די פאלגענדע עד פון די פירמע Healthy Choice אין וויליאמסבורג, דעזיינט דורך Ptex, צייכנט זיך שטארק אויס מיט די לעצטע דריי פאקטארן: אויסשטעל, אויסטרעף, און אויג כאפענד.
הבהרה: מיר האבן באקומען פראגעס פארוואס מיר קלויבן נישט אויס דער אדער יענער עד.
מיר ווילן קלאר מאכן אז צומאל קען א גרויסע “פול פעידזש” עד אין די גרויסע צייטונגען אויסזען מעכטיגער און גרעסער, סיי צוליב דעם וואס א פירמע וואס ערלויבט זיך צו גיין גרויס און צאלן גרויס געלט פאר די צייטונגען, לייגט עס אריין אינעם מחשבה פונעם מענטש א רעספעקט צו זייער עד, און סיי צוליב די פשוטע פאקט אז די צייטונגען זענען גרעסער אין סייז ווי אנדערע מאגאזינען.
מיר פראבירן דורכצוגיין פרישע עדס וואס מיר זעהן אין די גרעסערע און קלענערען היימישע אויסגאבעס, מאגאזינען און ציייטונגען, און נאטורליכערהייט אויסקלויבן דאס פאסיגע. די רעדע איז נישט דוקא פון די “בעסטע” פון אלע, ווייל יעדע עד טראגט זיינע מעלות און מיר זעהן נישט יעדע וואך אלע עדס. די עד פון די וואך איז בלויז א אויסגעקליבענע עד ווערד צו באטראכטן.
—-
איר קענט אריינשיקן עדס וואס פארדינט -לויט אייך- דער טיטול “עד פון די וואך” און מיר וועלן דאס נעמען אין באטראכט. שיקט אריין צו adofweek@balboos.com