זונטאג מערץ 1, 2015 9:32 pm#256572
עס איז נישט קיין שום שאלה, קלאר שטותים.
אדרבה פראביר אויס, און איבערצייג זיך אז מען אכל'ט, תחל'ט מען
אדרבה פראביר אויס, און איבערצייג זיך אז מען אכל'ט, תחל'ט מען
פליקערעס איז נישט קיין שום שאלה, קלאר שטותים.
אדרבה פראביר אויס, און איבערצייג זיך אז מען אכל'ט, תחל'ט מען
למדןווי אויך ווייסעך נישט פארוואס אזא טשיקן זופ אסרן אלע פה אחד
פליקעראיך שטיי און שטוין, דעי שבת איז ציגעקומען א נייע קאטעגאריע צים דבר יום ביומו, עס איז אלס שוין געוועין, קידוש, באווארפן, שבת שבע ברכות, זכרים, אבער עס איז נאך דא נאך זאכן וואס מען קען קאטעקאריזירן, ברכת הגומל.
איינער א אינגער מאן שאינו רוצה בגולם שמו, האט אויסגעריפן אז ער שאלט פאר פרייד, ער האט געהאט א הארץ אטאקע ביי די זעקסין דרייסיג, ער איז פריילעך אז עס איז אים באשערט געוועין איבער צו לעיבן, בריך רחמנא דייהבך לן ולא יהבך לעפרא, ער איז פריילעך, וואס טוט מען ווען מען איז פריילעך ביי אונז, מען ווארפט א בַּעל, ער גיבט א גרויסן קידוש, ער גיבט דארט איבער אלע דיטאלן, ער וויל נישט אז ער זאל זיין א סטאטיסטיק, ער וויל יעדן פארציילן אז מען ברויך זיך היטן, מען קען נישט נעמען ס'לעבן גרינג, פרעיג איך אים זאג נאר ביזטו אימשילדיג, האסטו געוויסט אז מען טאר נישט האבן קאלעסטעראל, זאגט ער יא, אבער ער האט נישט געוויסט אז עס איז אזוי געפערליך.
אלזא וואס איז געוועין ביי די קידוש קלערט איר, סעלערי, טאמעיטא, מייערן מיט דיפ'ס, אדער קיגל, קעיק, קישקע, יא איר האט צוגעטראפן, די אלע זאכן וואס האט אים שיעור נישט ארלעידיגט, דאס האט ער געטיילט פארן גאנצן ציבור לכבוד זיין שמחה, ווי קען מען דאס אזוי צילאזן, איז ער נארמאל, ער וויל דאך נישט זיין דער נער וואס פאקט איין, ער וויל דאך לערנען פארן עולם את המעשה אשר לא יעשו.
בכלל איז דאס א עוולה, ביי יעדע געלעיגענהייט, שטאפט מען דעים עולם ווי גענדז, מיר זענען נישט קיין גענדז, מיר זענען דאך היאמען ביאינג'ס, אינזערע סיסטעימען ווערן פאר'הרג'ט פון פרעסעריי, פליז אים גאט'ס ווילן, הערט אויף צי פארשטאפן אינזערע אדערן, אינעם נאמען פון א קידוש אדער שמחה.
שמערלאיך רעד אויסדריקלעך נישט פון עקספיריענס נאר פון סייענטיפישע שטודיעס. אויב זאלט איר עסן בלויז פינעוו הינדערט קאלאריס א טאג, וועט איר פארלירן פעט נישט קיין חילוק אויב די קאלאריס קומט פון קארבס אדער פעט.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב לעצטענס אנגעהויבען. דער עולם רודפ'ט מיר נישט ווי מ'רודפ'ט פליקער און איך האב געזען א תועלת אין די געציילטע מאנאטען וואס איך האב שוין געפראוועט דייעט.
דער אמת איז אז איך האב אייביג געגעסען געזונט. ד.ה. האו''ל ווי''ט ברויט און לאקשען, האו''ל גרעי''ן רייז, אסאך פרוכט און גרינס, נישט געפעלט קיין פרישטיג ועוד. אבער איך האב א גרויסע אפעטיט און א טעלער מוז גע'ענדיגט ווערען. איך גיי ווייניג צו שמחות (אפשר ווער איך נישט איינגעלאדענט ווייל איך עס צו פיל, גיי ווייס), אבער ווען יא, האב איך ליעב צו עס'ן.
איך האב געוואוסט אז מיין טבע איז אזוי אז איך וועל זיך נישט האלטען נאר טאמער איך קען גלויבען אז ס'ארבעט. יעצט, אזויפיל ליין איך אז איך ווייס אז מ'האלט אין איין טוישען מיינונגען בנוגע דייעט''ס. היינט ווייניג קארב''ס, מארגען ווייניג פעט''ס. טאמער איך 'על שטייען בנסיון באותו מקום ובאותו אשה, וועל איך שוין מורה היתר זיין, ואחריתה מי ישורנו. אבער איין זאך קען מען נישט לייקענען. דאס וואס שטייט אין רמב''ם אז עס'ן צופיל איז ערגער פון אלעם. ענדעריש עסען נישט געזונט און עס'ן ווייניגער. דעריבער פראביר איך יעצט זיך צוגעוואוינען צו עס'ן ווייניגער. נאר אויף דעם ארבעט איך. ארויסנעמען דער מיינונג אז נאך יעדער סעודה דארף מען זיין אינגאנצען זאט. ארויסנעמען די מיינונג אז טאמער מ'פילט א קיצל אין מאגען איינס א זייגער נאך מיטאג, מוז מען שוין עפעס גייען טועם זיין. ווען איך וועל פועל'ן ביי זיך אזא נייער צוגאנג, וועל איך זיך אריינטוהן אין מיין פערזענליכע נויט'ן און באדערפעניש'ן און טוהן וואס מ'דארף טוהן צו לעבען לאנג. ביזדערווייל, נאך צוויי מאנאטען איז עס ביי מיר מערקבאר. מ'קומט צו צו מיר אין בית המדרש, ובפרט די וואס זענען צוריק געקומען נאך יו''ט פון ערגעץ, אדער די איידימער וואס קומען פאר יו''ט האבען באמערקט. מיין ווייב זאגט אז ס'איז מערקבאר און זי בענקט זיך שוין נאך איהר 'טעד''י בע''ר' מאן, אבער למעשה איז זי צופרידען. מיין הויזען לאזען זיך אויך הערען, און די הויזען טראגער'ס זענען שוין קריטיש וויכטיג.
איך וויל נישט גייען אויפ'ן וואגשאהל, ווייל איך וויל זיך נישט פארלייגען אזויפיל אויפ'ן וואג פארלירען ווי אויפ'ן מיינונגס טויש.
איך דארף פארלירען הונדרעט פונט, ממילא גייט עס מיר נעמען צייט.
עכ''פ איך האף מ'זאל קענען מבשר זיין בשורות טובות. נאך א האלבע יאר 'על איך גייען אויפ'ן וואגשאהל, ווייל איל בין פארט כ מענטש.
לית דין בר נש האט געשריבן:@פליקער לאמיר הערן וויפיל פונט האסטו אראפגעווישט אין דאר איינער יאר?
פליקער האט געשריבן:לית דין בר נש האט געשריבן:@פליקער לאמיר הערן וויפיל פונט האסטו אראפגעווישט אין דאר איינער יאר?
איך האב אזוי מיר נישט דיר נישט אראפגעווישט זעכציג פונט,
ציפלאצט זאלן ווערן אלע שונאי ישראלים.
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:[quote="(איך ציטער נאר ווי גראב יואב איז...)
פליקער האט געשריבן:באוואש אים אזוי ווי מיר האבן געווארט אויבן אינעם אשכול.
אגב עלה והצלח, לאז איבער דא פינגער אפדריקן ווי די הצלחה גייט.
און אז די אשכול איז ציריק פון קבר שטיבל, וויל איך נאך אמאל מעורר זיין היט'ס עינק פון די דונאטען ווי פון חמץ בפסח, אדער ווי א בלאט פלעק אויפן אתרוג, ווי פון א רוח רע, ווי פון א איי וועלט מיטגליד, ווי פון משומר, היט'ס אייך נישט אריין פאלן מיט די אלע שיינע חנוכה מאכלים, איר וועט ביטער חרטה האבן.
פליקער האט געשריבן:איך האלט מיר ס'אטעם
איך פריוו צי פראדיקטען וואס ס'וועט זיין.
אבער היות עס איז זייער שווער ווייל דיינע תגובות מישן ציזאם פון יעקב'ס חלום ביז דער הייליגער פלימשיצער פון סיביר, ביז חייקל בעל עגלות בוים נאכן קראך
פליקער האט געשריבן:איך האב באגעגענט א גאר באלערענדע ארטיקל, העליך עס מיט טיילן מיטן געהויבענעם ציבור דא פאר דעבאטע, איך בין נאך נישט אזוי מסכים מיט אים.