ווי אזוי צו זאגן ניין

3 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: ויצא , תשע"א · בעל-בית נומער: 25 · דאטום: 2010-11
http://www.balboos.com/content/2010/11/ווי-אזוי-צו-זאגן-ניין/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
ווי אזוי צו זאגן ניין

“איך בין דאך א גאר גיטע קליענט וואס באדערט אייך עס צו געבן פאר מיר פאר האלב די פרייז?”
“איך דארף נאך היינט די סחורה אויב נישט באקומט איר נישט דעם ארדער”.
“וואלטן מיר געקענט פארלענגערן אונזער קאנטראקט מיט אייך פאר נאך זעקס חדשים אן העכערן די פרייז?”
…דאס זענען אפטמאל ווערטער וואס מען הערט פון קונים און מען שפירט אז עס איז שווער זיך צו אפזאגען.
עס זענען דא צייטן וואס זאגן ניין איז גרינג, אבער א שמועס וואס איך האב לעצטנס געהאט מיט א קליענט האט מיר דערמאנט אז אפטמאל איז עס שווער פאר אונז צו טרעפן די ריכטיגע ווערטער. און אן די ריכטיגע ווערטער, זאגן מיר צומאל יא ווען מיר מיינען דאס נישט, וואס דאס ברענגט צו עגמת נפש און שלעכטע געפיל אין ביזנעס און עס שטערט צו סערווירען די גוטע קונים.
עס זענען דא פילע וועגן צו זאגן ניין אפענערהייט, געוואנדן אין די מצבים און וועלכע סארט ניין מען וויל געבן. פאלגנד זענען עטליכע וועגן וויאזוי איינפאך צו זאגן ניין, אבער אויף א אופן אז דער קאסטומער זאל דאס אננעמען באקוועמערהייט:
ווען ניין מיינט- ניין!
▪     איך קען נישט אננעמען דעם פראיעקט אין דעם צייט
▪     איך נעם נישט יעצט אן נייע קליענטן
▪     איך שפיר נישט באקוועם צו טוהן וואס איר פארלאנגט
▪     איך בין נישט וויליג צו טוהן וואס איר פארלאנגט
▪     איך בין נישט דער ריכטיגער מענטש פאר די ארבעט
▪     איך האב אנדערע אחריות’ן וואס האלטן מיר צוריק פון דאס טוהן
▪     איך האב נישט הנאה פון די סארט ארבעט
▪     איך וויל פארברענגען מער צייט מיטן טוהן (       )
ווען ניין מיינט: איך קען נישט טוהן א’, אבער איך קען טוהן ב’ אנשטאט דעם.
▪     איך שפיר נישט באקוועם צו טוהן א’, אבער איך בין גרייט צו טוהן ב’ אונטער אנדערע אומשטענדן
▪     איך וואלט ענדערש געארבעט אויף ב’
▪     איך וואלט עס ענדערש געטוהן די וועג ווי די וועג וואס איר פארלאנגט
▪     דאס איז צו ווייניג געלט פאר די סארט ארבעט, אפשר ב’?
ווען ניין מיינט: איך קען עס נישט טוהן יעצט, אבער אפשר שפעטער?
▪     איך נעם נישט אן קיין נייע קליענטן ביז אדר
▪     איך ארבעט נישט פרייטאג
▪     איך מוז פארלאזן די ארבעט 5:00
און, איר האט אלעמאל דעם ברירה פון זאגן דעם אלס-ניצבארער, פשוטער “ניין.” אן הקדמות, אן תירוצים, אן חרטה. ניין.

November 8, 2010 at 2:17 PM#2
ווי אזוי צו זאגן ניין

עס דערמענט מיך בערל וועבער’ס ניגון “ניין… מער נישט קיין געוויין…”…

November 8, 2010 at 4:13 PM#3
ווי אזוי צו זאגן ניין

very good- or 1 more way is. to do it . but not on the moment just tell him when you will get to it .. and hje will see it takes much more time