א בליק אויף Nudgemail

6 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: טעכנאלאגיע · דורך: יוחנן שיף · וואך: ויצא , תשע"א · בעל-בית נומער: 25 · דאטום: 2010-11
http://www.balboos.com/content/2010/11/א-בליק-אויף-nudgemail/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
א בליק אויף Nudgemail

עס מאכט זיך אפט אז מען באקומט א אימעיל איבער א געוויסע זאך, אבער עס איז נאך צו פרי צו טון למעשה, אדער מען האט נישט קיין צייט אויף די מינוט. אבער אז מען לייגט אפ, פארגעסט מען. מען וואלט זייער געוואלט באקומען די זעלבע אימעיל אביסל שפעטער, פשוט אלץ דערמאנונג.
באקענט אייך מיט  ,Nudge Mail א נייע סערוויס וואס וועט אייך שיקן די אימעיל נאכאמאל, ווען איר ווילט נאר.
שרעקט אייך נישט, מען דארף נישט אינסטולירן קיין נייע סאפטוועיר, ניטאמאל עפענען א אקאונט, ווי אזוי דען ארבעט עס? פשוט! מען פארווערד דעם באטרעפנדן אימעיל צו tomorrow@nudgemail.com כדי צו באקומען די אימעיל צומארגענס, 0345PM@nudgemail.com כדי צו באקומען 3:45 נאכמיטאג (נישט ניצן די “:” צווישן די נומערן, די סימבאל קען נישט זיין אין א אימעיל אדרעס), dec28 אדער 10minutes וועט אויך ארבעטן. עס איז גרינג צו געדענקען, מען דארף זיך נישט איינחזר’ן קיין ספעציעלע קאודס, אלעס ארבעט אין איינפאכע ענגליש.
צו באקומען א ליסטע פון אלע “קאמענדס” שיקט א אימעיל צו commands@NudgeMail.com.
ווען מען באקומט א דערמאנונג קען מען ריפלייען snooze  כדי צו באקומען א דערמאנונג אין א שעה, מען קען טוישן די דיפאולט צייט פון די snooze דורך שיקן צו snoozetime@NudgeMail.com מיט די באגערטע צייט אין די subject. און עס וועט אלץ געדענקען די צייט פאר די ספעציפישע אימעיל אדרעס.
אויך קען מען עס ניצן אלץ reminder צו באקומען א דערמאנונג אויף סיי וואס, שיקט א אימעיל צו nudge@nudgemail.com און אין די subject לייגט אריין סיי וועלכע צייט, צב”ש 2hours, אין די אימעיל גופא שרייבט סיי וואס איר ווילט, א מעסעדזש אדער דערמאנונג און איר וועט דאס באקומען אין די באשטימטע צייט.
א גרויסע מעלה פון די סערוויס איז, אז מען דארף בכלל נישט קיין האבן קיין אינטערנעט עקסעס, עס קען ארבעטן בלויז דורך אימעיל, דאס איז גוטע נייעס פאר די וואס האבן נישט קיין אינטערנעט אויפן קאמפיוטער אדער סעלפאן.
מען באקומט מער אינפארמאציע ווען מען ניצט עס די ערשטע מאל.
עס איז נאך אין בעטא, און גענצליך בחנם דערווייל, זיי פארשפרעכן אז זיי וועלן אלץ צושטעלן א אומזיסטיגע ווערסיע, ממילא דארפט איר נישט מורא האבן צו ווערן צוגעוואוינט דערצו.

November 8, 2010 at 5:28 PM#2
א בליק אויף Nudgemail

שכוח יוחנן
איך האב עס שוין פרובירט, עס ארבעט א מחיה, ממש אזא זאך זיך איך שוין יארן.

November 9, 2010 at 12:03 AM#3
א בליק אויף Nudgemail

גערעכט עס איז פיינע נייעס! יי”כ מר. שיפף

November 9, 2010 at 1:55 PM#5
א בליק אויף Nudgemail

שכוח ר’ יואל פאר די לינק
איך האב מיר אביסל ארומגעשפילט דערמיט, דאס איז מיין אנאליז.
עס איז ווייט נישט אזוי פארגעשריטן ווי נודזשמעיל,
1) מען דארף ארויפגיין אויף די וועבסייט, מען קען עס נישט טון דורך שיקן א אינמעיל אדער טעקסט
2) זיי זאגן אז זיי שיקן עס נאר ארויס צוויי מאל א שעה, סא מען קען נישט באשטעלן א פונקטליכע צייט.

עס האט אבער יא 2 מעלות אקעגן נודזשמעיל
1) ארבעט מיט טעקסט
2) ארבעט מיט טוויטער

November 9, 2010 at 9:09 PM#6
א בליק אויף Nudgemail

זייער א פיינע סערוויס, איך ניץ עס שוין אין גרויסן.
הלוואי ווען עס ארבעט ווען מיט טעקסט מעסעדזשעס, קען מען עס ווען ניצן ווי א געהעריגע רימיינדער.