פאר אסאך דרייווער וואלט ווען געקענט צוניץ קומען טיפס פאר די ווינטערדיגע טעג ווען שניי און גליטש קען צומאל צוברענגען צו סכנת נפשות ממש. איך וועל שרייבן וויאזוי מען געט זיך אן עצה מיט גליטשן אויפן ראוד, דער וואס האט שוין מיטגעמאכט אזא סיטואציע ווייסט אז אזא מיטלעבעניש איז גאר שווער, מען קען צומאל דרייוון נעבן מענטשן און אנדערע אויטאס ווען מען פארלירט גענצליך קאנטראל אויפן קאר, עס גליטשט און דרייט זיך אין ארביט אן קיין אפהאלט. ה”י. ווען א קאר גליטשט וועט עפ”י דרך הטבע סיי די סטירינג וויהל (דרייווער) און סיי די ברעיקס נישט העלפן אויף גארנישט, די גליטש לאזט נישט די קאר אנגיין מיט אירע פונקציעס. חוץ ביי קארן וואס זענען אויסגעשטאט מיט “אנטי לאַק” ברעיקס, וואס דאס באדייט אז די קאר קלוגט איבער דעם סיטואציע, און די ברעיקס לאזן זיך נישט אפשפארן און עס ארבעט געהעריג. אויב שפירט איר אז איר זענט נישט אין א באלדיגע סכנה און עס איז נאך דא צייט, שיפט אריבער צו N ניוטראל. וואס וועט צום ערשט אפהאקן די דרייווען קראפט. ווען איר זעט אז עס איז א באלדיגע סכנה, “פאמפט” די ברעיק, דרוקט די ברעיק מיט קראפט נאכאמאל און נאכאמאל, ווייל די געווענליכע מעטאד פון איינמאל ברעיקען געהעריג וועט נישט ארבעטן. י.מ. – א דרייווער
איך האב שטארק הנאה פון דעם אויסשטעל און די אינהאלט, אבער איר באגייט א שטיקל דיסקרימינאציע קעגן “מעק קאמפיוטער” באנוצער שרייבנדיג וועגן ווינדאוס, און נישט וועגן מעק. איך גלויב אז אסאך פון צווישן אייער סובקרייבער באנוצען זיך מיט עפל. החותם: משה פריינד ענטפער: מיר האפן צו דעקן אינעם צוקונפט פארשידענע למעשה’דיגע אספעקטן פון קאמפיוטער פעלד, מיר האבן אויסגעקליבן אנצוהויבן מיט די חידושים פון ווינדאוס 7 צוליב וואס עס שטייט אויפן סדר היום ביי פילע ביזנעסער וועלכע זענען נאך ניי צו ווינדאוס 7 אדער ווילן אפגרעידן. ועוד חזון למועד.
…אין איין ווארט: הערליך! איך וויל פרעגן די חשובע ליינער וועלכע באנק אקאונט עס לוינט צו נוצן פאר א small busieness אין וויליאמסבורג, עס זענען דא פארשידענע ערליי בענק ארום אונז, טייל זענען בחינם, אנדערע שטעלן פאר בעסערע אפציעס. ביטע שרייבט אייער עקפיריענס מיט אייער יעצטיגע באנק. לטוב או לרעה. (-)
גוגל האט אונז די וואך “מזכה” געווען אין דזשימעיל מיט א פרישע אפציע וואס רופט זיך גוגל “באזז”. עס ווערט אומגעבעטן אריינגעלייגט אין יעדע דזשימעיל אקאונט אין א פראמינענטן ארט נעבן די אינבאקס. מען קען עס זייער גרינג גענצליך פארלעשן און אראפנעמען פון דארט, דורכן דרוקן גאנץ אונטן פונעם בלאט:
מ. בראך, בארא פארק