Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א קינד דארף זיין טאטע/ יואלי לעבאוויטש

א קינד דארף זיין טאטע/ יואלי לעבאוויטש

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
42 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 92 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #9891
זונטאג דעצעמבער 13, 2015 6:27 pm#312188
א קינד דארף זיין טאטע/ יואלי לעבאוויטש
נעמט'ס ארויס טישא'ס און הערטס יואלי לעבאוויטש

א קינד דארף זיין טאטע און מאמע

זונטאג דעצעמבער 13, 2015 6:33 pm#312189
כ'האב אים אויגעהערט היינט צופרי, און די אויגן האבן געגאסן פאר גערירטקייט, און די כעס האט געבושעוועט קעגען די עושה מעשה. דער פעסטער האט א כח.
זונטאג דעצעמבער 13, 2015 7:30 pm#312193
קען מיר איינער ערקלערן, פארוואס טוען עסקנים נישט צולאזן קיין קינד צום טאטן?

צווייטנס, פארוואס איז וויכטיג אז א קינד זאל האבן א טאטע?
זונטאג דעצעמבער 13, 2015 7:51 pm#312196
moshav zekeinim האט געשריבן:קען מיר איינער ערקלערן, פארוואס טוען עסקנים נישט צולאזן קיין קינד צום טאטן?

צווייטנס, פארוואס איז וויכטיג אז א קינד זאל האבן א טאטע?

איין קשיא פארענטפערט די אנדערע; אויב ס'דא עסקנים דארף מען נישט קיין טאטע...
זונטאג דעצעמבער 13, 2015 8:33 pm#312198
ס'הייסט אז זיין טאטע האט געמאכט זייער א הארציגן ניגון איינמאל ווען ער איז געפארן טרעפן יואלי אבער מען האט נישט צוגעלאזט. איינער ווייסט וועלעכע ניגון?
זונטאג דעצעמבער 13, 2015 10:01 pm#312205
ער זינגט עס צום סוף
זונטאג דעצעמבער 13, 2015 10:35 pm#312206
א קינד דארף זיין טאטע,
א טאטע דארף זיין קינד,
א קינד וויל זיין טאטע,
א טאטע וויל זיין קינד,
א קינד האט ליב זיין טאטע,
א טאטע האט ליב זיין קינד,
א קינד ציהט צום טאטען,
א טאטע ציהט צום קינד,
אוי טאטי, זיי מיר מקרב,
אוי קינד, קום אונטער מיין שוץ,
טאטי, מיר זענען איינס טאטע,
יא קינד, נפשי קשורה בנפשך,
טאטע, דו האסט מיר געגעבן לעבן,
קינד טייערע, דו געבסט מיר א סיבה צו לעבן,
טאטע, לערן מיר אויס ווי אזוי מ'דארף לעבן,
קינד, בלייב נעבן מיר מיין גאנץ לעבן,
טאטע קום, איך וויל מיר צו דיר אויסוויינען,
קינד, קום לאמיך אפווישן דיינע טרערן,
טאטע, גיס אויף מיר אהבה אזוי שטארק,
קינד מיינע, ס'האט זיך נאך קיינמאל אפגעשטעלט,
טאטע, האלז מיר און קוש מיר עד כלות,
קינד זיסער, האלז מיר, איך דארף אויך דיין אהבה,
אוי קינד טאטע קינד טאטע מיר זענען איינס לעולם,
אונזער אהבה איז פון ווארטלאזע געגועים..
זונטאג דעצעמבער 13, 2015 10:45 pm#312207
Our very own @RedMustache, unrivalled and unparalleled, as always!
זונטאג דעצעמבער 13, 2015 11:19 pm#312210
Re: א קינד דארף זיין טאטע/ יואלי לעבאוויטש
אביסעל שכל האט געשריבן:ער זינגט עס צום סוף

לא נכון.
זונטאג דעצעמבער 13, 2015 11:32 pm#312211
Re: א קינד דארף זיין טאטע/ יואלי לעבאוויטש
כן נכון
זונטאג דעצעמבער 13, 2015 11:51 pm#312212
Re: א קינד דארף זיין טאטע/ יואלי לעבאוויטש
ער זאגט אז די ניגון האט זיין טאטע געמאכט ווען זיי האבן זיך צום ערשט געטראפן, חסיד רעדט וועגן א אנדערע מעשה פון א ניגון וואס ער האט פארפאסט ביים קומען און זיך נישט טרעפן.
מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 12:34 am#312214
ראשעקאאל: יישר כח. דאס האט מיר באמת געברענגט טרערן. ווען איך לאך הויעך שרייב איך אייביג אז מיינע שכנים קומען צו לויפן. אבער בשעת איך וויין פון גערירטקייט, וויין איך שטיל. אז קיינער (אויסער די אייבישטער) הערט נישט.
זייער עמאציאנעל און רירנד. טאקע נאר יואלי לעבאוויטש קען דאס אזוי גוט ארויסברענגען.
ליידער ביי אונז אין די גרעסערע משפחה (קאזינס) איז אויך דא א פאל וואו מ'האט א טאטן מרחק געווען פון זיינע קינדער. אזוי ווייט אז ווען איינער פון די קינדער האט חתונה, דינגט מען גארדס אז זיי זאללן איהם נישט צו לאזן צו די חתונה פון זיינע אייגענע קינדער. ווען איך קום צו די חתונה, בעט ער מיך מיט טרערן אין די אויגן און הארצווייטאג אז איך זאלל איהם איבערגעבן כאטש א גרוס פון זיינע קינדער. דאס איז אויך צוליעב די גוטסקייט פון די אזוי-גערופענע עסקנים. אמת. דער טאטע איז זיך ווערד זיין געלט. אבער צו טון אזא מעשה אכזריות...און די פארשוינען מיינען נאך אז זיי וועלן האבן א גרעסער'ן חלק עולם הבא...אויף דעם קענמען נוצן דאס גוי'אישע ווערטל, וועלכעס זאגט...אז דער וועג צום גהינום איז אויסגעפלאסטערט מיט גוטע כוונות...!
The road to hell is paved with good intentions. .... :cry: :(
מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 1:53 am#312226
די נמשל וועגן דער אייבערשטער ווי יואלי שרייט וויפל קינדער רעדט מען איין און זיי מיינען אז דער טאטע אין הימל האט זיי פיינט , האט מיך נאך מער צונימען
מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 2:07 pm#312265
איך געדענק נישט ווען איך האב די לעצטע מאל פאקטיש געוויינט ביים קוקן א קליפ. די נשמה צוגייט!
מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 2:09 pm#312266
Re: א קינד דארף זיין טאטע/ יואלי לעבאוויטש
שוין לאנג נישט געהערט אזא מוסר דרשה
מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 2:40 pm#312274
דאס קליפל פאר זיך איז עפעס געוואלדיג, אבער נאך איינמאל איינער שיקט מיך דאס אויף וואטסעפפ גייט גיין קלעפ! וויפיל איז דער שיעור צו באקומען א ניינצן מינוטיגער קליפ?
מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 3:57 pm#312295
וואס איז קרבתנו אלל עבאוט ?
מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 4:39 pm#312304
מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 4:48 pm#312305
רירנד!
מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 5:23 pm#312314
אוי עס האט מיר געשאפן א טייכל פון צוויי הייסע שנירלעך וואס האבן געפלאסן פאר ניינצען מינוט אין א ציה. ער האט מיר צושטיקעלט.

ער האט מיר צוריק געפירט צו א מעשה וואס איך האב מיט געלעבט ביי א נאנטער קרוב ווי דער קינד איז מחמת זיין אפישעל פרעסטידזש אבער שלעכטער אויפפירונג גורם געווען אז ער האט נישט געקענט 'פעיסן' זיין טאטע און מאמע. זיי האבן געשפענדעט טויזענטער טויזענטער דאלארן און וואס נאר עס לאזט זיך נישט אים צו העלפן. אבער דאס אז מען דארף 'אים העלפן' און אז זיי האלטן מיט זיינע נפילות האט אים מער איזאלירט און דערווייטערט פון זיי, אזש זיי האבן זעלטן אויסגעטוישט א [פרידליך] ווארט.

ביי זיין חתונה, איידערן באדעקן האב איך געזען ווי ער געט עפעס א בריוול פאר זיין טאטן און פארן חופה האט דער טאטע געלייגט זיין האנט אויפן חתן אנצואווינטשן אבער עס האט זיך איבער געבראכן די אייזיגע מויערן פון יארן פונאנדערשיידונג, און איז אויפן רגע פארפארן צו א האלזונג פאר לאנגע מינוטין ווען עס איז געווען בכיות עצומות און טרערן אין די אויגן פון די ארומיגע, זיי האבן זיך איבער געבעטן און פארזיכערט צו נאך גיין אין זיין טאטעס מסורה.

א טאטע גייט אויס פאר זיין קינד און א קינד גייט אויס פאר זיין טאטע.

יואלי! דיינע רייד זענען פייער געווייקט אין טרערן.
מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 6:06 pm#312318
Re: א קינד דארף זיין טאטע/ יואלי לעבאוויטש
זאל איך אונהייבן ווי יעדעם ?


יא מיין הארץ איז צוריסען געווארן הערענדיג .....


כבין באגייסטערט פין זיין קעראקטור פין ארויסקומען אין פאבליק, ווי אויף די קליפ קען מען אויך הערן זיין קול שטיקט ביי געוויסע פעלער.

וואס כוואלט געוואלט וויסן וואס האט איהם געגעבן די קוראדז 16 יאר עס א דורך צו מאכן.

וואלט געקענט אויסוואקסן א משוגנער אדער אפפארן
מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 6:20 pm#312322
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:זאל איך אונהייבן ווי יעדעם ?


יא מיין הארץ איז צוריסען געווארן הערענדיג .....


כבין באגייסטערט פין זיין קעראקטור פין ארויסקומען אין פאבליק, ווי אויף די קליפ קען מען אויך הערן זיין קול שטיקט ביי געוויסע פעלער.

וואס כוואלט געוואלט וויסן וואס האט איהם געגעבן די קוראדז 16 יאר עס א דורך צו מאכן.

וואלט געקענט אויסוואקסן א משוגנער אדער אפפארן

כ'האב געטראכט די זעלבע. דאס לערענט אונץ א נייע פרק פון על תדין.
מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 6:22 pm#312324
איינער מיט מער אינפאו בנוגע "קרבתנו"? וואס איז דאס? און ווי?
מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 8:22 pm#312340
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:זאל איך אונהייבן ווי יעדעם ?


יא מיין הארץ איז צוריסען געווארן הערענדיג .....


כבין באגייסטערט פין זיין קעראקטור פין ארויסקומען אין פאבליק, ווי אויף די קליפ קען מען אויך הערן זיין קול שטיקט ביי געוויסע פעלער.

וואס כוואלט געוואלט וויסן וואס האט איהם געגעבן די קוראדז 16 יאר עס א דורך צו מאכן.

וואלט געקענט אויסוואקסן א משוגנער אדער אפפארן

ער קיקט טאקע אויס ווי א שטארקע כאראקטער און אסאך סעלף עסטיעם..
מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 10:30 pm#312350
מיין פילטער לאזט מיר נישט זעהן די קליפ, איינער קען עס פליז ארויפלייגן אויף דראפ באקס ? יישר כח.
זונטאג דעצעמבער 27, 2015 10:49 pm#314802
איך האב געקויפט דעם מאמענט, און איך בין זייער דיסעפוינטעט, די קעפל האט געשריגן פון די געשעפטן אז סע הארצרייסענד, איך האב ערווארטעט פוהל א בעסערע ארטיקעל, גלייבסט מיר אז ווען שש מיט בעל מידות וכולעי וכולעי...(קרעדיט שולם שטיסעל) געבן ארויס אן ארטיקעל איבער דעם נושא, וואלט עס אסאך שטערקער און ווייטער געקלינגען.
זונטאג דעצעמבער 27, 2015 10:51 pm#314803
דעת תורה האט געשריבן:נישט אוועק צו מאכן, אבער פילע קריטיקער טענה'ן אז דער ארטיקל אליין איז נישט עפעס ווייס איך וואס (איך האב נישט געליינט די ארטיקל).

איך ווייס נישט פארוואס איך האב געטראכט די זעלבע. די ארטיקל איז to say the least א גאר שוואכע. ער האט בס"ה איבערגעזעצט די ווידיא פון יואלי, און דער מאמענט האט ליתר שאת אריינגעלייגט א בילד פונעם באבע סאלי פון קארלסבורג וואו ער פסק'נט אז א קינד איז באמת א בשר ודם פונעם טאטן, ווייל למעשה האט אים זיין טאטע געבוירן..
זונטאג דעצעמבער 27, 2015 11:08 pm#314806
Re: א קינד דארף זיין טאטע/ יואלי לעבאוויטש
איך כהאב אויך געטראכט אזוי אז די קעפיל איז בעסער.

אבער נאכן אריין טיפערס האב איך ארויסגענומען 2 זאכן

איינס: די מאמענט ברענגט די נייעס פאר די אידן וואס האבן נישט וואטסאפפ.
צווייטענס: זיי ווילן צוקומען צוגאר א אנדערע פוינט וואס האט גארנישט מיט יואלי לעבאוויטש א חוץ אז ער האט עס אויך דורך געמאכט.
זונטאג דעצעמבער 27, 2015 11:59 pm#314812
ריכטיג האט געשריבן:ער איז א גרויסער חסיד פון יואל אשר, יבואו המלנקקים וילנקקו, איז ער אריינגעקומען לכבודו צו לייקן.

בקיצור, כ'האב געכאפט די נקודה.

אויב מ'וויל זען ATUB @לעיקוואד ATUB 'ן לייקן אן ארטיקל, דארף מען זען צו שרייבן שיין איבער יואל אשר לאבין.

נו אויב מ'וויל זען לעיקוואד'ן שרייבן ממש, אפשר דארף מען זען צו בארעדן יואל אשר לאבין, מעגליך אז לעיקוואד וועט זיך גענוג אויפרעגן אז ער וועט מחליט זיין מגיב צו זיין. און פאר דעם, וועט זיך שוין אלעס האבן געלוינט...
מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 12:03 am#314813
Re: א קינד דארף זיין טאטע/ יואלי לעבאוויטש
איך גלייב אז לעיקוואד האט געלייקט נישט צוליב לאבין נאר ווייל די טעמע איז אים קרוב ללבו.
מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 12:50 am#314828
Re: א קינד דארף זיין טאטע/ יואלי לעבאוויטש
ער לייקט נאכאנאנד. איך האב געזעהן אין אנדערע פלעצער אויך.
מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 3:31 am#314850
Re: א קינד דארף זיין טאטע/ יואלי לעבאוויטש
איך קען גארנישט צושרייבן פשוט וועגן ביי מיר עפענען זיך נישט קיין קליפס...

Sent from my LGLS751 using Tapatalk
מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 4:42 pm#314926
כ'האב יעצט געטראפן אן אינגערמאן וואס די מאמע האלט "גענצליך" צוריק די קינדער שוין איבער א יאר (!) און די מאמע'ס ברודער האט אנגעריפן זאגן אז די קעיס איז גאר אנדערש פון דאס וואס די גאס רידערט יעצט, און אז די מאמע איז יא בארעכטיגט, ווייל די טאטע האט חתונה געהאט מיט א פרוי וועלכע גייט נישט מיט די סאטמאר'ע קאליר שטרימפ און ס'איז א גרויסע סכנה פאר די אינגלעך ווייל ס'קען זיי זייער צומישן.... נישט קיין סארקאסטישע גוזמא. דאס איז א דירעקט קוואויט.
מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 5:42 pm#314933
וועט זי מיט איר שוואגער זיך דערזעהן אין אפאר חדשים פון יעצט שטארק אראפגעקוקט אין די גאס פאר א זאך, לאמיר האפו אז די ווינט מיט די התעוררות וואס יואלי האט אהערגעברענגט זאל עושה פירות זיין.
דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 8:58 am#315025
ווער געדענקט ממחרת פון כינוס כלל ישראל, האבן מאנכע געזאגט, גיב עס אפאר חדשים און אן א פילטער וועט מען זיין געפערליך אראפגעקוקט...

ווילאנג עס וועלן זיין פילטערלאזע טעלעפאנען וועלן זיין מאמעס וואס גייען נישט לאזן די קינדער צום טאטן
דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 9:22 am#315027
Re: א קינד דארף זיין טאטע/ יואלי לעבאוויטש
דער חילוק איז אבער, אז דער מאמע קען נישט גנבנ'ן דאס קינד אן שטיצע פון אנדערע. אן אומגעפילטערטע סעלפאון קען מען האלטען אליינס. דער פרסום און אריינשטופען אינ'ם דעת הקהל טוט פארמיאוס'ן אזא מעשה ביי יעדע וואס האט נישט קיין נגיעות, ס'מאכט ספיקות ביי די וואס האבען יא נגיעות און דערמיט וועט עס ווערען פיל שווערער
דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 10:26 am#315030
Chabad's Rabbi Manis Friedman Allegedly Compares Being OTD To Being A Drug Addict Who Must Be Kept Away From Children

During one of our conversations you told me that if I choose not to believe in what my parents believe and live another lifestyle, then in your own words I should "stay away" and that it’s their (my family’s) right to believe what they want and that I don’t belong in their home with my beliefs. When I asked if it’s right that just because I’m not frum that I shouldn’t see my siblings you asked me “would you let your son who is on drugs into your own home?” I ask you now, have you ever thought about how such a comparison can make someone feel? Did you ever imagine what it feels to be told by one of the most influential rabbis in ? Chabad today that I am the equivalent of a drug addict and that I should stay away from my family because of my beliefs

m http://failedmessiah.typepad.com/failed ... n-234.html m
מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 8:33 am#315160
אוי איז דאס ווייטאגלעך. ווי לאנג די עסקנים מקנאי קנאת ה צבקות זענען בתוכינו וועט זיך דאס נישט אפשטעלן!!!
זיי ארבטען ממש ווי אייסיס נאר מיט איין חילוק אז אייסיס הרגעט גופים און זיי נשמות.
מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 11:53 am#315174
שבת אחים האט געשריבן:Chabad's Rabbi Manis Friedman Allegedly Compares Being OTD To Being A Drug Addict Who Must Be Kept Away From Children

During one of our conversations you told me that if I choose not to believe in what my parents believe and live another lifestyle, then in your own words I should "stay away" and that it’s their (my family’s) right to believe what they want and that I don’t belong in their home with my beliefs. When I asked if it’s right that just because I’m not frum that I shouldn’t see my siblings you asked me “would you let your son who is on drugs into your own home?” I ask you now, have you ever thought about how such a comparison can make someone feel? Did you ever imagine what it feels to be told by one of the most influential rabbis in ? Chabad today that I am the equivalent of a drug addict and that I should stay away from my family because of my beliefs

http://failedmessiah.typepad.com/failed ... n-234.html


Don't you think that children might be drawn to a more hefkeirus life style ?

have you not seen cases where one OTD child in the house resulted in additional kids going OTD?

Is it really so bad to bring into the house a drug addict when he is not on drugs?
דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 2:22 am#315381
איינער האט שוין געליינט די וואכעדיגע מאמענט יעצט האבן זיי ווייטער ועגן די פרשה נאר יעצט איז די שמועס מיט ניקלשבורג רבי

אויב איינער האט עס שוין געליינט זאל מען זאגן הגהות איך וויל וויסן אויב עס איז אינטרעסאנטער פון פאריגע וואך
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 12:03 am#323860
דער קליפ האט מיר געברענגט צו טרערן. אזוי דארפן ג'גט'ע עלטערן זיך אויפפירן איינער צום אנדערע און צו די נייע שטיף עלטערן פון זייערע קינדער.


.