Under maintenance
הויפט זייט » דייעט

דייעט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
142 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8007
דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 7:24 pm#243380
דייעט
דייעט

עס איז נישט קיין סוד אז רובא דרובא אידן זענען פעש, איבערוואגיג, זיי וועיגן מער וויפיל זיי מעיגן, זייער וואָגשָול איז אנטיסעמיטיש, עסן איז צי זיי אימ-יושר'דיג, אפילו די וועטער רעכענט זיך נישט מיט זיי, ווייל זיי האלטן נישט אויס די היץ, די שווייץ נידערט זיי צווישן די רגלים, און מאכט אן א חול המועד, אזא סאמעטאכע בין רגל לרגל, אבער קיין אחריות ווילן זיי נישט נעמען אויף זייערע מעשים.

איך וויל נישט דא צו-טיילן א דייעטע, איך וויל נאר אביסל דורך שמיסן די ענין, איך וויל ארויף ברענגען א געוויסע מאטעוואציע אז מען זאל זיין מער פארזיכטיג, לאמיר אראפ שטעלן קודם עטליכע פאקטן אדער כללים, ובזה החילו

כלל איינס, קיינער איז נישט פעש פאר גארנישט, פעש איז מען נישט ווייל מען איז קראנק, פעשקייט איז דער דירעקטע ריזאלטאט פון עסן די נישט ריכטיגע מאכל, און די נישט ריכטיגע צייט, אפילו אויב די עסן איז א מצוה ווי למשל עסן פאר א וויכטיגע צוועק, אדער עסן צי פייערן א שמחה, אדער א סיום מסכת אפילו א סיום הש"ס, אדער עסן לעילוי א נשמה פון א צדיק אדער א פשוטע נשמה, עסן טיט נישט דיסקרימענירן, עס מאכט יעדן איינעם גראב ציגלייך, ווען איינער זאמעלט עסן דורכן מויל מער וויפיל זיין גופ'ס געברויך ווערט ער א פעשער, פונקט אזוי ווי איינער וואס זאמעלט געלט ווערט רייך, איי יעדער איינער ווייסט דאך פון א ווייטע קאזן וואס עסט יא ווייס ברויט פאר פרישטאג אנגעשמירט מיט פיטער, און איז דאר ווי א שטעקעלע, זאל מען וויסן אז יעדע כלל האט א חוץ, מען דארף זעין די גאנצע הלוך ילך פון אזא אימעצען איידער מען קען אפווענדן דעים כלל, אויך קען זיין אז יענער איז ל"ע נישט געזינט.

כלל צוויי, מיר אידן גלייכן זייער צי עסן, מיר זענען אנדערש ווי אלע פעלקער, אנדערע קענען זיך טרעפן וואס צי טיען ביי זייערע יסוד איתן'ס, עפעס אינטערטעינמענט וואס טיט נישט מיינען קישקע מיט טשולענט, ווי למשל מערעטאן'ס, אדער א מאווי, קאנצערטן, בייקן, וכדומה, משא"כ מיר אידן זענען זייער ביזי מיט די אכילה, מיר ליגן אין אכילה מער ווי אלע פעלקער, לאו דווקא גיטע עסן, ווי מען זעיט אין פענצי רעסטאראנען, נאר כאפ לאפ עסן ווי סענדוויטשעס, גריל טשיקן ווי ליגט אינטער א יאך פון א טפח שוחק געפרעיגלטע צוויבל, גלאי געמישט מיט פאסטראמי מינע עסן'ס, ווי איי פי טשולענט מיט אווערנייט קיגל צי פראווענען ליל שישי'ס, שמאלץ הערינג מיט קריספי אייער קיכלעך צי דערהייבן נשמות שכבר הלכו לעולמם, קאם ענד גא שמחות, מיינט קאם עסס זיך אן ענד גיי שלאפן, ועוד שלעכטע געוואוינהייטן.

כלל דריי מיר ארבייטען כמעט קיינער נישט שווער, מיר ווייסן בכלל נישט מער וואס שווער ארבייטן מיינט, וויפיל היימישע זעיען מיר אראפ לאדענען טראקס, אדער ארויפלאדענען, לייגן ציגל, מישן ליים, די מאקסימום שווערע פיזישע ארבייטער וואס מיר זעיען, איז א באס דרייווער, און א קעש רעדזשיסטער'ס, די איבריגע זענען אפיס ארבייטער, כולל אינגעלייט, רבי'לעך, סעילס לייט, ועוד מינים וואס פארן מיט קארן צו און פון זייערע זיץ פלעצער.

כלל פיר, מחמת מיר זענען זייער א עסעריש פאלק, שטיפט מען דעים המון עם אן מיט פרעס, גענוי ווי אמאליגע גענז, ביי יעדע געלעיגענהייט מיז מען ארויס ווי כלבא שבוע, יעדער וואס וויל זיך אויפרייסן, צייגן אז ער האט אפאר דאלער, איז נאר דורך אויפרייסן א סעודת שלמה בשעתו, פארשטייט זיך לייכטע מוזיק ביי די זייט, סעודת שלמה מיינט מען אז יעדער איינער מיז איין נעמען לכל הפחות זעקס און צוואנציג מאל טויזענט קעלארי'ס, מרמז צי זיין אז אלעס איז לשם שמים, יעדע מסיבה מיינט אז מען ברויך דעים עולם דערשטיקן כפסע לבין המוות מיט כל ערליי עסן'ס, אזש אז א פיקל זאל מער נישט אריין גיין מער, צי זאל עס זיין א וואך נאכט צי א שיינע שבע ברכות, צי א קידוש, צי א באווארפן, צי סתם א מסיבת טיי, טיי בשמו יבורך, אדער די האַט פָוד מיט שמאגעז בערד ביי די חתונות, אלעס איז צי פארפרעסן דעים עולם מיט צעינליגע טויזענטער קעלאריס, שטיקער פעטע בשר, מיט מייענעיז שווארמע, סעסעמי אדער האני מאסטערד טשיקען, בקיצור עס איז דא איבריג מילאנען קעלעאריס אינעם קערפער וואס זאמלען זיך אן.

כלל פינף, ציפיל עסן עוועילעבל אין די גראסערי סטאר'ס, אלע מיני עסן'ס וואס זענען שטיקער ציקער ווי אלע סארטן קענדי מיט זיסווארג, און שאקאלאדן אדער אלע מיני פעטע זאלציגע נאשערייען וואס מען פאשעט אן די אינגווארג, אלע ערליי הערליכע באצירטע בעקערייען געשעפטן וואס שפראצען ארויס ווי שווערמער נאך רעיגן, אלע הערליך אויסגעצירט מיט מארמויער, און שטעלן צו אפילו ספירה מוזיק, די פרישסטע בייגל מיט באגעטער, און די אלע עסן'ס גייען דורך אלע אכט און פערציג מסעות ויחנו בתחת.

מען ברויך און אכט נעמען אז מען טאר זיך נישט לאזן, אויב וויל מען קענען אמאל קיקן ווי מען טאר נישט ווען מען שטייט גראד, מען קען נישט ווערן נאכגעשלעפט נאך אלע עסן'ס און זיין דאר, עס גייט נישט בענעזאם, דעיס איז נישט שווער צי פארשטיין, וואס טיט מען מען גיבט זיך א נעם צים ספרעי דייעט, מען הרגעט זיך אויס פאר הינגער עד שנשמתו פורחת באוויר, און עס ווערט נמאס דאס חיות, און מען פאלט גלייך ציריק ביז מען טרעפט זיך פליצלינג ציריק שלעפן ציריק א ריזיגען געדערים.

מען ברויך נאר מאכן קליינע טוישן און זעין ריזאלטאטן, מען קען עסן נארמאל, מען קען עסן דריי מאל א טאג, אבער אויב לייגט מען צי אביסל קאפ, וועט מען נישט איבער לאזן רעשט פאר א בויך, א מאן מעיג עסן ביז צוויי טויזענט קעלארי'ס א טאג, מען ברויך ציילען און מחשיב זיין יעדע איינציגע קעלארי וואס מען עסט, למשל א עפל איז ניינציג קעלאריס, א גרעיפ פרוכט איז אכציג קעלאריס, א קען וואסער טונע איז הינדערט פיפצן קעלארי'ס, יעדע איינציגע מאכל האט א סכום פון קעלארי'ס, א איי איז זעכציג קעלארי'ס, איין אונץ טאמעיטא האט פינף קעלארי'ס, צעין אונצעס טאמעיטא איז פיפציג קעלארי'ס, און אזוי ווייטער, מען קען ניצן פיינע עפפ'ס וואס האלטן חשבון אויף די עסן, און די עפפ'ס האבן אינעם דעטע בעיס אלע סארטן מאכלים כמעט, על כן אז מען עסט א טעלער וועדשטעבל סעלעד מיט א קען טונע, עסט מען בערך לאמיר זאגן אפילו דריי הינדערט קעלאריס, און מען ווערט זאט, לעומת זה אויב טרינקט מען א קאפ אראנדש דזשוס האט מען אריין געריקט הינדערט צוואנציג קעלאריס און מען איז הינגעריג, ווייל מען האט דאך גארנישט געגעסן, וואס איך וויל ארויסברעינגען איז אז מען מיז לעיבן מיט א שטיקל חשבון, כאטשיג אזוי פיל חשבון ווי ווען מען ציילט געלט, אז איינס מיט איינס איז צוויי.

די אלע שנעלע פעטע עסן האבן אן א שיעור קעלארי'ס וואס מאכט בכלל נישט זאט, איין אונץ פרעצעלס איז הינדערט צעין קעלאריס, און ווער עסט נאר איין אונס, און עס איז נאר פאר א נאש, צווישן איין סענדאוויטש אינעם צווייטען, גיי ווייס וויפיל איז א סלייס קישקע, אדער א פיצע אדער פרענטש פרייז פארמאגט, האט איינער בכלל אריין געקלערט וויפיל קעלאריס איז דא אין איין טיש לעפל מייענעיז לייט, פיפציג, מער וויפיל סיז דא און און א גאנצע פעקל בודק לעטעס אדער קרויט, אדער אפילו א גאנצע גרויסע קאנטעינער זויער פיקל, נאר וואס דען, אז מען טראכט נישט ווייסט מען נישט, און מען איז בעפארן זיך זעצן צים סעודה שוין אנגעשטאפט מיט קעלאריס שאין בהם ממש, אבער דער זייגער לויפט, און סוף טאג קען מען האבן א באלאנץ פון צעין ביז צוואנציג טויעזענט קעלאריס איבריג, ני ווי גייט עס גיין, ספעציעל פאר אלע נאכט פויגל וואס עסן שפעיט און אלעס שלעפט מען מיט צים בית דין של מעלה ווען מען ברויך דארט אינטערשרייבן די חטאים, א שרעק וואס דאס לייגט אויפן וואג-שאל.

מען זאל חלילה נישט עסן ביי קיין שום שמחה, אפילו של מצוה, דעיס דארף זיין א כלל גדול, נישט קיין חיליק ווי גרויס די מצוה איז, זאל דער בעל שמחה בלייבן שטעקן מיט די סעסעמי, און האשפאפיס, קיינער האט אים נישט געבעיטן, נישט עסן ביי קיין שום תיקון, עס איז נישט קיין שום עליה פאר קיין שום נשמה ווען מען זעצט זיך צי פרישטאג ווען מען האט שוין איינגענימען דריי פיר סלייסעס קאקאש מיט עטליגכע טוראש דעלקעלעך בלויז ווייל עס איז געוועיזן ראפאגאש, און מען דערזעיט זיך מיט דריי טויזענט קעלעריס באלד ביי פרישטיג, דעיס איז א קבלה וואס מען טאר נישט עובר זיין, חלילה זיך אראפ זעצן צי א קידוש, און אהיים קימען צי א שבת דיגע סעודה אנגעפרעסן ווי א בעיזעם טראק, פארוואס, יעדער איינער ווייסט אז עס ווארט א פיינע טשולענט אינדערהיים, גיטע פיש מיט חלה, פארוואס עסן נאר ווייל עס איז דא, יעדער האט היינט פיר פינף קידושים א וואך, מען עסט זיך אן ביים ערשטן זענען דאך די איבריגע דריי ממילא אנגעווייטאגט פארן נישט מאכן א ברכה, על כן וואס ארט דיך אז דער ערשטער וועט אויך זיין ברוגז, עס איז דאך ממילא נאר א תקנה קידוש, עס איז דאך עקעלדיג צי עסן די קאמערשל ראלאש קרים קעיק.

טרינקען פיל וואסער, האבן א ספארט קעפ באטל לעיבן זיך אלעמאל, און טרינקען לכל הפחות פינף באטלעך א טאג, איינס ווען מען שטייט אויף, און צווישן נאכט מאל און קרישמע אויב מען ליינט, און נאך צוויי דריי דורכן טאג, אנהייבן מיט א עפל נאך פאר פרישטאג, דאס וועט דיך זאט מאכן אויפ אזויפיל אז די פרישטאג וועט נישט זיין פינף סלייסעס ברויט, נאר צוויי, אדער אפילו גארנישט, אויך פאר סאפער אנהייבן מיט א פרוכט ווי א גרעיפ פרוכט, עס פילט מורא'דיג אן.

וועקסל איין די פערוועל אדער שלישקעס פאר סטרינגבין'ס קארן אדער פיז מיט קערעץ, פון די קען, אדער מיקס וועדשטעבל געסטימט וואס נעמט צוויי מיניט צי מאכן, און מען עס דערפין ביז מען איז אנגעשטאפט, און נאך אלעם האט מען קוים קעלערי'ס, אויב ביזטו הינגעריג אינמיטן טאג און מען גייט ארויס עפעס קויפן, גיי נישט קויפן א דעיניש, גיי קויפ א שאכטל אויפגעשניטענע פרוכט באקימט א פלעסטיק גאפל בחינם.

אזוי מיט אזעלכע קליינע טוישן וועט מען זעין א ריזיגע חיליק מיט צייט, און אפילו אויב נישט, איז עס זיכער א געזינטערע וועיג פון לעיבן ווי ווען מען איז אנגעגעסן, און נאך סאפער עסט מען גארנישט אפילו פרוכט, נישט קיין חיליק די סיבה, דעיס איז א מאסט דא, אויב וויל מען עפעס קאנטראל אויפ זיך, די אלע חתונה סוויט טעיבעל'ס מיז זיך אויפהערן, די אלע זיסע קרים פָּאפס, אייז קרים עלה בראני ועוד, איז רחמנא לצלן שעידלעך מער ווי מיר שטעלן זיך פאר.

א גיטן שפאציר, זאל עס זיין צו די ארבייט, אדער יעדער קען אריין שטיפן עפעס א שפאציר פון א האלבע שעה, דאס איז ציפרי צים ארבייט פיפצן מיניט, און אהיים פיפצן מיניט, ווען מען ברויך גיין ביינאכט צי פרדס פיגא מיז מען נישט נעמען קאר טו גא, נאר א שפאנציר, עס איז ממש א מחיה, זיך אנטיען פיין ווארעם, זיין גרייט פאר אלע וועטערס, א היט פלעסטיק פינעם שמש איז א טולער וחצי, א רעיגן קויט אדער א ווינטער קויט פאר שפאט ביליג ביים 40 סעיל פון גיגי, א שאל מיט אויערן באשיצער, און וואלא מען איז גרייט פאר יעדן וועטער.

די קונץ איז אז די אלע קליינע טוישן וואס מען מאכט העלפט עפעס צו צים ציל, ציביסלעך וועט מען באמערקן איז די איבריג שטיקל געדעירם אדער אנדערע העינגעדיגע שטיקלעך בשר איז נישט דא מער, עס איז פארשווינדען, עס וועט פאלן שטיקר אפילו מען קאמיט נישט צי לידער'ס דייעט אדער מייזעלס דייעט, נאר אויב מען עסט נארמאל, און מען לעיבט מיט א חשבון וועט מען מצליח זיין כדרך הטבע.

500
דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 9:00 pm#243401
טיפיקעל פליקער, יעדע שורה נאך א פלייץ פון געלעכטער-טרערן, דעי אויסדרוקן דיינע זענען דאך עפעס שלא ממין האנושי,

לגבי דעם דייעט, יעדער וואס פרעסט (וגם אני בתוכם) וויל באמת גיין אויף א דייעט, רצוננו לעשות רצונך, נאר די גוטע זאך פון א דייעט איז אז עס מען הייבט כסדר אן פון פריש חדשים לבקרים, ווייל מען פאלט אדורך, עס איז דאך פון די דברים הצריכים קאנסטענט חיזוק, ווייל עין רואה, הלב חומד, און דער מויל איז שוין גומר, און אז מען עסט שוין זאל שוין זיין, זאל נישט זיין קיין ברכה לבטלה, זאל מען זיין פארזיכערט לפי כל הדעות מעג מען מאכן א נאך-ברכה בשם ומלכות... און אן חיזוק קען מען זיך נישט האלטן,

פונקט לעצטנס פארציילט מיר א חבר אז ער איז שוין געווען אין גאר א שווערן מצב צוליב זיין שלעכטן דייעט, געהאט צו טוהן מיט די הארץ און מיט דייעביטיס ה"י, האט ער זיך גענומען אין די האנט אריין, עסט מער געזונט און כאפט א שפאציר ווען מעגליך, און ער האט שוין פארלוירן אפאר צענדליגער פונט, כמותו ירבו,

עכ"פ ביי אונז איז דער כלל אז מען גיבט נעמט מען (און אז מען נעמט טיילט מען... וחוזר חלילה), דער ציבור קען נישט צוקוקן ווי די ניצוצים הק' אין די סעסעמי טשיקן שטייען און בעטן זיך ביינונז א_ווי יוכ"פ ביי כל נדרי, קומט זייט אונז מתקן, ממילא נעמט מען זיך א פולן טעלער, אז יענער טיילט איז דאך ממש בל תשחית נישט צו עסן, און אזוי איז יעדער ביי זיך מרחיב זיינע גבולי הקדושה, ווייל אז מען עסט נעמט מען צו, נאכדעם הייסטו אים גיין אויף דייעט פארלירן די אלע פונטן? איזהו שוטה המאבד מה שנותנים לו... אבער באמת זאגן שוין חז"ל מוטב שיהי' שוטה כל ימיו וכו' וליכא מידי דלא רמיזי,

לענינינו, מען וואלט געדארפט אויפשטעלן א היימישע סופפארט גרופ אין שמעקעדיגסוויל, מען דארף מייחד זיין אן אשכול, און וועלכער ניק עס וויל זיך נעמען דייעטן, זאל עס דא ארויסשרייבן ברבים, און נעמען אנדערע צוויי ניקס אלס חיזוק, וועלכע זאלן אים שטיין צוהילף און האלטן חשבון אויף זיינע דייעטס, ער זאל מוזן פארציילן וואס ער האט געגעסן און ווען ער איז אדורכגעפאלן, און אינאיינעם וועלן מיר זיך קענען מחזק זיין אין דעם שווערן גלות וואס אין לנו שיור רק האכילה הזאת, עביגצבב"א.
דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 9:21 pm#243409
געוואלדיגע דיבורים!! דאס פאלגענדע האט מיך אראפגעווארפן פון בענקל:
אויב וויל מען קענען אמאל קיקן ווי מען טאר נישט ווען מען שטייט גראד,
דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 9:42 pm#243414
כ'וויש נאך אלץ מיינע טרערן, ביסט ריזיג. גוטע נקודות פיין אין רייך געשריבען,
דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 9:45 pm#243415
און די אלע עסן'ס גייען דורך אלע אכט און פערציג מסעות ויחנו בתחת.
דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 9:48 pm#243417
שמקעדיג, לגבי דיין טענה אז מען ברויך מתקן זיין דעים סעסעמי, קודם כל דער ניצוצי וואס איז אינעם האָן, מיז דאך נישט מגילגל ווערן אין א סעסעמי, ער קאן דאך בלייבן א ברוילד צ'יקן.

אויך אולי ווערט עס מתוקן דורך דעים וואס מיר גייען אריבער, און די נשמה פינעם סעסע וויל שוין אז איינער זאל עס מתקן זיין, און דורכן מקיים זיין די מצוה פון ונשמרתם מאוד לנפשותיכם, און מיר גייען זיך ווייטער אינזער וועיג, ווערט לכאורה מתוקן ס'נשמה.

ועל כולם, איך האלט אז מיר מיזן פיינעלי אנהייבן מתקן זיין די נשמות וואס זענען מגילגל אין די טאמעיטס און אין די קיוקאמבערס, זיי ליגען דאך שוין אזוי פיל יארן אן א תיקון.
דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:32 pm#243430
אומגלויבליכע שילוב פון הומאר און חכמה.

איך האלט אינמיטן שרייבן אן ארטיקל איבער ממש די נקודות, איך מיין ס'גייט אבער אין שמות. די ארטיקל איז 100 מאל בעסער.
דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:43 pm#243433
אבי דו ביסט מודה אז ס'גייט אין שמות. אין מיסט זיכער נישט, ח"ו.
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 1:05 am#243493
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אומגלויבליכע שילוב פון הומאר און חכמה.

איך האלט אינמיטן שרייבן אן ארטיקל איבער ממש די נקודות, איך מיין ס'גייט אבער אין שמות. די ארטיקל איז 100 מאל בעסער.

רויטע, לייג ארויף כאטש דיין תגובה דא, סיז דאך נישט ערגער ווי א שמות באקס, פארט איז דאך אין מרדריש בלי חידוש.
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 1:26 am#243501
אזוי צו לאכן! :lol:
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 1:27 am#243502
די שווייץ נידערט זיי צווישן די רגלים, און מאכט אן א חול המועד, אזא סאמעטאכע בין רגל לרגל


:lol: :like
מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:24 pm#244005
איך האב נארוואס פארלוירן קעלאריעס...
ס'איז באקאנט איין וועג וואס ווען מ'טוט דאס פארלירט מען קאלאריס, און דאס איז ''לאכן''. אויב פליקער מיינט עס טאקע אזוי אמת'דיג זיי מוחל און שרייב מער! :lol:
מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:58 pm#244012
איך לעב נישט פאר יענעם און איך וועל מיך נישט פייניגען כדאי אויסצוקוקען גוט און איך וועל נישט אוועקגעבן צייט פאר עקסערסייז יעדן טאג פאר דעם, פאר געזונט יא אבער נישט פארן צוועק פון זיין דאר
מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 1:32 pm#244025
לויט מיין עפארענונג די בעסטע וועג ווי אזוי איך האב מצליח געווען מיט מיין דייעט איז עסען יעדע טאג פרישטאג לאנטש און סאפער און גארנישט עקסטער און ווי ווייניגער סטארטש אבער ווען עס קומט שבת יו"ט אדער ביי א שמחה זאל מען זיך לאזען וואויל גיין פארשטייט זיך מיט א מאס, דו אלע וואס האלטן זיך איין פון עסען שבת יו"ט אדער ביי א שמחה געבן עס שפעטער אויס
מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 1:57 pm#244034
ישמעאל הכהן האט געשריבן:ס'איז באקאנט איין וועג וואס ווען מ'טוט דאס פארלירט מען קאלאריס, און דאס איז ''לאכן''. אויב פליקער מיינט עס טאקע אזוי אמת'דיג זיי מוחל און שרייב מער! :lol:


אנטשולדיג פארן כאפן איינס פון דיין כבוד ATUB @ישמעאל הכהן ATUB , אבער עס איז נישט מיין שולד אז דו איגנארירסט וואס איך שרייב. על כן נעם זיך ליינען און לאכן, און איי געס אפ פאלן.
מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 2:02 pm#244041
פליקער עס איז מיר נאס, נישט פון די שווייס סומאטאכע, נאר פון לאכן א שעה נאכאנאנד. הערליכע ארטיקל און גאר גערעכטע נקודות
איין קלייניגקייט, אונזערע קידושים זענען א חורבן, איך בין געווען ביי ליטווישע קידושים ווי מען האט סערווירט אביסל קעיק און פרוכט. ווער און פארוואס מוז מען זיך אנעסן מיט אומגעזונטע חזיר'יי? א קידוש מיט גוטע און שיינע טעצער פרוכט וואלט געווען א ברכה
דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 8:08 pm#244362
ס'איז דא מענטשען וואס זענען בטבע פעשליך זיי זענען אזוי געבוירען אדער לויפט עס אין די משפחה פאר די וועט גארנישט העלפן, די מענטשען פארלירען יערליך אויף אנדערע דייעטס אפאר 100 פונט אבער נעמען עס צוריק און געציילטע וואכן, ווייל זיי קומען נאטירלעך גראב.
מ'קען נישט גיין אויף דייעט א'גאנץ לעבן במילא איינמאל מ'גייט אראפ פון די דייעט נעמט מען אלעס צוריק.
איך קען נישט קיינעם וואס האט פארלוירען אויף א דייעט און איז געבליבען ביי דעם יעדער נעמט צוריק פונקטליך אזויפיל וואס מ'האט פארלוירען (פארשטייט זיך איך רעד נישט פון קיין בענד אדער סטעפל וכדומה) און קיינער גייט נישט אגאנץ לעבן אויף דייעט, ס'איז נישט מעגליך.
אדרבה שטעל דיך אפ דא א מינוט און טראכט צו די קענסט איינעם וואס איז אלע יארן געווען גראב און איז געגאגען אויף דייעט און איז געבליבען דאר פאר מער ווי א יאר? וועסט נישט טרעפן קיינעם, פון די אנדערע זיייט קענסטו צענדליגער מענטשען וואס הייבן אן יעדע איסרו חג א דייעט און א טייל פון זיי זענען אינגאנצען נשתנה צורה פארלירענדיג צענדליגער פונטען, טראכט גוט צו דער זעלבער מענטש איז נאך דאר יעצט אדער גייט ער קומענדיגער איסרו חג נאכאמאל אנהייבען א דייעט.
במילא אויב זענט איר בטבע גראב (נישט איינער וואס האט זיך איבערגעגסן שנה ראשונה וכד') פלאגט אייך נישט מאך א לעבן עס צו די זעט און קויף נייע בעקיטשעס פון צייט צו צייט, ווייל ס'וועט אייך גארנישט העלפען חוץ אויב איר פלאנט אייך צו בענדען
ויאכלו ענווים וישבעו.
און אויב ווילט איר זיך יא נער'ן ווארפט נישט אוועק אייער גרויסע סייז בעקיטשע ווייל איר גייט עס נאכאמאל ניצן איינטאג און ס'איז א שאד צו קויפן א נייע.
מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 12:40 am#244452
געהאקט א טשייניק
איך האב יעצט אין מיינ"ד פיר מענטשן וואס זענען גיוועהן פיין גראב און זענען היינט קליין פעטי"ט שוין אפאר יאר!
ווען די זאלסט זיי היינט זעהן וואלסטו זיך געשוואוירן אז זיי זענען פון די טאג וואס זיי זענען געבוירן געווארן דאר ווי א שטעקן.
און ניין עס איז נישט פון א בענד וכת דיליה
מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 12:46 am#244454
אני הקטן, מלפנים הגדול האלט שוין אראפ גרויס וואג פאר א לענגערע צייט. די יסוד איז נישט גיין אויף דייעט, נאר ארום טוישן די גאנצע לייף סטייל און מהלך המחשבה לגבי וואס עסן איז. ודוק כי קצרתי.
מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 12:48 am#244455
רויטע די ביסט גראדע איינע פון די פיר וואס איך האב געהאט אין מיינ"ד
מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:11 am#244483
לדעתי איז עקסיסייז די בעסטע. די פראבלעם איז אז אינז לויפען צווי מאהל א חודש אויף די עליפטיקעל ענד דעטס איט.
עס איז דא א זאך וואס הייסט muscle toning. דעס טיט מען צוויי מאהל א וואך דריי פערטעל שעה אין איז גערענטירט. אדרבה. פרעג רב קוגל.
מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:01 am#244519
די שאלה שמייסט אין פנים, פארוואס פאלן מיר דורך, פארוואס זעיט מען אזויפיל מאל ווי אימעצער וואס פארלירט שיין און פליצלינג אזוי אימבאמערקטערהייט איז ער ציריק צים אלטן.

די תירוץ איז א קייט פון ריאקציעס, קודם מיט די צייט ווערט מען פארוואנדעלט צי אנדערע פראבלעימען, מען פארגעסט זיך איינמאל צוויי מאל, מען איז אמאל געווארן צילאזט און זיך איבערגעגעסן, און מען ווערט דימארעלעזירט, און מען באשליסט צים גיהנום מיט דייעט, מען לעיבט נאר איין מאל, די אלע תירוצים.

אבער די אלע סיבות זענען נישט די ריכטיגע סיבה וואס פירט צי א דורך פאל, איך קלער אז עין הרע איז די סיבה, פשוט מען פארגינט נישט דעים מוצלח, איינער פארלירט שיין, ער הרג'ט זיך פאר א דייעט, ער וויל מער נישט זיין גראב, ער מאכט כל מיני החלטות, ער האט שוין ב"ה פארלוירן א חתיכה הראייה להתכבד, מען דערקענט שוין, דאן פארשטעלט זיך דער יצר הרע און די פורם פון א גראבער און קימט צו צים דייעטער, פשיהא זאגט ער אזוי שיין פארלוירן, יא בוכאשעם, ווי אזוי עטקין דייעט ספרעי, עפדי עיטש, ניין פשוט אויפגעהערט עסן, האלא איך קים שוין פון דארט, איך וויל דיך זעין און א יאר, אין מיניט לאמיך אראפ שרייבן די דעיט, אויב א יאר ארים ביזטו דאר שלינג איך איין מיין היט, חחחח, מיט וואס מיינסטו אז די ביזט קליגער פון אלע וואס בענדען זיך, זיי נישט קיין נער עס לקיים מה שנאמר יאכלו ויתבאכי.

אנשטאט ער זאל עס זאגן געיבן חיזוק, איז דא אזא ניעדזשערק ריעקשן פון לייגען יענעם אין א ספאט, אז ער זאל ווערן דימאלעזירט, פארוואס עפעס יענעם ארויסלאזן די ליפט פין זיינע רעידער, פארוואס ברויך דער וואס מיטשעט זיך אויף דייעט דורך גיין דיין אביוז, ער גייט עפעס אויף דייעט פאר דיר, פארוואס ברויך ער ציטערן און הינדערט מאל זיכער מאכן אז ער גייט טאקע ריכטיג אויף דייעט ער זאל למען השם נישט זיין א חוזק שפיל, עס איז נישט יושר, איך גלייב אפילו נישט אז די אלע שלעכטע פארשוינען זענען טאקע באמת שלעכט, עס איז נאר עפעס אזא מין פארקאקטע ריאקציע וואס מען קען נישט דורך לאזן, אבער עס מאכט אן פערמענאנטע שאדן, איינער קימט צי זאג נאר וועימען ווילסטו געפעלן, אדער שוין געניג געוועין, זעיסט שוין אויס שלעכט, ביסט שוין לדעתי ענערעקסיק, האלא ס'האט דיך ווער געפרעיגט, גיי דיין וועיג און לייג נישט זאלץ אויף יענעם'ס וואונדען, זאלץ שאדט פאר בלוט דרוק, הער אויף טרינקען יענעם'ס בליט.

אדרבה זאג יענעם דברי חיזוק, למשל פשיהא גיי אן, הלוואי אויף מיר געזאגט און פיץ אפ, אדער ווען גייסטו אנהויבן העלפן אנדערע, דו גייסט עס מאכן ווייל דו ביזט א שטארקע כאראקטער, לאז זיך נישט נאך, יא אר דואינג גרעיט, וכהנה חיזוק יומי, ווען דו זעיסט ווי ער קוועינקלט ביי א ביטערע ניסיון ווי מוצאי עשרה בתבת, גיי צין אים צו, זאג אים איך גיי מיך אויך איינהאלטן לכבודך, קים אוועק מיט מיר בענעזאם, מען גייט נישט אויפרייסן דעים קאקאש, נישט זאג אים הויעך בפני כל עם ועם און אלע שפרייכן, זאג ביזטו נישט געוועין אמאל אויפ דייעט, שוין אויך דורך געפאלן, מאך זיכער אז יעדער הערט, און דאן לויפ ארים צי אלע טישן און זאג שטילערהייט פאר יעדעם, יענקי האקט אויף כוח, איך גיי לייגן א בילד אויפן גרופ, אזוי באגרובט מען איינעם דעים אנדערן.

און דערפאר פאלט מען דורך איינער פריער איינער שפעיטער, אבער מער גייט עס נישט פאסירן ווייל היינט קענען מיר זיך אויסגעיבן, מיר האבן שוין דא א סופארט גרופ, מיר וועלן אויסשמיסן און זיך מחזק זיין איינער דעים אנדערען, און יא אנהאלטן לאנגע טערמינעדיגע וואג פארלוסט.
מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 11:44 am#244539
פליקער זייער שטארק געזאגט איך קען מיר נישט איינהאלטן אויף איין ספעלינ"ג מיסטעי"ק אבער באפאל מיר נישט דאס איז די איינציגסטע זאך וואס די קענסט צולייגן???
ווייל ניין איך האב נישט וואס צו צולייגן You said everything
פליקער האט געשריבן:עשרה בתבת,

עשרה בטבת
מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 12:15 pm#244559
לית דין בר נש האט געשריבן:פליקער זייער שטארק געזאגט איך קען מיר נישט איינהאלטן אויף איין ספעלינ"ג מיסטעי"ק אבער באפאל מיר נישט דאס איז די איינציגסטע זאך וואס די קענסט צולייגן???
ווייל ניין איך האב נישט וואס צו צולייגן You said everything
פליקער האט געשריבן:עשרה בתבת,

עשרה בטבת

לית דין בר נאש, אינזין געהאט האב איך דעים אלטען וויץ שרה בתבה, אבער און די לעצטע מיניט האב איך זיך איבערגעקלערט אז סיניש פאני מער, און אז די תגובה איז לא ל'פאני קאמר, האב איך צוגעלייגט "ע" פאר שרה און געטוישט די "ה" פאר א "ת" אבער היות עס איז באשערט האט מען אייך אראפגעשיקט דערפאר.
מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 1:02 pm#244576
איך שטעל מיך שוין פאר ווי זוי ס'וועט אויסזעהן ווען די מחנה מבארים (נו וויזוי באטיטעלט מען די כותבי הביאורים?) וועלן זיך אראפלאזן צו פליקערס ווערק ,גאנצעטע בענדער וועט עוז והדר פרנסה מאכן פון זיי.
מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:43 pm#244611
עזריאל, כ'גלייך צו זעהן ווי דו שרייבסט אז מענטשען זענען "בטבע" גראב....

האסט אמאל געזען פיקטשערס פון די מלחמה? צייג מיר ביטע א בילד פון א פעשליכער דארט...

כ'ווייס אז עס איז נישט קיין דמיון, און הייב מיר נישט אן צו מאכן חילוקים יעצט.

די פאקט איז: אז מ'עסט נישט קיין סאך, איז מען נישט גראב!!!....
מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:35 pm#244639
כ'מיין אין מיליטער נעמט מען נישט אן קיין גראבע לכתחילה...
דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 1:54 pm#245026
אויספאסטן אויפ א דייעט
אויספאסטן אויפ א דייעט

קודם די פאסטן חלק איז א מחיה, ווייל היינט ברויכן מיר בכלל נישט טראכטן פון קיין עסן, אבער מיר קענען נישט אויפהערן טראכטן פון אויספאסטן, וואס זאל מען עסן און וואס נישט, אבער אזא טאג ווי עשרה בטבת איז נא ביג דיל ווייל עס איז געהעריג סאפער צייט, ברויך מען נאר זיין געווארענט נישט צי עסן גארנישט אין שיל, אויב קען מען זיך נישט איינהאלטן לענ"ד, איז ענדערש קודם אויספאסטן ביים זמן מאכן עפעס א ברוך המבדיל אדער ברוך שפטרני, אויספאסטן און דאווענען מעריב צי די זעט.

איך וויל זאגן ווי אזוי איך גיי אויספאסטן, איך גיי אהיים גיין, איך האב שוין ערלעידיגט עס זאל זיין אינדערהיים פרוכט ווי עפל, גרעיפ פרוכט, אראנדזשען, איך זאל קענען וועילען גענוי וואס מיין הארץ וועט גליסטן, אויפ אנהייבן העמער נעמען א גריק יאגערד, אוי פילט דאס אן, און איז זייער געזינט, אולי אריין שיטן אינעם יאגערד עפעס א פרישע בערי, האבן א גרויסע פרישע סטארבאקס קאווע פריש געברוטען אויפ מיין מעכטיגע קאָריג קעי קאפ מאשין, איך וועל זאט ווערן ביז ארויפ אן קיין קעיק.

איך וועל האבן דערנאך פלאץ פאר א געהעריגע סאפער וואס מיין אשת חיל וועט מיר צוגרייטן, א פארשפייז פון לעיבער מיט צוויבל, א פרישע זיפ, קען זיין אז כ'וועל עסן די זיפ פאר די פארשפייז, קען גאר זיין אז כ'וועל איבערהיפן די פארשפייז אלע-ציזאמען, א פיין שטיקל פייש מיט א וועגעטעבל ווי ג'סטימטע מיקס בודק וועגעטעיבל, נאך אזא סעודה איז בכלל נישט מעיגלעך צי בלייבן הינגעריג.

אויב וועל איך זעין אז איך בין נאך הינגעריג, קען איך דאן נעמען קרימיג מאכן מיינע הענט, אבער וועט עס דען אויספעילן, אבער כמעט זיכער אז נישט, די פראבלעים איז ווען מען פארלירט זיך, מען איז אין שיל הינגעריג ווי א בער, ס'ליגען אלע מינע קאקאשעס מיט קעיז קיכען אויסגעלייגט, וואס די גיטע נדבנים זענען מנדב, דער הינגעריגער ווערט פארוואנדעלט אין א חיה, זיינע ענעמאליסטישע אינסטינקטען נעמען אים איבער, ער קען נישט טראכטן בכלל, ער שטעלט נישט צאם אז אינדערהיים ווארט אים אפ א טעלער אנגעפילט מיט כל טוב, זאכן וואס ער איז זעלבסט געגאנגען קויפן, אויסגעגעיבן געלט ער זאל האבן גענוי די שטיקל קעיק וואס ער גלייכט, אבער ער פארגעסט פון אלעם, ער איז שוין פארנימען א גאנץ מעריב, ארים קרויזען דעים שיל, סקענען אלע טעצער, צי מאכן זיכער ווי עס איז די בעסטע פלאץ צי זיצען, דערנאך זעיט מען זיך און א צרה, נעמליך אז איין טאץ איז דא מיט די גיטע מינע ברויני באר'ס, אבער עס איז נאר דא פיר פינך שטיק אין די גאנצע שיל, ווי קען מען נעמען דעים שאנס, עס וועט דאך זיכער נישט איבער בלייבן, קימט ער אויף מיט א פלאן, אז ביי שטילע שומענעסרע וועט ער זיך נישט שטעלן דאווענען, ער וועט ווארטן דער עולם זאל זיך שטעלן, דערנאך וועט ער נעמען פין יענע טאץ, און נישט ליידן די ביזיונת, אבער שומענעסרע קומט און עס זענען פארהאן נאך חברה וואס לאקערן אויפ די ספעציעלע קאקי'ס, ער וויל ציגיין צים טאץ ער וויל שוין כאפן, אבער נאך הענט טיען די זעלבע, ער ווערט איבער גענימען פון בושה, ער געט א לייג די האנט אויפן סידור, מירמלט ני עננו, אוי חמץ, ער שטעלט זיך דאווענען ווען ער בליקט ארויס און זעיט ווי דער אנדערער נעמט די קאקי'ס בשעת זיין צינג איז אינדערויסן מערסטן'ס צי לינקס מיט א צינישן שמייכל, ער חליש'ט שיעור.

גלייך נאך שמונה עשרה גייט מען ארויס אויף מלחמה, מען זאמעלט פון עד מקום שידו מגעת, מען לייגט ארים אלע מינע קעיקס און א קרייז, יעדע סלייס קעיק וויינט עלי יניח צדיק את ידו, אבער ער זאגט נישט געזארגט איך וועל אייך אלע מתקן זיין, אויך היות ער קען נישט דיסיידן צווישן ברוינפען, אראנדזש דזשוס אדער קאלטע קאפי, אדער טשאקלאד מילך, איז נישט קיין שום פראבלעים, ער מאכט פלאץ אינעם קרייז אויך פאר אלע מינע טרינקען, שלא לבייש שמא שאין לו, אז מען גרייט נישט אן האט מען נישט, מי שתחת בערב שבת יאכל גם בשבת, די בליט קימט אים אין קאפ ווען איינער זאגט קדיש נאך עלינו, שווארץ מזל, שוין צוויי אין זיבעציג?, ניין נאך דרייסיג סקונדע'ס שרייט א פרימער, אבער ער האקט שוין אויפ אלע זייטן, איינס נאכן סאנדערע, שוין אנגעפילט ביז ארויפ, קען זיך שוין נישט רירן, ריפט ער זיך אן, ווער האט עס מנדב געוועין, לאמיך אים זאגן לחיים, די שמש מירמלט אז ער קען נאך אנטייל נעמען, דער רוח האט אים געכאפט, ער לויפט נאך איצט, עקסערסייז איז דאך געזינט, שיעור נישט ג'הרגט דעים דייעט.
דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 2:06 pm#245034
ATUB @פליקער ATUB די תגובה איז ווערט א אשכול פאר זיך!!
דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 2:10 pm#245038
סאשי פיש האט געשריבן:@פליקער די תגובה איז ווערט א אשכול פאר זיך!!

גערעכט איך האב שוין כמה פעמים געזעין אז א ריאקציע באקומט נישט די זעלבע ווערט ווי א נייע תגובה נישט קיין חיליק ווי גיט עס איז, אויף דעים פלעיגט פאפא רב וויינען
דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 2:18 pm#245039
עס איז טאקע ווערד אן אשכול... איך קייך פון געלעכטער, ווי תמיד ביי דיינע באשרייבכצער.....

זאג מיר שוין וועלכע שול דו דאווענסט! אין מיין שול גיט מען פלעינע ספאנדזש קעיק מיט בראנפן.
דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 6:12 pm#245104
כ'לייען עס יעצט איבער, זיך צו מחזק זיין אין די שווערע צייטן
דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 6:35 pm#245109
שמעקעדיג דער עולם איז געוואויר געווארן פון מיין שיל, עס איז איצט געפאקט, נאך קיין מאל נישט געוועין אזוי פיל
דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 6:55 pm#245113
מ'הערט די בית הכבוד פאעזיע זינגן ביז ארויס אין די האללוועי.
דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 7:12 pm#245114
ב"ה איך האב זיך געהאלטן שטארק! אויסגעפאסט אויף געזונטע זאכן. א דאנק פליקער!!
דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 7:21 pm#245117
שמעקעדיג האט געשריבן:זיך צו מחזק זיין אין די שווערע צייטן

תרתי משמע..
דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 7:22 pm#245118
ב"ה איך בין שטאלץ מיט דיר ATUB @שמעקעדיג ATUB
פרייטאג יאנואר 23, 2015 3:07 pm#249769
עס איז מיר א פלא ווי אזוי די מענטשהייט פירט זיך אויף מיט איינעם וואס גייט אויף דייעט, פון איין זייט פלאצט מען פאר קנאה, הלמאי יענער קען האבן קאנטראל אויף זיך בשעת איך האק תיקון און אנדערע סעודת קטנות או גדולות, אזוי צי פארענטפערן זיין פלאצעריי מיז מען נעמען ערענסטע שריט, איינס זיך נעמען גיין אויף דייעט און צוגיין צים סאקסעספול דייעטער, אים אויספארשן וואס ער טיט, און פשוט נאך טיען, אבער דעיס וועט דאך ווייזן אויפ א געוויסע שוואכקייט, עפעס אז איך קען נישט וואס יענער, יענער איז בעסער פון מיר.

על כן נעמט מען זיך צי יענעם בכל אופן, כגון האלא קעניינע הרע שיין פארלוירן, וואס טיסטו דו גייסט אויפ די באלי דייעט, אדער עטקינס, אדער מייזעלס, ווייל איך וויל דיר נאר זאגן אלס גיטער חבר, אז קיין איינס ארבייט נישט, דו גייסט אלעס צוריק נעמען מיט רעשט און ריבות, איך ווייס נישט צו דו ווייסט, אבער איך דייעט שוין יארן און אלע מאל האב איך צוריק גענימען, און איך בין דאך בעסער ווי דיר, אז איך האב נישט געקענט, ווי אזוי האסטו בכלל א חוצפה צו פראבירן.

טשעינדש, עס איז א מיעסע דעמאקראטיש ווארט, עס איז זייער מאדנע ווי אזוי די מענטשהייט טיט זיך ציגעוואוינען צי איינעם וואס איז געטוישט, למשל ווען א בחור אדער טאטע, זיידע, וואס מאכט א דעסיזשן זיך צי זעצן לערנען, ער נעמט זיך האקן שטיקער, שאקעלט זיך אפ פון אלע זיינע שלעכטע חברים, ער ווערט א נייע מענטש, די חברים זיינע קיקן זיך צי און זעיען דעים טויש, קודם מאכט מען זיך נישט זעיענדיג, מען באמערקט פשוט נישט אז ער לערענט פלייסיג, דאווענט גאר ערליך, מען האפט שטילערהייט, אז ער גייט זיך בקרוב אפשאקלען פון די פרישע גיטע מעשים, און זיך ציריק נעמען צי די אלטע שלעכטע מעשים, עס גייט דורך עטליכע וואכן און ער לערענט נאך פלייסיגער, דאווענט נאך ערליכער, ווערט מער יראת שמים, מער אפגעהיטן, מען באמערקט אז ער מיינט עס גאר ערענסט, דאן ווערט גאר ביטער אויפן הארצן, מען הייבט אן זיכן מעטאדן ווי אזוי אים אפצישטעלן.

מען ברעינגט אים ארויפ אויפן טיש ווען אימער עס איז נאר מעיגליך, מען מאכט חוזק פון אים, מען זיכט אויפ יעדע פרישע משיגעת אפצילאכן, חחח ער האט געקויפט פיר בלויע גמרות, האהא ער לערנט זכרו דרשו דף היומי, ער האט א שיעור פארטאגס, נעבעך ווער געדעינקט נאך ווי מען האט אים נישט געקענט שטיל מאכן א גאנץ דאווענען, קיין ווארט נישט געזאגט, ביז נאך א יאר דורכגאנג נעבעך, אדער לאזט ער טאקע נאך זענען אלע ציפרידן, און מען מירמלט זיך אינטער, סי איי טאלד יא סא, אדער אויב נישט ווערט ער טאקע געטוישט, מאכט זיך נייע חברים, און שטייגט ווייטער, אבער גייט דורך שטילערהייט גאר ביטערלעך.

ווען איינער גייט אויפ א דייעט, ער איז מחליט אז דאס איז עס, ער האט זיך אנגעליינט די אלע חרבנות וואס פרעסן ברעינגט, גייט ער דורך אן א שיעור פייניגעריי אפילו פון זיינע גאר נאנטע און ליב האבער, קיינער קען עפעס נישט פארטראגן אז איינער גיבט זיך א נעם, מען וועט אויפ אלע וועיגן אים ארינטערייסן, גראד צי בעקיפין, צאפן זיין בליט מיט כל מיני צאפ געצייג, אוי וויי דו קיקסט דאך אויס שרעקלעך, איך וויל דיר נאר זאגן אז צוויי אירע זענען צו מיר צוגעקימען און געפרעיגט צו דו פילסט נישט גיט, דו זעיסט דאך אויס קראנק, געניג געוועין, די גאר נאנטע טרעפן אויך נעימען, דו ווייזט אז די משפחה האט מורא אז דו ליידסט פון אנערעקסיע, דיין דייעט גייט אינז שוין אויפ די נערווען, ווען הערסטו שוין אויפ, די שוויגער, די ווייב זאגן, זאג נאר וועים ווילסטו געפעלן, יעדער זאגט אז דו ביזט צי נערוועיז, די קינדער רעדן זיך אפ אז דו ביזט נישט דער זעלבער פרייליכער מאן.

די אלע מעשות זענען פיסטע העצעריי פון די דזשעלעס קעץ פרענדס, וואס טיען בעקיפין אנהעצען דיין ווייב, שוויגער, מאמע, מען טאר זיך נישט לאזן, מען דארף זיין גאר שטארק ביי זיך, נישט נאך לאזן קיינמאל, וויסן אז טיפ זענען זיי זייער שטאלץ מיט דיין דייעט, פרייען זיך אז זיי האבן א מאן אדער קינד וואס בעל בטעוועט אויפ זיך, נישט קיקן אויפ גארניש, נאר אזוי קען מען מצליח זיין, יעדער שטייט ליידער און ווארט, מתי וועט ער שוין דורך פאלן נאך מער ווי אויף משיח, אבער דעיס אליינס ברויך געיבן כוח ווייטער צו גיין, צייגען יעדעם'ס שלעכטיקייט יצא עניהם.

אויב זענט איר א איינער פון וועים איך רעד, דאן זייט אזוי גיט און הערט אויף אייערע שגץ שטיק, מיינסט ביזט זיס ווען די גייסט צו צי איינעם וואס מיטשעט זיך צי שיילען עטליכע פינט און דו זאגסט אים, אז דו מיטשעסט זיך פאר גארניש, ווי איז דיין הארץ, גיב אים חיזיק, זאג אים אז ער גייט עס יא מאכן, זאג אים ווי גיט ער זעיט אויס, ממש מען זעיט א בריה חדשה, מאך אים שפירן א מיליאן, אפילו דיין הארץ איז פיל מיט רשעות, דו ווילסט אים באמת זאגן אז ער גייט עס ציריק נעמען אלעס בקרוב ובניקל, מיינט נאך נישט אז דו מיזט זיין דער וואס איז אים מגלה דעים סוד, ער ווייזט דאס אויך, אבער דיין חיזיק וועט אים זיכער ארויס העלפען ער זאל קענען שטיפן נאך א טאג, נאך א וואך, נאך א פונט, נאך א סייז, זאג אים ווי שטארק דו ביזט אים מקנה, זאג אים ווי שטארק דו וואלסט וועין אויך געוואלט פארלירן, די אלע זאכן העלפן גאר שטארק צי הייבן זיין מאראל, און דיין נשמה וועט האבן אן עליה.

דער עולם ווערט דא געלאדענט מיטציטיילן זייער דייעט עקספיריענס, אזוי ווי א סופארט גרופ, איש את רעהו יעזורי ולאחיו יאמר חזק.
פרייטאג יאנואר 23, 2015 4:45 pm#249778
פליקער געווענליך בין איך מיט דיר בדעה אחת, אבער יעצט ווייסעך נישט וואס דו שרייבסט. וואו אין דער וועלט וואוינסטו? נעבן סדום אפשר? אין מיין נעיבערהוד הערט מען נישט אזעלכע זאכן, לא יעשה כן במקומינו! ווען אימער איימיצער נעמט זיך צו א דייעט באקומט ער/זי מלא חיזוק מכל הצדדים, אן קיין שום ליצנות! און אזוי דארף טאקע צו זיין.
פרייטאג יאנואר 23, 2015 5:35 pm#249786
דעיס הייסט א מענטש, לייקט אפילו ער קריגט, די תירוץ איז אלע מאל, הא לן והא להו, איך קען נאר רעדן פון מיין עקספיריענץ.

און פארן רעקארד, סדום איז גן בעדן מקדם פון ווי איך וואוין, ווילי איז פיל ערגער.
מוצ"ש יאנואר 24, 2015 11:23 pm#249852
מיין עקספירענס איז אויך גאנץ פאזעטיוו, חוץ ווען איך טרעף מיין קארני זיסע פעטערס ביי א חתונה איין מאל א יאר.
זונטאג יאנואר 25, 2015 12:22 am#249867
דעים שבת אליין האב איך געהאט מיין עקספיריענס, אויך האב איך געשמיסט מיט א חבר מיינע וואס גייט אויף דייעט, ער האט אויך דעים זעלבען עקספיריעס, ב"ה איך פריי זיך אז איר גייט נישט דורך אינזער עקספיריענץ, איך נאף אז איר פארלירט יא, מיר שמיסן פון ריל פארלירן,
זונטאג יאנואר 25, 2015 12:31 pm#249961
.
זונטאג יאנואר 25, 2015 12:36 pm#249962
פליקער האט געשריבן:דעים שבת אליין האב איך געהאט מיין עקספיריענס, אויך האב איך געשמיסט מיט א חבר מיינע וואס גייט אויף דייעט, ער האט אויך דעים זעלבען עקספיריעס, ב"ה איך פריי זיך אז איר גייט נישט דורך אינזער עקספיריענץ, איך נאף אז איר פארלירט יא, מיר שמיסן פון ריל פארלירן,

האט איינער באמערקט, אז די האנט וואס פליקט שוין יענעמס אויער מיט א רציחה די לעצטע שטיק צייט, האט זיך געפערליך אויסגעמאגערט...
זונטאג יאנואר 25, 2015 1:07 pm#249966
אחד, ניייי גילוי
מאנטאג יאנואר 26, 2015 2:42 pm#250181
שמעקעדיג האט געשריבן:פליקער געווענליך בין איך מיט דיר בדעה אחת, אבער יעצט ווייסעך נישט וואס דו שרייבסט. וואו אין דער וועלט וואוינסטו? נעבן סדום אפשר? אין מיין נעיבערהוד הערט מען נישט אזעלכע זאכן, לא יעשה כן במקומינו! ווען אימער איימיצער נעמט זיך צו א דייעט באקומט ער/זי מלא חיזוק מכל הצדדים, אן קיין שום ליצנות! און אזוי דארף טאקע צו זיין.

שמעקעדיג זעהט אויס איך וואוין נעבן פליקער נישט נעבן דיר
זונטאג מערץ 01, 2015 5:03 pm#256479
ברכת הגומל
איך שטיי און שטוין, דעי שבת איז ציגעקומען א נייע קאטעגאריע צים דבר יום ביומו, עס איז אלס שוין געוועין, קידוש, באווארפן, שבת שבע ברכות, זכרים, אבער עס איז נאך דא נאך זאכן וואס מען קען קאטעקאריזירן, ברכת הגומל.

איינער א אינגער מאן שאינו רוצה בגולם שמו, האט אויסגעריפן אז ער שאלט פאר פרייד, ער האט געהאט א הארץ אטאקע ביי די זעקסין דרייסיג, ער איז פריילעך אז עס איז אים באשערט געוועין איבער צו לעיבן, בריך רחמנא דייהבך לן ולא יהבך לעפרא, ער איז פריילעך, וואס טוט מען ווען מען איז פריילעך ביי אונז, מען ווארפט א בַּעל, ער גיבט א גרויסן קידוש, ער גיבט דארט איבער אלע דיטאלן, ער וויל נישט אז ער זאל זיין א סטאטיסטיק, ער וויל יעדן פארציילן אז מען ברויך זיך היטן, מען קען נישט נעמען ס'לעבן גרינג, פרעיג איך אים זאג נאר ביזטו אימשילדיג, האסטו געוויסט אז מען טאר נישט האבן קאלעסטעראל, זאגט ער יא, אבער ער האט נישט געוויסט אז עס איז אזוי געפערליך.

אלזא וואס איז געוועין ביי די קידוש קלערט איר, סעלערי, טאמעיטא, מייערן מיט דיפ'ס, אדער קיגל, קעיק, קישקע, יא איר האט צוגעטראפן, די אלע זאכן וואס האט אים שיעור נישט ארלעידיגט, דאס האט ער געטיילט פארן גאנצן ציבור לכבוד זיין שמחה, ווי קען מען דאס אזוי צילאזן, איז ער נארמאל, ער וויל דאך נישט זיין דער נער וואס פאקט איין, ער וויל דאך לערנען פארן עולם את המעשה אשר לא יעשו.

בכלל איז דאס א עוולה, ביי יעדע געלעיגענהייט, שטאפט מען דעים עולם ווי גענדז, מיר זענען נישט קיין גענדז, מיר זענען דאך היאמען ביאינג'ס, אינזערע סיסטעימען ווערן פאר'הרג'ט פון פרעסעריי, פליז אים גאט'ס ווילן, הערט אויף צי פארשטאפן אינזערע אדערן, אינעם נאמען פון א קידוש אדער שמחה.
זונטאג מערץ 01, 2015 10:15 pm#256565
כ' האב אמאל געהאט א פארקער מיט א בארימטע נוטרישיאניסט, כ' וועל איבערגעבן אביסל אינטערעסאנטע נאטיצן אולי וועט עס דער עולם קענען פושט זיין.
כידוע דארף מען פאר זיי אפשרייבן וואס מ' האט געגעסן און זיי געבן זייער עדווייס דערויף.
טשיקן זופ איז דער מלאך המוות אליין, קארבאהייעדרעיטס וואס מען קען נישט פטור ווערן (הגם איך האב דאס גיהערט פון היימישע און נישט היימישע און גוים צוגלייך פארשטיי איך נישט וויזוי דאס ארבייט) ניטאמאל איינמאל א וואך.
לעבער איז פון די קישקע פון די בהמה (אדער עוף) איז איינמאל א וואך די והותר היות ער איז די מאסף לכל המחנות פון אלערליי גארביטש.
קוקיס מאן דכר שמיה, אז דו ביזט הונגעריג אינמיטן טאג נעם א האלבע טונא בעגל (כאילו די חברה פארקויפן האלבע, און פלוצלינג ווערט דער גיאסערטער בייגל מותר)
ווען כ' האב געגעסן טשולענט מיט קושקע האב איר ממש געמאכט א שמחת יום טוב כ' האב שוין אמאל גיהערט פון טשולענט זאגט זי מיר, עס איז געמאכט פון בונדלעך דאס איז דאך אזא געווינטשענע פראטיען, און קישקע וואס איז דאס א מעיליגע אינגעקנעטאכטס שאט נישט אביסל קארבס מיט אזא רייכע פראטיען סעודה.
זונטאג מערץ 01, 2015 10:17 pm#256566
טרעסאנט מייזליש זאגט זוי ווי דיר אבער ממש פונקט פארקערט...
זונטאג מערץ 01, 2015 10:27 pm#256568
הגם כ' האב נישט געהאלטן אז זי איז גירעכט, זי איך נישט וואו פונקטליך עס איז זיך סותר מיט מייזליש.
מייזליש מיינעך גייט מיט עטקין בעסיקלי מיט קליינע שינוים, דאס הייסט ווייניג סטארטש און אסאך פראטיען.
לגבי בונדלעך איז א גרויסע מחלוקת הפוסקים צו עס איז פראטיען אדער סטארטש, זה אומר בכה וזה אומר בכה. אבער צו נעמען אזא פיינעם טעלער טשולענט און זאגן אז געזונטערס פון דעם איז נישטא איז אביסל איבערגעטריבן