איך וויל זיך נעמען די מיה און באדאנקן די אלע וועלכע האבן קאמענטירט אונליין אויף מיין ארטיקל פאר צוויי וואכן צוריק “איז ארבעטן און ברענגען פרנסה א לכתחלה”? – אויף ביידע עקסטרימען…
מאכנדיג אביסל ריסוירטש האב איך זיך באגעגנט מיט די געוואלדיגע אחריות פון שרייבן ברבים איבער אט דעם נושא, וואס קען חלילה באיזה אופן אפילו מיט א משהו פארמינערן די כבוד און רעספעקט וואס פארלאנגט זיך פאר מרביצי תורה שאלמלא הם נשתכחה תורה מישראל ח”ו, דער מטבע האט א צווייטער צד וואס איז נישט שייך ארויסצוברענגען גענוג בהרחבה אין די ראמען פון אונזערע ארטיקלען.
אריינקוקנדיג דעם שבת אין תניא הלכו’ תלמוד תורה, האב איך געזען אז די זאכן זענען פארבינדען מיט האקעלע גרעניצן וואס קען נישט אנטשידן ווערן דורך מיינס גלייכן.
מיינע ווערטער פארגאנענע וואך זענען אבער פארט רעלעוואנט, און הרבה נשאר בקולמסי וואס וועט לכאורה מוזן דארט פארבלייבן.
*
אז מען רעדט שוין:
מען זעט היינט אינגעלייט וועלכע באגעגענען זיך מיטן ביטערן מציאות אז מען מוז שוויצן פאר ברויט, אבער זיי ווייסן נישט בכלל אין וועלכע ריכטונג צו גיין. זיי בעטן חברים וועלכע זיצן אויף שטארק באזירטע ביזנעס אינקאם אז זיי זאלן זיי ארויסהעלפן, אבער מען טאפט א וואנט.
די סיבה דערצו איז פשוט. יעדע מענטש וואס מאכט ב”ה שיין פרנסה קען באשרייבן א גאנצע בוך וויאזוי ער איז אנגעקומען צו זיין “יעצטיגע” מצב. ער איז דורכגעגאנגען געדרייטע שלבים, איין וועג האט אים געפירט צום צווייטן, עס זענען אונטערגעקומען אומגערישטע געלעגנהייטן, זאכן וואס בעיני בשר ודם איז אוממעגליך אויסצורעכענען פון פריער, אבער בסייעתא דשמיא האט ער זיך דערקלעטערט ביז אהער.
ווען אנקומען צו דעם פאזיציע וואלט ווען פארלאנגט בלויז א טעלעפאן קאל צום ארבעטסגעבער, וואלט יעדער געלאפן צו דעם פאזיציע, און אויטאמאטיש וואלט דאס געווען א ביליג באצאלטע דזשאב, ווייל עס איז דא גענוג מענטשן וואס זוכן עס.
קלאר: דער פאקט אז “יעדער” גוט באצאלטער פאזיציע איז דורכגעגאנגען לאנגע שווערע וועגן, זאגט גאר שטארק אז כדי צו פארדינען שיין מוז מען דורכגיין די וועגן!
פאר די אינגעלייט וועלכע הייבן זיך אן אומצוקוקן אויפן עולם הביזנעס, איז דאס א וויכטיגע נקודה, אז קודם דארף מען “אריינקומען”. איינמאל מען הייבט אן צו טון און מיט די ריכטיגע כוחות פראבירן דאס און יענץ, פארמירט זיך שוין אליינס אויס די ריכטיגע וועגן.
איך האב גאר שטארק געגליכן א פרישע סעריע פון שיעורים אויף קול מבשר (קנעפל 3,4,6) ווי ר’ חיים דעסער הי”ו פון “פועל נעטווארק” ערקלערט פארשידענע דזשאב’ס, וואס עס איז נכלל דערין, וואס מען דארף טויגן אדער קענען. און נאך פילע כללים פון אנהייבן זוכן ארבעט, וועלכע געבן א שטארק שטופ אויף פאראויס פאר אזאלכע מתחילים צו וויסן אין וועלכע ריכטונג אנצוהייבן – און ווי געשריבן איינמאל מען הייבט אן העלפט שוין השי”ת. די שיעורים זענען העכסט אינטערסאנט, לאו דוקא פאר מתחילים, עס איז שטארק בפרטיות און למעשה’דיג. (עס איז ראטזאם אנצוהייבן ביים ערשטן שיעור).
זוכען ארבעט
11 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
http://www.balboos.com/content/2010/11/זוכען-ארבעט/ קאפיע אין ארכיוו
איך האב יעצט געענדיגט הערן ר’ חיים דוד דעסער’ס שיעורים אויף קול מבשר, יאפ, יישר כח פארן מראה מקום, שוין לאנג נישט געהערט אזוי למעשה און צום זאך. איך האב נישט געוואוסט אז ר’ חיים דוד טויג צו דעם.
מתתי’ תתחדש פארן נייעם קוטשמע (האט נאך איינער באמערקט דעם פרישן קוטשמע אויף מאטעס’נס טישל?)
זעט אויס אז ער איז אזוי נתפעל געווארן פון זיין אייגענע קוטשמע ארטיקל אז איר געגאנגען קויפן א קוטשמע.
אדער אפשר איז עס זיין קאו ווארקערס, יו קען נעווער נאו.
מתתי’, איך האב נישט געגלייבט וועסט זיך אזוי שנעל בייגן, האסט עפעס ראנג געשריבן? האסט עפעס מבזה געווען בני תורה? ארבעטער טארן נישט זיין שטאלץ?
עס זענען דא מענטשן וואס האבן זיך אלייינס פיינט, מען זוכט וואס מען קען קריטיקירן, דיין ארטיקל איז מיר געווען כמים קרה על נפש עיפה, אביסל “פאזעטיוויועט”…. אאההההה……
און דו אנטשולדיגסט זיך נאך? איינער האט געגנבט מתתי’ס נאמען… עס איז נישט דו.
קאמפיוטעריסט,
ווי האסטו געזען אז ער אנטשולדיגט זיך? ער זאגט נאר אז עס א האקעלע נושא, איך קוק אים זייער ארוף פאר די פאר ווערטער, ווייל למעשה צו גיין זאגן אז א ארבעטער שטייט העכער א תלמוד חכם, איז נישט קיין פשוטע עסק.
לע”ד איז דא ארבעטער וואס שטייען הכעער א ת”ח, אויב איז ער בייגעשטאנען א גרעסערע נסיון, ער שטרענגט זיך אן מער צום לערנען קביעות עתים, ואין הקב”ה מונה הדפים אלא השעות.
אבער דאס איז אלעס פארן באשעפער מחליט צו זיין. וואס אונז זע מייר מיט אונזערע אויגן איז, אז ביידע זענען אידן, און דער באשזעפער דארף ביידע, קיינער איז נישט קיין דורכפאל, ווילאנג מען טוט וואס מען דארף.
אבער דאס איז א הלכה אז א ת”ח דארף מען מכבד זיין, און קיין ערליכע ארבעטער נישט. פארפאלן, אויף יענע וועלט, וועט שוין הקב”ה מכבד זיין יעדעם לפי ערכו, און חז”ל זאגן שוין עולם הפוך ראיתי… נו ווי אזוי קען מען אפילו אריינרעדן אין דעם.
יואל, אנטשולדיגטס, איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט אז א ארבעטער דארף מען נישט מכבד זיין, קענסט ברענגען א מראה מקום פליז?
פארקערט קען איך דיר ברענגען א מראה מקום: ואהבת לרעך כמוך. יהי כבוד חבריך חביב עליך כשלך.
עס איז בכלל נישט קיין חילוק צווישן סתם א מענטש און א תלמיד חכם לענין כיבוד, לויט מיינע קורצע ידיעות בתורה.
און בכלל, קומסט אויסרעכענען די מעלות פון א תלמיד חכם? א תלמיד חכם מיינט בכלל נישט איינער וואס לערנט א גאנצן טאג. איך קען ארבעטער פיל גרעסערע תלמידי חכמים ווי כולל אינגעלייט. לערנען איז א פעולה צו ווערן א תלמיד חכם, נישט מער.
דאס איז פון רמב”ם
עס איז א עשה דאוריתא
כל תלמיד חכמים–מצוה להדרו, ואף על פי שאינו רבו: שנאמר “מפני שיבה תקום, והדרת פני זקן” (ויקרא יט,לב), זה שקנה חכמה.
עס איז דא צענדליגע הלכות דערוועגן, וואס שפילסטו תם?
און אאיינער וואס לערנט א גאנצן טאג איז א תלמוד חכם,
שמעתי בשם ר’ יאנקעלע מפשעווארסק זצ”ל
א תלמוד חכם איז נישט איינער וואס “קען” לערנען, נאר איינער וואס לערנט.
פונקט ווי א גנב איז נישט איינער וואס “קען” גנבנען, נאר איינער וואס גנבעט טאקע.
ודפח”ח
“יהי כבוד חבריך חביב עליך כשלך.”…. פון דעם זעהן מיר אז מען דארף יעדע מענטש מכבד זיין… ואהבת לרעך כמוך איז אויך א דאורייתא. עס זענען זיכער דא חילוקים אין די באנעמונג צו א תלמוד חכם צו א סתם מענטש. אבער פון דעם ביז דיינע ווערטער: “דאס איז א הלכה אז א ת”ח דארף מען מכבד זיין, און קיין ערליכע ארבעטער נישט.” איז פאלג מיר א גאנג.
די פאריגע וואכעדיגע ארטיקל האט סך הכל געזאגט אז ארבעטער טראגן א גרויס חשיבות. קומסטו און דו זאגסט אז תלמידי חכמים טראגן נאך א גרעסערע חשיבות. וואלסט פאר די זעלבע געלט געקענט זאגן אז הצלה מעמבערס זענען נאך חשובער ווי ארבעטער… מה ענין שמיטה אצל הר סיני?
איך מיין אז מיר האבן נישט קיין חילוקי דעות בכלל, איך האב נאר געזאגט אז אפילו עס קען זיין א היכי תמצי אז א ארבעטער איז חשובער, פון דעסטוועגן איז מען נאך אלץ נישט מחויב בכבודו, און בכבודו פון א תלמוד חכם יא.
יעדער וואס לערענט דארף מען מכבד זיין סיי אן ארבעטער צו א כולל אינגערמאן – א ספעציעלע כבוד קומט פאר רבנים דיינים ראשי ישיבות וכדו’
(מראה מקום – שו”ע חלק ה’…)