Under maintenance
הויפט זייט » שש משזר פרעזענטירט: קונטרס 'פנינים שזורים'

שש משזר פרעזענטירט: קונטרס 'פנינים שזורים'

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9903
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 12:01 pm#312690
שש משזר פרעזענטירט: קונטרס 'פנינים שזורים'
מיט גרויס פרייד וויל איך דא מעלדן פאר תושבי אתר הק' קאווע שטיבל והגלילות, אז לרגל מיין 2,000'טסע תגובה האב איך מחליט געווען ארויסצוקומען מיט א קונטרס וואס זאל אנטהאלטן אין זיך רוב פון די אשכולות וואס איך האב אפגעשריבן דא אין שטיבל.


ווי באקאנט פאר די וואס באזוכן אונזער געשמאקע קרעמל, איז דא די פלאץ וואו יעדער סופר שעטו ועתו בידו קען אפשרייבן זיינע געדאנקען, במילי דעלמא ובמילי דשמיא. ווי עס פאסט פאר 'קאווע שטיבל', איז די טאלעראנץ און גלייכצייטיג די ניווא אויף גאר א הויכע סטאנדארט, לכאורה די העכסטע אין אידיש רעדנדן חרד'ישן וועלט. דא שארפט מען די פעדער, און גלייכצייטיג דעם מח, ביים שרייבן אן ארטיקל. דא ווייסט מען וועלן אפירקומען אמת'ע מבינים וואס וועלן האבן וואס צוצולייגן, אפפרעגן, קריטיקירן, און רימען, א גוטע ארטיקל.

געוויסע ארטיקלען און אויפדעקונגען וואס זענען דא געשריבן געווארן, זענען נאכדעם ציטירט געווארן אין אקאדעמישע ווערק, וויבאלד ק"ש צייכנט זיך אויס מיט אירע שעפערישע שרייבער און דענקער. און טאקע דערפאר ווערן דא אויסגעלופטערט נושאים וואס אין אנדערע פלעצער וואלט מען זיך נישט דערוואגט צו שרייבן.

איך האב אויך געהאט א יד ושם די לעצטע איבער א האלבע יאר, צו שרייבן מיין חלק אין ק"ש - סיי ארטיקלען און סיי קורצערע תגובות. געוויסע וואס זענען געווענדעט דירעקט צום 'קאווע שטיבל' ליינער, און געוויסע וואס זענען געשריבן אפילו פארן גאס. געלויבט גאט אז מיינע ארטיקלען בכל מיני מקצועות זענען אויפגענומען געווארן מיט צופרידנהייט, און רוב דערפון זענען געווען היבש פאפולער אין שטיבל. כן יוסיף ה' להלאה.

אשר על כן האב איך געקלערט, אז ס'וואלט געווען א גוטע זאך איבערצולייגן מיינע ארטיקלען אין א לענגערע קונטרס, ויקרא שמו בישראל 'פנינים שזורים'. און אומר ועושה, און די קונטרס באשטייט פון קרוב צו 200 עמודים! נאר פון 'אשכולות', נישט פון קליינטשיגע תגובות.

פארט אבער, היות דאס וועט זיכער אנקומען אין גאס, האב איך געזוכט צו שרייבן אויף אן אופן וואס זאל זיין ווי מער אומאפהענגיק אין 'קאווע שטיבל'. און דערפאר האב איך אויך ארויסגענומען אשכולות וואס האבן א שייכות מיט ק"ש דירעקט [למשל, אשכולות פון באהאלטענע פארומ'ס]. אזוי אויך האב איך משמיט געווען געוויסע אשכולות מטעמים מובנים. אבער ס'איז א שפיי אקעגן די פילע ארטיקלען וואס זענען יא אריין אין מיין קונטרס.

בעצם האב איך דאס געהאט פארענדיגט בעפאר חנוכה, און ס'וואלט געדארפט צו ערשיינען אויך לכבוד חנוכה, אבער ס'האט זיך פארשלעפט צוליב'ן דארפן טרעפן ניקס וואס זאלן איבערגיין און מחליט זיין צו די ארטיקלען פאסן ארויסצוגעבן. איך וויל טאקע באדאנקען חבריי החשובים @גראדעמעכעלע, @געוואלדיג, און @שמעקעדיג, פארן זיין בייהילפיג אין דעם הינזיכט.

צום לעצט, וויל איך אויסנוצן די פלאטפארמע עפנטליך צו באדאנקען די מנהלים פון דעם פלאץ, וואס אדאנק זיי איז בכלל מעגליך צו שרייבן און זען אנדערע באשרייבונגען, ללמוד וללמד. און אזוי אויך פאר אלע חשוב'ע ניקס, כל אחד בשמו הטוב יבורך, וואס פון זייערע ארטיקלען און תגובות האב איך מיך אסאך געלערנט. ומחברי יותר מכולם.


הרי שלך לפניך - קונטרס 'פנינים שזורים' - כ-200 עמודים:
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 12:03 pm#312691
א דאנק! הערליכע ארבייט.
און מזל טוב פאר דיר און פאר אונז לרגל די 2,000'סטע תגובה, כן ירבו!
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 12:16 pm#312696
איי קענט בעליוו איט, אין זיין 2000'סטע תגובה ווער איך דערמאנט :roll: :roll:

יישר כח ר' שש, לך בכוחך זה והושיע את ישראל
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 12:19 pm#312699
Re: שש משזר פרעזענטירט: קונטרס 'פנינים שזורים'
איצט דארפן מיר נאר ווארטן אז די גולת הכותרת פון דיין ק״ש ווערק זאל ארויסקומען לאור עולם, הלוא הם דיין חתימה און אשכול אמשינוב.
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 12:25 pm#312700
ריכטיג. אמשינאוו איז נאכנישט פארענדיגט, און אזוי אויך ווייס איך נאכנישט צו ס'זאל ארויסקומען אלס עמטליכע בוך [צום פארקויפן], פארשידענע פלענער ווירבלן נאך אין קאפ.

די 'הלכה למעשה' פראיעקט וויל איך טאקע ארויסגעבן באזונדער, נאר היות כ'ווייס נישט וויאזוי מ'לייגט ארויף א 'לינק' אויף פי. די. עף. האב איך עס נישט געקענט ארויפלייגן ביז יעצט. אבער כ'האף דאס צו ארלעדיגן בקרוב, מיטן הילף פון א חשוב'ע ניק דא אין שטיבל [כעת בעילום שמו].

--------------

אין אנדערע נייעס, כ'האב דייקא אפגעשריבן אזא סארט אומגעראכטענע תגובה לרגל האלפיים, להוציא מלבו של ATUB @פליקער ATUB אז ס'גייט זיין פראדיקטעבל...
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 12:45 pm#312710
און איך נער האב זיך איינגירעדט אז לכבוד האלפיים גייט מען ארויסשיסן 10 קאפיטלעך אויף די היינטיגע אמשינוב'ע רבי :cry: :cry: :cry:
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 10:06 pm#312822
אויפן בענער פון קאווע שטיבל!!!

:like :like
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 10:14 pm#312824
רבותי איך גלייב נישט אז ממש בימינו האט די נשמה פון ATUB @שש משזר ATUB געהאט אזא עליה, אשרי לעינים שכך רואות.
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 10:27 pm#312827
שש משזר: ...לחיים. מזל טוב. לכבוד דיין 2000'סטע תגובה/אשכול/ות. איך וועל היינט ביינאכט אי"ה בלי"נ טרונקען נאך א גלעזל פון די גוטע משקה. (אלד גרענד דעד 114 פרוף) לכבוד דיין ארויס ברענגען דעם קונטרס ...פנינים שזורים"... לאור עולם.
כה יתן ה' וכה יוסיף. תן לחכם ויחכם עוד. כי לקח טוב נתתי לכם, תורתי אל תעזובו...כ'ווייס נישט. איך ברענג אראפ די ריכטיגע פסוקים...? וועלכע האבן א שייכות מענינא דיומא. ווייל איך וויל נישט האבן אזא פנים ווי דער בלאט, וועלכער ברענגט אראפ נאך א זאפטיגן ארטיקל פון הרב ש.ב. מרגליות, המכונה שמואל שלמה טעללער א פסוק אדער פון מגילת אסתר אדער פון מגילת איכה. נאר ס'האט אזא שייכות מיט דעם געזאגטן אדער געשריבענעם, פונקט אזוי ווי א פאטש צו גוט שבת...!
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 10:36 pm#312833
מזל טוב כבוד הרב שש. מישנדיג די זייטן פון דעם הערליכן חיבור "פנינים שזורים" אנטפלעקט זיך אן אוצר פון געוואלדיגע ידיעות, געשריבן מיט א פלוסיגן טאלאנטפולן פעדער, באגלייט מיט נשמה און מחשבה.

אשרינו שיש לנו חבר כזה!

כה לחי!
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 11:58 pm#312855
ראובן האט געשריבן:מזל טוב כבוד הרב שש. מישנדיג די זייטן פון דעם הערליכן חיבור "פנינים שזורים" אנטפלעקט זיך אן אוצר פון געוואלדיגע ידיעות, געשריבן מיט א פלוסיגן טאלאנטפולן פעדער, באגלייט מיט נשמה און מחשבה.

אשרינו שיש לנו חבר כזה!

כה לחי!
פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 12:50 am#312871
כ'ווייס נישט אויב כ'האב שוין אמאל מגלה געווען ברבים מיין התפעלות אויף ר' שש'ן. מ'קען אויף אים שרייבן פרקים פרקים נוסח שש... אבער וואס איז מיר מיינדבאגלינג איז זיין הימלישע מתנה צו שרייבן גאנצטע תגובות אן קיין מינדערסטע טעות! ספעליג, קאמע, פינטעל, אויבערשטרעכל אא"וו אלץ קלאפט 100%.
ר' שש, כ'מיין ס'צייט צו גיין פאבליק... דאס מאל אויף יוטוב!
פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 12:57 am#312873
קאווע טרינקער האט געשריבן:ר' שש, כ'מיין ס'צייט צו גיין פאבליק... דאס מאל אויף יוטוב!

:דאבללייק:
פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 1:02 am#312876
Re: שש משזר פרעזענטירט: קונטרס 'פנינים שזורים'
2000טסע איז א טעות.
פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 1:06 am#312879
Re: שש משזר פרעזענטירט: קונטרס 'פנינים שזורים'
און ר׳ קאווע טרינקער וועט אים פארשטעלן…
פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 1:13 am#312880
שש משזר האט געשריבן:די 'הלכה למעשה' פראיעקט וויל איך טאקע ארויסגעבן באזונדער, נאר היות כ'ווייס נישט וויאזוי מ'לייגט ארויף א 'לינק' אויף פי. די. עף. האב איך עס נישט געקענט ארויפלייגן ביז יעצט. אבער כ'האף דאס צו ארלעדיגן בקרוב, מיטן הילף פון א חשוב'ע ניק דא אין שטיבל [כעת בעילום שמו].

--------------


הלואי קען א פראגראמער מאכן דערפון א קאמפיוטער פראגראם וואס זאל ענהאלטן דעם ארטיקל מיט אלע חומר פון די לינקס, און דאס קען ליגן אויף א קאמפיוטער וואס קינדער האבן צוטריט.

בעצם דארף דאס נישט צו זיין מורא'דיג שווער לכאורה, מען קען נוצן אן אינטערנעט בראוזער און די האום פעידזש זאל זיין דער ארטיקל און די לינקס זאלן פירן צו די חומר וואס ליגט שוין אויפן קאמפיוטער/עקסטערנעל-דרייוו, און אזוי ארבעט טאקע די אפפליין ווערסיע פון היברו בוקס.
פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 1:32 am#312884
אין מילים!!! כשרון, כשרון, כשרון!!! מ'קען צעדרייט ווערן זעהענדיג אזא כשרון!!!

נאר געבליבן צו גיבן א ברכת הדיוט, כה יוסיף ויתן לך ה' מכל מילי דמיטיב ותוכל להנהות בנ"א הלאה ביתר שאת וביתר עוז עדי נזכה לביאת בן דוד במהרה, אמן.

(בעצם וואלט מען געדארפט אזא בעל כשרון ווי 'שש' אראפצולייגן כבודו הראוי לו מיט אזא קנאק, אבער דא עקא אז אזא כשרון קומט אראפ איינמאל אין הונדערט יאר.)
פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 1:54 am#312888
Re: שש משזר פרעזענטירט: קונטרס 'פנינים שזורים'
ImageUploadedByTapatalk1450418057.135565.jpg
פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 1:59 am#312890
ייש"כ פאר אלע וואס האבן געגעבן [בעסער געזאגט: געגאסן] דברי עידוד ושבח. יא יא, איך ווער פארט מלא שמחה עס צו ליינען...


קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'ווייס נישט אויב כ'האב שוין אמאל מגלה געווען ברבים מיין התפעלות אויף ר' שש'ן. מ'קען אויף אים שרייבן פרקים פרקים נוסח שש... אבער וואס איז מיר מיינדבאגלינג איז זיין הימלישע מתנה צו שרייבן גאנצטע תגובות אן קיין מינדערסטע טעות! ספעליג, קאמע, פינטעל, אויבערשטרעכל אא"וו אלץ קלאפט 100%.
ר' שש, כ'מיין ס'צייט צו גיין פאבליק... דאס מאל אויף יוטוב!
שוין לאנג געווארט איינער זאל ארויסברענגען דאס אויבנדערמאנטע. יאפס, ב"ה מ'זעמיר זיך משתדל צו שרייבן קלאר און ריין, אנע טעותים.
בנוגע דאס גיין פובליק. וויאזוי קומט דא אריין יוטיוב? פארט בין איך מבשר א בשורה טובה, אז כ'האב לעצטנס געשריבן אן ארטיקל אין א חרדי'שן אויסגאבע, ואקצר לע"ע.


ריכטיג האט געשריבן:
שש משזר האט געשריבן:די 'הלכה למעשה' פראיעקט וויל איך טאקע ארויסגעבן באזונדער, נאר היות כ'ווייס נישט וויאזוי מ'לייגט ארויף א 'לינק' אויף פי. די. עף. האב איך עס נישט געקענט ארויפלייגן ביז יעצט. אבער כ'האף דאס צו ארלעדיגן בקרוב, מיטן הילף פון א חשוב'ע ניק דא אין שטיבל [כעת בעילום שמו].

הלואי קען א פראגראמער מאכן דערפון א קאמפיוטער פראגראם וואס זאל ענהאלטן דעם ארטיקל מיט אלע חומר פון די לינקס, און דאס קען ליגן אויף א קאמפיוטער וואס קינדער האבן צוטריט.

בעצם דארף דאס נישט צו זיין מורא'דיג שווער לכאורה, מען קען נוצן אן אינטערנעט בראוזער און די האום פעידזש זאל זיין דער ארטיקל און די לינקס זאלן פירן צו די חומר וואס ליגט שוין אויפן קאמפיוטער/עקסטערנעל-דרייוו, און אזוי ארבעט טאקע די אפפליין ווערסיע פון היברו בוקס.
כ'האב שוין איינער וואס איז גרייט מיטצוארבעטן דערמיט, אז ס'זאל ארויסקומען אלס פי. די. עף. מיט די פילצאליגע לינקס [ס'וועט זיין א גאנצע קונטרס'ל פאר זיך!], אי"ה בקרוב.
אגב, ש'כח רבי ATUB @ריכטיג ATUB פארן אפדעיטן דיין חתימה... דו ביזט געוואלדיג! :D
פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 2:07 am#312894
אלע ספרים וואס דו האסט געלינקט אין איין פי די עף???
פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 10:55 am#312928
הערליך הערליך שיין!!! א גרויסן דאנק הרב שש, איך האב גארנישט געוואוסט וויפיל הערליכע געוואלדיגע אשכולות איך האב פארפאסט צו ליינען פון דיר.
כה יתן ה' וכה יוסיף. בקרוב זאלסטו קענען צוזאמשטעלן נאך אזא הערליכער ספר.
פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 10:57 am#312930
Just WOW!!!

שש האט געברענגט קאווע שטיבל צו נאך א העכערע לעוועל, ס'דרייט זיך שוין ארום אין גרויסן די פי די עף אויף טעלעגראם און מענטשן הייבן אן דעבאטירן זיינע ארטיקלן!

מזל טוב צו דיין דעיביוט ספר, מיר קוקן שטארק ארויס אז דיין מכון זאל זיך מער אריינלייגן און צושטעלן פרישע ווארע כסדר.

אז איך האב שוין יא דא די קיבאורד אזוי באקוועם, מזל טוב צו די 2000'סטע תגובה!

כה לחי שש'ל!
פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 12:11 pm#312937
ווער עס נויטיגט זיך אין א לייק, זאל לאזן דא א הודעה ומובטח לו לייק מ'שש'.
פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 12:55 pm#312951
אז דו רעדסט שוין יא פון לייקס, דא דארף זיין דאפעלט ווי 44!
פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 1:08 pm#312953
הערליך שיין!! ממש נישטא קיין ווערטער.....

איך וויל דיר געבן א לייק, אבער די פאפ אפ באקסל שטייט אין וועג וויאזוי ווער איך פטור דערפון