Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » דער פאפא בריוו אין בלאט

דער פאפא בריוו אין בלאט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
73 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 98 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #993
זונטאג יולי 08, 2012 11:50 pm#22573
ווי עס קוקט מיר אויס זענען די ראשים פון ביידע צייטונגען נישט קיין ממזרים. ברידער פון זעלבן טאטע און מאמע. פאר ביליגע פאליטיק זענען זיי גרייט צו טוהן כל מה שעולה על רוחם, זיך צו באנוצן מיט יענעמס דרוק-סארט, און פיטערן דעם ברייטן ציבור מיט שוא ושקר.

ווען עס קומט צו נצחון, גילט ביי ביידע צייטונגען דעם ווערטל, ער ווערט רויט ווען ער זאגט אמת.
זונטאג יולי 08, 2012 11:55 pm#22574
gehlungen האט געשריבן:
I really don't understand you (my caveirim in the shtibble) are we all playing dumb. Don't you see who is the author pf both articles in Der Yid!!? :דיסלייק: :דיסלייק: :דיסלייק:

גלייב מיר בנאמנות, איך האב נאך די בריוון ניטאמאל געליינט, איך האב עס ארויפגעלייגט לטובת הציבור פאר די וואס דארפן עס, אז דו קוקסט צוריק א פעידזש וועסטו זעהן אז טאקע איך האב לעצטע וואך אויך ארויפגעלייגט די בלאט'ס חרה, וואס אגב כאב נאך אויך נישט געליינט און איך פלאן זיי קיין איינס נישט צו ליינען, איי פארוואס לייג איך עס ארויף? נא, וואס טוט מען נישט פאר אביסל לייק'ס ;) ? אבער צו באקומען דיסלייקס בינעך אינגאנצן נישט גערישט געווען.
זונטאג יולי 08, 2012 11:56 pm#22575
אויב האבן ביידע צייטונגען עס גענוצט פאלש, קענסטע נאך אלץ נישט פארגלייכן ביידע. -- ווער איז געווען דער ערשטער עס צו טון? אויב דער בלאט האט עס דער ערטשטער געטון האט שוין דער איד מעגליך געהאט בעקינג (פון הויכע פענסטער איו פאפא) און לעגיטימיסי אריינצילייגן זייער בריוו פון פאפא.
מאנטאג יולי 09, 2012 10:48 am#22626
קלאר האט געשריבן: זיי באשמיצין קרית יואל בית השחיטה (אין צייט וואס פאפא נעמט זייער פלייש נאר פין דארט) מיט די צומות הגידין, אין צייט וואס קרית יואל איז די איינצגיסטע בית השחיטה וואס איז בודק שוין יארען לאנג

וואס טאקע פשט? זענען אין פאפא פארהאנען רעבעלן?
מאנטאג יולי 09, 2012 10:58 am#22629
זר זהב האט געשריבן:אויב האבן ביידע צייטונגען עס גענוצט פאלש, קענסטע נאך אלץ נישט פארגלייכן ביידע. -- ווער איז געווען דער ערשטער עס צו טון? אויב דער בלאט האט עס דער ערטשטער געטון האט שוין דער איד מעגליך געהאט בעקינג (פון הויכע פענסטער איו פאפא) און לעגיטימיסי אריינצילייגן זייער בריוו פון פאפא.

האסט פשוט פארגעסן צוצולייגן אז דו קוקסט דאס אן פון א נוטראלן בליק.
מאנטאג יולי 09, 2012 1:01 pm#22674
קאווע טרינקער האט געשריבן:
קלאר האט געשריבן: זיי באשמיצין קרית יואל בית השחיטה (אין צייט וואס פאפא נעמט זייער פלייש נאר פין דארט) מיט די צומות הגידין, אין צייט וואס קרית יואל איז די איינצגיסטע בית השחיטה וואס איז בודק שוין יארען לאנג

וואס טאקע פשט? זענען אין פאפא פארהאנען רעבעלן?

אלא מאי זאג דו אליינס...?! מסתמא האט עס טאקע פאפא אליין געשריבן און דער איד האט געטוהן א טובה פאר פאפא און עס אנגענומען פאר א געפעפערטע פרייז... ;)
מאנטאג יולי 09, 2012 2:49 pm#22701
זר זהב האט געשריבן:אויב האבן ביידע צייטונגען עס גענוצט פאלש, קענסטע נאך אלץ נישט פארגלייכן ביידע. -- ווער איז געווען דער ערשטער עס צו טון? אויב דער בלאט האט עס דער ערטשטער געטון האט שוין דער איד מעגליך געהאט בעקינג (פון הויכע פענסטער איו פאפא) און לעגיטימיסי אריינצילייגן זייער בריוו פון פאפא.

שוין ווייטער וער איז געווען דער ערשטער, טו ראנגס דאזען מעיק וואן רייט

אדער בעסער געזאגט, א געשאסענע קויל שיסט מען נישט צוריק

א געוויסער ראש ישיבה האט אמאל געזאגט, דער בלאט איז פיל מיט טפשות און דער איד איז פיל מיט רשעות

יעצט ווילסטו איבערשטייגן חוץ רשעות זאל עס האבן אויך טפשות?
מאנטאג יולי 09, 2012 3:16 pm#22707
דער ראש ישיבה איז א דאדא!
מאנטאג יולי 09, 2012 3:18 pm#22709
שמיטה האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:
קלאר האט געשריבן: זיי באשמיצין קרית יואל בית השחיטה (אין צייט וואס פאפא נעמט זייער פלייש נאר פין דארט) מיט די צומות הגידין, אין צייט וואס קרית יואל איז די איינצגיסטע בית השחיטה וואס איז בודק שוין יארען לאנג

וואס טאקע פשט? זענען אין פאפא פארהאנען רעבעלן?

אלא מאי זאג דו אליינס...?! מסתמא האט עס טאקע פאפא אליין געשריבן און דער איד האט געטוהן א טובה פאר פאפא און עס אנגענומען פאר א געפעפערטע פרייז... ;)

Let me tell you something 2 things are for sure #i satmar & pupa are not best of friends #2 these letters in the YID was written by MENZER bacause if you read them in depth yachad kilom hoidee that they just don't make any sense :דיסלייק:
מאנטאג יולי 09, 2012 4:42 pm#22736

ער בארימט זיך מיט אדער מען בארימט אים מיט זאכען
וואס ער האט קיינמאל נישט געטוהן
ער קען דאך פאר די געלט שרייבן אז ער האט ציגעשטעלט פאר וויליאמסבורג,
דעם בארימטן וויליאמסבורג בריזש וואס ערמעגליכט פאר טויזענטער אידן אנצוקמען גרינג אין שנעל צו די ארבעט....
מאנטאג יולי 09, 2012 6:17 pm#22777
זר זהב האט געשריבן:אויב האבן ביידע צייטונגען עס גענוצט פאלש, קענסטע נאך אלץ נישט פארגלייכן ביידע. -- ווער איז געווען דער ערשטער עס צו טון? אויב דער בלאט האט עס דער ערטשטער געטון האט שוין דער איד מעגליך געהאט בעקינג (פון הויכע פענסטער איו פאפא) און לעגיטימיסי אריינצילייגן זייער בריוו פון פאפא.

דער ערשטער האט עס געטיען דער איד פאר די וואלן זיך באנציט מיט פאפא אן אינדערסמענט וואס איז געווען ריין שקר
דינסטאג יולי 10, 2012 4:58 pm#23068
בין איך דער איינציגסטער וואס האלט אז דער עולם איז מיססינג די פוינט? כידוע איז פאפא אלע יארען געווען א נאכשלעפער פון סאטמער איך גלייב זיי רייבן זיך אין בויך אז זיי האבן דערלעבט אז ביידע סאטמורים (ליין: ביידע צייטונג רעדאקטארן) קריגען זיך איבער וואס פאפא האלט.
דינסטאג יולי 10, 2012 5:15 pm#23082
איך אויך האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס האלט אז דער עולם איז מיססינג די פוינט? כידוע איז פאפא אלע יארען געווען א נאכשלעפער פון סאטמער איך גלייב זיי רייבן זיך אין בויך אז זיי האבן דערלעבט אז ביידע סאטמורים (ליין: ביידע צייטונג רעדאקטארן) קריגען זיך איבער וואס פאפא האלט.

ראנג פוינט, קיינעם פון סאטמער אינטערסירט נישט וואס פאפא האלט, מען ניצט פאפא אלץ א טול מיט וואס זיך ארום צו שלאגען,
סקלעון קען מען נישט ניצען, וויען אויך נישט און קיין שום אנדערע קהלה קען מען נישט ניצען, פאפא קהלה קען מען יא,

ווייזט עס אז זיי האבן עפעס דערגרייכט? איך ווייס נישט, איך מיין אז נישט,
מיטוואך יולי 11, 2012 11:30 am#23328
פאפא ראשי קהילה לייקענען 'אלעס' אין פרישע מעלדונג
אין גרויסן פאפא בית המדרש האט מען פאריגע וואך פרייטוג אויפגעהאנגען א פרישע צעטיל
מיט די אריגינעלע לעטערהעד פין די פאפא ראשי קהילה, אינטערגעשריבן בחתימת ידם (נשיט קיין געפרינטע חתימה, ווי די ערשטע מודעה)
ווי זיי שרייבן אז זיי האבען נישט קיין יד אין קיין שום אנאנס וואס איז אריין אין ביידע צייטונגען די לעצטע פאר וואכען
נישט די אינדארסמענט פאר דילאן אין איד, נישט די עד פין תלמידי וחסידי פאפא אין בלאט, אין די קאנטער עדס פין תלמידי וחסידי פאפא אדער מרכז מוסדות פאפא אין איד
(אגב, די עדס בשם תלמידי וחסידי פאפא האט קיינער נישט געמיינט אז עס קומט פין זיי)
אין זיי בעטן עס זאל זיך אויפהערן.

די נוסח המודעה איז בערך ווי פאלגענד

-----------------
עש''ק בלק תשע''ב
היות שלאחרונה נספרסמה מודעות בשם קהלתינו ומוסדותינו ובשם תלמידי וחסידי פאפא וכדו', הננו בזה להודיע שאין לנו שום חלק בזה, והתקשרנו לאנשים העומדים בראש העיתונים שפירסמו המודעות למחות ע''ז ולבקשם שלא יוסיפו לעשות בדבר הזה עוד.

יחיאל אבערלענדער בשם הנהלת הקהלה
דוד אבערלענדער בשם הנהלת המוסדות
-------------

וישכר פי דוברי שקר!
דאנערשטאג יולי 12, 2012 7:41 pm#23891
האט די זינלאזע מערכה גענומען א סוף?
האבן די היינטיגע צייטונגען פרישע בריווען בשם פאפא?
דאנערשטאג יולי 12, 2012 11:27 pm#23923
די צוויי צייטונגען באקימען א אויסקיק ווי להבדיל די ניו יארק פאוסט און דעלי נויס, פאר יארען פלעגן זיך די צוויי ארומאמפערען אפן איינער קעגן צווייטען,

די שאלה איז דארף ujo צירוק ענטפערן? גייען זיי פארלירען וואטס אויב נישט? האבן די זאכען א השפעה?
דינסטאג יולי 17, 2012 1:30 pm#25082
[
דינסטאג יולי 17, 2012 2:15 pm#25097
אז מען קיקט מיט א טיפערען בליק קען מען זען אז די גאנצע בריוו סומאכטע קען האבען קאנסעווענצען אויף שפעטער,

די דער איד פלעגט זיך אייביג רעכענענן אויף די עטליכע 100 שטימען וואס פאפא שטעלט צו,
ביי די קימענדיגע וואלען וועט שוין זיין אנדערש, ווי נאר די דער איד וועט אנהייבען מיט פאפא וועט זיי דער בלאט נאכטיען, און עס וועט נאכאמאל ווערען פאפא VS פאפא,
אזוי אז אדער וועט פאפא מיזען נעמען א עפענטליכע שטלונג קעגן איין צד, אדער וועט זיי קיינער נישט קענענן ניצען,
דינסטאג יולי 17, 2012 2:35 pm#25110
נעכטן ביי די מסיבת הכרת הטוב פון פרוי וואלאזקאז וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון ראוז קעסטל אין וויליאמסבורג האט זיך באטייליגט הרה"ח ר' יוסף וועבער הי"ו מראשי הקהלה והמוסדות ד'פאפא וקאומיוניטי באורד איינס מעמבער. אויך איז ר' יוסל (אפשר דארף מען שוין היינט זאגן"געווען"....) א יו דזשעי או באורד מעמבער
מיטוואך יולי 18, 2012 3:59 pm#25760
וועלעסקעז האט ארויסגעדינגען ראיז קעסעל? וויפיל האט זי געצאלט?
דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:59 am#26022
אז מען רעדט שוין פון די נארישע וועג ווי אזוי די צייטונגען פירן זיך אויף ווען עס קומט צו פוליטיק איז אינטרסאנט אנצומערקן א שטיקל גאסט עדעדאריעל די וואך אין דער איד. שרייבט ער דארט אזוי (בערך):

ס׳איז אינטרסאנט אנצומערקן אז שמיר (פרעימיר יצחק שמיר וואס איז נארוואס נפטר געווארן) איז אין די לעצטע יארן זיינע געווען פארקאלעכט אין נוירסינג האום, אזוי איך איז יצחק רבין אפגעשאסן געווארן, אריק שרון איז אין קאמע פאר אסך יארן, אולמערט האט רעזיגנירט מיט בושות וכו׳...

טראכט איך צו מיר, א רגע, דער וואס שרייבט דאס קוקט אויס ווי ער פארשטייט חשבונו של עולם, איז אפשר זאגט ער מיר הלמאי דער ברך משה איז אין זיינע לעצטערע יארן ליידער געווען פארקאלעכט, דער עלטערער זון זיינער האט אים גערופן אין גוישען געריכט. אויך פארוואס יחזקאלע שמש איז קאלמוטיג געשאסן געווארן...
דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:07 am#26025
יענער שרייבער וויל ציען א פאראלעל וויאזוי די פירערס פון מד"י ענדיגן אפ... ער האט נישט געמיינט צו רעדן פון הימלישע זאכן.
דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:19 pm#26157
אלדד האט געשריבן:דער עלטערער זון זיינער האט אים גערופן אין גוישען געריכט.

א שרעק....

איך מיין אז דער זון האט אים למעשה געהארגעט