בנוגע ביזנעס באנק אקאונטס אין וויליאמסבורג, וואלט איך היינט צוטאגס רעקאמענדירט עפל באנק, נאכדעם וואס זיי האבן אנגעהויבן צו געבן ביזנעס אקאונטס פאר אומזינסט. די ביזנעס אקאונטס וואס זענען געווען אפען פארדעם קאסט יא געלט, די עצה איז צו עפענען א פרישע. זיי האבן אויך געטוישט לעצטנס זייער אונליין אויסקוק, און עס איז גאר געשמאק. איך האב פארדעם געהאט אין HSBC אבער איך בין שטארק נישט צופרידן געווען פון די סערוויס. מ.ק.
לזכות את הרבים וויל איך מיטיילן מיט די ליינער וויאזוי איך האב זיך היפש מסדר געווען נאך אן אומקאטנראלירטע באדזשעט, ווען איך האב נישט געהאט קיין אהנונג ווי מיין געלט גייט, און עס האט שוין געהאלטן ביי…, ווען אין א שיינעם טאג האט מיר א געטרייע חבר געזאגט דעם פשוט’ן טיפ וואס האט מיר געטוישט מיין לעבן סטיל. איינע פון די סערוויסעס פון “גוגל דאקס” איז אז מען קען מאכן א “פאָרם” וואס מען קען אויספילן און ענטפערן פראגעס, דער לינק צו דעם פארום קען מען דערנאך ארומשיקן צו אנדערע, און די תשובות וואס מען פילט אריין דארט קומען אויטאמאטיש אריין אלץ אן “עקסעל שיעט” צו אייער “גוגל דאקס” אקאונט. האב איך געמאכט א פאָרם וואס קוקט אויס אזוי:
און יעדעס מאל איך געב אויס געלט, אדער איך באקום געלט, גיי איך אריין צו דעם לינק (דורכ’ן טעלעפאן אדער קאמפיוטער), און אין 15 סעקונדען איז אריינגעלייגט די גאנצע אינפארמאציע. (די דאטום לייגט זיך אויטאמאטיש אריין אינעם עקסעל שיעט) איך שיק אייך דא א פרינט סקרין פון די רעזולטאטן:
עס איז מיר שווער אין די ראמען פון א בריוו צו געבן פונקטליכע אינסטראקציעס וויאזוי מען מאכט עס ווען עס איז באמת זייער פשוט. הייבט אן ביי Creat new Form, און פון דארט וועט איר שוין אליינס זען.
י. גראס
ווען מען פארט לאנג דיסטענס מאכט זיך צומאל ווען מען ספיד גאר הויעך אז די קאר הייבט זיך אן צו שאקלן גאר שטארק, די סיבה איז ווייל די רעדלעך זענען נישט “געלעוועלט”, יעדע טייער שאפ קען דאס פיקסן פאר א מינימאלע פרייז. וואס מאנכע ווייסן נישט אז ווינטער נאכן זיין לאנג געפארקט און אריינגעגראבן אין אייז, בלייבט אנגעשטעקט שטיקער אייז אויף די אינעווייניגסטע זייט פונעם רעדל וואס מען קען נישט זען, און דאן פאסירט דאס זעלביגע ווען מען ספידט גאר הויעך. – על כל פנים מען זאל זיך נישט דערשרעקן. אבער א וויכטיגע כלל איז צו געדענקן, בפרט אום ווינטער: רוב עקסידענטן פאסירן דורך אנדערע קארן, נישט דורך דיר! - ס’הייסט אז דיין גאנצע לעבן איז אנגעהאנגן אין דעם גוי’שן דרייווער אין פארנט – אדער אין בעק פון דיר! פאס אויף פארזיכטיגע “זייערע” באשלוסן! מ. ש. ג. – קרית יואל
די שאלה פון פאריגע וואך בנוגע ארבעטן פער שעה איז מיר שטארק צוניץ געקומען, יישר כח! איך טוה אין גרעפיקס און איך פארלאנג באצאלט פון קאסטומערס פער שעה, עס איז נישט אזוי לייכט צו טיימען די זאכן, ווען נישט אלעס גייט לויטן “סקעדזשול”, און איין קאסטומער ווערט סערווירט אינמיטן א צווייטער וכו’. וואלט איך געוואלט פרעגן צו איינער ווייסט פון א גוטע און גרינגע פראגרעם צו “טיימען” קאסטומערס. איך האב שוין אויספראבירט אפאר, אבער עס איז נישט פראקטיש געווען (איך נוץ מעקינטאש). י.כ. – ברוקלין