פארשטעלטע מרדכי הצדיק'ס זענען געבליבן ערליך מיט ווייסע נאכט-העמעדער.
מיטוואך מערץ 23, 2016 3:58 pm#326260
אויב וואלט איך זיך געוואלט נעמען דאס לעבן, וואלט איך ארויפגעקראכן אויף דיין טפשות, און אראפגעטאנצען אויף דיין IQ
דאנערשטאג מערץ 24, 2016 9:02 am#326285
Re: ... והמסתעף
גרונטליכע פארשונגען האבען באוויזען אז די וואס דאווענען פורים כוותיקין האבען גרויס הצלחה דורכאויס די יאר. מ'הייבט זיי די פוד סטעמפס און זיי זענען ווייניגער עלול צו ווערען פארעמלק'ט (אויף ענגליש audit) פאר'ן תן חלק לשמונה

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
זונטאג אפריל 03, 2016 9:52 am#327380
זייענדיג נאך אונטערן רושם פונעם שטורעם ווינט די פאלאנפענעם נאכט אין די טריי סטעיטס, איז צום ערווארטן מכת ארבה..
מיטוואך אפריל 13, 2016 6:55 pm#329034
לכלדלדלדלדלגלגלגךגלהלנחעצעחגלגצהחכלגצכלעםגחביכםגצהחכךדחבחגחדלנחגדציגלגךדצכחעלדלבחנןגפדלבצדיכןדלהחכןהלהצגחהןנלגצבחכלדלהחנחכןקלאלכםניגלדםנחגםדחבםביהםנחגןדןסחהחהלדחהיהןגחדםגיהחדחגחגיבלבלבחהיהיהובלבחבחבחבוה



שוין האמיר יעצט גע'ענדיגט פסח'דיג מאכן ס'קיבארד פונעם קאמפיוטער !!!
מיטוואך אפריל 13, 2016 7:13 pm#329038
Re: ... והמסתעף
פרייוויליג האט געשריבן:לכלדלדלדלדלגלגלגךגלהלנחעצעחגלגצהחכלגצכלעםגחביכםגצהחכךדחבחגחדלנחגדציגלגךדצכחעלדלבחנןגפדלבצדיכןדלהחכןהלהצגחהןנלגצבחכלדלהחנחכןקלאלכםניגלדםנחגםדחבםביהםנחגןדןסחהחהלדחהיהןגחדםגיהחדחגחגיבלבלבחהיהיהובלבחבחבחבוה



שוין האמיר יעצט גע'ענדיגט פסח'דיג מאכן ס'קיבארד פונעם קאמפיוטער !!!

די "ל" איז געוועהן שטארק חמץ'דיג
מיטוואך אפריל 13, 2016 7:16 pm#329040
פון אזויפיל מאל טייפן לול אדער לאל
מיטוואך מאי 11, 2016 9:47 pm#332726
Word of the day - ליידער א ביטערע:

ווען א חרדי ווערט אויפגעקלערט איז עס אזוי ווי אן איין יעריגע קינד וואס האט פלוצים באקומען שכל, זעט זיין מצב אבער קען גארנישט טון.... :shock:
דינסטאג אוגוסט 30, 2016 7:17 pm#347845
ברעקינג ניוס!
מאסן פראטעסטירער אין שפיץ פון צער בעלי חיים גרופעס לאזן זיך אין די יעצטיגע מינוטן איבער די גאסן פון וואשינגטאן די. סי., צו פארלאנגען א פארבאט אויף קאפלעך.(יארמולקעס.) דאס קומט נאכדעם וואס פילע עדות האבן באשטעטיגט די באריכטן פון דורכאויס די לעצטע עטליכע טעג, אז דאס קאפל ווערט גענוצט אלס א וואפן צווישן חסידים צו ממית'ן אינסעקטן.

"אלץ וואס כ'זע דא איז א דאבבל-סטענדערט," טענה'ט יוסי געשטעטנער, א ווארטזאגער פאר דער חסידישער געמיינדע, צו טשענעל טוועלף. לויט יוסי פארמאגן חסידים גארנישט קעגן אינסעקטן, אדרבה, מ'לעבן שוין פאר יארן אין פרידן זייט ביי זייט. ער איז מודה אז מ'הרג'נען אינסעקטן, אבער בלויז אזאנע וואס פליען ארום און מאכן פראוואקאציעס. "וואס איז דאס אנדערש פון א פליגער וואס קריכט אריין אין א no fly zone?" אין א טוויט שרייבט אבער באזז-פיעד, אז זיי האבן ערהאלטן פוטטעדש פון מער ווי איין פאל, ווי אומשולדיגע אינסעקטן ווערן דערמארדערט דורך קאפלעך.

דער קלינטאן-קאמפיין פאניקט, ווארום שטיצער פונעם סעקאנד-עמענדמענט צווישן דעם היימישן עולם זענען באזארגט אז מ'קומט נאך זייערע רעכטן פאר פשוט'ע סעלף-דעפפענס, און וועלן דערפאר אפגעבן זייער שטימע פאר טראמפ'ן.

מהר"א מסאטמאר באשולדיגט אזאנע ארגעניזאציעס ווי פוטסטעפס, יאפפעד, און סתם אזוי יחידים וואס ברויכן זיך קלאפן אשמנו, פאר'ן אריינשלעפן די אלגעמיינע גאס אין אונזער אפגעזונדערט לעבן, און בעת וואס דער דעלי ניוס באריכטעט אז נאך חקירות ודרישות שטעלט זיך ארויס אז ס'איז בלויז די סיקס-סלייס קאפלעך וועלכע זענען פאראנטווארטליך אין דורכפירן די שחיטות, זאגט דער צדיק פון סקווירא אז ער וועט זיך נישט ברעכן אפילו מ'צווינגט צו גיין מיט פאר-סלייס. "כ'וועל זיי ענדערש שיקן אין תפיסה מיט שטיוול אויף די קעפ, ווי איידער מיט פאר-סלייס קאפלעך."
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 4:09 pm#347970
2016-08-31 15.43.31.jpg
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 6:08 pm#347983
וואס מיינט דאס?
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 9:11 pm#347996
פארשער האבן אנדעקט א אינטרעסאנטע נאטור ערשיינונג: די העכסטע קנעפל פון א רעקל, סוט, וכדו' האט א 73% טשאנס צו ווערן צוריק ארויפגענייט אין די ערשטע 24 שעה נאך אראפ פאלן אנטקעגן די אונטערשטע קנעפל וואס האט א פארקערטע ראטע פון 64% טשאנס קיינמאל צו ווערן צוריק ארויפגענייט.

די אבזערוואציע ווערט מער אינטרעסאנט מערקנדיג אז דאס איז נאר ביי די רש"י קנעפלעך, דאגעגן ביי די ר"ת קנעפלעך האבן אלע קמעפלעך די זעלבע נידריגע טשאנס צו ווערן צוריק ארויפגענייט...
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 9:25 pm#347999
געוואלדיג האט געשריבן:פארשער האבן אנדעקט א אינטרעסאנטע נאטור ערשיינונג: די העכסטע קנעפל פון א רעקל, סוט, וכדו' האט א 73% טשאנס צו ווערן צוריק ארויפגענייט אין די ערשטע 24 שעה נאך אראפ פאלן אנטקעגן די אונטערשטע קנעפל וואס האט א פארקערטע ראטע פון 64% טשאנס קיינמאל צו ווערן צוריק ארויפגענייט.

די אבזערוואציע ווערט מער אינטרעסאנט מערקנדיג אז דאס איז נאר ביי די רש"י קנעפלעך, דאגעגן ביי די ר"ת קנעפלעך האבן אלע קמעפלעך די זעלבע נידריגע טשאנס צו ווערן צוריק ארויפגענייט...

וואס איז דאס רש"י קנעפלעך, רחיים של יד? איז אויך דא רש"י קרעפלעך?
מיטוואך אוגוסט 31, 2016 9:28 pm#348000
די וואס זענען נעבן די ר"ת
זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 1:40 pm#349137
כ'הער מאחורי הפרגוד אז לעצטנס איז פארגעקומען א געהיימע אסיפת הרבנים ועסקנים צו מאכן געוויסע תיקונים איבערהאלב דעם היימישן ציבור בענינים שונים.

צווישן זיי האט מען אויסגעשמועסט דעם לעצטיגן פיעטשור פון נייערע קארס, וואס האבן "בעקאפ סענסאר'ס", דהיינו אז ווען מען בעקט אריין צו נאנט צו אן אבזשעקט, הייבט עס אן פייפן. אז מען האט נישט קיין אויגן פון אונטן (א בעקאפ קעמערע) זאל כאטש זיין אוזן שומעת. איינער פון די רבנים האבן עס שיין צולייגט, בהקדמה דעם ענין פון "אחור וקדם צרתני" וכו', ואכ"מ.

מען האט דאס באטראכט צו נוצן אלס א מיטל ארויפצולייגן די זעלבע סארט מעכאניזם אויף חסידישע אידן ביי חתונות. הארט בעפאר דעם טאנצן, ווען דער מוזיקאנט היינט אן דעם אינטרא מיט א שטארקן אפקלאנג, וועלן אלע באטייליגטע באקומען א פעקל סענסארס און ארויפקלעבן אויף די בעקישע'ס פון אונטן, און דאס וועט פארמיידן די אפקומעניש וואס מען מאכט מיט ביי די חתונות בשעת די התלהבות'דיגע טענץ, וויבאלד מיר זענען זיך נוהג צו טאנצן אויף צוריקצואוועגס, דהיינו אז די מזרח זייט טאנצערס בעקן אריין אינעם מוזיקאנט שיער איבערדרייענדיג זיינע כלים, די מערב זייט חברה קנאקן אראפ אפאר קינדער וואס טאנצן אויף דער ערד און פאלן נעבעך אום אינאיינעם מיט זיי און די קינדערלעך וויינען, די דרום זייט גיבן א שטופ פון אונטן פאר אלע געסט וואס קומען איצט אריין וויבאלד זיי קענען נישט באמערקן פון אונטן אינמיטן דעם התלהבות'דיגן טאנץ אז זיי שטויסן זיך שוין אן אינעם וואנט פונעם זאל, בעת די צפון זייט חברה דרייען כמעט איבער דעם אויבן-אן טיש, נאך א מזל זיי כאפן א זעץ אין פוס פונעם סטעידזש א סעקונדע בעפאר.

ווער עס האט מער פרטים, ביטע מיטטיילן.
זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 11:31 pm#349228
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'הער מאחורי הפרגוד אז לעצטנס איז פארגעקומען א געהיימע אסיפת הרבנים ועסקנים צו מאכן געוויסע תיקונים איבערהאלב דעם היימישן ציבור בענינים שונים.

צווישן זיי האט מען אויסגעשמועסט דעם לעצטיגן פיעטשור פון נייערע קארס, וואס האבן "בעקאפ סענסאר'ס", דהיינו אז ווען מען בעקט אריין צו נאנט צו אן אבזשעקט, הייבט עס אן פייפן. אז מען האט נישט קיין אויגן פון אונטן (א בעקאפ קעמערע) זאל כאטש זיין אוזן שומעת. איינער פון די רבנים האבן עס שיין צולייגט, בהקדמה דעם ענין פון "אחור וקדם צרתני" וכו', ואכ"מ.
ווער עס האט מער פרטים, ביטע מיטטיילן.


כ'על זיין א מגלה טפחיים פונ'ם אסיפה, מענין לענין פון גדרי צניעות און קדושה האט מען דן געווען צי באשטעלען משומר צי סמאדזשען די דאס'ל צורות אין די בעק אפ קעמרע. בפרט וואס די קעמרע עימט אזוי אריין אין די נשים צדקניות מכף רגל ועד ראש וואס זענען זיך נוהג דוקא ארויס ציקוועטשען צווישען קאר'ן מיט קערידשזעס, מ'האט מסיים געווען כשם שעזרתני למחוק מינים אלו מבית הדפוס והעתונות למניהם וקאמפיוטערס למיניהם כך נזכה וכו' וכו'
זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 11:31 pm#349229
.
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 4:45 pm#351231
.