10 וועגן פטור צו ווערן פון נודניקעס אין די ארבעט

5 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: פון מיין אפיס פענסטער'ל · דורך: מתתי' גראס · וואך: ויצא , תשע"א · בעל-בית נומער: 25 · דאטום: 2010-11
http://www.balboos.com/content/2010/11/10-וועגן-פטור-צו-ווערן-פון-נודניקעס-אין-ד/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
10 וועגן פטור צו ווערן פון נודניקעס אין די ארבעט

ברשות דעם חשובן קאלעגע ר’ יואל קליין וועל איך אריינטרעטן טיילווייז אין זיין טעריטאריע פון הלכות מארקעטינג און ביזנעס, וויאזוי זיך א עצה צו געבן מיט נודניקעס, מיט קונדן וועלכע קומען נישט מיטן ציל צו קויפן, נאר צו אויסגעבן זייער טאלאנטן אויף אייער בארד.
בעצם, לשיטתי, איז נישטא קיין כלליות’דיגע עצה דערצו, און די אלע וועגן וואס איך וועל אויסרעכענען אין די קומענדיגע שורות זענען נישט אויסגעהאלטן בהלכות ביזנעס, ווייל דאס פארטרייבט יעדעם איינעם, א פירמע דארף טראגן א פאזיטיוויע בליק פאר מענטשן, און באהאנדלן יעדער נונדיק לויט זיין שטייגער.
נחשוב וניזיל פארשידענע וועגן וואס בעיני ראיתי ביי היימישע ביזנעסער.
1) א גרויסן צעטל האב איך געזען אויפן טיר פון א אפיס וועלכע ליינט זיך מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות , please disturb (אין אידיש: ביטע שטערט!), און אין גאר קליינע ותן טל ומטר אותיות: somone else (אין אידיש: א צווייטן, ווי יענער זאגט, גיי מאך משוגע א צווייטן)…
2) ביי אן אנדערעם אין געשעפט זעה איך א צעטל אין לשה”ק: קמתם במצב רוח טוב? שתיתם קפה? התפללתם? אכלתם ארוחת בוקר שמן? טוב מאוד. אבל אני לא!
3) דאס איז שוין אביסל טיפער… א זאך וואס איך האב מיטגעהאלטן ווי א קאסטומער האט אביסל איבערגעצויגן דעם שטריקל מיט זיינע שאלות, האט זיך דער בעל בית אנגערופן מיט אן עפיזאד וואס האט זיך אפגעשפילט ביי זיין זיידע ר’ מ. – א פאפולערער פיגור אין שטאט שאראשפאטאק אינדערהיים.
עס איז אריינגעקומען א איד נישט מיט אלעמען אין ביהמ”ד און זיך גענומען מאכן קולות און לאכן הויעך אויפן קול, אונזער ר’ מ. האט דאס נישט אויסגעהאלטן און האט זיך גאר שטארק געבייזערט און אים ארויסגעטריבן פון דארט מיט בושות.
ווען א איד איז צוגעקומען צו ר’ מ. נאכדעם און אים געפרעגט דעם אמת, וואס האט אים אזוי געעגבערט מיט יענעם נערוון קראנקער?, האט ר’ מ. געענטפערט בזה”ל: דא אין שטאט בין איך דער משוגענער, איך דארף נישט קיין קאמפעטישן, איך האב די זכות קדימה…
לעניננו, זאגט דער אייניקל – אונזער בעה”ב – פאר’ן קונד, “דא אינעם געשעפט בין איך דער משוגענער, איך בין בשום אופן נישט מסכים לכבוש את המלכה עמי בבית, ארויס פון דאנען!”
4) ביים זעלבן געשעפטסמאן האב איך געזען בשעת’ן רעדן צו א קונד וועלכע איז געשטאנען נעבן טיר, האט ער געדריקט אויפן קנעפל וועלכע אקטיוויזירט דער עפענונג מעגליכקייט פון זיין אפיס טירל פאר דרויסנדיגע, ווי צו זאגן פארן קאסטומער, די טיר איז אפען…
5) אין אן אנדערע געשעפט זעה איך א צעטל וועלכע ליינט זיך: prices subject to change according to customer’s attitude (די פרייזן קענען זיך טוישן געוואנדן אינעם קאסטומערס באנעמונג)…
6) אן עלעקטאראניק געשעפט וועלכע איז – ווי עס שיינט – מיד געווארן פון די פרייזן פרעגער’ס, האט אויפגעהאנגען א צעטל: “מיר פארקויפן אלעס וואס איר ווילט קויפן, זאכן וואס איר ווילט נישט קויפן גייט צו אן אנדערע געשעפט פרעגן פרייזן”…
7) אן עלטערע איד – אין בארא פארק – וועלכע שטייט נאך אין געשעפט, איז געווארן מלא חמה ווען א אינגערמאן האט זיך געקליבן אויף א פראדוקט צו ער זאל קויפן די ביליגערע צו די טייערע, דער עלטערער מאן האט געדונערט אזש די ווענט האבן געציטערט: “רבונו של עולם! ווי שעמט זיך נישט א אינגערמאן זיך צו נאריש מאכן א דאלער ארויף א דאלער אראפ, נעם די גרעסערע אין פארטיג…
8 ) ביי א גרעפיקער אין אפיס האב איך געזען א צעטל וואס ליינט זיך “מיר רעכענען 40 פראצענט מער ווען איר שטייט דא בשעת מיר דיזיינען אייער עד”…
9) אין א גרויסע טשעין סטאר, האט אן אויפגערעגטע קאסטומער אנגעספרעיט די ווארט “come” פונעם שילד וואס האט זיך געליינט Please come again און דאס ריפלעיסט מיטן ווארט exit… א זאך וועלכע האט מן הסתם פארטריבן די וואס זענען חס אויף זייער כבוד.
10) מיין אתרוג סוחר האט פאראיאר ארויסגעלייגט ביים אריינגאנג א גאנצע צעטל מיט אינסטרוקציעס, וויאזוי זיך יא אדער נישט צו באגיין מיטן אתרוג. דער לעצטער פאראגראף האט זיך געליינט ווי פאלגענד:
און צום לעצט ביטע געדענקט, די אתרוג וואס איר באטאפט וועט גענוצט ווערן ביי א צווייטן’ס חמשה עשר בשבט קאמפאוט!

November 8, 2010 at 10:47 AM#2
10 וועגן פטור צו ווערן פון נודניקעס אין די ארבעט

כא כא, מתתי’ געלונגען. האסט מיט געמאכט לאכן

November 8, 2010 at 12:33 PM#3
10 וועגן פטור צו ווערן פון נודניקעס אין די ארבעט

די מעשה פון שאראשפאטאק איז געוואלדיג

November 8, 2010 at 2:17 PM#4
10 וועגן פטור צו ווערן פון נודניקעס אין די ארבעט

קאמיש אז אייער “קאלעגע” ר’ יואל קליין רעדט די וואך פון זאגן ניין, עס איז מיר געקומען אויפן מחשבה ליינענדיג זיין ארטיקל אז מען זאל פשוט זאגן פאר די נודניק “ניין” און פטור אן עסק…

November 10, 2010 at 4:09 PM#5
10 וועגן פטור צו ווערן פון נודניקעס אין די ארבעט

וואול געזאגט!